Skip to main content

Full text of "Dos lebn geyṭ ṿayṭer dertseylungen, noṿeln, sḳitsn"

See other formats


תג מ8מ1.ן חאפו1ומתמ1נצ 41,ד1611ם 6תע2עמ8מ/2ע21עפ אע צע1פ 


64 +-+ס א 


אום 1 צ2ש 1צ8ג) אאטט,ן} 1009 


יע 
4 ט 


קנטם +56ץסצ 


צצפצט,ז4,ע 48 זא /1נ1 
08 1,261 01:) טמ אעשידג, 111 מופ!נפמסזצ 


2 


אה דאוםי) 8668 ופוטסנ1צ, זא א116,/וו 


פ5דזדעפטע1,8559861א , 51 111 ג, 


אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א 
פדדעפט4-4 ,59 1א , 1דפ עט 1ד דע 


60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413 


)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ 


עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא 
צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ 


;צם פעפונצסעע ,לע 


4 1 01960ט) .ם 1006 1 

1 1זט06ץט) 106 67 4716/ 
/ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 
101111601101 1 ז111/50//10 .ם חזחטזסם הוח 100016 
8160 208 
06 +ז6ט10 
1ס1011110011 16/3008 151911160118 
0561 .כן /161 

1010111115/6 800 614 5001 
101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 
2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא 
ז6116) 000 310615/1 8 1101 


{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 
זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 
.151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8 


1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1 
תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז 
-1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס 
-- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 
.18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 5ט 024204ס 16256קן 


הױיסטף 


= ור / 


ד ע ב צײ?ונגען, 
נאָװצ?ןן, 
ס הָי 3 |. 


פ א ל 7 א ג 
, ס אַ גו ע ט ס סי פּיס א ט צ ל" 


מאָססע - 80 0 


9(מ28)ס 
90 


יויסעף בורג האָט פעסט דעראָבערט די סימפּאטיעס פונעם לייע- 
נער מיט דער אייגנארט און פּאָעטישער באהױכטקײַט פון זײַנע 
ווערק. געבוירן אין 1912 יאָר אין שטעטל וויזשניץ אף דער בוקאַ- 
ווינע, האָט ער אין זײַנע ערשטע דערציילונגען, װאָס האָבן אָנגע- 
הויבן זיך באװײַזן אין 1934, מיט גרויס ליבע ניט אזוי באשריבן, 
וי באזונגען די נאטור פון אָט דעם מאָלערישן קאנט באם צופוסנס 
פון די קארפּאטן, די מוטיקע ארבעטסמענטשן, װאָס באװוינען 
אים, -- וואלדהעקער, פּליטנטרײַבער, ספּלאווניקעס. דער דאָזיקער 
טעמאטיק איז י. בורג געבליבן טרלי ביז הײַנט, און אין דעם בוך 
;דאָס לעבן גייט װײַטער* פארנעמט זי דאָס אָנגעזעענסטע אָרט, 
ניט מער, מיט דער רײַפקײַט פון יאָרן אין געקומען די רײַפקײַט 
פון שילדערן, און דער שרליבער, זאָל זײַן אף א קליינעם שעטעך, 
מאָלט אונדז איצט דאָס לעבן אין זײַן רײַכקײַט און פארשיידנאר- 
טיקײיט, 

בוקאָװוינע אונטערן יאָך פון די עסטרליכישע פאָן באראָנען און 
רומענישע באָיארן, בוקאָווינע אין קאמף קעגן די פאשיסטישע הענ- 
קער, בוקאָווינע בויט א נײַ סאַװעטיש לעבן--אזא איז די היסטאַ- 
רישע פּאנאָראמע, װאָס עס שאפן י. בורגס דערציילונגען צוזא- 
מענגענומען, אָבער יעדע פון זיי איז א דערציילונג וועגן אן אייני 
מאָליקן מענטשישן גוירל, וועגן האָרעוואניע, ליבע, קאמף, און אין 
דעם איז איר קראפט. י. בורג האָט ליב צו מאָלן שיינע, שטארקע 
און שטאָלצע מענטשן, ער וייסט דורכצווועבן זײַנע דערציילונגען 
מיט פאָלקלאָר, ייַדישן און הוצולישן, לעגענדעס, לידער, מיט פּרעכ- 
טיקע באשרליבונגען פון די בלויע קארפּאטן-בערג, בוקאַװוינער בע- 
ריישיסדיקע וועלדער און רוישיקע טײכן, און דאָס אלץ שאפט די 
ראָמאנטיש-דערהויבענע אטמאָספער פון אָט דעם בוך. 


סמסמת3226ז} 0) 
ין 1980 , 7מח216סעח 460861084/4 
6 ס אד'ס , זעע38686עס110 
70303-7 /40דט386380 עאזווגאנמ0286ס 8 


20000)0000 0 0830 1973 ההא /9 20 טסאחהזגטסח 


א נײַער מאַרגן 


ף אים האָט קיינער ניט געווארט. 

איינער אליין האָט ער אין דער שטילקליט פון אן 
אופגייענדיקן טאָג זיך אװעקגעלאָזט איבער פּוסטע, 
אין שלאָף נאָך פארזונקענע גאסן. איינער אליין גע- 
בלאָנדזשעט צוישן זיי, זײַנע אָנגעשטרענגטע בליקן 
האָבן געמאָסטן יעדער הויז, יעדער מויער, גלײַך ער 
װאָלט זיי געציילט, 

פון די בערג ארום דער שטאָט האָט געבלאָזן א פּײַכטער וויגט, אָנגעי 
פילט די לופט מיט רייכעס פון פריש-געקאָסיעט היי, און פונװײַטן האָבן 
גערוישט די וועלדער מיט זייער אײיביקן רויש, אזא סוידעספולן, װי א 
מענטשלעך הארץ. דער װינט האָט געצימבלט מיט א שטילן קלאנג, און 
ער האָט זיך אלינגעהערט אין אים, װוי אין אן אלטן, גוט באקאנטן ניגן. 

דער פרימאָרגן, עטװאָס א פארנעפּלטער, האָט ביסלעכװײַז זיך אָנגע- 
הויבן רויטלען, װוערן לויטערער, דורכזיכטיקער, ביז ער האָט מיטאמאָל 
א ציטער געטאָן און פּאסמעס געלע ליכט האָבן פארפלייצט די שויבן פון 
די פארהאנגענע פענצטער, עמעצער האָט מיט א הויכן גענעץ באגעגנט 
דעם אופגייענדיקן טאָג, און אים האָט זיך אויסגעדאכט, אז אָט-אָט װועט 
זיך פארוקן או פאָרהענגל און עמעצנס קאָל װועט אָפּהילכן אין שטילן פרי- 
מאָרגן; 

-- זעט נאָר, מילקע טאָפּאָליאק איז גאָר דאָ!. 


קאָן זײַן, אז אמאָל איז עס בעפיירעש געווען מילקע טאָפּאָליאק, װאָס 
איז אויסגעוואקסן באם ראנד פון די קארפּאטן-בערג אין א היים פון אָרע- 
מע ייִדישע ספּלאווניקעס. קאָן זײַן, אז אמאָל איזן ער טאקע געווען וי 
א טאָפּאָל; הויך, ברײטפּלײציק, דער קאָפּ פאריסן צו דער זון, און דער 
ווינט האָט געפּאטלט זײַן שווארצע קוטשמע האָר. איצט אָבער איז עס אן 
עלטערער מיטלוווקסיקער מאן, א גרײַזיגרוער, מיט פארשפּיצטע אקסל, 
קימאט אָן א האלדז, אינגאנצן א פלאכער, גלײַך דאָס לעבן װאָלט אים 
ארומגעטעסעט פון אלע זײַטן, מיט אן אומעטיק, גערונצלט פּאָנעם, װאָס 


7 


האָט, דוכט זיך, קיינמאָל קיין שמייכל ניט פארמאָגט, מיט ליידיקע בליטע- 
לעך אונטער די שמאָלע אויגן, 
איצט איז עס מיסטער קאמיל ברעגער: א טוריסט פון מעייווער לעיאם, 
װאָס איז געקומען צוגאסט אין זײַן אלטער אמאָליקער היים, 
בלאָנדזשעט ער איינער אליין איבער היימישע גאסן, נישטערט און 
זוכט שפּורן פון א לאנג שוין פארגאנגען לעבן, 


אמאָליקע היימישע גאסן.. 

א קנופ פון אלטע קרומע אויסגעדרייטע שטיבלעך, װאָס טוליען זיך 
צום בארג, וי זיי װאָלטן פאר עמעצן זיך אויסבאהאלטן. און איבער זיי, 
באם סאמע בארג-אָפּהאנג, א רויטער קלויסטער מיט זײַנע בלאנקע! צל- 
לעמס, װאָס שנײַדן זיך ארײַן אין לויטערן פרימאָרגן, און שווערע קופּער" 
נע גלעקער, װאָס וויגן זיך אומעטיק, מאָנאָטאָן... 

זומער, באהאלטן אין שויס פון גרינע געדיכטיצעצװײַגטע לינדנביי- 
מער, האָבן די געסלעך געװווּנקען פונװײַטן מיט א צארטן, ליבלעכן צוי- 
בער, נאָר קוים האָבן די לאנגע אָסיעןירעגנס אָפּגעואשן די גרינע לוי- 
טערקײַט, האָבן פון צװישן די נאקעטע צװײַגן גענומען ארויסשטארצן 
גרויע געלאטעטע דעכער, 

אין דער ערשטער רעגע האָט קאמיל ברעגערן זיך געדאכט, אז עס 
זײַנען ניט פארבליבן קיין שום סימאָנים פון אמאָל. ער איז געגאנגען 
איבער ברייטע, רוישנדיקע גאסן, אספאלטירטע, מיט אויסגעפּוצטע פיל- 
שטאָקיקע מויערן און פארביקע קראָמען-וויטרינעס. מינוטנװײַז זײַנען אים 
באפאלן ספייקעס, צי דאָס איז עס טאקע דאָס קליינע קויטיקע שטעטלל, 
װאָס ער האָט פארלאָזט מיט צענדליקער יאָרן צוריק. נאָר צוקאָפּנס זײַנען 
געשטאנען די בערג. די זעלבע גרין-בלויע בערג, װוּ ער האָט איבערגע- ‏ 
לאָזט טויזנטער טעג פון זײַן יוגנט. ביסלעכװײַז האָט ער אויך אָנגעהויבן 
דערקענען די געוועזענע נעגידישע הײַזער, צו וועלכע מע פלעגט ארופ- 
קוקן מיט אָפּשײַ, איצט האָבן זיי אויסגעזען וי אָרעמעע קרויווים און באר 
האלטן זיך שעמעוודיק צװישן די נײַע פילשטאָקיקע געבײדעס. 

און פּונקט װי די שטאָט, האָבן זיך אויך געביטן די מענטשן גאָר 
אנדערע מענטשן, אינגאנצן אומבאקאנטע. אין אנדערע קליידער, מיט אן 
אנדער שפּראך. און ווען קאמיל האָט פּלוצעם דערזען אן אלטעע הוצולקע, 
א פּױערטע פון די בערג, אין א װײַס אויסגענייט העמד, מיט עטלעכע 
בונטע שנירלעך קארעלן אפן האלדז און מיט צוויי געבלימלטע סאקוועס 
פארװאָרפן איבער די אקסל, האָט זי אויסגעזען אין זײַנע אויגן ניט מער 
וי א זייכער פון אמאָליקע צײַטן. און דאָך האָט ער איר נאָכגעקוקט, לאנג 
נאָכגעקוקט. אירע דריבנע טריט האָבן זיך געקײַקלט מיט אזא יונגער 
גיכקײַט, װי ס'װואָלט איר אינגאנצן ניט צו לאסט געווען איר טיפע על- 
טער, 

מיט ברייט צעעפנטע אויגן האָט קאמיל געקוקט אף דער שטאָט, אף די 
מענטשן, און אין הארצן איז געװאָרן ווארעם פון דער נאָענטקײַט, װאָס 


8 


ער האָט דערפילט צו די זין און טעכטער פון יענע ספּלאװניקעס, צװוישן 
וועלכע ער איז אויסגעוואקסן, 

מיט גרויס מי האָט ער אָפּגעזוכט דאָס אָרט, װוּ עס איז אמאָל געווען 
זײַן שטיבל, 

ער איז געשטאנען פאר א צװײיגאָרנדיק הויז מיט א באלקאָן, אלג- 
געהילט אין ראָזע און פיאָלעטע בלומען, ער איז געשטאנען א פרעמדער 
פאר א טיר, וועלכע ער האָט פריער קיינמאָל ניט געזען געװאָלט אָנ- 
קלאפּן, נאָר עפּעס ניט געוואגט. און ווען ניט דער אלטער נוסנבוים, װאָס 
איז געבליבן דאָ, װוי א דענקמאָל, װאָלט ער דאָס אָרט אינגאנצן ניט דער" 
קענט, 

דער זעלבער נוסנבוים, מיט די זעלבע אנטבלויזטע איבערגעפלאַכטענע 
װאָרצלען, מיט פּיירעס פון א זעלטענעם מין. װוער װוייסט, פונוואנען ער 
האָט זיך גענומען אהער. קאָן זײַן, אז א װוינט האָט אמאָל פארטראַגן א 
יאָדערֹל און עס באהאלטן אין די פײַכטע ערדישפּאלטן, צי עפשער גאָר 
האָט א ספּלאװניק מיט א גראָבן שטריק ארום די לענדן און א האק אונ- 
טערן אָרעם געבראכט א ביימעלע פוז א װײַטן טֹאָל און פארזעצט עס לעבן 
שטוב, 

שטייט ער איצט, קאמיל ברעגער, אין שאָטן פון דעם נוסנבוים, שטייט 
אף דער ערד, װוּ ס'האָבן אין א הילצערנער שטוב מיט א פארפוילטן 
שינדל-דאך און צוויי קליינע פירקאנטיקע פענצטער צו דער גאס געווויגט 
זײַנע זיידעס און עלטערזיידעס -- דוירעס ייִדישע ספּלאוניקעס. ער קוקט 
זיך אײַן אין איינעם פון די צוויי שורעס ליכטיקע, מיט זון באגאָסענע, 
פענצטער. אין שויב זעט ער זײַן אייגן געזיכט, און אים דאכט זיך, אז 
פון יענער זײַט פענצטער זיצט זײַן אלט געװאָרענער פאָטער און קוים 
װאָס ער רעדט: 

-- וואלדהעקער בונטעווען זיך,.. עס װעלן קיין ספּלאװעס ניט זײַן אף 
וועסנע... די פּריצים זײַנען בייז װוי די וועלף.. 

אין שטוב איז פינצטער, אומעטיק. דער שפּעטער הארבסט האָט זיך 
פארקליבן אין די נאסע ווינקלען און קוקט ארויס פון דאָרט מיט גרינעם 
שימל. דער' פאָטער ציט פון דער ליידיקער ליולקע דעם הארבן רייעך פון 
ביליקן אויסגעברענטן טאבאק, 

-- זאָג אליין, ביסט שוין, קיין אײַנהאָרע, א בען-כלי... ס'איז א טאכ- 
לעס א גאנצן זומער אָפּהאָרעװען אף די וואסערן און אָסיען זיצן אין דער 
קעלט, אָן א פּרוטע... פאָרן הייס איך, הערסט, פאָרן.. א גרויסע שטאָט איז 
א גרויסער מאלעך,.. 

קאמיל ליגט אף זײַן שטרויענעם געלעגער, ליגט מיט אָפּענע אויגן. די 
צוגעפאלענע נאכט צייכנט קופּערנע רינגען, און איניינעם מיט פארנעפל- 
טע פאָרשטעלונגען וועגן א װײַט אומבאקאנט לאנד ויגט זיך דעם פאָ- 
טערס הייזעריק קאָל; 

--- שווער, זאָגסטו, פון דער היים זיך אָפּרײַסן?.. אוואדע שווער. נאָר 
ביסט ניט איינער, מילקע, כלעבן, ניט איינער... 

ווען ניט דער לאמטערן, װאָס האָט זיך געהוידעט פארן פענצטער און 


9 


געשווינדלט איבערן פאָטערס פּאָנעם מיט א בלייכער שײַןף װאָלט זיך 
אויסגעדאכט, אז דאָס רעדט אווי די נאכט אליין. און נעכט זײַנען דעמלט 
געשטאנען פינצטערע, אומרויקע. 

פון דעמלט אָן האָט די צײַט זיך היפש א רוק געטאָן פאָרויס. אף די 
בערג זײַנען צוגעקומען סטעזשקעס און אין קאמיל ברעגערס לעבן-- 
לאָרן, שטייט 'ער איצט א געעלטערטער אינמיטן פון א יונגער גאס און 
עפעס פאסט ער זיך ניט ארײַן אין דעם גאנצן ארום, פילט זיך עלנט, 
פארלוירן. טויזנטער דערמאָנונגען צינדן אומבאמערקט זיך אָן און פונקט 
אזוי אומבאמערקט לעשן זיי זיך אויס. 

אנטקעגן האָט געוווינט ראכמיעל דער וואלדהעקער. 

..אָט זיצט ער אפן גאנעקל, דער אלטער גוטער ראכמלעל. דאָס גראָבע 
לליוונטענש העמד צעקנעפּלט, אזוי אז די אָפּגעברענטע ברוסט שטארצט 
ארויס. א גרוייבאוואקסענע ברוסט. דעם קאָפּ פארלייגט עטװאָס אף א זײַט, 
שפּילט ער אף זײַן באליבטער פלייט. די פלייט זײַנע איז אויך אלט. דער 
זיידע זײַנער האָט זי נאָך ייִנגלװײַז אויסגעשניצט פון עפּעס א װוּנדער" 
בארער צווײיג. שפּילט ער אף איר, ראכמיעל, פּלוצעם פארכמורעט ער די 
ברעמען, אין וועלכע ס'האָט שטענדיק אזא גוטמוטיקער שמייכל זיך גער 
פּלאָנטערט, 

-- װאָס זשע, מילקע, אין דער פרעמד איז מיט ראָזשינקעס מיינסטו?.. 
כ'וויל דיר, כאָלילע, ניט לייגן קיין שטיינער אפן הארצןי. 

אוז צעשפּילט זיך אזוי אף דער פלייט, אז דאָס הארץ נעמט ציטערן. 
ווער ווייסט, װאָס דאָס איז געווען פאר א ניגן. פריער האָט קיינער אים 
ניט געהערט; 

דורך א שפּארונע אין טיר קוקט ארויס זײַן מיזינקע. צוויי אויגן, װי 
שווארצע בליצן, צילן גלײַך אין אים. 

-- פאָרסטו טאקע אינדערעמעסן? 

און קאמיל ברעגער דערמאָנט זיך איר ווילדע, פריילעכע שײינקײַט. 
שלאנק און שטאָלץ איז זי געווען, מיט צוויי שווערע צעפּ, וי אױסגעגאָסן 
פון קופּער, אויגן האָט זי פארמאָגט לענגלעכע, קוילישווארצע און עטװאָס 
פארנעפּלטע, װי זי װאָלט געבענקט נאָך עפּעס א װײַטער ועלט, װאָס 
נאָר זי אליין האָט געזען... יונג און אלט האָבז זיך געשפּיגלט אין איר, 
געקוקט אף איר, װי מע קוקט אף בערג, באלויכטענע פון דער לעװואָנע, 
דאָס געסל האָט איר א נאָמען געגעבן בלימעלע, און פּויערים וואלדהעקער 
פלעגן זי רופן אף זייער לאָשן -- פלאָרא. 

װוּ זאָל זי איצט זײַן, ראכמ;עלס בליומע.. בא װעמען װערט מען 
געווויר?., | 

קאמיל ברעגער פאָט אומרולק זיך ארומגעקוקט, גלײַך ער װאָלט גע- 
ווען זיכער, אז אין איינעם פון די הײַזער דארף טאקע װוינען ראכמיעלס 
יינגסטע טאָכטער, אין די שויבן פון די פענצטער האָט געפלאקערט דער 
טאָג, א הייסער זומער-טאָג, װען פארבענקטע מענטשן בענקען נאָך 
שטארקער... א פרוי אין א װײַסז פארטעך האָט באגאָסן בלומען"בייטן 
לענגויס דעם טראָטואר. זייערע בליקן האָבן זיך עטלעכע מאָל באגעגנט. 
ענדלעך האָט ער דערהערט: 


10 


-- וואם קאָהאָ, גראזשדאנין?ט 

קאמיל האָט א פארלוירענער געמאכט עטלעכע שפּאן און קוים ארויס- 
געשטאמלט: | | . 

-- אלל עם לוקינג פאָר... יא,,, יא שוקאין,, 2 

און ווען ער האָט סאָפקאָלסאָף אױסעברײַעט, וועמען ער זוכט, און 
יענע האָט, זעט אויס, אים פארשטאנען, האָט ער צוליב קלאָרקלַט צוגע- 
געבן; 

-- איצט, קאָן זײַן, רופט מען זי אנדערש.,. נאָר אמאָל... 

די פרוי האָט טרויעריק א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ, אומבאהאָלפן אָפּנע- 
ווישט מיטן פארטעך דאָס פארשוויצטע פּאָנעם און מיט באדויערונג געענט- 
פערט; 

-- נא זשאל, טוט טאקיך נעמייע!פ 

דער נוסנבוים, דער איינציקער איידעס פון אמאָליקן לעבן, האָט גע- 
פלאטערט מיט זײַנע בלעטער, געקרעכצט פון אלטקײַט, און קאמיל האָט 
זיך פארנייגט פארן אלטן בוים, פארנייגט זיך פארן אָרט, װוּ זײַנע אָװעס 
האָבן געלעבט, און איז אוועק און אליין ניט באמערקט, װי די פיס האָבן 
אים פארפירט צום טײַך, צום זעלבן טײַך, װוּ ער האָט איניינעם מיט א 
גאנצער איידע ייִדן געטריבן ספּלאװעס, געשוומען אף זיי װײַטיװײַט, 
אזש צו די בעסאראבער סטעפּעס, און ניט איין מאָל זיך אומגעקערט אהיים 
מיט צעשטאָכענע, אין בלוט פארלאָפענע הענט, 

ער איז געגאנגען לענגויס דעם ברעג, און הינטער אים איז געבליבן 
די שטאָט מיט אירע גאסן און געסלעך, די שטאָט, װאָס האָט אים אויסגעזען 
אי אייגן, אי פרעמד... | | 


פאר די יאָרן האָט דער' טײַך געביטן דעם גאנג פון זײַנע ווילדע רױיי 
שיקע וואסערן, זיי פארטראָגן אף גאָר אן אנדער זײַט און געבלישטשעט, 
וי שטערן װאָלטן זיך אין אים געבאָדן, דער טײַך איז געווען פארמויערט 
אין הויכע שטיינערנע ברעגן, פארפּאנצערטע אין דראָטענע נעצן. דוירעס- 
לאנג האָבן ספלאווניקעס געכאָלעמט פון באפעסטיקטעי ברעגן, װוּ די וואר 
סערן זאָלן זיך פארהאלטן. קאמיל געדענקט, ויאזוי די ספּלאװניקעס 
פלעגן אין די הייסע טרוקענע זומערן צוקוקן מיט ווייטעק, וי פונעם טײַך 
איז קיין העלפט ניט געבליבן, גלײַך עמעץ װאָלט אים אויסגעטרונקען, 
און פון זיערע אויגן האָט ארויסגעקוקט די שרעק פון הונגער., 

וי אמאָל, זײַנען אויך איצט די ברעגן געווען באטאָג שטילע, ליידיקע, 
ס'האָט געצויגן מיט פײַכטע זיסלעך-טערפקע רייכעס פון וואסער-געוויקסן, 
און אלץ אֹרום האָט אין דער אומענדלעך שװײַגנדיקער רו זיך באוועגט 
מיט שטומער אונטערטעניקליט. און קאמילן האָט זיך געװאָלט פארקריצן 
אין זיקאָרן די היימישע שטילקײַט, איבערלעבן נאָכאמאָל יענע װײַטע 
יונגעי טעג, 


1 וועמען דארפט איר, בירגער? (אוקראיניש); ? א געמיש פון ענגלישע און 


ארק אלניישע װערטער: איך קוק... איך זוך; * צום באדויערן, זײַנען דאָ אזעלכע 
ָ 


11 


פאר זײַנע אויגן זײַנען פּלוצעם אויסגעוואקסן דרײַ אלטע וואסער-י 
מילן, װי עמעצער װאָלט זיי נאָרװאָס אוועקגעשטעלט. די זעלבע מילן, 
װאָס ספּלאווניקעס האָבן אויסגענוצט פאר א באהעלטעניש פון די שווערע 
אָסיעןירעגנס. די מילן האָבן טאָג און נאכט געזיפּט זייערע הילצערנע 
מולטערס און גערוישט איבער די ברעגן. קאמיל האָט אופגעציטערט, ווען 
ער האָט זיי דערזען שווארצע, פארלאָזטע, באדעקטע מיט טיפן מאָך. דער 
טײַך האָט אָפּגעקערט פון זיי זײַנע וואסערן, 

קאמיל האָט געװווסט, אז אין אזא צײַט איז שווער עמעצן צו טרעפן 
באם טײַך, אין אזא צײַט זײַנען ספּלאווניקעס װײַט אף די וואסערן. נאָר 
ער האָט געפילט, װוי עמעצער לאָזט פון אים דעם בליק ניט אראָפּ. 

אין שאָטן פון איינער א מיל איז געזעסן אן אלטער פּױער. לויט דעם, 
וי ער האָט געשליפן די האק, איז געווען קענטיק, אז דאָס איז א ספּלאו- 
ניק. קאמיל האָט זיך דערנעענטערט צו אים און מיט אומרויקע, פרעגנ- 
דיקע אויגן געקוקט אפן אלטן, 

-- באָך פּאָמאָטש!1 -- דאָס האָט ער געדענקט פון אמאָל, 

דער פּױער האָט אופגעהויבן אף אים א ברוין לעדערפארביק פּאָנעם, 
פול מיט טיפע קנייטשן. ווען ניט די אויגן ---גלאנצנדיקע, מיט װײַסלע- 
כער, װוי דער שטאָל פון זײַן האק, ווען ניט די געדיכטע ברעמען איבער 
זיי, װאָלט מען געקאָנט מיינען, אז ער האָט זײַן פּאָנעם פארשטעלט מיט א 
שטיק קאָרע פון אן אלטן דעמב. ער האָט קאמילן אָפּגעמאָסטן פון קאָפּ 
ביז די פיס און דערנאָך מיט א גוטמוטיקן שמייכל אָפּגעענטפערט: 

-- דיאקוּיו,,,. סידלין? 

קאמיל האָט זיך צוגעזעצט, די איינציקע אָפּנעריסענע װערטער האָבן 
ביסלעכװײַז זיך צונויפגעקייטלט, און אינגיכן האָבן ביידע שוין גערעדט 
װי אלטע באקאנטע, איינער פארן צווייטן האָט געװאָלט װאָס שנעלער 
אויסדערציילן, װאָס ער האָט פארגעדענקט. ס'האָט זיך ארויסגעוויזן, או 
דער אלטער הוצול ווייסט וועגן א סאך ייִדישע ספּלאװניקעס. 

-- טװאָהאָ באטקא?? עהע, צוזאמען אמאָל פּליטן געטריבן... 

און פאר קאמילן האָבן אופגעוואכט יענע קילע פארנאכטן אף די שטייי 
נעריקע ברעגן, ווען פּליטנטרײַבער, ייִדן און הוצולן, מידע פון שווערער 
ארבעט, האָבן לעבן צעלייגטע פײַערן גערעדט צווישן זיך אף א געמיש- 
טער שפּראך פון אוקראיניש און ייִדיש, אויסגעמישט, וי דער געזאל- 
צענער רייעך פון זייערע שווייסיקע, פארהאָרעוועטע לײַבער. ער האָט 
פארטראָגן געקוקט אפן אלטן. מיט עפּעס האָט דער פּױער דערמאָנט דעם 
טאטן זײַנעם: מיט די אויסגעקנעכלטע הענט, הארטע, װוי פארשטיינערטע, 
און דערביי אזעלכע ווארעמע, צי עפשער גאָר מיט דער דורכגעברענטער 
הוצולישער ליולקע, װאָס ער האָט, פּונקט וי קאמילס פאָטער, איבערגע- 
פירט אלע מאָל פון איין מויל-ווינקל צום אנדערן. 

-- איז טאקע קיינער ניט געבליבן?-- האָט קאמיל איבערגעפרעגט, נאָך 
דעם, וי יענער האָט איבערגערעכנט די ייִדישע ספּלאװניקעס, װאָס זײַנען 


! גאָט העלף; ? אדאנק... זעץ זיך צו * דײַן טאטן? 


12 


אומגעקומען דאַ בא די קארפּאטויבערג. ער האָט עס איבערגעפרעגט 
אזוי, גלײַך ער' װאָלט די אייגענע אויערן ניט געגלייבט, ער האָט שווער 
געאָטעמט, װי ס'װואָלט עפּעס געזאָטן בא אים אין דער ברוסט, 

אָנשטאָט אן ענטפער האָט דער אלטער א פיר געטאָן מיט צוויי פיג- 
גער איבער דער שארף פון דער האק, זיך א װײַלע פארטראכט, דערנאָך 
האָט זײַן געזיכט אָנגעהויבן אופלעבן; 

-- קום צו גיין אין אָװנט, מײַן טאָכטער איז א סטודענטקע. איצט איז 
בא איר קאניקולן. זי רעדט ענגליש, -- און, אָנװײַזנדיק אף די בערג צו- 
קאָפּנס פון דער שטאָט, צוגעגעבן; 

-- אָט דאָרט באם אלטן וועג, געדענקסט? 


די ארומיקע בערג, שטיליפארטראכטע, וי זיי װאָלטן געדרעמלט, 
האָבן באקומען א טונקל-גרינע פארב. קאמיל ברעגער האָט געשפּאנט איג- 
מיטן פון א גרויען צעפאָרענעם וועג, ערטערװײַז אינגאנצן א פארוואק- 
סענעם, 

דער אלטער וועג, װאָס האָט, װי א ספיראל, זיך געשלענגלט בארג- 
אֹרוף, האָט אמאָל באטײַט לעבן: איבער אים האָבן הוצולן אף קליינע 
בארג-פערדלעך, אָנגעלאָדענע מיט פעסער שאָפּענעם קעז, געריטן אין 
שטאָט ארײַן און ספּלאווניקעס מיט העק פארװאָרפן איבער די אקסל האָבן 
זיך אומגעקערט פון די וואסערן; איבער אים האָבן קאָנטראבאנדיסטן גע- 
פירט באנאכט זייערע פארבאָטענע סכוירעס און זשאנדארן האָבן געטריבן 
צו די טורמעס פּאָליטיארעסטאנטן; איבער אים האָט מען באגעגנט כא- 
סענעס און באגלייט לעװײַעס; איבער אים זײַנען יונגע ברײטפּלײיציקע 
באָכערים אוועק אין דער װעלט און זיך אומגעקערט צוריק מיט דעם 
זעלבן וועג גרויע, אָפּגענארטע... איבער אים האָט מילקע טאָפּאָליאק איניי- 
נעם מיט בליומע' דעם וואלדהעקערס טעכטערל צעזייט די ערשטע בליטן 
פון זייער יונגער ליבע, 

איצט האָט געשפּאנט איבער אים קאמיל ברעגער. 

ער איז געגאנגען מיט א ברייטן שפּאן, װי ער װאָלט מוירע געהאט, 
ס'זאָל די נאכט אינמיטן וואלד אים ניט פארכאפן. און אים זײַנען נאָכ- 
געלאָפּן די פּאָלעס פון זײַן צעשפּיליעטן זומער-מאנטל, װאָס איז לעפיש 
געהאנגען אף די פּלײיצעס, אָט-אָט װועט ער אליין זיך אױיסטאָן... פון ביידע 
זײַטן וועג האָבן ווילד-צעוואקסענע סאָסנעס שווער זיך געוויגט, 

פון צװוישן די סאָסנעס האָט זיך אױסגעפּלאָנטערט א געשטאלט פון א 
יונג בארג-מיידל אין א װײַס אויסגענייט העמד מיט א ברייטן דרליפאר- 
ביקן גארטל ארום די לענדן. די צעפּ -- קופּערנע, װי צײַטיקע קאשטא- 
נען, פארפלאַכטן, וי א האלבע לעװאָנע, איבערן קאָפּ. ווען קאמיל האָט 
דאָס מיידל אָפּנעשטעלט, האָט זי געקוקט אף אים מיט לענגלעכע שטילע 
אויגן, עטװאָס פארנעפּלטע, צונויפגעצויגן די דינע בויגנס פון די ברעמען 
און מיט פארװווּנדערונג איבערגעפרעגט: 

-- איליאש... מײַן פאָטער? 

קאָמיל אֹיז איבעראשט געװאָרן: ,ענלעך, װוי צוויי טראָפּן טויףי 


13 


ער האָט זיך אָנגעשטױסן, אז דאָס דארף זי מיסטאמע זײַן, דעם אלטנס 
ייִנגסטע טאָכטער.י זעט אויס, דער אלטער האָט איר ניט דערציילט וועגן 
זײַן באזוך,. 
זי האָט איִם אָנגעוויזן אף א נאענטן רויטיגעפארבטן דאך, און א 
שמייכל האָט געשפּילט אף אירע רויטע פולע ליפן, 

-- אָט דאָרט װוינען מירן 
| און קאמילן האָט זיך אויסגעוויזן, אז ער הערט גאָר' אנדערע װערטער: 
,פאָרסט טאקע, אינדערעמעסן, מילקע?" 

אין זײַנע אויגן האָט אופגעלויכטן א באהאלטן פליערל, א שפּיל געטאָן 
מיט יונגן ברען און באלד פארלאָשן געװאָרן, אונטערן הארץ האָט עפּעס 
מוירעדיק געקילט. און ווען זי האָט מיט לײַכטן שפּרינגענדיקן גאנג זיך 
געלאָזט בארג-אראָפּ, האָט ער מיט א פארטראָגענעם בליק איר נאָכגער 
קוקט, ביז זי איז אינגאנצן פארשוווּנדן געװאָרן, 

קאמיל איז געשטאנען װי צוגעקאָװעט. די באגעגעניש האָט ארויסגע- 
רופן א גאנצן שטראָם דערמאָנונגען, צעבלאָזן פונקען פון א לאנג שוין 
אויסגעלאָשן פײַער, 

פּונקט אזא פארנאכט איז דעמלט געווען. א לויטערער, א בלויער, נאָר 
א הארבסטיקער. די ביימער האָבן אוסגעטאָן די גרינע פארב, געװואָרן 
ברוין, רויט און געל. אין די וועלדער האָבן די פייגל פארן אָפּפְליֶען די 
לעצטע' לידער אויסגעזונגען און פון זייער טרילערן איז דער פארנאכט 
נאָך לויטערער געװאָרן, 

בליומע, ראכמלעלס טעכטערל, האָט געווארט אף אים. אין א ביליק 
געל-געבלימלט קליידל, װאָס האָט אונטערגעשטראָכן יעדן בייג פון איר 
שלאנקן קערפּער. די ברוינע האָר, זאָרגפעליק פארנומען הינטער די 
אויערן, האָבן אָפּגעדעקט א קינדעריש איידל פּאָנעם מיט כיין-גריבלעך 
בא די מויל-ווינקלען. או ווארעמער שמייכל איז געלעגן אף אירע צארטע, 
פליכטע! ליפּן, | 

לאנג האָבן זי ארומגעשפּאצירט אין יענעם פארנאכט. 

קאמיל האָט געהאלטן אין זאך ברייטער קרעפטיקער דלאָניע בלוימעס 
האנט, 

-- כ'וועל יעדן טאָג דיר שרײַבן! ס'איז גאָרניט אזוי װללט,. 

זי האָט אופגעהויבן אף אים די פארנעפּלטע אויגן, צונויפגעצויגן די 
דינע בויגנס פון די ברעמען, זיך באגעגנט מיט זײַן טיף-בלויען בליק. 

-- װעסט נישט פארגעסן, מילקע? 

-- כ'וועל דיך ארויסנעמען... ס'וועט קיין סאך נישט דויערן.. 


- קאמיל האָט דורכגעשניטן א יונג וועלדל און ‏ ארויסגעקומען צו 
ייִשׂעון, װעלכן ער האָט אינגאנצן ניט געדענקט, נײַע הילצערנע הליזערך 
מיט הויט-געפארבטע בלעכענע דעכער, פארזונקענע אין גרינע סעדער. 
פון די זומערדיקע קיכן האָט דורך די קוימענס געשפּארט א דינער בלויי 
לעכער רויך. עפּעס א פרויעןישטים האָט עמעצן גערופן עסן וועטשערע. 
ערגעץ-װווּ האָט א סקריפּע געטאָן און פארמאכט זיך א טיר, א קליין קינד 
האָט זיך צעוויינט און באלד אופגעהערט. אין דער געדיכטקײַט פון די 


15 14 


ביימער האָבן פּלוצעם זיך אופגעכאפּט פייגל, מיט א ליארעם צעפאָכעט 
זייערע פליגל און פּונקט אזוי אומדערווארט אנשוויגן געװאָרן, 

א מילדע רו האָט באגעגנט קאמילן פארן הויז פונעם אלטן ספּלאװ- 
ניק. צוויי רייען ביימער האָבן געבויגן פאר אים זייערע שװוערע. מיט 
פרוכטן באלאָדענע צװײַגן. זיי האָבן לײַכט געציטערט, און אף די פולע 
צליטיקע עפּל האָט זיך אָפּגעשפּיגלט דער רויטער זוך-פארגאנג, 

וי נאָר קאמיל האָט אריבערגעטראָטן די שוועל, איז דאָס ערשטע, װאָס 
ער האָט דערזען, געווען א בילד, װאָס איז געהאנגען צװישן ביידע פענצ- 
טער אנטקעגן דער טיר, פונעם בילד האָט אראָפּנעקוקט אן אלטע הוצול- 
קע אין א געבלימלט טיכל, מיט אָן א שיר קארעלן אף דער ברוסט. עט" 
לעכע פּאפּירענע בלומען האָבן מיט א טויטער פארב באצירט דאָס שוואר- 
צע רעמל. זעט אויס, איליאשס פארשטאָרבן װײַב. קאמיל האָט געקוקט 
אף איר, װי ער װאָלט אין די דינעע קנייטשן פון איר פּאָנעם געזוכט אן 
ענלעכקײַט צו איר יונגער טאָכטער, וועלכע ער האָט נאָרװאָס באגעגנט, 
די עלטער אָבער האָט פארטיליקט יעדן שפּור פון אמאָליקער יונגפרוייש- 
קײַט, און קאמיל האָט אפילע א װײַטע ענלעכקײַט אויך ניט געפונען, 

דער טיש איז געווען געדעקט, און, װוי געוויינלעך אין א הוצולישער 
שטוב, זײַנען געשטאנען צוגעגרייט צוויי ערדענע קריגעלעך, קונציק 
באמאָלטע מיט אלערליי פארבן, און א קליין פעסעלע װײַף פון װעלכן 
עס האָט געשמעקט מיט קעלער, 

-- פארװאָס עפּעס צוויי קריגעלעך! און װוּ איז דײַן טאָכטער? -- האָט 
קאמיל זיך ניט װיסנדיק געמאכט, 

דער אלטער האָט גענומען זיך פארענטפערן: 

-- פארשטייסט, אין קלוב איז הײַנט א וועטשער:.. או קאָמסאָמאָלסקי 
וועטשער... סטודענטן, יונגע ספּלאווניקעס... נו, װי אין אונדזערע צליטן 
אף דער טאָלעקע... -- באלד האָט ער זיך אָבער געכאפּט, אז דער פאר- 
גלײַך איז ניט קיין געראָטענער. --ניט אינגאנצן אזוי.. דאָרטן איז וי 
אין א טעאטער, פארשטייסט? 

זי האָבן אויסגעטרונקען צו קריגלעך װײַן, און איליאש האָט נאָכאמאָל 
אָנגעהױבן דערציילן וועגן קלוב, װאָס זעט אויס װי א טעאטער. װעגן 
לונגע ספּלאוניקעס, װאָס לערנען זיך אין די הויכשולן, ווערן אינזשע- 
ניערן, וועגן זײַן פּענסיע, װאָס זיכערט אים א רויִקע עלטער. וועגן דעם, 
אז פרלער האָט מען אפן טײַך געטריבן ספּלאוועס פון א פופציק קובאָמע- 
טער, און אויב זיי פלעגן זיך פארטשעפּען אין די שטיינער, האָט מען דאָס 
געהילץ געשלעפּט אף זיך, ביז די הויט איז אָפּגעקראָכן פונעם לײַב. איצט 
שווימען אף דעם זעלבן טײַך ספּלאוועס ביז פינף הונדערט קובאָמעטער 
און בא די ברעגעס ווארטן אף זיי הייבקראנען. נאָכן צווייטן קריגל האָט 
ער פאָרגעזעצט דעם זעלבן שמועס: 

-- װאָלסט געגלייבט, קינדער פון ספּלאוניקעס, װי בא פּריצים, אין 
די אינסטיטוטן,,. מײַן קליינע ווערט אויך אינגיכן אן אינזשעניער. א 
וואלד-אינזשעניער! שטעלסט זיך פאָר, א פרוי װעט קאָמאנדעװען אין 


1 אן אָװגט, 


15 


די וועלדער,.. דער זון מײַנער האָט אויך געלערנט, געטריבן ספּלאוועס, 
אפדערנאכט זיך געלערנט. ווען ער האָט געענדיקט, איז ער געווען בא 
די פערציק. איצט איז ער א' טעכנאָלאָג, אמאָל האָט עס געהייסן א האָלץ- 
באאמטער, 

אוֹיך דאָס מאָל איז דער אלטער ניט אינגאנצן זיכער געווען אין דער 
ריכטיקײַט פונעם פארגללַיך, דערפאר עפשער האָט ער פּלוצעם א פרעג 
געטאָן; 

-- און דו האָסט אוואדע! שוין דערוואקסענע קינדער? 

קאמיל האָט אים צוגעװאָרפן א זײַטיקן צעשטרייטן בליק, זײַן פּאָנעם 
האָט פארצויגן א קרומער שמייכל. ער האָט ניט געענטפערט. ס'איז געווען 
קענטיק, אז ער וויל אויסמײַדן א שמועס וועגן זיך. נאָר דער אלטער איז 
פאראקשנט צוגעשטאנען: 

-- ביסט מיסטאמע פארמעגלעך? 

קאמיל האָט א זופּ געטאָן עטלעכע שלונג װײַן. א לײַכטע אופרעגונג 
האָט געציטערטי אין זײַן קאָל; 

-- װאָלסט געקאָנט טרעפן, װאָס פאר א געשמאק איך פיל אין דײַן 
װײַן? ניין, זאָגסטו, און װאָס ס'שוט זיך בא א מענטשן אין דער נעשאָמע? 

ער האָט מיט אומרו געקוקט אף איליאשן, וי ער זאָל. זיך האָבן דער- 
שראָקן פאר זײַן אייגענער שטים. דער געדאנק האָט אים פארטראָגן צו א 
גרויסער שטאָט, באם ברעג פון א גרויסן יאם. פארשיידן האָט די שטאָט 
באגעגנט אירע אלינוווינער, 

אייניקע זײַנען באלד נאָכן אָנקומען פארטראָגן געװאָרן אין לאבירינט 
פון באנק-הליזער און בירזשעס, וי פארקישעפטע זיך געפּלאָנטערט אין 
בלענדעניש פון טויזנטער שרײענדיקע רעקלאמעס. ארום זיי האָט פאר- 
פירעריש געװועלטיקט אן איין-און-איינציקער באגריף: ,ביזנעס", און, וי 
א ריזיקע שפּין, זיי פארוועבט אין אירע נעצן. אנדערע האָבן געקלעפּט 
צו שטומע פאבריק-טויערן און גרייט געווען פאר יעדער פּרײַז צו פאר- 
קויפן זייצרע הענט, 

קאמיל האָט געבראכט מיט זיך דעם טאטנס ברייטע, הארטע פױסטן, 
יונגע קויכעס אף איבערצוקערן װעלטן און דעם גלויבן, אז א גרויסע 
שטאָט איז א גרויסער מאלעך... לאנג אָבער האָט ער ארויסגעקוקט אפן 
,גרויסן מאלעך". ער האָט אים געזוכט אין די פאבריקן, װוּ ער האָט קיין 
ארבעט ניט באקומען, באם פּאָרט, װוּ ער האָט פאר האלב אומזיסט אויס- 
געלאָדן שיפן, און ווען דאָס איז אויך ניט געווען, האָט ער געקוקט אפן 
,שטילן? אַקעאן און אין פליעסק פון די כוואליעס געהערט דעם רויש פון 
זײַן היימישן טײַך, 

בעסאָד האָט ער געשריבן בליומען: ער באדויערט, װאָס ער איז אוועק" 
געפאָרן. ער איז ניט פאר אזא גרויסער שטאָט. ער איז א ספּלאוניק און 
בענקט צום טײַך, װי א פארשפּארטער פויגל צום וואלד.,. ער װעט איגי 
גיכן זיך אומקערן, סיפעלן אויס עטלעכע דאָלער אף הױצאָעס. 

און יאָגנדיק זיך נאָך די ,צטלעכע דאָלער", האָט ער ניט באמערקט, 
וי די צײַט איז הינטערשטעליק געבליבן, און ווען אָט דאָס געיעג האָט 
צוגענומען בא אים אלע דרײַ הונדערט פינף און זעכציק טעג פון יאָר און 


1--6 16 


ניט איבערגעלאָזט אפילע קיין איין טאָג אף צו בענקען, האָט ער אינגאנצן 
אופגעהערט צו שרײַבן, | 

נאָר באנאכט פלעגט ער, װי אין כאָלעם, זען די קארפּאטן-בערג., און 
צװישן די בערג בלאַנדזשעט ארום בליומע איינע אליין. אין װײַסן שאלכל 
זעט זי אויס װי א קאלע, 

אזוי איז פארגאנגען א טאָג נאָך א טאָג. און ווען קאמיל האָט ווידער 
זיך דערמאָנט אין זײַן היים, אפילע אָפּגעשפּאָרט א פּאָרן דאָלער אף צו 
שיקן, איז די וועלט אין פלאמען געשטאנען און זײַן װײַטע היים איז 
אָפּנעגאנגען איף בלוט, 

נאָכדעם וי די גרויסע! כוואליע פון געשעענישן האָט זיך אײַנגעשטילט, 
האָט קאמיל אָפּגעשיקט א דעפּעשע, און אין א צײַט ארום איז געקומען 
(אן ענטפער. ער איז געווען קורץ און טרויעריק: , פון אײַער מישפּאַכע 
איז, ליידער, קיינער ניט געבליבן". קאמילן איז געװאָרן פינצטער, גלײַך 
ס'װואָלט זײַן אייגן לעבן זיך אױיסגעלאָשן, און די בײַטעלעך אונטער די 
אויגן זײַנען גרעסער געװאָרן, | 

און דאָך האָט זיך אים אויסגעוויזן, װוי אין בלוילעכן קאָנװוערט אין א 
שטיק היימישער הימל פארפּאקט. ער האָט געװוּסט: איצט האָט ער דאָרטן 
קיינעם ניט, נאָר טיף אין דער נעשאָמע האָט געטליעט א פונק פון בענק- 
שאפט צו די בערג, צום טײַך, צו די מענטשן, װאָס װוינען דאָרט, 

,עפשער איז פאָרט עמעצער געבליבן?"- האָט ער אינדערשטיל 
געהאָפט אף או נעס. 

ער האָט גענומען אָפּלײיגן א דאָלער צו א דאָלער. ער האָט זיי גע- 
קליבן לאנג און אקשאָנעסדיק, און באשטאנען זײַנען זיי פון א ניט-דער 
רעסענעם אָנבליסן, פון אן איבעריקער שאָ ארבעט, פון פריִע מאָרגנשאָען, 
דערשלאָפענע אונטערוועגס צו דער װײַטער פאבריק. 

-- גאָרנישט האָב איך ניט!-- האָט קאמיל געשטילט דעם אלטנס נל- 
גער. -- ניט קיין פארמעגן, ניט קיין קינדער. מײַן גאנץ פארמעגן איז די 
טוריסטן-קארטע, װאָס דארף מיך אָפּפירן צוריק, 

איליאש האָט אופמערקואם זיך אײַנגעקוקט אין זײַן גאסט, און ער 
האָט פילדליטיק, װי סטאם אין דער וועלט ארלײַן, א זאָג געטאָן: 

-- דאוז 

קאמיל האָט גענומען אויסלייגן פארן אלטן ספּלאװניק דעם גאנצן 
פּלאָנטער פון זײַנע דרי צענדליק יאָר, און צום סאָף האָט ער או פרעג 
געטאָן; 

-- ראכמלעל דעם וואלדהעקער האָסטו געקענט? ער האָט געהאט א 
טאָכטער בליומע, 

דער אלטער איז אים ארלינגעפאלן אין די רייך: 

-- בליומע, זאָגסטו?,. מײַן יינגסטע טאַכטער הייסט אויך בליומע. 
עמעס, מ'האָט געמוזט בײַטן איר נאָמען מיר רופן זי פלאָרא. צײטן 
אזעלכע געווען... אָבער זי װוייסט, אז איר עמעסער נאָמען איז בליומע. 
זי ווייסט אלץ, 


1 יאָ, 


17 


בא קאמילן האָט א ציטער געטאָן דאָס גאנצע לײַב, וי נאָדלען װאָלטן 
אונטער דער הויט ארומגעלאָפן. עפּעס א פאָרגעפיל האָט זיך ארײַנגע- 
גאנוועט אין זײַן נעשאָמע, 

דער אלטער איליאש האָט זיך טיפער אײַנגעטוליעט אין זײַן אויסגע- 
נייט פּעלצל אָן ארבל, צוגעמאכט די אויגן, אזוי איז, װײַזט אויס, לליב- 
טער צו גריבלען זיַך אין אלטן מויעך, און שטיל, גלײַך ער װאָלט גערעדט 
פון שלאָף, אָנגעהױיבֿן דערציילן די געשיכטע פון זײַן טאָכטער, װאָס האָ 
געהייסן בליומע און געמוזט הייסן פּלאָרא, 

..ס'איז געווען אין צווייטן מילכאַמעײיאָר. שפּעט הארבסט. קיין ספּלא- 
וװועס האָט מען שוין ניט געטריבן, דער טײַך איז געווען צו שטורמיש, 
אכוץ צוויי פארגעסענע פּליטן, װאָס האָבן עלנט זיך געפּליעסקעט באם 
ברעג, איז מער גאָרנישט ניט געווען. איליאש איז געשטאנען באם וואר. 
סער און ארויסגעכאפּט פארפוילטע. קאָרטשעס, וועלכע זײַנען געשװוּמען 
פון די אייבערשטע! וועלדער. ער האָט געװוּסט, אז אין אזא װועטער, ווען 
דער' דרויסן גיסט מיט קאלטע רעגנס, דער ווינט רײַסט שטיקער פון די 
נאקעטע צװײַגן און די וועלט איז אײַנגעהילט אין טונקל-גרויע נעפּלען, -- 
אין אזא וועטער איז לײַכט צו פארזאָרגן זיך מיט א ביסל האָלץ אף וויג- 
טער, 

פּלוצעם האָט ער דערהערט, װי הונדערטער טריט קנעטן די ליימיקע 
בלאָטע, איבערן שליאך, לענגויס דעם ברעג, האָט פון דער גרױקײַט זיך 
אויסגעשיילט א שווארצע מאכנע מענטשן, אויסגעווייקטע פון רעגן און 
אײַנגעבראָכענע פון קעלט. זיי זײַנען געגאנגען די קעפּ אראָפּגעלאָזט, וי 
נאָך א לעװײַע, און שיקערע קוילעס, װי קנאקנדיקע בײַטשן, האָבן אָפּי 
געהילכט אין דער גרויער לײידיקײַט און זיך אויסנעמישט מיטן הייזעריקן 
בילן פון בייזע: הינט. און נאָך איידער איליאש האָט באוויזן זיך פאנאג- 
דערקלײיבן, וועמען מע פירט, האָט עמעצער אים ארײַנגערוקט עפּעס אין 
די אָרעמס, אזוי גיך, אזוי פלינק.., 

-- ראטעווע, איליאש! בליומע רופט מען זי... געדענק, בליומע... 

פון אונטער א שווארץ טיכל האָט א בלענד געטאָן א בלייך פּאָנעם, 
צוויי ברענענדיקע אויגן אָן טרערן, װײַטער גאָרנישט... ווען ער איז צו- 
זיך געקומען, איז די קאָלאָנע שוין געווען װײַט און אין זײַנע הענט איז 
געלעגן א פּיצל קינד, עס האָט געשוויגן, גלײַך סװואָלט פארשטאנען, אז 
זײַנע אכט-נײַן כאדאָשים זײַנען אין א סאקאָנע. 

דאָס ערשטע מאָל האָט דער ספּלאװניק איליאש דערפילט די שרעק 
פארן טויט, און ניט אזוי פאר זיך, וי פאר דעם אייפעלע, װאָס עמעצער 
האָט אים אָנפארטרױט. ער האָט געטראכט: גיין מיטן וועג צו זיךְ אהיים 
איז א געפאר, לאָזן זיך מיט די װועלדער, דארף מען עטלעכע מײַל אראָפּי 
שווימען מיט א ספּלאוו אף אזא ווילדן צעבושעוועטן טײַך, װאָס קאָן יעדע 
רעגע פארשלעפּן צו די שטיינעריקע אָפּגרונטן. און דאָך האָט ער אויסגער 
קליבן דעם טײַך: פאָרט א לעבן לאנג פארבראכט אף זײַנע ואסערן 
איליאש ווייסט דאָ יעדע ווענדונג, יעדן פעלדז. ס'זאָל נאָר קויכעס סטײיען 
זיך צו אמפּערן מיטן שטראָם. ער האָט אָפּגעבונדן איינעם פון די צוויי 
פּליטן, פעסט צוגעטוליעט דאָס קינד צו דער ברוסט און זיך אװעקגעלאָזט 


18 


אין סאמע מיט. דער טײַך האָט געזאָטן, באגאָסן איליאשן מיט קאלטע 
שוימיקעע וואסערן, נאָר איליאש איז געשטאנען װי צוגעקאָװעט און מיט 
דער קערמע! געשפּאָלטן די פארנעפּלטע אויבערפלאך.. 

דער אלטער האָט שוער אָפּגעאָטעמט. זײַן קאָל האָט געכריפּעט, װוי בא 
א מענטשן, װאָס וויל וויינען און קאָן ניט, 

-- פון דעמלט אָן זײַנען א היפּש ביסל יאָרן פארגאנגען,. בליומע איז 
אויסגעוואקסן, און קיינער איז נאָך איר ניט געקומען. קיינער האָט דעם 
כויוו ניט אָפּגעמאָנט... 


אין שטוב איז געװאָרן אומהיימלעך-שטיל, צום אָפענעם פענצטער איז 
צוגעפאלן דער אָװונט, צוגעפאלן מיטאמאָל, וי געוויינלעך אין די בערג. 
דער גאנצער הויף האָט זיך אָנגעפילט מיט א געדיכטער בלױיקײַט, נאָר 
פאר די ביימער האָבן באוועגלאָז זיך געוואלגערט שווארצע שאָטנס. 

איליאש האָט געקוקט אין טונקעלן דרויסן, װי אף יענער זײַט װאָלט 
נאָך עמעצער געזעסן און אים אויסגעהערט, און ער האָט ניט באמערקט, 
װי קאמיל האָט אינגאנצן זיך געביטן. דאָס פּאָנעם אין מיטאמאָל גרױי 
געװאָרן, לענגלעך און אײַנגעפאלן, די אױיסגעלאַשענעע אויגן האָבן אָנגע- 
הויבן ברענען, װי בא א פיבערדיק קראנקן, און זײַנען פארגאָסן געװאָרן 
מיט א גשדיכטער פליכטקטיט, 

פּלוצעם, וי ער װאָלט זיך געכאפּט, אז עמעצער קאָן קומען צונעמען 
בא אים זײַן טאָכטער, האָט דער אלטער אויסגערופן; 

-- איצט איז זי מײַן איינציקער אָנשפּאר אף דער עלטער!. 

און אין א װײַלע ארום צוגעגעבן; 

-- א שאָד, װאָס זי איז הײַנט פארנומען... קום אריבער מאָרגן, וועסטו 
ריידן מיט איר אף דײַן לאָשן, אף ענגליש, 

קאמיל איז געווען דערשיטערט פונעם אלטנס דערציילונג. ער האָט 
ניט פארשטאנען, װאָס סיטוט זיך מיט אים; זײַן יוגנט, זײַן ליבע, די צע- 
שיידונג, דער גוירל פון בליומען --אלץ האָט זיך צונויפגעגאָסן איניי- 
נעם, זיך געדרייט אֹרום אים, װוי אין או ווילדן וויכער. מאָדנע געדאנקען 
האָבן זיך געפּלאָנטערט אין זײַן קאָפּ. מוטנע און ליכטיקע. ער האָט ניט 
געוװוסט, וויאזוי זיי אָנצורופן. עפּעס שטארקע, ביז איצט אומבאקאנטע 
געפילן האָבן באהערשט זײַן געמיט. ער האָט געטראכט: אין אנדערע אומ- 
שטענדן װאָלט עפשער אָט דאָס יונגע מיידל, װאָס איליאש האָט געראטע- 
וועט, געווען זײַן טאָכטער, זײַן אייגן קינד, און ער האָט ארויסגעבראכט 
אף די ליפּן די וויכטיקסטע, איינציקע, אָפּגעריסענע װוערטער, נאָך וועלכע 
קיין שׁוֹם אנדערע זײַנען שוין ניט נייטיק; . 

-- ס'איז מײַן טאָכטער, איליאש! 


אין זײַן צעברויזט געמיט האָבן זיך צעפלאקערט פונקען פון אן אויס- 
געלאַָשענעם כאָלעם, 


ער איז געווען מער װי זיכער, אז דאָס איז בליומעס טאָכטער. און 


* וועסלע, 


19 


פון הײַנט אָן װועט ער איר דינען, וי א פאָטער. יעדע האָפענונג צו זען 
זײַן אמאָליקע בליומע איז לאנג צערונען געװאָרן. איצט האָט זי זיך פּלו- 
צעם אנטפּלעקט פאר אים יונג, שיין, אזא האָט ער זי פארלאָזט מיט דרלי- 
סיק יאָר צוריק. קיין אנדער בליומע האָט ער אינגאנצן ניט געקענט. און 
ער האָט זיך צוגעבויגן צו איליאשן און מיט א בעטנדיק קאָל ארויסגע- 
זאָגט: | 

-- כ'האָב יאָרנלאנג זי געזוכט... צוליב איר האָב איך די װײַטע רײַזע 
געמאכט... מער האָב איך קיינעם ניט אף דער גאָרער וועלט... וועסט מיר 
אָפּנעבן דעם כויוו, איליאש? 

ס'איז געווען קימאט װי א יאָמער, זײַן שטים אין געװען צעבראָכן 

דער אלטער ספּלאווניק האָט זיך פארטראכט., 


צוריקגעקומען אין האָטעל איז קאמיל ברעגער שפּעט באנאכט. סאיז 
געשטאנען א שווערע, טויבע שטילקײַט, גלײַך פון די שכיינישע צימערן 
זײַנען אלע זיך צעפאָרן, ער האָט ניט אָנגעצונדן קיין ליכט, אינדער- 
פינצטער אױסגעטאָן דעם מאנטל, אופגעהאנגען אף אים זײַן בערעט. עס 
האָט אויסגעזען, װי מיטן פּאָנעם צו דעה וואנט שטייט נאָך א מענטש, 
שטייט באװועגלאָז און פארטיפט, און קאמיל פרעגט זיך נאָך בא אים; 

-- װוי מיינסטן, מוועט דערלויבן מיר צו בלײַבן?. כוועל טרײַבן 
ספּלאװעס,.. כלעבן, כ'האָב עס נישט פארגעסן. 

זײַן הארץ האָט זיך א וויג געטאָן פון עפּעס א ווארעמען קלאפּ, 

ער האָט אופגעעפנט דאָס פענצטער, און די נאכט, פול מיט סוידעס- 
פולש קלאנגען, האָט געצערטלט זײַן פריצײַטיק אלט געװאָרן פּאָנעם. זײַן 
מויעך האָט צונויפגעלייגט װערטער פאר א מאָרגנדיקן גרויסן און וויכ- 
טיקן געשפּרעך. 

און װײַט אף יענער זײַט בארג האָט דער טונקעלער הימל אופגע- 
דעקט א ברייטן זילבערנעם פּאס ליכט, 

א נײַער מאָרגן איז געבוירן געװאָרן.. 


אַלעקסע 


פּעט אין אָװגט, 

איך בלעטער מײַנע נאָטיצן, װאָס כ'האָב אָנגע- 
זאמלט פארן זומער, געפינענדיק זיך אין די װײַטע 
קארפּאטן-בערג. פון יענער זײַט פענצטער וייעט א 
פײַכטער הארבסט-ווינט און וויגט די שאָטנס פון די 
נאקעטע אקאציע-ביימער, שווערע רעגן-טראָפּנס פּויקן 
אקשאָנעסדיק אין די טריבע שויבן. און מיר דאכט, 
אז דאָס ווייען אזוי די אײביקע. ווינטן בא די פּוסטע ברעגן פונעם ווילדן 
רוישיקן טשערמוש, גללַך זיי װאָלטן א טרויעריקע ליד פארפאסט באם 
דענקמאָל פון דער יונגער פּארטיזאנערן מיט דעם גאָלדענעם אופשריפט 
אפן קאלטן מירמלשטיין; 

,אלע לעבעדיקע װועלן שטענדיק דיר דאנקבאר זײַן, 


מיט אימפּעט קײקלט דער טשערמוש זײַנע וואסערן צװישן אוראלטע 
צעצװײַגטע וועלדער און גרויע, מיט מאָך באדעקטע סקאלעס. און װאָס 
װײַטער ער פליסט, אלץ העכער װערן זײַנע ברעגן, און טרויעריקע ווער- 
בעס בייגן איבער אים זייערע גרינע צעשויבערטע צװײַגן, 

און שטיל איז ארום אים... 

אזא סוידעספולע בעריישעסדיקע שטילקײַט פּלאָנטערט זיך אין זיַן 
גערויש. די בערג דרעמלען, װוי מעכטיקע כײַעס, פארװאָרפן די קעפּ אֹף 
אויסגעצויגענע לאפּעס, און ס'איז קוים צו גלייבן, אז די זעלבע בערג 
האָבן ניט איין מאָל געזען פאר זיך אויסלענדישע האָרדעס, גיריקע נאָך 
פרעמדן גוטס, געזען גאזלאָנישע איבערפאלן און העלדישן ווידערשטאנד.. 

פּליטנטרײַבער מיט אָפּנעצױגענע שטרענגע פּענעמער, וי אויסגעהא- 
מערטע פון גראניט, טראָגן זיך ארום איבערן טײַך פון קאיאָר ביז װוײַט 
נאָך זוןדפארגאנג און שטעלן אף נאכטלעגער זיך אָפּ בא די שטיינערנע 
ברעגן, ווארעמען זיך באם פלאם פון צעלייגטע פײַערן אוֹן זעען אין לע- 
װאָנעינעכט דעם געיעג פון שווארצע רוסאלקעס אף די זילבערנע טשער- 
מוש-כוואליעס.., 


21 


אין די פארנאכטן, ווען די זון צינדט אָן די גרינע בארג-שפּיצן, צע- 
גליט זיך איבערן גאנצן האָריזאָנט א ריזיקע פײַער-שײַן. רוט װערט 
דעמלט דער טשערמוש, בלוטיק-רויט, גלײַך וי אין זײַן טיפן אָפּגרונט 
װאָלטן אונטערערדישע בלוטיקוואלן געשלאָגן, 

אין דער שפּיל פון טאָג און נאכט ווערן אָפט פאנטאסטישע געשטאלטן 
געבוירן, א בונטער געוועב פון װוּנדערלעכע לעגענדעס. לעגענדעס, גע- 
מישטעי פון פרייד און טרויער, פון מוט און אומעט. יעדער דאָר האָט, וי 
א טרייסט, זיי אויסגעזונגען, זיי איבערדערציילט, ארײַנגעוועבט אין זֵיי 
נײַע געדאנקען, נײַע קלאנגען, נאָר געאָטעמט האָבן זיי שטענדיק מיט 
טיפער בענקשאפט און צארטער ליבע... 

האָב איך דעם לעצטן זומער בא די זעלבע ברעגן אן אלטן פּליטנטרלי- 
בער געטראָפן, מיט אן אלטן הוצולישן נאָמען --יערעם. ער איז געווען 
אָנגעטאָן אין װײַסע לײַוונטענע קליידער מיט רויטן ביסער אויסגענייט, 
און סונקט אזעלכע לאנגע װײַסע האָר האָבן זיך געפאלדעוועט ביז די 
איקסל, 

פון געוװינהײַט צי עפשער פון בענקשאפט איז ער געזעסן לעבן אן 
אלטער פּויערישער כאטקע, וי לעבן א פארלאָזט צלאָמים-שטיבל, און 
אויסגעזען האָט ער אליין, וי נאָרװאָס ארויסגעשפּאנט פון עפּעס א גאָר 
פארצליטיקער הוצולישער לעגענדע.. 

אנטקעגן האָט פאריסן צום הימל זײַנע שפּיצן א שטיינערנער בארג, 
בא וועלכן דער טשערמוש פארהאלט אף א װײַלע דעם לויף פון זײַנע 
וואסערן, װוי ער זאָל װעלן אן איבעריק מאָל א קוק טאָן אף דער גרויער 
פעלדזיקער נאקעטקײַט, ארום אונדז איז קיינער ניט געווען, און ס'האָט 
אויסגעזען, װוי אף דער גאָרער וועלט איז פאראן נאָר דער אלטער יערעם 
און איך, 

יערעמס טיף-גערונצלט פּאָנעם איז געווענדט געווען אף מײַרעוו, זײַן 
בליק האָט נאָכגעפאָלגט דעם געראנגל פון ליכט און שאָטן, װאָס איז אין 
אַטגלאנץ פוֹן דער אונטערגייענדיקער זון אָנגעגאנגען אפן סאמע בארג- 
שפּיץ און וי אין בלענדעניש אויסגעפורעמט א רױט-װײַטן סילועט פון 
א צארטן פרויען-געשטאלט, 

-- זעט, וי זי הענגט איבערן אָפּגרונט... גלײַך זי װאָלט עמעצן גע- 
זוכט.., 

זײַנע שווארצאפּלען אין די אלינגעפאלענע אויגן האָבן געלויכטן און 
זײַן קאָל איז געווען קלינגעוודיק, װי א געהיימע סטרונע װאָלט געשפּילט 
אין זײַן טרוקענער ברוסט. 

--- אַזוֹי אלעמאָל. ווען די פארנאכטז זײַנען לויטערע, 

כ'האָב אויך נאָכגעפאָלגט דעם פּורפּור-רױיטן פרויען-סילועט אין װײַסן 
געוואנט. דער בארג האָט מיר אויסגעזען פול מיט קישעף, און איך האָב 
אף א רעגע א טראכט געטאָן: װאָס װאָלט געוען, װען די פײַערדיקע 
ליפּן עפענען זיך פּלוצעם און א מעכטיקער עכאָ צעטראָגט איבער די 
בערג דעם נאָמען פון דעם, וועמען זי זוכט... 

עפשער האָט יערעם אויך אזוי געטראכט. 

-- וי נעכטן װאָלט עס געווען.. 


22 


ער האָט זיך אײַנגעהויקערט װי א קנויל, ארײַנגענומען אין די ליפן 
זײַן עטװאָס פארייכערטע װאָנצע און אָפּגעזעסן אזוי עטלעכע מינוט, 


בלעטער איך מײַנע נאָטיצן און פּרוּוו א שורע נאָך א שורע אויסלייגן 
אף פּאפּיר, װאָס ס'האָט אין יענעם פארנאכט מיר דערציילט דער אלטער 
יערעם, 


..װי נעכטן װאָלט עס געוען. אין אָט דער כאטקע האָט געלעבט 
אקיווע דער פּליטנטרײַבער. א װוּקסיקער, ברײטפּלײציקער, מיט א טונקל- 
ברוין געשטופּלט פּאָנעם, האָט ער דערמאָנט אָן אא דעמב. און די איינציקע 
טאָכטער זײַנע כײַע איז געווען יונג-רירעוודיק, מיט לאנגע שווארצע האָר, 
זעלטן-ווען פארפלאָכטענע אין צעפּ, און מיט שווארצע, וי נאסע קארשן, 
פינקלענדיקע אויגן, האָט זי אויסגעזען װי א רוסאלקע, װאָס איז נאָר- 
װאָס ארויסגעשפּרונגען פון די טשערמוש-טיפענישן און זיך ארלינגעצויגן 
צו אקיווען אין זײַן אָרעמער שטוב, 

א פּלישנטרײַבער איז אקיווע געװען א דוירעסדיקער. געלעבט וי 
זײַנע זיידעס און עלטערזיידעס בא די טשערמוש-ברעגן, זיך געטראָגן אֹף 
זײַנע שטורמישע וואסערן. און ניט איין מאָל געזען דעם טויט פאר די 
אויגן, 

אלט איז ער געווען ניט אזוי פון יאָרן, וי פון שווערער ארבעט-- 
זומער אפן טײַך, ווינטער אין די וועלדער, 

און די טאָכטער זײַנע, װי אפצולאָכעס דעם דאלעס, איז אויסגעוואקסן 
שיין װי דער טאָג און ווילד װי דער טײַך. גיפטיקע וואלדיפלאנצן, װאָס 
באם צורירן זיך צו זיי ווערט דאָס לײַב אופגעבלאָזן, האָט זי געפלאָכטן 
אין קרענצלעך און באפּוצט מיט זיי אירע שווארצע האָר, און קיין זאך 
האָט איר ניט געשאדט! זי האָט געהאט דעם כיין פון יענעם װוּנדערלעכן 
עלטער, ווען די קינדהײַט טרעפט זיך מיט דער יוגנט, ווען אף די ליפּן 
שפּילט נאָך אזא פּײַכטע פרישקײט און אין דער שטילער אָפּנהארציקײט 
פון די אויגן' גייט אוף דער הונגעריקער גלאנץ פון רײַפקײַט. אינדער- 
װאָכן פלעגט זי א באָרװעסע גיין איבער די בערג צו וואלדיסאָכרים 
וואשן גרעט, ראמען שטיבער, און טעכטער פון גרויסן ייכעס האָבן מיט 
קינע געקוקט אף דער ווילדער דינסט. 

א שטים האָט כײַע פארמאָגט א זעלטענע, א קלינגעוודיקע, וי דער 
רויש פונעם טײַך, און ווען זי האָט געזונגען, האָט זיך דאָס הארץ גע- 
פרייט, 

איינמאָל האָט א היגער יונגער פּאניטש, א דײַטש צי א רומענער, נע- 
הערט זי זינגען. געװוען אפילע צום אָנהײב אנציקט. אים האָט, װלזט 
אויס, פארכאפּט איר שפּילעװדיקער כיין. נאָר פּלוצעם איז זײַן פּאַנעם 
פארגאָסן געװאָרן פון קאס, און ער האָט איר שׂיר מיט זײַן בײַטש ניט 
דערלאנגט. װאָס איז דאָס פאר א טײװלאָניש געזאנג? 

אין די זומערדיקע זונטיקן, ווען הוצולישע יונגען און מיידלעך האָבן 


29 


זיך צונויפגעקליבן אף דער לאָנקע, און באם בעטלער אין זײַנע אלטע 
הענט האָט געציטערט די קאטערינקע, האָט כײַע געטאנצט אין קארא- 
האָד, און ס'האָבן געפינקלט אירע אויגן. ס'האָט, װי א ביימל אין ווינט, 
זיך געבויגן איר גוף און בליקן פון יונגען האָבן לײַדנשאפטלעך זיך גע- 
גארטלט ארום איר קערפּער, 

-- הלידא, כליקא! 

כײַע האָט געטאנצט, געזונגען, און אזויפיל צארטקײַט, אזויפיל בענק- 
שאפט איז געווען אין איר געזאנג.. אין אזעלכע מינוטן האָט זיך איר 
אויסגעוויזן, אז פאר איר איז קיין בעסער לעבן אף דער גאנצער װעלט 
ניט פאראן און ס'קאָן גאָר ניט זײַן 

און דאָס לעבן איז געגאנגען זײַן גלײַכמעסיקן, שווערן גאנג, געגאנ- 
גען גלײַכגילטיק און אומדערבארעמדיק צום מענטשלעכן גוירל, 


איז װוער וייסט, װוי לאנג ס'װואָלט אזוי געשפּינט זיך אקיוועס אָרעמ- 
קײַט, ווען ניט נײַע צײַטן, װאָס האָבן אויך דערגרייכט צו די טשערמוש- 
ברעגן; 

כײַע האָט פּלוצעם פארפלאָכטן די צעפּ, זיי אויסגעלייגט װי או קרוין 
איבערן קאָפּ, אָנגעטאָן דאָס איינציקע יאָמטעװדיקע קליידל אוז אוועק אין 
טאָל, לאנג זיך דאָרט געזאמט. און ווען זי האָט זיך אומגעקערט, האָט זי 
געטראָפן אקיווען האלטן אין זײַנע שערשאווע הענט אירע ביכלעך. זי 
געבלעטערט פון רעכטס אף לינקס, װי מע בלעטערט או סידער, און ניט 
פארשטאנען; צוליב װאָס דארף אזא מיידל װי כײַע פאטערן צײַט אֹף 
גיין אין די קלאסן, װי,. לעהאוודל, רײַכע פּאניעס. 

נאָר כליעס זעכצעטער זומער איז שוין אוועק אף נײַע וועגן.. 

אָבער א יאָר קוים האָט געדויערט, און די האָפענונגען זײַנען ווידער 
אויסגעלאָשן געװאָרן! 

אין איינעם או זונטיק האָבן צווישן די בערג זיך גענומען טראָגן קלאנ- 
גען, שוידערלעכע קלאנגען, פול מיט אומרו און פאכעד. 

מילכאָמע, 

אין יענעם זונטיק האָט דער אלטער בעטלער ניט געשפּילט אף זײַן 
קאטערינקע, יונגען און מיידלעך זײַנען זיך ניט צונויפגעקומען אף דער 
לאָנקע. כײַע איז לאנג געשטאנען באם טײַך. א פרלע מאָרגױ"זון האָט 
צעװאָרפן אירע יונגע שטראלן איבער זײַנע כוואליעס, און דער טשערמוש 
איז געווען רויט, װוי עמעצער אויבן, אין די וואלד-טיפענישן, װאָלט אים 
פארוווּנדעט און ער גייט אָפּ מיט בלוט., 

וי או שווארצע מאגייפע האָבן ווילדע רעציכעס זיך צעשפּרײט. טײַכן 
בלוט זײַנען פארגאָסן געװאָרן, עס האָבן געברענט הײַזער. אף טללעס 
האָבן געוויגט זיך שווארצע לײַבער פון געהאנגענע און איבער זי האָבן 
זיך געדרייט שווארצע װאָראָנעס, 

און װײַט אין די בערג האָבן אין טויבע נעכט צעלייגְט זייערע שׁלַי 
טערס די ערשטע נעקאָמענעמער.. 


24 


צו אקיוועס כאטקע האָבן די פּײַער-צונגען ניט דערגרייכט. צי דער- 
פאר װאָס ער איז געווען אָפּגעשניטן פון דער ארומיקער װעלט, צי אין 
ברען פון די ווילדע אָרגיעס האָט מען פּאָשעט פארגעסן אין אים. נאָר אין 
שטוב האַט מען געװוּסט, אז די טשערמוש-ברעגן זײַנען פארפלייצט מיט 
שרעק און טויט. מ'האָט געװוסט, אז מענטשן קאָן מען צעזעגז מיט א זעג, 
אז פרויען קאָן מען אופהענגען פאר די האָר און לעבן זי זאָלן ליגן 
זייערע געהארגעטע קינדער,.. און אלץ זאָל אָפּנעטאָן װוערן קאלטבלוטיק, 
וי מ'װואָלט געהאקט ביימער אין וואלד. און גללײַך װי אֹף דער וועלט 
װאָלט גאָר קיין מילכאָמע ניט געווען, פלעגט כײַע קימאט יעדן פארטאָג 
ערגעץ-וווּ אוועק און זיך אומקערן ערשט אין אָװנט, 

איבערגעטאָן אין הוצולישע קליידער, האָט זי מיט גאַרנישט ניט אויס- 
געטיילט זיך פון אנדערע בארג-מיידלעך, עפשער נאָר מיט דעם, װאָס זי 
האָט געהאט לאנגע שווארצע האָר און אזעלכע שווארצע, וי נאסע קארשן, 
פינקלענדיקע אויגן, 

איז װאָס? װינציק פילפארביקײַט אין די קארפּאטן-בערג? 

און אקיווע, לעהייפּעך זײַן טאָכטער, איז װי א פארשפּארטער פויגט 
גאנצע טעג אין זײַן פארייכערט שטיבל געזעסן. זעלטן-ווען אפילע צום 
טײַך אראָפּגעלאָזט זיך. ער האָט אויסגעמיטן די גרינע פארשיקערטע אויגן 
פון די היטלעראָווצעס און די אכזאָריעסדיקע פּענעמער פון די זאטע 
באָיארישע זינדלעך, װאָס האָבן זיך אומגעקערט פון רומעניע , באפרליען" 
די קארפּאטן, 

נאָר אין די פארנאכטן, ווען דאָס הארץ האָט באזונדערס געקלעמט פון 
בענקשאפט, האָט אקיווע! זיך צוגעזעצט פאר דער שוועל און מיט טרויע- 
ריקעע בליקן געמאָסטן דעם וואלד, די בערג, גלײַך ער װאָלט זיך געזעגנט 
מיט זֵיי. ער האָט זיך אײַנגעהערט אינעם אײיביקן רויש פונעם טײַך, 
װאָס האָט גערעדט צו אים אֹף א לאָשן, װאָס נאָר ער האָט עס פאר- 
שטאנען, 

און זיצנדיק אזוי, האָט זיך ניט איין מאָל אקיווען אויסגעדאכט, אז 
ערגעץ װײַטיװײַט שפּילט א הוצולישע קאפּעלע, שפּילט א , פריילעכט", 
און ער, אקיווע! דער פּליטנטרײַבער, פירט כײַען צו דער כופע, ליכט ברע- 
נען, פינקלען, װוי גאָלדענע שטערן, מענטשן מאכן א ווארע, און כלַיע טוי 
ליעט זיך צו אים, שעפּטשעט אים שטיל אין אויער: 

-- מאזלטאָוו דיר, טאטע! 

-- מיט מאזל זאָלסטו לעבן! 

און ס'ציטערן בא אים די ליפּן, און טרערן זוכן א וועג צון די גע- 
שטופּלטע קנייטשן פון זײַן פּאַנעם, 

אן אנדערשמאָל דערגייט צו אים א פארקישעפטע טרעל פון א הוצוי 
לישער דודע. דאכט זיך אים, אז א פּאסטעך בלאָנדזשעט ארום אן עלנטער 
איבער די בערג און זוכט זײַן סטאדע אומגעקומענע שעפעלעך... קענטיק, 
גרויס איז די באדערפעניש צו טרוימען, ווען צײַטן זײַנען טונקעלע און 
מענטשן אָן פרייד, 

אָפּטער אָבער האָט װוילדער צאָרן געזאָטן אין זײַן הארץ, און ער האָט 
ביטער געשאָלטן, געשיקט קלאָלעס אין דער ארומיקער פּוסטקײַט; 


29 


-- ווערט פארברענט אין אייגענעם פײַער, ווילדע באשעפענישן!. 

אזוי האָבן טעג און נעכט זיך אויסגעמישט, זיך געצויגן גרויע, אומע- 
טיקע טעג, װאָכן, כאדאָשים, פול מיט פּײַן און שרעק. דער טשערמוש איז 
פארומערט געװאָרן, גערוישט מיט אן אנדער רויש, און ס'האָט זיך אויס- 
געדאכט, אז ער ווייגט.., 

דערנאָך... דערנאָך איז געווען ווינטער. קורצע טעג האָבן זיך געלאָשן. 
איבערן בלוילעכן שניי האָט זיך געקײַקלט א געװאָי פון הונגעריקע וועלף, 
דערנאָך פלעגט װערן שטיל, נאָך טרויעריקער, אומהיימלעכער. און פון 
מאָל צו מאָל האָט דאָס קנאלן פון אווטאָמאטן געלעכערט די פינצטערניש 
און ניט דערשריגענע געשרייען זײַנען פארגליווערט געװאָרן אין דער 
פראָסטיקער לופט, 

וי א שווארצער שוידערלעכער שאָטן, האָט איבערן שניי זיך געשארט 
אן איידע ייִדן. ייִדן, װאָס האָבן דוירעסלאנג געלעבט אין די דערפער, 
איצט האָט מען זי געטריבן דעם טוט אנטקעגן, און ס'האָט א קאלטע 
לעװאָנע באשײַנט די בלוטיקיפארשנייטע וועגן, 

דער לעצטער האָט זיך נאַכגעשלעפט אקיווע דער פּליטנטרײַבער, אליג- 
געהויקערט אינדרײַען, מיט עפּעס אן אלטער קאָלדרע איבערן קאָפּ, װי א 
טאלעט, איז ער געגאנגען מיט שווערע טריט. 

כײַע איז ניט געווען צװישן די געטריבענע. עמעצער האָט געזאָגט, 
אז זי איז אוועק מיט די רויטע און שלאַנט זיך קעגן סוינע, 

אין די נעכט האָט מען בריקן אופגעריסן, דאמבעס צעשטערט, די וועגן 
מיט גראנאטעס באװאָרפן. יעדן טאָג האָבן נײַע צענדליקער דײַטשישע 
קװאָרים זיך באוויזן. די מערדער האָבן געציטערט פארן איין-איינציקן 
װאָרט; 

! אָלעקסע... 

קיינער האָט ניט געװוּסט, װוער דאָס איז. נאָר אלע האָבן פארשטאנען, 
אז דאָס איז זיכער אן אורייניקל פון יענעם נאָבעלן פרײַהײַטיריטער, דעם 
לעגענדארן זון פון די קארפּאטן -- אָלעקסע דאָוובוש. 

עסעסאָווצעס און זשאנדארן האָבן גענישטערט איבער די דערפער. 
טליִעס האָבן זיך פארמערט, נאָר פאר יעדן אומגעקומענעם האָט דער 
סוינע טײַער געצאָלט, 

אָלעקסע... 

אין איינעם א פארנאכט האָט כײַע זיך פּלוצעם באוויזן לעבן אקיוועס 
פארלאָזט שטיבל. זי האָט געקוקט אף די שווארצע אויסגעלאָשענע פענצ- 
טער, און עס האָט זיך איר אויסגעוויזן, אז אָט באלד וועט דאָרט אופבליצן 
ליכט, א בלייכער גאָלדענער שטראָם װעט באלײַכטן דעם אָנקומענדיקן 
אָװונט, די אײַנגעשלאָפענע ביימער. אָבער די פינצטערניש האָט ביסלעכ- 
װײַז און מיט אקשאָנעס אײַנגעהילט די וועלט. 

איר פּאָנעם איז געווען שטרענג, אנטרונען איז דער שמייכל, װאָס 
האָט אזוי זאפטיק זיך געפּלאָנטערט ארום די ליפּן, נאָר איר שטים איז 
נאָך אלץ געווען צארט װי בא א קינד, 

-- עמעס, יערעם, די בערג זײַנען אונדזערע, און דער טשערמוש איז 
אונדזערער, און דאָס לעבן דאָ איז אונדזערס! 


26 


און איניינעם מיט דער פינצטערניש האָט זי פארקערעוועט צום בארג, 
װאָס אנטקעגן, און דער צעצװײַגטער וואלד האָט זי באהאלטן אין זײַן 
געדיכטעניש, 


אין יענער ביטערער צײַט איז דער בארג נאָך געווען, װי זײַנע שכיי- 
נים, באדעקט מיט גרינע וועלדער. ס'האָבן אין זײַן געדיכטעניש פייגל 
געזונגען און כײַעס האָבן ווילד מיטן לעבן זיך געפרייט, 

.אין איינעם א טאָג האָבן היטלעראָװוצעס אין וואלד א מיידל בא- 
געגנט --א קינד פון די בערג, מיט לאנגע שווארצע האָר און שווארצע, 
וי די נאסע קארשן, פינקלענדיקע אויגן. זי איז געווען אָנגעטאָן אין הוצן- 
לישע קליידער, און די זון האָט מיט טויזנטער קאָלירן געשפּילט אינעם 
ביסער אף איר אויסגענייט העמד. 

זי איז געשטאנען פאר זיי א שװײַגנדיקע, מיט א רויִקן אויסדרוק אף 
איר פארברוינט פּאָנעם און האָט אויסגעזען, װי דער פרימאָרגן אליין. 

-- פּארטיזאנערן? 

דער, װאָס האָט געפרעגט, איז געווען דער יונגער היגער פּאניטש. 

--- עפשער זוכסטו דײַן אָלעקסע? ער איז לאנג שוין קאפּוט! 

און ער האָט מיט דער האנט, וי מיט א כאלעף, א פיר געטאָן איבערן 
האלדז, 

א קוים באמערקבארער שמייכל האָט װי א זונעןדשטראל א שפּיל גע- 
טאָן אף איר פארטראכט פּאָנעם, 

פּלוצעם האָט ער א רעווע געטאָן איבערן גאנצן וואלד: 

-- יודן-הור! 

ער האָט זי דערקענט. דאָס האָט געדויערט קוים אן אויגנבליק. אָבער 
ער האָט שוין אף זיכער געװוּסט, װאָס עס באטײַט דער כוצפּעדיקער, 
דורכדרינגלעכער קוק פון אירע אויגן.. 

זי האָט געשוויגן, נאָר אירע שווארצאפּלען האָבן אזוי געברענט, אז 
ער האָט אזֹש געמאכט א שפּאן אף צוריק. עפשער האָט ער דערזען אין 
זיי זײַן אייגענע טויטישרעק פארן אומפארמלידלעכן סאָף... 

מע האָט זי צוגעבונדן צו א יונגער סאָסנע און דאָס ביימל אונטער- 
געצונדן. דער װינט האָט דעם פלאם איבערן וואלד צעטראָגן און דעם 
גאנצן בארג אין א ווילדיהעליש פּײַער פארוואנדלט. ס'האָבן די סאָנים 
ניט אױסגעפּלאָנטערט זיך פון די פלאמען, און זייער אש איז געבליבן אין 
די שפּאלטן פונעם שטיינערנעם בארג. דערנאָך האָבן די רעגנס דעם בארג 
באגאָסן און ער איז געװאָרן גרוי און נאקעט,. ‏ 


שטייט ער איצט, דער בארג, איינזאם, װוי אן אלטע ריזיקע מאצייווע, 
און אין די לויטערע פארנאכטן, װי נאָר די זון צינדט אָן זײַנע שפיצן, 
דאכט זיך, או אין דער אָװנט-רױטער שײַן שוועבט זי, דאָס מיידל, איבערן 
אָפּנרונט -- שלאנק, יונג און טרויעריק, גלײַך א פערטל יאָרהונדערט איז 
זי דורכגעלאָפן באָרװעס אין איין אָטעם און דערפאר ניט באוויזן זיך צו 


27 


עלטערן... און אירע פײַערדיקע בליקן זוכן אין דער רױט-געװאָרענער 
טשערמוש-טיפעניש, זוכן, מיסטאמע, אקיווען דעם פּליטנטרײַבער און קאָ- 
נען אים ניט געפינען.. 


6  */  *8 


אזוי האָט דערציילט דער אלטער יערעם, 

ווער ווייסט, צי האָט ער דעם סאָף צוגעטראכט, צי אזוי טאקע איז עס 
געווען,. און ווען ער איז אנשוויגן געװאָרן, האָט אָנגעהױבן דעמערן. די 
זון האָט ביסלעכװײַז אוױיסגעלאָשן אלע אירע שטראלן, און ס'איז צוגע- 
פאלן די נאכט. נאָר די קרוין פונעם שטיינערנעם בארג האָט זיך ניט אוג- 
טערגעגעבן דער פינצטערניש, לאנג זיך גערויטלט, און וי אי נייר-טאָמיד 
געברענט אין די פארשטויבטע שײַבלעך פון אקיוועס פארלאָזטער כאטקע, 


ניט געקומען 


ין יענעם פרילינג האָט שטורמיש געבליט דער מל, 

באזונדערס אין די נעכט האָט דער בעז געאָטעמט 
ווילד און האָניק-זיס, אָנגעפילט די װועלט מיט רייכעס 
פון יונגער בליונג, און א לויטערע! לעװאָנע-שײַן האָט 
באנאָסן דעם ראָזלעכן צוויט. פיבערהאפט האָט גע-י 
שלאָגן דאָס הארץ פונעם פרילינג און א נײַ לעבן 
| האָט געשפּאנט איבער דער אופגעוואכטער ערד. 

ס'האָט זיך אָפּנעשטעלט דער בלוטיק-לאנגער געראנגל פון מענטש מיט 
מענטש, פון פאָלק קעגן פאָלק. די , נאציאָן דער דיכטער אונד דענקער"? 
וועלכע האָט צוגעשטײַערט אזויפיל פארב און געדאנק דער אײיראָפּעישער 
ציוויליזאציע און דערנאָך אין היטלערישן וואנזין זיך געװאָרפן אף גאנצע 
לענדער, פארטרינקענדיק זיי אין בלוט -- איז געלעגן אין שטויב פון איר 
אייגענער מאפּאָלע, 

פון פארוויסטע װײַטן האָבן באנען גענומען יאָגן, זיך געטראָגן דורך 
כאָרעװוע שטעט און דערפער, און איבערפולטע צוגן מיט יובלדיקע 
שלאכטלײַט, באגלייטע פון ניצאָכן-פײַערן, האָבן געײַלט צו זייערע פאר- 
בענקטע! היימען, 

ניט אלע אָבער האָבן זיך אומגעקערט, 

קװאָרים זײַנען געבליבן צעזייט איבער אונדזער אלטן קאָנטינענט, 
הונדערטער טויזנטער קװאָרים,,, 

און איבער דער וועלט איז געשטאנען א גרויסע, ליכטיקע רולקײיט, 


א ווארעמע דאָרעמדיקע נאכט, אויסגעשטערנט און דורכזיכטיק. און 
ארום אזא לײַכטע שטילקײַט מיט צעבליטע דרעמלענדיקע ביימער. 
אין אָט דער שטילקליט, צווישן שלאָפּנדיקע ברעגעס, שװוענקט או קליין 
בארג-טײַכל זײַנע טונקעלע וואסערן און זײַן מורמל וועבט זיך ארײַן אין 
עפּעס א פארכאלעשטן סקריפען פון א דיל, װי עמעצער װאָלט געקרעכצט! 
װאָס איז געשען? פארװאָס שארט בערל דער סטאָליער ארום איבער 
דער שטוב א טרויעריקער, אן אומרויקער? 


29 


וויאזוי קאָן מען טרויערן אין אזא װוונדערלעכער זומערינאכט? 

דער שאָרך פון זײַנע שווערע באָרװועסע טריט רופט זיך איבער מיטן 
יאָמער פון א שוואך װײַבעריש קאָל: 

-- מאטער זיך ניט אזוי, בעריש... מיר זײַנען דען די אײינציקע?! אָדער 
דו מיינסט עפשער, כאָלילע, אז איך בין ניט קיין מאמע, אז מײַן הארץ 
איז פון שטיין?.. 

אירע װוערטער ווערן פארטרונקען אין א יאם פון צאר. ער דערפילט 
װוי עפּעס האָט מיט ווייטעק זיך אָפּגערופן אין זײַן ברוסט. טרערן לויפן 
אונטער אין האלדז. און אים װײַזט זיך אויס, אז זײַן װײַב טראָגט עפּעס 
א מוירעדיקן סאָד אף דער נעשאָמע, 

-- זאָג, װאָס װייסטו?.. װאָס באהאלטסטו אויס פאר מיר? 

זי האָט ניט געענטפערט, נאָר געשוויגן מיט א פארביטערט שװוליַגן. 


קאָשמארן װועקן בערלען אינמיטן נאכט, װוי עמעצער װאָלט אים גע- 
טאָרעט; 

-- הערסט? מ'רײַסט די טיר! 

ער כאפּט זיך אוף מיט רעשטלעך שלאָף אין די גלידער, מיט א טומל 
אין קאָפּ, אים דאכט זיך, אז עמעצער זוכט טאקע די טיר, עמעצער הויכט 
ארײַן אין דעם אױיסגעלאָשענעם פענצטער: 

-- טאיטע! ר 

שארט ער מיט פארשלאָפענע אופגעריסענע בליקן איבער די טונקעלע 
שויבן, קוקט ארויס אף עמעצן, װאָס האָט שוין לאנג באדארפט קומען און 
איז נאָך אלץ ניטאָ. ער דרייט אין דער טונקלקײַט מיט די פינגער, װי 
אָנצוכאפּן אין דער לופט עפּעס, װאָס לאָזט זיך בעשום-אויפן ניט אָנכאפּן. 
יעדער שאָרך רופט ארויס בא אים א געשפּאנטע פארשפּיצטקײַט פון גע" 
הער און פילט אָן זײַן געמיט מיטן אײיביקן אומרו פון נאכט און פינצ- 
טערניש. | 

ער בלײַבט ליגן אפן בעט א פארלוירענער, מיט אָפענע אויגן. ער איז 
וואך, אָבער עפּעס אין אים שלאָפּט מיט א טיפן מיט-נאכטישן שלאָף, און 
אין קאָפּ פארהאלט זיך און וויגט זיך א זעונג, 


...װאָלקנס שווימען איבערן הימל, גיסן זיך אָן מיט פארנאכט. די 
ביימער אין א שיטער וועלדל סוידען זיך אינדערשטיל, װוי פארליבטע. 
אָט וועט עפּעס אן אומזעבארע האנט אראָפּשלעפן אין די מײַרעװדיקע 
אָפּגרונטן די לעצטע זונענשטראלן, דער טאָג װעט אינגאנצן אויסגעלאָשן 
ווערן און ס'וועט א פרידלעכער אָװונט באהערשן די וועלט. פּלוצעם צינדן 
זיך די װאָלקנס אֶָן, ס'נעמען קײַקלען אָנגעגליטע דונערן. הימל און ערד 
ווערן אופגעריסן, שטיקער פײַער בלענדן די אויגן, און שאָטנס לויפן מיט 
א טויב געבריל דעם פײַער אנטקעגן: 

-- הוררראאא! יי 


2* - | 0: / 30 


עמעצער פאלט מיטן פּאָנעם צו דער ערד. בא עמעצן בלײַבט אינמיטן 
פאלן אף די בלוטיקע ליפּן פארגליווערט: 

-- מא-מע! 

און די ביימער, נאָר שוין מיט שווארצע, פארסארפעטע צװײַגן, װי 
מיט שווארצע אויסגעשטרעקטע הענט, דיריזשירן א מעשונעדיקן טאנץ 
פון רויטע און געלע פײַערצונגען, א שיידיםיטאנץ מיט א קנאקנדיק גע- 
לעכטער, : 

-- דײַן זון איז געפאלן... דײַן זון איז טױט! 

דערנאָך װערט מיטאמאָל שטיל, גלײַך די נאכט װאָלט מיט א מינוט 
שװײַגן באערט דעם אָנדענק פון די נאָרװאָס געפאלענע.. 

בערל שפּרינגט אראָפּ פון געלעגער אן אופגערעגטער, פילט, װי עס 
שטעלן זיך אָפּ די בלוטן, װי עס װערט אים פארכאפּט דער אָטעם, און 
ער קאָן ניט אײַנהאלטן דאָס האסטיקע קלאפן פונעם הארץ. ער האָט דאָס 
געפיל, װי מע װאָלט געהארגעט אים אליין, זײַן אייגן לײַב און לעבן 
זײַנע נערוון. גלײַך זיי װאָלטן זיך באפרײַט פון קערפּער, לויפן װי שפּל- 
ציקע נאָדלען איבער זײַן הויט, עפּעס שרײַט אין אים, װוערט זיך מיט 
דער גאנצער קראפט פון זײַן דרעמלענדיקן באװװוסטזלין 

-- ניין, ס'איז ניט עמעס... ס'איז ניט מער װי א כאָלעם... א מוירעדי- 
קער כאָלעם! 

פּלוצעם קומט אים אפן געדאנק די ערשטע וועלט-מילכאַמע. ווען ער 
האָט געדארפט גיין אין פײַער. ער איז דעמלט, אן אכצניאָריקער באָכער, 
שוין געווען א סטאָליער-געזעל, געארבעט בא יענעם איניינעם מיטן טאטן, 
א ייד מיט א פארדעכטיק הוסטל אין דארן ברוסט-קאסטן און א פיבער- 
דיקן גלאנץ אין די אויגן, װאָס האָט זיך בא אים באוויזן נאָכן אומקום פון 
זײַן עלטערן זון ערגעץ-װוּ אין דער טיף פון די קארפּאטן. עס טויכן אוף, 
וי אין כאָלעם, יענע װײַטע מויצע-שאבעסן, ווען דער טאטע פלעגט זיצן 
אין האלב-פינצטערן אלקערל און מיט א שװערן מענערישן זיפץ און א 
ציטערדיק קאָל זיך בעטן; 

לאָז מיך ניט איבער אָן א קאדיש... װײַל צו װאָס איז געגליכן על- 
טער אָן העמשעך? | 

און אליין זיך ענטפערן; 

-- צו א בוים אַן צװײַגן אינמיטן פעלד... צו א טליך, װאָס זײַנע ווא" 
סערן ס'האָט אויסגעטריקנט די זון... | 

אין א צווייט ווינקל איז געזעסן די מאמע, א קליינינקע, אײַנגעשרומ- 
פּענע ייִדענע מיט אױיסגעלאָשענע אויגן פון לאנגן וויינען און באוויינען, 
און שלינגענדיק די טרערן, געטײַנעט: 

-- װוּ איז געהערט געװאָרן, אז עלטערן זאָלן קינדער באוויינען? 

און ווען זי האָט מיט דער צײַט אויסגעװיינט אלע אירע טרערן, אויס- 
געטרויערט אלע טרויערס, און ס'האָט זיך געדאכט, אז זי הייבט ביס- 
לעכװוײיז אָן מיד װוערן פון אייגענעם צאר, פלעגט זי צומאָל אין די זעל- 
בע שאבעסצונאכטסן ארײַנברומען אינדערפינצטער א לידל, מיט וועלכן 
מע האָט יאָרנלאנג דערנאָך קינדער אײַנגעשלעפערט: 


11 


אף די גרינע פעלדער, וועלדער, 
וויי, וויי! 
אף די גרינע פעלדער, וועלדער 
ליגט מיט קוילן באדעקט א זעלנער, 
וויי, וויי! 


זי האָט ניט געװויינט, נאָר געצויגן עפּעס א טרוקענעם קלאָג-ניגן: 


נישט קיין אָרן און נישט קיין מיטע, 
נישט קיין פאָטער און נישט קיין מוטער, 
וויי, וויי! 


און געקרעכצט, וי מע װאָלט פון איר פּאסן געשניטן, 

און ווען די ערשטע שטערן האָבן זיך באוויזן, האָט זי גענומען זאָגן 
,גאָט פון אווראָם", און אליין ניט באמערקנדיק, ארלינגעפלאָכטן אזעלכע 
װערטער: 

-- טאטש אין הימל, זאָל דײַן כעסעד מיר בײשטין.. דער קייסער 
גרייט זיך נעמען מײַן צווייטן זון, מײַן איינציק אויג אין קאָפּ,, וויי איז 
מיר און ווינד., 

און איר גאנץ אײַנגעשרומפּן וועזן האָט געבעטן ראכמים. 

דער אָװנט, װאָס איז געקראָכן דורך דעם קליינעם פענצטער, האָט זי 
אײַנגעהילט אין ווייכע שאָטנס, אין איין ווינקל דעם טאטן מיט א נידע- 
ריק אראָפּגעלאָזטן קאָפּ, װי א מאסע װאָלט אים געהאנגען אפן האלדז, 
אין אי צווייט ווינקל די מאמע מיט א מורמל, װי א שטילע טפילע. און 
עס האָט זיך געדאכט, װי אינדערפינצטער קומט פאָר א הארצרײסנדיק 
געוועט פון צוויי צעבראָכענע געמיטער, װאָס װילן שפּאלטן די הימלען 
און ווייסן ניט וולָאזוי... 

נאָר פארװאָס האָט בערל זיך פּינקטלעך איצטער דערמאָנט אין זײַנע 
טאטע-מאמע? װאָס פאר א גרויזאמע האנט האָט אים ארײַנגעטריבן אין 
זייער פּלאָג און מאטערניש? וויאזוי קאָן מען ביכלאל מיט יאָרן, ברוכשטי- 
קער, צעװאָרפענע אָן א סיידער, מעסטן פרייד און טרויער, זען זיך אין 
יענעמס צאר? אופגערודערטע! געדאנקען טראָגן זיך ארום אין זײַן מויעך. 
ער טראכט נאָר איין טראכטעניש, פילט נאָר איין געפיל: ער האָט געהאט 
א זון אף דער מילכאָמע, אן איינציקן זון, שוין װאָכן, װי די מילכאָמע 
האָט זיך געענדיקט, און זײַן זון האָט זיך נאָך ניט אומגעקערט. שרײַבן 
פּלוצעם אופגעהערט... 

בערל כאפּט א קוק אפן טישקעסטל, װוּ עס ליגן זאָרגפעליק צונויפ- 
געלייגט געדיכט באשריבענע בייגעלעך פּאפיר, צונויפגעלייגט אין דרײַעקן. 
ער געדענקט אף אױיסװייניק, װאָס אין יעדן בריוו שטייט געשריבן. אינעם 
לעצטן האָט דער זון געשריבן: 

,פאר מיר זײַט רויָק, זאָרגט ניט, איך בין געזונט... שוין ניט אזוי װײַט 
צו בערלין... אָט-אָט, און די מילכאָמע װעט זיך ענדיקן, און מיר װעלן 
ווידער זײַן איניינעם.., איך בענק שוין נאָך מײַן ארבעט..? 

זײַן זון האָט ליב געהאט שניצערײַ. א הארט שײַטל האָלץ האָט אין 
זײַנע הענט באקומען לעבן. ער האָט געטרוימט פון א קונסטישול. פון 


2--6 29 


לערנען אױיסשפּילן אף האָלץ דעם כאָלעם פון זײַן פאנטאזיע און די ווא" 
רעמקליט פון זײַן הארץ... זײַנע הענט מיט איידעלע, לאנגע פינגער האָבן 
אויסגעשניצט פיגורן, וועלכע זײַנען געווען װי לעבעדיקע. 

אין די ערשטע טעג פון היטלערס איבערפאל איז ער אועק פון דער 
היים. נאָר שרײַבן קינמאָל ניט אופגעהערט. געשריבן קיין קאזאכסטאן, 
װוּ כבערל איז געווען עוואקוירט. געשריבן פון אוקראינע, פּױלן, דײַטש- 
לאנד... און אין יעדן בריוו האָט געברענט דער דאָרשט נאָך לעבן, וועלכן 
ער האָט געטראָגן דורך אלע געפארן. און בערל האָט, לייענענדיק זײַנע 
בריוו, זיך געזעטיקט מיט דעם אומבאגרענעצטן גליק פון העמשעך, פון 
װוײַטערדיקן לעבן... 

איצט פארשטייט בערל, װאָס פאר א מוירע סהאָט זײַן טאטן גע- 
שראָקן... און א נאָגנדיקער ווייטעק נעמט אים קלעמען אונטערן הארצן, 


-- בעריש, װאָלסט זיך כאָטש צוגעלייגט א ביסל... ס'הייבט שוין באלד 
אָן צו טאָגן! 

-- יאָ, מ'דארף זיך טאקעי צולייגן! 

ער ציט זיך אויס אפן געלעגער, בלײַבט ליגן װי אין הינערפּלעט. און 
אין זײַן פארשלאָפענעם מויעך נעמט וידער פּלאָנטערן 

.א סאָלדאטישער גערודער אף עפּעס א װײַטער באן-סטאנציע. בערל 
דערזעט פּלוצעם זײַן זון. א ייַנגל אין א גרויסן אומגעלומפּערטן שינעל 
ביז דער ערד. אפן פּאָנעם סימאָנים פון אויסגעמאטערטקײַט. ער שפּרינגט 
אײַליק ארוף אף די טרעפּ פון א װאגאָן, און דער צוג רירט. אומרויק 
קלאפּן די רעדער. דער צוג טראָגט זיך איבער װײַטע ראכוועסן און באם 
זון פינקלט אין די אויגן אזא פריידיק, שטיפעריש פּײַערל: 

-- איך לעב טאטע.,. איך פאָר אהיים! 

נאכטישע שאָען פליסן פּאמעלעך, װי די צײַט װאָלט זיך אָפּנעשטעלט, 
פארוויגן אלץ ארום אין א טיפן שלאָף. נאָר בערל שלאָפּט ניט, ער כאָר 
לעמט מיט אָפּענע אויגן און אין זײַן צעריסן געמיט מישט זיך פארצװויי- 
פלונג מיט האָפענונג און גלויבן, 

אין פענצטער קוקט ארײַן א שטיק טונקעלער הימל. די שטערן לעשן 
זיך אײינציקװײַז, און עס נעמט שאר;ען אף טאָג, 

-- וי מיינסטו כאנע, עפשער װאָלט איך אראָפּגעגאנגען צו דער 
באן?.. מ'רעדט, אז הײַנט דארף אָנקומען א צוג מיט דעמאַביליזירטע. 

דאָס װײַב ענטפערט מיט א האלב מויל: | 

-- גיי, עפשער װעט הײַנט א נעס געשען 

און בערל הערט, װי פארגראָבן אין קישן ווארגן זי טרערן, 


ס'איז ניט פינצטער, ניט ליכטיק, נאָר א מין פרימאָרגנדיקע דעמערונג 
הילט אײַן דעם דרויסן. בערל אײַלט צום װאָקזאל. ער פּלאָנטערט זיך 
לאנג צװוישן הינטערגעסלעך, ביז ער קומט ארויס אף דער צענטראלער 
גאס. ער פארקערעוועט צום סקווער, כאפּט א קוק אפן דענקמאָל, װאָס 


9 


שטייט, װוי ארויסגעוואקסן פון צווישן בלומען, ער באמערקט אן אלטיטש- 
קע אין שווארצן אָנגעטאָן. זי זעט אויס וי אן אָפּגעלאָשענע האַלאָװעש- 
קע. זי שטייט מיט אן אראָפּגעלאָזטן קאָפּ. טרערן פון מיטגעפיל טוען א 
שפּאר בא בערלען אין די אויגן, וי דורך א נעפּל זעט ער אירע טרוקענע 
ליפּן, װאָס באוועגן זיך קוים. בערלען דאכט זיך, אז ער הערט זי פרעגן; 

-- ס'איז דיר ניט קאלט באנאכט אין איין גימנאסטיאָרקע? 

און דער סאָלדאט אפן מאָנומענט פון גראניט שמייכלט: 

-- ניין, מאמע, מיר איז קיינמאָל ניט קאלט.. 

בערל וויל צוגיין זי בארויָקן, זאָגן איר א פּאַר טרייסט-ווערטער, נאָר 
ער האָט מוירע צו פארשפּעטיקן, פארגיכערט ער דעם גאנג און אים לויפט 
נאָך דאָס הודיען פון א געדיכטער נעץ טעלעפאָן-דראָטן: 

-- גיכער, בערל. ‏ 

איבערן פּעראָן שפּאצירן מענטשן. זיי זעען אויס אָפּגעפרישטע, בא- 
נײַטע. פון אלעמענס פּענעמער שטראלט פרייד. פרייד פון באגעגענען, אָנ- 
קומען. בערל שטייט אין א זײַט. ער וויל קיינעם ניט אָנהענגען זײַן שטי- 
מונג, און א פארקלעמט ווארטן האמעוועט די מינוטן. ער נעמט ארויס 
פון קעשענע א פּעקל פּאפּיראָסן, פארייכערט און ווארפט װײַט אוועק דאָס 
ברענענדיקע שוועבעלע. דורכן מויל, דורך די נאָזלעכער וירבלען זיך 
געדיכטע קנוילן רויך, און דער דימיען מאָלט דערװײַל די באגעגעניש 
מיטן זון, | 

.אָט שטײַגט דער זון ארויס פון א וואגאָן, גייט אים אנטקעגן. ער 

איז אויסגעוואקסן, מענערישער געװאָרן. דער שינעל איז גאָר ניט אזי 
אומגעלומפּערט לאנג. דער זון ווארפט זיך בערלען אפן האלדז, 

-- טאיטע! 

און ביידע וויינען פון גליק, ניין, זײַן זון וויינט ניט. ער שטרעקט אים 
אויס א פעסטע פארהארטעוועטע האנט, און בערל שטייט פאר אים מיט 
א ניט אויסגעוויינטער טרער אין הארצן.. 

א שארפער פײַף רײַסט איבער זײַן געדאנק. דער צוג לויפט אָן. דאָס 
איינציקע אָנגעצונדענע אויג פונעם לאָקאָמאָטיוו װוינקט אים שעלמיש צן; 

-- ווארטסט?.. נו ווארט, ווארט! 

דער גאנצער פּעראָן קומט אין באוועגונג, נעמט טומלען. אויגן זוכן 
אין די וואגאָזיפענצטער. שטימען רופן זיך איבער. אין א װײַלע ארום 
עפענען זיך די טירן, און מענטשן שטײַגן פארזיכטיק ארויס. 

געציילטע מינוטן, און דער צוג װערט ליידיק, 

בערל ווארפט מיט א זשעסט פון פארלױירנקײַט אוועק דעם ניט דערייי 
כערטן פּאפּיראָס, לאָזט ארויס דעם לעצטן רויך. ער טוט זיך א הייב אף 
די פוסשפּיצן, נישטערט מיט אויסגעלאָשענע בליקן אין דער לענג פון 
דער באן. מענטשן ווערן װינציקער, צעגייען זיך, און קיינער באמערקט 
ניט, אז צווישן זיי פעלט עמעצער; אז עמעצער איז אינגאנצן ניט אָננער 
קומען.. 


אין יענעם פרילינג האָט װילד געבליט דער מײַ, און אף דער וועלט 
איז געשטאנען א גרויסע, ליכטיקע הויקליט,, - 


די קארד:אָגראמע פון א ווארעם הארץ 


ווינטערדיקער טאָג צאנקט אויס די לעצטע רעגעס. 

איבער װײַסע פארשנייטע בערג, װאָס קייטלען 
זיך אין א קאלטן דרעמל, ברענט א גרימיק טרוקע- 
נער פּראָסט. און פון װײַטע פארהוילענע בארג- 
שפּאלטן, װי פון יענוועלטיקע פארבאָרגענישן, טראָגן 
זיך צאָפן-װינטן מיט או ווילדן געיאָמער; 

הוֹ"הו... הו"הו.., 

אין א פויערישער כאטקע, פארװאָרפן אין דער שניייקער װײַסקײַט, 
בליצט אוף אין א קליין געפרוירן פענצטערל אי געלע שײַן, ציטערט איי 
נעם פראָסטיקן דרויסן, װערט אף א רעגע פארפאלן, װי פונעם זאו 
פארלאָשן, קערט זיך ווידער אום, גלײַך זי װאָלט באלויכטן דעם וועג פאר 
די יאָגנדיקע װוינטן, 

אין כאטקע, צווישן געטעסעטע סאָסנאָווע ווענט, צעפרעסענע פון מאָיל, 
זיצט א פּויערטע איינע אליין געבויגן איבער א צעפאָרענער הילצערנער 
שפּינראָד, װאָס קרעכצט פון אלטקײַט, און שפּינט װײַסע ציגענע װאָל. 

וי אלט איז די שפּינראָד! און די פּויערטע וויפל אין אלט? 

די צײַט האָט פארלוירן דעם כעזשבן, 

די קנעכלדיקע פינגער דרייען מיט דריבנע, געװווינטע באוועגונגען 
די פּוכיקע, צעשויבערטע װײַסקײַט, גלײַך זיי װאָלטן אָט אזוי צעװיקלט 
דעם שווערן פארפּלאָנטערטן קנופ פון דער פּוערטעס לאנג, מיט אאָרן 
אָנגעזעטיקט לעבן, 

דאָס פּאָנעם בא דער אלטיטשקער איז אָנגעשטרענגט, פארטראכט. אן 
אויסגעמאטערט, צעאקערט פּאָנעם, איבערגעצויגן מיט א ברוינלעך-אייג- 
געפאלענער הויט, און פּונקט אזא טונקל-ברוינע, אָפּגעבליאקעװעטע איקאָ- 
נע מיטן בילד פון יעזוסן קוקט מיט שטומע גסיסע-בליקן אראָפּ פונעם 
רעכטן ווינקל. באשײַנט פון א רוט קאנעצל, זעט יעזוסעס נאקעטער, 
צוגענאָגלטער קערפּער אויס וי מיט בלוט פארגאָסן, 

אינמיטן כאטקע, אף געקרייצטע דעמבענע פיס, שטייט א צעלעכצט 
טישל. אן אכטער לעמפּל זיפּט א מידע, שלעפעריקע שײַן, דער נאפט אפן 
דנאָ זשויעט מיט א שטילן אומעט, וי א קאָמאר, און אין דער אלטיטש- 


95 


קערס מויעך עגבערט אָן אופהער א געדאנק: מארפע, װאָלסט באדארפט 
אָנשרײַבן א בריוועלע.., 

קאָן זי אָבער ניט מער װוי שטעלן א ציילעמל, 

אין יענע װײַטע יאָרן, ווען פרעמדע באראָנען האָבן געװועלטיקט איבער 
די בוקאָװוינער וועלדער, זײַנען קיין שולן ניט געווען אין די בערג. 

זיצט זי, די אלטיטשקע מארפע, אין נאכטישער איינזאמקײט, אײַנגע- 
הויקערט אין איר אָפּגעקראָכן שאָפן פּעלצל. זיצט װי א צוזאמענגעדריי- 
טער קנויל, און א פּלאָנטער פון געדאנקען ברויזט אוף איר נעשאָמע. 
לייגן אין קאָפּ זיך צונויף ווערטער אין א טפילצ. / 

-- גאָט דערבארעמדיקער, האר פון דער וועלט... דו ביסט א גרויסער 
און גערעכטער גאָט... פארװאָס זשע האָסטו צוגעלאָזט אזא אומרעכט.. 
פאר וועלכע זיגד?.. 

אירע געדאנקען פליסן לאנגזאם און שווער, זי ציטערט פּלוצעם אוף 
א דערשראָקענע פון די אייגענע װוערטער. איר דאכט זיך, אז זי האָט נאָר- 
װאָס פארשוועכט די געטלעכע הײליקײַט, פארקרימט זיך איר טרוקן פּאָ- 
נעם אין א ויינענדיקער גרימאסע. װערט באשאָטנט פון א כאראָטע- 
טרויער, און אין אירע אויסגעלאַשענע אויגן פרירט א שטילער צאר: 

-- פארגיב, ליבער גאָט, מײַנע זינדיקע רייד... צו וועמען זיך קערן 
מיט מײַן אָנגעװײטעקט הארץ?.. אָן דײַן װוילן פאלט דאָך אפילע א האָר 
פון קאָפּ ניט אראָפּ! 

אירע געדאנקען פליסן לאנגזאם און שווער. און פון יענער זײַט כאט- 
קע שמײַסט דער װינט דעם פארשנייטן דרויסן, טרײַבט צו די טונקעלע 
הימלען געדיכטע װאָלקנס שניי, ווירבלט זיי מיט װילדער גאזלאָנישער 
קראפט, וי װײַסן רויך, גלײַך א װײַסע סרייפע װאָלט געברענט איבער 
דער וועלט, און דער ווינט יאָגט די סרייפע אקשאָנעסדיק און שוער, װי 
א בייזע קלאָלע. | 

הו"הו... הו"הו... . 

דאכט זיך מארפען, אז זינדיקע נעשאַמעס טראָגן זיך מיט געויין 
איבער אָנגעהויפנטע בערגלעך שניי, װי איבער װײַסע קװאָרים, לייגט זי 
צונויף דרלי פינגער, דרייט אויס דאָס פארומערטע פּאָנעם צו דער איקאָנע 
און ציילעמט זיך פרום דרײַ מאָל איבער, 

אין אירע פארשטארטע ביינער נעמט ריזלען א קעלט. דער שלאָף 
גליווערט די װיִעס. טוליעט זי זיך טיפער אין איר פּעלצל, אין דער וואר 
רעמקײיט, װאָס שטראָמט פון איר אייגן לײַב, און בלײַבט זיצן אזוי, ביז 
דער נאפט אינעם לעמפּל גייט אינגאנצן אויס, דער קנויט הייבט אָן רייי 
כערן, די װײַסע װאָל װערט באדעקט מיט שווארצקײַט און א קנויל כאש- 
כעס בלײַבט ליגן אין אירע הענט, 

מיטאמאָל שטעלט זיך אין דער כאטקע אײַן א שטילקײַט, אָן א מינדסטן 
קלאנג, אָן א מינדסטן שאָרך, עפּעס א מין פארשטיינערטע שטילקײַט, 
גלײַך דער אומרו פון דער נאכט װאָלט געפּרוּװט אָפּכאפּן דעם אָטעם, און 
אין אָט דער שטילקײַט דאכט זיך דער אלטיטשקער, אז פונעם אויוון אראָפּ 
הערט זיך א פארשטיקט קרעכצן. טוט זי זיך א ויג אפן אָרט, װי אף 
אומצופאלן, און רופט שטיל, אזוי שטיל, אז קוים װאָס זי הויכט אויס די 


6 


ווערטער, גלײַך זי װאָלט מוירע געהאט איר קאָל זאָל עמעצן ניט אופ- 
װועקן: 

-- אנדרייקא! 

איר קאָל פלאטערט פארלוירן. נאָר קיינער ענטפערט ניט, די אומעטי- 
קע פיר ווענט שלינגען אײַן איר קאָל און ס'ווערט װײַטער שטיל. 

דערזעט פּלוצעם מארפע אין אָט דער שטילקײַט דאָס אלטע פּריצישע 
הויז, מיט שארף פארשפּיצטע טורעמס, װי בא קאטוילישע קלויסטערס. 
צװוישן די אלייען אינעם ציכטיק געפלעגטן פּארק, דורכגעשניטן מיט גע- 
פלאסטערטע שטעגן, בלענדן פארבלי װײַסע געשטאלטן, פארשווינדן אין 
אָפּענע טירן. קערן זיך אָבער באלד אום צוריק און ווערן װידער פאר- 
שװוּנדן. די האלב קײַלעכדיקע פענצטער קוקן סוידעסדיק אראָפּ צום פּארק, 
גלײַך װוי דאָרטן, אין די סאלאָנען, װאָלט נאָך אלץ ארומגעגאנגען אין זײַן 
זײַדענעם שלאָפּראָק און אין די סאמעטענע שטעקשיך דער געװעזענער 
באראָן פאָן שטיפט, גערייכערט זײַן לאנגן פּאָרצעלײַענעם ציבעק און 
געשאָלטן אף װאָס די וועלט שטייט: , שמוציגעס פּעבלן" 

און אלץ דערפאר, װאָס זײַן שלאָס, די פעסטונג פון הונדערטיאָריקן 
עסטרײַכישן אדל, איז אין איינעם א טאָג פארוואנדלט געװאָרן אין א הייל- 
אנשטאלט פאר קינדער מיט בייןיטובערקוליאָז, 

דערמאָנט זיך מארפע די פארװאָרלאָזטע קאליקעס מיט אויסגעקרימטע 
גלידער און יאטערנדיקע װוּנדן, װאָס האָבן געראטשקעט זיך אין שטויב 
אף אלע פיר, וי אװעקגעװאָרפענע אין זייער שרײַענדיקן עלנט, געקראַכן 
אזוי לאנג, ביז זיי האָבן פארלאָזט די װעלט פון קיינעם ניט באמערקט, 
פון קיינעם ניט באדויערט. און נאָר דער פריצישער הױיף האָט מיט א 
זאָרגלאָזן װוילטיק געפינקלט פארגליווערט און פרעמד, 


אין סאמע ברען פון דער מילכאָמע, וי נאָר בוקאַװינע איז באפרליט 
געװאָרן, האָט מען דעם יונגן דאָקטער, קאפּיטאן פון מעדיצינישער דינסט 
מירא איסאקאָוונא שאבקעוויטש, ארויסגערופן אין געגנטלעכן פּארטיי- 
קאָמיטעט און איר פאָרגעלײיגט איבערנעמען די לייטונג פון א קינדער- 
סאנאטאָריע, 

-- מיר ווייסן, אז אײַער אָרט איזן אפן פראָנט. מיר האָבן אָבער קיין 
אנדער בריירע ניט. צענדליקער, צענדליקער קינדער אין אונדזער געגנט 
דארפן באלדיקע הילף. מיט אײַער ארמייינאטשאלסטווע האָבן מיר זיך 
דערעדט. איר זײַט א געניטער כירורג, װעט איר פאריכטן דאָס, װאָס די 
נאטור און דאָס לעבן האָבן קאליע געמאכט. און היילן... היילן.. 

מירא האָט געפּרוּוט זיך אָפּזאָגן. זיך פארופן אף איר יונגקײַט, אומ- 
דערפארנקליט, 

-- איך האָב קיינמאָל זיך ניט פארנומען מיט קיין קינדער-כירורגלע! 

פּלוצעם האָט דער זיקאָרן זי אומגעקערט צו א סאָף-זומערדיקן פאר- 
נאכט פון נײַנצן איין און פערציק. ערגעץ אין א דאָרף אין מיזרעך-אוק- 
ראיִנע.., 


97 


...מירא איז געווען יונגו 

נאָכן ענדיקן דעם אָדעסער מעדיצינישן אינסטיטוט האָט זי געהאט 
אינגאנצן איין פרידלעך יאָר. געהאט א קליניק מיט קראנקע, וועלכע זי 
האָט געהיילט. געהאט א יאם. און זוניקע טעג האָבן זיך געמישט מיט 
קורצע און ליכטיקע נעכט, אָנגעפילטע מיט שיקערער פריידך., 

מירא האָט זיך געגרייט גיין אין ערשטן פארדינטן אורלויב. דער פרל- 
לינג האָט געבליט, זיך געשפּיגלט אין די יאם-טיפענישן, 

דער פרילינג האָט געבראכט דאָס ליד פון ערשטער ליבע.. . 

-- מירא, איך װועל אויך נעמען אורלויב אין יול... מיר וועלן איניי- 
נעם פארברענגען אין לאָנזשעראָן... איך װעל גאנצע טעג זיך שפּיגלען 
אין דײַנע בלויע אויגן, בלויערע, װי דער יאם און דער הימל.. 

נאָר אָנשטאָט ארויסצובאגלייטן מירען אין אורלויב האָט די מאמע אין 
איינער א זומערינאכט זי באגלייט אין אן אנדער וועג. געשטאנען אפן 
װאָקזאל מיטאמאָל א געעלטערטע, א געבראָכענע: 

-- טאָכטער מײַנע.. טעכטערל... זאָלסט זיך אָפּהיטן, מירעלע, זאָלסטו 
זיך! 

טרערן האָבן געשטיקט אין האלדז, און מירא האָט מיט א פארשטעל- 
טער רויקײַט זיך געבעטן; 

-- מידארף ניט מאמע... איך בין דאָך ניט אייגע, 

און אליין געטראכט: אויס לאָנזשעראָן, אויס בלויע-בלויע הימלען 
נישטאָ מער קיין אורלויב.., 

און ווען דער צוג האָט גערירט, האָט מירא דורכן פענצטער מיט װיי- 
טעק צוגעזען, װי די מאמע איז אין געײַל פון געזעגענען זיך אים נאָכ- 
געלאָפן און געשריגן מיט א פארלוירן קאָל; 

-- טאָכטער מײיַנע, טעכטערלן. 

און אזוי, מיט אויסגעשטרעקטע הענט און צאפּלדיקע אקסלען, שטיין 
געבליבן באם ראנד פונעם פּעראָן, נאָכגעקוקט דעם רויטן אנטלויפנדיקן 
לאמטערן. 

דער צוג האָט זיך ווייך געוויגט אף די רעלסן, און איבערן וואגאָן האָבן 
זיך געוויגט שטילע אקאָרדן פון א גיטארע, און א דין, יונג טענאָרל האָט 
אומעטיק געצויגן האלב אף אוקראיניש, האלב אף ייִדיש: 


נע פּלאטש מאמא, 
נע זשוריס. 

נע פּלאטש ליובא, 
קיין טרערן פארגיס... 


אן אנדערס מאָל װאָלט מירא אף אזא לידל אינגאנצן קיין אכט ניט 
געלייגט, איצט האָט עס געוועקט דערמאָנונגען.. 

דעם טאטן האָט מירא קוים געדענקט. דאָס איינציקע, װאָס איז געבליבן 
פארקריצט אין איר זיקאָרן, איז געווען א הארבסטיקע נאכט מיט יעלאָ- 
לעס און וויייגעשרייען, מיט א נאָמען -- פּעטליורע, וועלכן מ'האָט ארויס- 
געבראכט מיט שרעק און באגלייט מיט א קלאָלע, און דעם פאָטערס טוי- 
טער גוף אינמיטן שטוב, איבערגעדעקט מיט שווארצן. א װינט האָט גע- 


8 


לאָשן די ברענענדיקע ליכט און געיאָמערט אין די אױיסגעשלאָגענע פענצ- 
טער, וי ער װאָלט אויך באוויינט דעם פּאָטערס פרלען טויט. 

מירא האָט שטענדיק מיט װארעמקײַט דערמאָנט דאָס קליינע שטע- 
טעלע, א צעװאָרפנס אף צוויי בארג-ארופן, װוּ דער מאָרגן האָט זיך אָנ- 
געהויבן פריִער װי אין טאָל, װײַל איין בארג איז געווען העכער פונעם 
צווייטן, און פון זײַן שפּיץ האָט זיך ארױיסגעקײַקלט די זון א לויטערע, א 
הייסע און צעשאָטן אזויפיל שטראלן, וויפל פענצטער ס'איז געװוען אין 
שטעטל. מירא האָט אין די פרימאַרגנס ליב געהאט ארומלויפן א באָרװע- 
סע, דער פרישער טוי זאָל קילן די נאקעטע פּיאטקעס. אפילע דעמלט, ווען 
זי האָט זיך שוין געלערנט אין דער זיבניאָריקער שול, האָט זי נאָך אלץ 
זיך ניט אָפּגעזאָגט פון איר געװױינהײַט, און די מאמע פלעגט שרײַען; 

-- מירעשטשקע, וועסט זיך כאָלילע פארקילן, וועסטו זיך! 

עך, מאמע... מאמע... 

דאָס יונגע טענאָרל האָט געװעקט, וויברירט אין דער געדיכטקליט פון 
שווייס און מאכאָרקע: 


נע פּלאטש מאמא רידנאיא.., 


און דער צוג האָט זיך געטראָגן פאָרויס, פאָרויס. אלץ נעענטער און 
נעענטער צו דער מילכאָמע, | 


..מירא איז געווען יונג, | 

איר שׂלאנקער קערפּער האָט בייגעוודיק זיך געוויגט אף אירע יונגע, 
פעסטע פיס. גראצ;יעז געשפּילט אונטער דעם גראָבן זעלנערישן שינעל, 
און דער רימען ארום דער טאליע האָט נאָך מער אונטערגעשטראָכן די 
שײינקײַט פון איר שטאלט. אָבער פונעם איידעלן, גאָלדיק-אָפּגעברענטן 
פּאָנעם איז פארשווונדן דער פריידיקער שמייכל. די אויגן זײַנען געװאָרן 
טיפער, גלײַך זיי װאָלטן זיך געגרייט אלינשלינגען דאָס, װאָס איז נאָך 
פאָרגעשטאנען אופצונעמען, זען... זיי האָבן אָבער ניט אופגעהערט צו 
לײַכטן מיט אזא טמימעסדיקער לױטערקײַט, אז שלאכטלײַט פלעגן שפּאסן: 

-- דעם דאָקטער דארף מען פארמאסקירן די אויגן, אניט קאָן אף זייער 
פײַער אָנפליען דער סוינע.. 

מירעס אויגן האָבן געהאט די פארב פון בענקשאפט. און ווען זי האָט 
יאָ צומאָל א שמייכל געטאָן, איז עס געווען א שמייכל ניט מיט די ליפן, 
נאָר פון אינװוייגיק, 


דערװײַל האָבן טעג און נעכט זיך אויסגעמישט, געפלאקערט מיט א 
פײַערדיקער שקיע-רױיטקײט, װי דער הימל װאָלט זיך אָנגעצונדן פון אופ- 
געריסענע סנאריאדן, פארגאָסן געװאָרן מיט בלוט... 

אינעם אָפּשײַן פון זיך לעשנדיקע סרייפעס האָט זיך געשארט דער 
שאָטן פון א רויטארמייער מיט עפּעס א לעבעדיקער לאסט, אײַנגעװיקלט 


99 


איז זײַן שינעל און אריבערגעװאַרפן, װי א זאק, אַיבער די פּלײיצעס. ער 
האט זי געטראגן אף זיך קימאט א גאנצע נאכט מיט יענער אקשאַנעס, 
וואס פליסט פון א ווארעם הארץ, און מיט א פארגרעבטער שטים זיך גע" 
בעטן; | : 

-- שטארק זיד, ליבינקע... ווייטעקן דארף מען קענען אריבערטראָגן. 
אָט װעסטו זען, אלץ וועט זײַן גוט, 

און אין א' װײַלע ארום מיט דעם זעלבן קאָל: 

-- זאָג כאָטש, ויאזוי רופט מען דיך? 

נאַר אים האט קיינער ניט געענטפערט. די נאכט האַט אויך געשוויגן 
און דעם סאלדאט האט זיך געדאכט, אז ס'פארגייט ניט איין נאכט, נאָר 
לאנגזאס און שווער פליסן יארן.. 

ביסלעכװײַז האַט אַנגעהויבן שאר;ען אף טאָג. און דער רויטארמייער 
האָט אין א שיטער וועלדל, באם ראנד פון א פארסארפעט דאַרף, דערזען 
אף א דאך דעם פלאטער פון א װײַס פענדל מיט א רויטן קרייץ אין דער 
מיט, 

--- מיר זײַנען אַנגעקומען! 

מיט די לעצטע קויכעס האַט ער זיך דערשלעפּט צום מעדסאנבאט און 
פאַרזיכטיק אראַפּגעלאַזט פון זיך די שווערע לאסט, 

אין דער טיר האַט זיך באוויזן מירא מיט א מיד ניט אױיסגעשלאָפן 
פּאנעם. דער רויטארמייער, קוים האלטנדיק זיך אף די פיס, האָט א קוק 
געטאָן צו איר. זייערע אויגן האָבן זיך באגעגנט, 

-- זי לעבט; כאווער לייטענאנט! 

ער האָט ארויסגעהוסט די ווערטער מיט א פארקרימטן שמייכל, וועלכן 
ער האָט טייקעף, װוי א טרער, אַפּנעװישט פון זײַן קאַנטוזיעט פּאַנעם, 

אין שינעל איז געווען אײַנגעװיקלט א מיידעלע, איינס פון יענע העפ- 
קערע קינדער, אַפּגעריסענע פון טאטע-מאמע, מיט וועלכן א דײַטשישער 
,מעסער" האָט פארפירט א בייזע, אכזאָריעסדיקע שפּיל. און ווען דער רויט- 
ארמייער, א מענטש אין די מיטעלע יאָרן, האָט דאָס מיידעלע געפונען 
אין א קאליוזשע בלוט, האָט זי אויסגעקרעכצט בלויז איין װאָרט; 

-- מא-מא! 

אזוי, א שווער פארווונדעטע, האָט דער סאָלדאט זי געטראָגן דורך דער 
נאכט, 

-- ראטעוועט, דאַקטער! 

מירעס אוינן האט באדעקט א גלאנציקע פײַכטקליט, 

מירא איז געווען יונג., 

אף אזויפיל יונג, אז אייניקע פארווונדעטע האָבן שטארק קיין כיישעק 
ניט געהאט זיך בא איר צו היילן, מוירע געהאט זיך לייגן בא איר אונטערן 
מעסער. נאַר אירע הענט, צארטע, װי גרעזער, האָבן שוין געװוּסט פון 
אָן א שיר מענטשלעכע גרוילן און ליידן. זיי זײַנען געווען א סאך עלטער 
פון איר. זי האַט שוין באוויזן צו זען פארשיידענע געפערלעכע װוּנדן. 
דאָס זײַנען אָבער געווען װוּנדן אף שטארקע מענערישע קערפּערס. און דא-- 
א קינד... 


40 


דעם מיידעלעס פּאַנעם איז געווען פארשפּיצט. די ליפן פעסט צונויפ- 
געפּרעסט, און מירא האָט געװאָלט, אז די קינדערשע ליפּן זאָלן זיך א ריר 
טאָן, ס'זאָל כאָטש א שוואכער צייכן פון לעבן זיך באװײַזן, און זי האָט 
באפוילן; 

-- קאמפאָר! 

נאָך דער אײַנשפּריצונג האָט א לײַכטער ציטער א ריר געטאָן די קיג- 
דערישע בלײיכקײַט. דאָס מיידעלע האָט אופגעהויבן די װיִעס, און מירא 
האָט דערזען א פּאָר בלאַנדזענדיקע דורכזיכטיקע אויגן, װאָס האָבן עמעצן 
געזוכט, 

-- מאדמא... -- און זיך ווידער צוגעמאכט, 

עטלעכע שאָ האָט געדויערט דער געראנגל מיטן טויט. דער אלטער 
סאָלדאט איז געזעסן בא דער שװעל פונעם לאזארעט, װוי א פאריאָסעמטער 
טאטע, געצויגן זײַן ביטערע מאכאָרקע און געווארט, געווארט. עפשער 
האָט ער אין דעם מאָמענט געטראכט וועגן גוירל פון זײַנע איגענע 
קינדער, 

ווען אין קאָרידאָר האָט זיך באוויזן א סאניטאר, האָט דער סאָלדאט 
געפרעגט; 

-- זי ועט לעבן? 

דער סאניטאר, נאָך זייער א יונגער, האָט ארופגעלייגט אפן סאָלדאטס 
פלייצע א קרעפטיקע האנט און אָפנהארציק געענטפערט: 

-- שאנסן קימאט נוֹל.. 

באם סאָלדאט האָט גענומען שווינדלען פאר די אויגן. דער סאניטאר 
האָט זיך פּלוצעם פארענדערט, זיך פארוואנדלט אין א קוים באמערקבארן 
שאָטן, : 
פארנאכטיצו האָט מען דאָס מיידעלע געבראכט צו קװוּרע, 

א קליין קייווערל.., 

און א שאָס פון א ביקס. 

נאָך א שאָס, 

דער זעלנערישער קאדיש האָט אופגעטרייסלט דעם פארנאכט. און צום 
ערשטן מאָל פאר די עטלעכע גרויזאמע מילכאָמע-כאדאָשים האַט דער 
סאָלדאט זיך צעווייגט, 


אָט אין װאָס פאר א סאָף-זומערדיקן פארנאכט מירא האָט זיך דער- 
מאָנט, ווען מע האָט זי ארויסגערופן אין געגנטקאָם.  .‏ 

ניין, מירא! װעט דעם פאָרשלאָג ניט אָנעמען זי װעט זיך קײנמאָל 
מער ניט צורירן מיטן מעסער צום קערפּער פון א קינד.. טױיזנט מאָל 
בֿיין,,, 

און דאָך... 


ערגעץ װײַט און ערגעץ נאָענט האָבן מיט א שטיפעריש געיעג א שפּיל 
געטאָן ווארעמעי באפרײַענדיקע װינטן. די ערד האָט זיך געעפנט, זיך 


41 


אָנגעגאָסן מיט יונגע זאפטן, און די זאפטן האָבן גענומען אָנגיסן מיט 
לעבן די ערשטע גראָזן. און זיסע רייכעס פון געפּלאצטע קנאָספּן האָבן 
אָנגעפילט די לופט, 

פרילינג! 

און מירא האָט דעם יונגן פרילינג באגעגנט אין דער באפרײַטער בו- 
קאָװוינע. די מילכאָמע איז אוועק װײַטער, אוועק אף מײַרעו, און זי איז 
געבליבן, קעדיי אָנהייבן א נײַע מילכאָמע. א מילכאָמע מיטן טוט פון 
קינדער, טויט, װאָס האָט געלויערט איבער בערג און טאָלן דאָס געפיל 
פון קומען צו הילף איז געווען שטארקער פון איר ווילן. ס'איז א געפיל 
װאָס מ'קאָן ניט אױיסטאָן איניינעם מיטן װײַסן כאלאט. 

פרילינג! | 
- ער האָט געבליט אין דער שווארצקײַט פון אָפּגעברענטע, זיך נאָך ריי- 
כערנדיקע פּויערשע כאטקעס. געבאָדן זיך אין דער לױטערקײַט פון די 
הימלען. װי אופגעוואכטע פון א לאנגן װינטערדיקן שלאָף, האָבן איבער 
בארגיקע וועגן זיך געצויגן פורלעך מיט קראנקע קינדער. זיך געצױיגן 
צום געוועזענעם פּריצישן שלאָס, און אין די אויגן פון מאמעס איז געווען 
שרעק, האָפענונג און גלויבן, 


..דערמאַנט זיך די אלטיטשקע מארפע, מיט װאָס פאר א געמיט זי איז 
אריבערגעטראָטן די שוועל פונעם פּריצישן הויז. אף די הענט --- איר זיב1- 
יאָריק אייניקל, אנדרייקא, מיט פיסלעך, װאָס האָבן ניט געװאָלט גיין. איר 
האָט זיך געדאכט, אז אָט-אָט װעלן זיך אף איר א לאָז טאָן הינט. בייזע 
הינט מיט רויטע אױסגעשטרעקטע צינגער און הייסע בלוטדורשטיקע 
אויגן, און ס'וועט שאלן דעם באראָנס רעציכעדיק קאָל; 

-- רראוס, שמוציגעס פּעבל! 

אָבער עס האָט זי מיט א ווארעמען שמייכל באגעגנט א יונגע פרוי, 
אָנגעטאָן אין װײַסן. זי ארלינגעפירט אין א צימער, װאָס איז אויך געווען 
אינגאנצן װײַס. א שפּיגלדיקע װײַסקײַט און א גרויסע װײַסע שטילקײַט 
האָט א שלאָג געטאָן מיט א פארשיקערנדיקן שפּיטאָל-רײעך, 

-- דאַקטער, דאָס איז מײַן אייניקל, אנדרייקא, 

און בעשאס מירא האָט שװײַגנדיק אויסגעטאפּט די קינדערשע פיסלעך, 
װאָס זײַנען אראָפּגעהאנגען װי הילצערנע אָן יעדן סימען פון לעבן, האָט 
מארפע קיין אויג ניט אראָפּגעלאָזט פונעם דאָקטערס יונג, אויסגעיידלט 
פּאַנעם, פון די שטילע אויגן, איר האָט זיך געדאכט, אז די צײַט האָט זיך 
אָפּגעשטעלט, און אָט װעט איר הארץ אויך זיך אָפּשטעלן פון שרעק, װאָס 
דאָס לעבן האָט אין איר אײַנגעפלאנצט מער, װי ס'האָט געקאָנט אופ- 
נעמען איר נעשאָמע., 

מיטאמאָל האָט זי באמערקט, װי באם דאָקטער אף דער סאמע רעכטער 
זײַט שלייף שלענגלט זיך פון אונטערן װײַסן קאפּל אפיר א דינער 
געלאָקטער האָרישטרײַף, װי א מין אָדער. און בא יעדער באוועגונג טוט 
ער זיך א ריר, צוגעבנדיק דעם צארטן פּאָנעם א מין ווארעמע, באכיינטע 
שפּיל,. און מארפע, אליין ניט ויסנדיק פארװאָס. האָט אף א רעגע זיך 


42 


דערמאַנט די יונגע באראָנעסע, די געוועזענע הארנטע פון אָט דעם שלאָס, 
אויך א זעלטן שיינע. נאָר מיט עפּעס א פאריסענער קאלטער שיינקײַט. 
זי האָט אויך ערגעץ-וווּ געלערנט אף דאָקטער און פלעגט מיט עקל אויסי 
מײַדן די פּויערשע אָרעמקײַט, 

מירא האָט איבערגעריסן דאָס שװײַגן. אופגעהויבן די אויגן צו דער 
אלטיטשקער און שטיל, װוי פאר זיך אליין, א זאָג געטאָן; 

-- פּאראליטש, 

זי האָט עס ארוױיסגעזאָגט מיט אזא ציטער, גלײַך זי װאָלט דאָס װאָרט 
געפּרוּװוט כאפּן אף צוריק, 

מארפע האָט ניט פארשטאנען אָט דעם ווילדיפרעמדן זאָג. איר האָט 
זיך אויסגעוויזן, אז דעם דאָקטערס קאָל אין פול מיט טרויער. זי האָט 
דערפילט עפּעס א שטעכיקע היץ איבערן לײַב, עפּעס האָט אָנגעכאפּט 
פארן האלדז מיט א בייזן קויעך, און דאָס בלוט האָט א זעץ געטאָן אין 
די שלייפן. זי האָט געמאכט א שפּאן אף צוריק, זיך אָנגעכאפּט פאר דער 
וואנט, קעדיי ניט אומצופאלן, און קוים מע האָט געהערט, זיך געבעטן: 

-- פַּאני דאָקטער, איך האָב קיינעם ניט.. און אנדרייקא האָט אויך 
מער קיינעם ניט.., 

צוויי טרערן האָבן א פינקל געטאָן אין אירע אוױיסגעלאַשענע אויגן 
צוויי טרערן האָבן זיך פארלוירן אין די קנייטשן פון איר פּאָנעם. 

-- דאָקטער, טײַערינקע... די מילכאָמע האָט צוגענומען מײַן איינציקן 
זון. מײַן פּעטראָ... צוגענומען און מער ניט אומגעקערט,, 

מירא האָט מיט ראכמאָנעס געקוקט אף דער אלטיטשקער, 

-- זאָרג ניט, באָבעשע, ער וועט גיין, דײַן אנדרייקא... 
: און א בלאסער, פארטראכטער שמייכל האָט ארומגעבלאָנקעט אף אירע 
יפּן, 

מארפע האָט אופגעציטערט. די עטלעכע פּאָשעטע ווערטער האָבן זי װוי 
מיטאמאָל דערנעענטערט צו דער פרוי אין װײַסן, 

מירא האָט נאָכאמאָל זיך צוגערירט צו אנדרייקעס געליימטע פיס, צו 
זײַן צעהיצטן בלאָנדן קאָפּ מיט די פארטראָגענע, האלב פארמאכטע אויגן, 
און גלײַיך זי װאָלט גערעדט ניט צו מארפען, נאָר צו עמעצן אנדערש, צו 
עמעצן, װאָס װעט פארשטיין יעדעס װאָרט אירס, אנטשלאָסן א זאָג גע- 
טאָן; 

-- נאָר א כירורגישע ארײַנמישונג קאָן עפּעס געבן. עפשער איז נאָך 
ניט צו שפּעט,.. 

זי האָט די װערטער ארױיסגעזאָגט לאנגזאם, גלײַך זי װאָלט יעדעס 
װאָרט, װאָס זי האָט ארויסגעבראכט אף די ליפּן, פריער אָפּגעװױגן און 
אָפּנעמאָסטן אין געדאנק, 


ס'זײַנען אדורך עטלעכע טעג. 

אין אָפּעראציע-זאל איז געשטאנען א װײַסע, סטערילע שטילקײַט. 
ס'האָט זיך נאָר געהערט דער קלאנג פון די אינסטרומענטן, װאָס עמעצער 
האָט צוגעגרייט. אנדרייקא אין געלעגן אף א װײַסן לאנגן טיש. איבער 


49 


אים ---א גרויסער זילבערנער טעלער, װאָס האָט געשײַנט, װי א בלייכע 
זון,. אינעם טעלער האָבן זיך באוועגט װײַסע פּאָרמלאָזע געשטאלטן, װי 
װײַסע שאָטנס. די געשטאלטן האָבן זיך אָט אויסגעצויגן, אָט פארברייי 
טערט זיך. אנדרייקא האָט ניט געקאַנט כאפּן זייערע קאָנטורן, באנעמען 
זייערע באוועגונגען. צומאָל האָט ער דערקענט א קאָפּ, א האנט. נאָר דער 
קאָפּ אָדער די האנט האָבן באלד אָנגעוװווירן זייער נאטירלעכן אויסזען, 
צערונען געװאָרן. 

-- כלאָראָפאָרם! 

אנדרייקא האָט דערקענט די שטים פונעם הױפּט-דאָקטער. איר זילבערן 
קאָל האָט געקלונגען באפעלעריש, שטרענג, און ער האָט, שטיקנדיק די 
טרערן, אָנגעהױבן ציילן אף א קאָל; 

-- איינס, צוויי, דרלי., 

מיטאמאָל זײַנען, ניט דערגייענדיק צו אים, הענגען געבליבן עמעצנס 
וועצרטער, עמעצנס פראגעס. 

-- איינס, צוויי., 

ער האָט מער גאָרניט געהערט, נאָר געפלויגן צו עפּעס א בלויען 
אָװונטיקן הימל. הייסע װאָלקנס האָבן זיך געשפּאָלטן. װאָלקנס, װוי וולל- 
סער שוים, זײַנען זיך צעגאנגען איבער זײַן פּאַנעם. פון ערגעץ גאָר װײַט 
האָט זיך באוויזן די באָבע מארפע אין א רויטן װאָלקן אײַנגעהילט. ער 
האָט געפּרוּװוט איר אנטקעגנלויפן, נאָר זי האָט אלץ זיך דערװײַטערט. 

-- איינס... איינס.., 

מירא האָט געהאלטן, אז אין יעדן מענטשן, װאָס װערט אײַנגעשלע- 
פערט מיט דער הילף פון נארקאָז, איז גלײַכצײַטיק פאראן א מוירעדיקער 
סימען פון לעבן און עפּעס א מוירעדיקער סימען פון טויט. אָט דער גע- 
דאנק האָט זי שטענדיק, בא יעדער אָפּעראציע, צוגעײַלט, געצװוּנגען ניט 
פארלירן קיין איבעריקע רעגעס, 

-- סקאלפּעל! 

מירא האָט אויסגעשטרעקט איר האנט אין דער גומי-זײַדענער הענ- 
טשקע. די מאסקע פון מארליע אף איר פּאָנעם האָט זיך אָפט באוועגט פון 
אָנגעשטרענגטן אָטעמען. 

די אָפּעראציע האָט זיך געענדיקט. און מירא האָט דערפילט מיטאמאָל 
א מין זױערקײַט אין האלדז. זי איזן צוגעגאנגען צום פענצטער. 

אָטעמען... אָטעמען.. 

די קראנקן-שוועסטער האָט געעפנט דאָס אויבערליכט. צוזאמען מיטן 
רייעך פון עפיר, קאמפאָר און בלוט האָט זיך ארײַנגעריסן די פארשיקערג- 
דיקע אפּרעלילופט. א זונעןישטראל האָט געשפּילט אין די צעבליטע 
ביימער, 


ס'זײַנען פארבײַ טעג, װאָכן, כאדאָשים, 
אין מירעס הענט, שערשאווע פון אָפטן װאשן, האָט געציטערט א 
רענטגעןפאָטאָ. זי האָט לאנג באטראכט די פארנעפּלטע, װי מיט רויך 


4 


באדעקטע אָפּבילדונג. דאן האָט זי מיט דער זעלבער אופמערקזאמקײַט 
פאנאנדערגעוויקלט די קארד;אָגראמע, --א שמאָלע לענטע מיט אָנצאָליקע 
שטריכן בארג-ארוף און בארגיאראָפּ. יעדערער פון די זיגזאגן האָט זיך 
זײַן געזעצמעסיקײיט, זײַן סאָד. איבעריקנס, װי אלץ אין לעבן.. 

פוֹן יענער זײַט טיר האָבן זיך געהערט ווייכע, שטילע טריט, וי עמע- 
צער װאָלט לאנג געשטאנען און געטראכט: עפענען זי צי ניט. טיף גע- 
הויקערט, איז ארײַן אין דער פּאלאטע די אלטיטשקע מארפע. זי האָט 
ארויסגעשלעפּט פון איר אויסגענייטן הוצולישן טײַסטער א פּאָר װײַסע 
זאָקן פון ציגענער װאָל, 

-- נעם, טאָכטער... א רעפוע צו די פיס... 

דערנאָך האָט זי אויסגעשטרעקט איר טרוקענע, ביינערדיקע האנט און 
דערלאנגט מירען א גרויסן רויטלעכן מאראנץ, 


דער ווינט בלאָזט אויס דאָס לעצטע ביסל ווארעמקליט. די כאטקע וויגט 
זיך און סקריפּעט, און ס'פילט זיך, אז דער װינט קומט פון װײַט און האָט 
צו גיין נאָך װײַטער. מארפע רוקט זיך טיפער ארײַן אין איר שאָפן 
פּעלצל, עס פאלט אף איר אָן א שװוערע בענקשאפט. זי װענדט אירע 
בליקן ערגעץ װײַט, און איר דאכט זיך, אז זי זעט א שיין אויסגעיידלט 
פרויעןפּאָנעם, פארצויגן מיט טרויער. זי דערפילט א נאָגנדיקן ווייטעק 
אין דער ברוסט, און די שטארע ליפּן קוים װאָס זיי באוועגן זיך, מורמ- 
לען ארויס: 

-- זאָלן איר די הענט ניט וויי טאָן... 

זי שפּארט אָן דעם קאָפּ אָן דער אלטער שפּינראָד. עס פארשווינדן מיט" 
אמאָל די הילצערנע וענט.. און מארפע טראָגט זיך וייך און לײכט 
איבער עפּעס א געדיכטן וואלד... א ברויזנדיקן בארג-טליך,., 

בארג-אראָפּ, אין סאמע מיטן טײַך, שנײַדט א יונגער פּליטנטרײַבער 
מיט דער קערמע דאָס זידנדיקע וואסער. זײַן פילפארביק אויסגענייט העמד 
איז אָפּנעבליאקעװעט פון דער זון. פון דער בריק ---א רעגנבויגן פון אליזן, 
אריבערגעװאָרפן איבערן טײַך, -- שיקט א יונגיטשקע הוצולקע אים א 
פארליבטן שמייכל נאָך, און א געבלימלט טיכל פלאטערט אפן ווינט, 


היייהיין! 

נעם אין הארץ מײַן ליבע מיט, 
אינצווייען איז לײַכטער 

און קירצער דער וועגיי. 


שוועבט א ליד פריי און הײַטער איבער די בוקאָװינער קארפּאטן. 
און מארפע קאָן זיך פונעם וואלד ניט אױספּלאָנטערן. לעבן איר שפּאנט 
דער דאָקטער אין װײַסן,. מיט אנדרייקען בא דער האנט,, 
ס'זײַנען אָפּגעלאָפן יאָרן, 
א סאך יאָרן! 
גאנצע דרײיסיק, 
/די אלטיטשקע מארפע איז שוין לאנג אף דער וועלט ניטאָ. מירא האָט 


45 


אויך באוויזן זיך צו עלטערן. א שטילע רויַקײַט ליגט אף איר פּאָנעם, 
װאָס האָט נאָך באהאלטן סימאָנים פון אמאָליקער שײנקײַט. אויך אנדרייקא 
האָט פעסט ארײַנגעשפּאנט אין זײַנע דרײַסיקער, אף אייגענע פיס ארלינ- 
געשפּאנט. עמעס, מיט דער הילף פון צויי באזונדערס צוגעטראכטע 
שטעקנס. נאָר דער אמאָליקער פּריצישער פּאלאץ איז ייִנגער געװאָרן, 
באקומען נײַע צוויי צוגעבויטע פליגלען, | 

יעדן דאָנערשטיק, ערעוו דעם אָפּעראציע-טאָג, פארהאלטן זיך אין דער 
קליניק מער װי שטענדיק מירא איסאקאָװונא שאבקעװיטש און דער 
רענטגענאָלאָג ---אנדריי פּעטראָװיטש סאווטשוק, 


איך ווייס ניט, װאָס זעען דאָקטוירים, ווען זיי קוקן אף דער קארדלאָ- 
גראמע. איך ווייס ניט, װאָס עס באטײַטן די אלע זיגזאגן. פאר מיר איז 
עס ניט קיין פּאָשעטע באשרײַבונג פון די הארץ-מוסקולן. פאר מיר איז 
עס א לעבעדיקע געשיכטע פונעם הארץ אליין, 

פון מירעס ווארעם הארץ, 


בָ 


* 


דאָס קדושן-רינגל 


ער, װוי ס'פליפט דער ווינט אין די בערג, 

פון פארנעפּלטע װײַטן, װי געטריבן פון ווילדער 
שׂרעק, טראָגט ער מיט א פארשטיקטן אָטעם זײַן 

|| /פּראַסטיק-בײַסיקן יאָמער. קאָװעט דער פּראָסט די 
4 ביימער אין וואלד, שפּאלטן זיי זיך פון קעלט און 
. סיטרעשטשעט דער לויטערער פינקלענדיקער שניי, 

| נאָר פארליבטע פילן ניט דעם ווינט, 

זע, מיט װאָס פאר א זאָרגלאָזער פרייד, שטיפעריש יונג, צוויי סילן- 
עטן גליטשן זיך אף ליזשעס בארג-אראָפּ, טראָגן זיך, װי אין א געװועט, 
איבער טיפע שניי-וועגן, אָפּגערוקט איינער פון צווייטן, פּונקט זיי װאָלטן 
אינמיטן געיעג געװאָלט זיך אָנקוקן, און דער אופגעווירבלטער שניי יאָגט 
זיי נאָך, װי א בלויער װאָלקן, 

װײַסע ברעמען, װײַסע װיִעס. די געשפּאָלטענע לופט פאטשט אין 
פּאָנעם, פײַפט אין די אויערן, און דער ווינט צעזייט די יונגע פרייד, 

-- מיר איז אזוי גוט מיט דיר.., 

הער זיך אײַן אינעם רויש פונעם װינט, און איך װעל דיר דערציילן 
א געשיכטע פון אן אנדער צײַט, 


פארנאכט, : 

דער אָפּגלאנץ פון א פראָסטיק צאנקענדיקן ווינטער-טאָג האָט בלוילעך 
געשימערט אף די שײַבלעך פונעם קרומלעכן פענצטער, געצייכנט פאנ- 
טאסטישע אראבעסקן. א שטעכיקער װינט האָט העפקער זיך געטראָגן 
איבער דער הינטערשטאָטישער פּוסטקײַט, און די נאקעטע ביימער האָבן 
געקרעכצט פון קעלט, 

אינעם שטיבל מיטן ערדענעם דיל, וועלכער האָט אײַנגעזאפּט דעם 
רייעך פון ליים, איבערגעמישט מיט פערדישן מיסט, אין אויך געװען 
קאלט און ניט היימלעך. אף די װענט זײַנען געהאנגען לאנגע, פאר- 


שטארטע שאָטנס, און אן אומעטיקער פּלאָנטער. פון פינצטערניש האָט 
ארויסגעשפּארט פון די ווינקלעף. 


47 


דער פארנאכט האָט זיך אָנגערוקט גיך. און שיפרע די וועשערן איז גע- 
זעסן באם אײַזערנעם הרובקעלע, געווארעמט אירע רטע צעװייקטע 
הענט, און געדאנקען, װוי שאָטנס, זײַנען געקראָכן אין קאָפּ, זי איז געזעסן 
אומבאוועגלעך, גלײַך זי װאָלט געדרעמלט, און נאָר אן אומגעהײערע 
מידקײַט האָט ארויסגעקוקט דורך די שפּעלטלעך פון אירע האלב-פארי 
מאכטע אויגן, 

די שאָען האָבן זיך געצויגן, װי די קעלט, לאנג און אומעטיק, יעדע 
רעגע --אן אײביקלט, און ארום איז געווען א פארגליווערטע שטיל- 
קלַט, װאָס האָט מאָדנע געקלונגען אין די אויערן; 

-- א רעגע צו א רעגע זײַנען ניט צוויי רעגעס.. 

שיפרע האָט זיך אײַנגעגראָבן אין זיך אליין,. דער אָפּשײַן פון די געל- 
רויטע פלאמען אינעם אייוועלע האָט געטאנצט אף איר פּאָנעם, װאָס האָט 
דערפון אויסגעזען נאָך בלייכער און װי צעשניטן, און די שטילקײַט האָט 
אלץ געקלונגען אין די אויערן; | 

-- א רעגע צו א רעגע זײַנען לאנגע צוויי צענדליק יאָר... 

מיט געטרײַשאפט און איבערגעגעבנקײַט האָט שיפרע געטראָגן אין 
איר הארצן אָט די יאָרן, אָנגעהױבן פון יענעם װײַטן װוינטערדיקן בייג" 
האשמאָשעס, ווען זוניע, דער יונגער כיינעוודיקער וואלדהעקער, האָט זי 
ארומגענומען, איר ארלינגעקוקט גלײַך אין די אויגן און שטיל, װוי א פאר- 
באָרגן געזאנג, ארויסגעשטאמלט: 

-- מיר איז אזוי גוט מיט דיר, שיפרע! 

מאָנען יאָרן, שטומע יאָרן, 

שיפרע האָט שוין פערציק אריבערגעשפּאנט, 

א פולבלעכע, א שטילע און עטװאָס א פארלוירענע, מיט א בלייכער 
פארטראכטקײַט אפן פּאָנעם, גלײַך זי װאָלט געהאלטן אין אויסמעקן אלע 
כעזשבוינעס מיט דער ארומיקער וועלט, טראָגט זי נאָך אלץ איר קערפּער 
לײַכט און שפּילעוודיק, און אירע שווארצע, עטװאָס פארװאָלקנטע אויגן 
בלינצלען מיט א פלעמל פון ניט אויסגעלעבטע באגערן. 

שיפרע די וועשערן, אָדער װוי מע האָט זי נאָך אלץ גערופן, שיפרע די 
יעסוימע, וועלכע איז אלע אירע יאָרן געשטאנען איבער גרויסע, פרעמדע 
באליעס וועש און באקומען רויטע אויסגעװייקטע הענט, װאָס האָבן דער- 
מאָנט אין רוי פלייש, האָט געװוינט איינע אליין אין א פארװאָרפן אל- 
קערל, באם סאמע ראנד שטאָט, װוּ זי האָט אן אויסגעמאטערטע פאר- 
בראכט אירע נעכט. און ס'האָט זיך געדאכט, די גרויסע באליעס װעש 
האָבן אָפּגעטױט אין איר אלע געפילן פון א פרוי. אלע בענקענישן, און 
נאָר דאָס קדושן-רינגל פון ביליקן גאָלד אפן מיטלסטן פינגער פון דער 
רעכטער האנט האָט עפשער געװוּסט צו דערציילן פון א פריצײַטיק פאר- 
לאָשן לעבן... 


אין דרויסן פאלט א שניי, א װײַסער געדיכטער שניי. די ערשטע 
שטערן ווינקען ארײַן אין פענצטער מיט יאָמטעװדיקער פרייד. אין שטוב 
איז אויסגעהייצט, ווארעם. בליץ-לאָמפּן, געליענע אף איין אָװונט, צעגיסן 


5--6 48 


ראכוועסדיק א העלע, היימישע ליכטיקײַט. טישן זײַנען געדעקט מיט אלעם 
גוטן, װוי טאקע אף א רײַכער כאסענע. פרעמדע מענטשן פירן צוויי יעסויי 
מים צו דער כופּע. פרעמדע, זײַטיקע מענטשן קושן זיך אין די מײַלער, 

-- מאזלטאָו! 

װוּ מענטשן -- דאָרט איז טרערן. װישן װײַבער זיך די אויגן מיט די 
פּראַנדזן פון די שאבעס-טיכלעך, נאָר קיינער וויינט ניט באם באזעצן די 
קאלע. א שטילע כאסענע אָן קלעזמער. װוּ מענטשן -- דאָרט איז סימכע, 
מענער קאָנען זיך פרייען אָן טרערן. נעמט מען צו קויסעס. 

-- מאזלטאָוו! 

שיפרע אין איר װײַסן געבאָרגטן כופּע-קלייד פון פרעמדע רײיכע פּליי 
צעס איז אויסטערליש שיין, וי אויסגעוועבט פון שניי. ס'איז א שײנקײַט, 
װאָס ווארפט זיך ניט אין די אויגן, שרליט ניט, נאָר שפּילט אין יעדן גליד, 
אין יעדער באוועגונג. זי קוקט אף איר באשערטן, און אירע בליקן זײַנען 
פול מיט צארטקײיט. אפן פּאָנעם שפּילט א שמייכל, זי איז פריילעך, בא- 
ריידעוודיק, 

און אָט שטייט זי מיט איר באשערטן אונטער דער כופּע, זוניע האלט 
איר האנט אין זײַנער, און איבער איר קערפּער צעגיסט זיך א פארשיי 
קערנדיקע הײיסקײַט, ער ציט ארוף דעם רונג אף איר פינגער; 

-- הרייאת-מקודשת לי, 1 

און ליכטיקע קלאנגען, װי די אביקע שוװוּע, פליען ארוף צו די 
שטערן, און דער פארנאכט היט אָפּ דאָס געזאנג פון פרייד און דעם ציי 
טער פון האַפענונג, 

-- הרידאת,,, 

מאָרגן דארף זוניע זיך אומקערן אין די בערג. ער איז א וואלדהע- 
קער, און ווינטער איז יעדער טאָג מיט גאָלד גלײַך. ער האָט קוים זיך 
אָפּנעבעטן אף א מעסלעס, פילט עפּעס שיפרע אן אומקלאָרע קלעמעניש, 
זי שרעקט זיך און ווייסט אליין ניט פארװאָס, 

-- זוניע, עפשער װאָלסטו דיר אן אנדער ארבעט אויסגעזוכט? 

בארויִקט ער שיפרען. נעמט זי אײַן, װי מ'נעמט אײַן א וויינענדיק 
קינד, 

-- איך וועל זיך לאנג ניט זאמעך.. 

ווען שיפרע װאָלט געקאָנט, װאָלט זי אָפּנערוקט דעם מאָרגן. 

נאָר ביז מאָרגן איז נאָך װײַט. א סאך שאָען זײַנען נאָך פאראן, און 
מינוטן, און רעגעס --א גאנצע אײביקײט. קלאמערן זי זיך איינער אין 
צווייטן, ווערן פארזונקען גלײכצײַטיק אין טונקלקײט און ליכט.. 

-- מיר איז אזוי גוט מיט דיר, שיפרע... 

עס גייט א שניי. א װײַסער געדיכטער שניי. קרײַזלט צו דער ערד 
אין א קישעף-טאנץ, שיט א גאנצן מעסלעס, און דער הימל פארבט אים 


? הארי אט מעקודעשעס לי - דו ביסט הײליק פארבונדן מיט מיר.., -- די 
ערשטע װערטער פונעם שפּרוך, װאָס דער כאָסן זאָגט צו דער קאלע, וען ער 
טוט איר אָן דעם הייראט-רונג, 


49 


מיט זײַז בלוילעכער פארב. ער איז אזא פראָסטיק שטעכיקער, הייסערי 
בלענדט די אויגן און װוערט צערונען אף די געזאלצענע ליפן, 
אף א שפּיץ בוים וויגט זיך א שווארצע װאָראָנע, לאָקערט מיט איין 
אויג איבערן װײַסן ארום, 
-- קרא-ארא,,. קר-א-ארא,,, 
װאָס איז עס? אן אָנזאָג פון שטורעם צי א װאָרעניש? 
זוניע האָט פארגעסן אינעם בוים, וועלכן ער האָט מיט א טאָג פרלער 
אין אײַלעניש איבערגעלאָזט א ניט דערזעגטן. דער ווינט אָבער האָט גיט 
פארגעסן. ברעכט ער מיט גרימצאָרן די אונטערגעזענטע סאָסנע. און די 
װאָראָנע האָט אויך ניט פארגעסן: 
-- קריא-ארא... קרראאא... היט זיך מענטש, אף דיר לױערט דער 
טויט,, 
נאָר זוניע פארנעמט ניט איר געשריי. הערט ניט די גסיסע-יקרעכצן 
פונעם בוים. אים דאכט זיך, אז דער וואלד זינגט. דער שניי זינגט, די 
גאנצע ארומיקע װעלט איז פול מיט פארביקן געזאנג. און עס יובלט זײַן 
יונג הארץ מיט טויזנטער פריידן... און עס פלעכט זיך ארײַן װי א צע- 
בליטע שנייבלום אין זײַן פרייד דאָס געשטאלט פון שיפרען . 
-- מיר איז אזוי גוט מיט דיר,, 
און אין אלע זײַנע אייוורים צעגיסן זיך פילקאַליריקע פײַערן, 
מיט פײַער אָבער שפּילט מען זיך ניט, און אן אונטערגעזעגטער בוים 
איז אויך װוי א טליענדיקע סרייפע, װאָס קאָן יעדע רעגע זיך צעפלאקערן, 
ברעכט טאקע אויס מיטאמאָל צװישן הימל און ערד א פארטויבנדיקער 
אופרליס, קליקלט זיך װײַטיװײַט איבער די פארשנייטע בארג-ישפּאלטן, און 
זוניע ווערט אין איין אױיגנבליק ארומגעכאפּט פון צעשפּרײטע סאָסנע- 
צװוײיגן, װוי פון שווערע טונקל-גרינע פלאמען, און בלײַבט ליגן אונטער די 
צװײַגן א גענעריקטער, 
| דערנאָך ווערט שטיל, 
און די ארומיקע סאָסנעס שטייען װי שטומע אין אָט דער שטילקײט, 
שטייען איבער זוניעס געביין װי בלינדע, װאָס האָבן גאָרניט געזען. און 
נאָר די װאַראָנע גיט צו װיסן; 
-- קרא, קרא... א מענטש איז דערהארגעט געװאָרן... 
זי אין שטענדיק דאָרט, װוּ עס שװעבט דער טיט, און איר װיסט 
געשריי ציטערט אין דער וואלד-טיפעניש, װי א גרויסע, שווארצע שׂרעק, 
און עפשער איז דאָס אלץ ניט מער וי א כאָלעם? 
שיפרע האָט קיין כאלוימעס ניט געזען זי האָט מיט אָפענע אויגן 
געכאָלעמט פון א לעבן מיט זוניען, און אין איין מעסלעס געווען אי א 
קאלע, אי א װײַב און געװאָרן א יונגע אלמאָנע מיט א קדושן-רינגל 
פון ביליקן גאָלד, 


עמעצער האָט פאר דער טיר אָפּנעטרײסלט דעם שניי פון אייגענע. 


טריט. דער פּראָסט, וי א װײַסער דורכזיכטיקער נעפּל, האָט א זעץ געטאָן 
מיט שנײַדנדיקער קעלט, און איידער שיפרע איז געקומען צויזיך, איז אף 


0 


דער שוועל שוין געשטאנען א קליין ייִדל, אײַנגעהילט אין אן אָפּגעטראָ 
גענעם פוטער. דער רויטער פלאם פונעם אייוועלע האָט געפלאטערט אף 
זײַן שמאָל באוואקסן פּאָנעם, 

-- א גוטן אָװנט, שיפרע... װאָס עפּעס אין דער פינצטער? 

שיפרע האָט אָנגעצונדן א לעמפּל, מיט א באהאלטענער פאָרשעריש- 
קײַט געמאכט א שפּאן אים אנטקעגן. ער האָט געװאָלט זיך אָפּרוקן פון 
דער טיר, נאָר שיפרע איז געשטאנען װי צוגעוואקסן צום אָרט, גלײַך זי 
װאָלט מיט איר גאנצער גרייס געפּרוּווט פארשטעלן די נאקעטע אָרעמקלײיט, 
װאָס האָט שטום געווייגט מיט עלגט, 

-- פארשטייסט, מ'דארף כאסענע מאכן א יעסוימע.. גיי איך איבער 
די הליזער... 

זײַן קאָל האָט געקלונגען מיט א פרומען ציטער, פּונקט ער װאָלט 
געזאָגט טילים, 

שיפרע האָט דערפילט, װי העפטיק ס'נעמט שלאָגן איר הארץ. זי האָט 
געװאָלט אים עפּעס ענטפערן, נאָר ניט געװוּסט װאָס. א קנויל איז איר 
געבליבן שטעקן אין האלדז. אינגאנצן א פארלוירענע האָט זי מיט באר 
דויערונג צעשפּרײט די אָרעמס, גלײַך זי װאָלט מיט אָט דעם זשעסט גע- 
געבן צו פארשטיין: מײַן גאנץ פארמעגן איז פאר אײַערע אויגן.. 

דער ייִד האָט זיך גענומען װוי פארענטפערן; 

-- איך ווייס, דו ביסט' ניט קיין גווירנטע... כ'האָב געמיינט א פּאָר 
גראָשן... 

און ריידנדיק אזוי, האָבן זײַנע שארפע בליקן פּלוצעם אָנגערירט 
שיפרעס קדושן-ריגגל. 

ביידנס אויגן האָבן זיך באגעגנט,. שיפרע האָט געמאכט א שפּאן אף 
צוריק, נאָך א שפּאן, נעענטער צו דער קאלטער וואנט, אין דער אומעטי- 
קער שטילקײַט האָט זיך געהערט, װי זי שלינגט גאנצע שטיקער לופט, זי 
האָט געװואָלט שרײַען, גלײַך עמעצער איז זי באפאלן. און אומבאמערקט 
פאר זיך אליין האָט זי גענומען אפגיך באהאלטן די הענט אונטערן פאר- 
טעך, אירע רויטע געשװאָלענע הענט, װאָס האָבן דערמאָנט אין רוי פלייש, 

א רעגע זײַנען זי אזוי געשטאנען איינער קעגן צווייטן, און צװישן 
זי ---א מוירעדיקער אומעט, 

פּלוצעם האָט זיך שיפרען אויסגעדאכט, אז דער ייד קוקט אף איר מיט 
א בעטנדיקן בליק אין די אויגן, פול מיט ראכמאָנעס און כאראָטע, און 
זײַנע ליפּן באוועגן זיך קוים: 

-- פאָרט א יעסוימע,., | 

שיפרע האָט װי אין כאָלעם גענומען שלעפּן דאָס רינגל פונעם פינגער, 
פּונקט זי װאָלט געריסן שטיקער פון איר באאוולט לעבן, 
| = מיט שווערער מי, פארבליסנדיק די ליפּן ביז ווייטעק, האָט זי אראָפּי 
געצויגן דאָס רינגל, דאָס ערשטע מאָל פאר צוואנציק לאנגע יאָר, און 
מיט עפּעס א ציטערנדיקער גיכקײַט אויסגעשטרעקט די האנט: 

-- נאט, נעמט.,. דאָס אין אלץ, װאָס איך פארמאָג.. 

זי האָט געקוקט אף דעם ייִדן. געקוקט אזוי, װוי זי װאָלט איצט געווען 
זייער װײַט פון אים, 


51 


..ס'וועט זײַן א ווינטערדיקער פארנאכט, א שניי װעט שיטן און די 
שטערן װעלן פינקלען. א יעסוימעי וװועט מען פירן צו דער כופּע. זי װעט 
מיט הייסע פארליבטע אויגן קוקן אף איר באשערטן. פרעמדע מענטשן 
וועלן גיין א מיצווע-טאנץ, 

-- הרי את, מקודשת לי... 

און ס'וועט אף לאנגע יאָרן געשלאָסן װערן א גליקלעכער בונד פון 
צוויי עלנטע יעסוימים, 

-- נעמט און זאָל זײַן מיט מאזלו 
און אף שיפרעס פינגער האָט א בליץ געטאָן א שמאָל רייפעלע װײַס 
ליב, 


דער ווינט האָט פאר דער נאכט זיך ניט אײַנגעשטילט, גיפטיק גע- 
בלאָזן איבערן פארשנייטן וועג. א מענטש איז געגאנגען איבערן װעג, 
וי אן איבעריקער אף דער וועלט, געגאנגען געהויקערט אינדרײַען. 

ווער איז ער? װאָס טרײַבט אים אין אזא פראָסטיקן פארטאָג פון דער 
היים? און עפשער האָט ער גאָר קיין היים ניט? 

שיפרע איז ארויס פון שטוב, וי נאָר ס'האָט אָנגעהױבן טאָגן. זי אין 
געגאנגען אינמיטן וועג. דער ווינט האָט זיך געװאָרפן אף איר מיט רע- 
ציכע, געריסן שטיקער פון אירע קליידער, געפּרוּװוט זי אומווארפן. דיניג- 
קע, שנײייקע שפּיזלען האָבן געשטאָכן די הויט פון איר פּאָנעם, געבלענדט 
די אויגן, זי האָט געײַלט, גלײַך זי װאָלט מוירע געהאט צו פארשפּעטיקן, 
כאָטש זי האָט געװוּסט, אז ער ווארט אף איר.,. און וועט שטענדיק ווארטן., 

איבערן הײיליקן אָרט האָט געװעלטיקט א טיפע שטילקײַט, 

נאָר די ביימער האָבן דאָ און דאָרט געשפּאָלטן זיך מיט א קרעכץ פון 
קעלט, 

שיפרע האָט אראָפּגעשארט דעם שניי פון דער מאצייווע. גרויע פאר- 
איאָריקע שטאנגען האָבן ארויסגעשטארצט, וי אָפּגעפרוירענע פינגער. 
איר האָט זיך אויסגעוויזן, אז דאָס וואקסן זיי ארויס פון דער טיף, װוּ עס 
ליגט איר זוניע, און זי האָט פאָרזיכטיק זיי פארבויגן אין א זײַט, 

די מאצייווע האָט געפינקלט אינעם פארשנייטן מאָרגן מיט הונדערטער 
װײַסע שטערנדלעך, שיפרע האָט זיך אריבערגעבויגן איבערן קייווער, 
מיטן פויסט דרלי מאָל א קלאפּ געטאָן אין שטיין; 

--- זוניע,.. א, זוגיע... 

איבערן בייסאלמען האָט זיך גענומען וויגן א קלאָגנדיקער ניגן, װי 
א פארשטיקט כליפּען; 

-- זוניע, איך קום בא דיר בעטן מעכילע, זוניע... נעכטן אוועקגעגעבן 
אונדזער קדושן-רינגל.., צוואנציק יאָר האָב איך עס געטראָגן. איין גאָט 
ווייסט, װוי שווער מיר איז געווען זיך צו שיידן דערמיט. פאָרט אָבער א 
יעסוימע... זאָלסט זיך מיען פאר איר, זוניע... 


52 


זי האָט נאָך עפּעס געװאָלט זאָגן, נאָר די ווערטער זײַנען פארגלי- 
ווערט געװאָרן אף די ליפּן. זי האָט אָנגעשפּארט דעם קאָפּ אָנעם קאלטן 
שטיין, אים ארומגענומען מיט ביידע! הענט, װי א לעבעדיקן מענטשן. און 
איר האָט זיך אויסגעוויזן, אז פון דער סאמע טיף דערגייט צו איר זוניעס 
קאָל; 

-- ווען איך װאָלט געקענט, װאָלט איך דיר אויסגעקושט יעדן פינגער 
אף דײַנע געשװאָלענע הענט... 

איר איז געװאָרן גרינג און ווארעם פון זײַנע רייד. זי האָט מער ניט 
געשפּירט איר שארפע איינזאמקײַט, איר עלנט. און נאָר די פּלייצעס האָבן 
לײַכט געציטערט, וי זי װאָלט געוויינט אין זיך אליין, 

זי האָט זיך אָפּנעקערט פונעם קייווער און זיך געלאָזט אהיים, באמלענ- 
דיק זיך צו גיין אין אירע אייגענע האלב-פארווייעטע שפּורן, 


הער, װי ס'פללפט דער ווינט אין די בערג און ס'טראָגט זײַן רויש דעם 
אָפּקלאנג פון אן אנדער לעבן, פון אן אנדער ליבע. 


! נעקאַמע 


אָךְ עטלעכע פראָסטיקע ווינטער-טעג, װאָס האָבן בא" 
דארפט פארקאָווען דעם דרויסן אף לאנגע כאדאָשים, 
האָט פּלוצעם זיך אומגעקערט דער הארבסט. פונעם 
אָנגעכמורעטן האָריזאָנט זײַנען ארויסגעשוװווּמען גרויע 
כמארעס, געהאנגען איבער די בערג. נאסע וינטן 
האָבן געװואָיעט און געטאנצט אין די בארג-שפּאלטן, 
און אף די נאקעטע, ביימער האָבן געציטערט פארבלי- 
בענע טויטע בלעטער און געפאלן צו דער ערד מיט א טרוקענעם זיפץ, 

דאניעל דער וואלדהעקער איז ארומגעגאנגען איבער דער שטוב מיט 
שווערע טריט, װי א כײַע אין א שטײַג. זיך צוגעהערט צום וינט. ער 
האָט געפילט עפּעס א נאָגנדיקן ווייטעק באם הארצן, וי מע װאָלט עס 
פארקלעמט אין דראָטן, און זײַנע געדאנקען האָבן זיך געטראָגן, װי די 
צעריסענע כמארעס, 

-- שוין אזוי שפּעט, און זי איז נאָך אלץ נישטאָ! 

אין שטוב איז געווען שטיל, װוי אין אן אָפּגרונט. אפילע די צוויי עמער, 
װאָס זײַנען געהאנגען אף די האקנס בא דער טיר, האָבן ניט אויסגעהאלטן 
די פּײַנלעכע שטילקײַט און זיך צעקלונגען מיט אן אומעטיק ליײידיקן 
קלאנג, 

דאניעל האָט ארומגעשפּאנט איבער דער טונקעלער שטוב, װאָס האָט 
אויסגעזען װי פון קיינעם ניט באוווינט, און זײַן נעשאָמע איז אָנגעפילט 
געװאָרן מיט כאשכעס. 

-- עפשער ניט באדארפט, זי זאָל הײַנט גיין אין פּריצישן הויף! 


מיט א פּאָר יאָר צוריק האָט מען אין דאנלעלס שטוב נאָך געװוּסט פון 
אָרעמער פרייד, ער האָט געהאט א װײַב, וועלכע ער האָט אראָפּנעבראכט 
פון א װײַט רומעניש שטעטעלע, זי איז געווען יונג, שיין און קלוג. ער 
האָט זי ליב געהאט, װוי נאָר א פּאָשעטער וואלדהעקער קאָן ליב האָבן. נאָר 
די צײַט איז געלאָפן א יאָר נאָך א יאָר, אָנגעצונדן אף איר פּאָנעם אי באר 
שטענדיקן פיבער, און זי האָט יונגערהייט אױסגעשפּיגן אירע לונגען. 


54 


איז דאניעל געבליבן וי אפן וואסער מיט א טעכטערל, װאָס האָט נאָר- 
װאָס ארויסגעשפּאנט פון די קינדערײיאָרן און זיך גענומען אָנגיסן מיט 
זאפטן, װוי א צײַטיקע פּיירע. 

זי איז געוואקסן, װי א סארנע, שלאנק, לײַכט, מיט א שטאָלצן פארי- 
סענעם קאָפּ. די גרויסע מאנדל-פאָרמיקע אויגן זײַנען געווען טונקל-ברוין 
און טיפע, טיפע, 

א זעלטענע שיינהליט, 

און פאר דאניעלן איז זי געווען אי אן אָנשפּאר, אי א טרייסט, 

ווען ער פלעגט זיך אומקערן פונעם וואלד א מידער, האָט עפּעס א 
ליכטיקײַט אים באגעגנט אף דער שװעל, און ווארעם פלעגט אים וערן 
אף דער נעשאָמע... און מיט אָט דער ווארעמקײַט האָט ער זיך גענומען 
פאר זײַן באליבטער ארבעט --- קנעטן ליים און אויספורעמען, אױסטאָקן 
ערדענע קיילים, און עס האָט זיך געדאכט, אז ער קנעט ארײַן אין זי 
זײַן טרויער און זײַן פרייד. נאָכן אויסברענען אין אויוון האָט ער זיי בא- 
פארבט מיט א שארלעך-רויטער פארב, און זיי האָבן געגליט מיט א מאטן 
פײַער און פארמאָגט א' דינעם, סוידעספולן קלאנג, װי א פארבלאַנדזעט 
געוויין אין דער טיף פון וועלדער, 

און ווען זײַן טאָכטער פלעגט אוועקגיין אין די רײַכע הײַזער צוהעלפן 
אין דער ווירטשאפט, האָט ער צומאָל איר מיטגעגעבן אזא מין קיילע, 

-- נא, שענק אוועק, זאָלן זיי כאָטש זען, אז אויך בא קאבצאָנים ליגן 
די הענט ניט אין קימפּעט! 

האָט מען טאקע מיט קינע באװװוונדערט זײַנע געבענטשטע הענט, און 
מיט קינע געניסט פון זײַן שאפונג. 

--- אזעלכע' הענט! אן אנדערער װאָלט מיט זיי גאָלד געשארט, 

נאָר מיט גאָרנישט קאָן ניט פארגלײַכט װערן די קינע, װאָס עס האָט 
בא אלעמען ארויסגערופן דאניעלס טאָכטער, | 

יִינגלעך, װאָס האָבן ניט לאנג צוריק געשטיפט מיט איר, ווילד זיך ארומ- 
געטראָגן מיט איר איניינעם איבער די בערג, האָבן מיטאמאָל דערזען 
פאר זיך עפּעס א פרעמדע ,פארשטעלטע פּרינצעסן" און, װי פארקישעפ- 
טע, מיט פארבענקטע בליקן גענומען גאפן אף איר יונגער, זאפטיקער 
איידלקליט. זיך ניט געקאָנט זעטיקן מיט דער צארטקליט פון איר קאָרג- 
הויטיק פּאָנעם און דער שײנקײַט פון אירע מאנדל-פאָרמיקע אויגן, װאָס 
האָבן געשאָטן מיט בליציקע פײיערן. שלאנק און לײַכט, וי א סארנע, האָט 
זי גערייצט מיט איר יונגער, פרישער אומבארירטקליט, און עפּעס א פאר- 
טראכטער שמייכל האָט ארומגעבלאָנדזעט אף אירע פײַכטע, ווארעמע ליפן, 

און מאמעס פון טעכטער מיט נאדן האָבן זי דורכגעבויערט מיט שפּײ 
ויקע אויגן, געקוקט אף איר מיט פארקרימטע פענעמער, גלײַך זי װאָלט 
בא די טעכטער זייערע צוגערויבט דעם מיידלשן כיין, 


באלד וי ס'איז אויסגעפאלן דער ערשטער שניי, האָט מען אין פּרי- 
צישן הויף באגעגנט דעם ווינטער מיט א גרויסן באל,- : 


אינעם לויפנדיקן וויכער פון טענץ האָט זיך געדרייט, געבלענדט א 
55 


פארשיידנפארביקע קארוסעל פון זײַד, סאמעט און צירונג. און עס האָט 
וואלסירט מיט די עלעגאנטע דאמען אליין דעם גוטבאזיצערס יוירעש, װאָס 
האָט שטודירט ערגעץ אין א גרוסשטאָט און איז אף ווינטער-פעסט גע- 
קומען צו פאָרן, 

עס האָבן געדרייט זיך, װי אין א קארוסעל, קליידער, בריליאנטן 
און בליציקע אויגן פון ציגײַנערימוזיקאנטן, 

אין דער זעלבער צײַט איז דאניַעל געווען פארטאָן מיט אויספורעמען 
נײַע ערדענע קיילים און אפילע ניט אָנגעהויבן טראכטן, אז אין סאמע 
ברעז פון דער סימכע זאָל זיך עמעצער גאָר דערמאַנען אין אים. װאָס 
האָט ער, דער וואלדהעקער, צו טאָן מיט פּריצישע באלן? 

פונוואנען זאָל דאנלעל געווען וויסן, אז דעם יונגן גוטבאזיצער װועט 
פּלוצעם זיך פארגלוסטן א שפּיל טאָן אף די סטרונעס פון זײַן אָרעם לעבן 
און די שפּיל װעט זיך ענדיקן מיט געווינען אין קאָרטן ניט קיין געלט, 
ניט קיין פארמעגן, נאָר זײַן, דאניעלס, טאָכטער, װאָס איז זיך געשלאָפן 
מיט א יונגן, רויקן שלאָף, 

און עס האָבן געדרייט זיך, װי אין א פארביקן קארוסעל, קליידער, 
צירונג און בליציקע אויגן פון ציגײַנער-מוזיקאנטן, 


יענעם טאָג, ווען ס'האָט פּלוצעם זיך אומגעקערט דער הארבסט מיט 
דריבנע שניילקע רעגנס און מוירעדיקע ווינטן, האָט דאניַעלן באהערשט 
עפּעס א מוירעדיקע אומרױיַקײַט, ער האָט זיך קיין אָרט ניט געקאָנט 
געפינען, צו קיין שום ארבעט זיך ניט גענומען, גלײַך װי די הענט װאָלטן 
אים אופגעהערט פאָלגן, ער האָט ארויסגעקוקט אף דער טאָכטער, װאָס 
איז אוועק אין פּריצישן הויף נאָך ברינדזע און שוין לאנג באדארפט זײַן 
צוריק. נאָר די נאכט איז צוגעפאלן, און זי איז אלץ ניט געווען. 

פּלוצעם האָט די דרויסנדיקע טיר זיך גיט געעפנט, װי אלעמאָל 
מיט א שטילן סקריפּ, נאָר זיך צעפּראלט, גלײַך א שטורעם-װוינט װאָלט זי 
אופגעריסן, און דאניעל האָט דערזען זײַן טאָכטער אין אי צעפליקט קלייך, 
מיט צעפּאטלטע האָר, אָן א שאלעכל, וי זי װאָלט פון זינען אראָפּ, 

אירע אויגן זײַנען געווען אונטערגעשלאָגן מיט בלויע פארלאָפענע 
רינגען, און זיי האָבן אויסגעמיטן זיך באגעגענען מיט זײַנע אויגן, א 
רעגע האָט א גליװוער געטאָן א שווער פארזונקען שװײַגן. דערנאָך האָט 
ער א זײַע געטאָן דורך די פארביסענע ציין מיט א פארשטיקטן געברום: 

-- װאָס האָט געטראָפן, קינד מײַנס? 

די פיס זײַנען אים מיטאמאָל שוואך געװאָרן, װוי אונטערגעהאקט, און 
ער איז געשטאנען פאר איר גרויס און פינצטער, וי די נאכט אף יענער 
זײַט פענצטער, 

איר בלייך פּאַנעם האָט א צאפּל געטאָן, באוואשן געװאָרן פון א רױי- 
טער צושע-כוואליע, באלד שווארץ געװאָרן װי די ערד, און א ווילד צע- 
ריסן געוויין האָט אױיסגעבראָכן: 

-- טארטע! 


6 


אלץ אין איר האָט אױיסגעבראָכן אין א געוויין. יעדער גליד אירער האָט 
געװויינט. און דאניעל האָט ניט געקענט צוזען איר צאר, ער האָס זי גע- 
טוליעט צו זיך, דערהערט דאָס שלאָגן פון איר הארץ, דערפילט דעם צֵי- 
טער פון אירע ליפּן, 

-- וולָאזוי װועל איך איצט לעבן, טאטע?.. 

עס איז געווען אזוי, ווי זי װאָלט די ווערטער ארויסגעצויגן פון 
זײַן אייגן הארץ. ראכמאָנעס און פארצווייפלונג האָבן אים געװאָרגן, און 
ער האָט מיטן ארבל פון זײַן העמד געטריקנט אירע טרערן 

-- מיר זײַנען מאכטלאָז, טאָכטער! 

פּלוצעם האָט זיך אים פארװאָלט שרײַען. ס'איז געװען א וילדער, 
כלַישער פארלאנג צו שרליען, גוואלדעווען, אָפּטאַן אזוינס, װאָס האָט נאָך 
דערװײַל קיין נאָמען ניט. זײַן הארץ האָט באנאָסן א הייסע כוואליע פון 
סינע, און די אויגן האָבן געבליצט מיט א פלאם פון מעשוגאס.. 


שפּעט באנאכט, וען זײַן טאָכטער איז פון לאנגן וויינען מיד געװאָרן 
און אײַנגעשלאָפן מיט אן אומרויקן שלאָף, האָט דאניַעל ארופגעשלעפּט 
אף זיך דעם פּעלץ, ארײַנגעלייגט אין טײַסטער צוויי אָנגעפילטע ערדענע 
טעפּ און זיך ארויסגעשארט פון שטוב, 

איבערן הימל האָבן זיך געטראָגן כמארעס, װוי גרויסע שווארצע, פאָנען, 
צעריסענע אין שלאכטן. דער גאנצער ארום איז געווען אין דער מעמשאָלע 
פון נאכט און וװוינט. די נאכט האָט זיך ניט געװאָלט אויסלאָזן, און דער 
ווינט האָט ניט געװאָלט אופהערן. דאניעל איז געגאנגען, דער קאָפּ פאָרויס, 
גלײַך ער' װאָלט מיט אים געװאָלט דורכלעכערן אלץ, װאָס האָט אין וועג 
זיך אים באגעגנט, 

.אין א פּאָר שא ארום האָט דאניעל מיט אן אנדער וועג זיך אומגע- 
קערט צוריק אהיים און, ניט אױיסטאָענדיק זיך, פעסט אײַנגעשלאָפן. 

אופגעוועקט האָט אים א ווילד, צעשראָקן קלינגען פון קלויסטער-גלאָקן 
ער האָט דערזען דורכן פענצטער, װי אינדערפינצטער שפּילן פלאמען 
פלאמען האָבן זיך געריסן צום הימל און אָנגעפילט די לופט מיטן רייעך 
פון סרייפע, 

-- אלי, װוי טײַער דו ברענסט, הינטישער זון! 

און ס'איז געווען אזוי װוי ניט זײַנע ריד האָט ער גערעדט, נאָר די 
רייד פון דוירעס באליידיקטע, באשפּיגענע, װאָס האָבן געגארט נאָך גע" 
קאָמע, 

די נאכט האָט זיך ניט געװאָלט ענדיקן, 

און עס האָבן דורך טיר און פענצטער פון פּריצישן הויף זיך געריסן 
פלאמען. דער ווינט האָט זיי געיאָגט, װי א בייזע קלאָלע, געהאָלפן צע- 
בלאָזן די סרייפע, 

פארטאָג איז אויסגעפאלן א פרישער שניי, און צווישן די אָפּגעברענטע 
באלקנס האָבן אין דער לויטערער װײַסקײַט זיך געוואלגערט טשערעפּעס 
פון צעבראָכענע ערדענע טעפּ, אזעלכע שארלעך-רויטע, גלײַך זיי האָט 
עמעצער מיט בְלוט באגאָסן.., 


57 


אונטערוועגס 


אֹ 


ארבסט האָט ביסלעכװײַז אויסגעלאָשן דעם זומער, 

עס זײַנען געשטאנען די ערשטע טעג פון סענטיא- 
בער. מיט ביימער, נאָך אָנגעטאָנענע אין געדיכטן 
גרינס. די לופט איז נאָך פול געווען מיט מילדע סאָף- 
זומערדיקע קלאנגען, און נאָר דער וינט האָט מיט 
קויעך געפליקט די בלעטער פון די צװײַגן, גלײַך ער 
װאָלט געפּרוּווט אראָפּרײַסן דעם סאָף-זומערדיקן פּוץ 
און די שיײינקײַט פון די זוניקע גאסן, 

די טעג האָבן גענומען קירצער וערן. און אין די גיך צוגעפאלענע 
פארנאכטן האָבן געפלאקערט רויטע שקיעס און ס'האָבן אין א פײַערדיקער 
שפּיל זיך געביטן מיט די ערטער ליכט און שאָטן, 

אין איינעם אזא פארנאכט איז פון צאָפן אף דאָרעם, װי אף א פאר- 
קערטן וועג -- פון הארבסט אין זומער ארײַן, אָפּגעפאָרן דער שנעלצוג 
,מאָסקווא-- נאלטשיק", אים האָט באגלייט א פארביקער ביינהאשמאָשׂעס, 
װאָס האָט לאנגזאם זיך געלאָשן. און פארן לויפנדיקן וואגאָן-פענצטער 
האָט, װוי אין א פארקישעפטן קאלידאָסקאָפּ, זיך געדרייט די וועלט, זיך 
געדרייט איניינעם מיט די נאקעטע, אָפּנעקאָסעטע פעלדער, מיט שטעט 
און דערפער, 

די באן האָט מיט אײַלעניש געשניטן איר וועג צו דער קאבארדיני- 
שער הױפּטשטאָט, צו יענער צאָפן-קאווקאזער שטאָט, װוּ מיט א יאָר 
דרײַסיק צוריק האָט זיך אָפּגעשטעלט מײַן װויסטער טויטיגעלויף איבער 
דראָענדיקע מילכאָמע-װועגן און װוּ אין א לינדער פרילינגינאכט האָט מיך 
אופגעװעקט די יובלדיקע פרייד פון ניצאָכן.. 

אין קופּע איז אכוץ מיר קיינער ניט געווען. און וויגנדיק זיך אין א 
לײַכטן דרעמל, האָבן געדאנקען, װי פארבײַלויפנדיקע באןיסטאנציעס, 
אופגעטויכט אין דער טיפקײַט פון מײַן זיקאָרן. 


58 


נאלטשׂיק, 

א קנופ פון באגאָסענע מיט זון גאסן און געסלעך באם סאמע ברעג 
שטאָט. א כאָפּטע פריילעכע קינדער קוקן נאָך פארגאפטע יעדן פרעמדן 
פארבײַגייער. מיידלעך קלאפּן אויס אף די טאצן מיט א ריר פון די שפּיץ 
פינגער דעם דריבנעם וויכער פון לעזגינקעס, דעם טאנץ פון בענקשאפט 
און ליבע, און יונגען, װי דזשיגיטן,. שוועבן איבער דער ערד מיט אזא 
לײַכטקײיט, גלײַך זיי װאָלטן געווען אָן װאָג. 

-- אסדסדארארא! 

גאסן און געסלעך --,יעוורייסקאיא קאָלאָנקא", װוּ ס'וווינען דערי- 
קער בארג-יידן, טאטן. נידעריקע װײַסיגעקאלכטע הײַזלעך פון ליים און 
פון שטיין. בא יעדן הײַזל א ברייטער טויער. און בא יעדן טויער א היל- 
צערנע באנק. און אף די בענק זיצן אין די פארנאכטן פרויען, פירן שטילע 
שמועסן, אָדער ס'רוען מענער נאָך א טאָג גארבן לעדער אין די ארטעלן 
אָדער וועבן געבלימטע טעפּיכער. אָט די פרויען און מענער טײלן זיך 
קימאט מיט גאָרניט נישט אויס פון דעם קאבארדינישן ארום, בא וועמען 
זיי האָבן איבערגענומען דעם שניט פאר זייער קליידונג און דעם ניגן פאר 
זיײיערע טענץ. עפשער נאָר מיט דער שפּראך, װאָס האָט זיך פארהיט דורך 
הונדערטער יאָרן און שפּילט מיט דעם ריטם און קלאנג פון פּערסיע און 
באָווֹל.., 

און עפשער אויך מיט די גאָר אלטע זקיינים אין װײַסע טיורבאנען, 
אָדער פארביק אויסגענייטע יארמעלקעס אף די גרויע אָפּגעגאָלטעע קעפּ, 
זקיינים, װאָס זײַנען מיספּאלעל, זיצנדיק אף דער הוילער שול-ערד, די פיס 
אונטער זיך, וי אוויילים. נידעריקע, וי זיי װאָלטן געוואקסן אף צוריק, 
האָבן זיי שוין פארגעסן זייער עלטער. די קערפּערס, ארומגעגארטלט מיט 
שמאָלע זילבער-באצירטע פּאסן, זײַנען אויסגעטריקנט. די פּענעמער לענ- 
גלעך-אָפּגעצערט, איבערגעצויגן ניט מער װי מיט א דין-געקנייטשטער, 
טונקל-פארביקער הויט, און די פארשפּיצט-אונטערגעשוירענע גרײַזיגרויע 
בערד מאכן די פּענעמער נאָך לענגער, 

די זקיינים, וי אוראלטע פּאסטעכער, גייען ארום אָנגעשפּארט אֹף 
לאנגע סוקעוואטע שטעקנס, גלײַך זיי װאָלטן נאָרװאָס ארויסגעשפאנט 
פונעם טאנאך אָדער װאָלטן פארבלאָנדזעט פון די ביזאנטישע צליטן, ווען 
דאָס אלמעכטיקע קאָנסטאנטינאָפּאָל--- די פעסטונג פון גריכישער אָרטאָ- 
דאָקסיע -- האָט גויזער געווען שמאד אין די גרענעצן פון איר אימי 
פּעריע, 

איז טאקע דער גזאר, װי א בלוטיקע שװערד, געפאלן איבער אלע, 
װאָס האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו פארלייקענען זייער שטאם. האָט מען צונויפ- 
גענומען דאָס ביסל האָב-און-גוטס און זיך געלאָזט אף פרעמדע װעגן, 
אייניקע פון די וועגן האָבן געפירט אויך לענגויס די זאמדיקע ברעגן פון 
קאספּיַע און שווארצן יאם, און ערגעץ דאָ, צװישן בערג און יאם, איז 
מען פארבליבן, געפונען אי נײַע היים. און פון דאָר צו דאָר זײַנען צווישן 
די פעלקער פון צאָפןדקאווקאז געוואקסן זין און טעכטער, געוואקסן אונ- 
טער א געמיינזאמען הימל, ארלינגעוואקסן אין נײַע מינהאָגים, נלַע זיטן. 


59 


ב 


דוירעסלאנג האָבן טאטן געלעבט אין אָרעמקײַט, רעכטלאַזיקײַט. פאר- 
קנעכט געווען בא היימישע און פרעמדע פירשטן. ניט איין מאָל האָט דער 
גוירל זיי געטריבן צו אומקום. נאָר זיי האָבן אויסגעהאלטן, װי א טיף 
פארװאָרצלטער בוים, װאָס קיין שום הוראגאנען זײַנען ניט בעקויעך אים 
ארװויסצורײַסן. קאָן זײַן דערפאר, װאָס זיי האָבן פארמאָנט א לאנגע און 
טרויעריקע געשיכטע, א יערושע פון פּײַן און געראנגל. פארמאָגט א 
שפּראך, ניט נאָר א מינדלעכע, װי בא א צאָל אנדערעע קליינע פעלקער 
פון קאווקאז, נאָר אויך א שריפטלעכע. או מין אלט פּערסיש לאָשן, װאָס 
האָט זיך געשריבן מיט ייִדישע אויסיעס פון רעכטס אף לינקס, װי די 
הייליקע ספאָרים, אין וועלכע זיי האָבן מיספאלעל געווען. 

דער אלטער נאור שאולאָוו האָט נאָך צומאָל ארײַנגעקוקט אין אזא 
סייפער, אָבער זײַן אייניקל אוויגאדול, װאָס איז אין נאלטשיק געקומען 
אף דער! וועלט באלד נאָכן בירגערקריג און אופגעוואקסן אין דער שכיינל- 
שער רוסישער שטאָט פּיאטיגאָרסק, האָט פון אזעלכע ספאָרים שוין גאָרניט 
געװװווסט, 

ער האָט געפילט א לײַבלעכע נאָענטקײַט צו דער רוסישער שטאָט, װוּ 
באם ראנד פונעם בארג מאשוק איז אין איינעם א װײַטן פארנאכט ,װי 
א ליכט אויסגעגאנגען דער װוּנדערלעכער געני", דער נאָבעלער רוסישער 
דיכטער מיכאיל לערמאָנטאָו, און װוּ סידאכט זיך, אז דער ווינט טראָגט 
נאָך אלץ ארום דאָס װידערקאָל פונעם שאָס, װאָס האָט אָפּנעשטעלט זײַן 
יונג, איידל הארץ, 

אוויגאדול האָט ליב געהאט די רוסישע שול, אין וועלכער ער האָט 
געלערנט, ליב געהאט דעם לערער פון רוסיש, א געוועזענעם פּאָליט- 
קאטאָרזשאן, װאָס האָט פארשטאנען צו פלאנצן אין די נעשאָמעס פון זײַנע 
שילער אָפּשײַ און ליבע צו די אויצרעס פון דער רוסישער קלאסיק. נאָר 
מער פון אלץ האָט אוויגאדול ליב געהאט זײַן מיטשילערן זארא אלכאר 
סאָווא, דאָס איז געווען א ליבע א טיף-פארבאָרגענע, וועלכעע האָט געלעבט 
נאָר אין די אויגן, 

איינמאָל, גייענדיק פון דער שול, האָבן זיי ביידע פארבלאָנדזעט צו 
די לערמאַנטאָװ-ערטער, די זון האָט געהאלטן אין פארגיין. שטילע' וויג- 
טעלעך האָבן זיך שטיפעריש אראָפּגעלאָזט פון די בערג. און יעדער שטעג, 
יעדער קוסט האָט דערמאָנט אינעם לעבן פון דעם גרויסן רוסישן דיכטער. 
און אוויגאדול, באהערשט פון דער ארומיקער שײנקײַט, האָט שטיל װי 
פאר זיך אליין דעקלאמירט: 

0עהא36 מטגזן 8זנמסמץס ,888423, ,1666 
11 116606241 אעזןךס 68082 068400210ס) 4 


מיטאמאָל האָט זארא זיך אָפּגנעשטעלט. אירע אויגן האָבן אֹף א רעגע 
באוויזן א טיפע פארטראכטקײיט, גלײַך זי װאָלט אין עפּעס זיך דערמאָנט, 


1 דיר, קאווקאז, שטרענגער קייסער פון דער ערד, וידמע איך וידער מײַן 
נאכלעסיקן פערז (רוס.) 


60 


-- אוויגאדול, פארװאָס רופט מען אונדו טאטן? 

און אוויגאדול האָט צום ערשטן מאָל דערזען אין אירע אויגן א מאָדנע 
פײַערל, װאָס האָט זיך דאָרט אָנגעצונדן, 

ער האָט גאָר ביז איצט זיך ניט פארטראכט, פארװאָס די בארג-יידן 
ווערן אויך אָנגערופן טאטן. און װי האָט ער, א זיבעצניאָריקער געקאָנט 
פּלוצלינג נעמען און פאנאנדערפּלאָנטערן דעם טױזנטיאָריקן פּלאָנטער? 


װאָס איז פינף יאָר אין א מענטשנס לעבן! אָבער פאר יונגע, הייסע 
הערצער איז פינף יאָר אן אײיביקליט, 

זארא האָט געהאלטן באם ענדיקן דעם פּעדינסטיטוט, זיך געגריט 
ווערן א לערערן, און אוויגאדול, װאָס האָט שטודירט אין לענינגראדער 
אינסטיטוט פאר מיזרעך-שפּראכן, האָט געזאָלט בלײַבן אין דער אספ- 
ראנטור, 

,סאליאם, אוויגאדול, --- איז געפלויגן א טעלעגראמע פון דאָרעם קיין 
צאָפן, -- איך פריי זיך מיט דײַן דערפאָלג. בענק נאָך דיר. דײַן זארא"? 

האָט אָבער איינער א זונטיק-פארטאָג איבערגעריסן איר טרוים. א וויל- 
דער געװואָי פון סירענעס האָט געװועקט פון שלאָף. 

מילכאָמע! 

און אף גאנצע טויזנט טעג האָט זי אוויגאדולן פארשטעלט דעם ועג 
אהיים, 

און ווען ער האָט זיך אומגעקערט מיט װוונדן אפן לײַב, האָט ער קיי- 
נעם ניט געטראָפן. װײַל אף דער וועלט זײַנען צעשטערט געװאָרן היימען, 
אָן א שיר היימען. און אוויגאדולס היים אויך, 

און כאָטש אוויגאדול איז דורכגעגאנגען דעם וועג פון בלוט און פײַער, 
פון טויט און פארניכטונג, באגעגנט אונטערוועגס קרעמאטאָריעס, װאָס 
האָבן נאָך געטליעט, האָבן דאָך טרערן פארנעפּלט זײַנע אויגן און ס'האָט 
פון אײַנגעהאלטענעם געוויין געקלאפּט א צאָן אין א צאָן, 

פארשניטענע היימען! 

אפילע די װײַנשטאָקן, וועלכע ער האָט מיט אזא ליבשאפט אױסגעכאָ- 
וועט, זײַנען אויך אוועק מיטן רויך, און פון דער ערד האָבן ארויסגע- 
שטארצט פארקוילטע פּניאָקעס און דערמאַנט א פארשוועכטן בעסוילעם, 

אוויגאדול איז א פאריאָסעמטער געשטאנען בא די קװאָרים פון זײַן 
כאָרעװוער היים. געשטאנען װי א פארװאָגלטער יוירעד, 

מיטאמאָל האָט זיך אים אויסגעוויזן, װי די ערד וויגט זיך און א ציי 
טעריק קאָל פרעגט: 

-- אוויגאדול, פארװאָס רופט מען אונדז טאטןן 

אין קאָפּ האָט גערוישט. ער איז צוגעפאלן מיטן פּאָנעם צו דער רויער 
ערד, זיך אָנגעלײיגט אף איר מיט צעשפּרײטע הענט, וי ער װאָלט גע- 
פּרוּווֹט זי ארומנעמען. אים האָט זיך געדאכט, אז צווישן די בערגלעך ליים 
האָט מען אויך צו קװוּרע געבראכט זײַן טרוים, זײַן ליבע, 

פונװײַטן האָט דער אײיביקער זאָקן -- דער עלברוס --געפינקלט מיט 
זײַנע אײיביק פארשנייטע קרוינען און געשויגן, 


61 


נאלטשיק... 

דרײַ כאדאָשׂים לאנג האָט דער טויט ארומגעבלאַנדזעט אין דײַטשישע 
מונדירן. אויסגעווען אין יעדער שטוב, אין יעֹדֹן װוינקעלע. געהאנגען 
איבער דעם טאטישן ראיאָן,. װי איבער א טשערעדע צונויפגעטריבענע 
שאָף. און זקיינים אין פוטערנע היטלען, מיט שטעקנס, װי בא פּאסטעכער, 
האָבן זיך געשלײַכט פון הויז צו הויז און מיט א באהאלטענער פארזאָרגט- 
קײַט געטראָגן טרייסט, 

קאווקאזער שכיינים האָבן געװוּסט װועגן די שכיטעס אין מאָזדאָק 
איבער דער! גאנצער איידעע טאטן, וועגן די מאָרדן אין פּיאטיגאָרסק, און 
אײַנשטעלנדיק דאָס אייגענע לעבן, גענומען זיך ראנגלען פארן לעבן פון 
זייערע דוירעסדיקעע שכיינים --די טאטן, געבראכט אלץ נײַע און נײַע 
באװוײַזן, אז דאָס איז א זייער אלטער קאווקאזישער שייוועט, 

דערװײַל איז די צײַט געגאנגען. און ווען קיין שום באװײַזן האָבן 
מעֹר ניט געהאָלפן און ס'האָט זיך געגרייט דער טאָג פון שפיכאסידאם, 
איז מער ניט געווען, װוער ס'זאָל אויספירן דעם בלוטיקן גזאר... רויטאר- 
מייישע טיילן האָבן צו דער צײַט מיט פײַער פארטריבן דעם טויט. און 
נאָר פּעגאָרים אין מונדירן מיט האקנקרייצן האָבן זיך געוואלגערט אין די 
בארג-שפּאלטן און איידעס געזאָגט וועגן פארביטערטע שלאכטן אין די 
צאָפן-קאווקאזער בערג, 

לעגענדעס זײַנען פארבליבן אין יעדער טאטישער שטוב וועגן דער 
געטרלישאפט פון די שכיינים. לעגענדעס, װאָס קיינער האָט נאָך ניט 
אויסדערציילט ביזן סאָף, 


ג 


גאסן און געסלעך מיט א צעבליטן פרילינג בא די וועגן. 

דאָס לעבן האָט זיך אומגעקערט אין די טאטישע שטיבער. זיך אומגע- 
קערט אויך אין דער פירשטאָקיקער מיטלשול, װאָס האָט מיט אירע צענד- 
ליקער פענצטער אראָפּגעקוקט צו די אלטע שטיבלעך, וועלכע האָבן, וי 
פארשעמטע, זיך באהאלטן אין איר שאָטן, א שול, װוּ אוויגאדול איז גע- 
װאָרן לערער און װוּ סהאָט באדארפט זיך צעוויקלען דער קנויל פון זײיַן 
װײַטערדיקן לעבן, 

ער איז געווען נאָך יונג, כאָטש פון די אויגן, װאָס האָבן געשטראלט 
מיט עפּעס א סוידעספול ליכט, האָט אָפּט געטריפט אן אומעט. אין דער 
שווארצקליט פון זײַנע האָר האָבן זיך ארײַנגעפלאָכטן זילבערנע פעדעם, 
און אפן שטערן האָבן אין דער ברייט זיך געפאלדעוועט קארבן, וי נאָך 
א מעסער, װאָס האָט איבערגעלאָזט זײַנע שניטן, 

אוויגאדול האָט ליב געהאט דעם פרילינג, ליב געהאט די טרוימען 
װאָס האָבן, װי שטארקער װײַן, פארשיקערט. נאָר איצט האָט עמעצער זײַן 
פרילינג צוגעגאנוועט און אים איבערגעפארבט אין מוטנע קאָלירן, 

אין די נעכט האָבן גערעדט צו אים בערגלעך ערד. ס'האָבן געכליפּעט 
פון שלאָף זײַנע זיבן און צוואנציק יאָר, און אין קאָפּ האָבן אָן אופהער 


4* 62 


זיך געקייטלט געדאנקען, זיך געמישט אף צוריק, װי געדיכט באשריבענע 
זײַטלעך, | 
אין אָט דער טאטישער שול האָבן מיר זיך ביידע באגעגנט. צוויי פאר- 
װאָגלטע פון צוויי כאָרעוו געװאָרענע היימען. איינע, א ייַדישע אין די 
װײַטע קארפּאטן, און די צווייטע, א טאטישע באם ראנד פון בארג מאשוק. 
ער האָט באלד נאָך אונדזער ערשטער באגעגעניש מיך אָנגענומען פארן 
אָרעם, לאנג און צודרינגלעך געקוקט אף מיר, 
-- מיר ביידע שטאמען פון איין פאָלק.. כאָטש אונדזערע מינהאָגִים 
און אונדזערע שפּראכן זײַנען פארשיידן.. 
| ער האָט די װערטער ארױיסגעזאָגט מיט אזא ציטער, גלײַך ער װאָלט 
פון א טיפקײַט זיי ארויסגעצויגן, שווערע, װאָגיקע ווערטער. עפשער זיי 
נען זיי אין אָט דער רעגע אויך געווען אן ענטפער, א פארשפּעטיקטער 
ענטפער דעם טאטישן מיידל --זארא אלכאסאָווא, 


דֹ 


דער שנעלצוג מאָסקווא--נאלטשיק האָט געײַלט צו דאָרעם און זיך 
געוויגט אין א לײַכטן ריטמישן קלאפּערל, 

פון יענער זײַט פענצטער האָט די שקיִע זיך אױיסגעלאָשן און נאָר א 
בלוטיק-גאָלדענער אָפּשײַן האָט נאָך אלץ געצונדן די פאנטאסטיש אָנגע- 
בערגלטען װאָלקנס, ניט געװאָלט זיך אונטערגעבן דעם פארנאכט, װאָס 
האָט שוין באוויזן אָנטאָן דעם דרויסן אין צארטע, טרויעריקע שאָטנס און 
אף דעם גאנצן ארום ארופגעלייגט דעם כויסעם פון א זיסער בענקשאפט, 

איך האָב נאָכגעקוקט דעם פארנאכט און אין געקלימפּער פון שטאָל 
און אײַזן לאנגזאם אײַנגעשלאָפן, 

נאָר וויפל בין איך עס געשלאָפן? אי שאָ, צוויי, א מעסלעס א גאנצן? 

מיר האָבן זיך געכאָלעמט קרומע געסלעך מיט נידעריקע שטיבלעך, 
צוגעפּלעטשטע צו דער ערד. איבער די אלטע פארפוילטע שינדל-דעכער 
האָבן סרייפעס געטאנצט מיט א בייז געלעכטער. און אף א שװעל איז 
געזעסן א יונגע מוטער און אינגעוויגט איר קינד. זי אין אויך געווען 
אײַנגעהילט אלן פּורפּור-רױטע פלאמען. געברענט און ניט פארברענט 
געװאָרן... כ'האָב ניט געזען איר פּאָנעם, נאָר די שטים אירע האָב איך 
דערקענט. דערקענט דעם טכינע-ניגן. זי האָט געזונגען: 


בא דײַן וויגל זיצט דײַן מאמע, 
זינגט א ליד און וויינט,,, 


איר געזאנג האָט זיך געגאָסן טרויעריק און צעצויגן, און ס'האָט זיך 
געדאכט, אז סוויינט די שטוב, די גאס. אלע גאסן וויינען, 

-- מא"מע! -- האָב איך אויסגערופן. און זי האָט אויסגעשטרעקט צו 
מיר אירע הענט, זיי זײַנען געווען שווארץ, װי פארקוילט. די זעלבע הענט, 
װאָס האָבן מיך געצערטלט און אָפט אָפּגעװישט א טרער פון מײַן פּאָנעם, 


05 


איך האָב געװאָלט בא איר פרעגן, וועמען זי וויגט, שוין אזויפיל יאָרן 
פארבלי, זינט איר געביין איז אומגעקומען אין א שרעקלעכער סרייפע, 
האָט אָבער דער כאָלעם פּלוצעם זיך איבערגעריסן, 
אין קופּע האָט עמעצער אינדערשטיל געזונגען. 
איך האָב דײַטלעך געהערט א וויגליך; 
באיו-באין, באיו-באי! 


די שטים האָט געקלונגען מיט א מין לױיטערער, מיידלשער, אפילע 
קינדערשער ריינקײַט, 
דער שלאָף האָט באלד זיך אָפּנעטאָן פון מיר, און איך האָב דערזען 
אף דער פּאָלקע קעגניבער א יונגע פרוי. דערזען איר װײַסיגעבלימלט 
קלייד. זי איז געווען אזוי יונג, אז ווען ניט דאָס קינד, װאָס זי האָט אלינ- 
געוויגט און באוויזן דערבײַ א קוואל פון מוטערלעכער צארטקײט, װאָלט 
זי אליין געקאָנט אָנגײן פאר א מיידעלע פון א יאָר פופצן, 
זי איז געווען זייער איידל, מיט א קאָפּ פארשארטען הינטער. די אויערן 
קוילישווארצע האָר, װאָס האָבן אופגעדעקט א טונקל פּאָנעם מיט עטװאָס 
פארזשמורעטע אויגן. א דין פארשפּיצט נעזל האָט צוגעגעבן איר פּאָנעם 
א באזונדער מין כיין, 
זי האָט געזונגען מיט א ליכטיקן שמייכל אֹף די ווארעמע ליפּן און 
געווען, אפּאָנעם, אין יענער הײַטערער שטימונג, ווען אלץ זעט אויס אייג- 
פאך און שיין. ווען קיין שום זאָרג פארנעפּלט ניט דאָס לעבן 
-- באלד וועט זײַן נײַײיאָר,,, דער פּאפּע װעט ענדיקן.. ער װעט זיך 
מער ניט צעשיידן מיט נאורן.. ער װעט ברענגען שפּילכלעך..א סאך 
שפּילכלעך... אויך א באן, װאָס װעט יאָגן איבער אײַזערנע רעלסן. 
הו" הויי. = | 
זי האָט גערעדט צום קינד אף רוסיש, װאָס האָט אויסגעגעבן איר 
קאווקאזער אקצענט. און דאָס איז געווען ענלעך אף א מין װאָרקען פון 
א פארליבטער. דערבײַ האָבן אירע פינגער געמאכט קונציקע באוועגונגען, 
גלײַך זי װאָלט פונעם ליידיקן רוים ארויסבאקומען אלץ נײַע און נײַע 
קלאנגען, 
איך האָב פאָרזיכטיק, פון א זײַט, צוגעקוקט די שפּיל פון מוטער און 
קינד, זיך דערמאָנט אינעם איבערגעריסענעם כאָלעם און ניט וילנדיק 
פארלוירן א טיפן זיפץ, 
אין דעם אויגנבליק האָט דאָס געזאנג, װי דער כאָלעם, מיטאמאָל זיך 
איבערגעריסן. אפילע דאָס קינד האָט אופגעהערט שטאמלען, 
אומזיסט האָב איך אײַנגעהאלטן דעם אָטעם, געמאכט זיך שלאָפנדיק, 
דער ניגן איז פארשוונדן. דאָס געזאנג האָט זיך מער ניט אומגעקערט. 
-- איך שטער אײַך עפשער? 
זי האָט פון מײַן אומגעריכטער פראגע אוועקגעדרייט דאָס פּאָנעם, וי 
א קינד, װאָס האָט זיך פארשעמט, 
-- ניין, ניין! 
איך האָב געװאָלט בא איר עפּעס פרעגן, נאָר ניט געפונען די פּאסיקע 
ווערטער, און קעדיי ניט צו ברענגען זי אין פארלעגנהײַט, האָב איך 


4--6 64 


ארויסגענומען פון מײַן רײַזציטאש א ייִדישן זשורנאל און פארטיפט זיך 
אין לייענען. 

פּלוצעם האָבן אירע בליקן זיך אָנגעשלאָגן אין די טעוועלעך מיט דער 
פארביק געטאָקטער אופשריפט, א װײַלע געבליבן װי פארגליווערט און 
דערנאָך מיט עפּעס א נאיווער פרייד אויסגערופן: 

-- פּראָסטיטיע, עטאָ פּאָ יעוורייסקיל! 

אף מיר האָבן געקוקט א פּאָר ברייט צעעפנטע אויגן, װאָס האָבן גע" 
האט די פארב פון שטארק פארקאָכטער טיי. געקוקט מיט פארװוּנדערונג 
און נײַגער. 

-- דא!? -- האָב איך קורץ געענטפערט, 

ס'האָט זיך אָבער אין א װײַלע ארום ארויסגעשטעלט, אז מיט דעם 
װאָרט ,יעוורייסקי?" מיינען מיר צוויי פארשיידענע שפּראכן. איך -- מײַן 
מאמעלאָשן, און זי די שפּראך, אף וועלכער עס ריידן מיט איר טאטע- 
מאמע, שכיינים, 

-- בא אונדז האָט מען אויך ביז אין די דרײַסיקער יאָרן געניצט אָט 
דעם שריפט... מײַן פּאפּע קען אויך לייענעף 

איבער איר פּאָנעם האָט זיך אויסגעלייגט א לײַכטער שמייכל, און מיר 
האָט זיך געדאכט, אז דעם זעלבן אויסדרוק אין די אויגן, דאָס זעלבע 
האלב געעפנטע מויל מיט די פײַכטע ווארעמע ציין האָט אין איר עלטער 
פארמאָגט יענע ייִדישע מאמע, וועלכע איך האָב אַקאָרשט אין כאָלעם 
געזען... 

-- ווער איז אײַער פאָטער? 

זי האָט א קוק געטאָן אף מיר מיט א װײַטן פארטראָגענעם בליק, 

-- פּראָפּעסאָר שאולאָוו,.. געהערט, ניין? 

איך האָב דערפילט, וי מיר פארפעלט מיטאמאָל אָטעם. 

-- אוויגאדול? - 

זי האָט ווידער געעפנט ברייט אירע אויגן. 

-- איר קענט מײַן פאָטער? 

-- יאָ! און אײַך װי רופט מען? 

-- זארא, 

איך האָב דערפילט, וי עפּעס האָט זיך געשטעלט אין האלדז. פארלאָ- 
פענע שטיקער לעבן האָבן, װי א קנויל, זיך גענומען פאנאנדערוויקלען, 
איך האָב געװאָלט איר דערציילן פון א זייער װײַטער און זייער טרויערי- 
קער באגעגעניש... פון א יונג טאטיש מיידל, װאָס האָט אויך געהייסן 
זארא און װאָס איז אוועק פון דער וועלט מיט א ניט אויסגעליבטער ליי 
בע... נאָר זיך אײַנגעהאלטן, ניט געהאט דעם מוט צו צעשטערן דעם פריי- 
דיקן שמייכל אף איר פּאָנעם, און דערפאר נאָכאמאָל צוגעגעבן: 

-- יאָ, אמאָל געווען באקאנט מיט אליער פאָטער. 

-- אוז די עלטערן פון מײַן כאנאנען קענט איר אויך? 

זי האָט מיט עפּעס א פארבאָרגענעם שטאָלץ מיר גענומען דערציילן 
וועגן איר כאנאן, װאָס װעט אף געוויס זײַן א בארימטער געלערנטעךר:+- 


: אנטשולדיקט, דאָס איז אף ייִדיש? ? יאָ (רוס.) 


65 


א פיזיקער. דערװײַל איז ער נאָך אן אספּיראנט. דערציילט וועגן כאנאנס 
פאָטער, װאָס איז דער אװטאָר פון א סאך טאטישע געגינעס. זי אליין אין 
א מוזיקילערערן און שפּילט מיט פארגעניגן זײַנע שאפונגען, 

איך האָב געהערט איר' פריידיק פּלוידערן און מיטאמאָל האָט זיך מיר 
אויסגעוויזן, װי איך זע זי באם קלאוויר, זי וויגט איר יונגן קערפּער אוג- 
טער די קלאנגען פון דער מוזיק, גלײַך זי װאָלט זיצנדיק געטאנצט. די 
אקאָרדן זײַנען אָט שטילע, כליפענדיקע, אָט ווערן זי קרעפטיק און גרוי- 
זאם, גלײַך א שווערער האמער צעדרויבלט אלץ, װאָס שטעלט זיך אין 
וועג. דערנאָך איז ווידער שטיל, איינזאם און געבראָכן,.. זי שפּינט א 
פארביק געוועב פון טױזנטיאָריקן עלטער, 

-- און דער דריטער דאָר! װאָס װעט זײַן נאור כאנאנאָוויטש?-- האָב 
איך א פרעג געטאָן, אָנװײַזנדיק אפן שלאָפנדיקן קינד, 

אונדזערע בליקן האָבן זיך באגעגנט, זיך אָנגעשטױסן, װי אין ענג- 
שאפט. זי האָט מיר צוגעטראָגן נאָענט צום אויער א ווארעמען הויך פון 
איר אָטעם און אָנשטאָט אן ענטפער פּאָשעט געזאָגט: 

-- ער ווע זײַן נאור בען כאנאן! 

דערבײַ האָט איר פּאָנעם אופגעלויכטן. די אויגן האָבן זיך פארזשמו- 
רעט, װי די שווארצאפּלען װאָלטן זיי פארלאָזט, און נאָר אף די װײַסע 
ציין האָט געשפּילט א ווארעמער, אָפּענער און גליקלעכער שמייכל. 


ה 


דער צוג האָט געײַלט דעם אָװונט אנטקעגן, 

איבערן הימל איז געהאנגען א שטערן, װאָס האָט זיך אָנגעגאָסן מיט 
א בלוייציטערנדיקער ליכט. געהאנגען וי נעכטן, װוי מיט טויזנטער יאָרן 
צוריק, ארײַנגעקוקט אין לויפנדיקן וואגאָן-פענצטער און געפינקלט. פון 
ערגעץ װײַט זײַנען אנטקעגנגעקומען פײַערלעך, אופגעפלאמט, װי בליצן 
אין דער נאכט, א װײַלע נאָכגעקוקט דעם לויפנדיקן צוג און פארשװונדן. 
און נאָר דער ווינט האָט לאנג און אומרויק געהוילט, פּונקט װוי א מענטש 
װאָלט נאָכגעלאָפן דעם צוג מיט א קלאָגנדיק געװויין. און די גרויסע שטיי- 
נערנע בערג מיט די געטאָקטע פארשנייטע בארג-ישפּיצן זײַנען געשטא- 
נען אין לײַכטע נעפּלען אײַנגעהילט, וי פארגליווערטע הויקערס פון 
קעמלען, 

פארשטיינערטע קאראוואנען, 

זיי האָבן זיך געכמורעט, וי באאוולטע ריזן. נאָכגעקוקט דעם מענטשי 
לעכן געלויף און געאָטעמט מיט אײיביקן קויעך, מיט אײיביק לעבן. 


00 


געשטאלטן 


ער טאָג איז אויסגעפאלן א זעלטן לויטערער, גלײַך 
לענינגראד האָט, װוי א פאָרהאנג, צערוקט אף א וולל- 
לע! זײַן שפּעטיהארבסטיקן נעפּל, 

איבער פילצאָליקע דענקמעלער, װוי שטיקער פאר- 
שטיינערטע געשיכטע, איבער קליסטער-טורעמס, 
איבער הארמאָניש-צעשטעלטע פּאלאצן און סקװוערן, 
האָט װוי א זײַדן געוועב זיך אױסגעשפּרײט א העל- 
בלויער הימל, ברייטע גאסן האָבז געאָטעמט מיט או באזונדער פרישקײַט 
און פול געווען מיט שטאָטישע קלאנגען, פײַערלעך און שטאָלץ איז דער 
ווינטעריפּאלאץ געשטאנען אין זײַן בלויער הימלשער פּראכט און אויס- 
געזען אזוי דורכזיכטיק לײַכט, גלײַך ער װאָלט געשװועבט אינדערלופטן. 
פון אנטקעגן האָט אריבערגעקוקט צו אים די טרויעריקיבארימטע פּעטער- 
פאוועל-פעסטונג, און איר שארף-פארשפּיצטער קופּאָל האָט וי א גאָל- 
דענע שפּיז געפינקלט אין זײַנע בלויע שויבן. און צװוישן ביידע האָט די 
ניעווא, דער טײַך פון לעגענדע און העראָיִזם, געטראָגן אירע וואסערן, 
און א מאָדנע שטימונג האָט באהערשט דאָס געמיט, געמאכט פארגעסן די 
װירקלעכקײַט, פארפירט אף אנדערע ועגן, וועגן, װאָס לויפן אף צוריק, 
אין דער טיף פון דוירעס... 

איך האָב דורכגעקווערט דעם ברוקירטן פּלאץ און פארבויגן אין ערמל- 
טאזש, אין דער בארימטער גאלערייע פון קונסט און מאָלערײַ. בא די 
טרעפּ האָט מען פארקויפט רעפּראָדוקציעס פון קונסט-בילדער, סוּווענירן, 
וועלכע טוריסטן פון אלע עקן װועלט פירן אװעק מיט זיך, גלײַך זי 
װאָלטן מיטגענומען אומפארגעסלעכע טעג, פארבראכטע אין לענינגראד, 

איך האָב זיך א לאָז געטאָן איבער די גערוימע זאלן פונעם ווינטער- 
פּאלאץ, איבער די זאלן פונעם װוּנדערלעכן ערמיטאזש. ס'איז געווען, וי 
איך װאָלט מיטאמאָל ארײַן אין א לאבירינט פון צארטסטע קאָלירן, 

די אויסגעשטעלטע מאָלערל האָט מיך איבעראשט מיט דער טיפער 
ליבע צום לעבן, צום מענטשן, און נאָר די אבסטראקטע פאָרמען פון דער 
מאָדערנער קונסט האָבן פאר מיר שווער אנטפּלעקט דעם סאָד און זין פון 
זייער שייגקליט, 


67 


פּלוצעם בין איך ארײין אין א זײַטיקן זאל, װוּ אָנשטאָט אויסגעשטעל- 
טע געמעלן האָבן פרעסקן פון װײַטע, װײַטע אוראלטע צײַטן באדעקט די 
ווענט און די סטעליע. געשטאלטן, אײַנגעהילטע אין העל-פארביקער אל- 
טערטימלעכער קליידונג, האָבן װוי נאָרװאָס ארויסגעשפּאנט פון דער ביבל 
און װי לעבעדיקע מיר אנטקעגן געגאנגען. און ס'האָט אויסגעזען װי א 
סייפערטוירע האָט מיטאמאָל זיך צעװויקלט און אָנשטאָט שווארצע, פאר- 
ציקטע אויסיעס פלאמען שארלעך-רויטע און ליכטיק-גרינע פארבן. 

מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אז איך בלאָנדזע ארום איבער די סעדרעס 
פון בעריישיס, איבער די װײַטע װווינטערדיקע כיידערינעכט --די פארקי- 
שעפטע אָפּשײַנען פון מײַן קינדהײַט, װאָס אין רײַפן עלטער לױיכטן זי 
אוף מיט אן איבעראשנדיקער קראפט, 

איך בין געשטאנען באם באשאפן די װועלט און באם פארניכטן סדאָם, 
כ'האָב געהערט שרײַען העוועלס אומשולדיק פארגאָסן בלוט און געזען 
ייִצכאָקן, א געבונדענעם אפן מיזבייעך פון בלינדער אונטערטעניקײַט.. 
געזען דעם גליווער פון טויט אין זײַנע אויגן, ווען די לעצטע רעגע איז 
געהאנגען אפן שארף פונעם כאלעף, 

אונטערן געשפּאָלטענעם הימל האָבן זיך גערייכערט שווערע װאָלקנס. 
און ייִצכאָקס יונגע פארגאפטע בליקן האָבן געקוקט ארוף אין דער טיפֿי 
קײַט פון װײַטן הימל, גלײַך זיי װאָלטן ניט געקאָנט זיך אָפּרײַסן פון עפּעס 
אן אויסערגעוויינלעכער וויזיע, 

װאָס האָבן זיי דאָרט געזען, אין דער טיפקײיט? 

עפשער דעם דוירעסלאנגן װעג פון בלוט און פײַער, מיט רעדיפעס 
און קרייץ-צוגן, מיט אינקוויזיציעס, גאזקאמערן און אויסגעברענטע 
צייכנס אפן לײַב.. 

מאלאָכים האָבן געשװועבט איבער! געשפּאָלטענעם הימל, באויינט 
ייִצכאָקס פריען גרויזאמען טויט. מיט א צײַט צוריק האָב איך אין דעם 
אלטן רוסישן נאַװגאָראָד, דעם שטאָלץ און רום פון סלאווישן מיטלאלטער, 
דערזען אין א קלויסטער, איבערן סאמע אלטאר, דעם ועלבן סוזשע. פון 
אקיידעס-ייצכאָק. נאָר עטװאָס בלייכער אין פארבן און נאלווער אין אויס- 
פירונג. די װוענט פונעם קלויסטער זײַנען געווען אומעטיק גרויע, און 
ס'האָט זיך געדאכט, וי אין דער פארקלעמטער שטילקײַט שוועבט ארום 
צווישן די וענט דאָס קאָל פונעם מאלעך: 

-- אל תשלח ידך אל הנער! (טשעפּע ניט דאָס ייִנגלן). 

און איצט האָבן צום צווייטן מאָל, װי א שווארצער בליץ, א צאפּל 
געטאָן יענ װײַטע אומרויקע נעכט, וען מײַן קינדערשן שלאָף האָט 
געשראָקן דער כאלעף אין דער האנט פון אװראָם-אָװינו, ווען איך האָב 
פון ראכמאָנעס צו ייִצכאָקן זיך באגאָסן מיט טרערן און ערגעץ טיף, טיף 
באהאלטן פײַנט באקומען דעם גאָט, װאָס האָט געהייסן זיך ברענגען א 
לעבעדיקן מענטשלעכן קאָרבן.. / 

אויך אין יאנקעווס אויגן, שווערע פון אלטקײַט און רײַכע מיט דער- 
פארונגען און כאָכמע, האָט געפיבערט א פארזאָרגטע אומרויקײַט, ער האָט 
געגרייט זיך אוועקגיין אהין, פונוואנען מע קומט קײנמאָל ניט צוריק, 
און קאָן זײַן, אז אין אָט די לעצטע מינוטן האָבן אים געפּײַניקט די ליידן 


8 


פון זײַנע אורייניקלעך מיט צעבראָכענע גלידער און דערשטיקטע אָטעמס... 
עפשער האָבן די אלטע טריבע אויגן געזען אָשװענצים, טרעבלינקע... צִי 
גאָר די גװורעע פון אָופשטאנד אין ווארשעווער געטאָ?.. 

איך האָב לאנג ניט געקאָנט זיך אָפּרײַסן פון דעם בילד. אין הארצן 
האָט גענאָגט א פארקלעמטער ווייטעק. און ס'איז גאָרניט געבליבן ארום 
מיר, אויסער דעם אלטנס פּאָנעם, צעאקערט פון טיפע קנייטשן, אויסער 
די טרויעריקע, פארזאָרגטע, אומעטיקע אויגן, 

און מיר האָט זיך געדאכט, אז זײַנע הענט, װאָס ער האלט איבער די 
קעפּ פון יויסעפס קינדער, ציטערן, די זעלבע הענט, וועלכע איך האָב נאָר- 
װאָס געזען אף רעמבראנדס א בארימט געמעל, די זעלבע ווארעמע פאָ- 
טערלעכע הענט, װאָס האָבן מיט אזויפיל צארטקײַט און לײַדנשאפטלעכער 
ליבע צוגעטוליעט צו זיך דעם פארלוירענעם זון... און זײַנען גרייט געווען 
ארומנעמען די גאנצע װעלט, צודריקן זי צום הארצן אין אומענדלעך 
גרויסער ליבשאפט, 

און א שפּאן װײַטער האָט דער ניל שטאָלץ און מעכטיק געטראָגן זײַנע 
וואסערן, און צוויי פרויען האָבן פאָרזיכטיק ארויסגעצויגן פונעם טײַך א 
קעסטעלע מיט א וויינענדיק קינד, א קאָרבן פון יענעם ערשטן בלוטיק- 
גרויזאמען קיניגלעכן גזאר: 

-- כל הבן הילוד היארה תשליכהו... (יעדן געבוירענעם זון ווארפט 
אין טלַיך ארלין), 

פון די לײַכט דראפּירטע פענצטער האָט געזיפּט א מאטע שליַן, געפאלן 
אף די פרעסקן, זיך געשפּילט אינעם ליכט פון זייערע פארבן. און איך בין, 
וי א פארקישעפטער, געגאנגען פון פרעסקע צו פרעסקע און מיט דאנק- 
בארקײַט פארקריצט אין זיקאָרן די אופשריפט באם ארלינגאנג אין זאל: 

,לאָדזשי אי סטאנצע ראפאעליא", 

און ס'איז אין די גליענדיקע פארבן געװוען א װוּנדערלעכע, קימאט 
געצנדינערישעי פארבינדונג צווישן דער רײַכקײַט פון די פרעסקן גע" 
שאפענען פונעם גרויסן איטאליענישן מײַסטער סאנטי ראפאעל, און גע- 
שטאלטן פון דער ביבל, פול מיט צוריקגעהאלטענער לײַדנשאפט אן 
יבע.., 


ט 8 6 


ווען איך האָב פארלאָזט דעם ערמיטאזש, האָט דער טאָג געהאלטן אין 
פארגיין. אא הארבסטיקער נעפּל האָט ווידער אײַנגעהילט די שטאָט, און די 
גאסן זײַנען מיטאמאָל געװאָרן שמעלער, ליידיקער. די קלויסטעריטורעמס 
האָבן אויסגעלאָשן דעם גלאנץ פון זיײיערע צלאָמים. און נאָר אין די פענצ- 
טער פונעם ווינטער-פּאלאץ, דעם דענקמאָל פון גרויזאמען אבסאַליוטיזם 
און ליכטיקע אידעאלן, װוּ מיט העכער זעכציק יאָר צוריק האָט זיך אָנ- 
געהויבן א נײַע צלטירעכענונג, האָט געפלאמט א בלייכער װידערשלן 
פונעם װײַטן הארבסטיקן האָריזאָנט, און ס'האָט זיך געדאכט, אז אף יענער 
זײַט, אין יענעם זאל, װוּ עס דרעמלען די ראפאעלישע פרעסקן, באוועגן 
זיך שאָטנס פון װײַטע אוראלטע צײַטן, וי זיי װאָלטן ארויסגעשפאנט פון 
געלן צעוויקלטן פּארמעט, 


א דוינע 


יעווא! 

טרוימעריש רויִק, װי א דרעמלענדיקע שיינהליט, 
טראָגט זי אירע וואסערן, מורמלט אף איר אײיביקער 
שפּראך, גלײַך זי װאָלט פון שלאָף דערציילט א מלי- 
סעלע פון װײַטע, װײַטע צײַטן. און ס'לעשט אין איר 
טיפקײַט די הארבסטיקע זון אירע לעצטע בליכע 
שטראלן, 

אין שכיינעס שטייט דער זומער-פּארק סוידעסדיק פארטראכט, וי נאָר- 
װאָס באשאפן. א הארבסטיק ווינטל שטיפט מיטן גאָלד פון די ביימער, 
פארלעשט די אָנגעגליטע טורעמס פון די סאָבאָרן. און נאָר דער יונגער 
קליאָן פלאמט נאָך אלץ מיט א העלירויטן פלאקער. 

ערגעץ אין דער טיף פון פּארק פליסט א געזאנג, באגלייט פון א גי 
טארע, יונגע שטימען דערטראָגן זיך פארטרוימט; 


בא אונדז זײַנען וועלדער, װי דער הימל, בלוי 
און פעלדער אויסגעוועבט פון זײַד, 


איך זע ניט, װוער עס זינגט. צוגעשפּארט די פּלײיצע צום ווענטל פון 
א באנק, ווער איך אינגאנצן פארוואנדלט אין געהער. פון דעם קימאט 
פארגעסענעם ניגן װערט ווארעם אפן הארצן, 

װי קומט זי אהער, די אלטע אומעטיקע ליד! װער האָט די דוינע 
פארטראָגן פון די װײַטע קארפּאטן צו די ברעגן פון דער ניעווא? 

איך הער זיך אײַן אין דעם געזאנג און דערזע מיטאמאָל א קלייני 
שטעטלדיקן מארק מיט אָנגעפאָרענע פּויערישע ועגענער און א קלין, 
פארייכערט שענקל בא דער זײַט, מיט קויטיקע פאָרהענגלעך, װאָס פלא- 
טערן פון שיקערע קוילעס. און א ביסעלע װײַטער, בא אן אָפּענעם לאָדן, 
זיצט א שנײַדעריגעזעל און זינגט מיט ייַנגלשער שעמעװדיקײַט אויס דעם 
הײליקסטן סאָד פון ליבע: 


וי א פרעסטל, װי א פײַער, 
האָסט דאָס הארץ מיר אָפּגעבריט, 


70 


און פארזונקען אין אייגענע געפילן, קוקט ער אריבער צו יענעם שי 
נעם צװײיגאָרנדיקן מויער מיט פאריגלטע טירן און גרויסע, פעסט פאר- 
האנגענע פענצטער, װאָס שטייט אנטקעגן, 

און אין יענעם מויער, אין די ליכטיקע צימערן, דרייט זיך ארום, װי 
א געפאנגענע, די כיינעוודיקע, אכצניאָריקע גימנאזיסטקע, װאָס אין גע- 
וואקסן אין פרייד, ייַכעס און וװווילטיק, 

נאָר מיטאמאָל האָט א שאלנדיקער רוף, װי א הייסער ווינט, זיך ארליג- 
געריסן דורך די פאריגלטע טירן, צעטרייסלט דעם פילדוירעסדיקן לעבנס- 
שטייגער,.. און זי איז אוועק צו די הינטערגעסלעך, דערזען לעבעדיקע 
מענטשן מיט ווארעמע, קלאפּנדיקע הערצער און צעבלאָזן די פלאמען פון 
א פארבאָרגן פײַער, װאָס האָט שטיל געטליעט.. און װאָס פארא וינטן 
ס'האָבן זי ניט געבראָכן, האָט זי ניט אופגעהערט טראָגן צו באלמעלאָכעס 
און פּליטנטרײַבער דעם סאָד פון א גרויס און נײַ לעבן... און געווען וי א 
לאמטערן, װאָס באשײַנט דעם וועג פאָרויס.. 

זינגט דער שנײַדער-געזעל א ליד פון ליבע און בענקשאפט: 


אייביק װעלן מיר געדענקען 
דײַן ליכטיק געשטאלט.., 


ער איז ניט געווען קיין דיכטער, קיין לידער ניט פארפאסט. נאָר אין 
די זונטיקן, ווען א פארװואָגלטער בעטלער האָט אין שענקל אויסגעזונגען 
זײַנע דוינעס און פּויערים האָבן אומעטיק זיך אײַנגעהערט אין געזאנג, 
איז ער געשטאנען אין א וינקל, דעם קאָפּ פארגראָבן אין די אקסלען, 
מיטן אופגעשטעלטן קעלנערל פון זײַן דאָרפיש אָפּגעריבן רעקל, און זיך 
אויך אָנגעשטרענגט צוגעהערט, 

דער בעטלער האָט פארצויגן א טרויעריקן ניגן, א שטילן, וי א זיפץ; 


בא אונדז זײַנען וועלדער, װי דער הימל, בלוי 
און פעלדער אויסגעוועבט פון זײַד., 


די אָפּנעקראָכענע קאטערינקע האָט אונטערגעהאלטן מיט א יאָמער- 
לעכן טרילער, און די פארהאָרעוועטע מענטשן האָבן זיך געבעטן; 

-- פּאָי, באטקאָ, פּאַיו1 

האָט דער בעטלער װי צעקנעפּלט זײַן געפּלאָגטע נעשאַמע, און זײַן 
הייזעריקלעכע שטים האָט לײַכט געציטערט, גלײַך עמעצער אנדערש האָט 
פון אים ארויסגעזונגען: 


און אין יעדער שטוב לידער א יאם, 
און אין יעדער ליד צאר און סאם, 
עך! 


און געווען איז אין זײַן זינגען עפּעס אזוינס, װאָס האָט געכאפּט פארן 
הארצן, פארפלייצט די נעשאַמע מיט בענקשאפט, 


1 זינג פאָטער, זינג! (אוקר.) 


11 


זײַן שטים האָט וויברירט, דער גרויער צעשויבערטער קאָפּ איז אראָפּי 
געהאנגען אף דער נאקעטער האָריקער ברוסט, און אף זײַן שטעכיק בא- 
וואקסן פּאָנעם איז געלעגן אױסגעגאָסן א האָפענונגסלאָזער אומעט, 

א גליענדיקער פונק האָט געבריט דאָס הארץ פונעם שנײַדערייינגל., 
זײַנע הונגעריקע אויגן האָבן זשעדנע זיך געבאָדן אין פײַכטקײַט, און ער 
האָט זשעדנע געהערט מיט א פארכאפּטן אָטעם, 

דער בעטלער האָט אָפּגעזונגען דעם לעצטן קופּלעט און מיט זײַן בריי- 
טער ביינערדיקער האנט פארדעקט די סטרונעס, גלײַך ער װאָלט מיטא" 
מאָל דערשטיקט די קלאנגען. 


שפּעט באנאכט, ווען ארום איז אלץ געווען פארזונקען אין שלאָף און 
אפילע די בערג האָבן אין שטילקײַט געדרעמלט, איז דאָס שנײַדעריייַנגל 
געזעסן בא זיך אין אלקערל אריבערגעבויגן איבער א העפטל און פאר- 
שריבן דאָס, װאָס ער האָט פארן טאָג געהערט. אים האָט זיך געדאכט, אז 
ס'זינגט נאָך אלץ דער בעטלער זײַנע דוינעס. זינגט פאר אים אליין. או- 
מעטיק שוועבט דער ניגן און װי אין א קאראהאָד דרייען זיך טרערן פון 
צאר.., 

און װוערטער, װי װײַסע שטעך, האָבן שורעסװײַז זיך אויסגעלייגט 
אפן דינעם פליס-פאפּיר, 

אזוי האָט ער געשריבן, ביז דאָס ליכטל האָט אויסגעברענט און די 
שײַן איז דערטרונקען געװאָרן אין הייסן צעלאָזטן כיילעוו. 

דערנאָך איז ער צוגעגאנגען צום איינציקן קליינעם פענצטערל. דורך 
א שפּעלטל געזען א טייל פונעם געסל, געזען פונװײַטן דעם גרויסן שייי 
נעם מויער און געזוכט א באלויכטן פענצטער, פון וועלכן ס'האָט צומאָל 
זיך געזיפּט א גרינלעך מאטע שײַן. נאָר אומעטום האָט געקלעפּט די פינצ- 
טערניש. און אים האָט מיטאמאָל זיך אויסגעוויזן, װי ער קוקט ארײַן אין 
עפּעס א ליכטיק װײַטער אומענדלעכקײַט און אז פון דאָרטן, פון יענער 
לויכטנדיקער װײַטקײַט, װעט, װי א פרילינג, אָנװײיען מיט נײַע צײַטן 
מיט נײַע לידער, 

און ער איז מיט די לעצטע שאָען פון דער נאכט צוגעפאלן א מידער 
צום הארטן געלעגער און אײַנגעשלאָפן מיט א פעסטן יונגן שלאָף אָן 
כאלוימעס. 


וויגט א ליד זיך איבערן זומער-פּארק. קלינגט פרײַ און ליכטיק, און 
די קלאנגען זײַנען העל און הייס, װי די שטראלן פון דער דאָרעם-זון. 

איך הער זיך אײַן אין דעם זינגען, און מיר דאכט זיך, וי די דוינע 
פילט אָן דעם גאנצן פּארק מיט יונגן פרילינג, מיטן רויש פון ווינטן און 
מיטן געזאנג פון וועלדער, 

און ס'טראָגט די ניעווא פארבײַ אירע וואסערן, שטיל און מאלכעסדיק, 
גלײַך זי װאָלט זיך אויך אײַנגעהערט אין דעם ניגן פון די װײַטע קאר- 
פּאטן, װאָס בעטלער האָבן אויסגעזונגען אומעטיק און טרויעריק, און א 
שנײַדער-יינגל האָט אין די נעכט דעם טרויער פארשריבן, 


פארטאָג 


יך ווייס ניט װי בא אנדערע, נאָר פאר מיר האָט דאָס 
װאָרט ,ראָגאטקע? א באזונדער טאם, א באזונדערן 
טליטש, 

עפשער דערפאר, װײַל עס דערמאַנט מיר צײַטן 
פון מײַן װײַטער יוגנט, ווען ראָגאטקעס, שלאגביי- 
מער האָבן אומעטום די וװעגן פארשטעלט.. וען 
ארײַנפאָרן אין שטאָט האָט געקאָסט א גילדן און בא 
די זײַטן וועג זײַנען געשטאנען אָרעמע הײַזלעך אין פארקלעמטן טרויער, 
צי עפשער גאָר דערפאר, װאָס מענטשן באנוצן זיך נאָך הײַנט מיטן זעלבן 
װאָרט אף אָנצורופן דעם נײַעם מיקראָראיאָן, אין וועלכן איך וװווין, 

אזוי אָדער אנדערש, נאָר פאר דער לעצטער צײַט געשעט אלץ אָפטער 
און אָפּטער -- ס'קלאפּט דער פרימאָרגן שטיל אין מײַן פענצטער, קלאפּט 
מיט א יונגער קליאָנעוע צװײַג, גלײַך א פארליבטע אין א גרין קאָפּטיכל, 
און איך לאָז זיך איינער אליין איבער די נאָך דרעמלענדיקע גאסן. 

דער פרימאָרגן אין אזא שטילער, אז ס'הערט זיך דאָס שושקען פון 
גרעזער. די לופט אָטעמט מיט פײַכטער נאכטישער קילקײיט. די פּײַבטקײַט 
באדעקט דעם אספאלט, די ווענט פון די פילשטאָקיקע הײַזער, די שטא- 
בעלן בויימאטעריאלן. פייגל באלעבאטעווען אינעם פּרימאָרגן, און זייער 
טרילערן רופט זיך איבער װי אין וואלד, 

איינציקווליז באװײַזן זיך רויט-געפארבטע טראָלײיבוסן. נײַע, שפּאַנל- 
נײַע, נאָר פארשלאָפענע, גליטשן זיי זיך ווייך איבערן אספאלט. פון די 
טראָלײיבוס-פענצטערלעך קוקן צו דער גאס ארויס פּענעמער, אויך נאָך 
פארשלאָפענע. און מיר דוכט, וי זיי װאָלטן אויך, וי איך, באטראכט די 
נײַע שטאָקן, װאָס זײַנען צוגעקומען דאָ, אף אונדזער ראָגאטקע, 

אינעם ראכוועס פון די גאסן שפּרייט אויס א װײַסע זון אירע ערשטע 
שטראלן, און דערנעבן װיקלט זיך איבער ווענט און באלקאָנען א קילער 
פארטאָג. דער קאיאָר האָט ווייך געמאכט די שטרענגע ליניעס, און די 
הײַזער זעען אויס לײַכט און דורכזיכטיק, 


ס'וואקסט א נײַע שטאט אזוי לײַכט, אזוי ראכװעסדיק! 


73 


אף א בויונג שטייט א יונגער באָכער. ער ליגט א ציגל צו א ציגל, 
איך קוק אף זײַנע קלוגע, געשיקטע באוועגונגען. ס'דאכט זיך, די הענט 
זײַנע זינגען און דאָס געזאנג גיסט זיך צונויף מיט די קלאנגען פונעם 
פרימאָרגן, 

באלד װועט נאָך א הויז געבוירן װוערן. א הויז, װאָס װעט שמעקן מיט 
פרישער פארב און מיט פריש ברויט, 

עס כאפּט זיך אוף דער סקווער, װאָס האָט זיך צעבליט אפן זעלבן 
אָרט, װוּ מיט יאָרן צוריק האָט א שלאגבוים די וועגן פארשטעלט. די 
ביימער וויגן זיך און סוידען זיך. און ס'זעט אויס, וי זיי דערציילן דעם 
יונגן בויער אן אלטע אויסטערלישע געשיכטע פון אן אלטער ראָגאטקע 
מיט אן אלטן וועכטער, װאָס האָט גענומען א גילדן פאר ארײַנלאָזן אין 
שטאָט ארלין, 


באם יאם 


לע יאָר, אין איין און דער זעלבער צײַט, איך ווייס 
אפילע פּינקטלעך ווען, הייבן זיך אוף איבער די בערג 
סטליעס פייגל און לאָזן זיך אוועק אין װײַטע ווארע- 
מע קאנטן. איך פארײַס, װי אין דער קינדהײַט, דעם 
קאָפּ צוֹם הימל און קוק נאָך זייער פלי, הער זיך אײַן 
אין זייערע זילבערנע קלאנגען, װאָס מישן זיך אויס 
מיטן הארבסטיקן רויש פון די וועלדער, וי זיי װאָלטן 
זיך געזעגנט, און מיר דאכט זיך, אז די בערג װערן מיטאמאָל פאריאַ- 
סעמט, 


שטילע, דרימלענדיקע בערג, װי א פּלאָנטער פון פארבן, אײַנגעהילטע 
אין לײַכטע נעפּלען, גלײַך דער באשעפער װאָלט צונויפגענומען דאָס גאָלד 
פוֹן דער זון, די גריגקליט פון די סאָסנעס און דעם שמייכל פון א קינד 
און אויסגעוועבט דערפון א װוונדערלעך געוועב, 

קייטלען זיי זיך שוין טויזנטער יאָרן לענגויס די רויטלעכע האָריזאָנטן, 
בארוישטע פון זייער אייגענער שיינקלַט, 

אין טאָג פון מײַן געבוירן האָבן זיי ארײַנגעקוקט אין מײַן פענצטער, 
א צארטיפארטראכטער ווינט האָט געזונגען מיר א וויגליד, און דער רויש 
פון פארבענקטע ווערבעס, אריבערגעבויגענע איבער שפּיגליריינע טײַכן, 
האָט דערציילט מיר אלטע אומעטיקע לעגענדעס.. 

ס'נעמט דער הײַנט זײַן אָנהײב אינעם נעכטן, 

איך פארמאך די אויגן און הער טריט, פארהוילענע טריט פון ייִנגלעך 
און מיידלעך, זין און טעכטער פון מײַן דאָר, וועלכע האָבן פארלאָזט 
זייערע אײַנגעפונדעוועטע ייַדישע היימען און אין פינצטערע נעכט גע- 
שפּאנט איבער טויבע סטעזשקעס און וועגן, טראָגנדיק אין פארװואָרפענע 
דערפער און ייַשוּווים דעם ליכטיקן טרוים פון א נײַער װעלט. א טרוים 
פון פּאָעטן, װאָס האָבן זייער באגײַסטערונג ניט אויסגעזונגען אף פּאפּיר, 
נאָר, װי א טײַערן מאשקן, אָפּנעגעבן דעם לעבן. און װען טיט האָט 
צעשטערט די בריישעסדיקע שטילקײַט און סרייפעס האָבן פארשלונגען 
שטעט און דערפער, האָבן זיי אין פּארטיזאנישע טיילן זיך געשלאָגן מיטן 


75 


סוינע און זײַנען געפאלן אף די זעלבע ועגן, געפאלן קעדיי נאָכאמאָל 
אופשטיין, אָדער, שטארבנדיק, ווערן אומשטערבלעך.. 

שוועבן איבער די בערג גרויסע שאָטנס פון א מוטיקער פארגאנגענ- 
הײַט, די ארומיקע נאטור אָטעמט מיט העראָיִשע שטימונגען, און ס'דאכט 
זיך מיר צומאָל, וי די אָפּפליִענדיקע פייגל פארטראָגן די שטימונגען צו 
אנדערע װײַטן, 

היימישע קארפּאטן! 

זיי האָבן, װי א מיראזש, געבלענדט איבער פארקניפּטע ועגן פון מײַן 
לעבן, 

װוּ בין איך עס ניט אויסגעװוען! 

אף צאָפן האָב איך געזען דעם קישעף פון װײַסע נעכט, און אף דאָ- 
רעם -- שטומע זאמדיקע מידבאָריעס מיט כמורע פארגליווערטע האָרי- 
זאָנטן. כ'האָב געזען גאַלדענע סטעפּעס און נאקעטע בערג, וי ריזיק פאר- 
שטיינערטע קעמלען, 

און אומעטום האָט זיך מיר אויסגעוויזן גייט, װי אן אייגענער שאָטן, 
מיר נאָך דער אומרו פון היימישע וועלדער און דער רויש פונעם היימישן 
ווינט, 

נאָר ס'האָט אזוי זיך באקומען, אז קיין לעבעדיקן יאם האָב איך אף 
מײַנע וואנדער-וועגן קײינעאָל ניט געזען, ביז איינעם א זומערדיקן פאר- 
טאָג האָט אן אעראָפּלאן מיך אופגעהויבן איבער די בארג-הייכן, פארי 
טראָגן צו די כמארעס, דעם שווארצן יאם אנטקעגן, און מיר האָט זיך גע- 
דאכט, אז דער יאם דארף זײַן ענלעך צו די הימלשע ראכוועסן און צום 
טונקליגרינעם שטורעם, װאָס דונערט איבער די בערג, 


דער טאָג האָט אריבערגעשפּאנט די צווייטע העלפט, 

א זאלציק ווארעם ווינטל האָט שטיפעריש גערוישט אין די צװײַגן 
פון שלאנקע קיפּאריסן, און דער ברויזנדיקער יאם האָט געטריבן צום 
ברעג זײַנע גרויסע, שווערע כוואליעס, 

איך האָב דערזען פאר זיך אן אומענדלעך בלויע װײַטקײַט, א בלויען 
געוועלבטן הימל און בלויע אויגן פון א בלומען-פארקויפערן באם פּאָרט, 
און מיר האָט זיך אויסגעוויזן, װי איך האָב דערזען דרײַ הימלען מיטאמאָל. 

-- גלאדיאָלוסן, װײַסע, רויטע! 

א הייסער שמייכל, װי די שטראלן פּון דער דאָרעם-זון, האָט מיט א 
צאפּלדיקער פרייד געשפּילט אף אירע פולבלעכע ליפּן. פײַכטע ציין האָבן 
באלויכטן איר קופּעריברוין פּאָנעם, און א הויפן גאָלדיקישװערע האר 
זײַנען מיט א לעבעדיקער װאָג אראָפּגעפאלן איבער אירע שמאָלע אקסלען 
און שטאָלץ פאריסן איר דעם קאָפּ, 

איך האָב געקויפט עטלעכע בלומען. פַאר װעמען? גלאט אזוי, קעדיי 
פון דער נאָענט זיך אנציקן מיט דער הארמאָנישער שײגקײַט, מיטן יונגן 
צויבער פון אירע גראצלעזע באוועגונגען. און מיר האָט פּלוצעם זיך אויסי 
געוויזן, אז דער יאם האָט זיך צעזונגען, געזונגען ברייט און פײַערלעך: 


76 


קוק ניט, זאָג גיט, איך בין שווארץ, 
לויטער פּײַער אין מײַן הארץ, 


און דער וינט אין די קיפאריסן-צװײַגן האָט אויך געזונגען שירי 
האשירים, 

איך בין ארוף אפן אייבערשטן דעק פון א שיף, װאָס האָט באדארפט 
אינגיכן אָפּשװימען, און באװוונדערט דעם יאמס ,,מענערישע קראפט", בא- 
װוונדערט זײַן גוטמוטיקע פארטראכטקליט, מיט וועלכער ער טרײַבט זײַנע 
כוואליעס פון ברעג צו ברעג. טרײַבט זיי א יאָר, צוויי און עפשער גאג- 
צע טויזנט נאָכאנאנד, טראָגנדיק די זעלבע ברויזנדיקע שטילקײט. 


ארום מיר א געמיש פון פעלקער און קלימאטן. מענטשן פון פארשיי- 
דענע טיילן װועלט האָבן געבראכט אהער דעם רייץ און טעמפּעראמענט 
פון זייערע היימען. לעשוינעס האָבן זיך געפּלאָנטערט אינעם רויש פונעם 
יאם, כוואליעס האָבן געטאנצט זייער אײביקן טאנץ, און די דאָרעם-עק- 
זאָטיק האָט געשימערט מיט דערהויבענע שטימונגען, 

א מאן אין די יאָרן, וועלכער האָט אף א האלבן מעסלעס באדארפט 
ווערן מײַן קאיוטע-שאָכן, האָט מיר אוױיסגעשטרעקט א ברייטע, פעסטע 
האנט, 

-- מאָיסײי איזראילעוויטש אגא! 

איך האָב זיך פארנייגט, 

-- קיין יאלטע? 

ער האָט אָפּנעענטפערט פּונקט אזוי קורץ, װי איך האָב געפרעגט, 

זײַן פּאָנעם -- לענגלעך, טונקל-ברוין, און די אויגן, אָנגעפילט מיט א 
שווערן ערנסטן בליק, האָבן נאָך עלטער געמאכט זײַן אויסזען. ער האָט 
געטראָגן א שווארצע אוניפאָרם אָן פּאָגאַנעס, אף זײַן ברוסט האָט גע- 
פינקלט א גאָלדן שטערנדל, 

ווער איז ער? אן אויסגעדינטער מאטראָס פון יענע ברענענדיקע שיפן 
בא נאָװאָראָסײיסק, װאָס װעלן שוין קינמאָל מער ניט דורכשנײַדן די 
יאם-וואסערן, צי עפשער גאָר איינער פון יענע מוטיקע קאפּיטאנען, װאָס 
האָבן צוויי הונדערט פופציק טעג נאָכאנאנד פארטיידיקט סעװאסטאַפּאָל? 

זײַנע טונקעלע, רויִקע אויגן, אויגן פון א שיפמאן, װאָס האָט א סאך 
געזען, האָבן געקוקט אף מיר מיט א ווארעמער גוטסקליט, 

-- נו, װי געפעלט אײַך דער שווארצער יאם, א קראסאוועץ? 

ער איז ניט געשװומען, װי איך, אף אָפּרו קיין יאלטע. טאוורידע איז 
געווען זײַן היים, און דער יאם פון קינדװײַז אָן -- זײַן גליק און זײַן גוירל, 

ס'האָבן שוין לאנג זיך געזילבערט זײַנע האָר. דער בליק איז געװאָרן 
טריב און שווער. א שווערער בליק, װאָס זעט װײַט, 

יון 1941, 

די צײַטונגען האָבן געשריבן; 

,דײַטשישע טאנקען זײַנען פארעטעריש אריבער די סאָװועטישע גרע- 
נעץ". 

אין איינער א נאכט, ווען די לעװאָנע האָט געטאנצט אין די קרוינען 


77 


פון קיפּאריסן און דער יאם האָט שטיל געברומט, האָבן מיידלשע לפּן 
געמורמלט: 

-- איך װעל דיך שוין מער ניט זעף 

ער האָט אָפּגעענטפערט: 

-- װאָס רעדסטו, נארישע?!.. 

און געקוקט אף איר מיט גוטע, טרייסטנדיקע בליקן. 

דערנאָך זײַנען געווען בלוטיקע שלאכטן.. 

-- גוט, ווען ס'װאָלטן מער קיין מילכאָמעס ניט געווען אף דער וועלט. 
ווען יונגע פרויען װאָלטן געװאָרן מאמעס און ניט קיין פריצײַטיקע אל- 
מאָנעס, 

פּלוצעם האָב איך נאָענט באם ברעג דערזען די יונגע בלומען-פארקוי- 
פערן. זי איז געגאנגען א באָרװעסע, א פארטראכטע און געשארט מיט די 
פיס איבערן נאסן זאמד, עפּעס האָט זיך ניט געגלייבט, אז דאָס זעלבע 
פּאָנעם, װאָס האָט מיט עטלעכע שאָ צוריק געשפּרודלט מיט אזויפיל פרייך, 
זאָל מיטאמאָל אויסזען פארטרויערט, 

כוואליעס זײַנען אָנגעלאַפן, זיך איבערגעגאָסן אין טױיזנטער בליי 
שטשענדיקע וואסערישטראלן, װײַסע מעוועס האָבן געשוועבט איבערן יאם 
און געלאכט. ס'האָט אויסגעזען, וי אין די יאםיטיפענישן פליִען פונקט 
אזעלכע סטײַעס, נאָר וי שאָטנס טונקעלע. 

עטלעכע שפּאן װײַטער איז איר נאַכגעגאנגען א ייִנגל, קימאט אין איר 
עלטער, דער קאָפּ אראָפּנעלאָזט, גלײַך ער װאָלט עפּעס געזוכט אונטער 
די אייגענע טריט, 

זי האָט זיך צוגעזעצט אף א שטיין, און ער לעבן איר. עטלעכע מינוט 
זײַנען זיי אזוי געזעסן און געשוויגן. פּלוצעם האָט ער עפּעס אָנגעשריבן 
מיטן פינגער אפן זאמד, זי האָט געכאפּט א פלינקן באהאלטענעם קוק, נאָר 
די כוואליעס האָבן אָפּגעװישט די אָנשריפט. ער האָט נאָכאמאָל אָנגע- 
שריבן, דאָסמאָל האָט זי אפגיך איבערגעלייענט און זיך צעשמייכלט, 

פון מײַרעװיזײַט הימל האָט אראָפּנעקוקט צו זיי אן אונטערגייענדיקע 
זון, און איבערן יאם איז אָנגעגאנגען א זעלטענע שפּיל פון פארבן און 
קאָלירן, 

מיטאמאָל האָט זי זיך אָפּגעריסן פונעם אָרט און געלאָזט זיך לויפן, 
דאָס יינגל איז איר נאָכגעלאָפן און דעריאָגט. זי האָט אויסגעשטרעקט צו 
אים א האנט מיט צארטע פינגער, און זיי האָבן גענומען שפּאנען פּאמע- 
לעך, האלטנדיק זיך פאר די הענט, 

איבערן יאם האָבן זיך געטראָגן װײַסע מעוועס, מײַן שאָכן האָט אויך 
נאָכגעקוקט די פייגל, 

דערװײַל איז די שיף אָפּגעשװוּמען, און ס'האָט אויסגעזען װי. זי האלט 
איר קורס גלײַך צו דער אונטערגייענדיקער זון, װאָס טרינקט זיך אין די 
יאם-אָפּגרוגטן, 

ביסלעכװײַז האָט אַנגעהױבן דעמערן. דער מענטשןיגערויש האָט גע- 
נומען אײַנדרימלען, 

דער יאם האָט מיטאמאָל אויסגעלאָשן אלע זײַנע פארבן, דערמאָנט אן 
איבערגעקערטן הימל, באגאָסן מיט מאטער לעװאָנעישײין. 


55 78 


מײַן שאָכן האָט אָבער ניט געקוקט אף די שטערן. ער האָט געקוקט 
אין זײַן זיקאָרן, 

5, אָנהייב מלי, 

די צײַטונגען האָבן געשריבן; 

,דאָס פאשיסטישע דײַטשלאנד האָט קאפיטולירט,,? 

בלוטיקע וועגן האָבן זיך געצויגן פונעם שווארצן יאם ביז בערלין 
און מיט די זעלבע וועגן האָט ער זיך אומגעקערט אין זײַן היים, 

קיפּאריסן האָבן געבליט. א לעװאַנע האָט געטאנצט איבער די צװײַגן, 
קיין מיידל איז ניט געווען. וויפל זײַנען זי עס העלדיש אומגעקומען אף 
די מילכאָמע-וועגן, און, שטארבנדיק, געװאָרן אומשטערבלעך., 

ער האָט געקוקט אף מיר מיט זײַנע גוטע, ווארעמע אויגן, און מיר 
האָט זיך געדאכט, אז ער ווארט נאָך אלץ אף מײַן ענטפער. ווארט אף 
מײַן אנציקונג מיט זײַן ,קראסאוועץ", דעם שווארצן יאם, בא די ברעגן 
פון וועלכן עס האָט לאנגע דוירעס געלעבט זײַן קאראימישער שייוועט, 
געשריבן זײַן טערקיש לאָשן מיט ייַדישע אויסיעס. און איך האָב זיך גע- 
שעמט פאר אים מוידע צו זײַן, אז פאר מיר, א געבוירענעם אין די קאר" 
פּאטן, וועלכע זײַנען מיר איצט וי אנטקעגן געשװוּמען אין זייער גאנצער 
פּראכט, אז פאר מיר איז די שײינקײַט פונעם יאם, דאָס געזאנג פון זײַנע 
כוואליעס וי י קלאנגען פון א פרעמדער שפּראך, 


קארשנביימער בליען... 


אָך פון מײַן פריִער קינדהײַט געדענק איך דאָס קלי- 
נע דערפעלע באם ברעג פונעם טשערמוש מיט דעם 
צערטלעכן סלאווישן נאָמען: 

טשערעשענקא. 

איך געדענק די קארשנביימער, װאָס האָבן וועסנע- 
צײַט אײַנגעהילט אין װײַסן צוויט די קליינע הוצן" 
לישע כאטקעס, צעשטעלטע איבער די בערג, וי ביג" 
שטאָקן, און קוים האָט דער וינט זיך צוגערירט צו די צװײַגן, האָט די 
װײַסע בל;ונג גענומען פאלן און װי מיט א געדיכטן שניי באדעקט די ערד, 

איך געדענק דעם פרילינג מיט די טיפע, לויטערע הימלען, באלויכטע- 
נע פון װײַטע פלאמען, און דעם ערשטן דונער, װאָס האָט לאנג און ווילד 
זיך געקײַקלט איבער די בערג, 

טשערעשענקא... 

די פארנאכטן זײַנען דאָרט שטענדיק בלוי געווען, מיט דינע רויטלעכע 
נעפּלען באזוימט. פון די וועלדער האָט זיך געטראָגן א שארפער און קלע- 
פּיקער אראָמאט פון יונגע סאָסנעס, און די לופט האָט געאָטעמט מיט 
צארטער, זיסלעכער קילקײַט, 

צופוסנס פון די בערג, אף אױיסגעטראָטענע סטעזשקעס האָבן אין דע- 
מערונג פארליבטע פּאַרלעך ארומגעבלאָנדזעט, און דער וואלד האָט פאר 
זי א װוונדערלעך ליבע-ליד געזונגען. 

די אידילישע ברעגן פונעם טשערמוש האָבן געװעקט א בענקשאפט, 
און פּאסטעכער האָבן די בענקשאפט אין ווערטער אָנגעטאָן: 


היי, טשערעשענקאָ, -- ליכטיקער פרילינג, 
וי א צעבליטער גאָרטן שיין, 

מיט ביימער שווער פון פּיירעס 

און מיידלעך פול מיט כיין... 


האָט איינמאָל דער טאָג זיך דאָרט אוױיסגעלאָשן פאר דער צײַט און א 
שטאָקפינצטערע נאכט איז באפאלן דאָס דאָרף. די בערג זײַנען געשטאנען 
פארקלערטע, וי אין טרויער געהילט, און גרויזאם געשוויגן. אפילע דער 


8--6 40 


טשערמוש האָט אלַנגעשטילט זײַן רויש, און נאָר א שוואך, עלנט קרעכצן 
האָט פארלוירן זיך געוויגט אף זײַנע כוואליעס און זיך ארײַנגעגאָסן אין 
דער פארגליווערטער שטילקײַט, 

און באם סאמע ראנד פונעם וואלד האָט עמעצער אין אײַלעניש פאר- 
געסן צו צעטרעטן די לעצטע פונקען פון אן אויסגעברענט פּײַער, האָבן 
זיי, װוי בלוטיקע שטערן, געטליעט אין דער פינצטערער נאכט און אייגי 
ציקװײַז פארלאָשן געװאָרן.. 

אין יענער נאכט האָט אָטאָ האָסבײן געמאכט די ערשטע נאָטיצן אין 
זײַן נײַ טאָגבוך; 

,הורא, איך בין ווידער בא זיך אינדערחיים! איצט איז זי אינגאנצן 
יודענפרײַ. באנדעראס לײַט האָבן אויסגעצייכנט צוגעהאָלפן. בראוואָ!" 

ניט פון נעכטן האָט ארום טשערעשענקאָ געװעלטיקט אָטאָ האָסבײנס 
פאָטער, דער אלטער באראָן פאָן האָסבײין. און אלט איז אויך געווען זײַן 
שלאָס מיט די פארשפּיצטע טורעמס, װי געשארפטע שװוערדן. איבער די 
אלטע וענט, אײַנגעטונקטע אין ווילדע געװויקסן, זײַנען שאָטנס אומרויק 
געלאָפן צו די טורעמס, און פון דאָרט צוריק צו די קעלערס, װוּ ס'האָט 
אין פינצטערע צײַטן ניט איין לעבן זיך פריצליטיק אָפּגעשטעלט, 

פאָן האָסבײן, כאָטש אן אָפּשטאמיקער פון עסטרײַכישן אדל, האָט זיך 
געהאלטן פאר א דײַטש און זײַן זון אָטאָ אויך אופגעצויגן אין שטרענגן 
גערמאנישן גײַסט, צו פופצן יאָר אין ער שוין געווען א לײַדנשאפטלעכער 
יעגער, גאנצע טעג פארפאלן געװאָרן אין די ארומיקע וועלדער, זיך גע" 
יאָגט נאָך ווילדע כײַעס און מיט א באזונדער פארגעניגן צוגעזען, וי 
שווער-פארוװונדעטע ווערן זיי פארכלינעט אין אייגענעם בלוט. אין זײַנע 
קײַלעכדיקע, וואסערדיקע אויגן פלעגט זיך דאן אָנצינדן א שמאָל פײַערל, 
וי בא הונגעריקע וועלף, און דער ברייטער שראם, װאָס האָט צעשפּאָלטן 
זײַן רעכטע באק, פלעגט ווערן צונטערירויט, 

און ווען עס האָבן שווארצע כמארעס זיך פארצויגן איבער די בוקאָ- 
ווינער קארפּאטן און באשעפענישן אין ברוינע העמדער, מיט שווארצע 
האקנקרייצן אף די אָרעמס און מיט טעמפּע, וי פון מעשוגאס פארקרימטע 
פּענעמער האָבן אָנגעהויבן פּראווען ווילדע אָרגיעס, האָט אָטאָ האָסבײן, 
דער געניטער יעגער, פארביטן דעם וואלד אפן אוניווערסיטעט און אין 
איינעם א טאָג דערשאָסן א ייִדישן סטודענט, 

און עס האָט אָפּנעהילכט װײַט אין די קארפּאטן דער ערשטער שאָס, 
דער ערשטער וויייגעשריי פון אומשולדיק פארגאָסן בלוט,,, 

גערמאנישער גײַסט... גערמאנישע דערצלונג! 


באם סאָף פונעם באראָנישן פּארק, װאָס פארייניקט זיך מיט די בערג, 
דאָרט, װוּ דער רוישיקער וואסערפאל פארטראָגט די טשערמוש-וואסערן 
צו די מילירעדער, האָט ארויסגעשטארצט א גרויער ריזיקער פעלדז. פון 
איין זײַט האָט אן אלטע ווערבע געוויגט איבער אים אירע לאנגע צעפלאָכ- 
טענע צװײַגן, און אף אירע לענגלעכע בלעטער, װי אף פינגער, האָט גע- 


81 


ציטערט דער זוןיפארגאנג. פון דער צווייטער זײַט האָט א יאם פון ליכט 
אים פארגאָסן און ער איז פארוואנדלט געװאָרן װי אין בורשטין, 

פארנאכט האָט הינטער זײַן רוקן זיך באהאלטן א יונגער ספּלאװניק 
און מיט פארהוילענע בליקן אף עמעצן ארויסגעקוקט, 

פון די אלייען האָט זיך באוויזן א פרויען-געשטאלט אין א װײַס זײַדן 
קלייד, װאָס האָט גערוישט מיט א שטילן פלאטער. אירע שווארצע אויגן 
האָבן געפינקלט און אפן קאָרנפארביק פּאָנעם האָט געשפּילט א קים 
באמערקבארע אומרויַקײַט. זי האָט זיך געשארט לײַכט, װי א שאָטן, און 
געקישעפט מיט איר אײינמאָליקער, פרישער און באצויבערנדיקער יונגקײַט, 

-- צו וועמען אײַל איך? 

זי האָט אף א רעגע זיך אָפּנעשטעלט. געשטאנען װי א יונגע װײַסע 
בעריאָזקע, און געדאנקען האָבן זיך געפּלאָנטערט אין מויעך: 

און אויב מע שפּירט מיר נאָך! װאָס פאר א ליידן דערווארטן מיך, 
ווער ווייסט? : 

א סאָסנע האָט זיך צוגעהערט. אף איר געקארבטער קאָרע האָט א 
בלישטשע געטאָן א געלבלעכער טראָפּן סמאָלע, דורכזיכטיק, װי א טרער, 
אונטער א סטריכע האָבן געװאָרקעט טויבן, 

גליק וועט זײַן! 

נאָר זי האָט ניט געהערט דאָס װאָרקען. זי האָט געהערט איר אייגן 
הארץ. און דאָס הארץ האָט געײַלט צום פעלדז, 

דער ספּלאװניק האָט זיך אומגעקוקט, זי דערזען, און זיי האָבן, וי צוויי 
כוואליעס, זיך צונויפגעגאָסן... 

א סטײַע שוואלבן איז פארבײיגעפלויגן. דער הימל האָט זיך צעזונגען. 
און ערגעץ װײַט, װײַט אין דער טונקעלער געדיכטקײַט פון א פארצווליגטן 
בוים, האָט א סאָווע געקרעכצט, 

-- אודאוך... או-אוך... או-אוך! 

צי דען װעלן אויך צאָרעס, אומגליקן זײַן? 

די סאָסנע האָט פארלוירן א טרער.., | 

און ווען די ערשטע שטערן האָבן זיך אָנגעצונדן, האָט דורך איינעם 
פון די אָפּענע פענצטער דעם באראָנס אלטע, כריפּלענדיקע שטים געזוכט: 

-- אילזע, איזאָלדע! 

זי האָט זיך אומגעקערט מיט די זעלבע שטילע טריט, און אף אירע 
רויטע, װי מיט קארשן-זאפט באדעקטע ליפפּן האָט זיך לאנג נאָך פאר- 
האלטן דער פּײַכטער, ווארעמער אָטעם, װאָס האָט געשמעקט מיט וואלד, 
וואסער און ביליקן טאבאק... 

וועגן אָט דער אילזען זײַנען ארומגעגאנגען פארשיידענע קלאנגען. מע 
האָט געזאָגט, אז זי אין ניט קיין אייגענע טאָכטער דעם באראָנס, נאָר 
דאָס האָט ער זי פאר שווערע געלטער אָפּגעקויפט בא דורכפאָרנדיקע צי- 
גײַנער. אָבער צוליב װאָס האָט דער באראָן באדארפט אָפּקויפן א פרעמד 
קינד, איז געבליבן א סאָד, 

א זון פון א רומענישן גוטבאזיצער, א יונגער יוריסט און דירעקטאָר 
פון א גרויסער פירמע, האָט זיך געשאדכנט צו אילזען. אויך אָטאָ איז ניט 
געווען גלײַכגילטיק צו איר. קינדװײַז זײַנען זיי געוואקסן וי לײַבלעכע 


82 


ברודער און שוועסטער, נאָר קוים איז, וי אין דײַטשישן מײַסעלע, ,דער 
יונגלינג צום מאנע געװאַרדען", האָט אָטאָ גענומען לױערן איבער איר, 
וי א רויבפויגל, 

אָבער אילזע איז פארליבט געווען אינעם יונגן ספּלאװוניק מיט די טיפע 
בליקן װי ריין וואסער. זי האָט אינדערשטיל זיך געטראָפן מיט אים, און 
דער פעלדז האָט פארשטעלט זייער באגעגעניש, 

איינמאָל אין א פארנאכט האָט דער אלטער באראָן לאנג ארומגעזוכט 
אילזען אין פּארק, נאָר זי איז אין ערגעץ ניט געווען. 

אפן טשערמוש איז געשװוּמען א ספּלאוו, און אים האָט באגלייט א לוי- 
טערע לעװאָנעינאכט. כוואליעס האָבן געטאנצט, געקלונגען, גלײַך כא- 
סענע-גלעקלעך... 

ווען באראָן פאָן האָסביין האָט זיך דערװוסט, אז אילזע איז אוועק מיט 
א פּליטנטרײַבער, האָבן גענומען ציטערן בא אים די געקנייטשטע, פללײ 
שיקע קינבאקן. ער האָט פאר קאס אױיסגעשפּיגן די פרעמדע ציין און מיט 
נאקעטע יאסלעס קוים ארויסגעבראכט איינצלגנע, אָפּגעהאקטע זילבן; 

-- פערררידאממ-טעס יודענבלוט! 

און ס'איז שווער געווען צו טרעפן, וועמען ער מיינט, צי דעם ספּלאוו- 
ניק, צי זײַן אייגענע אילזע, 

דאָס ערשטע מאָל פאר צוויי צענדליק יאָר האָט ער זיך דערמאָנט אינעם 
קליינעם ייִדישן שטעטעלע אין גאליציע, וועלעכס ,זײַנע מענטשן" האָבן 
אין דער ערשטער וועלט-מילכאָמע באראבעוועט, זיך דערמאַנט אינעם 
קינד, װאָס האָט געװעקט מיט א געוויין דעם טויטן גוף פון דער מוטער, 
און ער האָט מיט נאָך מער צאָרן איבערגעכאזערט: 

-- פערדאמטעס יודענבלוט! 

אויך דער יונגער האָסבײן האָט נאָך אילזעס אנטלויפן געהאט א געפיל, 
וי עמעצער װאָלט אים בארויבט. זײַנע בלוטן האָבן געזאָטן פון רעציכע, 
און אין אים האָט געברענט א דאָרשט, וועלכן ער האָט ניט באויון צו 
עשן.. 

װאָכנלאנג האָט מען אילזען ארומגעזוכט. דער אלטער, באליידיקטער 
באראָן האָט שטרענג באפוילן; 

-- טויט אָדער לעבעדיק! 

עס זײַנען ארויסגעשיקט געװאָרן שטעק-בריוו אין אלע פּאַליצײיקאַ- 
מיסאריאטן. די זשאנדארמעריע האָט גענישטערט אין דערפער און וועל- 
דער, דורכגעשטרליפט בערג און טאָלן, נאָר דער ספּלאװניק איז געווען א 
זון פון די בערג, און די בארג-היילן האָבן אים אויסבאהאלטן,, 

אין א קורצער צײַט ארום זײַנען די טשערמוש-ברעגעס פּלוצעם אָפּגע- 
רוימט געװאָרן פון באראָנען און גוטבאזיצער, און קיינער האָט מער ניט 
פארפאָלגט די פארשווונדענע אילזע. זי איז באלד געװאָרן א לערערן אין 
א נײַיגעשאפענער שול, און ער, דער ספּלאוװניק, פאָרזיצער פון דאָרפראט, 
און עס האָט יונג און אלט זיך מיטן לעבן געפרייט, 

נאָר פארװאָס קרעכצט אין די נעכט אזי יאָמערלעך די סאַװע? 

-- אודאוך! או-אוך! 

צי דען אף אומגליק? 


89 


ארום און ארום איז אזא שיינער, ליכטיקער פרילינג, קארשנביימער 
בליען און הילן אײַן דאָס דאָרף אין װײַסן צוויט, 

טשערעשענקא.., 

האָט איינמאָל דער טאָג זיך דאָרט אויסגעלאָשן פאר דער צײַט. און 
דער וויכער פון דער צווייטער וועלט-מילכאָמע, װאָס האָט מיטן איבערפאל 
אפן ראטנפארבאנד אָנגעהויבן זײַן בלוטיקן וועג דורך די קארפּאטן, האָט 
צוריקגעבראכט דעם יונגן באראָן אָטאָ פאָן האַסבײן. און ער האָט דעם 
אומקער אין זײַן טאָגבוך פארשריבן, 

,..װײַטער איז אלץ וי געווען. די קארשנביימער האָבן שוין לאנג 
אָפּנעבליט. זיי שטייען איצט. וי אָפּגעברענטע, און דער טײַך דרייט האס- 
טיק זייערע טויטע בלעטער. די וועלדער רוישן אין צײַט פון געוויטער, 
לאָקן. נאָר איך האלט זיך אָפּ פון גיין אין זיי װײַט. באנדעס פון הוצולן 
און ייִַדן, װאָס רופן זיך פּארטיזאנער, ווילדעווען אין די בערג. אין די 
ליידיקע צימערן פון אונדזער ווילע איז אומהיימלעך, מיר דאכט, וי איך 
פארנעם די שטרענגע, כריפּלענדיקע שטים פון מײַן פאָטער. זי שוועבט, 
װי א פלעדערמויז, ארום צװוישן די ווענט. זי רופט: אילזע, איזאָלדע! קיי- 
נער אָבער ענטפערט אים ניט. דורכן אָפּענעם פענצטער דערגייט צו מיר 
דער לײַכטער זײַדענער שאָרך פון איר קלייד. עס דערנעענטערט זיך דער 
דופט פון איר הייסן אָטעם... קוואטש! דאָס ריזלען אזוי די טאָפּאָלן..? 

און דאָך האָט דער געניטער, לײַדנשאפטלעכער יעגער זיך ניט אײַני 
געהאלטן. עס האָט זיך געגרייט אן אומגעריכטער איבערפאל אף פּארטיזא" 
נישע טיילן, אָטאָ האָסבײן האָט גוט געקענט די בערג און טאָלן 

און שוין באם ערשטן אופמארש האָט ער באגעגנט באם ראנד פון דאָרף 
א בעטלערקע מיט באָרװעסע, צעשטאָכענע פיס, אָנגעטאָן אין האלב-הוצו- 
לישע, האלב-ציגײַנערישע אָפּגעריסענע קליידער, פון וועלכע ס'האָט געאָ- 
טעמט מיט וינט. זי האָט נאָך אויסגעזען יונג, נאָר איר פּאָנעם איז געווען 
בלייך, אויסגעצערט, און צוויי ברענענדיקע אויגן האָבן װי אין פיבער 
געפינקלט, אָטאָ האָט, דערזעענדיק זי, אופגעציטערט, געמאכט א שפּאן 
אף צוריק, װי ער װאָלט פאר עפּעס זיך פּלוצעם דערשראָקן. 

-- איליזע?! 

זי האָט מיד און גלײַכגילטיק זיך אָפּנעשטעלט פאר אים און, אופהייבנ- 
דיק אירע בליקן, א װײַלע זיי פארהאלטן אף די טויטנקעפּ מיט די גע- 
קרייצטע ביינער, װאָס האָבן באצירט זײַן קאָלנער, און גאָרניט געענטפערט, 

האָסבײן האָט מיט שטעכיקע בליקן זי אָפּגעמאָסטן פון קאָפּ בין פיס. 
אין געדאנק זי אױיסגעטאָן פון די אָפּגעריסענע שמאטעס, און פאר אים איז 
מיטאמאָל ווידער געשטאנען די פּרעכטיקע, אמאָליקע אילזע. ער האָט אופ- 
געהויבן די ברעמען, צודרינגלעך געקוקט אין אירע אויגן, נאָר כאפּן זייער 
אויסדרוק ניט געקאָנט, 

-- אילזע! נו, גענוג זיך פארשטעלן! 

זי האָט געשוויגן. נאָר די ליפּן האָבן זיך צעקרימט אין א פּײַנלעכער 
גרימאסע, און ס'איז אויסגעקומען, וי זי װאָלט אײנצײַטיק אי געווייגט, 
אי געלאכט. און ער האָט װוידער צונויפגעצויגן די ברעמען אין א גלײַכער 
אכזאָריעסדיקער ליניע, 


84 


פּלוצעם האָבן זײַנע בליקן א פאל געטאָן אף איר בויך. ער איז געווען 
פארשפּיצט און האָט צעשפּארט די פאלדן פון איר אונטער-ראָק. וולאזוי האָט 
ער עס גלײַך ניט באמערקט? 

-- ביסט שוואנגער, הונדע-פעל? 

זי האָט א שפּיז געטאָן מיט די אויגן, װי בליצן װאָלטן זיך אין זיי גע- 
צונדן. און האָסבײן איז מיט דער פויסט איר פארפאָרן צווישן זיי, גלײַך װי 
מיט דעם שטויס װאָלט ער געמיינט אויסצולעשן דאָס פײַער, װאָס האָט 
פון דאָרט ארויסגעפלאמט, און אים האָט זיך אויסגעוויזן, װי פונעם פארי- 
סענעם בויך קוקט אף אים נאָך א לעבן. קוקט מיט די זעלבע ברענענדיקע 
בליקן... 

-- פערדאמטעס יודענבלוט! 

האָט ער מיט דעם זעלבן קאס, א געיארשנטן בא זײַן פאָטער, א קריץ 
געטאָן מיט די ציין, 

אָטאָ האָסביין שרײַבט אין זײַן טאָגבוך; 

,...און דאָך האָב איך זי ניט אומגעבראכט. פאראן בא יעגער א געזעץ, 
װאָס פארווערט צו שיסן אף כײַעס, ווען יענע טראָגן אויס זייערע יונגע, 
כ'האָב באפוילן זי פּאָשעט צובינדן צו א ספּלאוו און אים אָפּלאָזן מיטן 
וואסער...* 

אין יענער נאכט איז טאקע קיין איין שאָס ניט געפאלן באם דאָרף 
טשערעשענקא. עפשער דערפאר, װײַל עס איז געווען שטאָקפינצטער, און 
עפשער איז שוין ניט געווען מער וועמען צו שיסן. נאָר אפן טשערמוש איז 
עלנט ארומגעשווומען אן אָפּגעשפּאָלטענער טייל פון א ספּלאו, ער האָט 
געקרעכצט װי א מענטש, ביז ס'האָבן די שטארצנדיקע סקאלעס אים צע-י 
שלאָגן און ער איז פארטרונקען געװאָרן.. 


װײַט פון די קארפּאטן, אין די צאָפןיקאווקאזער בערג, באם סאמע טײַך 
באקסאן, איז אף אײיביק פארבליבן שטורמבאנפיורער אָטאָ האָסבײן. 

איך האָב נאָך דער מילכאָמע געארבעט אין יענע קאנטן אלס לערער, 
און קינדער, װאָס האָבן געשפּילט זיך אין די בערג, האָבן אין איינעם א 
שפּעטיהארבסטיקן פארנאכט מיר געוויזן זײַן טאָגבוך, װאָס זיי האָבן גע- 
פונען, 

מיט רויב און מאָרד האָט געווייעט פון דער אױסגעטאַקטער, שארף 
פארשפּיצטער גאָטישער שריפט. אף אייניקע זײַטלעך איז זי געווען איג- 
גאנצן פארווישט, דורכגענעצט פון רעגנס, און אויסגעזען װי א גערבארי 
פוֹן אויסגעטריקנטע טרערן... 

איך האָב געלייענט, ניט אָפּרײַסנדיק זיך פון די זײַטלעך, װי איך װאָלט 
דערזען מיטאמאָל די פלאמען פון פארסארפעטע שטעט און דערפער, דער- 
הערט די ווייגעשרייען פון פארפּײַניקטע.. מיר אין אופגעפאלן אן אב" 
זאץ, פארשריבן שוין ערגעץ-וווּ הינטער קיעו; 


09 


,ווער ווייסט, צי איז יענע בעטלערקע טאקע אילזע געווען? באקאנטע 
האָבן פארזיכערט, אז זי האלט זיך אוף אין די וועלדער איניינעם מיט איר 
ספּלאוניק,,,? 

און א ווילדע, שווארצע רעציכע האָט ארויסגעשריגן פון צװוישן די 
שורעס, 

ווען כ'האָב געענדיקט לייענען, האָט אין דרויסן אָנגעהױבן טאָגן. אין 
דער אומגעוויינלעכער בלױקײַט האָט דער צװייקעפּיקער אײיביקער זאָקן.-- 
דער עלברוס מיט גלײַווע פאריסן צו די הימלשע הייכן זײַנע צוויי שניייקע 
קרוינען, און די לעצטע שטערן האָבן זיך געלאָשן ארום אים. פאר מײַנע 
אויגן איז געשטאנען דאָס קליינע אױסגעפּלינדערטע דערפעלע באם ברעג 
פונעם טשערמוש מיט דעם צענדליק ייַדישע מישפּאַכעס פון דוירעס דאָרט 
אײַנגעזעסענע. דוירעס זײַנען געגאנגען דעם ועג, װוּהין אלע דוירעס 
גייען, נאָר דער לעצטער איז אכזאָריעסדיק פארשניטן געװאָרן.. 

לאנגזאם האָבן פארן פענצטער גענומען פאלן די ערשטע שנייעלעך, װי 
דער װײַסער צוויט פון צעבליטע קארשנביימער, וי דער פרילינג אינעם 
װײַטן בוקאָװוינער דערפעלע מיט זײַן צערטלעכן סלאווישן נאָמען; 

טשערעשענקא. 

קארשנביימער האָבן זיך צעבליט, און זייער װײַסע בליונג האלט אין 
איין פאלן... פאלן... 


אן אלטע ווערבע 


יפל פּליטנטרײַבער האָבן אין די זומערן אָפּגערוט אין 
איר שאָטן? און זי האָט, װי א געטרײַע מוטער, אָפּגע- 
היט זייער רו. 

איצט איז טיפער הארבסט! 

די ווערבע שטייט א פארלאָזטע, און רעגן-טראָפּנס, 
וי טרערן, טריפן אראָפּ פון אירע געלע, שטארבנדיקע 
בלעטער. 

בא איר צופוסנס האָט צעשפּילט זיך דער טשערמוש. 

זײַנע ברויזנדיקע וואסערן זײַנען װוילד געװאָרן. געדרייט זיך, געײַלט 
ערגעץיווּ,. און שטארקע כוואליעס האָבן געשלאָגן אין איר אויסגע- 
הוילטן שטאם, 


שטייט די ווערבע א געבויגענע, די ברוסט ארויסגעשטעלט קעגן 
ווינט, גלײַך זי װאָלט געפּרוּװוט דערמיט פארהאלטן די װילדקײַט פונעם 
טײַך, ניט לאָזן אים פארפלייצן די ברעגעס, 

גרויזאם אָבער איז דער טשערמוש אָסיען-צײַט, ווען דריבנע רעגנס 
הילן אײַן די בערג און פון די וואלד-טיפענישן קײַקלען זיך צו אים אָני 
צאָליקע טײַכלעך און ריטשקעס. מיט א וילדן געברום צעגיסט ער זיך 
איבער טאָלן, פארטרינקענדיק אלץ, װאָס שטייט אים אין ועג. 

די ווערבע האָט געװוּסט פון זײַן קראפט און צאָרן, מיט טרויער גע- 
קוקט אף די צעבושעװעטע ואסערן און מאכטלאָז געשטרעקט אירע 
שווערע אויסגעקרימטע צוװוײיגן, 


באם ליידיקן ברעג, אינגאנצן דורכגענעצט פון די גרויע רעגנס, האָט 
א יונגער פּליטנטרײַבער נאָכגעפאָלגט די בייזע שפּיל, וועלכע דער טײַך 
האָט געפירט מיט דער אלטער ווערבע, 


זײַן לענגלעך, אָפּגעברענט פּאָנעם האָט אויסגעדריקט אומרו. ער האָט 
געװוסט, אז די װערבע קאָן יעדע רעגע ארויסגעריסן ווערן מיט די 
װואָרצלען, 


נאָר װאָס קאָן א מענטש, איינער אליין, אופטאָן קעגן אזא שטורמי- 
שַׁעַר סטִיבֵיי? 


69 


ער האָט געזען, ויאזוי די ווערבע אמפּערט זיך מיט דער ניט געהעמ- 
טער װילדקײַט און אירע צװײַגן וויגן זיך מיט א קלאָגנדיקן קרעכץ.. 

-- כ'וועל ניט לאָזן זי אף העפקער! 

און ער האָט צעוויקלט א דראָט-זײַל (א שווארע). מיט איין עק עט- 
לעכע מאָל ארומגענומען די ווערבע, װי ער װאָלט אין רינגען זי אָנגע- 
טאָן, און דעם צווייטן -- געצויגן ביז צו א טיף פארגראָבענעם פעלד. 
דערבײַ האָט זײַן הארץ רוֹיִק געקלאפּט, װי עס דארף קלאפן בא א 
מענטשן, ווען ער געפינט זיך אין א צושטאנד פון אויספירן א כויון.. 
-- איצט אויב זי װעט פארטראָגן ווערן, איז עס בלויז א בלינדער 
צופאל! | 

אוון דער טשערמוש, גלײַך ער װאָלט דערפילט די קראפט פונעם יונגן 
פּליטנטרײַבער, האָט לאנגזאם אָפּגעטראָטן, און נאָר פון צײַט צו צײַט, 
פון קאס װײַזט אויס, זיי ביידן באשפּיגן מיט א ברוינלעך-װײַסן שוים.. 


דאָס האָט מײַן טאטע מיר קינדװײַז דערציילט, און צוגעגעבן: 
-- געטרײַשאפט איז די זון פון לעבן! 


אפן ספּלאוו 


ן אָפּגעשוואכטע האָט די זון זיך אָנגעהויבן זעצן. דער 
טשערמוש האָט גענומען בײַטן דעם קאָליר, וערן 
טונקליבלוי, און דער הייסער זומער-טאָג, װאָס האָט 
זיך געשלעפּט פון גאנץ קאיאָר, איז דערגאנגען אין א 
שטילן פארנאכט, 

דער טאטע האָט אופגעהויבן זײַנע ברייטע, פארמאַ- 
זאָליעטע הענט, זיי מיט שװערקײַט א װאָרף געטאָן 
אף דער קערמע און, אויסדרייענדיק דעם קאָפּ אף צוריק, מיט א לויטער 
קאָל געפרעגט: 

-- מיכלילע, ביסט פארטיק? 

-- דא!-- האָט פונעם אנדערן עק ספּלאוו אָפּנעענטפערט א יונגע, קליגײ 
גענדיקע שטים, 

און די קערמע האָט שווער גענומען שנײַדן דאָס וואסער. דער ספּלאוו 
האָט מיט א זידער זיך אָנגעהױבן צו דערװײַטערן פונעם ברעג. בא 
יעדן קער האָט דעם טאטנס פעסטער גוף זיך געװאָרפן, און זײַן אָפּגעברענט 
פּאָנעם, פון וועלכן ס'האָבן אראָפּנעקוקט א פּאָר גרויע פארקיסנעטע 
אויגן, האָט האסטיק זיך באוועגט, 

-- גענוג! -- האָט ער אויסגערופן, אוועקנעמענדיק די האנט פון דער 
קערמע, און מיט דער צווייטער געוויזן מיכלילען, ער זאָל זיך אָפּשטעלן. 

מיכלַלע, א יונגער ברייטיביינערדיקער ספּלאװניק, איז געשטאנען א 
באָרװועסער, די װײַסע לײַוונטענע הויזן פארקאטשעט ביז די קני,. אף די 
פיס האָבן זיך געצויגן בלויע אָדערן, זיי האָבן זיך אָנגעשטרענגט בא 
יעדער שווערער באוועגונג. זײַנע לאנגע בלאָנדיצעשױבערטע האָר האָבן 
אראָפּגעהאנגען פון אונטער זײַן גרינעם קאפּעליוש און זיך געװיעט, וי 
אויסגעטריקנטע פּאָוויסמע בא צײַטיקע קוקורוזעישטאנגען, 

ער האָט אָפּגעלאָזט די קערמע, ארונטערגעלייגט די נאקעטע פיס אונ- 
טער זיך און געשווינד זיך אוועקגעזעצט. מיט זײַנע קליינע אייגעלעך האָט 
ער געקוקט אפן טאטן, װאָס איז ארומגעגאנגען איבערן ספּלאוו און בא- 
טראכט דאָס געהילץ. אונטער זײַנע שפּאן האָבן געסקריפּעט די קלעצער, 
וי בעטנדיק מע זאָל זיי ניט דערטרינקען. דער טאטע האָט געפּרוּוט, צי 


1 


די קלעצער זײַנען גוט צוגעבונדן, דערנאָך אויסגעדרייט דעם קאָפּ צו דער 
זון און אויסגערופן: 

-- מיכלילע, היי! 

מיכײַלע האָט פארשטאנען, אז ס'איז צײַט זיך אָפּלאָזן, 

א פארסאָפּעטע איז געקומען צו לויפן די מאמע, צוהאלטנדיק דאָס 
קלייד מיט דער רעכטער האנט און נערוועז ארופצלענדיק מיט דער ליג" 
קער דאָס שאלעכל, װאָס איז אלעמאָל אראָפּנעפאלן אף די אקסלען. 

-- כ'האָב געמיינט, דו האָסט זיך שוין אָפּגעלאָזט!--האָט זי קוים 
כאפּנדיק דעם אָטעם ארויסגערעדט, געשווינד זיך אָפּנעװישט מיטן שא" 
לעכל דאָס מויל און צוגעגאנגען נעענטער צום ברעג, 

דער טײַך האָט זיך געשלענגלט פאר אירע פיס, זיך אלעמאָל א גאָס 
געטאָן, װי וועלנדיק זי ארומנעמען, און ניט קענענדיק דערגרייכן צוֹ די 
שפּיצן פון אירע שיך, זיך צוריק אראָפּגעלאָזט אף זײַן אָרט. 

די מאמע איז געשטאנען מיט פארלייגטע הענט און באטראכט דעם 
טאטן, וועלכער האָט אָפּגעהאקט א סוק און דערבײַ שווער געאָטעמט. נאָכן 
פארענדיקן די ארבעט האָט ער אָפּגעװישט מיטן ארבל דעם שטערן, װאָס 
איז געווען באדעקט מיט שווייס. ער איז נעענטער צוגעגאנגען צו דער 
קערמע, זי אָנגענומען מיט ביידע הענט און געגעבן א צייכן מיכײַלען: 

-- לאָז נאָך די שווארע! -- און אויסדרייענדיק דעם קאָפּ צום ברעג, האָט 
ער אריבערגעשריגן צו דער מאמען, װאָס איז געשטאנען א פארטראכטע 
און ניט אראָפּגעלאָזט קיין אויג פון זײַן רודעווען מיט דער קערמע: -- זײַ 
געזונט! 

-- פאָר געזונטערהייט! -- האָט זי מיט א פארטרערטער שׂטים נאָכגע- 
רופן, און שאַקלענדיק מיטן קאָפּ, שטיל צוגעגעבן: --אזא שווערע פּארנאָ- 
סע אף די עלטערע יאָרן! 

דער טאטע האָט געשניטן מיט דער קערמע די כוואליעס. דער ספּלאוו 
האָט פויל געשלעפּט זיך צווישן ביידע ברעגעס, וועלכע זײַנען געלעגן 
שטומע און אים באגלייט אין װײַטן וועג. 


די זון האָט געװאָרפן אירע לעצטע שטראלן און זיך באהאלטן אונטערן 
בארג. געל זײַנען געווען די שפּיצן פון די סאָסנע-ביימער, װאָס האָבן דעם 
טאטן נאָכגעקוקט גאָר װײַט, 

--- מיכײַלע! -- האָט דער טאטע געזאָגט, -- זעץ זיך, מ'דארף ניט קער- 
מעווען, ס' גייט אליין, 

ער האָט זיך צוגעזעצט לעבן מיכלילען. א װײַלע אים באטראכט און 
מיט א שמייכל אף די ליפּן געפרעגט: 

-- זאָל איך. דיר עפּעס דערציילן? 

-- דערציילט! 

-- ווען איך בין געווען אזוי יונג, װוי דו, --הייבט אָן דער טאטע, 
פלעג איך ניט איין מאָל אינמיטן נאכט אראָפּגײן צום טײַך. אין איינער 
אזא נאכט בין איך אראָפּנעקומען צום טשערמוש, געכאפּט א קוק אף די 
ספּלאוועס, אכטונג געגעבן, צִי אלץ איז גוט צוגעבונדן, און דערנאָך, װי א 


4 


פארשיקערטער פון דער שטילקײַט און רו, זיך אװעקגעשלעפּט אין דער 
קאָליבע!, אן אויסגעשטערנטע נאכט געווען, א לעװאָנעדיקע, מע האָט 
געקאָנט פּערל קלײיַבן. ארום און ארום איז געווען אזא שטילקײט, אז, דאכט 
זיך, די ווערבעס אפילע האָבן זיך ניט גערירט און באם הארצן האָט עפּעס 
גענאָגט, 

דעם טאטנס פּאָנעם פארקרימט זיך א װײַלע, ער כאפּט איבער דעם 
אָטעם, גיט א פעסטן צי די ליולקע און דורכן געדיכטן װאָלקן רויך, װאָס 
ער הייבט אַן ארויסלאָזן, הערן זיך זײַנע רייד שטילער, 

-- פּלוצעם, דאָס פײַער האָט זיך נאַרװאָס צעברענט, איך טו א קוק; 
א זאָקן איז אויסגעוואקסן לעבן מיר, װוי ארױיסגעשפּרונגען פונעם וואסער, 
אן אלטיטשקער, מיט א לאנגער װײַסער באָרד, אין א לאנגער שווארצער 
קאפּאָטע און מיט א ברייטן גארטל אזש ביז דער ברוסט, 

מיכײַלע קוקט אפן טאטן, פארלירט ניט קיין איין װאָרט, און מיט 
זײַנע האלב-פארמאכטע אייגעלעך זוכט ער צװוישן די נידעריקע ווערבעס, 
גלײַך װי אָט-אָט, און דער זאָקן װעט זיך נאָכאמאָל באװײַזן, 

-- א לאנגע צײַט איז ער אזוי געשטאנען מיט אױיסגעפּילעװעטע אויגן, 
אין וועלכע ס'האָט זיך געשפּיגלט דער טײַך און די לעװאַנע, געהאלטן 
אין איין קוקן אף מיר און געשויגן. א שוידער האָט מיך ארומגענומען 
איך האָב דערפילט, וי מײַן קערפּער איז געװאָרן שווער וי בלײַ. דער- 
טרונקענע, װאָס בלאָנדזען ארום אין לעװאָנעינעכט און זוכן א טיקן פאר 
זייערע פארװאָרפענע נעשאָמעס, זײַנען אופגעקומען אין מײַן זיקאָרן 
שיידים, האָט זיך מיר אויסגעוויזן, טאנצן ארום דער קאָליבע. דער בע" 
סוילעם האָט זיך אױיסגעשפּרײט פאר מײַן בליק און סע האָט זיך מיר גע- 
דאכט, אז דער זאָקן שפּאנט ארום צװישן די קװאָרים, זײַן לאנגע קאפּאָטע 
פארטשעפּעט זיך אין א מאצייווע, און עס טוען א בלישטשע זײַנע װײַסע 
זאָקן. איך האָב גענומען די האק, נאָר געפילט, אז די האנט פאָלגט מיך 
ניט. וויפל בין איך אזוי געזעסן, געדענק איך ניט. נאָר ווען איך האָב 
זיך אופגעכאפּט, האָט א גרויער פרימאָרגן געהאט פארשלונגען די נאכט, 
די זון האָט געשײַנט און געווארעמט,, 

דער טאטע װערט אנשוויגן, כאפּט א קוק אף מיכײַלען, וועלכער צע" 
עפנט זײַן מויל און לאָזט ארויס א לאנגן, אויסגעצויגענעם גענעץ, 

-- סטראשנאָ, סטראשנאַָ! 

ער קערט איבער זײַנע אייגעלעך צום הימל און ציילעמט זיך דרי 
מאָל איבער, 


אָװוגט, 

פויל האָט זיך געשלעפּט דער ספּלאוו, טערפּקע רייכעס האָבן זיך גע" 
צויגן פון די דרעמלענדיקע ברעגעס, מיכײַלען האָט זיך געדאכט, וי איבער 
די כוואליעס שפּאנט א זאָקן אין א לאנגער שווארצער קאפּאָטע, און דעם 
טאטן האָט נאָכגעקלונגען אין די אויערן דער מאמעס: 

--- פאָר געזונטערחהייט!,, 


1 וואלדישטיבל., 


953 


באם ברעג 


יצט זיך דער טאטע אזוי א פארטראכטער באם ברעג 
פונעם טשערמוש און מיט זײַנע האלב-פארמאכטע, װי 
אין א לײַכטן דרעמל אראָפּגעלאָזטע אויגן מעסט ער די 
װײַטקײַט פונעם טײַך, װאָס רײַסט זיך בארג-אראָפּ פון 
די געדיכט צעוואקסענע ועלדער און יאָגט מיט א 
ווילדן ברום פארבײַ. דערזעט ער, דער טאטע, דעם 
װײַסן שוים, װאָס וויגט זיך אף די כוואליעס, הייבט 
ער שטארקער אוף די ויִעס און קוקט נאָך, װי שטיקער האָלץ װערן אָפּי 
געריסן און בלײַבן פארטשעפּעטע הענגען בא די ברעגעס. שעפּטשעט ער 
ארויס שטיל, װי פאר זיך אליין; 

ס'קומט א פּאַװיףי1 

דערװײַל לאָזט זיך אראָפּ דער פארנאכט שטיל-סוידעסדיק. ס'איז יענע 
שטילקײַט, װאָס שלעפערט אײַן די ברעגעס און רוימט ניט איין מאָל אײַן 
דעם טאטן; 

-- בלליב דאָ אף דײַן אלטן געלעגער! 

דער טשערמוש רײַסט זיך פון די ברעגעס, צעשפּרײט זיך װאָס אמאָל 
ברייטער. די ספּלאוועס, װאָס דער טאטע היט, זיי זאָלן זיך ניט אָפּרײַסן 
און אוועקשווימען, הייבן זיך, פּליוסקען מיט די קערמעס, און די קלעצער 
טוליען זיך איינס צום צווייטן, װי קינדער אין א סאקאָנע. פון די בערג 
קומט א לײַכט ווינטל, שארט זיך אף די שטיינער, װי גנייוויש. ס'דאכט 
זיך אויס, עמעצער גייט. כאפּן זיך אוף דעם טאטנס אויגן, טוען א קוק 
אין דער ליידיקער װײַטקײַט, און ניט וילנדיק דערמאַנט ער זיך די 
שטרענגע װערטער, מיט וװעלכע דער באלעבאָס האָט הײַנט גע- 
װאָרנט: 
|-- גייט אראָפּ צום וואסער און געדענקט, מײַן גאנץ פארמעגן אין 
דאָרט! 

ווייסט דער טאטע, אז פאר וואסער קאָן מען ניט דערהיטן און דערצו 
ווערט עס אלעמאָל גרעסער, שיט וי פון א זאק. לייגט ער ארוף נאָך א 


? הויכוואסער. 


6* 94 


שווארע אף די ספּלאװעס, בינדט זיי פעסטער צו, און באם פארדרייען, 
דאכט זיך, װוי ער פארדראַטעװועט זיי צוזאמען מיט די וװוערטער: 

-- מ'קאָן ניט וויסן, פרעמדס איז פאָרט ניט אייגנס! 

זיצט זיך אזוי דער טאטע באם ברעג פונעם טשערמוש און האלט אין 
אנדרעמלט וװערן. עפּעס קלעפּן זיך די אויגן הײַנט פאר דער צײַט און 
אין דער געדיכט באוואקסענער ברוסט בלאַנדזעט ארום א כראָפּע, דין 
פײַפנדיק, װי וועלנדיק זאָגן: עמעס, א זעכציקער, נאָר װײַט נאָך ניט קיין 
זאָקן! 

גערעכט, דער טאטע איז א זעכציקער, אויב ניט מער, וער קאָן וויסן 
פּינקטלעך? און סװוײַזט זיך אויס, וי אפן וואסער שווימען זיי, די זעכציק 
יאָר זײַנע, װי די כוואליעס, איינס איבערן אנדערן, שווימען זיי אראָפּ, 
אראָפּ... און דער טאטע קוקט זיי נאָך מיט א מילדן שמייכל אפן פּאַנעם, 
גלײַך ס'װואָלט אראָפּגעשװוּמען א קאָמפּאניע ספּלאװעס, און ער װאָלט זי 
נאָכגעשרלען; 

-- שווימט, שווימט, איך װעל נאָכקומען! 

א מיטלװוּקסיקער איז ער, דער טאטע, מיט ברייטע צעשפּארטע פיני 
גער, װאָס אז זי קלעמען ארום די קערמע, סקריפּעט זֹי, װוי איבערברעכנ- 
דיק זיך אינצווייען, פופציק זומערן טרײַבט ער שוין ספּלאװעס אפן טײַך, 
פופציק זומערן איז דער שטיינעריקער ברעג זײַן בעט, און די נאכט זײַן 
צוקאָפּנס. און װוען ער דערציילט וועגן דעם, איז דער טאָן בא אים אזא 
רויקער, אזא גלײַכגילטיקער, וי נאָך פופציק װאָלטן געשטאנען בא דער 
זײַט און געווארט,,, 

און יונגע יאטן האָבן ליב זיך ארומזעצן ארום טאטן, אים בעטן דער- 
ציילן וועגן ,שווארצן טשערמוש?", װאָס פליסט אף דער פּוילישער זײַט, 
וו דער טאטע האָט געטריבן ספּלאװעס אין די יונגע יאָרן. וועגן דעם רו- 
מענישן טײַך ,אָלט?, װוּהין מע האָט אים מיט נאָך עטלעכע ספּלאװניקעס 
אריבערגענומען, 

-- היי, וויפל צענער יאָרן סזײַנען אריבער פון יענער צײַט! 

און מיט א שמייכל, װאָס פּלאָנטערט זיך אים צווישן די װאָנצעס, גיט 
ער צו, אָנװײַזנדיק אין עפּעס גאָר א װײַטער װײַט: 

-- איך װעל שטארבן און אף די דאָזיקע ערטער מער ניט זײַף 


ארבעט איניינעם מיטן טאטן אן אלטער הוצול --קאָציע יערעמטשוק. 
וי װײַט ס'האלט מיט זײַן עלטער, ווייסט ער אליין ניט, נאָר אז מע פרעגט 
אים ענטפערט ער; 

-- אכציק! 

און ס'דאכט זיך, אז יאָרנלאנג האלט ער אלץ בא אכציק, יל גיט 
אוועקרירן זיך פון זיי. ער איז א נידעריקער, מיט געלבלעך-גרויע האָר, 
לאנג ביז די אקסל, און ווען ער רעדט, סטארטשען פון אונטער די װאָנצעס 
אפיר רויע, פליישיקע יאסלעס, 

א סאך יאָרן שוין טרײַבט ער צוזאמען מיטן טאטן ספּלאװעס, טונקט 
מיט אים פון איין שיסעלע די ברינדזע מיט מאמעליגע, שלאָפּט אף איין 


95 


געלעגער, דער טאטע האָט אים ליב, װי אן אייגענעם, און אף די לאנגע 
אומעטיקע וואסער-וועגן דערציילט ער פאר אים זײַנע מײַסעס, װאָס 
ווערן געבוירן אין די לינדע זומעריפארנאכטן צװישן דרעמלענדיקע ברע- 
געס און רוישיקע וואסערן. דעם טאטנס שטים איז דעמלט א קלאָרע, א 
קלינגעוודיקע, וי אויסגעוואשן. נאָר צו קאָציעס אויערן דערגייט זי קוים, 
דער טאטע וייסט גאנץ גוט, אז קאָציע איז טויב און אז ער קוקט אים אֶָן 
מיט שטומע אויגן, װאָס אינדערעמעסן באנעמען זיי גאָרניט, שטראלן נאָר 
מיט גוטסקײַט און ליבע, 

און כאָטש אזוי, איז קאָציע פון די איינציקע, מיט וועמען דער טאטע 
שמועסט זיך גערן אדורך. און קאַציע ווייסט שוין אזוי פון זיך אליין, אז 
וי נאָר דער פארנאכט צעשפּרײט זיך איבער די טיפע וואסערן און די 
ספּלאוועס ציֶען זיך דאָרט פוילע, קוים װאָס זיי רירן זיך, דארף ער א 
טאָרע טאָן דעם טאטן און מיט א צערונענעם שמייכל, װוי בא א קינד, בעטן; 

-- פּאני כאַנע, דערצייל עפּעס! 

און ביידן פארוויגט די נאכט, 


..טריט, 

אלטע, שווערע טריט. די שטיינער פּרעסן זיך צו דער ערד. די ווערבעס 
כאפּן זיך אוף און פלאטערן מיט די לענגלעכע בלעטער, 

-- דאָברי װעטשער!ג 

קאָציע יערעמטשוק האָט זיך דערנעענטערט, זיך צוגעזעצט לעבן טאטן. 
ביידע האָבן פארייכערט די ליולקעס, געצויגן שווער דעם רויך אין זיך 
ארײַן, און די שטילקײַט האָט צוישן זיי גערונען, װי וואסער צװישן 
ברעגעס. ביידע האָבן זיך איבערגעקוקט. בא ביידן האָבן די אויגן גע- 
פינקלט און געווען ענלעך צו די אָפענע ליולקעס. א װײַלע האָבן ביידע 
געשוויגן, 

-- נו, װאָס הערט זיך, די ספּלאוועס צוגעבונדן?-- האָט קאָציע זיך 
דערמאָנט צו פרעגן, און זײַן הייזעריקלעכע שטים האָט געקריצט, װי זאמד 
אונטער די ציין, 

ווידער האָבן זיך דערהערט טריט. פון דער נאָענט האָט זיך באוויזן א 
װײַס העמד, װי א ריס אין שווארצקײַט פון דער נאכט. עס איז צוגעקומען 
א יונגער ספּלאװניק, אזוי פון א יאָר דרײַסיק, זיך אראָפּגעלאָזט אף די 
קני און מיט א פאָרשנדיקן בליק זיך אײַנגעקוקט אין די פּע" 
נעמער, 

--- װאָס הערט זיך מיטן פּאָװין? 

-- ניט שרעקלעך!-- האָבן ביידע װי מיט איין מאָל געענטפערט. 

דער ספּלאווניק האָט פארייכערט די ליולקע, א פעסטן שפּײַ געטאָן, וי 
ער װאָלט אָפּשפּײַען די נאכט. 

-- מײַנע זײַנען גוט צוגעבונדן! 


1 א גוטן אָװנט (אוקר.) 
6 6--6 


אוֹן ער איז אוועק, 

-- אזויפיל יונגע צוגעקומען, -- האָט קאָציע געוויזן אפן אוועקגייענ- 
דיקן, -- מירן אינגיכן בלײַבן אָן א שטיקל ברויט., 

-- יאָ, יאָ, קאָציע ליבער, פאר אונדז דערנעענטערט זיך דער אָסיען.. 

ביידע זײַנען אנשוויגן געװאָרן. איינער דעם צווייטן האָט מער גאָר 
ניט געהאט װאָס צו זאָגן. דער טאטע האָט זיך אויסגעצויגן, אַנגעשפּארט 
דעם עלנבויגן אינעם ברעג און מיט אן אײַנגעהאלטענעם אָטעם זיך צוגע- 
הערט צו די טריט, װאָס האָבן פונװײַטן זיך געקײַקלט און אלץ פארװאָר- 
פענער געװאָרן, 

און ווען די שטילקײַט האָט װוידער זיך צעגאָסן, און בא דער זײַט איז 
געלעגן קאָציע און געדרעמלט אין זײַנע אכציק יאָר, האָט דער טאטע א 
שווערן זיפץ געטאָן און צום ערשטן מאָל זיך פארבענקט... 


פעדאַכע 


דריבנע אָסיעױירעגנס, װאָס האָבן געוואשן דעם 
דרויסן, האָבן וי אָפּגעשװענקט די זומערדיקע פאר- 
ברױינטקײַט פונעם טאטנס פּאָנעם. שטענדיק, ווען דער 
הארבסט האָט זיך אָנגערוקט, פלעגט זײַן פּאָנעם זיך 
פארענדערן, באקומען א גרויישווארצן קאָליר, װי בא- 
שיט מיט אש. און ער פלעגט זאָגן: 

-- ס'שטעלט זיך שוין דער וינטער, און די ציין 
דארף מען פארבינדן אין א בײַטעלע! 

שאָענלאנג פלעגט ער אָפּשטײן באם ליידיקן ברעג, באטראכטן די גריג- 
לעך-בלויע וואסער-דעק און פאר די אויגן פלעגן דורכשווימען די ספּלא- 
וועס, װאָס ער האָט אָפּגעפירט דורכן זומער, און דערפון אפילע אף קיין 
קארטאָפל ניט אָפּגעשפּאָרט, 

וועמען גייט עס אָן, װאָס אין שטוב טאנצט דער הונגער? 

עפשער דעם באלעבאָס מיטן צונאָמען ,מעריקאנקע", װאָס אין זיך 
אוועקגעפאָרן פארברענגען דעם וינטער ערגעץ אין א גרױסשטאָט, און 
װעסנע-צײַט, ווען דער שניי הייבט אָן אָפּקריכן, װעט ער זיך באװײַזץ 
באם וואסער, וי אױיסגעגראָבן פון דער ערד, מיט זײַן בייזן, שרײַענדיקן 
קאָל: 

-- נו, װאָס הערט זיך, איר נעמט א ספּלאוו? 

זאָל עס טאקע געווען זײַן, די מוירע פארן װינטער האָט הײַנט אזי 
באטריבט דעם אלטן וואסער-מענטש, וועלכער איז געװוינט דערצו, אז א 
גאנצן ווינטער דארף מען עסן א פּיסנע געבראָטענע קארטאָפל און פילן 
אין איר דעם טאם פון ברויט? 

מעגלעך... 

נאָר אין הארץ האָט אים א שטאָך געטאָן, עפּעס פארעלטערטס האָט זיך 
דאָרטן אָפּגערופן. די אלטע היים, פעדאָכע, די יאָרן, װאָס ליגן טויטע, 
וי אונטערגעהאקטע ביימלעך. אלץ האָט מיטאמאָל זיך צונויפגענומען, זיך 
צעלייגט אפן טאטנס פּאָנעם, וי קאָרע. און דאָס וואסער האָט איצט, פּונקט 
וי מיט יאָרן צוריק, אָנשטאָט אָפּצופאלן, זיך צעשפּרײט איבער די ברייטע 
זאמדיקע ברעגעס און באקומען א ברוינע פארב, 


98 


-- כץן מעך נאָך דארפן אױיסטראָגן! 

האָט עלנט, װי א ווינטל, זיך ארומגעדרייט זײַן קאָל, און די בליקן, װי 
דורך דין פארוועבטע פעדעם, האָבן פארטשעפּעט א פארבלײיאָגנדיקע כווא- 
ליע, 

-- מ'דארף ארײַנשלאָגן פײַלן! אנדערע לאכן דערפון... אָבער איך קאַן 
שוין ניט א צווייט מאָל פארטרונקען ווערן... 

און זײַן אָטעם האָט שווער זיך פארצויגן באם ארײַנשלאָגן די ערשטע 
אָפּנעטעסעטע פײיל, 


דאָס לעבן צװישן די וואסערן איז װי אין א לײידיקער שטוב, אין 
וועלכער דער וואסער-מענטש דרייט איינער אליין זיך ארום. ער האָט קיי- 
נעם ניט און דארף קיינעם ניט. דער רוישיקער ברום פונעם טײַך פארוויגט 
אים לעבן א ברענענדיקן פּײַער און גאנץ קאיאָר, ווען די רויטע זונענ- 
שטראלן פארברענען זײַן שלאָף, כאפּט ער זיך אוף, און א נײַער טאָג בא- 
געגנט אים מיט א בלוילעכן ציטער, וי וועלנדיק זאָגן: 

-- גוט-מאַרגן! 

און צומאָל (עפשער איין מאָל פארן גאנצן זומער) כאפּט ער זיך אהיים 
צו װײַב און קינדער. די היים איז אים ליב און טײַער, װײַל ער איז אירער 
א זעלטענער גאסט, 

פארשטייט זיך, אז פון זינט ס'אין אװעקגעשװוּמען די אלטע היים, 
האָט א צאר זיך װי ארײַנגעדראָטעװעט אין טאטנס הארץ און שטענדיק, 
ווען דאָס וואסער האָט זיך צעגאָסן, האָט ער מיט שרעק און ווייטעק זי 
דערמאַנט; 

ס'איז געווען א קליין שטיבל באם ברעג פונעם טשערמוש. זיך גע- 
שטאנען איינזאם אליין אינמיטן פעלד. פארבײַפאָרנדיקע פּויערים פלעגן 
דעם צוּווארפן א זײַטיקן, פארכידעשטן בליק: 

-- אָדדאָ װווינען מענטשן? 

ארום און ארום פארשאליעוועט מיט ברעטער, האָט עס אויסגעזען וי 
א קאָליבע מיט צוויי קליינע פענצטערלעך, װאָס איינס האָט ארויסגעקוקט 
צום טשערמוש און סײַ װינטער, סלל זומער זיך געבלויט אינעם רוישיקן 
וואסער"שפּיגל, און דאָס צווייטע האָט װי געציילט די אײַזערנע שטאכעטן 
פון דער באן"בריק און איז טאָגיוויינאכט געווען פארייכערט פון דורכ- 
פאָרַנדיקע צוגן, 

האָבן איינמאָל אין א פארנאכט זיך אָנגעהויבן צו פארציען שווארצע 
כמארעס, װי זיי װאָלַטן אף אײביק באהַאלטן די זומערדיקע בלױקײַט. 
און אויבן אין די בערג, װוּ די הויכע סאָסנעס לעכערן דעם הימל, איז א 
געדיכטער רעגן אראָפּגעהאנגען פון די ביימער און זיך צעגאָסן אין לאנ- 
גע ריטשקעס, גלײַך װי דער הימל אליין װאָלט אין א טײַך זיך צעלאָזט. 

דער טאטע האָט דעמלט --א יונגער, א ברײטפּלײציקער -- זיך ארומגע- 
טראָגן אף די ספּלאװעס, צעוויקלט שווארעס, צוגעבונדן די קלעצער. 


-- װאָס קאָן מען וויסן, אזא װאָלקנברוך קאָן די גאנצע וװעלט פאר- 
טרינקען! 


99 


אוֹן די ברענענדיקע שׁײְֵן פוֹן דער האַלאָװעשקע איז אראָפּגערונען 
איבער זײַן פּאָנעם, װוי צעלאָזטער וואקס, 

לעבן טאטן האָט װי א יונג מיידל, װאָס שפּילט זיך אין כאפּערלעך, 
ארומגעטאנצט די אלטע פעדאָכע. געשפּרונגען ביז אין גארטל אין וואסער 
און אויסגעכאפּט די שיר ניט דערטרונקענע הינער, 

די הינער האָבן ווילד געשריגן װי אין די לעצטע סליכעסינעכט, און 
פּעדאַכע האָט אײינציקװײַז זיי געװאָרפן אין זאק, 

אן אלטע איז זי געווען, פעדאָכע. קימאט שוין אינגאנצן א בלינדע, 
איבער די אויגן איז געווען איבערגעצויגן א מין גרוי הײַטל, און כאָטש 
אזוי, פלעגט זי גאנצע טעג זיצן אין א ווינקל בא דער הרובע, זיצן ברייט 
ארײַנגעזעצט אין אירע דרײַ געפאלדעוועטע אונטערירעק און, טאפּנדיק 
מיט די פינגער, --און א ביסל האָט דאָס שפּיזל שוין אליין געװוּסט דעם 
וועג -- פאריכטן זאָקן,. באם הויכוואסער איז זי געװאָרן רירעוודיק, עפּעס 
האָט זי אָנגעהובן זען, גלײַך װי פונעם שװוערן װאָלקן-ברוך האָבן זיך 
צעשפּאלטן די דין-גרויע הײַטלעך פון די אויגן. און ווען דער טאטע האָט 
צוגעבונדן דאָס לעצטע ברעטל און גענומען ארױיסטראָגן דאָס ביסל אָרעמ- 
קײַט פון דער שטוב, איז פעדאָכע אלץ נאָך ארומגעשפּרונגען און געטאָן 
איר ארבעט, 


נאָר וואסער איז ערגער פון פליער! 

האָט דער טײַך א כלינע געטאָן מיט קויעך. דאָס שטיבל האָט געי 
קרעכצט, װי ניט וועלנדיק זיך אונטערגעבן, און צום סאָף זיך איבערגע- 
קערט, 

-- פע-דאָ-כע! 

האָט פונװײַטן א קאָל געפּרוּווט איבערשרײַען דעם צעבושעװועטן טײַך, 
נאָר דער טשערמוש איז, װי א ברוין-פארשפּרייטע דעק, װאָס קאָרטשעט 
זיך פונעם ווינט, אומגעשטערט געגאנגען זײַן וועג... 

אזוי איז אוועק יענע היים מיטן וואסער, 

און שפּעטער מיט א פּאָר טעג האָט מען געפונען פּעדאָכען פארמיליעט 
אין זאַמד, אינגאנצן אן אָנגעשװאָלענע, א פארבלויטע, און אין די הענט 
האָט זי געהאלטן פעסט פארקרעמפּעװועט דעם זאק מיט די דערטרונקענע 
הינער, 

פון דעמלט אָן האָט א טרויער זיך אראָפּנעלאָזט אפן טאטנס שמייכלענ- 
דיק פּאָנעם און אפן קאָפּ האָט די עלטער זיך אָנגעהויבן זילבערן. 


ס'איז שוין געווען שפּעט באנאכט, ווען דער טאטע האָט זיך אומגע"י 
קערט פונעם טײַך. ער איז געװוען אינדרײַען געבראָכן. דער קאָפּ אין 
אראָפּגעהאנגען וי אן אָפּגעבראָכענע צװײַג און ארום דער לענגלעכער נאָז 
האָבן טיף און קרענקלעך זיך געקנייטשט צוויי לאנגע קארבן. 

ער האָט אופגעעפנט די טיר, אראָפּגעװאָרפן פון זיך א קרעכץ, וועלכן 
ער האָט געבראכט מיט זיך פונעם רעגנדיקן דרויסן. ער איז געווען אינ" 
גאנצן א דורכגענעצטער און פאר קעלט האָבן געקלאפּט בא אים די ציין 


100 


אין מויל, װי צעשיטע קערלעך. אין די שטיוול האָט געפליפט דאָס וואסער, 
בעטנדיק זיך צוריק צו דעם ברייטן, רוישיקן טליך, 

וי אן אונטערגעפוילטער בוים, האָט ער זיך צוגעשפּארט צו דער וואנט, 
א וויש געטאָן מיט דער ברייטער האנט דאָס וואסער, װאָס איז גערונען 
איבערן פּאָנעם, און ניט אומקוקנדיק זיך צו קיינעם, גלײַך וי קיינער 
װאָלט אים אצינד ניט אָנגעגאנגען, האָט ער מיט אן אומעטיק קאָל זיך 
צערעדט: 

-- מידארף זיך פּאקן.. מירן, זעט אויס, א צווייט מאָל פארטרונקען 
װערן! 

פון די ווינקלען איז אפירגעקראָכן דער פארנאכט און װי אין א שוואר- 
צער ראם געטראָגן פעדאַכעס פּאָנעם, 

-- ניין! װועסט זיך שוין איצט ניט טרינקען מער, פעדאַָכע.. אן אנ- 
דער קאָרבן באדארף אצינד דער טשערמוש.. 

און פון זײַנע אויגן-ווינקלען האָט אומבאמערקט זיך ארויסגעגליטשט 
א טרער און געזוכט זיך א וועג אף זײַן דין געקנייטשט פּאָנעם, 


ארום דער זעג 


י א טורמע מיט פארגראטעוװועטע פענצטער, שטייט 
די זעג באם ברעג פונעם רוישיקן טשערמוש, שטייט 
גלאט אזוי, קעדיי יעדן אינדערפרי זאָל װײַט און 
ברייט זיך צעטראָגן דער גרילצנדיקער געשריי פון 
אירע קרײיזיזעגן און אופוועקן די ארומיקע דערפער, 
װאָס טוליען זיך נאָך אין א זיסן מאָרגן-שלאָף. 

פארטאָג, 

פּויערים לאָזן זיך אײינציקװײַז פון די כאטקעס. די פּענעמער האלב 
פארשלאָפן, די קעפּ אראָפּגעלאָזט, וי זיי װאָלטן נאָכגעגאנגען א לעװײַע, 
בלאָזן זיי נאכלעסיק דעם רויך פון די ליולקעס און שפּײַען בייז אינעם 
בלוילעכן פרימאָרגן ארלין, 

און די פרימאָרגנס זײַנען הארבסטיקע, גרויישווארצע, װי די אלטע 
שטרויענע דעכער, װי די אָפּגעקאָסעטע פעלדער, װי די טויטע שטילקליט, 
װאָס רוט צווישן די כאטקעס. וערן די פּויערישע פּענעמער לענגלעך, אָפּי 
געצויגן, און אין די אויגן לינט א שרעק פארן אָנקומענדיקן ווינטער.. 
זוכט מען אויס אן אלטן שטריק, מע בינדט ארום די לענדן, און וי נאָר 
ס'דערהערט זיך דער ערשטער בלאָז פון דער סירענע, לאָזט מען זיך צו 
דער זעג, 

די זעג: 

א גרויסע, פון ברעטער צונויפגעקלאפּטע געבײַדע, מיט א הויכן פּארקן 
און א רויטן ציגלנעם דאך, װאָס זעט זיך אָן מײַלן װײַט גאנצע צוועלף 
שאָ טראָגט זיך א הודערײַ פון אָט דער ריזיקער געבײַדע. גאנצע צוועלף 
שאָ הילט זי זיך אין גרויע און שווארצע רויכן, װאָס לייגן זיך צו דער 
ערד. דערנאָך ווערט שטיל, 

נאכט, 

פון מאָל צו מאָל רײַסן זיך עטלעכע פונקען ארויס פונעם קוימען, פאלן 
װוי שטערן פונעם הימל, און עלנטע וואלגערן זיך דעם וועכטערס טריט, 
שלעפּן זיך קוים פון אלטקײַט, און א טרוקן הוסטל, װאָס פאראט די עט- 
לעכע צענדליק יאָר וואכטעווען, גיט צו װיסן; 

-- שלאָפט רוֹלִק, פּאן פארוואלטער, אלץ איז אָפּגעהיט! 


102 


מאכט זיך טאקע, אז ניט איין מאָל לאָזט עס מאָטל האָפערן ניט אײַג"י 
ליגן אפן געלעגער: ,ווער ווייסט, װאָס עס טוט דאָרט דער אלטער? עפשער 
כאפּט ער גאָר א דרעמל?!" און שטיל, אף די שפּיץ פינגער, הייבט ער זיך 
אָן ארויסשארן אין דרויסן. ער פארהאלט דעם אָטעם, גלײַך ער װאָלט גע- 
לויערט אף א גאנעוו, װאָס ליגט באהאלטן אין אָט דער געדיכטער פינצ- 
טערניש. פון צװוישן די שטויסן ברעטער רײַסן זיך דורך שטיקער טונקל- 
בלויער הימל, ווארפן אָן הויפנס שאָטן, װי גרויסע, שווארצע אָנגעפילטע 
זעק װאָלטן געלעגן. און כאָטש מאָטל ווייסט, אז דאָס זײַנען ניט מער װי 
שאָטנס, טוט ער פונדעסטוועגן אלעמאָל א ציטער, ווען אזא הויפן ווארפט 
זיך אים אין די אויגן. אָט דאכט זיך אים, אז ער האָט דעם אלטן טאקע 
דערטאפּט שלאָפן. סװוײַזט זיך אים אויס, אז ער הערט אפילע זײַן כראָפּען, 
ער מאכט א שפּאן אף צוריק און אין קאָפּ גייט דורך א געדאנק: 

,עפשער פּרוּוון עפּעס צונעמען?" 

אויסגעטריקנטע ברעטער הייבן אָן קרעכצן, לאָזן זיך ניט ארויסשלעפּן 
פון די שטאפּלען, גלײַך זיי װאָלטן געשוינט דעם קאַװעד פונעם אלטן 
וועכטער, מיט וועמען זײי פארברענגען דאָ די נעכט. און טריט וואלגערן 
זיך עלנטע, ווערן דײַטלעכער, און א טרוקן הוסטל גיט װי צו װיסן; 

-- שלאָפט רויִק, פּאן פארוואלטער, אלץ איז אָפּגעהיט! 

קאָרטשעט זיך מאָטל אפן געלעגער, טוליעט זיך אין די ווייכע קישנס 
און הערט ניט אוף טראכטן; 

,מ'דארף פארבײַטן,.. שוין צו אלט אָט דער שטעפאן.. אלט, אלט.." 

מאָטל האָפער איז אין די מיטעלע יאָרן, א הויכער, גללַך מע װאָלט 
אים אָפּנעשפּאָלטן פון די סאָסנעס, װאָס מע ברענגט אהער צום שנלידן, 
מיט א ברייט, גלאט-ראזירט פּאָנעם און גרויע קאָסאָקע אויגן, מיט זיי בא- 
טראכט ער יעדן, װאָס קומט צו אים בעטן ארבעט, פארשרײַבט אף עפּעס א 
צעטל און הייסט קומען מאָרגן, איבערמאָרגן, דערװײַל דארף מען גיט.. 

און די פּויערים, מיט אויסגעמאָגערטע פּענעמער, איבער וועלכע ס'פארי 
ציט זיך זעלטן ווען א שמייכל, רוקן זיך הינטערװײַלעכס, וי זיי װאָלטן 
ארויסגעגאנגען פון א קלויסטער, דרייען פארזאָרגט די היטלען אין די 
הענט און ווינקען איינער צום צווייטן אין א טרויעריקער פארלעגנהײַט: 

-- קיין פּארנאַסע װועט שוין דעם ווינטער ניט זײַן! 

מאָטל קוקט זיי נאָך. א שמייכל צערינט זיך איבער זײַן שטיינעריק 
פּאָנעם. און ס'איז שווער צו דערקענען, צי שמייכלט ער פון פארגעניגן, 
װאָס ער, מאָטל האָפער, האָט די מאכט איבער אזויפיל מענטשן, צי פון 
פארדראָס, װאָס מיט אים איז אינדערעמעסן אויך ניט בעסער. ער איז 
פּונקט װי זיי אלע, אויך אן אָנגעשטעלטער בא יענעם. און איז ער דען 
ניט געשטאנען, װי זיי אמאָל, מיטן היטל אין דער האנט און געבעטן 
ארבעט! יאָ, אוואדע איז אזוי געווען, און װער ווייסט, װאָס דער מאָרגן 
קאָן ברענגען... נאָר ער שמייכלט, און זײַנע ליפּן באוועגן זיך קוים: 

-- מאָרגן... איבערמאָרגן... 

דער ווינטער איז לאנג, און דער הונגער ווארפט זיך איבער די פאר- 
שנייטע פּויערישע שטיבלעך. מאכט פארטיק איין דאָרף, טראָגט ער זיך 
אריבער אין א צווייטן, טרײַבט די פּוערים ארויס פון די אויסגעקילטע 


102 


כאטעס, גייען זיי גרופּעסװײַז צו דער זעג. און מאָטל האָפער, גלײַך ער 
װאָלט טאקע געווען נאָר קעדיי אויסצולעשן די לעצטע האָפענונג, װאָס 
פינקלט װי א צאנקענדיק ליכט אין גרױע ואסעריקע אױגן --טוט 
געטרײַ זײַן ארבעט,,, 

-- מאָרגן, איבערמאָרגן, דערװײַל דארף מען ניט,,, 

אָבער ניט טאָמיד שמייכלט ער, צומאָל גיסן זיך זײַנע אױיגן אָן װי 
בא א שיקער, די אונטערשטע קינבאקן פארשארפן זיך װי בא א ווילדער 
כײַע. ער לויפט ארום איבער דער קאנצעליאריע, שרײַט, ווארפט מיט די 
הענט, קלאפּט אין טיש. און די פּויערים, שװליגנדיקע, קײַען די װאָנצעס 
צווישן די געל-פארייכערטע ציין און רוקן אײינציקװײַז זיך אָפֿ.. 

אין איינעם א טאָג, װאָס האָט זיך געצויגן לאנג און נודנע, ס'האָט 
אויסגעזען, אז אזוי װעט ער זיך שוין ציִען אָן א סאָף, האָט קאָליא דער 
,קרײַזיקאנט" ארײַנגעשקיליעט אין דער קאנצעליאריע. ער האָט קוים נאַכײ 
געשלעפּט דעם לינקן פוס, װאָס איז געווען קירצער מיט גאנצע פינף פינ- 
גער, זיך אָפּגעשטעלט פארן שרײַבטיש און שווער געסאָפּעט. 

-- איר האָט גערופן? 

-- און דער ,דאָברי דען"? װוּ איז, קאָליא?.. און דאָס היטל װאָס 
נעמסטו ניט אראָפּ? 

קאָליא איז געווען בלייך. אין זײַנע שווארצע ארבעטסיקליידער האָט 
ער אויסגעזען נאָך בלייכער. אין די ברעמען זײַנען געהאנגען אײַנגעפּלאָנ- 
טערט שטיקלעך זעגעכץ, און די ליפּן זײַנען געווען פעסט צוזאמענגע- 
קרעמפּט. ער האָט געשוויגן, 

פון טאָמיד אָן שװײַגט ער, קאָליא, האָט פײַנט א סאך צו ריידן. און 
דאָס זעלבע שװײַגן, װאָס ער נעמט אינדערפרי מיט, װי באהאלטן אין דער 
סאקווע, װאָס איז פארװואָרפן אף זײַן לינקן אקסל, טראָגט ער פארנאכט 
צוריק אוועק. שוין יאָרנלאנג ארבעט ער בא די קרײזיזעגן. איין אויג איז 
בא אים אינגאנצן אויסגערונען, פארמאכט, נאָר די אראָפּגעלאָזטע ברעם 
פּינטלט שטענדיק, וי זי װאָלט געפּרוּװוט עפענען דאָס בלינדע אויג. און 
דאָס צווייטע אויג ---א ליכטיק ברוינס קוקט רויק אף די שפּיציק אויסגע- 
שארפטע, שטאַלענע ציין פון דער זעג, וי עס װאָלט זיך אנטשולדיקט: 

-- שרליט, שרײיט... כ'הער סײַװי גיט! 

סײַ דאָס אויג, סלַ דעם געהער האָט קאָליא פארלוירן בא די קרלזי 
זעגן. פּלאָנטערט ער זיך צװישן די לאנגע, לויפנדיקע טראנסמיסיע-ריי 
מענס, און זײַן קערפּער זעט זיך שטיקלעכװײַז ארויס, וי א דורכגעבראָ- 
כענער שאָטן, 

נאָר צומאָל, ווען די שארפע שטאָלענע ציין בײַסן זיך אײַן אין הארטן 
לײַב פון א ברעט, און קאָליא שפּרינגט ארום קימאט נאָר אף איין פוס, 
ניט וויסנדיק װאָס אָנצוהייבן, רײַסט פון צװוישן די טראנסמיסיעירימענס 
זיך ארויס זײַנס א טויבלעך געשריי. די זעג ציטערט אוף, וי ס'װואָלט א 
סרייפע אױיסגעבראָכן, און אין פלאם טראָגן זיך צו עמעצן זײַנע הארבע 
ווערטער, וי אָפּגעריסענע שפּענער; 


1 גוט-מאָרגן (אוקר.) 


104 


-- היט זיך, סימקע, די רימענס זײַנען בייז, װי שיידים! 

קאָליא איז פון די וויכטיקסטע ארבעטער. דערפאר טאקע האָט מאָטל 
אים געלאָזט רופן, קעדיי אים צו זאָגן, אז מע דארף פארגרעסערן דעם 
ארבעטס-טאָג אף נאָך צוויי שאָ. ער, מאָטל, האָט געװוּסט, אז װי נאָר אים 
וועט זיך אײַנגעבן קאָליען איבערצוריידן, וועלן אלע איבעריקע אויך מא- 
סקים זײַן. און אויב ניט, װעט ער א טייל פון זי אָפּזאָגן פון דער ארבעט, 

-- נישקאָשע, ס'איז קיין מאנגל ניט אין דעם מין.. 

עס שמייכלען בא מאָטלען די קאָסאָקע אויגן, | 

קאָליא איז דער איינציקער, װאָס קאָן ארבעטן אף א קרײַזיזעג. נאָר 
דאָס איז ניט אף לאנג. ביז דער יונגאטש, סימכע, װעט זיך אויסלערנען. 
דערנאָך ,א גוטן טאָג, קאָליא. גענוג אויסגעשטאנען פון דיר..." דערװוליל 
אָבער מוז מען זײַן מיט אים פאָרזיכטיק, אײַנגעהאלטן. װאָס קאָן מען טאָן? 
אז מע דארף דעם גאנעו, נעמט מען אים אראָפּ פון דער טליִע.. אזוי 
טראכט מאָטל, און אן ערנסטע מינע פארציט זײַן פּאָנעם, 

-- הער, קאָליא...! 

מאָטל פארלייגט דעם קאָפּ אין א זײַט, גלײַך ער װאָלט בא זיך אליין 
ניט געווען אינגאנצן זיכער, צי זאָל ער רעדן, צי עפשער נאָך צוווארטן., 
ער באטראכט קאָליען, װאָס שטייט צוגעשפּארט צום שרײַבטיש און קארבט 
מיט די ברודיקע נעגל אין די ראנדן. און כאָטש מאָטל וייסט, אז קאָליא 
איז טויב און אז מע דארף אין אים גוט ארײַנשרײַען, רעדט ער וי או- 
מיסטן שטיל, און קאָליא קוקט אָט אף אים, אָט אף דער װײַסער געקאלכ- 
טער וואנט, קוקט גלאט אזוי, װי ער װאָלט וועגן עפּעס געטראכט און זיך 
ניט געװאָלט אינמיטן איבערשלאָגן, 

פון דרויסן דערטראָגט זיך א גערודער. עטלעכע געשרייען ווארפן זיך 
דורך אין דער לופט, און אף א רעגע וערט ווידער שטיל., 

-- הער, קאָליא... 


מער האָט מאָטל ניט באויזן צו זאָגן. א געשריי, גיכע טריט האָבן 
זיך פּלוצעם ארײַנגעריסן אין זײַנע רייד, אין א מינוט ארום איז די קאנ" 
צעליאריע געװאָרן אָנגעפילט מיט פּויערים. אף דער ערד האָט מען אוועק- 
געלייגט אין דער גאנצער לענג דעם ,יונגאטש סימכע" מיט אן אָפּגערי- 
סענער האנט. לעבן אים האָט װי א רויטער פּאס זיך געשלענגלט א ריג- 
שטאָק פון בלוט. 

-- ביז צום אקסל! -- האָט מיט צאָרן אויסגערופן א מיטליאָריקער אר- 
בעטער. די װאָנצעס האָבן זיך בא אים געטרייסלט, וי זיי װאָלטן זיך 
געקליבן אראָפּצופאלן, 

בא דער זײַט איז געשטאנען מאָטל האָפער. ער האָט עפּעס װי גע- 
שמייכלט, גלײַך ער װאָלט באדארפט עמעצן הייסן קומען מאָרגן, איבער- 
מאָרגן... אלעמאָל געכאפּט א קוק אריבער צו קאָליען, זיך באגעגנט מיט 
זײַן אויסגערונען אויג, װאָס האָט אף א מינוט אופגעהערט צן פּינטלען 
און ברייטער פארצויגן זײַן שמייבל, 

-- אײַ, האָסטו מאזל, קאָליא!. 

אין דרויסן האָט דערװײַל גענומען צופאלן די נאכט, 


כאיִם סאָסניאק 


ין די ריוונער וועלדער, װוּ די ביימער זײַנען פון אלט- 
קײַט צעשפּרונגען געװאָרן און פון ענגשאפט זיך 
צונויפגעוואקסן, וי צווילינגען, אין אָט די וועלדער, 
װווּ דער טשערמוש יאָגט פארבײַ מיט א ווילדן ברום, 
שטייט נאָענט באם ברעג א קליין פּויעריש שטיבל, 
פונװלַיטן זעט עס אויס, װי א הויפן ליים, און דערנע- 
ענטערט מען זיך, אין עס אן אלטע כאטקע מיט 
גרין-יבאוואקסענע וװענט און קלינע, מיט ברעטער פארשלאָגענע 
פענצטער, 

שטייט זי, די כאטקע, װי א צלאָמים-שטיבל, אינמיטן וואלד, ציִען זיך 
זומערדיקע פארנאכטן פון הוצולישע פּאָלאָנינעס, בוקן זיי זיך, װי פרומע 
קריסטן, און לאָזן איבער דעם רייעך פון שאָפּענער אורדע. און פּוערים, 
װאָס קערן זיך אום שפּעט אין אָװנט פונעם טשערמוש, שטעלן אזוי, פון 
געוװוינהײַט שוין, זיך אָפּ באם שטיבל, קלאפּן אָן אין פענצטער, וִוֹי זי 
װאָלטן זיך גרייטן א בעט טאָן -- כאימו, גיב א טרונק וואסער! 
 |‏ אמאָל האָט דאָ כאיִם געלעבט, און די דאָזיקע זומער-פארנאכטן זײַנען 
געווען פאר אים די שענסטע צײַט. א הױכװוּקסיקער, װי אן אלטע סאָ- 
סנע, האָט ער זיך געפּלאָנטערט צווישן די צעצװײַגטע דעמבעס, מיט זײַנע 
צוויי יוכטאָװע שטיוול שווער געטראָטן איבער די פארוואקסענע וואלד- 
סטעזשקעס אָדער ער פלעגט זיך גאָר אוועקזעצן אף דער פּריזבע און מיט 
א פארצויגענעם אָטעם זיך אײַנהערן אינעם רויש פונעם שטראָמיקן טשער- 
מוש, אף וועלכן ער האָט אוױסגעטרייסלט טעג און יאָרן, אף ספּלאװעס 
זיי ערגעץ-וווּ פארפירט, 

ווען פון די פּאַלאַנינעס האָט זיך געצויגן א הוצולישער ניגן פון א 
פּאסטעכלשער דודקע און זיך געוויגט צו זײַנע אויערן, װי אף כוואליעס, 
האָט ער ארײַנגענומען דעם קאָפּ אין זײַנע ברייטע, פארהארטעוועטע 
הענט און אים האָט זיך געדאכט, אז ארום האָט אלץ זיך מיטאמאָל אָפּגע" 
שטעלט און נאָר ציטעריקע טענער הענגען אפן פארנאכט, װי דער אומרו 
פון א וואנטזייגער. 

אזוי, ביז קאלטע וינטן האָבן זיך אָנגעהויבן טראָגן פון די װײַטע 


100 


בארג-שפּאלטן, זיך ארײַנגעכאפּט אין זײַן געלאטעט העמד און ער האָט 
אין די גויסעסדיקע, לעצטע זומער-טעג, װאָס נעמען טריפן מיט דריבנע, 
מוטנע רעגנס, זיך אף גאנצע טעג באהאלטן אין זײַן כאטע און דורך די 
מאטע שײַבלעך ארויסגעקוקט צום דרויסן, װאָס שמעקט מיט שניי שוין, 
און אָט-אָט װעט עס אים א רוף טאָן אין די וועלדער און גאנצע כאדאָשים 
פארהאלטן צװישן אָפּגעזעגטע קאָרטשעס און פארייכערטע קאָליבעס, 

שטעלט זיך אמאָל אוועק אזא מין שטיקל צײַט; 

באנאכט, 

א זאווערוכע האָט מיט קויעך געדרייט הויפנס שניי, געריסן שטיקער 
פונעם דאך, פון די װענט. כאיִם איז געזעסן אפן הילצערנעם טאָפּטשאן, 
מיט די פינגער געפּלאָנטעט זיך אין שיטער בערדל, און די ויִעס זײַנען 
עפּעס שווער געפאלן איבער די אויגן. אין מויעך האָבן אָן א סיידער גע- 
מישט זיך געדאנקען: ניט אומזיסט בונטעווען זיך וואלדהעקער, סאיז פון ‏ 
די פּריצישע מעשאָרסים ניט אויסצוהאלטן. די קעלטן זײַנען גרויסע, און 
די ארבעט א שווערע, און קויכעס ווערן אלץ װינציקער.., 

אין שטיבל איז געווען אויסגעהייצט, ווארעם. און כאיִם איז אזוי מיט 
זײַנע געדאנקען אײַנגעשלאָפן, פּלוצעם האָבן קלעפּ, װי א האָגל, גענומען 
שלאָגן אין די פארפרוירענע שײַבלעך, 

-- גיכער, כאלמו... דאָס גאנצע דאָרף איז אף די פיס! 

א צעטומלטער איז ער אופגעשפּרונגען און דערזען אין פענצטער א 
רויטן, טאנצנדיקן הימל. ער האָט אין אײַלעניש ארופגעשלעפּט אף זיך דעם 
שעפּסענעם פּעלץ, אופגעהאנגען אף דער האנט די האק און איז ארויס, 
ברומענדיק צו זיך אליין, 

-- נו, טאקע אונטערגעצונדן! 

דער פריצישער הויף איז געשטאנען אין פלאמען. פײַערצונגען האָבן 
זיך געהויבן צוֹם הימל, דער װינט האָט געשפּילט מיט די פונקען און 
א געדיכטער רויך האָט פארשלונגען דאָס דאָרף. מיטאמאָל האָט דער קלוי- 
סטער-גלאָק זיך צעקלונגען און א באפעלערישע שטים האָט װי א דונער 
אָפּגעהילכט אין דעם קאלטן, שנײיקן דרויסן: 

--- פליער! 

די נאכט האָט א ציטער געטאָן. ס'האָט זיך געדאכט, וי די סרייפע האָט 
אף א רעגע זיך אָפּגעשטעלט, גלײַך זיך דערשראָקן פארן שׂאָס, פארן 
איין-און-איינציקן שאָס... 

פארטאָג. איבער שׂמאָלע דאָרפישע געסלעך איז געלעגן א מידקײַט. 
סטענגעס בלוט האָבן רויט געפארבט דעם שניי, זעלנערישע טריט האָבן 
זיך שלעפעריקע געשלעפּט איבערן דאָרף, װוי א בייזע װאָרענונג, און אפן 
פארשנייטן צווינטער האָבן פריש-געגראָבענע קװאָרים אויסגעזען וי 
שווארצע לאטעס אף א װײַסן לײַוונט.., 

ס'זײַנען יאָרן פארגאנגען. נאָר צומאָל, װען מע פארזיצט זיך ביז 
שפּעט אף די פּריזבעס און פון װײַטן טראָגט זיך א שטילקײַט פון יענעם 
פארהאקטן שטיבל, דערמאָנט מען זיך אין כאים סאָסניאק און לעגענדעס 
גרויע, וי דער רויך פון די ליולקעס, וועבן זיך צוזאמען מיט פארנעפּלטע 
זיכרוינעס, יי 


דער װײַסער מויער 


י נאכט האָט זיך ארײַנגעשלײַכט אין שטעטל און מיט- 
אמאָל אײַנגעהילט אלץ אין א געדיכטער כאשכעס. 

דאָס שטעטל איז אײַנגעשלאָפן. און ווען ניט דעם 
וועכטערס שאָטן, װאָס איז געקראָכן איבער די ווענט, 
געהיט דעם קרעכץ און קייטויגעקלימפּער, װאָלט זיך 
געדאכט, אז דער װײַסער מויער מיטן הויכן פּארקן 
ארום איז אויך אײַנגעשלאָפן, 

נאָר ערגעץ באם לעצטן פענצטערל שטייט כאים און זײַנע פינגער 
האלטן ארומגענומען די קאלטע גראטעס, 

אין די מאכשאָװעס שפּאנט ער אצינד אף די װעגן, װאָס פירן פונעם 
שטעטל אין וואלד ארײַן. נעמט ארום יעדן בוים, װויקלט זיך אין די בלע- 
טער פון די אראָפּהענגענדיקע צװײַגן, שלינגט שטיקער פרישע לופט און 
קװויקט זיך מיט יעדן טראָפּן טוי, 

ס'איז זומער, 

די זון בראָט און צײַטיקט אויס די פּאָלאָנינעס. קאָסעס בלאנקען אין 
פעסטע הוצולישע הענט, פולע גרעזער בייגן זיך צו דער ערד, און באָר- 
וועסע מיידלעך מיט שווערע קאנען וואסער אף די אקסלען וויגן זיך לײַכט 
איבער די סטעזשקעס, װי אין א טאנץ. אין כאימס אויערן רופט זיך אָפּ 
דער סקריפּ פון רעדער, װאָס פירן אָנגעלאָדענע װעגענער מיט פריש- 
געקאָסעטן היי, 

פּלוצעם... קאָסטען! 

און עס גייט אוף פאר די אויגן דאָס געשטאלט פון אן אלטן באטשו- 
פּרינעטן פּױער, װאָס פלעגט אין די זומער-פארנאכטן דערציילן שוידער- 
לעכע געשיכטעס ועגן אָט דעם װײַסן מויער, װאָס כאפּט ארײַן אין זיך 
מענטשן און האלט זיי, װוי אין צוואנגען, צומאָל אפילע ביזן סאמע טויט, 

עטלעכע יאָר איז קאָסטען דאָ געזעסן, און עפשער אין דער זעלבער 
קאמער, װוּ עס זיצט איצט ער, כאים, און אויך נאָר דערפאר, װײַל ער 
האָט געפּרוּװוט זיך ווערן קעגן רעכטלאָזיקײַט און ווילקיר... 

-- כאלמו, -- האָט קאָסטען פון זײַן ליידיקער ברוסט ארויסגעזיפצט, -- 
ס'לאָזט זיך ניט איבערדערציילן, מיר פעלן ווערטער,, 


108 


ער האָט זיך פארהוסט און אױיסגעשפּיגן א פּאסיקל בלוט, 

כאיִם האָט דערפילט א צוגעבונדנקײַט צו אָט דעם אלטן הוצול. אים 
ליב באקומען װוי א לײַבלעכן ברודער, עפשער נאָך מער. 

שוין לאנג קיין זייכער ניט געבליבן פון קאָסטענען... 


גייען יאָרן, אף די גרויע טפיסע-יווענט קומט אלע מאָל צו א שטריכעלע: 

צַוויי, 

דרלי,,, 

דעם לעצטן וינטער איז צוגעקומען נאָך איינס --דאָס פערטע. פיר 
יאָר הינטער די גראטעס פונעם װײַסן מויער. כאימס האנט האָט ציטערג- 
דיק זיי אויסגעקריצט, 

אין זײַן זיקאָרן זײַנען שוין א סאך זאכן אָפּגעװישט געװאָרן, פאר- 
נעפּלט, פון מאָל צו מאָל רײַסט זיך בא אים ארויס א פארשטיקטער הוסט 
און ער פארקײַכט זיך אף לאנג, ניט קענענדיק אָפּכאפּן דעם אָטעם. דאכט 
זיך אים; 

אין אָט דעם װײַסן מויער איז ער געבוירן געװאָרן. דאָ זײַן יוגנט פאר- 
בראכט, ניין, דאָס גאנצע לעבן. און אָט דער זומער, װאָס שטעלט זיך 
אים איצט פאָר, איז ניט מער װי הוילע פאנטאזיע, אמאָל פון עמעצן גע- 
הערט דערציילן... 


אין מיזרעך האָט זיך אופגעדעקט א שטיק הימל, באוויזן א בלויען 
פּאס. עס האָט גענומען שאריען אף א נײַעם טאָג, װאָס האָט געטראָפן 
כאימען באם פענצטער. די שלייפן זײַנען געווען צוגעקוועטשט צו די גרא- 
טעס, די ליפּן האָבן עפּעס געמורמלט, 

וועגן װאָס, וועגן ווען? 

וועגן װאָס, אויב ניט וועגן טשערמוש, וועגן וואלד, וועגן פרײַהײט?, 


אין דער קאָליבע 


ינטער, 
א פרישׂ געפאלענער שניי האָט אײַנגעדעקט דעם 
וואלד. די אָפּנעזעגטע קלעצער, וועלכע מע האָט א 
גאנצן טאָג צונויפגעשלעפּט פון אלע עקן, האָבן זיך 
שוין לאנג ניט ארויסגעזען. נאָר די קאַרטשעס, װײַסע 
| נאָך פונעם פרישן שניט, זײַנען געשטאנען, װוי מאצלי- 
װועס אף א בעסוילעם, און ארופגעקוקט צו די שווערע 
סאָסנע-ביימער, וי זיי װאָלטן געזאָגט: 
-- ווארט, ווארט, אף אלץ קומט א צײַט! 
דער הימל, א לויטערער, א טיף-בלויער, האָט ארויסגעשיקט א האלבע 
לעװאָנע, װאָס האָט פּאמעלעכן זיך געשארט איבער די סאָסנע-קרוינען און 
טונקעלער געמאכט דעם וואלד, און פונװײַטן האָט א געלער שטראל, װי 
א גאָלדן מעסער, געשניטן דעם פריש געפאלענעם שגיי, 
אָוונט, | 
דער פראָסט האָט זיך צעבליט אף די פארייכערטע שײַבלעך פון דער 
קאָליבע, גלײַך ער װאָלט זיך קלײַבן כאפּן א קוק אף די פּויערים וואלד- 
העקער, װאָס זיצן ארום דעם פּײַער און קאָכן מאמעליגעס פון פריש גע- 
פּראזשעטער מעל, 


אין דער קאָליבע איז האלב פינצטער. די פארייכערטע ווענט, באהאנ- 
גען מיט העק, זעגן און פּוערישע מאלבושים, ווארפן אָן א סמוטנעקײט, 
ס'דוכט זיך, װי זיי רוקן זיך צונויף, בייגן זיך אויס, ווערן איינס, 

ס'איז צײַט צו מאכן נאכט! 

נאָר דער איינציקער, װאָס אײַלט זיך ניט מיט שלאָפן גיין, איז דער 
אלטער גאוורילע, דער עלטסטער דאַ, אין דער קאַליבע. אהער איז ער 
געקומען דאָס ערשטע מאָל, ווען ער האָט ייִנגלװײַז אָנגעהױבן ארבעטן 
אין וואלד. דאָס איז געווען מיט א יאָר זיבעציק צוריק. זײַנע לאנגע צע- 
שויבערטע האָר זײַנען פון שווארץ געל געװאָרן, און די אויגן לעשן זיך 
פון אלטקײַט, 

די פּויערים האָבן ליב דעם אלטן גאוורילע. וואלדהעקער מיט טרוקענע 
פּענעמער, װאָס גיבן זעלטן ווען א שמייכל, לאכן ברייט, ווען גאוורילע 


75 110 


דערציילט פון אים אליין אויסגעטראכטע, לעצאָנישע מײַסעס. דערבײַ רעדט 
ער הארט, װי ער װאָלט מיט די רויע יאסלעס פּרוּוון קוידעם אײַנבײַסן 
יעדעס װאָרט, און אפן ברייטן, געקארבטן שטערן באװײַזן זיך עטלעכע 
זילבערנע טראָפּן שווייס, 


הײַנט איז גאוורילע געבליבן זיצן איינער אליין., די צוהערער זײַנע 
האָבן פון מידקײַט זיך צערוקט אף די פּריטשן און א הילכיק כראָפּען האָט 
זיך געוויגט איבער דער קאָליבע. גאוורילע האָט א װיש געטאָן מיט צַוויי 
פינגער די װאָנצעס, אויסגעריבן די אויגן, װי ער װאָלט פון שלאָף זיך 
אופגעכאפּט, און זיך ארומגעקוקט, 

ארום איז געװען שטיל. ס'האָט אויסגעזען וי די שטילקײַט װאָלט 
זיך צעלייגט איבער דער קאָליבע און כאפּט א דרעמל, גאוורילע האָט א צי 
געטאָן די ליולקע און זײַן בליק האָט זיך אָפּנעשטעלט אפן פײַער, װאָס 
האָט אָנגעהויבן זיך לעשן, אופגעפלאמט אף א רעגע און ווידער זיך גע- 
לאָשן, גלײַך זיך פארענטפערט פאר עמעצן: שוין מײַנס אָפּנעברעגט.. 


ער האָט דערפילט, וי זײַן גאנצער קערפּער לאָזט שווער זיך אראָפּ, 
אזויווי אן אונטערגעזעגטער בוים, און איבער דער קאָליבע האָט לײַכט 
זיך געוויגט עפּעס א מורמלען; 

-- אזוי, אזוי איך... פּונקט אזוי! 

וועגן זײַן עלטער האָט גאוורילע קיינמאָל ניט געטראכט. איבעריקנס, 
האָט ער גאָר קיינמאָל קיין צײַט ניט געהאט צו טראכטן, באטאָג געארבעט, 
שווער געארבעט, און באנאכט פּונקט אזוי שווער אוועקגעפאלן א מידער, 
נאָר איצט האָט די שטילקײַט אים אײַנגערױמט אין די אויערן: 

-- ביסט אלט גאוורילע, שוין דאָס אכטע צענדליק אױסגעביטןף! 


וועלדער, סטעפּעס, וואסערן -- איבעראל, װוּ גאוורילע האָט צעטרענצלט 
זײַנע יאָרן אף פינפער, צענער, -- האָבן זיך שורעסװײַז איצט געצויגן אין 
זײַן זיקאָרן. עס האָט א בלענד געטאָן זײַן יוגנט, ווען ער האָט, א קרעם- 
טיקער יונג, פארשלונגען אין זײַנע אָרעמס די בלאַנדע קאטערינע, ווע- 
מענס צעפּ זײַנען געפאלן, װי סנאָפּעס, איבער אירע שמאָלע, מיידלשע 
פּלײצעס,., 


פון דרויסן האָט זיך ארײַנגעריסן א ווינטל, געבראכט דעם אָטעם פון 
פראָסט און צוריק ארויס, 

-- בררר, א קעלט אף פארפרוירן צו װערף! 

און די קעלט האָט, װי צװעקעס, זיך געגראָבן אין זײַן לײַב. האָט 
ער זיך טיפער ארלינגעזעצט אין זײַן פּעלץ. די פארייכערטע סטעליע האָט 
זיך װי אראָפּגעלאָזט נידעריקער, געקוקט אף אים שטום און גלײַכגילטיק, 
וי אף א זאך, װאָס האָט שוין פארלוירן איר ווערט, ער האָט זיך פעסטער 
געוויגט אין די לאנגע שאָפענע פעלן, און זײַנע אויגן-לעדלעך האָבן לײַכט 
זיך אראָפּגעלאָזט., 


111 


ס'איז שוֹין געווען נאָענט צו באגינען, ווען אין קאָליבע איז ארײַן א 
יונגער וואלדהעקער און געטראָפן גאוורילען זיצן איבערן אויסגעלאָשע- 
נעם פײַער. דער קאָפּ --אראָפּגעהאנגען איבער דער ברוסט, די הענט-- 
פארוקט אין די ארבל, און צװישן די יאסלעס האָט זיך געפּלאָנטערט א 
קרעכץ. 

-- װאָס גייט איר ניט שלאָפן, גאוורילע? מאָרגן אזא גרויסער ארבעטס" 
טאָג... 

-- בע, נאָך דאָ צײַט, איוואן! 

איוואן האָט זיך צוגעזעצט, אונטערגעװאָרפן א פּאָר צװײַגלעך דעם 
פײַער, און א דינער רויך האָט זיך אָנגעהױבן ציען אינדערלופטן זיך 
געבראָכן אינדרײַען, װי ער װאָלט באוויזן קונצן. דורך די שפּארונעס האָט 
זיך געשטופּט די קעלט, ארײַנגעדרונגען אין דער קאָליבע און מיטגע" 
בראכט דעם קרעכץ פון די ביימער, 

פּאמעלעך, װאָרט בא װאָרט, גלײַך ער װאָלט געציילט די רייד, האָט 
גאוורילע זיך צערעדט. זײַן פּאָנעם האָט אויסגעדריקט צאר, די אויגן האָבן 
געקוקט מיט א קאלטן גלאנץ, און זײַן שטערן האָט זיך געפאלדעוועט, 
ארופציענדיק די געדיכטע ברעמען ביז צום אָפּגעריבענעם ראנד פון דער 
קוטשמע, 

שטיל איז געפּלאָסן זײַן קאָל, און פאר איוואנען, װי פאר זיך אליין, 
האָט ער דערציילט וועגן זײַן יוגנט, וועגן א לאנג אָפּנעלעבט לעבן.. 


7--6 


שניי 


ערשטע טעג, וועלכע האָבן פּאוולען פארכאפּט אין 
וואלד, זײַנען געווען גרויע, פארנעפּלטע, מיט שפּעטע 
אָסיעןירעגנס. נאקעטע ביימער, אָן בלעטער, בייגן 
זיך פאָרכטיקע, וי זיי װאָלטן זיך בא אים געבעטן 

-- ווארט נאָך צו מיטן אויסהאקן! 

זײַנע בליקן מעסטן די ביימער, פלעכטן זיך ארום 
זיי. דורכן מויעך יאָגן ציפערן, פּלענער, און זײַנע 
ליפּן שעפּטשען שטיל: 

-- דער וואלד איז מײַן אייגנס שוי! רישטעואניעס װעל איך בויען 
ביז צום טײַך אראָפּ. צו פופציק געהילצן אפאמאָל װעלן גיין. זֹאָל נאָר 
קומען שניי... שניי דארף איך, א סאך, א סאך שביי!. 

מיטאמאָל כאפּט ער זיך, אז מיטן בעטן אף שניי באגייט ער אן אוולע 
קעגן זײַן לײַבלעכן ברודער, 

-- יאָ, און מעטרי װעט מיסטאם ניט האָבן אין װאָס ארויסצוגיין... ער 
האָט דאָך ניט קיין פּאָסטעלעס... און איך בעט שביי.. 

אף זײַן פּאָנעם שנײידט זיך אן אומרויקע גרימאסע, ווערט אָבער באלד 
פארשוווגדן, 


-- װאָס זיך זאָרגן פאר דער גאנצער װעלט!. איך װעל אים קויפן 
א פּאָר פּאָסטעלעס, און ער װועט דערנאָך אַָפּארבעטן... זאָל נאָר זלין שביי, 

דער שניי האָט ניט געלאָזט אף זיך לאנג ווארטן, שעפעדיק געפאלן 
באטאָג און באנאכט. און וואלדהעקער, ברײטפּלײציקע, מיט פראָסטיק אָפּ- 
געסמאליעטע פּענעמער, האָבן געהאקט ביימער, געטריבן אף רישטעוואניעס 
די קלעצער בארג-אראָפּ און נאָר יונגע ביימלעך זײַנען געבליבן שטיין 
איבער די אלטע צעזעגטע געהילצן. 

שריט בא שריט, װי גייענדיק צװישן קװאָרים, האָט פּאוועל ארומגע- 
שפּאנט אין וואלד, די לאנגע האָר, װאָס האָבן אויסגעזען װי פארייכערט, 
האָבן זיך געפאלדעוועט פון אונטער זײַן קוטשמע און געשימערט מיט 
אָנגעזעצטן פראָסט, און אפן פּאָנעם האָט זיך גערונצלט א צופרידענער 
שׂמייכל: 

-- אלץ מײַן אופטו, אלץ! 


119 


ער איז געגאנגען צוישן די אָפּגעזעגטע קאָרטשעס, מיט די אויגן גע- 
מאָסטן יעדן בוים, װי טיף ער אין אָפּגעשניטן, און זײַן ברוסט האָט פון 
צופרידנקײַט זיך אלעמאָל אופגעבלאָזן, גלײַך ער װאָלט געפּרוּװוט ארײַנע- 
מען אין זיך די גאנצע לופט, 

פּלוצעם --א געשריי. קוילעס, װי דונערן, האָבן זיך געקײַקלט איבערן 
וואלד. פּאװועל האָט א ציטער געטאָן. אים האָט זיך אויסגעויזן, אז די 
רישטעוואניעס זײַנען אײַנגעפאלן. און ער האָט מיט אויסגעשטארצטע 
אויגן, װאָס זײַנען שיר ניט ארויסגעשפּרונגען פון די אויגן-דלעכער, געקוקט 
אף די צעהיצטע וואלדהעקער, װאָס זײַנען אים אנטקעגנגעלאָפן: 

-- גיכער, אף מעטרין איז ארופגעפאלן א בוֹים.. אים אינגאנצן צע- 
פּלעטשט! 

פּאוװועל האָט א צי געטאָן מיט די אקסל, די שרעק האָט זיך פון אים 
אָפּגעטאָן, און ער האָט זיך לײַכט א לאָז געטאָן בארג-אראָפּ, 

ארום א לאנגן, אָפּגעזעגטן בוים מיט ברייט צעשפּרײטע איבער דער 
ערד צװײַגן זײַנען געשטאנען וואלדהעקער, װאָס האָבן שוין ניט איין 
מאָל באגעגנט זיך מיטן טויט, געשטאנען װי ארויסגעוואקסענע פון דער 
ערד, די אויגן אראָפּגעלאָזט איבערן דערהארגעטן מעטרי, 

-- װאָס האָט איר זיך אזוי צעראשט?.. דער טאָג שטייט גיט!-- האָט 
פּאוועל באפעלעריש א געשריי געטאָן, 

די וואלדהעקער האָבן זיך איבערגעקוקט, מיט שארפע בליקן, אָנגע- 
זאפּטע מיט סינע, דורכגענומען פּאוולען, און עפּעס בייז אונטערברומענ- 
דיק, זיך צעגאנגען, 

פּאוועל איז געבליבן אליין מיטן דערהארגעטן ברודער. מעטריס קאָפּ 
איז געווען אינגאנצן צעשפּאָלטן, די געהירן זײַנען ארױיסגעקראָכן און זיך 
אײַנגעזויגן אינעם ברודיקן שניי. פּאװעל האָט געכאפּט א קוק אף די 
פּאָסטעלעס און א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ. ער ווייסט, װאָס ער האָט מיט 
דעם געמיינט. עפשער האָט ער באדויערט דעם טויט פון זײַן איינציקן 
ברודער און עפשער די פּאָסטעלעס, װאָס זײַנען געבליבן ניט באצאָלטע. 
|| דער ארבעטסטאָג האָט זיך געענדיקט. א שטיק הימל האָט זיך פאריסן 
רויט, װוי צעבלוטיקט, און די כמארעס זײַנען געהאנגען װי שטיקער צע- 
ריסענער באנדאזש, 

פּאוועל איז ארומגעגאנגען, גלײַך וי גאָרניט װאָלט פּאסירט. ער האָט 
צוגעװאָרפן א בייזן זײַטיקן בליק צו די וואלדהעקער, װאָס האָבן זיך גע- 
ראשט ארום דעם טױיטן גוף. אים האָט פארדראָסן, װאָס עפּעס פרעמדע 
פּאָרען זיך ארום זײַן ברודער, ער האָט דערפילט אן ענגשאפט אין דער 
ברוסט און א רעווע געטאָן מיטן גאנצן קויעך פון זײַן שטים: 

-- לאנג װועט איר דאָרט ארומטאנצן? 

איבערן וואלד האָט גענומען פאלן א װײַסער, געדיכטער שניי.. 


פרילינג 


יך קום זעלטן צו פאָרן אהער! 

פארװאָס? 

קאַן זײַן דערפאר, װאָס כ'האָב דאָ מער קיינעם 
ניט און דער איינציקער וועג, איבער וועלכן איך בין 
א באָרװועסער דורכגעלאָפן מײַן קינדהײַט, איז לאנג 
שוין פארוואקסן, 

נאָר צומאָל, באזונדערס אין די נעכט, נאָגט א 
שטילע בענקשאפט באם הארצן, -- שטעל איך אָפּ א טאָג פאר מײַן נעסיע 
און קער זיך אום אהער, צו דער שװעל פון דער ניט אױסגעלאָשענער 
היים.., 


א קנופ אלטע און נײַע גאסן לויפט מיר אנטקעגן, צעצװײַגטע קאשטא- 
נען בייגן פאר מיר זייער יונגן װײַסן צוויט, װוי זיי װאָלטן מיך באגריסט: 

-- גוט-יאָמטעוװו! 

איבער די גאסן טומלט פרייד, 

פּאַשעטע מענטשלעכע פרייד, באגלייט פון א פרישן ליכטיקן פרי- 
מאָרגן. פילפארביקע גירליאנדן קלעטערן פון שטאָק צו שטאַק, פון הויז 
צו הויז. א יאם פון פענער פלאטערט אין לויטערן פרילינג, און מונטערע 
קלאנגען גיסן זיך צונויף אין א מעכטיקן, פּײַערלעכן ניגן. 

-- גוט-יאַמטעוו.., 

מענטשן שטראָמען איבער די גאסן, 

אָן א שיר מענטשן, 

איך קוק זיך אײַן אין זייערע פּענעמער, און זיי באמערקן מיך ניט -- 
אנדערע מענטשן מיט אנדערע אומבאקאנטע בליקן. איך פארהאלט זיך 
אף איינער א גאס, א ברייט אספאלטירטער, מיט צװיײישטאַקיקע הײַזער 
נאָרװאָס פארענדיקטע. די באלקאַנען זײַנען באצירט מיט פארבנרײכע 
טעפּיכער, און פון צענדליקער אָפענע פענצטער שײַנט מיט װוילטיק, מיט 
כאנוקאסיהאבאלס, 

-- גוט-יאָמטעון, 


117 


איך קוק זיך ארום אין אלע זײַטן, װי איך װאָלט עמעצן געזוכט, 
וועמען? 


אין מײַן היים איז דער פרילינג שטענדיק לױטער, בליענדיק און 
קלאנגענפול, : 

שוין סאָף מארט, באלד נאָך דעם װי ס'הערן אוף די גרוייבלויע 
פרעסט, װאָס קלינגען װי דינער שטאָל, הייבן אָן שטראָמען פײַכטע, ווא- 
רעמע דאָרעם-ווינטן און פאר איין-צוויי מעסלעס ענדערט זיך די װעלט 
פון װײַס אף גרין, גלײַך אונטער די שנייען האָבן די גרעזער ניט אופגע- 
הערט וואקסן. די בערג טוען ביסלעכװײיז זיך אָן אין גרינעם סאמעט, און 
פון די וועלדער טראָגט זיך א שטילער גערויש, פּונקט װי די ביימער 
װאָלטן געשמועסט צװוישן זיך, 

יונגע טעג מישן זיך מיט קורצע ליכטיקע נעכט, אָנגעפילטע מיט ריי- 
כעס פון בליונג,. 

פון טאָמיד אָן האָב איך ליב געהאט דעם פרילינג, ליב געהאט דעם 
זײַדענעם שאָרך פון וועלדער, לײַכט אויסגעטיילט די שטימען פון פארשיי- 
דענע ביימער, אָפט אפילע אליין גערעדט מיט זיי, גלײַך זיי וװואָלטן גע- 
ווען מענטשן... און קיינמאָל ניט פארשטאנען, ויאזוי פּאָרן זיך לינדע 
אַװנטן, אײַנגעהילטע אין רויטן גינגאָלד, מיט קאלטן טרויער אין קליינע 
פאריאָסעמטע געסלעך... 

...קרומע, ענגע יידישע געסלעך מיט נידעריקע האלב-כאָרעװװע הײַזי 
לעך אונטער שווארצע אומעטיקע דעכער. געסלעך, וי יעסוימים, צוגע- 
טוליעטע צו מעכטיקע בערג. בא זייער צוקאָפּנס יאָגט א בארג-טײַך זײַנע 
גרינע וואסערן, גלײַך די ארומיקע סאָסנעס האָבן אף שטענדיק אים אוועק- 
געשענקט די גרינע זאפטן פון זייערע צעוואקסענע נאָדליצװײיגן.. 

קרומע, ענגע ייִדישע געסלעך! | 

די היים פון באלמעלאָכעס מיט גאָלדענע הענט, װאָס האָבן זיי ניט, 
די הענט, וועמען צו פארקויפן, פון פּליטנטרײַבער, וועלכע גייען אועק 
מיטן פרילינג און קערן זיך אום מיטן ערשטן שניי, בייזע, באאוולטע, זיך 
גרייטן צו א לאנגן הונגעריקן ווינטער, 

אזוי פון יאָר צו יאָר, 

יונגע װוערן אלט פאר דער צײַט. אף זייער אָרט קומען אנדערע, קעדיי 
אָפּגעבן דאָ זייער קראפט, װי עס קומען יונגע זאפטיקע גרעזער צו פאר- 
בײַטן פארטריקנטע סטויגן היי, 

וועגן אָט די געסלעך האָט מען אמאָל שוידערלעכע קלאנגען פאר- 
שפּרײט. מ'האָט דערציילט, אז אין די נעכט טאנצן דאָ שיידים בא די 
פענצטער, און אין וועמענס שויבן זיי קלאפּן אָן, אין יענעמס שטוב דארף 
עמעצער זיך פעלן... און קומט ערעוו פרילינג, האָט שווינדזוכט, װי א 
בייזע האנט, אָפּגעריסן טאטעס פון קינדער, קאלעס פון כאסאנים, פּונקט 
וי מ'װואָלט פון א געדיכט באקרוינטן בוים אָפּגעהאקט א צװײַג נאָך א 
צװײַג. פון די פענצטער און טירן האָט געשפּארט מיט יעלאָלעס, און דער 
ווינט האָט צעטראָגן דעם קרעכץ פון א געבראָכן יידיש קאָל: 


118 


-- ייִסגאדאל וועיסקאדאש.. 

אָבער פון די בערג האָט געאָטעמט מיט פרילינג, מיט אײביק לעבן. 
און קינדער, שפּילנדיק זיך אין כאפּערלעך, האָבן, װי סטליעס פייגל, דעם 
פרילינג צווישן די געסלעך צעזייט., | 

בלייכע, אָפּגעריסענע, שטענדיק הונגעריקע קינדער, װאָס האָבן ליב 
געהאט די בערג, דעם טײַך און גאנצע טעג ארומגעלאָפן איבער די געס- 
לעך העפקערדיקע --געטריבן פארזשאווערטע רייפן פון פעסער און איי 
בערגעלאָזט אין שטויב א לאנגן זיגזאגישן שפּור, 

אין שטויב,.. אין זיקאָרן.. 

איך בין אויך געווען א קינד פון יענע קינדער. און ביז הײַנט-יצויטאָג 
קרייצן זיך אין מלַנע בלוטן: דער ווארעמער פלאטער פון יונגער בללונג 
מיטן קאלטן טרויער פון פריצײַטיק-פארשניטענע לעבנס.. 


פרייד רוישט אין די גאסן. פּאַשעטע מענטשלעכע פרייד, 

א קינדער-קאָלאָנע גייט פארבײי. קינדער פון באלמעלאָכעס, פון פּליטג- 
טרײַבער, אין װײַסע זויבערע העמדלעך מיט רויטע האלדזטיכער אויסגע- 
בונדן. אין די פויסטלעך --יונגע בלומען, און אין די אויגן -- שלַנענדי- 
קע בליקן, 

אין א פענצטער, װי אין א באלויכטענער ראם, באװײַזט זיך א פּאָרל, 
ביידע יונג, וי זיי װאָלטן נאָך נעכטן קינדער געווען. ביידע, זעט אויס, 
פארליבט איינער אינעם אנדערן. זי פארשארט קאַקעטיש אירע טונקל- 
בלאַנדע האָר, װאָס דער וינט האָט צעבלאָזן, און ווארפט אים צו א 
שמייכל פול מיט ליבשאפט. ער ענטפערט איר אָפּ מיט א שטילן, צארטן 
גלעט איבער דער האנט, און ארום שפּרודלט דאָס לעבן פול מיט אלערליי 
צוזאָגן, פול מיט זיסע האָפענונגען... זייערע בליקן, װי דער יונגער מײ, 
זײַנען געװוענדט צו דער גאס, צו מיר--- 

-- גוט-יאַמטעװו! 

א שאָד, כ'האָב פארגעסן בלומען צו קויפןן! 


איך קום זעלטן צו פאָרן אהער, 

קאָן זײַן דערפאר, װאָס כ'האָב דאָ קיינעם ניט און דער איינציקער 
וועג, איבער וועלכן איך בין א באָרװעסער דורכגעלאָפן מײַן קינדהײַט, 
שלענגלט זיך א פארלאָזטער, א פארוואקסענער און פירט בלויז צום פּלױט 
פונעם אלטן ייִדישן בעסוילעם, 

מײַן טאטע איז אין פרעמדע טאכריכים אֹף א פרעמדן בעסאלמען צו 
קװוּרע געבראכט געװאָרן. מײַן מאמע איז אף אײביק פארבליבן ערגעץ 
אונטערוועגנס צו די גאזקאמערן. אף יענער זײַט פּלױט, ערגעץ-װווּ צווישן 
אלטע מאצייוועס, איז נאָר פאראן דער קייווער פון מײַן קליין שוועסטערל, 
זי איז געוואקסן איניינעם מיט מיר, גאָלדיקיטונקל האָבן געשײַנט אירע 
גרויסע קײַלעכדיקע אייגעלעך און אזא קינדערשע זיסקײַט האָט געצאפּלט 
אף די איידעלע ליפּעלעך, 


119 


אינגאנצן א מעסלעס איז מײַן שוועסטערל קראנק געווען. 

זי איז געלעגן אף א שטרויען געלעגער, איר פּענעמל האָט געברענט, 
און זי האָט שווער געאָטעמט. איבער איר איז געשטאנען מײַן מאמע מיט 
געשװאָלענע אויגן פון ווייטעק און געבראָכן די הענט. ס'האָט אויסגעזען, 
וי זי פּרוּװוט פאנאנדערײַסן אירע פארפּלאָנטערטע צען פינגער און קען 
ניט, : 

אויך דער אלטער רעב מאָרדכע איז געשטאנען בא מײַן שוועסטערלס 
צוקאָפּנס. קליין, אײַנגעשרומפּן, װי ארײַנגעוואקסן אין די יאָרן, װאָס 
זייער צאָל האָט ער שוין לאנג פארגעסן, מיט לאנגע װײַסע באָרדיאון- 
פּייעס און פּונקט אזעלכע װײַסע געדיכטע ברעמען איבער די פארטרערטע 
אויגן, האָט ער אויסגעזען װי א פארשטעלט כיידעריינגל. זומער און 
ווינטער האָט ער געטראָגן װײַסע זאָקן און א שווארצן אָפּגעקראַכענעם 
טולופּ פון װײַטע, װײַטע צײַטן, 

אלט איז ער געווען, רעב מאָרדכע, װי די געסלעך, עפשער נאָך על- 
טער. אָן אים האָט מען קיין כופּעס ניט געשטעלט, אָן אים ניט מעקאבער 
געווען. ער האָט געדאוונט אין צוויי פּאָר טפילן און אָפּגעריכט כצאָס. 
טפילע געטאָן פאר קראנקע און געבעטן פאר געזונטע. מ'האָט אים גע- 
האלטן פארן שאָליִעך פון גאָט און זיך געייצעט מיט אים אין פריידן און 
אין ליידן. ‏ א קלײניקײַט --אזויפיל לעבנס פארקנאסט, אזויפיל לעבנס 
איבערגעלעבט. און ער האָט מיט זײַן קליין גופעלע פארשטעלט פאר די 
געסלעך דעם מעכטיקן אָפּקלאנג פון גרויסע געשעענישן, װאָס זײַנען אָנ- 
געגאנגען אין דער װײַטער וועלט.. 


-- רעב מאָרדכע, עפשער א דאָקטער?---האָט מײַן מאמע פאָרזיכטיק 
ארויסגעשטאמלט, וי זי װאָלט מוירע געהאט אים צו דערצערענען מיט 
אירע רייד, 

-- מ'דארף ניט!--האָבן בא רעב מאָרדכען א ציטער געטאַן באָרד- 
אוזיפּײיעס. -- אויב דער בוירע װעט װעלן, װועט זי סליווי לעבן, אויב כאָ- 
לילע ניט.., 

ער האָט געמאכט א לאנגע האפסאָקע, װי ער װאָלט זיך וועגן עפּעס- 
װאָס מעיאשעוו געווען מיט זיך אליין, און דערנאָך קאלט צוגעגעבן. 

-- אויב כאָלילע ניט... װעט קיין שום דאָקטער ניט העלפן! 

זײַנע פארטרערטע אויגן האָבן צודרינגלעך געקוקט אף מײַן מאמען, 

װאָס האָט ער געזען: עפשער איר צאר? עפשער דעם צאר פון דוירעס 
פארמאטערטע לעבנס? 

-- פּיאווקעס הייס איך שטעל-- האָט ער אנטשלאָסן באפוילן.-- 
פּיאווקעס צאפּן אָפּ די בייזע בלוטן.., 

מײַן מאמע האָט אויך געטראכט, װי דער אלטער רעב מאָרדכע, אז 
אלץ איז בא גאָט אין די הענט. זי האָט אָבער מוירע געהאט פארן אומ- 
גליק און ניט געװאָלט גלייבן, אז ער װעט קומען, אין הארצן האָט גע- 
טליעט א שטילע האַפענונג: דער אייבערשטער איז אלמעכטיק און גע- 
רעכט. שוין צוויי אייפעלעך מעקאבער געוען, ס'קאָן ניט זײַן, ער זאָל 
דאָס מאָל זיך אף איר ניט מעראכעם זײַן. 


1200 


און אף יענער זײַט פענצטער אין געשטאנען אן ערעוויפייסעכדיקער 
פארנאכט מיט װײַטע רויטע הימלען און זיך איבערגעפלאָכטן מיט פּא- 
כעד, פארצווייפלונג און ביטאָכן... 


פרייד טומלט אין די גאסן, 

א פרוי, נאָך זייער א יונגע, װי א בלום, װאָס האָט נאַרװאָס צעעפנט 
אירע בליטן, פירט א קליין מיידעלע בא דער האנט. דאָס קינד גאפט פאר- 
כידעשט אף דער טומלענדיקער וועלט און פארלויפט דער מאמען אלעמאָל 
דעם וועג, װי עס װאָלט געפּרווט זי אָפּשטעלן; 


-- מאמע.., זע, טויבן פללען... מאם.., 

װײַסע טויבן שוועבן אינעם בלוילעכן מײַיהימל, װײַסע טויבן װאָרקען 
װוי פארליבטע, 

און איך האָב פארגעסן בלומען צו קויפן, 


גלײַך מיטן טאָג איז געקומען דאַקטער מײַער, 

דער גוטער בייזער דאָקטער, װאָס נעמט בא אָרעמעלײַט וויפל מציט, 
און אויב עמעצער האָט ניט װאָס צו געבן, בעט מען זיך בא אים; 

-- ליבער הער דאָקטער, קוידעם גאָט, דערנאָך איר.. 


טוט ער אָן דעם שווארצן איבערציער און דעם שווארצן הוט מיט די 
ברייטע ראנדן, נעמט זײַן אײביק רענצעלע און לאָזט זיך אוועק אין די 
געסלעך, 

ער איז שוין אויך א זאָקן, נאָר גלאט ראזירט, מיט א קאָפּ קורץיגע- 
שוירענע האָר, װי פון פלאקס, און א גאָלדענע פּענסנע פארשטעלט זײַנע 
גוטע גרויע אויגן, 

אין די יונגע יאָרן איז ער געווען אן איבערצײַגטער טאלמיד פון סען- 
סימאָן און פוריע. געווארט, אז אָט-אָט דארף קומען די שאַ, ווען די רײַכע 
הויפן װעלן זיך אויסדרייען מיטן פּאָנעם צו די געסלעך, נאָר אין די רײַכע 
הויפן האָט מען אים דערװײַל געגעבן צו פארשטיין; 

-- איר נעמט אײַך צופיל צום הארצן, ליבער דאַקטער... דאָס אלץ איז 
קלײיניקײיטן... שווערע ארבעט, אָרעמקײַט איז פונקט אזא געזעצלעכע 
דערשײַנונג, װי וואסער, לופט.,. ווען מיר װאָלטן אפילע געװאָלט אֹף זיי 
אכט לייגן, װאָלט סליווי זיך גאָרניט געביטן, 

און יעדעס מאָל, ווען מײַער איז שוין גרייט געווען זיך אונטערגעבן 
אזא לאָגיק, זײַנען אים פאר די אויגן אופגעקומען צענדליקער פארטרער- 
טע, בעטנדיקע בליקן; 

-- ליבער הער דאָקטער, קוידעם גאָט, דערנאָך איר., 


האָט ער מיט נאָך מער אקשאָנעס זיך אײַנגעשטעלט פאר די געסלעך, 
נאָר מיט דער צײַט איז ער מיד געװאָרן פון ראנגלען זיך און געװאָרן 
פּאַָשעט: א גוטער דאָקטער... 


121 


שטענדיק, ווען דאָקטער מײַער באװײַזט זיך אין די געסלעך, הענגען 
דערשראָקענע פּענעמער אין די פענצטער און א פארקלעמטע שרעק לויפט 
פון שטוב צו שטוב: 


-- װאָס זשע, ס'האלט טאקע אזוי שמאָל? 

ער ווייסט גאנץ גוט, אז צו אים ווענדט מען זיך נאָך דעם, וי מ'האָט 
אײַנגעריסן קװאָרים. בייזערט ער זיך; 

--- פינצטערעס פּעבלז 

און נאָך די וויזיטן, אויס געוװוינהײַט, צי עפשער װײַל ס'טללען נאָך 
אלץ פונקען פון נאיוון גלויבן, שרײַבט ער לאנגע בריוו אין די הויכע 
פענצטער, מאָנט, װאָרנט. אין דער קרױנשטאָט איז מען שוין צוגעװוינט 
צוֹ די בריוו פונעם אלטן פּראַװינציעלן דאָקטער, לייגט מען זיי אוועק 
אין א זײַט און מ'פארגעסט אף זיי צו ענטפערן, 

אין זײַן לאנגן, קימאט פופציקיאָריקן קאמף מיטן טוט האָט דאָקטער 
מײַער אויסגעלערנט אלע זײַנע באהאלטענע גענג און ניט זעלטן אפילע 
קונציק אָפּגענארט אָט דעם שווארצן סוינע, וועמענס פארניכטנדיקע קלעפּ 
זײַנען אָפּט געפאלן פּלוצעם און צומאָל געלאָזט אף זיך ווארטן לאנגע 
יאָרן, באגלייטע מיט שװוערע ליידן, און נאָך אזא שפּיל מיטן טױט, אין 
וועלכער ער, דער דאָקטער, גייט ארויס דער זיגער, פינקלט א באהאלטענער 
ניצאָכן אונטער זײַן פּענסנע און ער רעדט געלאסן, מיט עטװאָס א מידער 
שטים:; 

-- זי האבען גליק!.. מעדיצינישע הילפע מוז אימער רעכטצײטיק קאַ- 
מען.. 

אוֹן ער לאָזט איבער אפן טיש א װײַס לענגלעך פּאפּירל מיט לאטיינל- 
שע אויסיעס, װאָס מ'דארף עס באלד אָפּטראָגן אין אפּטײק, 

אין די געסלעך זאָגט מען נאַכדעם: 

-- װאָדען, ער איז נישט גערעכט?.. מיר זאָלן אזוי האָבן רעפועס, װי 
ער איז נעבעך גערעכט! 

-- ניט קיין דאָקטער, נאָר א מאלעך! 

און מ'איז אין הארצן אים מויכל, װאָס ער פאָרט אום שאבעס, רעדט 
צומאָל נאָר דײַטש, און לעבט, ניט דאָ געדאכט, מיט א קריסטלעכער פרוי. 

אזוי האָט מען אין אָט דעם קליינעם וועלטעלע אלץ, װאָס דער גוירל 
האָט צוגעשיקט, געמאָסטן מיט דער מאָס פון אייגענעם פארשטאנד, פון 
אייגענעם הארצן... 


פרייד רוישט אין די גאסן, דערגייט צו אלע הויפן, צו אלע ראָגן.. א 
גרויסע, פּאָשעטע מענטשלעכע פרייד! 


.מיר האָבן זיך פארוקט אין די ווינקלען, וי געװאָרן איינס מיטן 
גרינעם שימל אף די וװענט, נאָר די מאמע און דאָקטער מײַער זײַנען גע- 
שטאנען איבער מײַן קליין שוועסטערל, װאָס איז געלעגן אף א שטרויע- 
נעם געלעגער, געכאפּט מיט די פארברענטע ליפּלעך שטיקער לופט, און 
בא די שלייפן האָבן פּיאווקעס געזויגן איר יונג ווארעם בלוט. שוין עפ- 


122 


שער א שאָ לאנג, אויב ניט מער, װוי זיי װוערן, די פּיאווקעס, אלץ פולער, 
בײַכיקער, און מײַן שוועסטער --אלץ בלייכער און בלייכער, 

דאָקטער מײַער האָט דורך דער פּענסנע א פיר געטאָן מיט די גרויע 
אויגן איבער דער שטוב, װי ער װאָלט געזוכט דעם שולדיקן אין מײַן 
שוועסטערלס מיסע, און מיט קאס אָפּגעריסן די בלוטזויגערס פון די 
שלייפן, 

-- ווילדעס עלענט! 

דערנאָך האָט ער אויסגעדרייט די זעלבע פּענסנע צו דער מאמען און 
אף א היימישן לאָשן איר דערקלערט: 

-- דיפ-טעיריט! זי פערשטעהען, דאס קינד ווערט דערשטיקט,. 

די װוערטער זײַנען געפאלן שווערע, שווארצע, וי די בײַכיקע פיאוו- 
קעס אפן דיל, און די מאמע האָט געקוקט אף אים מיט אזעלכע קינדערי- 
שע, אומבאהאָלפענע בליקן, זי האָט ניט פארשטאנען, װאָס ער רעדט צו 
איר. עפּעס מעשונעדיקע װערטער טראכט ער אויס.. גיין, זי װעט מײַן 
שוועסטערל ניט אָפּגעבן... קיינעם ניט אָפּגעבן.. 

זי האָט אָבער גוט געקענט דעם בלייכן גלאנץ ארום דער נאָז, דעם 
פלאטער איבער די ויֶעס... 

-- גאָטעניו, וויפל איז דער שיר?,, 

זי האָט געגלעט מײַן שוועסטערלס שטערן, װאָס איז שוין לאנג קאלט 
געווען, פּונקט װי זי װאָלט איר אָפּגעגעבן איר ווארעמקײַט, איר לעבן, 

און אפן ליימיקן דיל האָבן זיך קוים גערירט די זאטע פיאווקעס מיטן 
אָנגעזױגענעם בלוט פון מײַן קליין שוועסטערל און ביסלעכװײַז אויסגע- 
גאנגען פון זאטקליט... 


אין מײַן היים איז דער פרילינג לויטער, בליענדיק און קלאנגענפול! 

איך דריי זיך לאנג ארום איבער די גאסן. איבער די היימישע און 
פרעמדע גאסן. צווישן מענטשן, װאָס באמערקן מיך ניט. איך שטעל זיך 
אָפּ פאר א צװײישטאָקיק הויז, װוּ ס'איז אונדזער שטיבל געווען. 

זאָל איך א קלאפ טאָן אין פענצטער װי אמאָל? אין וועלכן פענצטער? 
און וועמען רופן? | 

איך פארקערעווע אף די פארלאָזטע וועגן פון מײַן קינדהלט, און מיר 
קומען אנטקעגן אלטע צעבליטע קאשטאנען. זיי בליען וילד, װי מיט 
צענדליקער יאָרן צוריק, און זייער רייעך איז געדיכט און זיס. איך ברעך 
אָפּ עטלעכע דינינקע צװײַגלעך מיט יונגן צוויט און לייג זיי שטיל אוועק 
באם פּלױט פונעם אלטן ייִדישן בעסוילעם.., 


סינע 


אָס ייִנגל איז אלט א יאָר דרײַצן, ניט מער, 
יעדן אינדערפרי גייט ער פארבײ מײַן פענצטער, 
און יעדן אינדערפרי באװוונדער איך דאָס איידעלע 
פּאָנעם, באגאָסן פון א דינער פארגאָלדעטער ברויג- 
קײַט, די גרויסע טיפע אויגן, עטװאָס פארשטויבטע, 
און די שיין געפאָרמטע ליפּן, װוי צוויי האלבע לעװאָ- 
נעס, לײַכט פארצויגן אף אראָפּ, 
אָבער ניט דערמיט טיילט ער זיך אויס פון אנדערע שול-קינדער: דאָס 
יינגל לעבט אין א װעלט פון שטילשװײַגן, און די רײַכקײַט פון קלאנגען 
דערגייט צו אים נאָר דורך זשעסטן און צייכנס. און דאָך שפּילט א מיל- 
דער קינדערישער שמייכל אף זײַנע ליפּן, 
אן אויסדרוק פון פרייד! צי עפשער פון ליידן? ווער ווייסט.. 
יעדן אינדערפרי קוק איך לאנג אים נאָך, ביז ער מישט זיך אויס מיט 
דער טומלענדיקער גאס און פארשוינדט, קעדיי אף מאָרגן ווידער פארי 
בײַגיין מײַן פענצטער, ווידער דערמאָנען.. 


.יענץ יינגל איז אויך אלט געווען א יאָר דרײַצן, ניט מער. אויך גע- 
לעבט אין א ועלט פון שטילשװײַגן, ניט געהערט דעם רויש פון װינט, 
דאָס געזאנג פון פייגל. מענטשלעכע רייד זײַנען אים געווען פרעמד. קאָן 
זײַן, ווען ער איז געקומען אף דער װעלט, האָט ער ארויסגעלאָזט א נא- 
טירלעכן אויסגעשריי. אויב יאָ, איז עס געווען דער ערשטער און לעצטער 
אין זײַן לעבן, | 

ער האָט געהערט צו אונדזערע געסלעך, וי די אָרעמקײַט, װי דאָס 
מיסט אין די הויפן. קיינער האָט ניט געװוּסט, פונוואנען ער האָט זיך צו 
אונדז געיאװעט. ער איז געווען עלנט, פאריאָסעמט. שטענדיק ארומגע- 
גאנגען אן אָפּנעריסענער. קיינער האָט אים ניט גערופן באם נאָמען. עפ- 
שער האָט ער אינגאנצן קיין נאָמען ניט געהאט! ער האָט געהיסן בא 
אלעמען פּאַשעט: דער שטומער. 

-- וועסט אָפּטראָגן א ביסל האָלץ פונעם מארק, שטומער? 

-- אנו, שטומער, ברענג ארײַן א שעפל וואסער! 


124 


יעדערער האָט זיך מיט אים געשאפן, װי גאָט האָט באפוילן, און זעלטן 
ווען עמעצער האָט געפרעגט: 

-- שטומער, האָסט שוין הײַנט געגעסן? 

און װער האָט געזאָלט פרעגן, אז אייגענע קינדער זײַנען ארומגעגאג- 
גען האלב-הונגעריקען 

זײַנע אויגן האָבן שטענדיק געברענט מיט א לײַדנשאפטלעכן ברען, 
וי זיי װאָלטן געשריגן: 

-- מענטשן, איך בין הונגעריק... הונגעריקן 

און ווען ער פלעגט באקומען עפּעס אף אָפּעסן, האָט ער אזוי זשעדנע 
געשלונגען דאָס ביסל געקעכץ, ניט אָפּרײַסנדיק פון דעם די בליקן אז 
ס'האָט זיך געדאכט, אָט-אָט וועלן זײַנע אויגן אראָפּפאלן אין שיסל ארלין 
און ער וװעט זיי אומבאמערקט פארשלינגען, 

איין טאָג אין דער װאָך האָט ער געהאט א ,זאטן, װי קימאט אלע 
קינדער אין די געסלעך, -- שאבעס. יעדן שאבעס האָט עמעצער אנדערש 
אים געגעבן קעסט, און יעדן שאבעס האָט ער באדארפט זיך אַנעסן אף 
גאנצע זעקס טעג, 

און װאָס מער ער איז פארװאָגלט געווען, אלץ שענער איז ער גע- 
וואקסן. בא אים איז געוװען א קײַלעכדיק קינדעריש פּענעמל, עטװאָס 
פארבלייכט, בלויע אומשולדיקישעמעוודיקע אויגן, ברייט צעעפנטע, װי בא 
א ווילדן הירש, און א פײַן געטאַקטער מײידלשער האלדו. סהאָט זיך 
שטענדיק געװאָלט אף אים קוקן און באווונדערן, 

טאקע צוליב זײַן אויסזען האָט מען אין פארמעגלעכע שטיבער געקוקט 
אף אים מיט קינע. 

-- אזוינס וואקסט, וי ס'וואָלט גאָר רענדלעך געשלונגעף 

-- זעט נאָר ציין, פּאַשעט פּערל! 

און בעעמעס, די ציין זײַנען געווען פון אן אויסערגעוויינלעכער שייגי 
קײַט. טאקע װוי צוויי שורעס פּערל, מיט א מאטן אָפּגלאנץ, און זיי האָבן, 
וי א טײַער יווועלירישטיק, זיך ארײַנגעפאסט אין זײַן צארט, פארבלייכט 
פּאָנעם מיט די פולע רויטלעכע ליפּן, 

צײַטנװײַז האָט ער ליב געהאט ארײַנקומען צו אונדז אין כיידער, זיך 
שטיל אוועקזעצן אין א וינקל און אופמערקזאם זיך , צוהערן", װי מיר 
לערנען. זײַן פּאָנעם פלעגט דערבײַ װערן אזוי אומבארירט צארט און די 
אויגן אזוי באגײַסטערט, גלײַך ער װאָלט געטרוימט א װוּנדערלעכן טרוים, 
א ליכטיקן, װי די זון 

צומאָל פלעגט ער אויך פארבלאָנדזשען אף דער פּאנסקע-גאס. ווער 
ווייסט, װאָס ס'האָט אים געצויגן אהין? עפשער די רייכעס פון זאפטיקע 
מײַכאָלים צי די סוידעספולע פּראכט פון די ווילעס! אָרעמע קינדער כאַ- 
לעמען אָפט וואכנדיק, 

ער האָט געטראָגן אהין זײַן זעלטענעם שמייכל, װאָס האָט ליכטיק 
געשפּילט אף זײַן פּאָנעם. אפילע דעמלט, ווען אין די רײַכע ווילעס האָט 
מען אָנגערײיצט אף אים די הינט און פון זײַנע אָפּגעריסענע קליידער 
זײַנען געבליבן ניט מער װי שווארצע, קויטיקע צויטן, --האָט ער גע- 
שמייכלט, און ווען עמעצער פלעגט אים אָפּנארן, אָנשטאָט צוקער אָנגע- 


125 


שאָטֹן אים זאלץ אפן ברויט, האָט ער פארקרימט דאָס פּאָנעם, וי צן וויי- 
נען, די אויגן פלעגן פארנעפּלט װערן, נאָר אין יעדן קנייטש האָט אלץ 
זיך געפּלאָנטערט דער זעלבער קינדערשער, אומשולדיקער שמייכל, 

גאָר זעלטן, ווען די , שפּאסן" האָבן שוין צו ווייטעקלעך א ריר גע- 
טאָן באם הארצן, האָט זיך אים, װײַזט אויס, געװאָלט שרײַען אף א קאָל, 
שרײיען, װי א מענטש, וען עס טוט אים ביטער ויי, שרײַען אזוי, אז 
ס'זאָלן פארשטיינערט וװעֶרן די װאָלקנס און די קרוינען פון די ביימער 
זאָלן זיך בוקן פאר זײַן געשריי, און ער האָט ארויסגעצויגן טיף פון דער 
ברוסט א מוירעדיק ווילדן ברום, אזא שרעקלעכן, אז פייגל זײַנען דער- 
שראַקענע זיך צעפלויגן פון די נעסטן; 

-- ממאאא! 

ס'האָט זיך געדאכט, וי אין דעם איינציקן ,װאָרט? לייגט ער ארײַן 
זײַן גאנץ געקריוודעט ביטער לעבן, און געקלונגען האָטס עס בא אים אזוי 
פארטויבט, װי באגאָסן מיט טרערן. 

מער פון אלץ אין דער פּאנסקע-גאס האָט דעם שטומען געלאָקט די 
ווילע פון באראָן פאָן שטיפט, 

א פּרעכטיקע געבײַדע אין גאָטישן סטיל, מיט שארף-פארשפּיצטע טו- 
רעמס און װײַסע געקעסטלטע פענצטער, װאָס האָבן פון איין זײַט ארויס- 
געקוקט צום שטילן פּריצישן טראקט, וי זיי װאָלטן געווארט אף לאקיר- 
טע עקיפּאזשן, פון דער אנדערער זײַט--צו די ברוקירטע, אופגערוימטע 
טאָפּאָל-אלײען, װאָס האָבן געבויגן צו זיי די געדיכט באבלעטערטע קרוי 
נען, וי געפּרוּווט עפּעס דערהערן, און שטום געשטאנען אין זייער שטאָלצן 
װוקס, 

יעדן טאָג האָט די פּאָסט געבראכט אהער בריוו מיט שטעמפּלען פון 
װוײַטע אײראָפּעלשע הױפּטשטעט. זיי זײַנען לײַכט, אָן שום רויש, ארײג- 
געפאלן אין בריוויקעסטל, גלײַך זיי װאָלטן אראָפּ אין אן אָפּגרונט. אין 
די באקוועמע צימערן, מיט געשניצט מעבל פון אלטן טײַערן האָלץ, האָט 
מען פאנאטיש ווילד זיך געבוקט פארן אלמעכטיקן גערמאנישן גײַסט.. 

באראָן פאָן שטיפט האָט אין באשטימטע קרײַזן געשעמט וי א מענטש 
מיט פילאָסאָפישע אָנשױוּנגען. דאָרט האָט ער שטענדיק זיך באקלאָגט: 

-- די וועלט גייט אונטער... די צײַט איז קראנק, און די קראנקײַט 
פֿארפעסטעט די לופט, וי איבערגעפוילטע נעפּלען.. די מענטשהלײט גייי 
טיקט זיך אין א שטארקער, איבערמענטשלעכער קראפט... אין א פירער 
מיט אן אײַזערנער האנט., | 

מיט זײַנע פרײַנט איז ער געווען אײַנגעהאלטן העפלעך, מיט זײַנע 
קעגנער -- אכזאָריעסדיק גרויזאם. באזונדערס מיטן , פּעבל", װאָס האָט 
פון מאָל צו מאָל געלאָזט זיך הערן.. 

גרויס האַפענונג האָט ער געלייגט אף זײַן איינציקן זון, װאָס האָט 
באדארפט ווערן דער ירעש ניט נאָר פון זײַנע רײַכטימער, נאָר. אויך פון 
זײַן פילאָסאָפיע. און מערקווירדיק, דער יונגער באראָן האָט געהיים זיך 
געכאווערט מיטן שטומען. ער פלעגט צומאָל אים ארױסטראָגן א שטיקל 
ברויט, א נאשערײי, און דער שטומער האָט געשמיכלט צו אים מיט א 
צוגעלאָזטן שמייכל, פול מיט אָפּנהארציקײט, מיט גלויבן, 


8 126 


דער יונגער באראָן איז געווען אינגאנצן מיט א יאָר צויי עלטער 
פונעם שטומען, ער איז געווען הויכגעוואקסן, געהאט א פליישיקיראַזלעך 
פּאָנעם, וי אָפּנעבריט, העל-גרינע אויגן מיט בלייכע וואסערדיקע װײַס" 
לעכער, װי בלאָטערס, איבער וועלכע געלע, שיטערע ברעמען האָבן גע" 
שטארצט, וי אָפּגעניצטע ציין-בערשטלעך. נאָר איינצײטיק האָט ער פאר- 
מאָגט א מין גראציִעזע בײיגעװדיקײַט, ענלעך צו דער, װאָס מיר זעען בא 
ווילדע קעץ. און װי א קאץ, האָט ער פויל געזשמורעט די גרינע וואסער- 
דיקע אויגן, 

װאָס האָט זיי, דעם יונגן באראָן און דעם שטומען, פארייגיקט? 

ניט אנדערש, איינער אינעם צווייטן האָט געפונען דאָס, װאָס יעדן פון 
זי האָט געפעלט, | 

און ווען דער שטומער האָט שמײיכלענדיק אָפּנעדעקט זײַנע מאטע 
פּערלדיקע ציין, האָט דער יונגער באראָן געקוקט אף זי קאלט און די 
דינע אױגןישפּעלטלעך האָבן באקומען א שארפן, רויבערישן אויסדרוק, 


רודי שטיפט,,, 

ער איז געווען א קורצע צײַט מײַן מיטשילער, 

מיר האָבן געלערנט אין איין קלאס. איך --א קינד פון אן אָרעמער 
ייַדישער שטוב, אין אן אָפּנעבליאקעװעט רעקל, איבערגענייט פונעם 
טאטנס אן אלט מאלבעש, מיט עטלעכע לערנביכלעך אונטערן אָרעם און 
א ריפטל פּיסנע ברויט אין קעשענע... ער -- אויסגעפראנטעוועט אין ברול- 
נע הייזלעך פון הירשן-לעדער, מיט זײַדענע שלייקעס און א ,גריס דיך 
גאָט", אויסגענייט אפן העמדל איבער דער ברוסט. ער האָט געבראכט מיט 
זיך די בליצן פון די באקוועמע, העל-באלויכטענע צימערן, די זאטקײיט פון 
די איבערגעפולטע שפּײַכלערס, אים איז נאָכגעגאנגען זײַן ,פאָן", װי א 
געטרײַער, לײַבלעכער באשיצער. אפילע די שטרענגסטע לערער האָבן 
גערעדט צו אים שטיל, אונטערטעניק, 

און דאָך, ווען איינמאָל האָט זיך אים פארגלוסט ברענגען כאזער- 
שמאלץ אין קלאס און באשמירן דערמיט די מײַלער פון זײַנע יידישע 
מיטשילער, האָט מען אים א צעמיימעסטן אָפּגעפירט אהיים. פון זײַנע 
שמאָלע אױיגן-שפּעלטלעך האָט געשפּריצט מיט סינע, װי מיט פליער. 
| -- שעביקעס יודן-געזינדל! 

און זײַן ,גריס דיך גאָט? האָט לאנג נאָך א צעפליקטער זיך געוואל- 
גערט אפן מיסט-הויפן, | 


די צײַט גייט, זי פארלאנגזאמט קיינמאָל ניט איר גאנג, 

אײינמאָל אין א שפּעטיזומערדיקן אפדערנאכט בין איך פארבייגעגאנ- 
גען די פּאנסקע-גאס, 

זי איז געווען שטיל, פינצטער און מענטשןיליידיק. די ביימער פון 
ביידע זײַטן האָבן געזונגען וי אין פרילינג; בלומען, נאָרװאָס באגאָסע- 
נע, האָבן פארשפּרייט אין דער לופט א פרישן, זיסן אראָמאט. און אפן 


127 


טונקעלן הימל האָבן, װי בריליאנטן, זיך צעשאָטן גרויסע פינקלענדיקע 
שטערן. דער אָװנט איז געווען אָנגעפילט מיט עפּעס געהיימע, באוועגלאַ- 
זע שאָטנס, און די גאס, פארזונקען אין פארטרוימטער טונקלקליט, האָט פון 
צוישן די ביימער געבלינצלט מיט באלויכטענע פענצטער, װי מיט גאָלדע- 
נע פונקען, 

אינדערפינצטער האָבן טויב אָפּגעקלונגען טריט, און אינמיטן גאס 
האָט זיך באוויזן א סילועט פון א מענטשן. מיר איז אנטקעגן געגאנגען 
עפּעס א טונקעלע געשטאלט, זי האָט זיך קוים געהאלטן אף די פיס און 
זיך געוואקלט, װוי עמעצער װאָלט זי געשמיצט פון ביידע זײַטן. א בלייכע 
שײַן פון א פענצטער איז געפאלן אפן פּאָנעם, און איך האָב דערזען אונד- 
זער שטומען, ער איז געגאנגען מיט אן אָפּנעדעקטן קאָפּ. די האָר ווילך, 
צעפּאטלט. כ'האָב דערזען פאר זיך א טויטיבלייך פּאָנעם מיט פארבלוטיק" 
טע ליפּן, בא דער מאטער שײַן האָבן זי געהאט א מעשונעדיקן אויסזען. 

-- װאָס איז מיט דיר? | 

ער האָט געקוקט אף מיר מיט זײַנע ברייט-יצעעפנטע אויגן, װי בא א 
ווילדן הירש, זײַנע ליפּן זײַנען אראָפּגעהאנגען צעעפנטע, און איך האָב 
פּלוצעם דערזען נאקעטע, מיט בלוט פארגאָסענע יאסלעס, 

-- ווער האָט דאָס דיר? פארװאָס? 

איך האָב נאָכגעפאָלגט זײַנע בליקן. זיי זײַנען געווען װײַט און אָנגע- 
גליט, און מיר האָט זיך געדוכט, אז אָט-אָט װעט אין זיי אופבליצן א קורץ 
בלוילעך פײַערל, װי א שוועבעלע, 

ער האָט פארצויגן דאָס פּאָנעם וי אף צו ויינען, און עפּעס האָט א 
בולקע געטאָן בא אים טיף אין דער ברוסט. ער האָט צוגעטראָגן ביידע 
דלאָניעס צו די אויערן און גענומען דרייען דעם קאָפּ, װי ער װאָלט גע- 
פּרוּווט אים אָפּשרױיפן. און פון די הוילע פארבלוטיקטע יאסלעס האָט זיך 
ארויסגעריסן א װילד-יאָמערלעך אויסגעשרי: 

-- ממאאא! 

און ער האָט זיך צעװויינט אזוי, וי קינדער וויינען, ווען עס טוט זי 
שרעקלעך וויי., 


ערגעץ-וווּ אין דער פּרעכטיקער גאָטישער ווילע האָט מען פארשלאָסן 
א טיר, אין צוויי העליבאלויכטענע פענצטער האָט מען אראָפּנעלאָזט די 
שווערע גארדינען, און פונעם טונקלען הימל האָט זיך אָפּגעריסן א שטערן, 
אופגעדעקט אף א װײַלע די פארשפּיצטע גאָטישע טורעמס און פארלאָשן 
געװאָרן, 


דאָס איז געווען א ייַנגל פון א יאָר דרײַצן, און מיר דאכט, אז יעדן 
אינדערפרי, ווען ער גייט פארבײַ מײַן פענצטער, פרעגן בא מיר זײַנע 
גרויסע שיינע אויגן: | 

-- געדענקסט? 


8--6 


נעכטיקע טעג 


וויי וועגן לויפן באנאנך. 

צוויי וועגן נעמען זייער אָנהייב באם ראנד פון 
די קארפּאטן, שלענגלען זיך און פארשוינדן ערגעץ 
װײַט אין די בערג, 

איין וועג, טײלװײַן א פארוואקסענער, מיט טיפע 
קארבן, װי אן אלט, געקאָרטשעט פּאָנעם, האָט שוין 
לאנג אָנגעוווירן זײַן װוערט, שוין לאנג פארגעסן דעם 
סקריפּ פון איבערגעלאָדענע וועגענער, דעם שווערן שפּאן פון געקאָװועטע, 
פערדישע טריט, ליגט ער אין א זײַט, װי אָפּגעזונדערט פון דער ארומל- 
קער וועלט, 

באם סאמע װעג שטייט א ברונעם, א פארוואקסענער מיט ברױינעם 
מאָך. אָן א קייט, אָן אן עמער. זײַנע קוואלן זײַנען פארשטאָפּט, און א 
פארדומפּענע פלַכטקײַט שלאָגט פון זײַן שווארצער טיפעניש. איבער אים 
בייגט זיך, וי איבער א קייווער, א גרויסער הילצערנער ציילעם, און דער 
געקרייצטער גאָט קוקט אראָפּ מיט וייטעק צו דעם ברונעם, גלײַך ער 
װאָלט געכאלעשט פון דאָרשט, | 

קינדװײַז האָב איך געװוּסט, אז דעם ברונעם האָבן אין אלטע צײַטן 
גאלאָכים פארקישעפט, קעדיי ייִדן זאָלן ניט שעפּן פון דאָרט קיין וואסער, 
קליינע באשעפענישן אין לאנגע שווארצע בגאָדים, װאָס ווינען אין זײַן 
טיפקײַט, האָבן אמאָל, פּונקט ערעוו דער כופּע, פארנארט אהין א קאלע- 
מיידל. מ'האָט שוין לאנג פארגעסן איר נאָמען, פארגעסן, וען דאָס אין 
געשען. נאָר אין די נעכט הערט מען זי יאָמערן און סוויגן די עמערס 
איר פארװאָגלטע נעשאָמע. 

וויפל אומרויקע כאלוימעס האָבן דעמלט געװעקט מײַן קינדערשן 
שלאָף} וויפל שרעק האָט געלויערט ארום דעם ברונעם מיטן הילצערנעם 
ציילעם צוקאָפּנס? 


ס'איז שווער אָפּגרענעצן, װוּ עס ענדיקט זיך די אויסטראכטעניש און 
װוּ ס'הייבט זיך אָן די װירקלעכקײט! 

ס'האָבן באדארפט אריבער יאָרן, ביז אין איינעם א טאָג איז דער ברו" 
נעם פול געװאָרן מיט פריצײַטיק פארשניטענע לעבנסי. 


129 


שוין לאנג, װי קיינער פאָרט ניט מיט דעם דאָזיקן וועג. בלויז וועסנע- 
צײַט פארבלאָנקעט צומאָל אהער א פארליבט פּאָרל, 


עטלעכע שפּאן װײַטער לויפט א צווייטער ועג. 


ער איז ברייט און גלאט, װי מע װאָלט אים באגאָסן מיט לאק. ער 
פינקלט, װי ער װאָלט זײַן איבערגעשיט מיט לויכטנדיקן זילבער. װאָס 
װײַטער ווערט דער זילבער אלץ װייניקער, ביז דער וועג גיסט אינגאנצן 
זיך צונויף אין איין גרויער שטראלנדיקער אויבערפלאך, 

און צווישן ביידע וועגן, װי צווישן צוויי װעלטן, שטייט א נײַ הויז, 
אױסגעגאָסן פון גלאָז און מעטאל, מיט צוויי טירן, וי מיט צויי זיך 
דרייענדיקע שפּיגלען. לײַכטע זײַדענע פאָרהענגלעך שטיפן מיט דער 
אויסגעלאַָשענער רעקלאמע אפן רויטן מירמליפאסאד פונעם רעסטאָראן 
,זאריא". 

אין זאל שפּילט אן אָרקעסטער. די מוזיקאנטן זײַנען נאָך זייער יונגע, 
אָנגעטאָן זײַנען זיי אין בונטיאויסגענייטע הוצולישע העמדער, פּונקט וי 
זיי װאָלטן אראָפּגעקומען אהער פון װײַטע צײַטן זײי שפּילן א ייִדישן 
ניגן, אן אלטן ייִדישן ניגן, אן איבערגעפלאָכטענעם מיט הוצולישן טרוי- 
ער, נאָר זיי שפּילן אים אויס אזוי, גלײַך ער װאָלט געווען באשטימט פאר 
עפּעס א ווילדן פריילעכן טאנץ, 

צװישן די װײַסיגעדעקטע טישלעך, באזעצטע מיט יוגנט און אלטע 
לײַט, מיט מענער און פרויען, שוועבט װי א שמעטערלינג ארום א יונגע 
אָפיציאנטקע אין א װײַסער קרוין אפן קאָפּ און פּונקט אין אזא װײַס 
פארטעכל אפן בלויען װאָלענעם קליידל, א ליבלעכער שמייכל שלענגלט 
זיך אף איר אונטערשטער פולבלעכער ליפּ, 


איך פארנעם אן אָרט בא א פרײַ טישל און באשטעל װײַן. אלטן הליי 
מישן װײַן. ער איז זויערלעך, נאָר צעגיסט זיך אין די אָדערן מיט א זעל- 
טענער ווארעמקײַט. איך טרינק אים פּאמעלעך א שלונג נאָך א שלונג, 
וי ס'פלעגט אמאָל טרינקען מײַן טאטע, טרינקען אזוי לאנג, ביז טרערן 
האָבן פארגאָסן זײַנע גרינלעך-פינקלענדיקע אויגן. - 

מײַן טאטע.., 

אין די יונגע יאָרן, װועסנע-צײַט, ווען קיין ארבעט איז נאָך ניט געווען 
און אין שטוב האָט זיך אױיסגעלאָזט דאָס לעצטע ביסל שפּײַז, האָט ער 
אָפט זײַן פארצווייפלונג אין קרעטשמע פארטראָגן. א ברוינער, אָפּגע- 
קראָכענער פידל האָט בא זײַן אוער א ניגן אויסגעװויינט, װי ער װאָלט 
אים געטרייסט: | 

-- טרינק, טרינק. סײַװי איז דאָס לעבן העפקער! 

און מײַן טאטע האָט געטרונקען, ביז דער װײַן האָט גענומען קאָכן 
אין זײַן האלדז, דערנאָך האָט ער געזוכט דעם װעג צו זײַן שטוב און, 
וועקנדיק די אײַנגעשלאָפענע געסלעך, מיט א הייזעריק קאָל זיך געקריגט 
מיט דער נאכט, | 


190 


און נעכט זײַנען געשטאנען פינצטערע, ווארעמע, מיט דריבנע רעגנס, 
אין די קליינע, פארשטויבטע פענצטער האָבן געפּינטלט געלע, שוואכע 
פלעמלעך פון אײַנגעדרייטע לאָמפּן, און גרויסע מעשונעדיקע שאָטנס זלַי 
נען אומגעלומפּערט געקראָכן אף די ווענט. פון ערגעץ װײַט האָבן קלויסי 
טער-גלאָקן מוירעדיק געקלונגען, געוװועקט צו דער קאטוילישער פּאסכע, 
און זייער קלינגערײ האָט אָנגעפילט מיט שרעק די איינזאמע האלב-טוג- 
קעלע ייִדישע שטיבער, 

מײַן מאמע האָט גאנצע אָװנטן ארויסגעקוקט אפן טאטן. זיך די אויגן 
אויסגעקוקט, װײַל די קינדער האָבן זיך געלייגט אָן וועטשערע, װײַל 
מאָרגן װעלן זיי עפשער אויך זיך מוזן לייגן הונגעריקע, און דער פייסעך 
קלאפּט שוין אין די פארויינטע שויבן. זי האָט זיך ארומגעדרייט אין 
שטוב, אײַנגעהילט אין איר אָפּגעבליאקעװעטער שאל, זיך געהויקערט אין 
אירע קארגע דרײַ צענדליק יאָר, און די ליפן האָבן אלעמאָל גענומען 
ציטערן, װי בא א באליידיקט קינד, װאָס גרייט זיך וויינען. 

-- שא, דאכט זיך, דער טאטע... 

ס'איז אָבער קיינער ניט געקומען, נאָר בא די שווארצע איבערגע- 
פוילטע פּלױטן אף יענער זײַט פענצטער האָבן אָנגעשװאָלענע ווערבעס 
אומעטיק געקרעכצט, 


איך טרינק פון א קרישטאָלענעם בעכער. דער װײַן איז דורכזיכטיק 
און ריין, װוי טרערן. מײַן טאטע האָט ליב געהאט טרינקען פון א בלעכע" 
נער קװאָרט. זי איז געװען גרוי און צעדראפּעט, װי די װענט אין 
קרעטשמע, 

די דאָרפישע קרעטשמע איז געשטאנען קימאט אף דעם זעלבן אָרט, 
װוּ איצט ,זאריא". אונטער דעם זעלבן טיף בלויען הימל, אין שאָטן פון 
די זעלבע בערג. א קרעטשמע, מיט א שענקער א לאמדן אין א טאלעס- 
קאָטן ביז די קני, מיט א דאר, פארשפּיצט פּאָנעם און דערשראָקענע אויגן, 
דאָס װײַב זײַנס, א קאַזעק, האָט מעפארנעס געווען די שטוב און פארי 
שטאנען, ויאזוי צו צעפירן דעם װײַן מיט אָפּגעשטאנענעם וואסער און 
דערבײַ ריידן מיט א פרום שמייכעלע: 

-- אזא װײַן, דער קייסער אליין מעג אים טרינקען! | 

ביז שפּעט אין דער נאכט האָט געשימערט די מידע שײַן פון צויי 
עלפער הענגלאָמפּן און פידלען האָבן הייזעריק געכליפּעט, 

פּליטנטרײַבער, װאָס האָבן א גאנצן טאָג ארויסגעקוקט, אז עמעצער 
זאָל קומען זיי דינגען אף ארבעט, האָבן פארנאכט, װי פארקישעפטע, זיך 
געלאָזט נאָכן אומעטיק-צעצויגענעם פּלאָנטער פון הוצולישיילדישע נל- 
גונים און דעם אָפּגענארטן טאָג אין װײַן פארשיקערט, און ווען קיין געלט 
האָט ניט געסטײַעט, האָט מען געטרונקען אף באָרג און דערנאָך לאננ 
זיך ניט געקענט צערעכענען מיטן שענקער, 

וער האָט זיי געוואגט מישפּעטן פאר דעם? 
- מוטיקע, נאיווע ספּלאווניקעס, מיט קרעפטיקע, פארהארטעוועטע פויסטן, 
װאָס האָבן געקענט שטיינער צעמאָלן, מיט הערצער, װי בא קינדער, און 


131 


מיט וואכזאמע אויגן, וועלכע האָבן ניט איין מאָל געקוקט דעם טויט גלײַף . 
אין פּאָנעם ארײַן --אין די סאמע שווארצאפּלען זײַנע, 

אויך פּריצים פלעגן צומאָל אין דער קרעטשמע פארבלאַנדזשען. פון 
וװוולטיק שיקערן און שפּילן אין קאָרטן זיי האָבן זיך געװאָרפן מיט. 
געלט, און פּליטנטרײַבער האָבן זיי אנטקעגנגעשטעלט זייער אָרעמקײַט: 

-- ניטשעהאָ, אף קרעדיט... װעסט פארשפּילן, װעסטו זומער אָפּאר- 
בעטן.. 

און ווען די בלוטן האָבן זיך צעווארעמט, האָבן אָפּט אין זויערלעכן 
רייעך, וי פון איבערגעקוואסעטע עפּל, זיך ארײַנגעפלאָכטן פרעכע, שיי 
קערע אויסרופן; 

-- האָסט, פּסיא-קרעוו, שוין פארשפּילט דעם גאנצן זומער.. 

קאָרטן האָבן זיך געמישט, וי שיקערע געדאגקען, און פידלען האָבן 
געכליפּעט לאנג און אומעטיק, 


איך טרינק דעם אלטן היימישן װײַן. דער אָרקעסטער שפּילט, 

א שלאנקע זינגערן, װי אויסגעטעסעט פון א יונגן בוים, זינגט ארײַן 
אין א מיקראָפאָן. איך בין איבעראשט פון איר שיײנקײַט, פון איר פאנ- 
טאסטיש געבלימלט קלייד, װאָס פינקלט, גלײַך זי װאָלט געווען אײַנגע- 
הילט אין שטערן; פון אירע שוװוערע האָר, צעלאָזטע ביז די אקסל, בין 
איך אויך איבעראשט. אירע ליפּן זײַנען לײַכט צוגעפארבט, זי זינגט, גיט 
רירנדיק זיך פון אָרט, נאָר איר קערפּער באוועגט זיך עלאסטיש און גרא- 
ציֶעז, איר שטים איז לויטער און הייס, װי שטראלן פון דער דאָרעם-זון, 
זי צעגייט זיך איבערן זאל, װי א פײַערדיקער רעגן װאָלט באגאָסן די 
צוהערער, | 


,0220 8 02 2טמ21 
צאניסנץא קזאסצאע? 8 
1 2446 ,2183122 סת ,2 


זי רײַסט אף א רעגע איבער דאָס געזאנג, גלײַך װי זי װאָלט פאר- 
לוירן דעם ריטם פון דער מוזיק, כאפּט אָבער באלד ווידער אוף דעם טאקט 
און צינדט אינגאנצן זיך אָן אין א זיסער, זאָרגלאָזער פרייד, 


2.. גוועזזאסקסט סגז1מא 0ג/ץ6 {חסוסם 


אירע גרויסע שווארצע אויגן לויפן אריבער פון איין טישל צום 
צווייטן, פון איין פּאָנעם צום אנדערן, 

פּונקט אזעלכע שפּילנדיקע שווארצאפּלען האָט פארמאָגט מײַן מאמע, 
און גענוי אזעלכע צארט-געטאָקטע ליפּן און צוויי שורעס פײַכטע, פּערלי 


: אפן פּאסטעך אינעם סעדל, אין א שטילן װינקל, ווארט א מיידל, ווארט; 
? עס בליט די שיינע טשערעמשינא (אוקר.) 


132 


דיקע ציין. נאָר פון יענע אויגן האָט געטריפט טרױיער, און יענע ליפן 
האָבן זעלטן ווען געשמייכלט, 

איך טרינק פּאמעלעך, און נאָך יעדן שלונג גאנווענען, װי געשפּענס- 
טער, זיך אונטער נעכטיקע טעג, 


אין איינעם אן אָװנט איז מײַן טאטע לאנג ניט געקומען. די מאמע 
האָט, װוי שִׁטענדיק, געווארט אף אים, אלעמאָל אופגעציטערט, גלײַך זי 
װאָלט געטריבן פון זיך שווערע אומרויקע געדאנקען. איך האָב אויך ניט 
געקענט אײַנשלאָפן, ניט אזוי דער הונגער, װי דער מאמעס צאר, האָט 
מוירעדיק גענאָגט באם הארצן. כ'האָב געקוקט אף מײַן מאמען, אֹף די 
קנייטשן, װאָס האָבן ארומגערינגלט איר מויל, אירע אויגן, און ניט פאר- 
שטאנען, וויאזוי קאַן א מענטשלעך הארץ אריבערטראָגן אזויפיל ליידן, 
אומזיסט האָב איך באמיט זיך צו געפינען דעם שולדיקן אין אָט דעם 
אלעמען, 
איך בין צוגעגאנגען צום פענצטער. א שטילער רעגן האָט געקלאפּט 
אין די שויבן. כ'האָב געהאט א געפיל, וי עמעצער װאָלט מיך גערופן. 
כ'האָב ארײַנגעקוקט אינעם פארויינטן פּאָנעם פון דער נאכט און שטיל 
געמורמלט פאר זיך אליין; 
-- איך ווייס, פארװאָס דו קומסט ניט אהיים אזוי שפּעט.. | 
| מיר האָט זיך געדאכט, אז פון יענער זײַט פענצטער שטייט מײַן טאטע, 
ער וואקלט זיך, װוי אן אונטערגעזעגענער בוים. זײַן קרעפטיקער גוֹף 
שפּארט אונטער די וואנט, און זײַן האָריקע ברוסט איז אינגאנצן צעכראס- 
טעט. ער וויל ארײַנפלעכטן א שמייכל אין רויט פארשוויצטן פּאָנעם, אין 
די פארגאָסענע אויגן. ער האָט עפּעס צוֹ דערציילן, נאָר דאָס פארקרימט 
בלויז זײַן געזיכט. פּלוצעם טוט ער זיך א ריס פון אָרט, װי ער װאַלט 
גרייט געווען אף עמעצן זיך ווארפן. זײַנע שיקערע אויגן ברענען ווילד, 
זע! עס סקריפּען אין זײַנע הענט עטלעכע נײַע, צעקנייטשטע צענערלעך, 


-- מיינסט, כ'האָב ספּלאוועס געטריבן?,, א פּוױטעקע פארדינט.. אין 
אנגסטן האָב איך זיי געווונען.. פארשטייסט.. אין אנגסטן.. 


ער טוט א שלײדער פון זיך דאָס געלט, װי עפּעס אן אומריינע זאך, 
און נעמט עס טרעטן מיט די פיס, פּונקט װי ער װאָלט זיך פארמאָסטן אֹף 
א ווילדן, שיקערן טאנץ.., 

איך האָב זיך אויסגעדרייט פונעם פענצטער צו מײַן מאמען. געװאָלט 
זי טרייסטן, בארולקן. איר דערציילן עפּעס אזוינס; װאָס זאָל ארויסרופן 
א שמייכל אף איר פארדײַגעט פּאַנעם. דערציילן, וויאזוי דער רעבע האָט 
הײַנט מיטן קאנטשיק איבערגעבראָכן א האנט בא אורצע שאָלטיק, וולאזוי 
די רעבעצן איז א דערשראַקענע געלאַפן נאָך קאלטער וואסער, אורצע 
האָט גערעװועט, און מיר האַבן געלאכט אין די פויסטן, אורצע האָט אָנגע- 
שטופּט אין ארבל דראניצעס און שפּענדלעך, און דער רעבע איז זיכער 
געווען, אז ער האָט דעם באָכער איבערגעבראַכן א ביין. נאַר די מאמע 
איז, װי א מיד קינד, געזעסן אפן ראנד פונעם בעט און געדרעמלט. איך 


133 


האָב שטילערהייט זיך אָנגעטאָן און בין אוועק זוכן דעם טאטן. שוין דאָס 
וויפלטע מאָל אין מײַן קורץ צעניאָריק לעבן,. 

נעכטיקע טעג... װי פארוויינטע מאמעס, שטעלן זיי זיך אויס פאר 
מײַנע אויגן! 


איך בין געגאנגען איבערן ועג, װאָס האָט זיך אָנגעהיבן באם 
ראנד פון די קארפּאטן און פארפאלן געװאָרן ערגעץ װײַט אין די בערג, 
די נאכט איז געווען א פינצטערע, אן אומרויִקע. דער ווינט האָט געיאָגט 
שטיקער צעריסענע װאָלקנס פון דאָרעם אף צאָפן, און שטערן האָבן זיך 
געלאָשן אין זיי, װי אויסגעברענטע ליכט. דער וועג איז געווען אינגאנצן 
פינצטער. איך בין געגאנגען מיט ברייטע שפּאן, וויליונגעריש פארוקט 
די הענט אין די קעשענעס און געמאכט זיך הארץ, 

פאר וועמען דארף עס מוירע האָבן א קינד, װאָס גייט זוכן דעם טאטן? 

װאָס נעענטער אָבער צום ברונעם, אלץ װינציקער איז פארבליבן פון 
מײַן געוואגטקײַט, 

עמעצער האָט זיך אויסבאהאלטן אין די קוסטעס און געבראַכן טרוקענע 
פּרוטיעס. א טויטער בוים האָט געוויגט די קרומע פארשטארטע צװײַגן, 
אויסגעשטרעקטע צום הימל, װי הענט. מיר האָט זיך אויסגעויזן, אז 
יעזוס אליין איזן אראָפּ פונעם ציילעם, גייט מיר גלײַך אנטקעגן. זײַנע 
הענט און פיס זײַנען פארבלוטיקט, פון דער ברוסט טריפן אויך טראָפּנס 
בלוט. די שיטערע בלאָטע פײַפט אונטער זײַנע טריט, וי עמעצער װאַלט 
אים נאָכגעגאנגען און געװויינט. אין מײַן הארץ האָבן געציטערט פעסט 
אָנגעצױגענע סטרונעס. מיטאמאָל האָב איך דערזען א לאנג װײַס כופע- 
קלייד, וי א װײַסער שאָטן האָט עס געשפּאָלטן די פינצטערניש. איך האָב 
גענומען לויפן, כ'האָב געלייענט קרישמע און געװיינט. דורך די טרערן 
האָב איך דערזען די שײַן אין פענצטער פון קרעטשמע. זי האָט איבער- 
געשניטן דעם וועג און זיך געצויגן ביז צו די בערג. און טייקעף האָבן 
צענדליקער פּײַערלעך באלויכטן די נאכט. אזוי פלאמט אוף א פרייד אין 
מענטשלעכע הערצער, 

קינדערישע פאנטאזיעס... ס'איז שווער אַפּגרענעצן, װוּ עס ענדיקט זיך 
די אויסטראכטעניש און װוּ ס'הייבט זיך אָן די װירקלעכקײַט! 


| מײַן טאטע האָט געשפּילט אין קאָרטן. ס'איז געווען אין סאמע ברען. 
אין קרעטשמע איז געשטאנען א פארנעפּלטער ראש, באלויכטן פון 
צוויי מאטע עלפער הענגלאָמפּן, 
פּליטנטרײַבער זײַנען געזעסן אויסגעלאַשענע, מידע פון טרינקען. מלי- 
לער האָבן זיך געקריגט, געקושט. די קרעטשמע האָט זיך געװויגט אין 
עפעס א פארשיקערטער טרייסט, און טויזנטער אוולעס זײַנען פארגאָסן 
געװאָרן מיט װײַן און אוועק, װי די גרויע, אָפּנענארטע טעג., | 
אנטקעגן מײַן טאטן איז געזעסן א פּאָרעץ, שוין אין די יאָרן, מיט א 
גרוייאשיק פּאָנעם און מיט אן אָדלערינאָז, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן בייגן 


134 


גלײַך פון די ברעמען און זיך אראָפּנעלאַזט א פארשפּיצטע ביז צו די 
געלע װאַנצעס, וועלכע זײַנען אראָפּגעהאנגען, װוי טויטע אונטערגעהאקטע 
פליגל, זײַן קאַפּ איז געווען הויךיפארװאָרפן אף צוריק; אלע פּריצים 
פארײיסן געוויינלעך די קעפּ, 

-- אנו, װאַס האָסטו נאַך מיר צו פארשפּילן? 

כ'האַב געװוסט, אז אלע האַבן מוירע פאר אַָט דעם פּאַרעץ, אפילע 
מײַן טאטע. די באציונגען צווישן דערוואקסענע זײַנען מיר אינגאנצן ניט 
פארשטענדלעך געווען. אין קרעטשמע זײַנען געזעסן ריזן מיט פּלײיצעס, 
וי אויסגעהאמערט פון שטיין, און זיך געשראָקן פאר אָט דעם קליינעם 
מענטשעלע אין גרינעם יעגער-מונדיר, 

איך האַב פארזיכטיק זיך דערנעענטערט צום טאטן און אים גענומען 
צופּן באם ארבל: 

-- טאטע, קום אחיים! 

נאַר ער האָט אפילע זיך ניט אומגעקוקט אף מיר, גלײַד וי ניט אים 
װאַלט איך גערופן. עפּעס א ספּלאװניק מיט א ברוין אויסגעדארט פּאנעם 
און װאַנצעס, פּונקט װי באם פּאָרעץ, האָט זיך צוגעבויגן און צערטלעך 
מיר אלַנגערוימט אין אויער: 

-- טיכאַ, נע טשיפּײיי1 

איך האַב ניט פארשטאנען, פארוואס דארה איך עפּעס שטיין רויַק, 
צוקוקז, וי מײַן טאטע שפּילט אין קארטן מיט עפּעס א פאניטש, פאר 
וועלכז אלע האָבן מוירע, אין דער צײַט, װוען דער מאמעס אויגז זײַנען 
אָנגעגאָסן מיט טרערן און זי קוקט ארויס אפן טאטן שוין וויפל צײַט, 

-- טאטע, א, טאטע! 

ווידער האָט דאָס זעלבע קאָל מיר אָפּגעענטפערט, דאָס מאָל אפילע 
שטרענגלעך: 

--- דאסטא!ּ? 

פונוואנען האב איך געזאַלט וויסז, אז מײַן טאטע האט שוין פארשפּילט 
זײַן גאנצן זומער. א זומער, װאָס באטײַט האַרעװען אומזיסט, הונגערן אַן 
א ביסל מעל אין שטוב. דער מאמעס אויגן װעלן אײַנגעפאלן ערז און 
דאָס פּאָנעם װעט וערן בלייך. דער טאטע װעט אחיימקומען , פארקנאקט" 
און פאר ווייטעק בײַסן די פויסטן, אזוי אז אפן אנדערן טאָג װועלן זיך 
נאָך אנזען אף די הענט די קארבן פון זײַנע שארפע ציין. 

פּלוצעם האָט א בייז, לעצאָניש שמייכעלע זיך צעלייגט אפן פּאָרעצס 
פּאַנעם: 

-- שטעל דײַן װײַב אין קאַן, זי איז בא דיר א פײַנינקע... אָדער דו 
געװוינסט אַפּ דעם זומער, אָדער... 

איך האַב װײַטער ניט פארשטאנען. עפּעס א היץ האָט א זעץ געטאַן 
אין קאַפּ, דאס הארץ איז גרייט געוועז ארויסשפּרינגען פון דער ברוסט, 
און די ווערטער האַכן געבריט, װוי אנגעגליטע קוילן. איך האַב פאר וולי- 
טעק געביסן די פינגער און אומדערווארט מיטן גאנצן קויעך אויסגע- 
שרלען; 


ז שטיל, טשעפּע ניט! ? גענוג! (אוקר.) 


1535 


-- טאטע, קום אהיים! 

ערשט איצט האָט דער טאטע זיך געכאפּט, אז איך שטיי לעבן אים, 
ער האָט זיך אָנגעבױגן צוֹ מיר, און איך האָב דײַטלעך געהערט, וי 
ס'שלאָגט זײַן הארץ. עפּעס האָט געזאָטן בא אים אין האלדז. 

- -- באלד, זון. ווארט צו א ביסל! | 

ער האָט זיך אופגעשטעלט אין זײַן גאנצער גרייס. די צוויי קנייטשן, 
װאָס האָבן שטענדיק בא אים איבערגעשניטן די ברעמען און דעם שטערן, 
האָבן איצט אויסגעזען נאָך טיפער. מיט שיקערן וואנזין האָט ער זיך גע- 
ווענדט צום פּאָרעץ; 

-- עפשער װאָלט איר מיט מיר געשפּילט נאָך אף א זומער? איך װעל 
אלץ אָפּארבעטן. ערלעך אָפּארבעטן.. 


דעם טאטנס שטים האָט געקלונגען פרעמד. איך בין ניט געװוינט גע- 
ווען צו הערן אים אזוי ריידן, 

-- ניין! -- איז געקומען א קורצער אנטשלאַסענער ענטפער, 

דער פּאָרעץ האָט עס געזאָגט פאראקשנט און פּראָסט, און זײַנע בליקן 
זײַנען געװאָרן אױיסגעלאָשן און קאלט, 

דער טאטע האָט געפּרוּװוט שמייכלען, װי א מענטש, װאָס פארשטייט 
א שפּאס. נאָר דער שמייכל איז באלד פארגליווערט געװאַָרן בא די מויל- 
ווינקלען, און פון די אויגן האָט געשפּריצט גיפט. אייגנטלעך, זײַנען דאָס 
ניט געווען קיין אויגן, נאָר אן אָפּגרונט פון ווילד, הייס בלוט. ער האָט 
אויסגעשטרעקט זײַנע קרעפטיקע הענט און געשריִען אף א קאָל; 

-- קוקט אף אָט די הענט, צי דען זײַנען זיי װינציקער ווערט, װי 
א שוואכע ייִדישע פרוי? אזא װילדקײַט., 

און ניט באקומענדיק קיין ענטפער, האָט ער זיך צוגעזעצט און שוין 
שטילער, אײַנגעהאלטענער געפרעגט: 

-- װאָס זשע ווילט איר? 


און אליין געענטפערט: 

-- איך זאָל באליידיקן די מאמע פון מײַנע קינדער? 

ער איז אף א װײַלע אנשוויגן געװאָרן און אָפּנעװישט מיטן קױיטיקן 
ארבל די טראָפּנס שווייס פונעם פּאַנעם, און עפשער טרערן. פּלוצעם האָט 
ער א זעץ געטאָן אינעם טיש, נאָר אזוי, אז די גאנצע קרעטשמע האָט 
אופגעציטערט, 

-- גיב קאַרטן! 

און מיר האָט זיך געדאכט, אז אָט-אַט װצט ער אופשפּרינגען און מיט 
זײַן גאנצער קראפט, װי א פארװוּנדעטע כײַע, זיך ווארפן אפן פּאָרעץ, 

די גאנצע קרעטשמע האָט ארומגערינגלט די צוויי קאַרטנשפּילער. פון 
איין זײַט וואלדייעגער אין גרינע טיראַלער מונדירן, פון דער צווייטער -- 
פּליטנטרײַבער, קעגנזײַטיקע סינע, אלטע פײַנטשאפט איז ארױיסגעטראָטן 
אין איר גאנצער נאקעטקײַט. אפילע דער שענקער מיט די דערשראַקענע 
אויגן איז געשטאנען און עפּעס געמאכט מיט די ליפּן, װי ער װאָלט גע- 
זאָגט טילים. זײַן װײַב האָט אים א שטויס געטאָן מיט אירע ברייטע לענדן: 

-- שמײַע, וי מיינסטו, דער אָדן װועט באקומען א מאקע+ + 


136 


-- און אויב כאַלילע... -- ער האָט ניט געוואגט ארויסברענגען דאָס 
װאָרט און מיט טיף ראכמאַנעס א קוק געטאַן אף דער פּלוינעסטע. 

די קרעטשמע איז מיטאמאָל פארזונקען געװאָרן אין א שטילשװײַגן, 
שיקורים, װאָס האָבן ניט לאנג צוריק געטומלט, זײַנען געװאָרן אויסגע- 
ניכטערט, 

-- עליע! -- האט מײַן טאטע זיד אויסגעדרייט צו איינעם פון די קלעז- 
מער. -- אנו, שפּיל אויס א בעטלעריש, נאָר אזוי, ס'זאָלן די סטרונעס 
וויינען, 

און עליע האָט זיך צוגערוקט נאָענט צו מײַן טאטן. זײַן פולער גוידער 
אפן פידל האָט לײַכט געציטערט. די אויגן האַט ער פארמאכט, װי ער 
װאַלט געשפּילט אין שלאַף, און פונעם פידל האָט זיך געגאַסן א בעטנדי- 
קער, הארצרײַסנדיקער ניגן. א מין געמיש פון הוצוליש-ייִדישן טרויער, 
גלײַך די סטרונעס האָבן זיך צערעדט אף א מענטשלעכער שפּראד און 
געעפנט די הערצער פון די ספּלאװניקעס, זייערע געדאנקען, זייערע בא" 
גערן. 

--- וואלעט! 

צען גיריקע פינגער, װי שפּינען, האַבן געמישט די קאַרטן, און דער 
טאטע האט אַנגעשטרענגט געקאסעט מיט זײַנע שיקערע אויגן, גלײַך ער 
װאַלט עפעס געזוכט אין זיי, געזוכט אין זײַן אייגענעם פארנעפּלטן גע- 
וויסז. עפשער האט אין דעם אויגנבליק טויב און פארנעפלט, װוי רעשטלעך 
פוז א שווערז כאלעס, זיר אוועקגעשטעלט פאר אים זײַן לעב -- דער מא- 
מעס פארזאָרגטע אונטערטעניקע בליקן, די הונגעריקע פּענעמער פון די 
קינדער, 

-- טרעה! 

פון ביידע זײַטן איז געשטאנען א מוירעדיקע, אנגעשטרענגטע שטילי 
קײַט. נאָר דעם טאטנס אַפּנעברענטע הענט האבן ליכט זיך באוועגט 
איבערז טיש, און די פינגער האבן אינעס טאקט פון עליעס ניגן געטאנצט 
א שטומען טאנץ. ס'איז געגאנגען די גרויסע גוירלדיקע שפּיל, און די 
צײַט האט זיד געצויגן אומענדלעד לאנג. עפשער ניט פאר אלעמען. פאך 
מיר אָבער איז עס געוװוען דער לענגסטער אָװנט אין מײַן לעבן. 

-- טויז! 

-- דאמע., 

עליע דער קלעזמער האָט פּלוצעם אופגעהערט שפּילן, װי אלע פיר 
סטרונעס װאַלטן מיטאמאַל געפּלאצט. זײַנע שמאַלע אייגלעך האָבן געקוקט 
אפן טיש, װוּ ס'איז באוועגלאַז געלעגן די ,דאמע". 

די ,דאמע? האָט מיט איין פּאַנעס געקוקט אפן פּאַרעץ און געשמייכלט 
און מיטן צווייטן קאלט און פארגליווערט געקוקט אף מײַן טאטן. מיר 
האט זיך אויסגעוויזן, אז דאס קוקט אזוי אף אים די מאמע, קוקט מיט 
באדויטרונג, װײַל ס'טועו איר וויי דעם טאטנס ,קרומע וועגז". אירע שיין- 
געטאָקטע ליפּן זײַנען פארצויגן װוי אף צו וויינען. זיי באוועגן זיך קוים: 

--- וויפל איז דער שיר? 

און נאָך האָט זיך מיר אויסגעוויזן, אז דער טאטע שטייט פארשעמט, 


137 


פארלוירן, מיט א לויטערער צארטקײַט אין די אויגן. נאָך קיינמאָל האָב 
איך באם טאטן ניט געזען אזעלכע ריינע, ווארעמע בליקן. 

אף א רעגע האָט א בליץ געטאָן א שמייכל אף זײַן פּאָנעם, נאָר דער 
שמייכל --- א לײַכטער ציטער פון צונויפגעפּרעסטע ליפּן ---איז גיכער עג- 
לעך געווען אף אן אויסדרוק פון שװוערע ליידן. אזוי ביטער שמייכלען 
מענטשן, ווען דאָס לאנג דערווארטע גליק איז שוין ניט נייטיק. ריטשקעס 
שווייס זײַנען גערונען איבער זײַן פּאָנעם און באהאלטן די טרערן, װאָס 
האָבן געשטראָמט פון זײַנע אויגן, 

ס'איז שרעקלעך, ווען מענער ויינען! 


איך האָב שוין לאנג אויסגעטרונקען דעם װײַן. שוין לאנג פארלאַזט 
דעם רעסטאָראן. איך גיי ארום מיט שװערע טריט איבערן אלטן ועג. 
פארבײַי דעם ברונעם, איבער דעם זעלבן וועג, וועלכן איך האָב אויסגע- 
שפּאנט מיט פופציק יאָר צוריק. מיך שרעקט ניט מער דער שווארצער 
הילצערנער ציילעם. ער קרעכצט פון אלטקײַט, װוי עמעצער װאָלט געלעגן 
אונטער אים אוֹן געוויינט, 
מיר. גייען נאָך די נעכטיקע טעג, װי פארוויינטע מאמעס, מײַן מאמע, 
וועמענס יונגע שײינקײַט דער טאטע האָט שיר ניט פארשפּילט אין קאָרטן, 

מיט עטלעכע מעטער װײַטער שטראלט ,זאריא? מיט אלע אירע פלַערן, 
א זינגערן, ענלעך אף מײַן מאמען, זינגט ארײַן אין מיקראָפאָן; 


ס'קומט דער אָװונט, ס'ווערט דער הימל 
בלאסער, 
פונעם טשערעמוש די שאָף עס טרינקען 
| | וואסער. 
און אין סעדל אף א באנק באשיידן 
| אפן פּאסטעך ווארט און ווארט זײַן מיידל, 


אין איר געזאנג איז אזויפיל צארטקײַט, אזויפיל קראפט, וויפל בלומען 
אין פרילינג, . 

עס זינגען איר נאָך די ארומיקע בערג, און ס'ברענט איבער זי אין 
פלאמען דער מײַרעוויראנד פונעם הימל. 


שפּליטערס 


י לעצטע צײַט טראכט איך אלץ אָפטער און צודרינג- 
לעכער וועגן מײַן קינדהײַט, גלײַך א װינט װאָלט 
געבלאָזן פון יענע װײַטע יאָרן, וועלכע זײַנען שוין 
לאנג און אף אייביק פארבט. איך בין ניט קיין אָני 
הענגער פון פארהערלעכן די פארגאנגענהײַט, איך 
בין א זון פון מײַן צײַט און געהער איר אינגאנצן 
אויב, אָבער, איך ריר זיך צו מיט ווייטעק צו די הינ- 
טערגעסלעך פון מײַן קליין שטעטעלע, װוּ פרייד און טרויער האָבן בא" 
גלייט מײַנע ערשטע טריט, באגיי איך דעם זעלבן פעלער, וועלכן ס'זײַנען 
פאר מיר באגאנגען און װעלן נאָך מיר באגיין שרײַבער, דערמאַנענדיק 
דעם װײַטן אומפארגעסלעכן קישעף. װײַל די קינדהײַט לאָקט שטענדיק 
מיט איר רײנקײַט און טרוים. װײַל קעגנווארט מוז אויך װערן פארגאנ- 
גענהליט, 
מײַן קיגדהײַט איז זומער, 
ווײֵַל זומער רײַפן די עפּל באם גאלעך אין גאָרטן און װײַטער א ביסל, 
הינטערן צווינטער, וואקסן העפקער פלוימען. זומער בליען די בלומען 
און די סאָסנעס רוישן, און א גרויסער, טיפער סאָד איז פארבאָרגן אין אָט 
דעם זעלטענעם שטראָם פון קלאנגען. די בערג זײַנען אײַנגעהילט אין 
גרינעם זײַד, רופן צו זיך, און דער רוף איז צארט און פארפירעריש, װי 
א מיידלש געזאנג, 
מײַן קינדהײַט איז אָבער אויך ווינטער, 
א קנויל הונגעריקע טעג און א װײַסע אומעטיקע קעלט, װאָס קרעכצט, 
וי א פארשטיקט געוויין, 
מײַן קינדהײַט איז ויזשניץ, א שטעטעלע צעװאָרפן אין א טאָל, 
באם סאמע ארײַנפאָר אין די בוקאָװינער קארפּאטן, װוּ ייִדן האָבן געלעבט 
פון דאַר-דוירעס, 
וויזשניץ! 
'ס'איז גענוג צו צעטיילן דײַן נאָמען אף זילבן, ארויסברענגען יעדן 
טראף עטװאָס צעצויגן, און ס'דאכט זיך, אז ווינטן פײַפן אין די בערג 


139 


און סיקײַקלט דער בארג-טײַך זײַנע ברויזנדיקע וואסערן, אף וועלכע מײַן 
טאטע האָט א לעבן-לאנג ספּלאוװועס געטריבן, 

אויך מײַנע זיידעס און עלטערזיידעס זײַנען געװען פּליטנטרײַבער! 
דער גוירל האָט אפן שפּיץ מעסער געשענקט זיי פרייד. דערפאר אָבער 
איז אין זייער לעבן געווען אן איבערפלוס פון עלנט און טרויער. אלע 
האָבן אָפּגעלעבט זייער צײַט אין שווערער האָרעוואניע און צומאָל אוועק 
פון דער וועלט אין פרעמדע טאכריכים, 

איך נעם די פּען אין האנט, א בלעטל װײַס פּאפּיר. מיר קומט צוהילף 
די שטילקײַט, װאָס קלײַבט זיך צונויף אין מײַן צימער און ציט ארויס 
פון די זיקאָרן-קעמערלעך שפּליטערס פון א װײַטיפארגאנגענער צלײַט. 
שפּליטערס, וועלכע איך פּרוּוו אויסלייגן אין דעם זעלבן סיידער, ווֹי זיי 
וואכן אוף אין זיקאָרן, 


1 מײַן פעטער בערקע 


| = איך פארמאך די אויגן, און אפן טײַך שווימען פּליטנטרײבער, שויי 
מען מיטן שטראָם אראָפּ. די כוואליעס בונטעווען, שפּײַען מיט װײַסן 
שוים, שלאָגן איבער די הענט, איבערן פּאַנעם, און דער װוינט צעטראָגט 
איבער די ברעגעס די אָפּקלאנגען פון פּאַשעטע ייִדישע רייך: 

-- בערקע... עטלעכע קלעצער האָבן זיך אָפּגעריסן און גייען מיט דער 
ברייט!,, ר י 

און בערקע שפּרינגט אראָפּ אין די זידנדיקע וואסערן, ראנגלט זיך 
לאנג און אקשאָנעסדיק, 1 

מײַן פעטער בערקע, | | 

ער האָט געהאט א געשטופּלט פּאָנעם, א רויטלעך שיטער בערדל, איז 
געווען א נידעריקער, מיט ברייטע שפּיציקע אקסלען, װאָס האָבן שטענדיק 
זיך אומרויק געדרייט, װי ס'װואַלט אים עפּעס געביסן. מענטשן האָבן פאר- 
געסן זײַן פאמיליע-נאָמען, אים גערופן פּאָשעט --בערקע טשוכאָן. און 
צומאָל אפילע נאָר --- טשוכאָן, 

עפּעס פון אײיביקער גװוּרע איז געװוען אין זײַן פעסטער, װי ארומ- 
געטעסעטער פיגור. ער איז געווען באוועגלעך, געשיקט, גלײַך ער אין 
באשטאנען פון הוילע פּרוזשינעס. און װען א סאקאַנע האָט געלויערט, 
האָט ער ארומגעטאנצט אף די ספּלאװעס מיט אזא לײַכטקײַט, װי ער 
װאָלט געשפּילט זיך מיטן טײַך. ניט אומזיסט פלעגט מען זאָגן: 

-- פאר בערקע טשוכאָן האָט אפילע דער טוט מוירע! 


הענגט איבערן טײַך א נאקעטער פעלדז. ער וואקסט ארויס פונעם סא" 
מע אָפּגרונט און איז וי צונויפגעלייגט פון גרויסע שטיינערנע פּלאסטן. 
אין זײַנע שפּאלטן בויען פייגל זייערע נעסטן, און צופוסנס קאַכט און 
ברויזט דאָס וואסער, דראָענדיק מיט אומקום יעדן, װאָס פּרוּװוט זיך דער- 
נעענטערן, : | 


140 


מע דערציילט, אז אין גאָר װײַטע צײַטן האָט מען געפֿאנגענע הײַדוקן, 
װאָס האָבן געצונדן פּריצישע הויפן, געשמיסן ביז טוט און דערנאָך 
אראָפּגעװאָרפן פון אָט דעם פעלדז, 

שטייט דער שטיינערנער בארג, װי א שטומער איידעס פון בלוטיקע 
עקזעקוציעס, 

און עטלעכע שפּאן װײַטער בינדן פּליטנטרײַבער אויס זייערע ספּלא- 
וועס. די ארבעט איז א שוערע. הארטע פויסטן דרייען שטריק פון ווער- 
בֿע-צװײַגן, עגבערן לעכער אין די געהילצן. שווייס קומט ארויס אפן ‏ 
שטערן, באגיפט די לײַבער. צארט און דופטיק שמעקן די פרישע גרינע 
ווערבע-זאפטן און מישן זיך אויס מיטן הארבן רייעך פון שוייסיקער 
װוערקײַט, 

א סאך פּלייצעס זײַנען באגאָסן מיט שווייס, און די זון פּאליעט, די 
לופט איז טרוקן, 

רוט אָפּ א װײַלע, כאפּט איבער דעם אָטעםן 

נאָר ניין! נאָך נידעריקער בייגן זיך רוקנס, נאָך גיכער, פלינקער אר- 
בעטן צענדליקער הענט, 

אפן פעלדז האָט זיך באוויזן באראָן פאָן שטיפט. ער האָט אָפּגעקויפט 
זייער צײַט, זײיערע קויכעס. ער צאָלט מיט גראָשנס פארן שוייס פון 
זייערע לײַבער, 


-- גיכער, גיכער, דער טאָג שטייט ניט! 

ארבעט מען פון גאנץ קאיאָר ביז זון-פארגאנג. מע שלאָפט אף שטיי- 
נערנע ברעגעס און מע ווארעמט די רוקנס בא צעלײגטע פײַערן 

ער איז שטרענג, באראָן פאָן שטיפט, ניט גרויזאם, װי זײַנע אורעל- 
טערן, נאָר מאָדערן דעספּאָטיש. צומאָל פארביסן צוריקגעהאלטן, און צו- 
מאָל אומבאגרענעצט ציניש; 

-- מענטשן פון נידעריקן שטאנד דארף מען האלטן אין צוים, אניט 
ווערט די געזעלשאפט פארוואנדלט אין א נעסט פון שלענג, וועלכע קאָ- 
נען יעדן אויגנבליק ארויסלאָזן דעם גיפט, 

און פּליטנטרײבער האָבן מיט א נאיוון גלויבן פארענטפערט זײַן סינע: 

י א סראָרע מעג אלץ.. א סראָרע האָט אן אייגענעם מאלעך אין 
הימל.., 


| און ברעכנדיק זיך אינדרײַען, אים אָפּגעגעבן קאָװועד, 


-איינמאָל האָט דער ווינט אראָפּגעריסן פונעם באראַנס קאָפּ זײַן גרינעם 
טיראָלער הוט און פארטראָגן ביז אין סאמע מיטן טלַך. בערקע, וועלכער 
איז געשטאנען ניט װײַט, האָט זיך באלד א לאָז געטאָן נאָך אים. מ'האָט 
געזען, װי אָנגעשטרענגט ער ראנגלט זיך מיט די כוואליעס. א פּאַר מאָל 
איז ער פארשוווּנדן אונטערן וואסער און װוידער זיך באוויזן. און ווען ער 
האָט זיך אומגעקערט א פארבלוטיקטער מיטן הוט אין דער האנט, האָט 
דער באראָן אים גוטברודעריש א קלאפּ געטאָן איבער דער נאסער פּלײיצע! 

-- דאנקע, מײַן פרוינד! 


141 


און דערלאנגט בערקען א זילבערנעם גולדען, נאָר אין דער זעלבער 
רעגע א שארפן שמיץ געטאָן אים איבערן פּאָנעם, װײַל דער הוט איז גע- 
ווען באפלעקט מיט בלוט, 


בערקע האָט זיך אפילע קיין ריר ניט געטאָן. פּאמעלעך אָפּגעװישט 
מיטן נאסן ארבל די בלו-אַנגעלאָפענע באק, גענומען דעם גולדען צװישן 
די ציין, װי ער װאָלט געפּרוּװוט אים אײַנבײַסן. דאָס רעכטע מילווינקל 
האָט זיך פארצויגן אין א זײַט, דאָס בלוט האָט פארגאָסן זײַנע שמאָלע 
מאנדל-אויגן, און מיט דער גאנצער קראפט פון זײַן באליידיקטער נעשאָי 
מע האָט ער א שלײַדער געטאָן דעם גולדען אין באראָנס גלאט-ראזירטן 
פּארצעף. דערנאָך נידעריק זיך פארגייגט: 

-- נישטאָ פאר װאָס צו דאנקען, מײַן האר! 

און שטיל, וי צו זיך אליין, צוגעגעבן; 

-- א ניטערער בוים גיט ביטערע פרוכטן.. 

און זײַנע פארקרימטע ליפּן האָבן גיפטיק געשמייבלט, 
אין אנדערע צײַטן װאָלט בערקע עפשׂער געלעגן א געבונדענער אפן 
דנאָ פונעם טײַך. איצט אָבער איז ער געשטאנען פארן באראָן אין א 
שטאָלצער, ענערגישער פּאָזע, מיט פונקען אין די אויגן. ער איז געשטא- 
נען אומבאוועגלעך, װי א מאָנומענט. און װײַל די זון האָט צעװאָרפן 
איבער דער ערד אירע לעצטע שטראלן האָט בערקע אין זייער שײַן 
אויסגעזען. װי א טייל פון אָט דעם צאנקענדיקן זומער-טאָג, 


ווער דערמאָנט הײַנט דעם ייִדישן פּליטנטרײַבער? װער געדענקט עס 
מײַן פעטער בערקע --בערקע טשוכאָן? 

נאָר אָפט אין די זומערדיקע פארנאכטן, דאכט זיך, וי אינמיטן טײַך 
שווימט א גרינער טיראָלער הוט, און טראָפּנס בלוט, וי רויטע גללענדיקע 
שטערן, שווימען אים נאָך. 


2 מוידל דער שנײַדער 


א קליין שטיבל הינטערן וואלד. מיט א שווארצן געלאטעטן שינדל- 
דאך, קויטיקע, אָפּגעשײלטע װענט און א גלעזערנע טיר פונפאָרנט, װאָס 
דינט פאר א פענצטער. שטענדיק, װען פונעם בארג יאָגט אָן א וינטל, 
דאכט זיך, אז אפן פּוסטן בוידעם ליגט עמעצער באהאלטן און וויינט איגי 
דערשטיל, | | 

אין שטיבל הערשט א גרויע טונקלקליט. די זון דערגייט ניט װײַטער, 
וי ביז צו דער טיר, בא וועלכער ס'זיצט טאָג און נאכט מוידל דער שניי 
דער, און אין דער לוערנדיקער גרױיקײַט דרייט זיך ארום זײַן דאר, 
אײַנגעשרומפּן װײַבל, װי א דרײַצניאָריק קינד, און טראָגט אלעמאָל אים 
אונטער א ווארעם טעפּעלע מילך, 

-- נא, טרינק... און זאָל דיר זײַן צו גוטן! . 


9* 142 


דאָס גאנצע געסל וייסט, אז בא מוידלען זײַנען די יאָרן געציילטע, 
אז אָפּט פארנאכט-צו ברענט א פארדעכטיק-ברוינער פלאם אף זײַן בלייך 
אָפּגעצויגן פּאָנעם, און אין די ליכטיקע, אָפענע אויגן גליט א הייסער 
שימער... 

אין לאנגע זומערדיקע טעג האָב איך ליב געהאט שטיין פאר מוידלס 
אָפּענער טיר און צוקוקן, װי ער נייט. זײַנע איידעלע פינגער האָבן גע- 
פירט די נאָדל מיט אן אויסגעמאָסטענעם ריטם, און א זעלטענע געשיקט- 
קײַט האָט געשפּילט אין זײַנע באוועגונגען. ער איז געזעסן בא דער אל- 
טער אָפּגעקראָכענער ,זינגער"-מאשין, געשטעפּט די טײַערע שטאָפן, און 
עפּעס א גרויסער אומעט איז געשטאנען הינטער זײַן שמאָלער, געבויגע- 
נער פּלייצע און ארויסגעקוקט פון דעם קליינעם, אָרעמען שטיבל, 


ער האָט גענייט מיט אזא באגײַסטערונג, גלײַך ער װאָלט געשאפן 
קונסט-ווערק, און װוען א שטיקל ארבעט אין פארטיק געװאָרן און ער 
האָט עס אױיסגעפּרעסט, אָנגענײט אף דעם די קנעפּ, האָט ער געמאכט א 
שפּאן אף צוריק און עס באטראכט, װי קינסטלער באטראכטן זײיערע ביל" 
דער. דערבײ האָט דאָס בלייכע פּאָנעם אופגעלויכטן און די פארטריקנטע 
ליפּן האָט בארירט א דינער שמייכל, 


נאָר װאָס האָב איך דעמלט פארשטאנען אין קונסט? ניט געװוסט אפיי 
לע, אז זײַנע מאלבושים טראָגן פּריצים, רײַכע וואלד-סאָכרים. זיי זײַנען 
אנציקט פון דער ארבעט, און קיינער וייסט ניט, אז דער עמעסער בא" 
שעפער איז מוידל דער שנײַדער, א היים-ארבעטער בא יענעם, מיט א 
הייסן ברען אין די ליכטיקע אויגן און מיט א פארדעכטיקן, ברוינעם פלאם 
אפן פּאַנעם... 

מיך האָט געצויגן צו אים, װי א הונגעריקן צו ברויט. איך בין אלץ 
אָפטער געקומען צו זײַן אָפּענער טיר, שאָענװײַז אָפּגעשטאנען, אליין ניט 
װיסנדיק צוליב װאָס, און ביסלעכװײַן געװאָרן א שוטעף צו זײַנע קלוגע 
און רירעוודיקע הענט, צו אלץ, װאָס זיי האָבן באשאפן, 

-- ייִנגעלע, ווילסט עפשער וערן א שנײַדער? 


איך האָב פארשעמט אראָפּגעלאָזט די אויגן, און ער האָט געקוקט אף 
מיר מיט זײַנע מילדע, גוטע אויגן, צוברומענדיק א שטיפעריש, פריילעך 
ניגנדל: 


א שנײַדער נייט א גאנצע װאָך, 
פארדינט א ראניש מיט א לאָך, 


קאָן זײַן, אז גראָד מוידל דער שנײַדער האָט גוירעם געווען דערצו, 
אז איך זאָל אין א פּאָר יאָר ארום אויך זיצן בא דער ניידמאשין און אפן 
גאנצן לעבן אָפּהיטן ליבשאפט צו שנײַדעריי, 

בא דער ארבעט האָט מוידל שטענדיק געזונגען, גלײַך ער װאָלט ארלינ- 
געוועבט אין געניי די צארטקײַט פון זײַן ווייכער, סאמעטענער שטימע, 
זײַן געזאנג, א געמיש פון פאריידישטע דוינעס מיט פרומער כאזאָנישער 
נעגינע, איז געפּלאָסן לײַכט איבער דעם נידעריקן שטיבל, 


149 


צומאָל האָב איך געהערט בא אים לידער, װאָס זייער זין האָב איך נאָך 
דעמלט ניט פארשטאנען, כאָטש מע האָט זיי געזונגען קימאט אין אלע 
ווארשטאטן. 


אָ, גוטע פרײַנט, ווען איך װעל שטארכן, 
טראָגט צו מײַן קייווער אונדזער פאָן... 


אין די יאָמיםינױיראָים האָט ער געדאונט מוסעף אין שנײַדערשן 
שולכל. זײַן לירישער טענאָר איז געווען װי אָנגעמאָסטן פארן אָמעד. 
ס'האָבן זיך געגאָסן רירנדיקע טפילעס, פול מיט ביטאָכן, בענקשאפט און 
אײַנגעהאלטענע טרערן. און ס'איז ניט געווען קיין גלײַכן צו זײַן נעגינע, 

ער האָט פארמאָגט א פול הארץ מיט געזאנג! 

איינמאָל ערעוו יאָמקיפּער איז פּלוצעם ניט געווען ער עס זאָל דאוו- 
נען אין שנײַדערשן שולכל. מוידל איז קראנק געװאָרן. ייִדן אין פארי 
געלטע אָפּגעניצטע טאלייסים זײַנען געשטאנען װי פאריאָסעמט, און אף 
די פּענעמער איז געווען אויסגעקריצט א טיפע זאָרג. מיטאמאָל האָט די 
טיר זיך אופגעריסן און אין דער מענערישער שול איז ארײַן מיט א יע- 
לאָלע מוידלס װײַב. די האָר צעפּאטלט, מיט א ווילדן ברען אין די אויסי 
געשטארצטע אויגן, װי בא א מענטשן, װאָס איז אראָפּ פון זינען, איז זי 
צוגעפאלן צום אָרנקױדעש: 

-- ייִדן בעט ראכמים... מוידל גויסעסט!. 


זי האָט פארשטעלט מיט די הענט די אויגן, װי בא ליכט-יבענטשן, און 
געוויינט אָן טרערן, מיט א טרוקענעם געיאָמער, 

די גאנצע שול האָט זיך א וויג געטאָן. ייִדן האָבן דערפילט א געפּעג- 
טעטע מאכטלאַָזיקײַט, פארלוירן און מיט ראכמאָנעס געקוקט אפן אײג- 
געשרומפּענעם װײַבל, װאָס איז װי נאָך קלענער געװאָרן, און נאקעטע 
קוילעס פון קרעכצן האָבן זיך איבערגערופן מיט עפּעס א יאָמקיפּערדיקן 
קלאָג-ניגן, 

פּלוצעם האָט פון דער מיזרעך-וואנט זיך אָפּגעריסן אן אלט כריפּענדיק 
קאָל: 

-- ייִדענע, מ'טאָר נישט... ס'איז יאָםיהאקאָדעש! 

יאָסל דער קאָלדרעמאכער, א פרומער, עלנטער זאָקן, װאָס האָט אמאָל 
אליין זיך מעפארנעס געווען, און איצט געלעבט פון ,טעג", טאנייסים און 
מישנײַעס, א הויכער, אין א װײַסן קיטל און אין א שוערן טאלעס איי 
בערן קאָפּ, האָט זיך ארויסגערוקט פון אונטערן שטענדער און געמאכט א 
שפּאן פאָרויס. זײַן אױיסגעצװאָגענע, פארגעלטע באָרד האָט געציטערט, 
און אין די טריבע אויגן האָבן געפינקלט פארטרערטע בליקן. ווער ווייסט 
צי פון אלטקײַט, צי עפשער האָט ער געוויינט אזוי. 

צוויי גרויסע ליכט האָבן געברענט פון רעכטס און לינקס. צוויי זײַנע 
שאָטנס זײַנען אָט לענגער געװאָרן, געטאנצט אף די װענט, אָט זיך גע- 
קירצט, זיך אראָפּגעלאָזט צװישן די שטענדערס, גלײַך זיי װאָלטן אין 
שרעק זיך באהאלטן, ער האָט טיף זיך אײַנגעהילט אינעם אלטן טאלעס, 


9--9 144 


מיט ביידע דארע הענט זיך אָנגענומען פאר דער אטאָרע און ניט זייער 
הויך, נאָר דײַטלעך און אנטשלאָסן אויסגערופן: 

-- ייִדן זײַט איידעס... איך, יויסעף בען אװוראָהאָם, גיב אָפּ דעם רעשט 
פון מײַנע יאָרן.. 

א פארקלעמטער פּאכעד האָט געשװועבט איבער דער שול. אלע געגג- 
שטאנדן האָבן פּלוצעם פארלוירן זייער קלאָרע פאָרם, און ס'האָט אויסגע- 
זען, װי די וװוענט הייבן אָן זיך וואקלען. נאָר די ליכט האָבן געברענט 
פרעמד און גלײַכגילטיק, געוויינט מיט װײַסע כיילעוויטרערן, און זייער 
אָפּשײַן איז געפאלן אומרויק און פאנטאסטיש אפן זאָקנס פּאָנעם. ער האָט 
אויסגעקרעכצט דעם ניידער ביזן סאָף, זיך אױסגעגלײַכט, װי ער װאָלט 
מיטאמאָל דערפילט א לײַכטקײַט, אופגעהויבן די אויגן צום געזימס פון 
אָרנקױדעש און עפּעס א מורמל געטאָן, אליין ניט אָפּגעבנדיק זיך קיין 
כעזשבן, װאָס ער מורמלט: א טפילע אַדער ווידע... דערנאָך האָט ער זיך 
אריבערגעבויגן צו מוידלס װײַב און שטיל, מיט א פאָטערלעך-טרייסטנדי- 
קער שטימע באפוילן; 

-- איצט גיי... דער קאװועיאָכל װועט מאסקים זײַן... ער איז שוין מאס- 
קים געווען.. 


און אראָפּלאָזנדיק דעם טאלעס איבער די אויגן, גלײַך ער װאָלט דער" 
מיט אָנגעדײַט, אז ער האָט אלץ אף דער וועלט שוין אָפּגעטאָן, האָט ער 
וי צוגעטראָגן צום אָמעד זײַן דארן, הויכן קערפּער, װי װײַסע פליגל 
אױסגעשפּרײט איבערן פּאָרויכעס זײַנע לאנגע הענט, און מיט א געבראָכן 
קאָל גענומען אויסזינגען דעם דוירעסדיקיאלטן, פײַערלעכן ניגן קאַל- 
נידריי.., 


אפן אנדערן טאָג פּונקט צו נילע איז מוידל דער שנײַדער אויסגעגאנ- 
גען. אוועק פון דער וועלט און גאָרנישט ניט איבערגעלאָזט, אכוץ אן אל- 
טער, אָפּגעקראָכענער ניידמאשין, א דאר אײַנגעשרומפּן װײַבל, װאָס האָט 
אויסגעזען, װי א קינד, און הארציקע ניגונים, וועלכע מע האָט נאָך לאנג 
דערמאָנט, סײַ אין שנײַדערשן שולכל, סײַ אין די באלמעלאַכישע וואר- 
שטאטן, 

ארום האָט זיך פארקליבן א טונקעלער, אומעטיקער אָװנט. טיף אין 
די סאָסנעס האָט שטיל גערוישט דער וינט, און מיר האָט זיך געדאכט, 
וי ס'פּלאָנטערן זיך אין אים מוידלס צארטע, לירישע טענער: 


פייגל פליֶען אוועק -- נעסטן בלליבן, 
מענטשן שטארבן -- לידער בלײיבן... 


אפן דאָרעמדיקן הימל האָבן אופגעבליצט עטלעכע שטערן און קאלט 
געפיגקלט,,, 


149 


3 כיידער-נעכט 


דער זומער איז װי שטענדיק גיך פארבלי, 

פון די בערג איז אראָפּגעהאנגען א דריבנער רעגן, פון וועלכן די 
הינטערגעסלעך זײַנען געװאָרן שווארץ און די שטיבלעך װי נאָך מער 
אײַנגעהױקערט. דער דרויסן איז ליידיק געװאָרן, און יינגלעך, װאָס האָבן 
א גאנצן זומער העפקערע זיך ארומגעטראָגן איבער די ועלדער, זײַנען 
געזעסן אין כיידער, ארום א לאנגן טיש, און מיט דינע שטימעלעך אויס- 
געזונגען פּסוקים פון כומעש. אױבנאָן איז געזעסן דער רעבע כאלםיהערש 
אין זײַן גראָבן לײַװנטענעם העמד מיט ברייטע ארבל און אין אן אָפּגע- 
בליאקעוועט וועסטל, ווער ווייסט פון וועלכע צײַטן. זײַנע גרויע באָרד- 
אוןיפּייעס האָבן זיך װי גערייכערט ארום דעם לענגלעך, פון צופיל טאניי- 
סים אױיסגעמאָגערט פּאָנעם. ער האָט אויסגעזען װי א מענטש, וועמען דאָס 
לעבן האָט ביטער אָפּגענארט, נאָר װען ער האָט פאר קינדער אויסגע- 
טײַטשט די סעדרע, איבערדערציילט זי מיט אייגענע װערטער, האָט ער 
זיך אינגאנצן פארענדערט, אימפּראָװיזירט מיט אזויפיל פארב און ברען, 
גלײַך ער װאָלט אליין בײַגעװען באם באשאפן די וועלט, 

שטילער, שטילער, קינדער לערנען בעריישיס!.. 


אין די יונגע יאָרן האָט כאיםיהערשן פארטראָגן מעייווערילעיאם. ער 
האָט געדאָרשט נאָך גליק און אָנגעטראָפן אף א װעלט, װאָס איז געווען 
שלעכט און בייז, אף א ועלט, װוּ דער עמעס און יוישער איז געלעגן 
אונטער קופּעס גאָלד און אונטער בערג מיט פאלשקײַט, 

פון זײַן נעסלע האָט ער זיך אומגעקערט א געעלטערטער, לאנג זיך 
ניט גענומען פאר קיין שום ארבעט, נאָר א גאנצן זומער פארפאלן געװאָרן 
אין די בערג, װי אן אויסגעהונגערטער, זיך געזעטיקט מיט די שיינע היל" 
מישע ראכוועסן, און ערשט נאָך סוקעס געעפנט אין די הינטערגעסלעך א 
כיידער, גלײַך ער װאָלט אין דער קינדערשער רײינקײַט געזוכט א טרייסט 
פאר זײַן באאוולט לעבן, | 

מיט װאָס פאר א ברען מיר האָבן געלערנט בא אים! 

ער האָט געקנעלט מיט אונדז ניט נאַר כומעש מיט ראשע, נאָר אויך 
געמאכט הערן, וולאזוי ס'וואקסן גרעזער, ס'ריידן די בלומען, ס'זינגט אין 
פרילינג דער צעלאָזטער שׂביייא - | | 

אין אזעלכע מינוטן איז אין כיידער געווען אזוי שטיל, אז מע האָט 
געהערט, װי דער קנויט אין לאָמפּ זויגט דעם נאפט, 

איך קאָן הײַנט ניט זאָגן, צי איז כאיםיהערש געװען א לערנער, א 
קענער, נאָר אין יענע װײַטע קינדערײיאָרן האָט זיך מיר געדאכט, אז 
ס'ניטאָ אין דער וועלט קיין זאך, ער זאָל ניט וויסן. 


...ערשטע ווינטערדיקע נעכט! 
א יונגער פרישער שניי פאלט איבער די געסלעך. פון אלע זײַטן 


146 


שפּארן אין פּאָנעם פריילעכע, שפּילעװדיקע שנייעלעך, וואלגערן זיך אוני 
טער די טריט, באצירן די שטיבלעך און פינקלען אראָפּ פון די ביימער, 
כיידער-יינגלעך מיט לאמטערנס פון אויסגעהוילטן ארבוז אין די פויסטי 
לעך גייען אהיים. בלוילעכע שאָטנס טאנצן אפן שניי אין א לוסטיקן גע- 
װעט מיטן געלן אָפּשײַן פון וואקסענע ליכטלעך. אלץ דורכזיכטיק און 
לײַכט, װי אין א פרידלעכן כאָלעם, 

פּלוצעם הינט, פּריצישע הינט, װי לייבן די גרייס, יאָגן אָן מיט א 
האװוקערײַ, דערשראָקענע קינדערשע קוילעס גיסן זיך צונויף מיט א בייזן 
געװאָי. אף א שליטן מיט צוויי ברענענדיקע פערד געשפּאנט טראָגט אָן 
וי א וויכער דעם באזיצער פון אלע ארומיקע װועלדער, דעם יונגן באראָן 
פאָן שטיפט, 

-- היי, פערלאוזטעס יודען-שאר! 

אפן שניי זײַנען געבליבן צעפליקטע שטיקער פון אלטע, געלאטעטע 
מאלבושים און צעטראָטענע אױיסגעלאָשענע לאמטערנס, 


כיידער-יינגלעך -- קינדער פון די הינטערגעסלעך! 

מיר האָבן ליב געהאט כאיִם:הערשן, כאָטש מיר האָבן נאָך דעמלט גיט 
פארשטאנען, װאָס ער מיינט, װוען ער האָט אין איינעם אן אָװנט א זאָג 
געטאָן; | 

-- די וװועלט איז גרויזאם, קינדער.. דער שטראָם פון טרערן הערט 
ניט אוף,.. מיט טרערן אָבער קאָן מען קיין טרערן ניט אָפּשטעלן.. 

מיר זײַנען געווען נאָך קינדער. מיר האָבן איניינעם, וי סטײַעס 
פייגל, זיך ארומגעטראָגן איבער די בערג, איניינעם געריסן עפּל באם גא- 
לעך אין גאָרטן. און דער הויכער, ברײטפּלײיציקער גאלעך מיט די לאנגע 
האָר, מיטן ברייטן גרינעם גארטל ביז צום ציילעם אף דער ברוסט, האָט 
אונדז קיינמאָל ניט ארויסגעטריבן, און מיר האָבן געמיינט, אז ער זעט 
אונדז ניט, 

עפשער איז עס געווען דער זעלבער גאלעך, וועלכער איז אין די פינצ- 
טערע יאָרן פון מאָרד ארויס מיט די צלאָמים קעגן א באנדע צעבושעווע- 
טע ראָצכים, ניט דערלאָזט, אז אין זײַן דאָרף זאָל מען שעכטן יידן 

קינדער פון די הינטערגעסלעך! 

מיר זײַנען אויסגעוואקסן, גרויס געװאָרן. מיטאמאָל פארשטאנען, אז 
מיט קיין טרערן קאָן מען קיין טרערן ניט אָפּשטעלן... מיר האָבן גענומען 
שפּינען כאלוימעס וועגן א נײַער וװעלט. די ליכטער פון דער גרױסשטאָט 
האָבן אויך אונדז געלאָקט, גערופן. און מיר זײַנען ארויס פון די הינטער" 
געסלעך אף די וועגן פון לעבן.. | | 


מיאוווולי? = ילק = פיישישייה-- היייהויישיע.-: פהייהלקלם = אסוההוסש = מסילטועט = ואויהאסט? = פסרעהטטאווען = מטטשמייה -- מאפאסונטען - ואיייייס - (יייויים- !=== !5י5. א א אי א יי הער" ,ער ,טע טע אט א 


וויזשניץ --- היים מײַנע! | 

מיט נײַע גאסן, נײַע הײַזער, מיט א נײַעם דאָר.. נאָר צומאָל דאכט 
זיד, אז דײַן נאָמען, צעלייגט אין טראפן, איז װי אן אָפּקלאנג פון מײַן 
פריידיקער און באאוולטער קינדהײַט, | יו 


147 


דאָס לעבן גייט װײַטער 


ײַנער א פרײַנט, א לײַדנשאפטלעכער ליבהאָבער פון 
זעלטענע ביכער, האָט פּלוצעם אין א טאָג מיר גע- 
בראכט א מאטאָנע. | 

-- זע, װאָס כ'האָב אויסגעפונען, דיר װעט עס זי- 
כער ניצן, 

און ער האָט מיר דערלאנגט א זייער אלט, אינ- 
גאנצן דורכגעזאפּט מיט רייכעס פון שימל, צעשיט 
סייפערל, װאָס איז ער ווייסט וויפל צײַט אָפּגעלעגן ערגעץ אף א בוידעם 
און זיך געקרישלט פון אלטקליט, 

-- א טכינע!-- האָב איך פארװונדערט אויסגערופן און פאַרזיכטיק, 
וי צו א טײַערן אויצער, זיך צוגערירט צו די פארגעלטע שיימעס, און בא 
יעדן ריר האָט זיך מיר אויסגעוויזן, אז איך טאפּ אָן אף די זײַטלעך שפּורן 
פון װײַבערשע פינגער, פיל די בר;ענדיקע הײסקײַט פון פארגאַסענע 
טרערן, צערונענע איבער די אָפּנעבליאקעװעטע אויסיעס. 

גאָט מײַנער! וויפל דוירעס ייִדישע טעכטער האָבן געזוכט א טרייסט 
אין די טפילעס, פארטײַטשטע אף מאמעלאָשן.. 

און איך האָב דערמאָנט זיך אין מײַן מאמען, 


קינדער געדענקען זעלטן זייער מוטער יונג און שיין, װײַל דאָס קע- 
נען שעצן שײנקײַט קומט א סאך שפּעטער, ווען די צײַט האָט שוין בא" 
וויזן היפּש צו פארשלינגען דעם באכיינטן פלאטער פון פרוייישער בללונג, 

אויך איך געדענק מײַן מאמע גרוי און אײַנגעשרומפּן, מיט צייכנס פון 
מידקלַיט אפן פּאָנעם. זי פלעגט יעדן שאבעס זיך פארקלליבן אין א ויגי 
קעלע און, װי א יערושע פון אײביקער בענקשאפט, לייענען די טכינע 
מיט א געבראָכן קאָל: 

-- איך בעט דיך, גאָט ליבער, אז עס זאָל קומען פאר דיר מײַן געבעט 
און זאָלסט נייגן דײַן אויער צו מײַן געשריי,,, -- איבערן אלקער האָט א 
טיפער פארלוירענער קרעכץ א שניט געטאָן, װי א מעסער, און מיר האָט 


148 


זיך געדאכט, אז איך הער דאָס נאסע פאלן פון טרערן איבערן פארגעלטן 
פּאפּיר, 

מע האָט דערציילט, אז מײַן מאמע איז געווען א שיײנהײַט. און איך 
האָב, װי אין א כאָלעם, זיך פאָרגעשטעלט א יונג מאט-הויטיק פּאָנעם 
מיט גרויסע, שפּילנדיקע אויגן, באשאָטנטע פון צארט געוועלבטע ברעמען, 
די אויגן האָבן אלעמאָל געביטן זייער אויסדרוק: אָט שטיפערישע, מיט א 
סאמעטענעם בליץ, אָט ערנסטע, פארטראכטע. שווער געפאלדעוועטע האָר 
זײַנען מיט א װילדקײַט אראָפּגעפאלן איבער איידעלע, שמאָלע אקסלען-- 
א שײנקײַט, וועלכע האָט זיך נישט געװאָרפן אין די אויגן, נאָר פארכאפּט 
מיט רירנדיקער צארטקײַט, װי א נישט צעװיקלטע בלום, 

צי אזוי טאקע האָט מײַן מאמע אויסגעזען אין איר בלי, ווייס איך 
נישט פּינקטלעך. קינדער געדענקען זעלטן זייער מוטער יונג און שיין 
נאָר װאָס איך ווייס אף זיכער: דאָס לעבן האָט צוגעײַלט דעם אומזיניק- 
פארניכטנדיקן לויף פון איר שינקײַט, און זי אין אלט געװאָרן, נאָך 
זײַענדיק גאָר יונג, 

דאָס לעבן שוינט נישט, ווען צײַטן זײַנען גרויזאם.. 


מײַן מאמע האָט געשטאמט פון א קליין דערפל, א פארלוירנס אין דער 
סאמע טיף פון די קארפּאטן, װוּ אין שטרענגע טונקעלע װעלדער האָבן 
אין אלטע צײַטן געלעבט דרייסטע הײַדוקן, געהאט דאָרט צוישן פעלדזן 
זייערע פארבאָרגענע היילן, פונוואנען זיי פלעגן באפאלן פּריצישע הויפן., 
און אלעמאָל, ווען די זון האָט אָנגעצונדן דעם מײַרעוו, האָט זיך געדאכט: 
רײַכע פּאלאצן שטייען נאָך אלץ אין פלאמען.. 

בא די ראנדן פון דאָרף האָבן מיט שטארקער פארזאָרגטקײַט זיך גע" 
טוליעט אלטע ייִדישע כאטקעס פון וואלדהעקער און פּליטנטרײַבער, גע- 
בלינצלט מיט קרומע פארשטויבטע פענצטער. וי זיי װאָלטן אין א פאר" 
טראָגענעם דרעמל געזען די שטעגן און סטעזשקעס, װעלכע סהאָט א 
פארטיפטער אין זײַנע מאכשאָװעס, אױיסגעשפּאנט דער באלשעמטאָו, 

די וועלדער האָבן גערוישט מיט אזא שטילער פארטראכטקײיט, גללײַך 
זיי װאָלטן דערציילט אלטע הוצולישע לעגענדעס אָדער געמורמלט כסידי- 
שע נעגינעס, און דער וינט, אָנגעזעטיקט מיט פארצײַטיקע שטימונגען, 
האָט געטראָגן איבער די בערג זײַן אײביקן ניגן, 

און מײַן מאמען האָבן פון געבוירן אָן באגלייט טעג, אַנגעפילטע װי 
לאָגלען, מיטן קישעף פון א צויבער-וועלט, 

אפילע דעמלט, וען זי האָט פארלאָזט די היים פון איר טאטן און 
אוועק מיט איר באשערטן צו די ברעגעס פון א שטעטלשן טליך, װוּ טאָג 
און נאכט האָבן גערעוועט די זעגמילן, איז װי א רײַכער נאדן איר נאַכ- 
געגאנגען דער זײַדענער קלאנג פון היימישע בערג, 


מײַן קינדהײַט איז פארוויגט געווען מיט מײַסעלעך און לידער, 
די מאמע האָט די לידער געזונגען, גלליך זי װאָלט געפירט א שטענ- 


149 


דיקן שמועס מיט איר פארלאָזטער דאָרפישער היים. איר שטים איז גע" 
ווען א ווארעמע, א לויטערע, 


היט אײַך, גוטע מענטשף - 
רויבער טראָגן זיך װי פײַל פון בויגן! 


און א גאנצער וויכער פון שטורמישע קלאנגען האָט דערציילט פון 
רויבער אף שווארצע פערד מיט פײַערדיקע גריוועס, רויבער, װאָס האָבן 
אין פינצטערע נעכט זיך געטראָגן איבער פארפּלאָנטערטע וועגן, און פון 
אויסגעלאָשענע דערשראָקענע ייִדישע שטיבער מיט פארהאקטע טיר-און- 
טויער, װאָס האָבן אומרויק געדרעמלט, | 1 

זי האָט געזונגען מיט אזא לײַדנשאפט, וי אָט-אָט, און די רויבער 
וועלן אָנקלאפּן אין פענצטער, | 

א צווייט מאָל האָט זי פארצויגן שטיל, װי א זיפץ:; 


וער עס וויל די געשיכטע אויסהערן, 
דער זאָל די נאכט נישט שלאָפן, 

אוי, די געשיכטע איז טרויעריק, 
װאָס האָט מיט א מיידל געטראָפן, 


און פון זיך אליין האָבן די ווערטער זיך אויסגעלייגט אין א ליד פון 
א ייִדיש מיידל, וועלכע א יונגער פּאניטש האָט אין איינעם א טאָג פאר- 
שלעפּט אין וואלד: 


די רעכטע האנט איר אויסגעדרייט 
און דעם פוס דעם לינקן, 


און אזוי א געפּענטעטע איבערגעלאָזט אין א קאָליבע אָן א דאך, 

און עפּעס זייער אומעטיק איז מיר געװאָרן פון מײַן מאמעס געזאנג, 
א געזאנג וועגן אומרעכט און ווילקיר, 

א סאך לידער האָב איך דערנאָך געהערט אין מײַן לעבן, פריילעכע און 
טרויעריקע. נאָר די לידער, װאָס האָבן אײַנגעשלעפערט מײַן קינדהײַט, 
זינגען און שאלן אין מײַן דאנקבאר געמיט ביז הײַנט. און אויב איך קען 
זי נישט נאַכדערציילן, אין עס, װײַזט אויס דערפאר, װײַל מיר פעלט 
יענע פארב, וועלכע ס'האָט פארמאַגט מײַן מאמע, -- מײַן הארציקע שע- 
כערעזאדע, י: 

די װעלט איז געשטאנען פאר א גרויסן בלוטיקן מאבל.. די וועלט 
האָט זיך דערמאַנט אין װײַטע פארנעפּלטע אינקויזיציע-צײַטן, 

בערלין. רוים. טאָקיאָ. 

פאקעל-צוגן האָבן אָנגעצונדן פינצטערע נעכט. אף שײַטערהויפנס האָט 
געברענט דער מענטשלעכער גײַסט, און דער עכאָ פון װילדער רעציכע 
האָט אָפּגעהילכט אין די קארפּאטןיבערג: 

-- ייִדן זײַנען בייזע גײַסטער!. 

..ס'איז געווען א שנײ-װײַסער וינטערדיקער פרײַטיקיצונאכטס. א 
ברענענדיקער פראָסט האָט צעשפּילט זיך אף די שויבן. 


150 


די קעלט האָט ארײַנגעדרונגען דורך די שפּארונעס אין שטוב, און די 
אָנגעצונדענע ליכט אין די מעשענע לײַכטער האָבן געברענט מיט א 
בלייכער ציטערנדיקער שײַן. מײַן מאמע איז געשטאנען איבער די שאי 
בעס-ליכט אן אױסגעגלײַכטע, װי זי װאָלט מיטאמאָל ייַנגער גע- 
װאָרן,. זי האָט לײַכט זיך געויגט אינעם ריטם פון איר אייגע- 
נעם געמורמל: 

-- ליכער הארציקער גאָט, פארנעם מײַן טפילע, דען ווען שוין אלע 
טויערן זײַנען צוגעשלאָסן, אווי זײַנען דאָך די טויערן פון טרערן ניט 
פארשלאָסן... 

די ווערטער זײַנען געפאלן אױסגעטאָקט, װי קארעלן, 

מיטאמאָל איז די מאמע אנשוויגן געװאָרן. פון ערגעץ גאָר װײַט האָט 
זיך ארײַנגעריסן אין איר טפילע א שװוערער קלאנג פון קלויסטעריגלע- 
קער. 

בים... באַם... 

זי האָט אופגעציטערט און פּאמעלעך גענומען אראָפּשארן די הענט פון 
איר פארדעקט פּאָנעם, װי זי װאָלט אין די פויסטן צונויפגענומען די 
טרערן, װאָס האָבן זיך אָנגעזאמלט אין די פארויינטע, צעאקערטע 
קגייטשן, 

-- גוטישאבעס! | | 

און זי האָט מיט אן אײַנגעהאלטענעם אָטעם זיך צוגעהערט צום דרויסן, 

אין יענער נאכט האָט מען פון די אלטארן געפּרײדיקט ,, מענטשן-לי- 
בע?, און, װי צעלאָזטער כיילעוו, איז געפלאָסן אין די הערצער פון גלוי- 
ביקע: 

-- ייִדֹן זײַנען בייזע גײַסטער... 

גזיירעס... גזיירעס.., 

וי שווארצע קראָען, זײַנען זי אָנגעפלויגן, און, װי פון זינען גע- 
רירטע, אראָפּגעשרלען פון אלע הײַזער, פון אלע פּלױטן; ,ייִדן דארפן מיט 
דאָקומענטן אָדער איידעס נאָכװײַזן זייער בירגערירעכט, באקומענע מיט 
זיבעציק יאָר צוריק,," 

דאָקומענטן זײַנען מיט דער צײַט פארפאלן געגאנגען, איידעס זײַנען 
קימאט אלע אוועק אין דער אײביקײט, און הונדערטער יידן פון די צו" 
געקומענע עסטרײַכישע פּראָװינצן זײַנען מיטאמאָל פארעכנט געװאָרן 
פאר פרעמדע, 


די בריקן, װאָס לאנגע דוירעס האָבן געבויט, זײַנען אײַנגעבראָכן גע- 
װאָרן, און מײַן מאמעס בערג, מײַן מאמעס וועלדער זײַנען איבערנאכט 
געװאָרן די היים פון הײימלאָזע... 


די מאמע האָט פרום אופגעהויבן די אויגן צום הימל און צונויפגע- 
לייגט די הענט אין א פאָרכטיק געבעט; 


-- גאָט נארעמהארציקער, באהיט און באשיץ אונדז! 
ס'איז געווען א געשריי פון פארצווייפלונג און ביטאָכן, 


און די װועלט איז געשטאנען פאר א בלוטיקן מאבל.. 
151 


צו די גזיירעס האָט אין א לויטערן זומער-טאָג פון נײַנצן הונדערט 
פערציק גענומען א סאָף. א ליכטיקער שטראל פון מיזרעך האָט געבראכט 
האָפענונג און גלויבן, 

זומער, ווינטער און ווידעראמאָל זומער,.. און א שרעקלעכער פארטאָג 
האָט אופגעוועקט די וועלט, 

מעכטיקע אעראָפּלאנען מיט שווארצע קרייצן אף די פליגל האָבן אָנ- 
געיאָנט מיט א מוירעדיקן געװואָי, געזייט טויט און פארניכטונג, 

-- אוֹי! -- האָט מײַן מאמע אויסגערופן, --איר פּאָנעם אין געװען 
בלייך, און א שטומער צאר האָט ארויסגעקוקט פון אירע אויגן. אזא האָב 
איך מײַן מאמע נאָך קיינמאָל נישט געזען.---װאָס װעט זײַן מיט אונדז? 

די פראגע איז געווען אלט װי דאָס לעבן. װאָס איז געװען צו ענט- 
פערן? די װעלט האָט נאָך נישט געװוּסט פון גאז-אויוונס און אויסגע- 
ברענטע צייכנס אף נאקעטע לײַבער... נישט געװוּסט פון אָשװענצים און 
טרעבלינקע, 

און איך האָב געפּרוּװוט די מאמע טרײיסטן; 

-- די מילכאַמע װועט לאנג נישט דויערן! 

און אליין גענליבן א נישט געטרייסטער, 


דער טאָג איז געווען א זעלטן לויטערער, די בערג האָבן געגלאנצט 
אנטקעגן דער זון מיט זייער גאנצער פּראכט און צירונג. און ס'האָט גע- 
ווייט פון זיי מיט געצוימטער גוטמוטיקער רוַקײַט, 

א פֿױגל איז פארבײַגעפלויגן, געטראָגן פאר זײַן נעסט א שטרויעלע 
אין שנאָבל. די פליִער האָבן געטראָגן טויט, 

מײַן מאמע האָט פאריסן די אויגן צום הימל, אָבער די געטער זײַנען 
געווען אף דער ערד.. 

אין יענעם טאָג האָב איך פארלאָזט מײַן מאמען און איר שטוב, די 
מילכאָמע האָט געווארט אף מיר, פארלאָזט און נישט געװוּסט, אז אף 
שטענדיק, 

צי האָב איך געקענט מײַן מאמען? װאָס ווייס איך וועגן איר? 

אין יענע יאָרן ווען זי האָט געזאָלט, װי א בוך, זײַן פאר מיר אָפן, 
האָב איך קימאט נישט ארײַנגעקוקט אין דעם בוך. איצט, ווען די זײַטלעך 
זײַנען פארמאכט אף אײביק, זע איך אָפט איינצלנע שורעס אין כאָלעם. 

איך זע מײַן מאמע אין שווארצן אײַנגעהילט, זי האלט דעם קאָפּ אָנגע- 
שפּארט אף אירע אָפּנעצערטע הענט, און א לײַכט ווינטל צערטלט אירע 
גרויע צעפּאטלטע האָר. איר בליק איז פארטראכט, גלײַך ער װאָלט פאר- 
מאָגט די פײיקײַט פארגליווערט צו ווערן אפן געגנשטאנד, אף וועלכן ער 
איז געצילט, עפּעס פרעגן בא מיר אירע ליפּן, און מיר דאכט זיך, איך 
הער אָפּגעריסענע ווערטער. 

-- ויַאזוי האָסטו געוואגט מיך איבערלאָזן איינע אליין? 

איך פּרוּוו זיך פארענטפערן, נאָר מײַנע רייד װערן פארשלונגען פון 
הצלישע פלאמען, 

-- וי אלט ביסטו, מאמעניו? 


152 


זי קוקט אף מיר און שװײַגט. און איך פארשטיי, אז כ'בין באגאנגען 
א פעלער. נישט געטאָרט פארגעסן איר עלטער, 

מײַן מאמע איז אלט וי די וועלט, זי איז אָפּגעגאנגען מיט אלע דוי 
רעס, מיט אלע צײַטן דעם לאנגן וועג פון ראנגלענישן און פּײַן, 


אה 56 


איך בלעטער א זייער אלטע טכינע, א פארשטומטע, װי א פידל מיט 
געפּלאצטע סטרונעס. די זײַטלעך זײַנען פארגאָסן מיט איסגעטריקנטע 
טרערן. די אויסיעס זײַנען אויך שוין פארווישט. איך פיל די ווארעמקײַט 
פון מײַן מאמעס שערשאווע הענט, דעם הויך פוֹן איר אָטעם, 

זי אין שוין לאנג נישטאָ, מײַן גוטע, שעמעוודיקע, פרומע מאמע. און 
טויזנטער אנדערע מאמעס זײַנען אויך נישטאָ. 

ערגעץ באם ראנד פון די קארפּאטןיבערג איז א מאסן-קייווער פאראן, 
אן איבערגעפולטער מיט צאר און בלוט. דאָרט איז מײַן מאמע באגראָבן. 

קיין דאָקומענטן זײַנען נישט פאראן... איידעס אויך נישט.. נאָר דער 
ווינט טראָגט איבער די בערג זײַן אײיביקן ניגן, װי אן אײביקן קאדיש.. 

און דאָס לעבן גייט װײַטער, 


צווישן קאַסעװו און קיטעוו 


עגן לויפן בארג-אראָפּ. וועגן קרייצן זיך, װי מענטש- 
לעכע לעבנס, 

גרויע אספאלטירטע ועגן פּלאָנטערן זיך צװישן 
אלטע װײַסע הײַזלעך מיט גאנעקלעך פון פאָרנט, און 
עפּעס א בענקשאפט קוקט ארויס פון די צארטיפאר-י 
האנגענע פענצטער, טרויעריק און פארטראכט, 

אָט שארט זיך מיט שטילע טריט א באָכערל, ער 
טוט פאָרזיכטיק א קלאפּ אין פענצטער, און אפן גאנעקל באװײַזט זיך ראָ- 
כעלע צי ברײַנעלע, מיט לאנגע צעפּ און א פײַערדיקן אומרו אין קוילי 
שווארצע אויגן, 

-- װאָס אזוי שפּעט, אוורעמעלע? 

מיראזש... בלענדעניש.. 

זיי זײַנען שוין לאנג אף דער װעלט נישטאָ, די אוורעמעלעך, מיט 
ווארעמע הערצער, װאָס האָבן, פארבלענדטע פון עפּעס א גרויסער שׁליי 
כעס, אונטער שטעכיקע בליקן פון זשאנדארן און געהיים-יאגענטן, זיך גע- 
צויגן צו א נײַער וועלט... און קאלע-מיידלעך האָבן אין די אָװנטן שטיל 
געבענקט, און די בענקשאפט זייערע אף זײַדענע טפילן-זעקלעך אויסגע- 
נייט, 

בלייכע שאָטנס פון פארגאנגענע יאָרן! 


איך גיי מיט דער , פּולישער זײַט? צװישן קאָסעװו און קיטעוו, 

ס'איז זונטיק, 

מענטשן גייען פונעם יאריד, פריילעכע, טומלדיקע. אנדערע מענטשן 
אף די זעלבע וועגן,. עמעצער פארציט אן אלטן הוצולישן ניגן, כאפּן שטלײ 
מען אונטער דעם רעפרען, און די בערג ענטפערן אָפּ! 

-- העי -- העי... האָ -- יאָ! 

בא א קרייצוועג שטייט א ברונעם מיט א הילצערנער באנק און א 
הילצערנעם ציילעם, א זייכער פון אמאָליקע צײַטן. די וואסער איז פריש 


154 


און דערקוויקנדיק. פארטאָג גייט פון זײַן טיפקײַט אוף די זון, און. פאר- 
נאכט באהאלט זי אין זײַן אָפּגרונט דאָס גאָלד פון אירע שטראלן, 
באם ברונעם זיצט א בלינדער באנדוריסט, אויך וי א זייכער פֿון 
אמאָל, זײַנע צעקרימטע, קנאָכיקע פינגער לויפן פלינק איבער די פילי 
צאָליקע סטרונעס, און א טרויעריקער דוינעיטרילער ציטערט אין דער 
לופט: 
-- העי -- העי,,. האָ--יאָי.. 


דעמלט איז אויך געווען זוגנטיק, 

מאמעס, וי גערירטע פון זינען, מיט קליינע דערשראָקענע קינדער אף 
די הענט, זײַנען געלאָפן איבער די וועגן און סטעזשקעס, װאָס האָבן זיך 
געפּלאָנטערט. בלוטיקע סרייפעס האָבן זיי באגלייט, 


די וועלדער האָבן טויב גערוישט, און בא די קרייצוועגן זײַנען פאר- 
סאמטע ברונעמס, ענלעכע אף ניט פארשיטע קװאָרים, געשטאָרבן איניי- 
נעם מיט דער ליד פונעם באנדוריסט, וועלכער האָט נאָך נעכטן געזונגען: 


פייגל פון װײַטע קאנטן קומען אונדזערע דוינעס הערן, 
בא אונדז זײַנען לידער און בלומען פאראן, 

און שטיבער פול מיט טרערן... 

העי -- העי, האָ -- יאָ! 


די זון פארקערעוועט אף מײַרעו. : 

רויטע שטראלן בלאַנדזשען איבער די וועגן. איך די פענצטער ברענט 
א בלוטיק פּײַער, און װײַט אינעם לויטערן הימל שנײַדן זיך ארלין גאָל- 
דענע צלאָמים אף בונטע סלאווישע קלויסטער-טורעמס און טרינקען זיך 
אין דער טיף פונעם קלאָרן טײַך, װאָס קײַקלט בארג-אראָפּ זײַנע ברויזנ- 
דיקע וואסערן, 

באם ברעג פונעם טײַך וואקסן ווערבעס, אלטע ווערבעס, 

צוישן די ווערבעס -- מאסן-קװאָרים. און צוקאָפּנס פון די פריצליטיק- 
פארשניטענע לעבנס שטייט, װוי א ריזיקע מאצייווע, א שטיינערנער בארג, 

און די וועלדער זינגען... זינגען מעכטיק, װי אן אָרגאן, זייער פריילעך 
און אײיביק געזאנג... 

-- העי -- העי... הא -- לאָן.. 

ביסלעכוװוײַז ווערן די וועגן ליידיק, און א געמיטלעכע רויקײַט שוועבט 
איבער זיי, 

רויטע שטראלן צינדן אָן די בארג-שפּיצן, ברענען זיי, װי אלינגעהיל- 
טע אין פלאמען. די בערג קייטלען זיך אין א טונקל-גרינער סוידעספולער 
דעמערונג, און סווייעט פון זיי אזא אומבארירטע בריישעסדיקע שיינקלײיט, 
און עס קומען אפן זיקאָרן שורעס פון א ליך; 


צי בין איך דען שולדיק, װאָס ס'גראמט זיך 
אלפּי-טאָעס , שיין? מיט , געוויין"? 


159 


אמאָל, מיט יאָרן צוריק, האָט איציק מאנגער געוואנדערט איבער די 
זעלבע וועגן, געפונען אונטערוועגנס א גאָלדענעם ברונעם מיט גאָלדענער 
שײַן אין זײַן וואסער. און ער האָס געטראָגן איבער די וועגן 


דאָס ליכטיקע װאָרט אף די ליפּן, 
די גאָלדענע שײַן אין דער האנט, 


האָבן ראָצכים אין שווארצע מונדירן מיט בלוט פארגאָסן יענץ װאָרט, 
אויסגעלאָשן יענע שײַן, נאָר די מאנגערישע בענקשאפט איז געבליבן, און 
זי גייט מיר נאָך איבער די וועגן צווישן קאָסעװו און קיטעוו. 


דער פארנאכט לאָזט לאנגזאם זיך אראָפּ פון די בערג. ס'ווערט אומ- 
היימלעך-שטיל. און דער וואלד וויגט זײַן אײיביקן רויש: 

-- העי -- העי... האָ -- יאָ.. 

פוֹן מײַן פריסטער קינדהײַט האָב איך ליב געהאט דעם רויש פון וועל- 
דער, דעם זײַדענעם שאָרך פון סאָסנעס. ליב געהאט דעם ציטער פון 
פלאצנדיקע קנאָספּן און דאָס שטילע פאָרזיכטיקע פאלן פון ווילדע, |צללטר- 
קע פרוכטן, 2{ 

כ'האָב נאָך דעמלט ניט געװוסט, אז די זעלבע ביימער, די שטומע 
פרײַנט פון מײַן קינדהײַט, קאָנען דינען פאר טליעס, און זייער גערויש 
וועט אמאָל קלינגען אין מײַנע אויערן, װי דאָס לעצטע געויין פון אומ" 
שולדיק אומגעבראכטע. 

העי -- העי -- האָ -- יאָ! 


א וואלד-בלום 


רײַנט מײַנער! 

עס איז נאָענט צו האלבער נאכט, 

א סאָף-זומערדיקע, אויסגעשטערנטע נאכט מיט א 
פולער לעװאָנע, װאָס הענגט פאר מײַן פענצטער., און 
מיר קומט אפן זינען, אז אין אזעלכע נעכט האָבן 
| אונדזערע טאטעס אויסגעבונדן ספּלאוועס, געפירט זיי 
איבערן שטראָמיקן טײַך, 
שווער איז געווען דער וועג. שווער וי דאָס לעבן, 

און מיר קומען אפן זינען לעגענדעס, אױסגעכאָלעמטע אין שטילע 
לעװאָנעינעכט בא די רוישנדיקע טשערמוש-ברעגעס. לעגענדעס וועגן רו- 
סאלקעס --וואסער-מיידלעך, װאָס שפּרינגען אין לעװאַנע-ישײַן פון די 
וואסער-טיפענישן, שלאנקע מיידלעך מיט שווארצע-שווארצע אויגן און 
פּונקט אזעלכע שווארצע צעלאָזטע האָר. זיי זעצן זיך אויס אף די גע- 
הילצן, און א נאכטיש געזאנג נעמט שוועבן איבערן טײַך... און פונעם גע- 
זאנג װערט אלץ מיטאמאָל בלוי. דער אויסגעשטערנטער הימל און דער 
לעװואַנע-טײַך. און ספּלאוועס שווימען דאן לײַכט אף דער אויבערפלאך. 

און ס'שווימט א געזאנג אָן וערטער.. 

און באם ברעג פלאטערן שטיל די אלטע ווערבעס, װי זיי װאָלטן אל- 
בערגעכאזערט דאָס מײַסעלע מיטן יונגן ספּלאװניק, וועמען עס האָט אין 
אזא נאכט פארטראָגן צו א פעלדז. א וואסער-מיידל האָט פארן פּרײַז פון 
ליבע אים צוגעזאָגט ראטעווען. זי האָט אזוי לאנג געזונגען איבער אים, 
ביז זי האָט אים פארקישעפט מיט איר געזאנג... קיינער האָט מער דעם 
יונגן ספּלאװניק ניט געזען, נאָר זײַן אלט היטל האָט לאנג און עלנט זיך 
געוויגט אף די כוואליעס, 

עס איז נאַענט צו האלבער נאכט, 

די נאכט איז א קלאָרע, א לוטערע, און איך קאָן אפילע אָן ליכט 
לילענען, װאָס איך האָב פארשריבן, ווען מיר זײַנען מיט דיר ארומגעפאָרן 
איבער די פּוטילאָװער בערג אין דער טיף פון די קארפּאטן, דאָרט װוּ דער 
טשערמוש נעמט זײַן אָנהײיב, 


עס האָט דעמלט אָנגעהויבן שארלען אף טאָג. איבער די בארגישפּיצן 


157 


האָבן זיך געפלאָכטן די ערשטע זוןישטראלן, און פון זייער צארטקליט 
האָבן אופגעוואכט און זיך צעזונגען די באהאלטענע טײַכלעך. א קילער 
ווינט מיט רייכעס פון א יונגן פרילינג האָט געגלעט די וועלדער, געטראָגן 
דעם אָטעם פון אן אופגעוואכט לעבן. אין די בארג-שפּאלטן האָט די נאכט 
פארלוירן אירע לעצטע רעגעס, 

אונדזער ,גאזיק" האָט זיך שווער געשלעפּט בארג-ארוף איבער א 
ברייטן, שלענגלענדיקן וועג. געזאָטן, געסאָפּעט. און בא די ראנדן האָבן 
הױיכװאָלטיקע מאטשטעס, װי שווארצע סאָסנעס, אונדז נאַכגעקוקט, זיי 
האָבן געטראָגן ליכט פון די טשערמוש-ברעגעס. ליכט אהין, װוּ מיט א 
צײַט צוריק האָט מען אפילע פון קיין נאפטילאָמפּ ניט געװוסט. און עס 
האָט זיך געדאכט, דער רויש פונעם טײַך זינגט אין די דראָטן, 

װאָס װײַטער מיר האָבן זיך פארטיפט אין די בערג, אלץ העלער האָט 
זיך צעוואקסן דער פארטאָג. די זון האָט פלאמיק צעשפּילט זיך, צעװאָרפן 
אירע פארטאָגיקע שטראלן און געפיגקלט, געפֿינקלט, יי 

בא דער זײַט פון וועג אף אן אױסגעטראָטענער סטעזשקע האָט גע- 
פּלאַנטערט אירע טריט אן אלטע הוצולקע. זי איז געגאנגען א באָרוועסע, 
גלײַך זי װאָלט מיט די אייגענע פיס געװאָלט פילן די זאפטן פון דער 
אופגעוואכטער ערד, אײַנזאפֿן אין זי װוער ווייסט דעם וויפלטן פרילינג, 
און אפן לינקן אקסל האָט, װי א האלבע לעװאָנע, זיך געוויגט א קאָראָ- 
מיסל מיט צוויי פולע קאנען וואסער, - 

איר געבלימט טיכל אפן קאָפּ האָט זיך א בייג געגעבן פאָרויס, די 
ליפּן האָבן זיך. לײַכט א ריר געטאָן, און מיר האָבן פארשטאנען, אז דאָס 
טראָגט זי אונדז אנטקעגן איר גוט-מאָרגן. און מיר האָבן ביידע איר צו" 
געווונקען מיט א שמייכל, 

| בארגישע ועגן.. | 

אין מײַנע װײַטע קינדעריאָרן האָט מלין מאמע מיר אָפט דערציילט 
פון פארװאָגלטע נעשאָמעס, װאָס זוכן א טיקן און בלאָנדזען פארשטעלטע 
ארום אין די וועלדער. און עס. פלעגט -אין די נעכט מיר כאָלעמען. זיך 
זייער געוויין, 

אײינמאָל אין אֹ פרימאָרגן האָב איך געקליבן טרוקענע צװײַגן אין 
וואלד, דער קאלטער טוי האָט װי געבריט די באָרוועסע פיס, און איך האָב 
געװײַנט פון װייַטעק. פּלוצעם אין לעבן מיר אויסגעוואקסן אן אלטע 
פויערטע מִיט א שטארק צעקנייטשט פּאָנעם, פּאסמעס גרויע צעפּאטלטע 
האָר זײַנען אפירגעקראָכן פוּן אונטער איר שווארץ קאָפּטיכל, 

-- טי טשאָהאָ פּלאטשעשלי 

| צו בארמיצווע האָט מיר אויסגעפעלט גאנצע דרלי יאָר, האָב איך נאָך 
ניט געשעמט זיך און געקוקט אף איר מיט גרויסע, פארוויינטע אויגן. 

פלינק, וי א יונג מיידל, האָט זי צונויפגעקליבן פאר מיר א בינטל 
האָלץ און דערנאָך דערלאנגט מיר צַװיי ריפטלעך קאלטע מאמעליגע מיט 
יא שטיק ברינדזע. | | 

-- יאק טעבע זוואטי??. : 


1 װאָס וויינסטו} ? װי רופּט מען דיך?:(אוקר.): - 


10* 1581 


ווען איך האָב מײַן מאמען דערציילט פון דער באגעגעניש, האָט זי א 
פארזאָרגטע געװאָלט וויסן, צי האָב איך, כאָלילע, ניט אָנגערופן מײַן נאַ- 
מען. זי האָט מיט דער צונג א גלעט געטאָן מײַן שטערן און אױיסגעשפּיגן 
דרײַ מאָל; 

-- א פארװאָגלטע נעשאָמע. קיין גוט-אויג זאָל דיר ניט שאטן.. 

בארגישע וועגן... זיי שעפּטשען מײַסעלעך פון מײַן קינדהײַט און וועקן 
בענקשאפט, 

ווידער און ווידער דערמאָן איך זיך אונדזער וועג. 

דו האָסט אָפּנעשטעלט דײַן ,גאזיק" לעבן א הוצוליש הײַזל מיט גע- 
שניצטע סטריכעס און א געפארבטן גאנעק. אפן גאנעק איז געזעסן א 
מיידל אין א װײַס הוצוליש העמד, און א ברייטער, פארביקער גארטל האָט 
אונטערגעשפּארט אירע יונגע, הויכע ברוסטן. די האָר העליבלאָנדע, צע- 
װאָרפן איבער די שמאָלע מיידלשע פּלײצעס, האָבן פארדעקט א העלפט 
פון איר פּאָנעם. זי איז געזעסן פארטיפט אין א בוך, װאָס איז געלעגן אף 
איר שויס, 

-- אָקסאנא, װאָס עפּעס אזוי פרי? 

זי האָט אופגעהויבן צו דיר א פּאָר בלויע, בלויע אויגן, צארט און טיף, 
וי די אויגן פון א פארליבטער. און זײי האָבן אופגעלויכטן, זיך צע- 
שטראלט, וי שטערן װאָלטן געפאלן, 

-- אין א װאָך ארום לענינגראד... דער אוניווערסיטעט... לעצטע עק- 
זעמענס! 

זי האָט דיר צוגעשיקט א ליבלעכן שמייכל און געקישעפט מיט איר 
שײינקײַט, װוי א רוסאלקע.. 

איך ווייס איצט, אז קיין רוסאלקעס זײַנען ניטאָ. און קיין פארװאָגלטע 
נעשאָמעס זײַנען אויך ניטאָ. נאָר מײַן מאמע האָט דערין געגלייבט, און 
איך האָב אויך דעמלט געגלייבט, און שפּורן פון יענעם װײַטן גלויבן זלל- 
נען פארבליבן אפן גאנצן לעבן.. 

אפן שפּיץ פונעם פּערעוואל ,דזאָגאָל" האָבן זיך געקייטלט פאר אונדז 
די בוקאָװוינער קארפּאטן, זיך װי געכוואליעט אין א שטראָם פון ליכט, און 
װײַסע שוואנען-פליגל האָבן געטראָגן איבער זיי א זינגענדיקן פרילינג, 

-- זעט, סארא שייגקליט! 

איך בין געשטאנען לעבן דיר, געהערט, װי דײַן הארץ האָט פון פאר- 
ליבטקײַט געשלאָגן, און מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אז דערפון איז די זון 
געװאָרן העכער, דער הימל לויטערער. װאָס פאר א װונדערלעכע זעונג 
דאָס איז געווען, װאָס פאר אן אומגעוויינלעך געפיל!. 

;שיק דעם הימל א ליד -- און עס קערט זיך אום צו דיר א מײַסעלע"-- 
פלעגט מײַן מאמע מיר זאָגן, 

ווען מיר האָבן זיך אראָפּגעלאָזט אין טאָל, האָט דײַן פּאָנעם זיך פּלו- 
צעם פארכמארעט, 

-- אָט דאָרט איז דער קייווער פון מײַן טאטן 

און דו האָסט מיר אָנגעװיזן אף א בערגל ניט װײַט פונעם וועג. איך 
האָב דערזען אין דײַנע אויגן טיפן טרויער. און דו האָסט מיר דערציילט 
א געשיכטע פון פארגאנגענע יאָרן, 


159 


.עס האָבן געלעבט אין טאָל צוויי ברידער, נאזאר און אָרעסט. ביידע 
יונגע. ביידע שטארקע. ביידע אָרעמע, װי די שטיינער באם ברעג פון 
טײַך. איינער --- פרלַי און אופריכטיק, דער צווייטער ---מיט א שלאנג אין 
הארצן, 

זײַנען אין איינעם א טאָג די קארפּאטן פארטרונקען געװאָרן אין בלוט, 
אלדאָס לעבעדיקע האָט זיך פארטראכט, בא יעדן האָט געשלאָגן דער גע- 
דאנק: װאָס וועט זײַן? און מענטשן זײַנען אוועק אין די וועלדער נעקאָמע 
נעמען פאר דער פארשוועכטער ערד, 

אוועק איז אויך נאזאר. 


און אָרעסט? 

ער האָט זיך פארדונגען דעם טײַװל, געװאָרן סטאראָסטע, געהאָלפן 
אומברענגען די עטלעכע ייִדישע מישפּאָכעס אין דאָרף, שכיינים פון דאָר-י 
דוירעס זײַנען דורך זײַן האנט געטריבן געװאָרן צום טויט, 

באם ארײַנפאָר אין טאָל האָט געװווינט אָקסאנא. לאנגע גאָלדענע צעפּ 
האָט זי, װי א קרוין, געפלאָכטן איבער איר קאָפּ, און אף איר איידל פּאַי 
נעם האָבן געפינקלט א פּאָר גרויסע העל-בלויע אויגן, און זיי האָבן גע- 
שטראלט מיט גוטסקײַט. אלע אין טאָל האָבן זי ליב געהאט, 

און וולאזוי ניט ליב האָבן אזא יונגע שײינהײַט? און מע האָט זי גערופן 
ניט אנדערש וי פלאָרינא -- בלום, און זי איז טאקע געווען װי אן עמעסע 
וואלד-יבלום, | 


אויך אַרעסט האָט זי ליב געהאט, 

נאָר דאָס איז געווען א כײַישע ליבע. ווען ער פלעגט זי באגעגענען, 
האָט עפּעס כײַיש געברענט אין זײַנע אויגן. אויגן וועלכע מע קאָן נאָר 
טרעפן בא א גאזלען בייס ער טוט זײַן רעציכע. 

אָקסאנא אָבער האָט ליב געהאט אן אנדערן. 

צי האָט נאזאר געװוסט דערפון? 

אירע אויגן, ווען זי פלעגט באגעגענען נאזארן, האָבן געשטראלט צארט 
און טיף, און נאזאר האָט ניט געקאָנט ארײַנקוקן אין זיי. 

ליבע.., 

עס איז געקומען דער ווינטער. א הארבער, קאלטער ווינטער. די נעכט 
זײַנען געווען פראָסטיקע, און אין דער פראָסטיקער לײדיקײַט האָבן 
שרעקלעכע אופרײַסן אָפּנעהילכט און זיך לאנג געקײַקלט איבער די 
בערג, פלאמען האָבן געצונדן א האלבן הימל, 

אָקסאנא האָט אומרויק זיך צוגעהערט צו די אָפּהילכן. דאָרט אין די 
בערג איז געווען נאזאר! 

און אין טאָל האָט דער װוינט געריסן שטיקער פון צעהאנגענע מעלדונ- 
גען, װאָס האָבן צוגעזאָגט גרויסע געלטן פאר אויסגעפינען נאזארן. 

אָרעסט איז געשטאנען פאר איינער אזא מעלדונג. זײַנע געדאנקען 
זײַנען געווען קאלט, און די אויגן האָבן געברענט, װי בא א הונגעריקן 
װאָלף, אף אים האָט אראָפּגעקוקט נאזאר מיט רויקע בליקן, און אונטער 
נאזארס בילד האָט זיך געשווארצט אן איינס מיט א לאנגער ריי נולן-- 
די באלוינונג פאר נאזארס קאָפּ, 


10--6 100 


.איינמאָל אין אן אָװנט האָט אָרעסט זיך אומגעקערט פון א דורכגע- 
פירטער בלוטיקער אקציע. ער איז געגאנגען מיט גיכע טריט, װי עמעצער 
װאָלט זיך געיאָגט נאָך אים. פּלוצעם האָט ער באמערקט א מענטשן גיין 
אנטקעגן, 

דער מענטש האָט זיך דערנעענטערט, און אָרעסט האָט שיר ניט אויס- 
געשריגן: 

-- שטיי, נאזאר! 

פאר די אויגן האָט א טאנץ געטאָן די מעלדונג מיט די שווארצע נולן, 
נאָר טייקעף זיך אױיסגעלאָשן: ניין, בעסער, אז קיינער זאָל ניט װויסף 

ער האָט זיך אראָפּגעלאָזט אין א שניי-גרוב, און פון אופרעגונג צי 
שיקרעס האָט שטארק געשלאָגן בא אים אין קאָפּ: ,, איך זאָל נאָר טרעפן!? 


אין דער פראָסטיקער נאכט האָט זיך ארײַנגעשטאַכן א שארפער אַפַּי 
הילך פון א שאָס. דער מענטש האָט קרום צעשפּרײט די הענט, עפּעס 
אויסגעשריגן, נאָר דער וװוינט האָט פארטראָגן זײַנע לעצטע ווערטער. 

אין יענעם אָװנט, ווען אפן שגיי האָט דער פראָסט געגליווערט דאָס 
בלוט פונעם דערשאָסענעם, איז נאזאר ניט געװוען בא דער שיינער אָקי 
סאנא, אָרעסט האָט א טאָעס געהאט. נאזאר איז געווען אין די בערג, 

אָט דאָס אין די גאנצע געשיכטע. 


די געשיכטע פון מײַן פאָטער. ער איז אוועק פון דער וועלט, ניט וויסג- 
דיק, אז מע האָט אים אָנגענומען פאר נאזארן--דעם קאָמאנדיר פון א 
פּארטיזאנישן אָטריאך., 


פרײַנט מײַנער! 

א סאך יעסורים האָבן צוגעזען די קארפּאטן, דו האָסט נאָר אפן שפּיץ 
מעסער פארכאפּט יענץ פארגאנגענע לעבן. דו ביסט געוואקסן אין אן 
אנדער צײַט, זיך געלערנט, געװאָרן אן אינזשעניער, 

מיר זײַנען געפאָרן מיט דיר איבער א ברייטן װעג, װוּ פריִער האָט 
געפירט בלויז א שמאָלע סטעזשׂקע. בֹאם וועג איז געווען א קייווער פון 
א מענטשן, וועלכן דו האָסט אָנגערופן פאָטער, כאָטש ווען ער האָט דיך 
געפונען אין א שניי-גרובן, ביסטו שוין געווען א יאָר דרײַ אלט, א לדיי 
שע מאמע האָט אפן וועג צום טויט באויזן זיך אָפּצוטײלן פון דיר... און 
דו ביסט געבליבן װי א פאָרזעצונג זײַגע.. 

רעכטס איז דער קייווער פון דײַן פאָטער,. און אנטקעגן לײַכטן זיך 
נײַע הײַזער פון פּליטנטרײַבער און וואלדהעקער, הײַזער מיט געשניצטע 
סטריכעס און געפארבטע גאנעקעס. 

-- און אָקסאנא? 

דו האָסט געװוּסט, וועמען איך מיין, און א קוק געטאָן אף מיר אזוֹי, 
אז איך האָב אלץ איבערגעלייענט אין דײַנע אויגן. איך האָב ניט געפרעגט 
בא דיר, וועמענס בלוטיקע האנט האָט ארויסגעריסן די װונדערלעכע 
וואלד-בלום. איך האָב זיך אָנגעשטױסן, װער דער מערדער איז.. 


161 


ווען מיר האָבן זיך געזעגנט, ביסטו געשטאנען מיטן פּאָנעם אף מיזרעך 
און א נײַער טאָג איז אופגעגאנגען אין די בערג, א ווארעם ווינטל האָט 
שטיל גערוישט, גלײַך עס װאָלט א מײַסעלע דערציילט,, - 

פרײַנט מײַנער! 

עס איז האלבע נאכט, 

דער זייגער האָט אף א רעגע פארהאלטן אלע זײַנע װײַזערס אף דער 
ציפער צוועלף. א מעסלעס האָט זיך געענדיקט, 

איך ווייס, דער נײַער מאָרגן װעט ברענגען א נײַ מײַסעלע. עפשער 
וועט עס זײַן וועגן דער שיינער אָקסאנא, װאָס שטודירט אין לענינגראד, 
און איר פאָטער נאזאר, דעם באװוסטן בריגאדיר אין די פּוטילאָװער 
וועלדער.., 


א באגעגעניש 


,װאָלגע? יאָגט איבערן שטיינערנעם שאָסֵיי. 
בערג, אײַנגעהילט אין פרידלעכער, גאָלדענער ווא" 
רעמקײיט, קייטלען זיך, װי א מיידלשער קאראהאָד, די 
וועלדער וויגן זייערע גרינע כוואליעס, און דער טײַך, 
א באגאָסענער מיט זוגען-שײַן, שפּיגלט אָפּ דעם הימל, 
דער זעלבער טײַך, נאָר, דאכט זיך, שמעלער, װי 
געווען, גלײַך עמעצער װאָלט אוױיסגעשעפּט זײַנע ווא- 
סערן. די זעלבע בריק איבערן טײַך, נאָר אמאָל האָט זי מיר אויסגעזען 
אומענדלעך לאנג. איצט איז דאָס עפּעס א קליין בריקל מיט אײַזערנע 
שטאכעטן,. א לאסטמאשין פארנעמט קימאט די גאנצע ברייט פון דער 
בריק און ס'בלײַבט קוים א שמאָלער פאס פאר פוסגייער, 
דער שאַפּער פון דער טאקסי, א מענטש בא די פופציק, מיט א שטארק 
פארברוינט פּאָנעם, רײַסט אָפּ אף א רעגע די בליקן פונעם וועג און זאָגט 
צו מיר; 
-- אף לאנג אין אונדזערע קאנטן? פריִער האָבן דאָ א סאך ייִדן גע" 
לעבט, וועלדער געהאקט, ספּלאװעס געטריבן.. 
און װי א געניטער וועבער, הייבט ער אָן שפּינען א געוועב וועגן פאר- 
גאנגענע יאָרן, 
איך הער זיך אײַן אין זײַנע רייד, און ס'לעבן אוף אין מײַן זיקאָרן 
ילדן פּליטנטרײַבער, װאָס האָבן דוירעסלאנג זיך געטראָגן איבער די ווא- 
סערן, און מיר דאכט זיך אויס, אז אף יעדן גאנעקל, װאָס מיר פאָרן פאר- 
בײַ, שטייט א ייד אין שווארצן אָנטאָן מיט א שטריק ארום די לענדן און 
מיט א האק אפן רעכטן אקסל... 
כ'האָב געקענט יענע ייִדן --פלײַסיקע האָרעפּאשניקעס, פארמאטערטע 
פון אײיביקן געראנגל מיט דער נויט. זיי האָבן לאנגע יאָרן געלעבט אין 
די בערג, אָפּגעטײלט פון דער וועלט. דוירעס האָבן זיך געביטן, נאָר זייער 
לעבן איז געשטאנען וי פארגליווערט. מ'האָט געװוסט נאָר דעם טײַך, 
די וועלדער און די בערג, און אזוי, ביז דער עכאָ פון דער גרויסער רוסי- 
שער רעװאָליוציע האָט ניט אָפּגעהילכט אין די בוקאַװוינער קארפּאטן 
יינגלעך, פעסט-געבויטע, ברײטפּלײציקע, װאָס האָבן באלד נאָך בארמיצ- 


1053 


ווע אָנגעהויבן פילן דעם טאם פון זײַן פארדינערס, זײַנען פּלוצעם ארויס 
פונעם ענגן וועלטל און זיך אװעקגעלאָזט זוכן גליק פאר זייער לאנד, גיט 
ווינציק האָבן אַפּנעצאַלט מיט זייער יוגנט, מיט זייער לעבן, 


די ,װאָלגע? יאָגט איבער וועגן און שטעגן, װוּ עס זײַנען דורכגעלאַפן 
די ערשטע צוויי צענדליק יאָר פון מײַן לעבן, 

די סטעזשקעס ליגן צעװואָרפענע איבער די בערג, שלענגלען זיך בארג- 
אראָפּ,,, קאָן זײַן, אז זיי פירן נאָך אלץ צום קליינעם שטיבל מיט די טוג- 
קעלע פענצטער, װאָס האָבן װי פארקלערטע אויגן טאָג און נאכט ארויס- 
געקוקט צום טײַך, 

אין די פארנאכטן, ווען א לײַכטער וינט האָט געוויגט די ווערבעס, 
האָט מען דורך די פארנעפּלטע שײַבלעך געזען, װי ארום די צעלייגטע 
שײַטערס זעצן זיך אויס מידע ספּלאווניקעס. א פארע גייט פון זייערע 
פײַכטע קליידער, און זייערע הוצולישע ליולקעס לויכטן אוף, װי שטערן, 
און ווערן, װי שטערן, פארלאָשן, 


י ,װאָלגע* יאָגט איבערן שטיינערנעם שאָסײ. גרויסע מאשינעס מיט 
געהילץ קומען אָן אנטקעגן. אין די שײַבלעך פון דער מאשין פײיפט דער 
ווינט, רײַסט שטיקער לופט, דריבנע שטיינדלעך יאָגן נאָך דער ,װאָלגע?, 
און אומרוליק טאנצט אינעם דורכזיכטיקן קעסטעלע דער װײַזער פונעם 
ספּידאָמעטער, 

אזוי בין איך פארבײַגעפאָרן די ברעגן פון מײַן קינדהליט.. 

אָט זיצט אף דער פּריזבע, דעם קאָפּ אָנגעשפּארט אף די פויסטן, מײַן 
טאטע. דאָס פּאָנעם צעאקערט, יעדער קנייטש --א נעסט פון בענקשאפט,. 
נאָענט איבער אים, וי אף אן אלטער פאָטאָגראפיע, שטייט מײַן ברודער, 
אף זײַן פּאָנעם איז אױיסגעגאָסן א יונגער גוטהארציקער שמייכל. די האָר 
זײַנע פאלן ווייך אפן שטערן, און פונקען ציטערן אין זײַנע בליקן, 

מײַן טאטע האָט שטענדיק געפילט צום ברודער א באזונדערע צוגע- 
בונדנקײַט. ניט אנדערש װי ער האָט געזען אין אים דעם העמשען פון 
זײַן אייגן לעבן. געזען זיך אליין א יונגן, פלינקן און רירעוודיקן, ווען זי 
פלעגן ביידע שטיין אף א ספּלאו און די קערמעס, װי פארלענגערטע 
הענט, האָבן געשניטן די כוואליעס, האָבן אזש געציטערט די ברעגן. קיין 
בליץ האָט זיי ניט געשראָקן, און קיין שטורעמס -- ניט אָפּנעשטעלט. עפּעס 
א מין נאָענטקײַט איז געווען צווישן דעם ווילדן ברויזנדיקן טײַך און די 
צוויי קרעפטיקע פּליטנטרײַבער, 

מײַן טאטנס טריט זײַנען געווען פעסטע, שווערע. מײַן ברודער, פאר- 
קערט, האָט לײַכט געשוועבט איבער דער ערד, וי אן אָדלער, און, וי אן 
אָדלער, האָבן אים געצויגן צו זיך די פרײַע הייכן.. 

װינטער-צײַט, װען דער טײַך איז געלעגן א פארקאָוועטער און אין 
שטוב האָט מען אָפּגעפּאטערט דעם טאָג מיט א שטיקל דערווארעמטער 
מאמעליגע, פלעגט מײַן ברודער אָפט אוועק אין די בערג זוכן ארבעט. זיך 


164 


אָפּנעזאמט א טאָג-צוויי, אמאָל א גאנצע װאָך, און צוריקגעקומען א פאר" 
קלערטער, א שװײַגנדיקער, 

-- ניטאַ װוּ א גראַשן צו פארדינען... 

-- ניטאַ הײַנט, -- פלעגט זאָגן דער טאטע, --װועט זײַן מאָרגן, דער 
האשעם-ייסבאָרעך ווייסט, װאָס ער טוט! 

קיין איבעריקע פרומקײַט האָט מײַן טאטע קיינמאַל ניט ארויסגעוויזן, 
כאָטש אלע סוידעס פון דער נאטור, אלע דערשײנונגען אין לעבן האָט 
ער געהאלטן פאר גאָטס מעלאָכע. ער האָט געגלייבט, אז גאָט האָט צעי 
טיילט די מענטשן אף אָרעם און רײַך, פּונקט וי די ערד --אף בערג און 
פלאכלאנד, 

ער האָט יעדן טאָג געלייגט טפילן. דאוונען איז געווען א באדערפעניש 
פאר זײַן נעשאָמע. די געוװוינהײַט צו דאוונען האָט ער געיארשנט בא זײַן 
טאטן און געהאַפט, אז אויך זײַנע קינדער... 


און אין די זומערדיקע פארטאָגן האָבן די בערג, װי שטומע איידעס, 
אָפט באגלייט מײַן טאטן, װאָס איז געשװוומען אף א ספּלאוו אָנגעטאָן אין 
טאלעס-אוןיטפילן. און הוצולן האָבן שטיל געקערמעװעט, קעדיי ניט 
שטערן אים דאוונען. 


ער האָט אויך ניט פארגעסן צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר דער 
האזשגאָכע איבער זײַנע קינדער, װאָס האָבן זיך ניט ארויסגעגליטשט, װי 
בא אנדערע טאטעס, פון די עלטערנס הענט, ער האָט אלעמאָל דערמאָנט: 
-- אז אן אָרעמאן האָט לײַטישע קינדער, איז ער קיין אָרעמאן ניט! 


די צײַט גייט גיך, װי א בארג-טײַך, 

איינמאָל האָט מײַן טאטע באמערקט, וי דער ברודער שלעפּט ארויס 
פון בוזעםיקעשענע א פּעקל פּאפּיר, כאהאלט עס אונטערן דאך, באנאכט 
ווערט ער, דער ברודער, פארשווונדן און קומט צוריק פארטאָג, 

-- קאַנטראבאנדע? 


ס'האָט א ברי געטאָן דאָס הארץ. ער האָט געפּרװוט כאפּן עטלעכע 
קאלטע טראָפּנס לופט. זיך צוגעשפּארט אף דער לינקער האנט און מיט 
דער רעכטער אויסגעזוכט דאָס הארץ און צוגעקוועטשט צו דעם די הארי 
טע, ברייטע דלאַניע, 


כוואליענדיק קייטלען זיך די בערג אף צאָפן. צופוסנס לויפט דער 
בארג-טײַך. אין זײַן טיפקליט לאָזט זיך אראָפּ א פולע קלאָרע לעװאַנע. אין 
וואסער פארלירט זי איר קלאַרקײַט און שימערט אף די כוואליעס, וי 
שפּליטערלעך פון א צעבראַכענעם שפּיגל, 

איבער שמאַלע אױסגעטראָטענע סטעזשקעס גייען צוויי, מיט קלומעק- 
לעך פארװאָרפן איבער די פּלייצעס. די טריט זײַנען קורצע, שטילע. די 
לעװאָנע פאלט אף ביידן, באגיסט זיי מיט איר ליכט, און זיי זוכן, וויאזוי 
זיך אויסבאהאלטן פון איר געפערלעכער שײַן. זי שפּאנען פאָרזיכטיק און 


165 


הערן זיך אײַן אין יעדן שאָרך. ביסלעכװײַז ווערן זיי צוגעוווינט צו דער 
לעװואָנע-שלין און הייבן אָן ריידן צװישן זיך; 

-- וי מיינט איר, הערצקע, מירן באװלײַזן ביז האלבער נאכט? 

-- מיר מוזן!.. פארטאָג דארפן אלע פּראָקלאמאציעס זײַן פארטיילט.. 
דער שטרײַק איז באשטימט אפן זיבעטן נאָיאבער... 


די מוירע, אז מע קאָן פארשפּעטיקן, טרײַבט זיי אונטער. און די לע- 
װאָנע גייט זיי נאָך פוסטריט. זי כאפּט זיך ארײַן אין דער טיף פונעם 
וואלד, די סאָסנע-צװײַגן לעכערן זי דורך מיט זייערע שפּיצן, 


ניט אנדערש, עפּעס האָט געטראָפן. בא אונדזער שאָכן אין שטוב אין 
פינצטער, 

שוין דאָס צווייסע יאָר, װי מיר ווינען מיט אים בישכיינעס. ער אין 
ניס קיין היגער, א מענטש בא די פערציק, מיט א פּעדישווארצער אונטער- 
געשוירענער באָרד און שווארצע ברענענדיקע אויגן, 


קיינער האָט גאָרניט געװוּסט וועגן אים, כוץ דעם, אז ער גייט קייג- 
מאָל ניט אין קלויז, זיצט בא זיך אין שטוב מיט אן אנטבלויזטן קאָפּ, עסט 
אפילע ע אָן א היטל. 

ביז שפּעט אין דער נאכט האָט דורך זײַן פארגלאַזטער טיר זיך געזיפּט 
א מידע שײַן פון א פארהאנגענעם טישילאָמפּ, און שכיינים האָבן זיך 
געסוידעט: 

-- דער מעשומעד זיצט שוין ווידער איבער טרייפענע ביכלעך.. 

נאָר אין די אויגן האָט מען זיך געכאנפעט צו אים:; 

-- גוט-מאָרגן, הער פוקס, 

אָדער פּאַשעט: 

-- הערצקע, ליבער, איר האָט צוגעזאָגט אנשרללבן: מעג איך ארלינ- 
קומען... 

יעדערער האָט געדארפט צו אים האָבן. װער א בריוו אויסשטעלן קיין 
אמעריקע צו רײַכע קרויווים, װוער א , פּראָשעניע? אין די הויכע פענצטער, 
און הערצקע האָט פארמאָגט ניט נאָר א שיינע האנטשריפט, נאָר אויך א 
גוט הארץ און אן איידעלע נעשאָמע. ער האָט פארשטאנען יענעמס זאָרג, 
יענעמס ליידן און אלץ געקענט אויסלייגן אף פּאפּיר אזוי, װי די בעסטע 
בריוונשטעלער װאָלטן עס ניט געקענט, 

-- זיי מעגן טאקע בא אים הייצן די הרובע! 

נאָר אין פארמעגלעכע הײַזער האָט מען זיך געשראָקן פאר דעם צופיל 
באשיידענעם, צוריקגעהאלטענעם לערער און אָפט אָן א פארװאָס אים 
אָפּגעזאָגט פון די , שטונדן", 


דער ברודער האָט זיך ניט אומגעקערט. אונדזער שאָכן איז אויך ניט 
געווען אין דער היים! - 
דער טאטע האָט אַפּגעדאוונט, א קוש געטאָן די טפילן און זיי ארליג- 


100 


געלייגט אין שווארצן פּליושענעם זעקעלע. ער האָט דערפילט, װוי די הענט 
ציטערן. 

-- קאָנטראבאנדע... 

עפשער א טאָעס? עפשער נארט ער זיך אליין אָפּ! מיט א שװוער גע- 
פיל האָט ער באשלאָסן זיך צו דערוויסן באם ברודער אלץ, ביז דער מינד- 
סטער קלײניקײַט, דעריקער אים װאָרענען, װאָרענען װי א טאטע.. און 
ער איז אראָפּ צום טײַך, גלײַך װוי זיך אן אייצע האלטן מיט אים, 

דער טײַך האָט געשטורעמט, גערוישט, װי ער װאָלט ניט געהאט װוּ 
אהינצוטאָן די קויכעס, וועלכע ער האָט אָנגעזאמלט פאר דער נאכט. דער 
טאטע האָט זיך צוגעקוקט, מיט װאָס פאר א קראפט עס טראָגן זיך די 
וואסערן, 

ער האָט געטראכט, דער טאטע, וועגן זון, וועלכן ער האָט ליב געהאט 
און װאָס איז אוועק מיט דראָכים געפערלעכע, שענדלעכע.. 


דער הימל איז באשאָטן מיט שטערן. העלע און בלייכע, גרויסע און 
קליינע. פּלוצעם רײַסט איינער זיך אָפּ און װערט פארלאָשן --אן אויגג- 
בליק, און אויס שטערן. נאָר אראָפּפאלנדיק פון דער הייך, שנײַדט דער 
שטערן איבער א האלבן הימל ביז צום האָריזאָנט, 

עמעצער רײַסט די טיר, נאָר מיט אזא קויעך, גלײַך זי װאָלט געוען 
פארשפּארט אף זיבן שלעסער, 

-- וועמען טראָגט דער רועך אזוי שפּעט? 

און איידער דער טאטע באװײַזט ארופשלעפּן אף זיך א שטיקל בעגעד, 
צעפּראלט זיך די טיר און דער שעף פון זשאנדארמעריע שטייט שוין פאר 
אים אין דער פּאָזע פון א פעלדמארשאל. ער האָט מיט דער לינקער האנט 
זיך אָנגעשפּארט אפן שיידל פון זײַן שװוערד און מיט דער רעכטער א 
זעץ געטאָן אין טיש אזוי, אז דער הענגלאָמפ האָט זיך א וואקל געטאַן, 

-- קאָנטראבאנדע, כאָלילע? -- האָט דער טאטע זיך נאָכגעפרעגט, 

דער שעף האָט געשר;ען: 


-- פּראָקלאמאציעס.,. קאנאליע!.. 

-- רעדט פּאַשעטער, פּאני. איך בין שטומפּיק אין טיפע געלערנטע 
ווערטער,., 

דער שעף מיט זײַנע צוויי באגלייטער האָבן גענומען נישטערן, זיי 
האָבן געזוכט אונטערן אויוון, אין די שפּארונעס פון די ווענט, אומעטום, 
װוּ נאָר א מענטשלעך אויג קאָן דערגרייכן. דערנאָך האָט דער שעף א כאפּ 
געטאָן דעם סידער פונעם טיש און מיט קאס געבלעטערט די אלטע, פאר- 
געלטע בלעטער, 


-- ליטעראטור?,, 
דער טאטע האָט ניט פארשטאנען, װאָס מע פרעגט בא אים. נאָר ניט 


געקענט צוזען, װי דער שעף פון זשאנדארמעריע האלט דעם סידער מיטן 
קאָפּ אראָפּ, | 


167 


.די צײַט גייט גיך. עס טרעפט אָבער, ווען זי טריפט לאנגזאם, װי 
שווערע, ביטערע טראָפּנס, 

אין איינעם א טאָג, ווען מײַן ברודער איז געזעסן אין טפיסע. און די 
טעג האָבן אים אויסגעזען, װי לאנגע יאָרן, און געזען פאר זיך האָט ער 
נאָר גרויע נאקעטע וװענט, וען ער האָט געפילט זיך װי א לעבעדיק- 
באגראָבענער אין א גרויען שטיינערנעם אָרן, האָט די אײַזערנע טיר פון 
זײַן קאמער פּלוצעם א שווערן סקריפּע געטאָן, זיך געעפנט און א בייזע 
שטים האָט אויסגערופן; 

-- צום באזוך! 

מ'האָט אים געפירט איבער לאנגע טונקעלע קאַרידאַרן מיט א סאך 
אײַזערנע טירן, אײַנגעמויערטע אין די װענט. אים ארײַנגעפירט אין א 
קליין צימערל, װאָס איז צעטיילט געווען מיט געדיכטע קופּערנע גראטעס, 
ענלעך אף א גרויסער זיפּ. און דורך אָט דער זיפּ האָט ער דערזען דאָס 
פארזאַרגטע פּאַנעם פונעם טאטן, 

-- טא-טע! 

ביידע האָבן זיך דערנעענטערט, 

צום ערשטן מאָל האָט דער טאטע דערהערט אזא טיפע שטים פונעם 
זון. דאָס איז געווען די שטים ניט פון קיין ייַנגל, נאָר פון א מאנצבל, די 
פעסטע שטים האָט אים אומדערווארט איבעראשט. דאָס גאנצע בלוט, די 
נערוון האַבן אופגעציטערט, און אין די אויגן האָט א בלישטשע געטאַן 
א טרער. נאָר די טרערן זײַנען שוין ניט געווען קיין ביטערע, אין זיי איז 
געווען באגײַסטערונג, האָפענונג.. 

-- מיר האָט דאָס הארץ געזאָגט, אז מײַן זון קאָן זיך ניט פארנעמען 
מיט קאַנטראבאנדע. איצט ווייס איך שוין, פארװאָס מ'האָט דיך פאר- 
שפּארט, 

-- אָן פּאָליטיק! -- האָט עמעצער א רעווע געטאָן. 

-- מ'דארף ניט, טאטע. דערצייל בעסער, װאָס טוט זיך אין דער היים, 

דער ברודער איז צוגעגאנגען נאָענט צו דער אײַזערנער נעץ און גע- 
װאָלט אים זאָגן עפּעס צארטס, קעדיי לינדערן דעם טאטנס ווייטעק, נאָר 
ניט אויסגעהאלטן און אליין זיך צעוויינט, 

-- טאטע, מירן אינגיכן װוידער טרײַבן ספּלאוועס... 

מיט ריינע בליקן האָט ער אים ארײַנגעקוקט גלײַך אין די אויגן, 

-- געדענקסט, ווען מיר האָבן זיך דאָס ערשטע מאָל אראָפּנעלאָזט אף 
א ספּלאוו און שיר ניט פארטראָגן געװאָרן צוֹ א פעלדז! דו האָסט מיר 
דאן געזאָגט: , דעריקער איז ניט מוירע האָבן". איצט זאָג איך דיר: דערי- 
קער איז ניט מוירע האָבן, 

זיי האָבן געקוקט איינער דעם צווייטן אין די אויגן. 

און זיי האָבן שטיל זיך געזעגנט.., 


פאר איינעם גייט די צײַט גיך, פאר א צווייטן -- לאנגזאם, טראָפּנװײַז, 
דער טאטע האָט גענומען טרײַבן די צײַט, װי מיט בײַטשן. טרײַבן 
די דרײַסיק כאדאָשים, װאָס מײַן ברודער איז געבליבן אַפּצוזיצן. ער האָט 


168 


געציילט יעדער טאָג און לאנג ניט געװוּסט, אז אין איינער א נאכט אין 
מײַן ברודער פארשווונדן פון דער טורמע. 


באסקן-לאנד איז װײַט פון די קארפּאטן, שפּאניע בלוטיקט, און דער 
עכאָ פון הארמאטן-אופרליסן רופט זיך אָפּ אין די בוקאָווינער וועלדער, 

אין איינעם א פרימאָרגן האָבן פייגל זיך צעשריען אין די בערג. 

פּליטנטרײַבער האָבן געקוקט אפן הימל, געזוכט סימאַנים פון א גע" 
וויטער. דער הימל איז געווען ריין און לויטער. קיין ווינטל האָט זיך גיט 
גערירט. נאָר ערגעץ װײַט, גאנץ װײַט איז געהאנגען א קליין כמארעלע, 
געהאנגען באוועגלאָז, װי סװואָלט געדרעמלט, 


דער טאטע האָט פארװאָרפן דעם טאלעס איבערן קאָפּ און געשטעלט 
זיך דאוונען. נאָך דעם, װי דער ברודער מײַנער איז פארשוונדן, האָט די 
פארב אפן טאטנס פּאַנעם זיך געביטן. דאָס קאָל איז געװאָרן טרוקן, װי 
איבערגעשיט מיט זאמד. און געדאוונט האָט ער אף א קאָל, גלײַך װי ער 
װאָלט געוויינט, 


פּונקט אינמיטן דאוונען איז אים אָנגעקומען א פּאפּיר, באזוימט מיט 
גאָלד, דער שווארצער דריבנער שריפט האָט געשװוינדלט פאר די אויגן, 
אלץ האָט זיך געדרייט --אָט-אָט װעלן די בערג זיך צעשיטן, 

,.אײַער זון איז געפאלן אין שפּאניע.." 

דער טאטע האָט װי א בלינדער געקוקט אפן פּאפּיר, געקוקט און גע" 
שוויגן. זײַנע ליפּן האָבן זיך קוים באוועגט, ער האָט שטיל, טראָפּנװײַז 
אויסגעלייגט די לעצטע װערטער, וועלכע מהאָט אים איבערגעלייענט: 

-- דאָדלאָדרעס אידבא-רו-רל,,, 

ער האָט ניט געװוּסט, װאָס דאָס איז. קיינמאָל אזא נאָמען ניט געהערט, 
נאָר וויבאלד א מענטש שרײַבט ועגן זײַן זון, דארף מען דעם נאָמען 
פארגעדענקען, 


אונטערן הארץ האָט זיך פארקליבן א נאָנגנדיקער ווייטעק. און א טיפער 
אומעט האָט ארויסגעקוקט פון די פארנעפּלטע אויגן. ער איז מיטאמאַל 
שוואך געװאָרן, גלײַך עמעצער האָט אים פארווונדעט, ארײַנגעשטאָכן א 
מעסער. ניט מיטן הארצן, ניט מיטן פארשטאנד האָט ער נישט געקאַנט 


באנעמען, ויַאזוי פארלאָזט מען אן אייגענע היים און מע פאָרט זיך שלאָגן 
פאר פרעמדער ערד, 


ער האָט אראָפּגעװאָרפן די שיך, זיך אײַנגעװיקלט אין טאלעס און מיט 
אן אײַנגעהאלטענעם, ציטעריקן כליפּען זיך געזעצט שיווע, 

אין דרויסן איז געװאָרן פינצטער, װי באנאכט. שווארצע װאָלקנס 
האָבן זיך אראָפּגעלאָזט איבער די בערג, און א רעגן האָט גענומען פּאטשן 
איבערן טײַך. פּונקט וי דער הימל װאָלט אויך באוויינט דעם אומקום פון 
מײַן כרודער, 

פון דעמלט אָן האָט דער טאטע זיך ניט געוויזן צווישן פּליטנטרײַבער, 
אינגאנצן א פארענדערטער, א בלייכער, וי ס'װואָלטן אויסגערונען די 
בלוטן אין זײַנע אָדערן, האָט ער פון צײַט צו צײַט געדריקט מיט דער 
רעכטער האנט די לינקע ברוסט אונטערן העמד. און אזוי גאנצע פארנאכטן 


169 


ארומגעדרייט זיך איינער אליין בא די ברעגן פון טײַך. ספּלאװניקעס 
האָבן זיך געשוווירן, אז זיי האָבן געהערט אים וויינען, 

עפשער האָט זיך זיי אויסגעוויזן. דער רויש פונעם טײַך איז אויך צוי 
מאָל ענלעך אף א געוויין.. 


די צײַט האָט געטריפט טראָפּנװליז, 

ערעוו דעם ברודערס ערשטן יאַרצײַט האָט דער טאטע געהאט א שווע- 
רע נאכט, ער האָט אומרויַק געקרעכצט פון שלאָף. ס'האָט זיך אים געכאַ- 
לעמט, אז ער שווימט אף א ספּלאוו. די געהילצן סקריפּען, פּלאָנטערן זיך, 
ווילן אים פארטראָגן צו א פעלדז און צעשמעטערן. ער רודערט מיט אלע 
קויכעס, נאָר דער ספּלאוו פאָלגט אים ניט. מיטאמאָל דערזעט ער; אפן 
סאמע שפּיץ פון דער קערמע ליגט מײַן ברודער, אריבערגעװאָרפן װי א 
זאק, אינגאנצן פארגאָסן מיט בלוט. ער נעמט שלעפּן צו זיך די קערמע, 
זי ארויסצלען פון וואסער, נאָר װאָס מערער ער שלעפּט, אלץ מער דער- 
װײַטערט זי זיך. דער טײַך וערט רויט פונעם ברודערס בלוט, און אף די 
פארבלוטיקטע כוואליעס ברענען ליכט, אָן א שיר ליכט... | 

דער טאטע האָט זיך אופגעכאפּט מיט א שטארקן וייטעק אין הארצן. 
זײַן פּאָנעם איז געװאָרן בלייך, אָפּגעצױגן, און פון די טונקעלע אויגן- 
לעכער האַבן ארויסגעשטארצט גרויסע קײַלעכיקע אויגן, װי דורכזיכטיקע, 
ער האָט דערפילט, װי א ווארעמע כוואליע איז דורכגעלאַפן איבער דער 
גאנצער ברוסט --פונעם לינקן אקסל ביז צום רעכטן. סהאָט פּלוצעם 
פארפעלט אָטעם, און פאר די אויגן האָבן אין א ווילדן טאנץ געדרייט זיך 
פונקען, געלע, גרינע, רויטע... 


דעם זעלבן טאָג איז מײַן טאטע געשטאָרבן. געשטאָרבן שטייענדיק אף 
א ספּלאוו, און די קערמע האָט לאנג אן עלנטע זיך געהוידעט אפן וואי 
סער, וי דער ספּלאוו אליין װאָלט געפּרװוט אװועק מיטן טאטן, 

ער איז געלעגן מיט דער אָפענער ברוסט אנטקעגן דעם הימל, און א 
שווארצער אַנגעשװאָלענער אָדער האָט זיך געשלענגלט צום שטיין גע- 
בליבענעם הארץ, די ליולקע האָט ער פעסט געהאלטן צװישן די ציין. א 
לײַכטער, דינער רויך האָט זיך נאָך געצויגן פון איר און אויך געהאלטן 
באם שטארבן. זײַנע אויגן האָבן געקוקט צום הימל, גלײַך ער װאָלט פון 
פארווונדערונג זיי געעפנט און פארמאכן ניט געקענט, 

איך בין געשטאנען לעבן טאטן מיט עפּעס א פארשטיינערטער רויקליט, 
איך האָב געקוקט אף זײַן טויט פּאָנעם. ס'האָט זיך קוים געגלייבט, אז ער 
איז טויט. מיר האָט זיך אויסגעדוכט, אז זײַנע בליקן בעטן זיך בא מיר; 

-- זאָלסט אָפּהיטן די מאמע!.. 

איך האָב דערפילט זיך מיטאמאָל עלטער, ערנסטער. אלע האָבן גערעדט 
שטיל, מיט אלינגעהאלטענע שטימען, גלײַך מ'האָט מוירע געהאט, ער זאָל 
ניט דערהערן, 


10 


אָפּט, ווען איך דערמאָן זיך אין מײַן פאָטער, פיל איך זיך עפּעס שול- 
דיק פאר אים. מיר דוכט, אז איך האָב צו װייניק אים געקענט. איך באמי 
זיך צו דערגיין, װאָס איז ער געווען פאר א מענטש. 

יענעם זומער בין איך אלט געװען אכצן, און ער --איבער זעכציק, 
ס'גלייבט זיך קוים, אז מיר איז אמאָל אכצן געווען, 


איבער דער ערד האָט אראָפּגענידערט א שטילער זומערדיקער אָװונט, 
די זון האָט זיך פארוואנדלט אין א פלאמיקער ראָד מיט הונדערטער לאנ- 
גע פײַעריקע שפּיזן, 

איך האָב א קוק געטאָן אף מײַן מאמען, געזען איר בלייך פּאַנעם, 

זי האָט אופגעהויבן צו מיר אירע שווארצע אױיגן, פארגאָסענע פון 
טרערן. אירע באקן זײַנען געווען טיף אײַנגעפאלן, און די האָר האָבן צע- 
פאטלט ארויסגעשטארצט פון אונטער דעם שווארצן טיכל, 

כ'האָב זי ארומגענומען. צוגעטוליעט צום הארצן. זי האָט ניט גערעדט, 
נאָר שטיל געכליפּעט, װי א קראנק קינד, 


ס'איז געקומען אָסיען. 

קאלטע רעגנס זײַנען געהאנגען איבער די גאסן. די ברעגן זײַנען גע- 
װאָרן ליײידיק, פארלאָזט. בלײַבן אין דער היים האָב איך מער ניט געקאַנט, 
מיך האָבן גערופן אומבאקאנטע װוײַטן. איך בין װי אריבערגעטראָטן עפּעס 
א פּאָליוס און שטיין געבליבן אף א נײַעם, פעסטן באָדן, פון וועלכן ס'איז 
ניט פאראן מער קיין וועג צום נגעכטן.. 

אונטערוועגנס האָב איך אָנגעשריבן מײַן מאמען: , איך קאָן דיר מיט 
גאָרנישט ניט העלפן אין דײַן צאר, די זאך איז געװוענדט ניט אין מיר?.. 


די צײַט לויפט גיך, גאָר גיך! 

די ,װאָלגע? יאָגט איבערן שטיינערנעם שאָסײ. לויפט פארבלי װעל- 
דער און בערג. איך נעם ארויס פון בוזעםיקעשענע די אלינלאדונג, 

,זייער כאָשעװער פרײַנט! מיר פארבעטן אײַך אף אן אַװנט, געװיד- 
מעט די בוקאָװינער העלדן, געפאלענע אין שפּאנישן בירגערקריג", 

דער שאָפער בייגט זיך אריבער צו מיר. זײַן קופּערן פּאַנעם איז ערנסט, 
פארטראכט. ער פּרוּווט א שמייכל טאָן, נאָר ס'באקומט זיך ניט. פּלוצעם 
לייגט ער גוטברודעריש מיר ארוף איין האנט אפן אקסל און רופט אויס 
אף א פּאַשעטן חיימישן ייִדיש: 

-- א וװועלט מיט װעלטעלעך! 

און אָפּכאפּנדיק דעם אָטעם, גיט ער צוי 

-- מירן זיך זען אפן אָװנט... איך בין הערצקע פוקס' א פּלעמעניק.. 


צום ערשטן מאָל 


ף דער גאס איז פרילינג. צוויי גלײַכע שורעס לינדג- 
ביימער זײַנען אָנגעטאָן אין װײַסן בליט. יוגנט ראשט, 
פילדערט, און ס'דאכט זיך, אז אלץ איז באשלינט פון 
גליק, האָפענונגען און גלויבן, 

א יונגער מאָלער האָט צעשטעלט זײַן מאַלברעט 
און װיל אריבערטראָגן דעם פרילינג אף לײַוונט, 

און ביימער רוישן מיט אזא צארטן, ווארעמען 
גערויש! 

ביימער געדענקען ניט די פאראיאָריקע בלעטער. מענטשן אָבער האָבן 
א זיקאָרן -- געדענקען זֵיי.. 


...ער איז אויך געווען א מאָלער. כאָטש די קונסט פון ליניעס און 
פארבן האָט ער בא קיינעם ניט געלערנט. ער איז אופגעוואקסן אין א 
הינטערגעסל מיט א קרומער שערענגע קעלערישטיבער און שווארצלעכע 
קראנקע פענצטער, נאָענטע בא דער ערד. א געסל, װאָס איז געווען װי 
אװעקגעװואָרפן אין א זײַט פונעם שטאָטישן לעבן. 

אין די נעכט האָבן קאָנטראבאנדיסטן דאָ אויסבאהאלטן זייערע פאר- 
ווערטע סכוירעס, אין די נעכט האָבן מיידלעך פאר געציילטע גראָשנס אָפּי 
געגעבן זייער יונגע ליבע. און אין די נעכט האָט אן אנדער יוגנט בא פאר- 
האנגענע פענצטער געטרוימט פון איבעראנדערשן די וועלט... און אלעמאָל 
האָט עמעצער פון זיי געמאָסטן די אױיסגעטראָטענע וועגן צו די טרויעריק 
בארימטע רומענישע טפיסעס. 

פונעם װײַטן רוסלאנד איז װי א פארקישעפטער עכאָ דערגאנגען צו 
די קארפּאטן; 

רעװאַליוציע... לענין.. 

אין דער עלנטער גרױיקײַט פונעם ייִדישן הינטערגעסל האָט זיך ארליג- 
געריסן עפּעס א מעכטיקע קראפט, עפּעס א פארביקער, יאָמטעװדיקער 
שטראל, 

און דער מאָלער האָט דעם טרוים פון זײַן דאָר, דעם מענטשלעכן פּרל- 


172 


לינג אף זײַן לײַװונט אויסגעזונגען. און כאָטש די פארבן זײַנען געווען 
אומעטיק-גרוי, װי דאָס לעבן, האָט דאַך געווייעט פון זיי מיט האַפענונג 
און טרייסט. 

פון צײַט צו צײַט האָט אינעם טומל פון שטאָטישן לעבן זיך ארײַנגע- 
פּלאָנטערט דער רוף פון פארשפּרייטע פּראָקלאמאציעס, װאָס זײַנען גע- 
בוירן געװאָרן אין הינטערגעסל, זיי זײַנען געווען באפּוצט מיט לײַדנ- 
שאפטלעכע צייכענונגען, אָבער דעם נאָמען פונעם מאָלער האָט קיינער 
ניט געװוּסט, 

סיגוראנצע-אגענסן, װוי דערשראָקענע הינט, האָבן גענישטערט אין די 
אוגיװוערסיטעט-קאָרידאָרן. שפּיקעס האָבן מיט די נעגל געפליקט שטיקער 
פון די צעקלעפּטע אופרופן, נאָר פון די װענט האָבן מענטשן אראָפּנע- 
שריבן איבערגעריסענע װערטער, עס האָבן אראָפּגעקוקט שטיקער פון 
געקאָװעטע פיס, בליקן פון פארשטארטע אויגן... זיי האָבן גערופן; 

,פּראָלעטאריער פון אלע לענדער, פארייניקט זיך!" 


ער איז ניט געװוען קיין פּראַפּעסלאַנעלער מאַלער. די קונסט פון לי- 
ניעס און פארבן האָט ער בא קיינעם ניט געלערנט. ער איז געװען א 
שוסטער-געזעל, געהאט קראנקע לונגען, וועלכע מ'האָט אָפּגעשלאָגן אין 
די טורמעס בייס לאנגע בלוטיקע פארהערן, א װײַסן הויכן שטערן און א 
גרין פײַערל אין די טונקעלע, עטװאָס פארכאָלעמטע אויגן, 

ער איז געווען נאָך זייער יונג, ווען אין איינעם א שטילן הארבסטיקן 
טאָג איז ער אויסגעגאנגען אינמיטן פון זײַנע דרי און צואנציק יאָר, 
ארום זײַנען געשטאנען נאקעטע, אָפּגעפליקטע ביימער, און די שײַן פון 
דער הארבסטיקער זון האָט געשפּילט מיט פלאמיקע גסיסע-פארבן, וי 
מיט ליכטער פון טויט, 

ס'איז אנשוויגן געװאָרן דער זינגער פון א נײַער וועלט. זײַן ליד, װאָס 
האָט באדארפט ווערן א פּאָעמע פון ליניעס און פארבן, איז געבליבן ניט 
דערזונגען, 

צווישן די בילדער און צייכענונגען איז פארבליבן א פּאָרטרעט פון א 
מענטשן אין א שווארצן מאנטל מיט א סאמעטענעם קאָלנער, די פּאָלעס 
צעשפּיליעט אנטקעגן ווינט, װי פליגל, מיט קלוגע, לײַכטיפארזשמורעטע 
אויגן און א קליין שפּיציק בערדל --ער האָט װי געשפּאנט ניט אינמיטן 
גאס, נאָר באם ברעג פון א טײַך, װאָס צעגיסט אין פרילינג זײַנע ברויזג- 
דיקע וואסערן, 


אזא האָב איך אין יענע װײַטע יאָרן צום ערשטן מאָל געזען לענינען, 
געזען מיט די אויגן פון א שוסטער-געזעל, װאָס האָט די קונסט פון מאָלן 
בא קיינעם ניט געלערנט, 


נײַנטער מײַ 


יליאסן שטערנדלעך צינדן אָן דעם אָװנטיקן מײַיִקן 
הימל, צעבליען זיך, װי א צעדרויבלטער רעגנבויגן, 
און פאלן, פאלן.., 

איך קוק נאָך דעם פײַערװערק פון לויכטנדיקע 
פארבן און מיר דאכט, אז דאָס זײַנען גאָר צעבלאָזענע 
פונקען פון אָנגעצונדענע יאָרצײַט-ליכט. און אף מײַנע 
ליפּן ציטערט אוף א װאָרט, װאָס האָט זײַן אייגענע 
פארב און קלינגט קימאט אף אלע שפּראכן פון דער װעלט אלציינס: 

מאמע.., | 


באהאלטן צװוישן בערג, לויפט פופציק מײַל די װײַט א גרויער שטיי- 
נערנער וועג. דער אװוטאָבוס מאכט אים דורך פאר קארגע צוויי שאָ, און 
לענגויס דעם וועג ציֶען זיך גרינע רוישנדיקע וועלדער, 

גרין -- די פארב פון האָפענונג און פרייד, 

דעם רויש פון אָט די װועלדער האָט אמאָל מײַן מאמע אין א ליד פאר" 
וועבט און מיט איר אײַנגעװיגט מײַן קינדהײַט. צעקלינגט זיך פּלוצעם 
ערגעץ טיףיטיף אין סאמע הארץ יענער זעלטענער ניגן, די װוּנדערלעכע 
יערושע, װאָס כ'האָב געיארשנט פון מײַן מאמען, 

מײַן מאמע איז געשטאנען אף דער היימישער ערד, װי א יונגע טיף- 
פארװאַרצלטע סאָסנע, װאָס פארײַסט איר קרוין צוֹ יענע הייכן, װוּ 
װאָלקנס זעען כאלוימעס... און קיין שום הוראגאן קאָן זי נישט בליקומען... 

און אָט בין איך, אן אָפּגעבראָכענע צװײַג פון יענעם בוים, ווידער גע- 
קומען צו יענע וועלדער... 


4 


שלענגלט זיך אין דער װײַט דער גרויער שטיינערנער וועג, און אים 
לויפט נאָך א קליין בארג-טײַכל. איך בייג זיך אריבער, און דערזע אין 
זײַן טיפקײַט דאָס פּאָנעם פון מײַן מאמען. וי אלט און גרוי זי איז גע- 
װאָרן, 


174 "ןן 


גרוי--- די פארב פון דערפארונג און כאָכמע, 

זי קוקט אף מיר מיט דערשראָקענע אויסגעלאָשענע בליקן, און דאָס 
הארץ קלעמט מיר, 

אין יענעם װײַטן און גרויזאמען אװוגוסט איין און פערציק האָט י 
באדארפט ער ווייסט וויפל צײַט אף אויסשפּאנען צופוס די זעלבע פופ- 
ציק מײַל, 


איבער די בערג פארגייט די זון א בלוטיקירויטע, און מײַנע אויגן 
זשמורען זיך... איך דערזע מיטאמאָל דעם וועג א פארלאָזטן, מיט טויטע 
פארסמאליעטע סאָסנעס בא די זײַטן און צװײַגן, װוי אָפּגעבראָכענע הענט, 
דער וועג איז אָנגעפילט מיט דראָענדיקער איימע, קאָרטשעט זיך פון מלל- 
רעוו אף מיזרעך, 

און מײַן מאמע שפּאנט איבער אים, אין איר שווארץ קרוזשעוועישא- 
לעכל פארשלייערט. אין דעם יאָמטעװדיקן שאלעכל מיט פראָנדזן, צונויפ- 
געקלעפּטע פון טרערן. זי שפּאנט איבער די פופציק מײַלן פון װאָגל און 
נאווענאד. גייט א פאריאָגטע איבער דעם וועג, װוּ די ערד האָט דאָרשטיק 
געטרוגקען טײַכן בלוט, 

און איר גייט נאָך א סארפענדיקע אווגוסט-זון און ברענט מיט א מיך" 
בער-היץ אירע מידע טריט, 


מײַן מאמע האָט זיך ארויסגעראטעוועט פונעם כורבן און אין א שטילן 
פארטאָג זיך געזעגנט מיט איר היים, מיט די שווארץ-אויסגעברענטע 
יידישע הײַזער, װאָס זײַנען געשטאנען פארזונקענע אין א פארלוירענעם 
שטומשװוליגן. זי אי צוגעפאלן מיטן פּאָנעם צו די פרישע קװאָרים, פון 
וועלכע ס'האָבן נאָך געפלאקערט צום הימל די יעלאָלעס פון פארפּליניקטע 
מאמעס און קינדער, און זיך געזעגנט מיט זי, 

אף װאָס פאר א נעס האָט זי געהאָפט, לאָזנדיק זיך איינע אליין? װאָס 
פאר א גאָט האָט זי אָנפארטרױט איר אָפּגעראטעװעט ביסל לעבן, אף 
וועלכן דער סוינע האָט װי א צערייצטע כײַע געלויערט, 

און מיר װוילט זיך פּלוצעם, טראָץ לאָגיק און געזונטן סייכליהאיאָשער, 
זיך אומקערן צו יענעם װײַטן נעכטן, דעריאָגן מײַן מאמע אינמיטן וועג 
און טיילן מיט איר אלע לאסטן, שטרויכלונגען און געפארן, לאסטן פון 
אלע פופציק מליל, װוּ יעדער שפּאן איז אויסגעשטעלט אף סאקאַנע. איך 
וויל גיין לעבן איר, אָפּװישן דעם שווייס און צאר פון איר אויסגעמאטערט 
פּאָנעם. װישן די טרערן, װאָס זײַנען פארגליווערטע געשטאנען אין אירע 
אויגן. איך יל אונטערהאלטן זי. ווען דער סאם-האמאָוועס פון מידקײַט 
נעמט ריזלען אין אירע געבליטן און דאָרשט טריקנט דעם גומען, 

איך װויל צופאלן צו די פיס פון יענער אלטיטשקער בעטלערקע, מיטן 
שווארצן בלעכענעם ציילעם אף דער ברוסט, װאָס האָט געטיילט מיט מיין 
מאמען איר טרוקן לאבן ברויט און דעם קאלטן לאָגל וואסער. און, צו- 


175 


פאלנדיק, קושן פון דאנקבארקײַט, דעם זוים פון אירע פארשטויבטע קליי- 
דער, 

איך וויל גיין מיט מײַן מאמען דעם לאנגן פופציק-מײלנדיקן וועג. זי 
מונטערן און טרייסטן, און הערן איר שטילע שטים, װאָס רײַסט מאמעש 
הימלען... 


איצט, נאָך אזויפיל יאָרן, פארלעצנדיק כראָנאָלאָגיע און נאטירלעכן 
גאנג פון געשעענישן, װויל איך פארמאכן איר די אויגן, ווען זי האָט באם 
יאר פון קידעשיהאשעם אויסגעהויכט איר איידעלע נעשאָמע.. איך וויל, 
זיצנדיק בא איר קייווער, מיט א זאק אש אף מײַן גרויען קאָפּ, דערציילן 
איר פון פולשטענדיק נאָרמאלע מענטשן, װאָס האָבן געהארגעט מיט א 
רוֹיִק געוויסן, אויסגעפירט זייער בלוטיקע מעלאָכע, פּונקט וי זיי װאָלטן 
אין אנדערע באדינגונגען געהאקט האָלץ אָדער געפירט בוכהאלטעריע, 

איך װויל איר דערציילן, אז נאָך דעם, וי זיי האָבן געבראכט דעם 
גרויסן כורבן אף דער וועלט, זײַנען זיי ווידער געװאָרן אייגנטימער פון 
רעסטאַראנען און געשעפטן און זיי ווארגן זיך ניט אין די נעכט פון שׂוי- 
דערלעכע קאָשמארן, גלײַך קיין פארברעכנס װאָלטן גאָר אינגאנצן נישט 
געווען, און אויב עפשער יאָ, װערן זיי אויסגעקויפט דורך די מאגישע 
ווערטער, װי , פליכט" און ,באפעל", 

מאמע.., מאמע... 

מיר דאכט, אז דאָס האָט דער גוירל מיך באשאָנקען מיט יאָרן, קעדיי 
איך זאָל פון דײַנע ליידן אויספלעכטן א טרויעריק געוועב און װי א װאַ- 
רענונג עס שענקען אלע מאמעס פון דער וועלט, 


מיליאסן שטערן צינדן אָן דעם אָװנטיקן הימל. צעפאלן זיך װי א 
צעדרויבלטער רעגנבויגן, און צװוישן די צענדליקער, צענדליקער קאָלירן 
פינקלען העל-גרינע פארבן -- פארבן פון רו, האָפענונג און פרייד.. 


ערשטע ליבע 


גאנצן ליבן טאָג בלאָנדזע איך, וי א ואנדערער, 
ארום צװוישן די וועלדער אין די בערג, די לופט איז 
אָנגעפילט מיט זיסלעך שארפע רייכעס פון סמאָלע 
און מיט זאפטן פון ווילדע אָנגעגאָסענע פּיירעס, 

דער זומער געזעגנט זיך, 

די בערג הייבן אָן בײַטן זייער פארב, נעמען שפּילן 
מיט הונדערטער קאָלירן. און דער וינט צװישן די 
ביימער קושט, וי אין וואנזיניקער בענקשאפט, די בלעטער אָן א סאָף, 


זי אין שטענדיק געגאנגען דורכן וואלד. זיך געטראָגן װי א פרישער 
ווינט. אירע שיינע, צארט-געטאַקטע באָרוועסע פיס זײַנען געשפּרונגען 
איבער גרעזער און בלומען, און אינעם װײַס געבלימטן קליידל האָט זי 
אויסגעזען װי א טאנצנדיקע בלום. צומאָל האָט זי אונטערגעברומט עפּעס 
א לידעלע, און די קליגגענדיקע שטילקײַט האָט עס פארטראָגן װײַט, װײַט, 

איך האָב געקענט די וועגן, וועלכע זי האָט אױיסגעטראָטן, געװוּסט די 
צײַט, ווען זי דארף פארבליגיין, פונװוײַטן זי דערקענט לויטן שאָרך פון די 
טריט, און אין א שװײַגנדיקער פארליבטקײַט איר נאָכגעגאנגען. געגאג- 
גען אָן אָפּהאלט, װוי איך װאָלט נאָכגעלאָפן זיך אליין און ניט געקאַנט זיך 
דעריאָגן. 

אין די וועלדער האָט געבליט א יונגער פרילינג. אלץ, װאָס האָט אופ- 
געוואכט, האָט זיך געצויגן צו דער זון, 

און איך, אין מלינע פופצן יאָר, בין אויך געווען א פרילינג אין פרילינג, 


צופוסנס פון די בערג שפּרודלט א קלאָר טײַכל, שנײַדט, װי א זילבער- 
נער בליץ, אדורך דעם טאָל און פארקערעוועט צו א פארלאַזטער וואסער- 
מיל מיט א שווארצן צעלעכצטן שינדל-דאך און פארהאקטע טיר-אוןיפענצ- 
טער. די צײַט האָט פארקריפּלט די גרויסע הילצערנע מילראָד, באדעקט זי 
מיט געדיכטע פּלאסטן מאָך, און עס טריפט טרויעריק אראָפּ פון איר עפּעס 


177 


א טונקעלע פליסיקײיט, גלײַך די מיל װאָלט מיט שווערע גרינע טרערן זיך 
אליין באוויינט, 

איך קוק ארוף צו דעם איינציק אױיסגעלאַשענעם פענצטער, וי איך 
װאָלט געגרייט זיך עמעצן רופן, כאָטש איך וייס, אז דאַרט איז שױן 
לאנג קיינער ניטאַ, 


אף די שפּיץ פינגער האָב איך זיך פארקליבן צום גאנעקל, זיך באהאלטן 
אין שאָטן פון לעװאָנע-שײַן און דורך דעם אָפענעם פענצטער ארײַנגעקוקט 
אין אלקער, װאָס איז געווען באשלאָגן מיט א געליגרוי ליכט און פונווא- 
נען סאיז! געקראָכן א געפראזשעטער רײעך פון פארלעגערט 
מעל, 

פון דער גרױיקײַט האָט ארויסגעפלאטערט די געלע רייף פונעם הענג- 
לאָמפּ, צעװאָרפן א לאנגן שאָטן פון איר איידעלער, קימאט קינדערשער פי- 
גור, און דער אָפּשײַן האָט געשפּילט אף איר גאָלדיק-ברוין פּאַנעם מיט א 
מיידלש שעמעוודיקן כיין. די גרויסע אויגן אירע האָבן פון אונטער לאנגע 
שווארצע ויִעס געשימערט מיט א בלויען גלאנץ, װי שטערן געלױיכטן 
מיט א ווארעמער צארטקײַט, און אירע פײַכטע ציין האָבן מיט א פּערלדי- 
קער װײַסקײַט ארויסגעבליצט דורך די פולע האלב-אָפענע ליפּן 

און כאָטש זי איז געווען עלטער פון מיר אף גאנצע דרײַ יאָר, האָב 
איך אין א זיסער פארטראָגנקײַט געקוקט אף איר פון מײַן באהעלטעניש, 
געפילט, װי עפּעס א פרייד צאפּלט אין הארצן, און מיר האָט זיך געדאכט, 
אז קיינער, אויסער מיר, באמערקט ניט איר שײינקײַט. א שײנקײט פון 
א באסמאלקע, װאָס איז וװוערט באזונגען צו װערן, װוי אין שׂיריהאשירים, 
און פארלירנדיק זיך אין עפּעס א כאָלעמדיקן קנויל, האָב איך אף אי װײַלע 
פארמאכט די אויגן און גאנץ שטיל, אזוי פאר זיך אליין, גענומען זיג- 
גען: 


וי א ליליע פון שאראָן, דײַן שײנקײַט 
ציכטיק-ריין, 
פארשיקערט שטארקער פון בעסטן שוימיקן װײַן... 


און איניינעם מיט מיר האָבן נאכט-פייגל געזונגען אין די צװײַגן, 

פּלוצעם האָט א פײַף, װי א כאלעף, געשפּאָלטן דעם דרויסן. איך האָב 
געהערט, וי איר טאטע, דער מילנער, האָט ערגעץ פון דער טיף אלקער 
ארויסגעכאַרכלט מיט אן איבערגעזיפט קאָל; 

-- שוין ווידער דער יונגאטש! 

זי האָט, דאכט זיך, ניט געענטפערט, נאָר אין אײַלעניש אראָפּ די פּאָר 
סקריפּענדיקע טרעפּ און פארבײַגעשוועבט נאָענט לעבן מיר. איך האָב 
דערפילט דעם רייעך פון אירע שװערע צעלאָזטע האָר,. געזען איר 
שטראלנדיק פּאָנעם. דער גאנצער קישעף מײַנער איז מיטאמאָל צערונען 
געװאָרן, ‏ און עפעס א הײסער פארדראָס האָט געבריט באם 
הארצן, 

און אין דער שטילקײַט האָבן אָפּגײענדיקע טריט זיך געפּלאָנטערט, זיך 


178 


אװעקגעטראָגן אלץ װײַטער און װײַטער פון מיר, וי זיי װאָלטן ביסלעכ- 
װײַז פארשלונגען געװאָרן פון א פארטראכטער, אויסגעשטערנטער לע- 
װאָנע-נאכט, 

איך בין געבליבן אליין מיט מײַן באליידיקט, פארביטערט געמיט. מיט 
יענער געלײַטערטקײַט פון ליידן, װאָס קומט מיט דער ערשטער דערי 
וואכונג און האָט נאָך קיין נאָמען ניט, 

אפן הימל האָבן געװוּנקען די שטערן, אזעלכע גרויסע, װי זיי װאָלטן 
זיך דערנעענטערט צו דער ערד. און די לעװאָנע האָט א מידע זיך גע" 
װאָרפן אף די ביימער און באגאָסן זיי מיט זילבער, 

לעװאָנעישלין און ליבע -- זיסער צווילינג! 

ס'איז געווען א פײַערלעכע נאכט. ארום האָט ווילד געבליט דער בעז, 
און פייגל אין די צװײַגן האָבן געכליפּעט, 


ניט װײַט הינטער דער מיל בושעוועט א וואסערפאל, טרײַבט מיט אימ" 
פּעט זײַנע וואסערן בארג-אראָפּ, און די זון צעווארפט אין אים אירע 
שטראלן, קרישלען זיי זיך און בלישטשען, װי שפּליטערס פון א צעבראָ- 
כענעם שפּיגל, 

דאכט זיך, אז נעכטן האָבן די זעלבע וואסערן פארקערעוועט צו דער 
מיל, געטריבן מיט א פריילעך געזאנג די שווערע הילצערנע ראָד, און 
איצט שרײַט ארויס פון זיי עפּעס א ווילדע בענקשאפט, וי דאָס יאָמערן 
פון איינזאמע שאקאלן אין די בארג-שפּאלטן, 

נאָענט באם ברעג שטייט אן אלטער פּױיער מיט װײַסע פּאסמעס האָר 
ביז די אקסלען. זײַן גראָב הוצוליש העמד איז אויך װײַס, מיט רויטע פלי- 
טערלעך אויסגענייט. ער שטייט אָנגעשפּארט אף זײַן סוקעוואטע שטעקן, 
די פארביקע טאָרבע פארװאָרפן אפן רוקן, און זעט אויס וי נאָרװאָס 
ארויסגעשפּאנט פונעם נעכטן. ער באגעגנט מיך מיט א מילדן, פריידיקן 
בליק, און אין זײַנע געלע, פארייכערטע װאָנצעס פּלאָנטערט זיך א גוטמו- 
טיקער שמייכל, 

-- סטאָהנע װאָדאָהרײַ,,. ניבע סטאראָהאָ ראבינא קליטשע. 1 

איך פארשטיי, וועמען ער מיינט. ענטפער אויך אָפּ מיט א שמייכל. און 
פּלוצעם דאכט זיך מיר, אז דאָס האָט דער באלשעמטאָוו אליין זיך פאר" 
שטעלט פאר אן אלטן פּױער און געקומען ערעוו שאבעס זיך טויוולען אין 
זײַן מיקווע, 

זי איז געזעסן באם ברעג אנטקעגן דעם זעלבן וואסערפאל, װאָס דער 
באלשעם האָט גענוצט פאר א מיקווע, 

א לויטערער מאָרגן האָט זיך ברייטהארציק געשפּרײט ארום איר, און 
באלויכטן פון זוניקן צויבער, האָט זי מיט א קונציקער רירעװדיקײַט צע- 
וויגט אירע לאנגע קוילישווארצע האָר, 

אף וועמען האָט זי געווארט אין אזא שפּילנדיקן מאָרגן? וועמען גערופן 
מיט איר ריינער, קלינגענדיקער שטים? 


? ס'קרעכצט דער וואסערפאל... װי ער װאָלט דעם אלטן רעבן גערופן... (אוקר.) 


19 


איך האָב א פּערעלע געסילעט, 

איך האָב א פּערעלע פארלוירן, 

איך האָב געהאט א גילדענעם דימענט 
און האָב אים אָנגעװווירן. 


איר קאָל האָט זיך איבערגעמישט מיט די קלאנגען פונעם וואסערפאל, 
און אזא קרויוועשאפט איז געווען צװוישן זיי, גלײַך א וואסער-מיידל, אויס- 
געוועבט פון שטראלן, װאָלט ארױיסגעשװוּמען פון זײַנע שטורמישע טיפע- 
נישן, 

וי א פארשיקערטער, בין איך געשטאנען אין דער געדיכטקײַט פון 
נידעריקע ווערבעס, אזעלכע נידעריקע, וי זיי װאָלטן זיך געשלאָגן מיט 
דער דייע, וואקסן צי ניט, און מיט אלע מײַנע פארשארפטע כושים, גע" 
קאָרטשעט אינדרײַען, אופגעכאפּט יעדע באוועגונג אירע; יעדן קלאנג, 

ארום איז געווען אזוי שטיל, אז דער אייגענער אָטעם האָט געשראָקן, 
פּונקט עמעצער װאָלט מיט שפּיציקע בליקן מיר נאָכגעקוקט, און די שטיל- 
קײַט האָט געשפּילט מיט שטיפערישע קוילעס פון באשעפענישן, װאָס האָבן 
מיט א קאלטן כויזעק זיך אָפּגערופן פון דער נאָענט: 

-- אײַ, סארא כארפּעז 

איך האָב נאָך טיפער זיך ארײַנגעפלאָכטן אין די צװײַגן, װוי איך װאָלט 
פון זיך אליין זיך אויסבאהאלטן, און פארגעסנדיק אינעם צענטן געבאָט, 
האָב איך געגארט צו איר. אומפארשטענדלעכע פארלאנגען האָבן געריסן 
מײַן געמיט. איך בין געשטאנען צווישן הימל און ערד, א יונג באָכערל 
מיט א פארבאָרגענער זינד אין הארצן, א פארלוירענער אין מײַן אייגענער 
צעקלעמטער אומבאהאָלפּנקײַט, 

א ווינטל האָט אָנגעיאָגט, גערוישט אין די ביימער, װי געװאָרנט: 

-- געדענק, עברה גוררת עברה!: 

עפּעס א פארהוילענער אומרו האָט זיך געטראָגן אין דער לופט און 
דורך די ווערבעס זיך ארײַנגעריסן אין מײַן הארץ, 

מיטאמאָל האָב איך באמערקט, אז זי קוקט אין מײין ריכטונג. צי דען 
האָט זי אופגעדעקט מײַן באהעלטעניש? אף איר געזוניקט פּאָנעם האָט, 
וי דער מאַרגנרױט, זיך צעשפּילט א שמייכל, און אין די אויגן, אזעלכע 
ריינע, גלײַך זי װאָלט זיי נאָרװאָס אויסגעוואשן, האָט געצאפּלט עפּעס א 
ניט אויסגעלאכט געלעכטער, 

-- אל, סארא כארפּע... 
| = איך האָב אופגעציטערט, וי מע װאָלט מיך געכאפּט בא א שרעקלעכער 
גנייווע, און אלע מײַנע אייוורים האָבן אויסגעדריקט דעם ציטער. פונקען 
האָבן געטאנצט פאר די אויגן. איך האָב דערפילט, אז מײַן פּאָנעם האָט 
אופגעפלאמט מיט א צונטער-רויטן פלאם. און מײַן איינציקער באגער אין 
אָט דעם אויגנבליק איז געווען---אנטלויפן. זיך, װי א פויגל, אָפּרײַסן פון 
אָרט און פארשווינדן, 

א ווינטל האָט אָנגעיאָגט און שטיל גערוישט אין די ביימער, װי מענטש- 


לעכע שטימען; 
ר 1 אװייראָ גוירערעס אװוייראָ -- א זינד שלעפּט נאָך זיך נאָך א זינד (העבר.) 


180 


-- נארעלע, אפילע דער באלשעם האָט געהאלטן, אז דער קויעך פון 
הײליקײַט ליגט ניט אינעם פּאכדאַנעסדיקן אנטלויפן פון ערדישער פרייד... 
דאָס אלץ האָט געדויערט געציילטע רעגעס. נאָר יעדע רעגע האָט מיר 
אויסגעזען אן אײיביקײַט. איך האָב טיפער זיך אראָפּנעלאָזט אין די ווער- 
בעס. קימאט זיך אראָפּגעזעצט, און א טרוקן געוויין אָן טרערן האָט גע- 
שטיקט אין האלדז, 
פארװואָס האָסטו אזוי פרי 
זיך אנטפּלעקט פאר מיר, 
מײַן שולאמיס, 
מײַן אויסגעפיבערטע אין טרוים 
פון יונגע, אומרויַקע נעכט.. 


אין מײַנע פופצן וועסנעס האָב איך גיט געװוסט, אז אף דער װעלט 
זײַנען פאראן פראגן, װאָס בלײַבן קיינמאָל ניט פארענטפערט, 

זי איז געזעסן באם ברעג. װי א וואסער-מיידל, צעוויגט אירע קויל- 
שווארצע האָר, די כוואליעס האָבן זיך געלאשטשעט צו איר מיט א װײי 
סער שוימיקער צארטקײַט, און מיר האָט זיך געדאכט, אז ניט פאר מיר 
האָבן די הימלען געבלויט און די זון געליכטיקט. ניט פאר מיר האָבן די 
װוערבע-צװײַגן געפלאַכטן א פאנטאסטישן געמעל אפן פאָן פון א ריינעם 
זוניקן מאָרגן.. 


נאָענט בא דער מיל לעבט נאָך אלץ דער אוראלטער ברייט-צעוואקי 
סענער דעמב, ער רירט קימאט אָן מיט זײַנע פארדרייטע צווליגן דאָס אויס" 
געלאָשענע פענצטער, 

א סאך האָט דער גוואר געזען אף זײַן לעבן! 

געזען ייִדן, װאָס זײַנען מיט דוירעס צוריק, פאריאָגטע פון װײַטע 
מײַרעװודיקע קאנטן, אנטרונענע פון אינקוויזיציעס און קרייץ-צוגן, געקו- 
מען אהער בויען נײַע היימען. געזען מײַנע עלטערזיידעס, די ערשטע יידיל- 
שע פּליטנטרײַיבער, מיט העק פארוקט אין די לענדן, אין דער טאָרבע-- 
טאלעס-און-טפילן, א לאבן שווארץ אלטגעבאקן ברויט מיט עטלעכע ציבע- 
לעס און א פלעשעלע בראנפן, 

די צײַט איז געגאנגען, יאָרן נאָך יאָרן, און אורייניקלעך האָבן אָנגע- 
הויבן פארלאָזן די אלינגעזעסענע היימען. קלאנגען און ווידערקלאנגען וועגן 
א נײַער וועלט האָבן דערגרייכט צו די בערג, געמאניעט, געקישעפט, און 
א סאך האָבן פאר אָט דעם קישעף באצאָלט מיט יאָרן טפיסע, 

איך פיל א מידקײַט אין די גלידער. שפּאר אָן מײַן גרויען קאָפּ צום 
טיף-געקארבטן דעמבענעם שטאם, וי איך װאָלט זיך צוגערירט צו דער 
צײַט אליין.., 


זי איז אוועק פון דער היים. דער הונגער האָט זי ארויסגעטריבן פון 
טאטנס שטוב, ווען א ווילדע, כײַישע סינע האָט טראָפּנװײַז גענומען פאר- 
סאמען די וועלט און האָט בא דעם מילנער צוגענומען די מיל, 


181 


איר בידנע מיידלש פארמעגן האָט זי פארבונדן אין דער מאמעס אָפּי 
געבליאקעוועטער שאבעסדיקער שאל און פארלאָזט די שטוב, 
זי איז אוועק, און מײַן כאָלעם האָט זיך איבערגעריסן.. 


ס'נידערט אראָפּ א קילער פארנאכט. הילט אײין די בערג. די מיל שטייט 
א שווארצע, צעלעכצטע, װי אויסגעפּאטשט פון וינטן און רעגנס,--א 
לעבעדיק בילד פון עלנט און צעפאל, 

די וועגן, װאָס האָבן אמאָל געפירט צו איר, זײַנען אינגאנצן פארוואקסן. 
קיינער גייט ניט מער איבער זיי. פארוואקסן זײַנען אויך די געהיימע 
סטעזשקעס צו די היילן אין די בארג-שפּאלטן, פונוואנען סינע האָט שוין אין 
די ערשטע טעג פון צאר און צאָרן באגעגנט ווידערשטאנד. פארביטערטע 
שלאכטן האָבן באגעגנט דעם בלוטדורשטיקן סוינע, װאָס האָט אין א שטילן 
זומערדיקן פארטאָג באפאלן די קארפּאטן, 

א מוירעדיק שװײַגן לויערט ארום דער מיל. און נאָר דער אוראלטער 
דעמב פלאטערט מיט דער געדיכטקײַט פון די בלעטער, וי ער װאָלט גע- 
פּרוּווט אויסשרליען א גרויס, צעריסן געשריי, 


יענער פארנאכט איז געווען אזא פרידלעכער, רויַקער. פייגעלעך האָבן 
אומגעשטערט געזונגען אין די צװײַגן. ס'איז געווען, דאכט זיך, דער רויִק- 
סטער פארנאכט זינט בעריישיס. נאָר דער ווינט האָט טרויעריק גערוישט, 
און דער אראָמאט פון ווילדע צײַטיקע פּיירעס האָט זיך אויסגעמישט מיט 
רייכעס פון בלוט און סרייפעס, 

אין איינע צוויי מעסלעס איז געװאָרן א סאָף צו קימאט אלע יידן, װאָס 
האָבן הונדערטער יאָרן אָט דער ערד אָפּגעגעבן די ווארעמקײַט פון זייערע 
הערצער, 


זי איז געלעגן באם ראנד פון וואלד לעבן צוויי דינינקע, פארנאכטיקע 
בעריאָזקעס, װי לעבן צוויי אויסגעלאַשענע ליכט. איר קלייד איז געווען 
ברוין פון פארבאקן בלוט. זי איז געפאלן מיט א העלדן-טויט אין איינעם 
פון די ערשטע בלוטיקסטע שלאכטן מיטן סוינע. און איך בין געזעסן אֹף 
דער ערד, דערשיטערט פון דער גרויזאמער אוולע, װאָס דאָס לעבן האָט 
אָפּנעטאָן, און שטיל געוויינט, 
און אין קאָפּ האָבן זיך געפּלאַָנטערט שורעס פון א ניטידערשריבענער 
ליד; 
כ'האָב מײַן סאָד ניט אנטפּלעקט פאר דיר, 
ווען דו האָסט, וי א בלום, געבליט, 
ווען דײַן בליק איז װוי א פלאם געווען, 
װאָס האָט געווארעמט אין מינוטן פון פארצווייפלונג. 
איך האָב געהונגערט נאָך דיר, 
ווען ליבע און ליידן האָבן זיך צונויפגעגאָסן, 
און דו האָסט אֹף מײַן הונגער זיך ניט אָפּגערופֿן.. 
וועמען זאָל איך איצט מײַן ליד אויסזינגען? 


182 


מיט װאָס קאָן איך איצט מײַן ליבע פארגלליכן? 
עפשער מיט דער שײינקײַט פון די בערג? 
מיסן געזאנג פון טײַך? 


זי איז געווען עלטער פון מיר מיט דרלי יאָר, 

הײַנט בין איך עלטער פון איר אֹף גאנצע דרײַ און דרײַסיק. איך שטיי 
פאר דער מיל, װוי פאר עפּעס א געטלעכער הײליקײַט, צו וועלכער איך 
בין גרייט טפילע טאָן, איך קוק ארוף צו דעם איינציקן פארהאקטן פענצ- 
טער, בא וועלכן איך האָב אויסגעזונגען דעם זיסן קוואל פון מײַן ערשטער 
ליבע. און מײַן הארץ קלעמט פון טיפן צאר, א פארבליבענעם אפן גאנצן 
לעבן. 


געווען אמאָל א שטעטעלע 


קליין שטעטעלע, וי אלע ייִדישע שטעטלעך אין דער 
אמאָליקער גאליציע, מיט א קוטיקן מארק, ווּ צע- 
פּאטלטע הענדלערקעס און פארגארטלטע באלעגאָלעס 
האָבן מיט אומרויקע בליקן ארויסגעקוקט אף א שטיקל 
פארדינסט און א האָגל פון שארפע ווערטלעך און בלי- 
סיקע קלאָלעס האָט געקוילערט, געליארעמט, 

א קליין שטעטעלע מיט ענגע,. פארשטיבטע 
געסלעך און פּונקט אזעלכע פארשטויבטע פענצטער אין די אָפּגעלופּעטע 
הײַזלעך, װוּ א קײַלעכדיק יאָר האָט געפּײַניקט שווערע זאָרג. באטאָג האָט 
מען געזוכט, מיט װאָס דעם הונגער צו שטילן, און אין די נעכט האָבן 
קליינע קינדער פון שלאָף געװיינט, און מאמעס מיט פלאכע, טרוקענע 
ברוסטן זײַנען, װי געהויקערטע שאָטנס, געהאנגען איבער זיי, און ארליג- 
געזונגען אין זייער געוויין א גרויסן און צעריסענעם אומעט: 


אפן בוידעם שלאָפט דער דאך, 
צוגעדעקט מיט שינדעלעך. 

און אין וויגל ליגט דאָס קינד 
נאקעט, גאָר אָן ווינדעלעך, 

אוי, אוי, אוי, 

עסט די ציג פון דאך דאָס שטרןיי. 


און שווערע קלעפּ פון הילצערנע ויגן האָבן אױסגעמאָסטן די נאכ- 
טישע שאָען.. 

א שטעטעלע, װי אלע אמאָליקע שטעטלעך, מיט א העקדעש און א 
בעסוילעם... 

פון דעם מארק און דעם העקדעש איז מער קיין זייכער ניט געבליבן, 
די געסלעך זײַנען אויך פארשװוּנדן, נאָר דער בעסוילעם שטייט נאָך א 
פארלאָזטער, פארוואקסן מיט ווילדע גרעזער, 

עס איז קיין שטעטל ניט מער, נאָר א שטאָט מיט פריילעכע, לויפנדיקע 
גאסן. אף ברייטע טראָטוארן הילכן אָפּ קלינגענדיקע טריט. און דאָרט, װוּ 
שׂמאָלע געוועלבלעך האָבן געפּינטלט האלב פינצטערע, שטייען פילשטאָ- 


184 


קיקע הײַזער, און מיט רײַכן שימער פון נײַקײַט שפּיגלט זיך אין זייערע 
פענצטער די הימלשע בלויקײיט, 

אין יעדן פענצטער א שטיק הימל, 

אף יעדער גאס א װײַסער פריליגג, 

א טאטע מיט א טאַכטער גייען געארעמט, 

א יונגער טאטע מיט זײַן טאָכטער --א שילערן פון נײַנטן קלאס, 

איר גאנג איז לײַכט, װי זי װאָלט מיטאמאָל פארלוירן די װואָג. זי 
עפנט אירע אויגן צו דער גאס און באשענקט יעדן מיט דער פרישקײַט 
פון איר יונגן בליק. די אויגן בלויע, רויַקע, קימאט נאָך קינדערשע, 
לײַכטן מיט א באזונדער גלאנץ, און א מילדער, א ביסל קאָקעטישער 
שמייכל שפּילט אף איר פּאָנעם, | 

איך גיי איבער דער שטאָט מיט די ברייטע אספאלטירטע גאסן. צע- 
בליטע אקאציע-ביימער באגלייטן מײַנע טריט. איך קוק נאָך דעם יונגן 
טאטן מיט זײַן שיינער טאָכטער, און די געדאנקען קערן מיך אום צו אן 
אנדער טאטן און אן אנדער טאָכטער, 


אין א זומערדיקן באטאָג האָט אמאָל מײַן טאטן זיך פארגלוסט מאכן 
א שפּאציר מיט מײַן קליין שוועסטערל. א דרײַיאָריק מיידעלע מיט בלאָנ- 
דע אױיסגעצװאָגענע צעפּלעך און בלויע, בלויע אייגעלעך, 

ס'איז געווען א ליכטיקער טאָג. דער טאטע האָט געפירט מײַן שווע- 
סטערל פאר דער האנט, און זיי זײַנען געגאנגען אינצווייען אראָפּ צום 
ליידיקן מארק. בא עפּעס א ייִדן מיט א צעשױבערטער באָרד האָט ער 
איר געקויפט א קווערטל עפּליקוואס. ס'איז געווען שאבעס, און דער ייד 
האָט קיין געלט ניט גענומען. ער האָט געהאנדלט אף נעמאַנעס. מיטאמאָל 
איז אָנגעפאָרן א געלילאקירטע בריטשקע מיט צויי פערד נאשפּיץ און 
עפּעס א ואזשנער פּאָרעץ אין א גרינעם טיראָלער יעגעריאַנצוג מיט 
הירשענע קנעפּ האָט א צי געטאָן די לייצעס, די פערד האָבן װי פארי 
שטארטע זיך אָפּנעשטעלט, און דער פּאָרעץ האָט שטרענג א פרעג געטאָן 
באם טאטן; 

--- היי דו, וועמענס קינד איז עס? 

ער האָט, זעט אויס, מײַן טאטן אָנגענומען פאר א מעשאָרעס בא יענעם, 
װײַל עס איז געווען שאבעס, און מײַן שוועסטערל אין א ריין קליידל 
האָט אויסגעזען װוי א קליינע שאבעס-פּרינצעסן, 

דער טאטע האָט א װײַלע זיך פארלוירן. גי ווייס, װאָס א פּאָרעץ קאַן 
אײַנפאלן, נאָר באלד געקומען צו-זיך און מיט א ניט פארשטעלטן שטאָלץ 
געענטפערט: 

--- מײַנס! 

דער פּאָרעץ האָט מיט פארלאָפענע בליקן דורכגענומען מײַן שוועסטערל 
און בא דעם טאטן װײַטער געפרעגט: 

-- וויפל קינדער האָסטו, ייד? 

-- פינף, זאָלן געזונט זײיַן! 

-- פארקויף איינס מיר, אָט דאָס! 


185 


און ער האָט פאָרגעלייגט א גרויסע סומע געלט, אזא גרויסע, אז עס 
װאָלט מיסטאמע גענוג געווען אפן גאנצן לעבן, 

דער טאטע האָט זיך טיף פארנייגט פארן פּאָרעץ און מיט א האכנאָע- 
דיק קאָל געזאָגט: 

-- פּאָרעץילעבן, ווען װאָלסט געהאט אפילע דאָס רײַכטום פון א קיי- 
סער, װאַלט עס אויך ניט געסטײַעט אף אָפּקױפן א קינד בא מיר, 

באם פּאָרעץ האָבן די אויגן אױיסגעשאָסן מיט א שטארער בײזקײט. 
ער האָט א קנאק געטאָן מיט דער בײַטש, און א שטויב האָט זיך אופגע- 
הויבן פון דעם זאמדיקן, צעפאָרענעם וועג, 

געווען אמאַל א שטעטעלע.. 


פארנאכט 


1 


הייסער זומער-טאָג האָט אָנגעגליט די ברייטע אספאל- 
טירטע גאסן פון דער שטאָט און געלאָזט זי א פאר- 
כאלעשטע אנטקעגן דעם אָנקומענדיקן פארנאכט, 

מיך האָט א צי געטאָן צו די קילע הינטערשטאַ- 
טישע ראכוועסן, צו די געדיכט באװועלדערטע בערג, 
װאָס קייטלען זיך אין א בלוי געװעב אף מײַלן די 
װוײַט, 

דער אװטאָבוס האָט זיך אָפּגעשטעלט באם סאמע ארײַנפאָר אין די 
וועלדער, 

א דינער נעפּל האָט לאנגזאם געקלעטערט ארוף צו דעם זונפארגאנג, 
געװיקלט די בארג-שפּיצן אין סאָףיטאָגיקע פלאמען, און זיי האָבן אויס- 
געזען װי ברענענדיקע טורעמס פון פריצישע פאלאצן. אלטע סאָסנעס 
האָבן מיד זיך געהוידעט פון װוינט, געאָטעמט מיט פארהוילענע קלאנגען, 

איך בין ארײַן אין די בערג און געווען אין יענער דערהויבענער שטי- 
מונג ווען ס'איז ניט פאראן קיין אנדער באגער, וי נאָר צו זײַן מיט זיך 
אליין, 


פוֹן א פאריסענעם בארג-שפּיץ הענגט אראָפּ איבער א טיפן אָפּגרונט 
א גרויע סקאלע. אױיסגעטאָקט פון ווינטן און רעגנס, נעמט זי פונװליטן 
אָן דאָס געשטאלט פון א פרוי. די זון צינדט אָן איר אייבערשטן טייל און 
ס'דאכט זיך, װי איבער שמאָלע פרויעןיאקסל פאלן בונטן צעלאָזטע האָר, 

הונדערטער יאָרן הענגט אזוי די סקאלע. נאָך פון יענע װײַטע צײַטן, 
ווען די ערשטע ייִדן האָבן זיך באזעצט אין אָט די בערג, 

דאָס לעבן האָט פארהיט א פּאָעטיש טרויעריקע לעגענדע, 

א לעגענדע וועגן א ייִדיש מיידל, אין וועלכער ס'האָט זיך פארליבט א 
יונגער גראף און זי מיט גוואלד ארויסגעריסן בא ייִדישע טאטע-מאמע. 

בלוטדורשטיק און גרויזאם איז געווען דער גראף. וי וואסער, פאר- 


187 


גאָסן מענטשנס בלוט. איך קוק ארוף צו די בערג, און מיר דאכט, אז דאָרט, 
העט אויבן, שטייט נאָך אלץ דער גאָטישער שלאָס מיט זײַנע פארשפּיצטע 
טורעמס, װאָס שפּארן אונטער די הימלען. דער גראף טראָגט זיך אף זײַן 
פײַערדיק פערד, װי פײַל פון בויגן, און דאָס צוגערויבטע ייִדישע מיידל 
בעט זיך בא אים: 

-- האר מײַנער, לאָז אָפּ... פארשעם ניט.., 

נאָר דער גראף איז פאראקשנט. ער יאָגט דאָס פערד איבער בערג און 
טאָלן דעם שלאָס אנטקעגן. נאָך א שפּאנוועגס, און די שיינע יידישקע װעט 
זײַן אין זײַן באזיץ. ער װעט אָנזאָגן א גרויסן מאָלצײַט פאר סראָרעס 
און פרײַנט, פארן בישאָף, װאָס װעט דארפן דורכפירן די שמאדיצערע- 
מאָניע, 

די נאכט איז א פינצטערע, א פרעמדע. שטערן פאלן, וי גרויסע 
מיידלשע טרערן, 

-- האר מײַנער, איך בין פארקנאסט מיט אן אנדערן! 
| דער גראף טרײַבט גיכער אונטער זײַן פערד. ס'זעט זיך שוין דײַטלעך 
אָן דער פּאלאץ. דורך די פענצטער שטראָמען פּאסן ליכט. ס'הערט זיך דאָס 
בילן פון די הינט און די שטימען פון די באדינער, 

-- האר מײַנער, האלט אײַן א װײַלע... איך װויל צום לעצטן מאָל זיך 
אומקוקן אף די װײַטע פײַערלעך פון מײַן היים... 

דער גראף איז גרויזאם, אָבער ער וויל צוליב טאָן דער יידישקע. נאָר 
איידער ער באװײַזט רעכט אויסצופירן איר באגער, טוט זי זיך א גליטש 
ארויס פון זײַנע הענט און אין איין אויגנבליק פאלט זי װוי א שטיין אראָפּ 
אין שווארצן אָפּגרונט, 

הענגט אפן סאמע בארג-שפּיץ, ווער ווייסט וויפל הונדערטער יאָרן, א 
פארשטיינערטע פרויען-געשטאלט און קוקט אראָפּ אין דער טיפקײיַט, גלײַך 
זי װאָלט געזוכט דאָרט איר יונג, פארשניטן לעבן, | 

לעגענדעס שוועבן איבער די בערג. איבער די וועגן גייט דאָס לעבן. 


2 


נאָענט צו די בערג טוליעט זיך א פארלאָזטער ייִדישער בייסאלמען. 
און איך האָב פּלוצעם זיך דערמאָנט, אז ערגעץ-וווּ אונטער אן איבערגע- 
קערטער מאצייווע דארף ליגן דאָס געביין פון מוישעלע ייעלס. 

אזוי האָט מען אים גערופן בא אונדז אין שטעטל. 

מיר זײַנען ביידע געוואקסן אין איין געסל. געווען קימאט אין איין 
עלטער. מוישעלע האָט געהאט א פלאכע ברוסט מיט א פארדעכטיק הוסטל, 
װאָס איז אים געבליבן בעיערושע פון זײַנע פרייפארשטאָרבענע טאטע- 
מאמע, ער האָט שטענדיק געטראָגן א שווארץ סאטין-יהעמד איבער די הויזן 
מיט א זײַדן שטריקל ארומגעגארטלט און א ברייטע געפאלדעוועטע טאָל- 
סטאָווקע, װאָס האָט ארויסגערופן א כשאד בא דער מאכט און בא שכיינים 
שטעכווערטלעך: 

-- זע נאָר, ס'גייט אָנגעטאָן, װי, לעהאוודל, ניט קיין ייִד... 


188 


| מוישעלע האָט פון קינדװײַז אָן געשעמט מיט זײַן שארף קעפּל צום 

לערנען. אין כיידער האָט ער געשלונגען די סעדרעס פון כומעש, װי ער 
װאָלט זיי שוין פון לאנג געקענט אף אױיסװוייניק. נאָר אָנשטאָט צו פאַרן 
לערנען אין א יעשיווע, איז ער באלד נאָך בארמיצווע געװאָרן א שיקיינגל 
בא א וואלד-סויכער. ווען ער אין אונטערגעוואקסן, בא א יאָר אכצן-- 
נײַנצן, האָט ער פּלוצעם זיך פארדונגען אף ניט קיין ייִדישער ארבעט-- 
גראָבן ערד פאר דער ציגלפאבריק, 

איך האָב אָפט געפּרװוט לויט דער פארב פון זײַנע הענט, אויסגע- 
שמירטע מיט ליים, טרעפן, װאָס פאר א בערג ער האָט געגראָבן. וויפל 
ער זאָל ניט געווען רײַבן נאָך דער ארבעט די הענט מיט זאמד, האָט ער 
קיינמאָל ניט געקאַנט זיי אינגאנצן ריין אָפּוואשן, 

דורך די נעכט האָט ער געלייענט עפּעס ביכלעך. קיינער האָט ניט גע- 
װווּסט, פונוואנען זיי קומען צו אים און װאָס אין זיי שרײַבט זיך. און 
בייזע צינגער האָבן געשפּאסט אף זײַן כעזשבן; 

-- אָט איז דער לאמעדװאָװניק, דער פארבאָרגענער צאדיק, 

נאָר איינמאָל, ווען זשאנדארן האָבן באלאגערט זײַן אָרעם שטיבל, 
אָנגעװאָרפן א מוירע אפן גאנצן געסל, און מוישעלע אין אינמיטן נאכט 
פארנומען געװאָרן, האָט מען אָנגעהויבן ריידן װעגן אים מיט שטילן 
דערעכערעץ: 

= מוישעלע יויעלס, װוער װאָלט זיך עס געגלייבט, װויל איבערמאכן די 
וועלט, 

עטלעכע מאָל איז ער געווען אין די לאפּעס פון דער סיגוראנצע. בין 
שפּעט אין נאכט האָבן זיך געצויגן די פארהערן. דאָס לעצטע מאָל האָט 
אים פארהערט א פּאָליצײ-קאָמיסאר מיט א טיפן שראם צװוישן די אויגן: 

-- בא מיר ועסטו ריידן, צעקראָכענער באָלשעװיק!-- האָט ער גע" 
שריגן, 

זײַן זאט, פארגאָסן פּאָנעם, װאָס איז באשטאנען פון דרײַ פעטע ראַ- 
זעווע רעדלעך -- ביידע באקן און דער גױידער -- האָט זיך פארקרימט פון 
רעציכע: 

-- ייִדישע בעסטיע! 

דאָס איז געווען אלץ, װאָס מוישעלע האָט געהערט, װײַל דער פּאָלל- 
ציַאנט האָט אים א זעץ געטאָן מיט דער פויסט אין ברוסט, אומגעקערט די 
דרײַ רעדלעך אף זייער פריערדיק אָרט און באפוילן; 

-- אָפּפירן! 

אין א צווייטער נאכט האָט מען מוישעלען אופגעהאנגען מיטן קאָפּ 
אראָפּ. שמיץ האָבן, װי שארפע מעסערס, געשניטן די נאקעטע פּיאטעס, 

-- װעסט רעדן! 

מוישעלע האָט מיט פארבלוטיקטע ליפּן א קרומען שמייכל געטאָן און 
אזוי געבליבן א פארכאלעשטער. עמעצער האָט אֹף זײַן פּאָנעם אויסגע- 
גאָסן אן עמער וואסער, און ס'האָט אויסגעזען, װי די פּײַניקער װאָלטן 
וועלן אָפּוואשן דעם שמייכל זײַנעם, 

ווען מוישעלע יויעלס איז אין עטלעכע יאָר ארום ארויס אף דער פרל, 
האָט ער זיך ווידער גענומען פאר זײַניקס, 


189 


נאָר אין איינער א נאכט האָט א קנאל פון א ביקס געמאכט א סאָף צו 
מוישעלעס לעבן. א קויל האָט אים דעריאָגט באם אריבערגיין דעם גרענעץ- 
טײַך, אף וועלכן ס'האָבן געטאנצט די פלאמען פון די ברענענדיקע ציגל- 
אויוונס, װוּ מוישעלע האָט געארבעט, און אויסגעמישט דעם רויטן אָפּשײַן 
מיט דעם רויט פון זײַן בלוט, 

װײַטער איז אין יענער נאכט גאָרניט געשען.. 

דער ברעג האָט געדרעמלט, דער טײַך האָט געריזלט, און בא צעלייגטע 
שײַטערס האָבן פּליטנטרײַבער זיך געווארעמט. דאָ, בא די שײַטערס, האָבן 
זיי געפירט זייער שטילן שמועס: 

-- אזא מוישעלע ייעלס געשאָסן.. פארװאָס, פארווען.. 

איך בין געזעסן בא דער זײַט, זיך צוגעהערט און פארגעדענקט, 

דער זשאנדאר, װאָס היט די גרענעץ, עפּעס א פרעמדער מענטש מיט 
שווארצע אויגן און א פּלאטשיקער נאָז, איז צוגעקומען זיך ווארעמען בא 
דעם זעלבן פּײַער. ער האָט זיך צוגעזעצט ניט װײַט פון מיר, און איך 
האָב געקוקט אף זײַנע הענט, װאָס זײַנען געהאנגען איבער די פלאמען 
רויטלעך-בלייך, קימאט דורכזיכטיק. מיר האָט זיך געדאכט, אז איך זע 
דאָס געפלעכט פון די אָדערן. 

דער זשאנדאר האָט געשויגן. זײַנע הענט האָבן אויך געשויגן. 

ביסלעכװײַז האָט דער שײַטער אופגעהערט ברענען. דער נעפּל האָט 
צוגענומען באם פּײַער זײַן רענטגענישן צויבער, און איך האָב דערזען 
פּאַשעטע הענט, װאָס האָבן געשאָסן א מענטשן. הענט, װאָס האָבן קאלט- 
בלוטיק געזוכט דאָס פלאמיקע הארץ פון מוישעלע יויעלס. און עפשער 
האָבן זיי שוין געצילט אין א צווייט הארץ... 


איצט, פארבײיגייענדיק דעם אלטן ייִדישן בייסאלמען, האָב איך זיך 
דערמאַנט אין מוישעלע יויעלס, דעם איידלשטיין פון אונדזער געסל. פון 
קיינעם ניט דערקענט, פון קיינעם ניט אָפּגעשאצט, 

איך האָב געמיינט, אז יאָרן האָבן אים אויסגעמעקט פון מײַן זיקאָרן. 
איצט האָב איך פארשטאנען, אז דער זיקאָרן האָט אופגעהיט יעדן שטריך 
פון זײַן פּאָנעם. אופגעהיט דעם שמייכל, װאָס האָט זיך אָפט באוויזן אף 
זײַן אויסגעבלייכט פּאַנעם, 


:( 


פון ערגעץ א בארגישפּאלט האָט לאנג און אָפּגעהאקט געשװעבט דער 
רוף פון א קוקאווקע. אמאָל האָט זי מיר אָנגעזאָגט צעשיידונג. באם מאָרגן- 
גרוי און אָװנט-ירױט האָט איר רוף געקרייצט מײַנע וועגן, ווען מיך האָבן 
געלאָקט אומרויקע װײַטן, 

איצט האָט איר רוף זיך פארוועט מיט די טענער פון א דודקע. 

אף א בערגל איז געזעסן א פאסטעך, וועמענס יאָרן עס איז שװער 
געווען צו טרעפן, ער האָט געקאָנט אלט זײַן פערציק און זעכציק. זײַנע 


190 ן 


לאנגע האָר, א געמיש פון שווארץ און גרוי, האָבן װײַבעריש זיך געלייגט 
אף די פארשפּיצטע אקסל, 

ער האָט געשפּילט אף א געשניצט הילצערן פײַפל. געשפּילט אזוי, 
גלײַך דאָס הארץ אליין װאָלט געזונגען. קלאנגען האָבן זיך צונויפגעגאָסן 
אין א טרויעריקן ניגן. ניט קיין ניגן, נאָר רויע בענקשאפט, 

איך האָב פאָרזיכטיק זיך באוועגט פאָרויס און מיט אן אלַנגעהאלטעי 
נעם אָטעם זיך צוגעהערט, 

פּלוצעם האָט ער מיך דערזען און אנשוויגן געװאָרן, 

איך האָב דערפילט, אז איך דארף עפּעס זאָגן. 

-- סארא שטילקליט דאָ בא אײַך! 

דער פּאסטעך האָט אָנגעשטעלט אף מיר זײַנע פארבענקטע בליקן. 

-- א בלויע! 

-- װאָס, די שטילקליט? 

ער האָט א רעגע פארשפּיצט די אויערן, װי ער װאָלט אופגעכאפּט עפּעס 
װײַטע קלאנגען, און דערנאָך א זאָג געטאָן; 

-- דו הערסט דען ניט? 

איך האָב זיך אײַנגעהערט, און מיר האָט זיך געדאכט, אן די שטילי 
קײַט איז בעעמעס א בלויע. אין די אויערן האָט געקלונגען אזא דינע, 
בלויע שטילקליט, װוי אױיסגעשפּילט אף א דודקע. און איך האָב זיך געװוּג- 
דערט, װאָס אזויפיל מאָל אין מײַן לעבן האָב איך געהערט אָט דעם שטילן 
אײַנגעהאלטענעם קלאנג און קיינמאָל ניט געװוּסט זײַן עמעסע פארב.. 

דער פּאסטעך האָט אופגעהויבן צום הימל די אויגן. פרלי אָפּנעאָטעמט 
מיט דער פולער ברוסט און ווידער זיך צעשפּילט. זײַן פליפל האָט געהוילט 
וי א ווינט, געװאָרקעט װי פייגל אין קאיאָר. און מיר האָט זיך מיטאמאָל 
אויסגעוויזן, װי צװישן די בערג בלאַנדזעט ארום א מיידלש געוויין און 
יאָגט צו דעם פארלאָזטן ייִדישן בייסאלמען, װוּ ס'ליגט באגראָבן דאָס 
געביין פון מוישעלע יויעלס, וועלכן סװועט באלד פארגעסן אפילע דאָס 
גראָז אף זײַן קייווער.., | 


איבערן הימל האָבן אופגעבליצט עטלעכע שטערן. די שטאָט האָט פונ- 
װײַטן געלויכטן מיט אירע הונדערטער געלע פליערלעך, און מיר איז שווער 
געווען זיך צו צעשיידן מיט דעם פּאסטעך און זײַן פליפל, מיט דער בלוי- 
ער שטילקײַט, וועלכע איך האָב צום ערשטן מאָל געהערט און וועלכע 
האָט אָנגעהובן שווארץ ווערן., 


מײַן פארגעסן לידעלע 


יך האָב געקענט אמאָל א לידעלע, 

געווען איז עס מיסטאמע אין מײַן װײַטער קינד" 
הײַט, װײַל איך געדענק ניט מער דעם ניגן, און די 
ווערטער האָב איך פארגעסן, 

געווען איז עס אין א בוקאָווינער שטעטעלע מיט 
אן אײַנגעשטעלטן ייִדישן לעבנסשטייגער, װאָס האָט 
טאָג-אײַן, טאָגיאויס זיך געפירט װי גאָט האָט גע- 
באָטן, און עס האָט זיך געדאכט, אז אזוי װעט עס איביק דויערן. 

אָפּט טוט מיר באנק מײַן פארגעסן לידעלע, 

וועגן װאָס איז עס געווען? 

קאָן זײַן, עס האָט דערציילט פון מײַן קליין אָרעם שטיבל באם סאמע 
ברעג טײַך, אן איינזאם שטיבל בא אן איינזאמען ברעג, װוּ מײַן וויגל איז 
געשטאנען און מײַן מאמע האָט אין כאָלעם געבראכט מיר , ראָזשינקעס 
מיט מאנדלען?... 

איך פאָר אראָפּ צזם טײַך, װי צו מײַנע פארשווונדענע נעכטנס. נאָך 
אין די ווינדעלעך האָב איך זײַן וואסער געטרונקען, 

צי דען איז עס דער זעלבער טײַך? דער זעלבער ברעג? 

פונוואנען האָבן זיך גענומען אזויפיל זומער-דאטשעס מיט גערטענער 
און סעדער ארום? 

מיר דאכט: איך בין דאָ קיינמאָל ניט געווען. 

נאָר פארװאָס זעט מיר אלץ אויס אזוי באקאנט? 

עפשער איבער די גאנעקלעך פאר יעדער דאטשע? 

אין זיקאָרן שווימט אוף עפּעס נאָענטס, לײַבלעכס, און די אויגן מיינען 
צו געפינען דאָס אלטע, ליימיקע הײַזל מיט א גאנעקל אף הינערשע פיס- 
לעך, מיט א פענצטער און א טיר, דורכגעשניטן צום טײַך. 

אף דער שװועל פונעם גאנעקל איז געזעסן מײַן מאמע, געלאטעט דעם 
טאטנס אלט, פון שווייס דורכגעפרעסן העמד און געזונגען דערבלל א ליי 
דעלע, װאָס האָט פארמאָגט אין זיך סײַ ייִדישן טרויער, סײַ אוקראינישע 
ראכוועס, 


12--6 199 


האָט אױסגעבראָכן א סרייפע אף דער וועלט, און דאָס פײַער האָט דער- 
גרייכט ביז צו מײַן שטעטל, 

כאָרעוו איז געװאָרן דאָס שטיבל מיטן גאנעקל. פארשטומט איז געװאָרן 
מײַן מאמעס געזאנג, 

װאָס פאר א לידעלע איז עס געווען? איך פּרוּוו זיך דערמאָנען כאָטש 
א װאָרט, װויל אופכאפּן כאָטש א קלאנג, 

מע זאָגט, אז צײַטן קערן זיך ניט אום. איז דאָך אין יאָרן ארום מײן 
היים ווידער געשטאנען אין פלאמען, און איך, שוין אליין אין דעם זעלבן 
עלטער, װאָס מײַן מאמע איז געווען אין דער ערשטער וועלט-מילכאָמע, 
בין געלאָפן פון מײַנע היימישע ברעגעס, און מײַן מאמע האָט מיך באגלייט 
מיט בליקן, פול מיט צאר, | 

וואכט איצט אוף אין מיר איר בליק, איר ווייטעק, 


ס'איז הארבסט, 

די דאטשעס שטייען ליידיקע, פארשלאָסענע. קיינער װוינט ניט מער 
אין זיי. איך קוק ארלין אין א פענצטער. אין א פרעמד פענצטער. און מיר 
װײַזט זיך אויס, אז איך הער עפּעס א רויש, עפּעס א סקריפּען פון הילצער- 
נע טרעפּ. און עלנט בלאָנדזעט ארום א ניגן. די שויב שלאָגט אָפּ מײַן אייגן 
געזיכט, און פון יענער זײַט קוקט אף מיר מײַן מאמע, א שטארק געעל- 
טערטע... 

באם ברעג פון טײַך שטייט נאָך אלץ די גרויע, אָפּגעקראַכענע סקאלע, 
שטייט האלב פארזונקען אין דער ערד, װי א פארצײַטיקע מאצייווע, 

מיט יאָרן, יאָרן צוריק האָט מען די סקאלע גערופן .פארשטיינערטע 
פּריצע". און דערציילט האָט מען א מײַסע װעגן א רײַכער באראַנעסע, 
װאָס האָט אין צײַטן פון פינצטערע גזיירעס אָן א פארװאָס געהייסן אויס- 
שמײַסן א ייִדן באם ברעג פונעם טײַך, 

די פּריצע האָט געװאָלט הערן זײַן וויי-געשריי, לעשן מיט זײַן ווייטעק 
די גללענדיקע סינע, װאָס האָט אין איר געברענט. װי א האָגל, זײַנען די 
שמיץ געפאלן אף זײין לײַב, אָבער דער ייד האָט ניט געשריגן, אפילע קיין 
קרעכץ ניט געטאָן, נאָר עפּעס א פּאָרכטיקער געברום האָט מיט א שטילן 
נאָגנדיקן פלאטער געריזלט פון זײַן האלדז, 

דאָס האָט ער ווידע געזאָגט. און װאָס שטארקער די בײַטשן האָבן גע- 
שניטן זײַן לײַב, אלץ אקשאָנעסדיקער איז געװאָרן זײַן געברום. און ווען 
די בלוטיקע עקזעקוציע האָט זיך ענדלעך אָפּגעשטעלט, האָט דער זאָקן 
מיט דער זילבער-װײַסער באָרד און צעמיימעסטן גוף, װאָס האָט געפי-י 
בערט, זיך אויסגעגלײכט און פון זײַן פארבלוטיקט מויל האָט זיך ארויס- 
געריסן א קלאָלע; 

-- פארשטיינערט זאָלסטו װערן! 

ער האָט די ווערטער ארויסגעבראכט מיט אזא געװוייטעקטן רוף, גלײַך 
וי דורך זײַן הארץ זיינען אדורך אלע שטורעמס פון צאר און דורך זײַנע 
אויגן -- אלע טרערן פון דער וועלט: 

לעגענדע און לעבן --א שנירל בלוטיקע-רויטע קארעלן, 


199 


און די ,פארשטיינערטע פּריצע" שטייט אזוי שוין הונדערטער יאָרן, 
ערטערװײַז טונקלען זיך שלענגלענדיקע שפּאלטן, װי אָפּענע, ניט פאר- 
היילטע שׂראמען, װאָס דער ווינט האָט אויסגעקריצט אף איר שטיינערן 
לײַב, 

איך קוק ארוף צו דער סקאלע, װאָס האָט ניט איין מאָל, קינדװײַז, מיך 
אין כאָלעם געשראָקן, 


און ס'ײיאָגט מיט הארבסט דער ווינט 

איבער מלָיַן טײַך דעם לינדן, 

און פון דעם שסיינערנעם בארג די בענקשאפט ריגט, 
איבער טונקעלע שפּאלטן, װי צעריסענע װוּנדן, 
צעזינגט זיך אין מײַן הארץ א ליך, 

און װעקט מײַן קיגדערשן אמאָל... 


פּרוּוו איך נאָכאמאָל זיך דערמאַנען מײַן פארגעסן לידעלע. 

וועגן װאָס איז עס פאָרט געווען? 

עפשער איז עס געווען דער ניגן פון יענעם פּליטנטרײַבער, װאָס איז 
אין די זומערדיקע, פריש-געבוירענע פארטאָגן געשװוּמען דאָ אף ספּלאוון 
און טפילע אָפּגעריכט, 

-- טאטע אין הימל, זאָלסט ניט אָפּקערן דײַן כעסעד און דײַן ראכמים 
ניט פארבייגן... ס'זאָלן די היצן ניט אױסטריקענען די וואסערן און 
שלאקסרעגנס זאָלן זיי איבער די ברעגעס ניט צעגיסן.. דער זומער אין 
קורץ... זאָל דער חונגער צו מײַן שטוב קיין שליטע ניט האָבן.. 

און בא זײַן זײַט איז געשטאנען א יונגער בלאַנדהאָריקער הוצול, שטיל 
געקערמעוועט, װי ער װאָלט אָפּגעהיט דעם ייַדנס דאוונען, און געקוקט 
מיט פארגאפטע בליקן, דערנאָך האָט ער אף א רעגע אָפּגעלאָזט די קערמע, 
צונויפגעלייגט די הענט, װי װעלנדיק זיך ציילעמען, און א נידעריקע, 
צעשטראלטע זון האָט קיל גערויטלט ביידנס פּענעמער, 

דורך אלע יאָרן, אין דער טיף פון די קארפּאטן, האָב איך זיי באגעגגט, 
אָט די צוויי האָרעפּאשניקעס, 

צום לעצטן מאָל האָב איך דעם ייַדן געזען לויפן פון זײַן ברענענדיקער 
היים, א פארפלייצטע פון האריגעס און טײַכן בלוט, 

זײַן פּאָנעם איז געווען אשיגרוי, ער האָט געטוליעט א קינד צום 
הארצן. געטראָגן עס אזוי, גלײַך ער װאָלט דערמיט געגאנגען האקאָפעס.. 
די לעצטע האקאָפע.. 


די טעג האָט מען בא אונדז אין שטאָט צװישן אנדערע געמישפּעט אויך 
איינעם א וואסילי, װאָס האָט געהאָלפן אויסהארגענען א גאנץ דאָרף מיט 
ייִדן און איז אריבער דרײַסיק יאָר פראנק-און-פרַ ארומגעגאנגען אף 
גאָטס וועלט, | | 

ער האָט געזוכט א רעטונג פאר זיך בא די סאָװעטישע דינים און גע- 
זעצן. געבעטן די ריכטער נעמען אין אכט: ער איז נאָך דעמלט קיין גאנצע 
אכצן ניט אלט געווען. איצט איז ער איבער פופציק, פארהאלט זיך רויק, 


194 


ענטפערט אויסגערעכנט, װי א גוט אָנגעשטעלטער מעכאניזם, נאָר אין 
זײַנע קאלטע אויגן גליװוערט א פארבליבענע אף שטענדיק גאזלאָנישע 
רעציכע, 

-- פארװואָס האָט איר זויגיקינדער מיט די שטיוול געװאָרגן? 

--- װײַל מיט די הענט װעל איך דאָך דארפן עסן, 

די בליטן פרירן אין די אָדערן הערנדיק דעם ענטפער. דאָס הארץ 
וויינט און אין די שלייפן קלאפּט א טעמפּער וייטעק. און ס'לייגט זיך 
קוים אפן סייכל; וולאזוי האָט ער געלעבט די אלע יאָרן? ויָאזוי פון זינען 
ניט אראָפּ, דערמאַנענדיק זיך די דערװאָרגענע קינדער? 

ער האָט דוירעסלאנג געלעבט אין די בערג בישכיינעס מיט ייִדֹן.. און 
געהאָלפן זיי אויסהארגענען... און ס'האָט זײַן האק געבענטשט דער גאלעך 
פון דער יוניאטישער צערקווע. עפשער אן אורייניקל פון יענער קאטוילי- 
שער פּריצע... 

רוישן סוידעסדיק די ווערבעס באם טײַך. די כוואליעס פינקלען, שפּילג- 
דיק זיך מיטן שטראָמיקן זילבער, 

שטילקײַט און כוואליעס, 

און פאר די אויגן שטייט דער ייִד מיטן הוצול אפן ספּלאו. 

א פארשניטענער ניגן.. 


איך שטיי מיט מײַן טאָכטער אף אָט דער ערד, אן אױיסגעטראָטענער 
פון מײַנע זיידעס און עלטערזיידעס. רויטע בלומען ווינקען אונדז. מײַן 
טאָכטער איז אנציקט פון דער פלאמיקער בליונג. זי באנעמט ניט מײַן 
בענקשאפט,,. כאָטש כ'האָב, װי מײַן מאמע מיך, זי מיט , ראָזשינקעס און 
מאנדלען" פארוויגט,,, 

צומאָל לײַד איך דערפון. און צומאָל ווליזט זיך מיר אויס, אז מלין טאָכ- 
טער איז ניט מעכוּיעוו צו טראָגן אף זיך דעם טרויער פון מײַן דאָר, זי 
איז געוואקסן אינעם ריטם פון אן אנדער געזאנג, און איר שפּראך איז 
אויך אן אנדערע, 

אירע ניגונים זײַנען ליניעס, אויסגעלייגט אף װײַסע וואטמאן-בויגנס, 
יעדער ניגן --אן אויסגעכעזשבנט פילגאָרנדיק הויז--א טייל פון א גל" 
פּלאנירטער גאס, | 

מײַן טאָכטער איז א בוי-אינזשעניער, 

הײַנט איז איר כאסענע! 

אָנגעטאָן אין א לאנג װײַס קלייד, מיט א װײַסן שלייער, לײַכט וי א 
װאָלקן, גייט זי מיט איר באשערטן בא דער זײַט איבער ברייטע, יונגע 
גאסן, באגאָסענע מיט זון און פרייד, זיי גייען צום דענקמאָל פון די גע- 
פאלענע שלאכטלײיט, װי פארבעטן זיי אף זייער סימכע... לייגן צופוסנס 
שטיל אוועק רויטע און װײַסע גלאד;אָלוסן. און שווליגן,. שװײַגן.. 

אויך אנדערע מענטשן לייגן בלומען. שטייען לאנג און באװעגלאָז, 
אייניקע מיט א שטיל געוויין, אָן בושע לאָזנדיק פרײ קליקלען די טרערן, 
און אין הארצן רופט זיך אָפּ טרויער און האָפענונג, 


195 


טויטע ליגן אין דער לעבעדיקער ערד, איבער וועלכער עס גייען יעדן 
פרילינג אוף בלומען און גרעזער. ליגן יונגע, אכצניאָריקע, װאָס װעלן 
קיינמאָל מער עלטער ניט װערן. לעבנס, אָפּנעצאָלטע פאר לעבן, אויסגע- 
לאָשענע, װוי פאקלען אין זוניקע קאיאָרן... 

און דער מערדער איז דעמלט אויך קימאט אכצן אלט געווען! 

דערוועקט זיך פּלוצעם אין מײַן געמיט אן אלטער אומרו, דער אומרו 
פון אלע נעכטנס און אמאָלן, עפּעס א שווערער געדאנק נעמט גריבלען אין 
מויעך מיט ברענענדיקער מאָנונג, און מיר װײַזט זיך אויס, װוי פונעם 
רויטן ווארעמען גראניט גייט, װי א ליכטיקע צאװאָע, אוף א געזאנג, העל 
און צארט, װוי א געבעט: 


זאָל מײַן טאָכטערס פרייד 
קיינמאָל ניט פארשטערט ווערן... 


איך שטיי לעבן טײַך, װי לעבן מײַנע פארשװוונדענע נעכטנס. דער 
ווינט זינגט איבערן שטילן ברעג. א געזאנג װוערט געבוירן אָט דאָ פאר 
די אויגן, װי עמעצער װאָלט פון דער לופט קלאנגען געצויגן, א נײַ געזאנג 
פון א נײַער צײַט. און מיר װײַזט זיך אויס, װי עס וועבט זיך ארײַן אין 
אים דער טרוים און די בענקשאפט פון מײַן פארגעסן לידעלע... 


א זעלטענער מענטש 


יר איז באשערט געווען צו באגעגענען אים א היפּשע 
פּאָר צענדליק יאָרן צוריק אין איינעם א גרויען פאר- 
נעפּלטן טאָג אין דער כאָרעון געװאָרענער שטאָט 
סטאלינגראד, | 

איך בין געקומען אהער, ווען װײַט אף מײַרעװ 
זײַנען נאָך אָנגעגאנגען הייסע שלאכטן. איבער דער 
שטאָט, לענגויס דער װאָלגע, איז געהאנגען א שווע- 
רער בלײַענער הימל און באהאלטן די אזוי אויך קארגע הארבסטיקע זון" 
שטראלן. ס'האָט זיך אויסגעדאכט, וי דער הימל װאָלט אומיסטן אזוי נידע- 
ריק זיך אראָפּנעלאָזט, קעדיי אויסבאהאלטן פון דער װועלט די גרויע 
פארייכערטע כורוועס, װאָס זײַנען געשטאנען צװוישן אָנגעװאָרפענע בערג 
ליים און ציגל, 

פונעם טײַך האָט געבלאָזן א פלכטער הארבסטיקער וינט, זיך גע- 
טראָגן דורך צעגראָבענע הויפן, דורך אויסגעברענטע טיר-און-פענצטער, 
פארטשעפּעט שטעכדראָטן, וועלכע האָבן ארומגעצוימט גאנצע שטאָכים 
ערד און ברעטלעך מיט שווארצע אופשריפטן, װאָס האָבן ניט אופגעהערט 
װאָרענען: ,, פאָרזיכטיק, מינעס!". װי אין אנגסט פארקרימטע, זײַנען אראָפּ- 
געהאנגען באלקאָנען איבער געלעכערטע וענט. א לײדיק קינדעריבעטל 
האָט פאריאָסעמט זיך געוויגט אונטער א צעשפּאָלטענער סטריכע, און דער 
ווינט האָט געזונגען איבער אים א טרויעריק וויגליד, 

צו פריש זײַנען נאָך געווען די סימאָנים פונעם װיסטן מילכאָמע-גע- 
קלימפּער, צו פריש די ברודער-קװאָרים, װאָס האָבן זיך געבערגלט אינעם 
דאָזיקן לאנדשאפט. אָפּנעבליאקעװעט גראָז האָט זיי באדעקט מיט א טונקל- 
גרינעם גלאנץ, אין וועלכן דער טאָג האָט זיך געשפּיגלט, װוי אין א שרעק- 
לעכן שפּיגל, 

נאָר אין דער הארבסטיקער לופט, א פארדעמפטע פון נאסער ערד און 
פארלעגערט אש, האָט געאָטעמט מיט יונגע שארפע רייכעס פון פריש- 
צעזעגטע סאָסנעס און טאָפּאָלן. פרויען אין אױיסגעשטעפּטע וואטניקעס און 
שווערע קירזעווע שטיוול האָבן אָפּנערײניקט די גאסן פון ציגל-ברוך; בוי- 
ער האָבן ארומגענומען די שטאָט מיט הילצערנע רישטעוואניעס, 


199 


אין א קליין קעלער-שטיבל בא מײַנעם א פרײַנט, א לעקטאָר פון לֵי- 
טעראטור אין פעדאגאַנישן אינסטיטוט, וועלכער האָט פארביטן די קאטעד- 
רע אף א בלינדאזש און צוזאמען מיט זײַנע שילער העלדיש פארטיידיקט 
די שטאָט, איז, װי אין דרויסן, געווען קאלט און אומעטיק, 

מיר זײַנען געזעסן ארום א בלעכן אייוועלע, געטרונקען טיי פון קאָנײ 
סערווןיבאנקעס און געטרוימט וועגן דער צוקונפט, 

מײַן פרײיַנט, זייער א גוטער פאַרלייענער, האָט פּלוצעם גענומען זאָגן 
אף אױסװײיניק שאַלעם-אלייכעמען. ער האָט געלייענט מיט א סאך גע- 
שמאק און ווארעמקײיַט. ס'האָט זיך געדאכט, װי עפּעס א מין ליכטיקער 
שטראל װאָלט ארײַן אין צימער, מיטאמאָל האָט ער איבערגעריסן אינמיטן 
לייענען און זיך געװוענדט צו מיר; 

-- אגעוו, דאָ װווינט שאַלעם-אלייכעמס ערשטער איבערזעצער אין רו- 
סיש -- דאָקטער פּינוס! 

די לעצטע קוילן אין בלעכענעם אייוועלע האָבן געהאלטן אין אויס- 
ברענען, דער טשײיניק האָט אופגעהערט זידן, און דערפון איז אין דומפּיקן 
קעלער-ישטיבל געװאָרן גרוי און אומהיימלעך, | 

-- כאפּ זיך ארײַן צו אים, א זעלטענער מענטש! 


אין יענעם טאָג האָב איך צװישן כורוועס און קװאָרים, צווישן ,וורעי 
מיאנקעס", צונויפגעשלאָגענע פון ברעטער, אופגעזוכט דעם שטאָטישן 
געזונט-אָפּטײיל, װוּ עס האָט זיך צײַטװײַליק געפונען א קיגדער-שפּיטאָל, 
אין וועלכן ס'האָט דעמלט געארבעט דער סטאלינגראדער קינדער-דאָקטער 
יולי יאָסיפאָװיטש פּינוס, 

אין א ליכטיקן צימער מיט רעפועס אין די אײַנגעגלאָזטע שאפעס האָט 
מיך באגעגנט א מיטלװוקסיקער מאן. די האָר אף זײַן קאָפּ האָבן זיך קי- 
מאט ניט אונטערשיידט פון זײַן װײַסן כאלאט, 

-- איך דארף צום דאָקטער פּינוס! 

א ליבלעכער, גוטמוטיקער שמייכל האָט גערוט אף זײַן שטארק געעל- 
טערט פּאָנעם, נאָר די טונקעלע אויגן זײַנען געווען יונג, קינדערש צארט, 

-- מיט װאָס קאָן איך דינען? 

ווען ער האָט זיך דערװוּסט וועגן ציל פון מײַן קומען, האָט זײַן פּאָנעם 
זיך פארענדערט, געװאָרן גרוי, װי דער טאָג אף יענער זײַט פענצטער. 
פון די אויגן, וועלכע האָבן נאָרװאָס אזוי ליכטיק יונג געפינקלט, האָט 
ארויסגעקוקט א פארנעפּלטער צאר. די ליפן זײַנע האָבן קוים זיך בא- 
וועגט, : 

-- שוין לאנג איז עס געווען... זייער, זייער לאנג.. 

ער האָט א מאך געטאָן מיט דער האנט, װי ער װאָלט מיר געגעבן צו 
פארשטיין, אז ער וויל וועגן דעם ניט ריידן. זײַנע אױיגן האָבן אָנגע- 
שטרענגט געקוקט אין איין ריכטונג, און א לײַכטער ציטער האָט בא- 
וועגט זײַן אונטערשטע ליפּ. באלד אָבער האָט ווידער א רויקע געלאסנקײַט 
זיך צעלייגט איבער זײַן פּאָנעם. ס'איז געווען קענטיק, װי אין זײַן אלטן 


200 


זיקאָרן סילען, וי פּערל, זיך אוף זיכרוינעס פון א װײַטער, קימאט שוין 
פארגעסענער פארגאנגענהליט, 

.א קנופּ פון װײַטע יאָרן, איבערגעלאָזטע ערגעץ-ווּ אינעם באװוּסטן 
װײַסרוסישן שטעטעלע שקלאָוו איגיינעם מיט זײַן קינדהײַט, האָט אָנגע- 
הויבן זיך פאנאנדערוויקלען, 

פּינוס האָט געקוקט אף מיר מיט זײַנע מילדע אויגן און שטיל, װי ער 
װאָלט אָפּגעריכט א טפילע, דערציילט: 

-- איך האָב געארבעט אלס פעלדשער אין שקלאָוו און טאקע דאָרט, 
אין שקלאָוו, צום ערשטן מאָל זיך באקענט מיט די שאפונגען פון שאָלעם- 
אלייכעמען. וויפל פרייד און וויפל טרערן האָבן מיר פארשאפט זײַנע 
ווערק. מײַנע רוסישע קאָלעגן פלעגן מיך אָפּט פרעגן, װאָס לייען איך עס 
אזעלעכס, װאָס איך לאך און וויין אזוי. איך האָב זיי געפּרוּװוט איבערגעבן 
אף רוסיש דעם אינהאלט פון שאָלעם-אלייכעמס נאָװעלן, אזוי װוי איך האָב 
זיי באנומען... איך האָב באמערקט, וי מײַנע צוהערער ווערן פארכאפּט 
פון די אימפּראַװויזירטע איבערזעצונגען. מיר האָט זיך אײַנגעגעבן אויסצו- 
געפינען אדעקוואטע אויסדרוקן פאר שאָלעם:-אלייכעמס אייגנארטיקער 
שפּראך... איך האָב געגארט צו באקענען דעם רוסישן לייענער מיט דער 
גרױסקײַט פון שאָלעם-אלייכעמס שאפונג, פארווירקלעכן שאָלעם-אלייכעמס 
באגער ,ארויסשווימען אין אָקעאן פון דער רוסישער ליטעראטור.. 

ווען דער היסטאָריקער מארעק האָט מיר אמאָל, אין די סטודענטישע 
יאָרן, אין מאָסקװע, אונטערגעזאָגט די אידיי -- איבערזעצן שאָלעם-אליי- 
כעמען אף רוסיש, האָב איך זיך אָנגעכאפּט פאר איר מיט גרויס פרייך, 
אזויארום בין איך געװאָרן זײַן ערשטער איבערזעצער, 

פּינוס האָט גערעדט מיט מיר רוסיש. זײַן רוסישע שפּראך איז געווען 
זאפטיק, רײַך, קלינגעוודיק. ער האָט אופגעעפנט א שופלאָד און פאַרזיכ- 
טיק ארויסגעצויגן פון דאָרט א זאָרגזאם אָפּנעהיט פּאפּקעלע. 

-- דאָ ליגן קאָפּיעס פון א סאך שאָלעםיאלייכעמס בריוו צו מיר, די 
אָריגינאלן האָב איך אָפּנעשיקט אין זיכערע הענט, 

פּינוס האָט מיט ציטעריקע פינגער גענומען אויסלייגן פאר מיר א בריוו 
נאָך א בריוו, דינינקע, װי קארטלעך, און פולבלעכע, וי העפטן, דער בריוו" 
אויסטויש צווישן איבערזעצער און אװוטאָר אין אָנגענאן א לעבהאפטער, 
א רעגלמעסיקער, צענדליקער און צענדליקער בריוו האָט פּינוס אָפּגעהיט 
אין זײַן פּאפּקעלע, וי א הײיליקײיַט, 

-- אָט איז גאָרקיס א בריוו, װאָס שאַלעם-אלייכעם האָט מיר צוגעשיקט. 

און פּינוס האָט אָנגעהויבן לייענען: 

,אײַער בוך האָב איך באקומען, איבערגעלייענט, געלאכט און גע- 
וויינט --א װוּנדערלעך בוֹך! די איבערזעצונג, דאכט זיך, איז געמאכט 
געלונגען און מיט א סאך ליבע צום אװוטאָר,,?" 

א צווייט בריוול, שאָלעם-אלייכעמס; 

,ס'פילט מײַן הארץ, אז איר זײַט מײַן איבערזעצער. איך האַב ניט 
געהאט קיין טאָעס. אײַער איבערזעצונג איז אויסגעצייכנט. אויסגעצייכנט 
דערפאר, װאָס בעסער איבערזעצן פון ייִדיש קען מען ניט. איך נעם אײַך 
ארום און קוש אײַך ברידערלעך,." 


201 


בייס פּינוס האָט געלייענט, האָבן געפינקלט זײַנע אויגן, זײַן קאָל האָט 
געציטערט, 1 

ליידער געדענק איך מער ניט דעם אינהאלט פון נאָך בריוו צו פּינוסן, 
די צײַט האָט א סאך אויסגעמעקט פון מײַן זיקאָרן, און דאָס פארצייכנטע 
איז אויך ערגעץ-וווּ פארפאלן געװאָרן. איך דערמאָן זיך נאָר, װוי פּינוס 
האָט אויסגערופן; 

-- דער טאָג, ווען איך האָב באקומען דעם ערשטן באנד פון דער רו- 
סישער איבערזעצונג ,דעטי טשערטי" (, קינדער פון טכום"), איז געווען 
איינער פון די פריידיקסטע טעג אין מײַן לעבן! 

אף זײַן פּאַנעם איז געלעגן א לײַכטער שאָטן, װי א שטילע בענקשאפט, 

--- שוין לאנג װוינט איר דאָ? 

ער האָט א קוק געטאָן אף מיר און שטאָלץ געענטפערט: 

-- אַ! איך בין אן אלטער טוישעו. כ'ווין דאָ פונעם דרײַצעטן יאָר. 
געקומען אהער באלד נאָכן פארענדיקן דעם מעדיצינישן אינסטיטוט, 

אין דעם זעלבן דרליצעטן יאָר, ווען פּינוס האָט זיך באזעצט אין דעמל- 
טיקן צאריצין, זײַנען אין פארלאג , סאָװורעמעניַע פּראָבלעמי" דערשינען 
די ערשטע אכט בענדער פון שאָלעםיאלייכעמס וערק אין פּינוסעס איבער- 
זעצונג, 

-- מער האָב איך זיך ניט פארנומען מיט ליטעראטור, -- האָט ער, װי 
מיט באדויערונג, זיך פארענטפערט, -- צופיל קראנקע האָבן באדארפט מיין 
הילף, מיין צײַט... יאָרן זײַנען געווען שווערע... מילכאָמעס, רעציכעס, ביר- 
גערקריג -- און אָן א שיר קראנקע, היימלאָזע קינדער... 

מיר איז עטלעכע מאָל דורך א געדאנק: בעטן אים רעדן אף ייָדיש, 
ער האָט, אפּאָנעם, דערפילט מײַן באגער. | 

-- איר זײַט מיסטאמע נײַגעריק הערן, ויאזוי רעדט עס שאָלעם-אליי- 
כעמס געוועזענער איבערזעצער אף ייִדיש?..---דאָס װאָרט , געוועזענער" 
האָט ער באזונדערס אקצענטירט און, װי מיר האָט זיך אויסגעװיזן -- 
לײַדנשאפטלעך, -- כ'האָב שוין אָבער זייער, זייער לאנג קיין ייִדישׂ ניט 
גערעדט, 

ער האָט אָנגעהױבן אף א געמישטן װײַסרוסיש-אוקראלנישן דיאלעקט, 
ערטערװלײַיז גענומען צוהילף רוסישע ווערטער, נאָר װאָס װײַטער, אלץ 
ריינער, פארביקער איז געװאָרן זײַן ייִדיש, גלײַך אינעם װײַסן שפּיטאָל- 
צימער איז געקומען צוגאסט זײַן אלטע היים, דאָס װײַטע ייַדישע שטעטל-- 
שקלאָוו, 

-- אפילע א קינדער-דאַקטער בין איך געװאָרן אדאנק שאָלעם-אלי- 
כעמען, ער, דער שרײַבער, האָט געפונען דעם אידעאל פונעם מענטשן 
אינעם קינד, אין זײַן ריינער, פונעם שווערן לעבן נאָך ניט פארדאָרבע- 
נער נעשאָמע... איך האָב אויך געפונען מײַן אידעאל אינעם קינד, אינעם 
לויטערן קינדערשן שמייכל, 
און ער האָט אף אױיסװייניק געבראכט א שטעלע פון א בריוו, װאָס 
שאָלעםיאלייכעם האָט אמאָל געשריבן צו אים: 

-- , צי איז אלַך באװוּסט, אז דאָס לעבן פון קינדער איז אינטערעסאג- 
טער פון יעדן אנדערן לעבן?" 


202 


עמעצער האָט אָנגעקלאפּט אין טיר. אף דער שװעל האָט זיך באוויזן 
א מעדיציןישוועסטער, נאָך זייער א יונגע, װי א יונגע בעריאָזקע. איר 
אָפּנעברענט געזיכט, אינגאנצן נאָך א קינדיש, איז געווען ערנסט. דערזען, 
אז פּינוס איז פארנומען, האָט זי מיט א פארלוירענעם שמייכל זיך צוריק- 
געצויגן, 

-- יא ניטשעוואָ... יא פּאָזזשע!ו 

-- ס'א מיידל פון די שכיינישע קאזאקישע סטאניצעס, --האָט פינוס 
אָנגעװיזן אף דער צוגעמאכטער טיר, -- צענדליקער פארווונדעטע האָט זי 
אונטערן סוינעס פּײַער ארױיסגעטראָגן, קינדער געראטעוועט.. און זי איז 
נאָך אליין, װוי איר זעט, אינגאנצן א קינד... קוים זיבעצן יאָר אלט,,, 

כ'האָב זיך דערמאַנט אינעם ליידיקן בעטל צווישן כאָרעװע וענט און 
מיט א געפיל פון דאנקבארקײַט געטראכט: פּינוס איניינעם מיט דער ינ- 
גיטשקער שוועסטער האָבן זיכער אָפּגעראטעװעט דאָס קינד... 

ווען איך האָב זיך געזעגנט מיט פּינוסן, האָט אין דרויסן גענומען צו" 
פאלן אן אױיסגעלײַטערטער פארנאכט. פּינוס האָט פארהאלטן מײַן האנט 
אין זײַנער און עטלעכע מאָל זיך פארענטפערט: 

-- זײַט מויכל פאר מײַן שלעכטן ייִדיש, אזויפיל יאָרן ניט גערעדט! 

אין הימל האָבן איײינציקװוײַז זיך באוויזן שטערן. פון יענער זײַט װאָל- 
גע האָט זיך גערויטלט א געוועלבטער האָריזאָנט. פּאסן ליכט האָבן ארומ- 
געגארטלט װאָלקנס, ענלעכע אף דעכער פון װײַטע בוונגען 

-- קומט אין א פּאָר יאָר ארום, װעט איר זען, װאָס פאר א שטאָט דאָ 
װעט זײַן... נאָך שענער און רײַכער, װי פרלער, --האָט פּינוס, איבער- 
גייענדיק אף רוסיש, צוגעגעבן, 

מער האָב איך פּינוסן ניט געזען, 


אין יאָר 1958 האָט מיך דער וועג ווידער געפירט צו אָט דער שטאָט, 
װאָס האָט לענגויס דער װאָלגע אף מײַלן װײַט צעשטעלט אירע פרעכײ 
טיקע קווארטאלן, 

איבער אספאלטירטע פּלעצער און בולווארן מיט פילפארביקע פאָנטא- 
נען, איבער ברייטע גאסן, באזוימטע מיט בלומעןיגערטענער, האָט, װי א 
זײַדן געוועב, זיך אױסגעשפּרײט א דורכזיכטיקער הימל. די הויכע יון-זון 
האָט וי אין גאָלד פארוועבט די פילשטאָקיקע הײַזער, 

בא די ראָזלעכע מירמל-טרעפּ, װאָס פירן צום שטאָטישן האפן, האָט 
פון דער ארויסגעהאנגענער געגנטלעכער צײַטונג א שניט געטאָן מיר אין די 
אויגן די יעדיִע וועגן טויט פון דאַקטער פּינוס, 

דער גוירל האָט אזוי געװאָלט, אז איך זאָל בײַזײַן אף זײַן לעװײַע. 

זייער װינציק מענטשן, װאָס האָבן אין יענעם זומערדיקן טאָג ארויס" 
באגלייט אין זײַן לעצטן וועג דעם פארדינסטפולן דאָקטער פון דער רע- 
פּובליק יולי יאָסיפאָװיטש פּינוס, האָבן געװוּסט, אז זיי ברענגען צו קװוּרע 
שאָלעם-אלייכעמס ערשטן איבערזעצער, וועלכער האָט געפונען זײַן אייבי- 
קע רו אין דער העלדיש-לעגענדארער שטאָט װאָלגאָגראד, 


? גאָרניט... כ'וועל שפּעטער (רוס.) 


א גאסט 


אָס אָפּרויהױיז, אין וועלכן איך בין פארפאָרן, האָט זיך 
געפונען אין א טאָל באם סאמע ברעג פון די קארפּאטן, 
באם אמאָל פון מײַנע ערשטע טרימען, ערשטע 
שטרויכלונגען, און סימאָנים פון װײַטע טעג האָבן 
מיט א זיסן ווייטעק מיך באגעגנט, 

דער טאָג האָט זיך געלאָשן, 

איבער ריזיקע בארג-שפּיצן איז געהאנגען א רוי- 
טע, קײַלעכדיקע זון, און אין אירע לעצטע שטראלן האָבן נײַע פּאנסיאַי 
נאטן, מיט בונטע דעכער און ברייט געשניצטע סטריכעס, אויסגעפאָרמטע 
אין א דעקאָראטיוון הוצולישן סטיל, געלויכטן שטאָלץ און זיכער. 

-- אײַער נאָמען? --האָט געפרעגט בא מיר א ייונגע , שװעסטער" 
| וועלכע האָט פארשריבן יעדן נײַיאָנגעקומענעם. א ליבלעכער שמייכל האָט 
געשפּילט אין אירע גרויסע קארע אויגן, און אליין אין זי געװען אזי 
צוטרעפלעך היימיש, אז מיך האָט געװונדערט, װאָס זי טראָגט גאָר א 
װײַסן כאלאט, און ניט קיין פילפארביק אויסגענייט העמד, און אין אירע 
האָר פלאטערן ניט קיין קאָלירטע לענטעס, וי צוגעשפּיליעטע רעגנבויגנס, 

סטיליזירטע פּאנסיאַנאטן פאר די אויגן, 

א הוצולקע אין װײַסן, 

און נידעריקע, מיט שטרוי באדעקטע פּויערישע כאטקעס אין זיקאָרן.. 


צופוסנס פון די בערג שפּרינגט א בארג-טײַכל איבער שטיינער און 
גראָזן. דורכזיכטיק"ריינע טיפקײַט באהאלט אין זיך די בלױיקײַט פונעם 
הימל און דעם שאָטן פון די בערג, | 

דער זעלבער הימל, די זעלבע בערג, 

עפּעס האָט א ווייע געטאָן מיט הײימישקײַט... און איך האָב דערפילט 
די פרייד פון קומען צוגאסט צו פארגאנגענע יאָרן, פון זען די היימישע 
בערג און דעם קישעף פון זונפארגאנג איבער זֵיי, 

בא די ראנדן האָבן געשארט זיך סילועטן פון פארליבטע פּאָרלעך און 
געזוכט אן אָרט אף זיך אויסבאהאלטן מיט זייער ליבע. עמעצער האָט זיך 


204 


צעלאכט יונג און הײַטער, האָבן די בערג באלד געקייפלט דאָס פארבלי- 
פללענדיקע יונגע געלעכטער. א פרויעןישטים האָט זיך צעזונגען, און דער 
גאנצער ארום איז פול געווען מיט אױסגעכאָלעמטן װוּנדער פון ליבע און 
געזאנג, 


אָ, קום שוין, שטילער אָװגט, 
און וויג די וועלדער אלין, 
מיר זינגען דיר א לויב-ליד, 
אָ, ליבע אָװגט-שלין, 


האָט זיך צעזונגען אין מײַן געמיט אן אלט ליד, װאָס האָט אמאָל אנט- 
פּלעקט פאר מיר דעם צויבער פון יונגע, שטיליפארליבטע פארנאכטן, 


אין דעמערונג האָט א קרומער געפלאסטערטער ועג זיך צונויפגעגאָסן 
מיט די בארג-ראנדן. איך האָב געזוכט באם וועג א גרויס הויז מיט א 
ברייטן הילצערנעם גאנעק, ארום װעלכן סהאָבן אמאָל בלומעך-בייטן 
געשפּילט מיט צענדליקער פארבן. איך האָב געזוכט דעם אָנהייב פון מײַנע 
ערשטע טרוימען, און ניט געװוּסט, אן דאָס הוין אין פון אלטקײט שון 
לאנג אײַנגעפאלן, נאָר דער פּלױט איז ערטערװײַז נאָך געשטאנען, און פון 
יענער זײַט פּלױיט האָבן עפּלביימער מיט אלטע אָפּגעקראָכענע צװײַגן איג- 
דערשטיל געגויסעסט, 

איך האָב געקוקט אף דעם פארלאָזטן גאָרטן, און מיר האָט זיך אויסגע- 
וויזן, וי צװישן די ביימער גייט ארום א נידעריקע מענערישע געשטאלט, 
א מענטש אין שׂארפע ברילן פון א קורצזיכטיקן רעדט וי צו זיך אליין; 


טרויעריק, קינדער, אף דער וועלט דער ברייטער, גראָמער! 
ביטער, מיט א מאָשל כאָטש זיך קוויקן לאָמיר, 


ניט איין מאָל, אין מינוטן פון פארצווייפלונג, אין א װעלט פול מיט 
טרויער, האָבן די ווערטער, װי א טרייסט, זיך אָפּגערופן אין מײַן הארצן., 

איך האָב דערזען די שמייכלענדיקע אויגן הינטער די ברילן. און מיר 
האָט געװאָלט זיך אויסרופן; 

-- כאווער עליִעזער שטיינבארג! 

נאָר װוי קאָן מען עס אָפּנארן זיך אליין?, 


פון א בארג-שפּאלט האָט זיך אויסגעשיילט א פערד-און-װאָגן, גלײַך 
אן אָפּנעשטאָרבענע צײַט איז ארויסגעפאָרן אפן ברייטן שליאך, 

-- וויאָ... הליטא! 

האָט א כריפּענדיק קאָל אונטערגעטריבן די פערד. און דער װאָגן, אן 
איבערגעלאָדענער מיט פריש געקאָסעטן היי, האָט פויל זיך געשלעפּט. 

איך האָב א רעגע זיך פארטראכט, 

א רעגע איז א סאך צײַט, 


2059 


יעדנפאלס, גענוג אף אריבערטראָגן זיך צום אָנהייב פון א פארלעבטן 
האלבן יאָרהונדערט, 

און מיר האָט זיך געדאכט, אז איך בין אף דעם אלטן װאָגן מיט דעם 
אלטן פירפאכיקן סקריפּ פּלוצעם ארײַנגעפאָרן אין מײַן װײַטער קינדהײַט, 
ארײַנגעפאָרן אין א ועלט, װוּ אָרעמקײַט האָט ברייט געשפּאנט איבער 
ייִדישע הײַזער, און קינדער, אײַנגעזויגענע אין שטויב, מיט פארגעלטע פּע- 
נעמלעך און ריינע, בלאַנדזענדיקע אויגן, האָבן זיך ארומגעטראָגן איבער 
ענגע הינטערגעסלעך, קינדער, וועלכע עליעזער שטיינבארג האָט װי טיי- 
ערע דימענטלעך אופגעקליבן, געבראכט זיי אין דעם גרויסן הויז מיטן 
ברייטן גאנעק באם סאמע ארײַנפאָר אין די קארפּאטן, אין הויז, װאָס האָט 
געהייסן: ,זומער-קאָלאָניע פון ייִדישן שול-פאריין". 

איך בין אויך געווען איינס פון יענע קינדער, פאר װעמען עס האָט 
אנטפּלעקט זיך די גרויסע שטיינבארגישע ליבע, 


אלעף -- אלע מענטשן זײַנען קינדער, 
בייס -- ברידערלעך זײַנען קינדער.., 


און ביז הײַנט נאָך, ווען איך דערמאָן זיך זײַן גאנצן אלעפבייס, קליגגט 
ער אין מײַנע אויערן באזונדערס דערהויבן, 

זײַנע לימודים און זײַנע װונדערלעכע קינדער-מײַסעלעך, װאָס ער 
פלעגט דערבלי דערציילן, האָבן פארצויבערט מיט זייער רירנדיקידיכטע- 
רישער וויזיע, 

ער האָט גערן דערציילט מײַסעלעך וועגן באלשעם, וועלכער האָט דאָ 
געלעבט אין די ארומיקע בערג, געפירט טאטשקעס ליים אף זיך מעפאר- 
נעס צו זײַן. איך האָב מיט א פארגאפטער באגליסטערונג זיך צוגעהערט 
צו דער ערדישער פּאשטעס, מיט וועלכער שטיינבארג האָט אויסגעוועבט 
זײַן בעש'ט, צום שטילן טאָן, צו דער אידילישער רו און פּאָעטיזירטער 
פרישקליט פון װאָרט. 

אויך מײַן טאטע פלעגט אָפּט דערציילן מײַסעס װעגן באלשעם. בא 
מײַן טאטן אָבער זײַנען זיי געווען געטלעכער, הייליקער, באהאָפטן און 
דורכגעזאפּט מיטן צויבער פון לעגענדע. מײַן טאטנס באלשעם האָט אויס- 
געזען װי א מאלעך, פארשטעלט אין א פּאָשעטן ייִדן. 

אָט האָט שטיינבארגס ייַד אין איינעם א טאָג געשפּרײַזט איבער די 
בערג, א פארטראכטער אין זײַנע מאכשאָװעס, מיט עפּעס א ניגן אֹף די 
ליפּן. און ער איז אזוי גייענדיק צוגעקומען צו א טיפן בארגשפּאלט. נאָך 
א שפּאן, און ער װעט, װי א שטיין, זיך אראָפּקײַקלען אינעם שווארצן 
אָפּגרונט, זײַנען אין דער רעגע די בערג זיך צונויפגעקומען, און ווען ער 
האָטס אריבערגעשפּאנט די טיפעניש און אופגעהויבן די אױגן, האָט ער 
מיטאמאָל דערזען פאר זיך א יונגן הוצול אף א פײַערדיק פערד. 

--- היי, סרוליק, מיט װאָס פאר א קישעף האָסטו נאָרװאָס צוויי בערג 
צונויפגעפירט? 

דער באלשעם האָט ניט געװוּסט, װאָס צו ענטפערן, װײַל ער האָט ניט 
געזען, װאָס אונטער זײַנע פיס איז פאָרגעקומען, האָט ער א שמייכל געטאָן 
מיט זײַן ליכטיקן שמייכל און געענטפערט: | 


135 206 


-- איך בין ניט קיין קישעפמאכער, מײַן האר! 

אזוי האָבן שוין צום וויפלטן מאָל זיך באגעגנט אין די בערג רעב ייס- 
ראָעל באלשעם און דער שטאַלצער ריטער פון די קארפּאטן--אָלעקסע 
דאָוובוש... 

ווען מיר איז אויסגעקומען שרײַבן א שריפטלעכע ארבעט אף א פרײַער 
טעמע און איך האָב געפּרוּווט אויסלייגן אף פּאפּיר ,מײַן באלשעם", האָבן 
קיין ווערטער ניט געסטליעט, און די, װאָס זײַנען אונטערגעקומען, האָבן 
אויך עפּעס ניט געטויגט, 

ווערטער דארפן זײַן אפן רעכטן אָרט, נאָר די, און ניט קיין אנ" 
דערע", -- האָב איך פארגעדענקט שטיינבארגס א זאָג, 

איך האָב לאנג געשריבן. געמעקט און געשריבן, און פארענדיקט מײַן 
ערשטן פּרוּון אזוי: 

,װוילד און טויב איז געווען אין די וועלדער. אין די געכט זײַנען די 
בערג שפּורלאָז פארשווונדן, און נאָר שטערן זײַנען געפאלן?, 

מיט פּאכעד האָב איך צוגעטראַגן שטיינבארגן דאָס אָנגעשריבענע, 
כאָטש ער איז אליין געווען װי א קינד, װאָס האָט געלויכטן מיט דורכזיכב" 
טיקער ריינקליט, | 

א טאלמיד-כאָכעם און א קינד האָבן געלעבט אין אים געארעמט.. 

-- אײַ, סארא קאָטשערעס מיט לאָפּעטעס! 

ער האָט א קוק געטאָן אף מיר, און זײַנע אויגן הינטער די ברילן האָבן 
זיך צעגליט מיט א גלי פון שטראלנדיקער גוטסקײַט, 

איך בין געבליבן אליין מיט מײַנע ,קאָטשערעס און לאָפּעטעס?. אפן 
הארצן האָבן אומעטיק געקלעמט טרערן. און נאָר דער ווינט האָט פריילעף 
געשטיפט אין די עפּלביימער, װוי ער װאָלט מיך בארויקט: 

-- נארעלע, ניט יעדן איז באשערט צו זײַן א שרליבער... דערפאר אָבער 
וועסטו שטענדיק זיך קאָנען רימען, אז דו האָסט געלערגט יִדיש בא 
עליעזער שטיינבארג, 

אין יענעם טאָג האָב איך ארויסגעשפּאנט פון מײַן גאָלדענער קינדהליט 
אפן וועג צו רײַפער יוגנט,,, 


איך בין געשטאנען באם פּלויט, זיך אײַנגעהערט אינעם אלטן קרעכץ 
פון די עפּלבײמער. א ציטער האָט מיך ארומגענומען, און איך האָב גע- 
טראכט: אין דעם טאָל זײַנען געווען אמאָל שאָלעם-אלייכעם, פּערעץ, אש. 
דערנאָך -- שטיינבארג. איציק מאנגער האָט געזען דאָ ,שטערן אפן דאך".. 
איצט שטארבן דאָ ביימער פון אלטקליט,,, | | 

אין די פּאנסיאָנאטן האָבן אופגעבליצט פײַערלעך, געפּינטלט וי געלע 
אויגן. אלץ מער און מער, ביז גאנצע װענט זײַנען פארוואנדלט געװאָרן 
אין פלאמען. איך האָב זיך אומגעקערט צו די באלויכטענע סטיליזירטע 
פּאנס;אָנאטן, צו דער העלער יונגער וועלט, פול מיט ליבע און געזאנג, 
און מיר האָט זיך געדאכט, אז אין אָט דער װועלט בין איך מיט מײַן על- 
טער ניט מער וי א זײַטיקער גאסט., | | 


ווארשע 


ער עקספרעס , בוכארעסט --ווארשאווא" טראָגט זיך 
מיט אײַלעניש דעם אָװנט אנטקעגן. אף יענער זײַט 
פענצטער טאנצט א יונגער פרילינג, א פריש וינטל 
פארשפּרייט א לינדע, קלעפּיקע זיסקײַט, און עטלעכע 
גרויסע שטערן, װי בריליאנטן, כיינדלען זיך צו א 
יונגער האלבער לעװאָנע, 

פליט אף דער שװעל פון דער נאכט פארבײַ א 
קליין וועכטער-שטיבל, און דער איינציקער לאמטערן װינקט שטיפעריש 
מיט א דינעם געלן ציטער. א באןיסטאנציע טױכט אוֹף, טונקעלע געי 
שטאלטן, אויסגעשטעלטע אפן פּעראָן, גלײַך זיי װאָלטן געציילט די ווא- 
גאַנען, און א פארליבט פּאָרל שיקט נאָך א זאפטיקן, גליקלעכן שמייכל, 

= היי -היי! 

אין קופּע, באלויכטן פון א מאטער שיטערער שײַן, איז געמיטלעך און 
זויבער. מענטשן דרעמלען אף די ווייכע פּאָלקעס, מענטשן, װאָס האָבן זיך 
פריער קיינמאָל ניט געזען, ריידן אינדערשטיל, וי אלטבאקאנטע, און א 
קוים באהאלטענער נײַגער לויכט אין די אויגן, 

-- איר פאָרט קיין לװאָוו? 

-- ניין. קיין ווארשע, 

-- אף אורלויב צי אין קאָמאנדירונג? 

-- אף א כאסענע... אן אלטער פרײַנט, א געוועזענער פּארטיזאנען-כא- 
ווער אין די װײַסרוסישע וועלדער, מאכט כאסענע א טאָכטער.. 

רײַסט אף א װײַלע זיך איבער דער שמועס, װי סװואָלט זיך אָפּגע- 
שטעלט דער שטראָם פון געדאנקען אין די דרעמלענדיקע מויכעס, װערט 
אָבער באלד ווידער אָנגעקניפּט, װײַל עמעצער האָט עפּעס ניט דערפרעגט, 
עמעצער האָט עפּעס ניט דערזאָגט, 

-- אײינצײַטיק על איך שוין זײַן בא די געטאָ-פײַערונגען, 

-- איר זענט געווען אין געטאָ? 

--- אפילע אָשװענצים נישט אויסגעמיטן., 

און װי אָפּגעלאָשענע קוילן, װאָס האלטן נאָך אין טליען, באװײַזן זיך 
אפן אָרעם זעקס שווארצע אויסגעברענטע ציפערן. 


15--6 208 


יאָגט דער צוג מיט א שװערן אײַזערנעם געקלימפּער, װי סװואַלטן 
אים נאָכגעלאָפן צעשפּליטערטע עכאָס. און שוין אין שלאָף הערט מען, װי 
סוויקלט די װײַטקײַט זיך אָן אף די רעדער,., 


לויפן פאָרויס רעלסן איבער דערפער און שטעט, שנײַדן דורך גרע-י 
נעצן און לענדער. האָבן געיאָגט אף זיי באנען פון האָלאנד און טשעכן, 
אונגארן און פראנקרליך, געיאָגט דער נאכט אנטקעגן, און זיי האָט באגלייט 
א פינצטערער ווינט, װוי דאָס געשריי פון א וואנזיגיקן, 

--אייראָפּא מוז ענדליך יודענריין ווערדען! 

און ,שווארצע צוגן" האָבן נאכט נאָך נאכט, װי מיט א פארבלוטיקטער 
שווערד, דורכגעשניטן דעם פארשקלאפטן מײַרעוו, געײַלט קיין ווארשע, 
געפירט מיט זיך דעם גלאנץ און קאָװעד פון הונדערטער אויסגעליידיקטע, 
בארויבטע ייִדישע קעהילעס, געפירט געשענדטע מענטשלעכע פּײַן און 
וויי... און ס'האָט געקייפלט זיך דער אומעט אין דער פארכאלעשטער, 
אויסגעהונגערטער געטאָ מיט העפקערע גאסן, אויסגעשטעלטע אף שפּאָט 
און פארניכטונג, אָנגעשטאָפּטע מיט ווייטעק און שׂרעק.. 

האָבן פארהאלטן זיך באנען ניט אף לאנג, געפאָרן װײַטער קיין אָשי 
ווענצים, טרעבלינקע -- לעצטע ועגן, לעצטע סטאנציעס.. און עס האָט 
געקלאָגט די ערד אונטער די רעדער.. 


אָשווענצים... 

ייִדן פון טשעכן און האָלאנד, פון אוגארן און פראנקרײַך ווארטן פאר- 
גאזט צו ווערן, שטייען נאקעטע, מיט אנטבלויזטע לײַבער, מיט פּענעמער, 
בא וועלכע מע האָט צוגעראבעוועט דעם צעלעם-עלויקים. פּרוּוון געבראָ- 
כענע געשטאלטן זיך אײַנשרומפּן, קלענער װערן, ווילן אין גרויסער גע" 
פאלנקליט פארדעקן די שאנד, דאָס נאקעטע מעשוגאס, 


הויערט אום אף אלעמען דער טויט, 
און די עלנט בליט און בליט, 
וי אן אופגעריסן צעיאטערטע וװונד 
אין הארץ, 
אין סאמע מיט 
פון דער וועלט,,, 


שארט זיך בא דער זײַט א ייִדישער דיכטער, אײַנגעהויקערט וי אין 
טיפער עלטער, כאָטש ער האָט קוים דרײַסיק אָפּנעלעבט. אף זײַן בלייך 
פּאָנעם ציטערן די שארף פארשפּיצטע שטארצנדיקע ביינער, און זײַן 
שוואך קאָל בעט זיך בֹא א ייִנגעלע, װאָס זעט אויך שוין אויס װי א זאָקן; 

-- לאָמיר זיך בײַטן... איך שטעל זיך אף דײַן אָרט... סליווי האָב איך 
שוין די לונגען אויסגעשפיגן... 

קוקן אף אים א פּאָר פארכידעשטע קינדערשע אויגן.. שמייכלט דער 
דיכטער מיט א טויט-בלאסן שמייכל, 

-- דו גלייבסט מיר ניט? 


209 


.נאָך אין דער היים 

בין איך א פּארשוין אזא געווען, 
װאָס כ'האָב לאנג מײַן גוירל שוין 
מיט אָרעמע געטיילט, 


דאכט זיך, נעכטן זײַנען בא אים געווען שווארצע, מיט דינעם זילבער 
איבערגעפלאָכטענע האָר, זײַנע קורצזיכטיקע אויגן הינטער די ברילן זלי- 
נען געווען אין שטענדיקער באוועגונג: אופגעלויכטן און באלד פארלאָשן 
געװאָרן, זיך אָנגעפילט מיט פרייד און אין א װײַלע ארום געקוקט שוין 
אומעטיקע. און ס'איז ניט מעגלעך געווען אויסצובאהאלטן אין זיי דעם 
ברויזנדיקן אומרו פון זײַן נעשאָמע, 
ער איז געווען א באװוסטער דיכטער, זײַנע לידער האָט מען אין די 
ארבעטעריקיכן געלייענט אף אויסװייניק, אָפט אין ער אליין ארויסגע- 
טראָטן, און ס'האַט פון זײַן פּאָעזיע געווייט מיט אזא טיף-איבערציגנדל- 
קער אינטימקײיַט, גלײַך ער װאָלט געלייענט זײַן טאָגבוך, זײַנע פארבאָרגנ- 
סטע געדאנקען, 
זײַן הארץ איז געווען איבערפולט פון ליבע צו דערנידעריקטע און בא- 
ליידיקטע, נאָר שטאָלצע און פרײַע מענטשןן. צו זײי האָט ער געװענדט 
זײַן רוף; 
לערנט ליב האָבן דאָס לעבן! 
שארט דער דיכטער זיך, דער לעבעדיקער מענטש --דאָס סאמע 
שטאָלצע וועזן אף דער וועלט --- היט זיך, נישט באמערקט צו ווערן פונעם 
סוינעס אויג, און רעדט אײַן א פופצניאָריק באָכערל; 
-- דו ביסט נאָך יוֹנג... דו װעסט עפשער דערלעבן.. 
און ס'דאכט זיך, װוי ער רוימט אים אײַן א סאָד: 
בא מיר 
איז א הארץ פון טאָמיד אָן אזא פאראן, 
װאָס ציטערט אזוי 


פאר יעדן פּיצל פרעמדן גליק, 
פאר יעדן פּיצל פרעמדן גוטס, 


גייט עפשער ערגעץ-וווּ אף דער וועלט ארום א ייִנגל, הײַנט שוין אין 
די יאָרן, און לעבט א לעבן, װאָס ס'האָט אויסגעביטן פאר א שוידערלעכן 
טוט מײַן יוגנט-פרײַנט, דער צארטער דיכטער --זישע באגיש.. 


אײַלן באנען איבער דערפער און שטעט, שנײַדן דורך גרענעצן און 
לענדער, 

-- נאך אָסטען! 

הענגט איבער דער געטאַָ א הארבסטיקער טאָג, א ווארעמער, מיט א 
דראָענדיקער ליכטיקײַט אף די דערשטיקטע, פאריאָמערטע גאסן. די זון 
צעלייגט פאָרזיכטיק עטלעכע געלע שטראלן, װי שפּיציקע מעסער, גלײַך 
זי װאָלט זיי מיט הינטערגענג ארײַנגעשמוגלט אפן אומשלאגפּלאץ, װוּ 
ס'שטעפּן קוילנווארפער און פונעם ווארעםיפארגאָסענעם בלוט גייט א 
פּארע, גלײַך די ערד װאָלט געאָטעמט.. 


210 


גייט איבער דער טויטער געטאָ ארום א פרוי אין שווארצן, װי זי 
װאָלט פון א סרייפע זיך אָפּגעשפּאָלטן. די צעפליקטע שאל פאלט אראָפּ 
פון איר קאָפּ, און דער ווינט פּאטלט אירע אש-גרויע האָר. זי טראָגט א 
קינד אף די הענט, טראָגט עס צוגעטוליעט צו דער ברוסט, און אף איף 
פארקוילט פּאָנעם שײַנט א ליכטיקער אויסדרוק, אן אויסדרוק פון אומבא- 
גרענעצטער מוטערלעכער צארטקײט: 

-- שרעק זיך ניט, קאדיש מײַנער.. דו װעסט אימירצעשעם אוסי 
וואקסן גרויס און שטארק.., 

זי שפּאנט לאנגזאם, אָן מוירע, די קוילנווארפער שטעפּן און שטעפּן, 
זי וויגט איר קינד אין די אָרעמס, װי אלע ייִדישע מאמעס פלעגן אײנ- 
וויגן זייערע קינדער: 


אונטער דײַן וויגעלע 
שטייט א װוליס ציגעלע.. 


און דער װוינט שפּילט מיט די פלאמען פון דער ברענענדיקער געטאָ. 

וואכן אוף אירע זין און טעכטער, די פארפּײַניקטע רעשטלעך פונעם 
שטאָלצן פּוילישן ייִדנטום, זאָגן אָן א שלאכט דער פינצטערער קראפט פון 
טוט און פארניכטונג. און ס'דאכט זיך, װי די אויסגעהארגעטע געטאַ 
פירט טויטערהייט א בלוטיקן קאמף פארן קאָװעד פונעם פאָלק, פאר זײַן 
קלעם.., 

ווילט זיך אויסשטרעקן א האנט, אָנעמען עטלעכע שטויבעלעך פונעם 
הײליקן אש, באשיטן מיט זיי דעם קאָפּ און, שטייענדיק אזוי, זאָגן ייִזקער 
נאָך די קדוישׂים פון ווארשעווער געטאָ.. 


6 6 6 1 3 : + 6 9 3 : ֿ + 9 2 9 6 : 9 6 : 6 ג 1 ג 1 


-- היי, כאווערל, װעקט זיך דורך... עפּעס וויינט איר צו שטארק פון 
שלאָף!.. 


יאָגט דער עקספּרעס , בוכארעסט --ווארשאווא", פּלאַנטערט זיך אויס 
פון דער נאכט. ברענט פונװײַטן דער קאיאָר אין רויטן גינגאָלד א נײַעם 
טאָג אנטקעגן, קניפּט מען אָן דעם נעכטיקן שמועס: 

-- איר זענט געווען אין ווארשע? 

-- ניין! 
! -- א שאָד, א זעלטן יונגע און א שיינע איז די פּוילישע הופּטשטאָט., 

קלאפּן די רעדער, וויקלען די װײַטקײַט, דערנעענטערט זיך ווארשע, 
דער איײיביקער סימבאָל פון מארטירערשאפט און גװוּרע. 


א טאָג, װאָס האָט געהייסן װײַנשטײן 


ף די עוואקואציע-וועגן פון מיטלאזיע, ערגעץ צוישן 
פערגאנא און אנדיזשאן, האָט א בעסאראבער ייד אין 
איינעם א פארנאכט מיר אונטערגעטראָגן די טרויע- 
ריקע יעדלֶע: 

--- װײַנשטײין איז געשטאָרבן... דאָ ניט לאנג אויס" 
געגאנגען װי א ליכט, 

איך האָב אופגעהויבן די אויגן צו דעם ייִַדן מיט 
דעם פארעלטערטן, טרויעריקן פּאָנעם. ער איז געשטאנען פאר מיר א 
דערשלאָגענער, א גרויער, און כאָטש די טעג זײַנען דעמלט געווען איבער- 
געלאָדן מיט צאר און די מענטשלעכע הערצער--פארשטיינערט, האָט 
דאָך א באהאלטענע טרער זיך ארויסגעגליטשט פון זײַנע אויגן-ווינקלען. 
און מיר האָט זיך געדאכט, אז אָט-אָט און סוועט דאָס גאנצע אומעטיקע 
לעבן אויסברעכן אין א געװויין: 

װײַנשטײן איז געשטאָרבן, 

רײַסט זיך איצט די פּען צו דערציילן וועגן אים. דערציילן ועגן א 
זעלטענער געשטאלט, װאָס האָט, װוי א מאָרגנשטערן, זיך באוויזן אין דער 
יונגער ייִדישער ליטעראטור פון רומעניע צװוישן ביידע וועלט-מילכאָמעס 
און, װי א שטערן, פארלאָשן געװאָרן פאר דער צײַט, 


ס'איז געווען אָנהײיב דרײַסיקער יאָרן, ווען פון די בעסאראבער שטעטי 
לעך האָט א טייל פון דער ייִדישער יוגנט זיך א לאָז געטאָן קיין טשער" 
נאָװויץ, צו דער שטאָט פון טעקסטיל-יפאבריקן, ווארשטאטן און א מאָדער- 
נעם אוניווערסיטעט, צו דער שטאָט פון באציילעמטע קלויסטער-טורעמס 
/און ראדיקאל געשטימטע ייִדישע קולטוריאינסטיטוציעס, 

ס'איז געווען א שטראָם, װאָס האָט זיך אָפּנעשטעלט בא די שוועלן פון 
די ביליקע ייִדישע ארבעטער-קיכן מיט פארשוויצטע פענצטער און גרויע 
פײַכטע װענט, צו וועלכע די זון האָט זעלטן זיך צוגערירט, גלײַך די 
הימלשע שלין װאָלט מוירע געהאט זיך אויסצושמירן. אכוץ ארבעטער און 
ארבעטסלאָזע, װאָס פלעגן באָרגן איינער באם אנדערן א פּרוטע אף שטילן 


212 


דעם הונגער, פלעגן אויך צומאָל אהער פארבלאָנדזעט ווערן קאָנטראבאנ- 
דיסטן מיט פארגרעבטע פּענעמער און א פארגליווערטן װונק אין די אויגן, 
גאסנמיידלעך, מידע פון שלאָפּלאָזע נעכט, 

קיכן -- דורכגאנגס-הויפן, װוּ קאָמיוגישע אונטערערדלער מיט געהיימע 
פּאראָלן אף די ליפּן, האָבן געזוכט פארבינדונג, און פּאָעטן, געקומענע פון 
פאבריקן און ווארשטאטן, האָבן געבראכט דעם ציטער פון זייערע אויס- 
געפיבערטע לידער, 

איצט, ארלינקוקנדיק אין דער טיפקײַט פון איבער פערציק יאָר, טויכן 
זײי, די קיכן, אוף אין מײַן זיקאָרן איניינעם מיט די שטענדיקע ארײַנגייער, 
װאָס יעדערער פון זיי איז געקומען מיט זײַן יוגנט, מיט זײַן בענקשאפט 
און מיט זײַן פארליבטקײַט. און איך דערמאָן זיך שורעס פון דעם יונג 
פארשניטענעם בעסאראבער דיכטער יויסעף טראכטענבערג: 


געווען א צײַט מיט מי, מיט אומרו און לידער; 
צערונען און צעשװוּמען, און געבליבן בלויז א זייכער: 
בילדער פון דער יוגגט, מיידלש-כיינעוודיק און שיין.. 


איך דערמאַן זיך אָן הערש װײַנשטײן א הונגעריקן, אן אָפּנעריסענעם, 
אין א פארשמאָלצענעם מאנטל, װאָס האָט באטאָג געדינט פאר א בעגעד 
און באנאכט פאר א צודעק אף א באנק ערגעץ-װוּ אין א פארק, מיט א 
קראנקן פוס, וועלכן ער האָט נאָכגעשלעפּט װי א פרעמדע לאסט, 

דערפאר אָבער האָט אים גאָט געשענקט א זעלטן שיין, אָליווןיפארביק 
פּאָנעם, א פּאַר קלוגע ברייט געשליצטע אויגן, עטװאָס פארכאָלעמטע, מיט 
א טיפן גרינלעכן אָנלױף, און א הויכן שטערן, איבער וועלכן ס'איז גע" 
פאלן א צעשויבערטע קוילישווארצע קוטשמע האָר, 


א היילעך פון א לומפּןיפּראָלעטאריער און א פּאַנעם פון א קינסטלער, 

און איך האָב אָפּט באדויערט, פארװאָס איך בין ניט קיין מאָלער אָדער 
סקולפּטאָר, קעדיי צו קאַנען אנטפּלעקן אף לײַװונט אָדער אויסהאקן אין 
שטיין די איײינמאָליקע מענטשלעכע שײינקײַט. און ווען דאָס האָט װוי אויס- 
געזונגען אין פארבן דער טיפזיניקער מאָלער מוישע קריניץ, האָב איך 
אינדערשטיל אים מעקאנע געווען. 

ניט געקוקט אף זײַן נאווענאדילעבן, אף טעג און נעכט אין שװערן 
געראנגל, איז װײַנשטײן טאָמיד געווען פול מיט ווארעמען הומאָר, שׂארפ- 
זין, און אומעטום האָט ער פארזייט זײַן מוטיקן, סארקאסטישן שמייכל, 

גאָר נאָענט האָט דער גוירל מיך צונויפגעפירט מיט אים צופעליק אין 
איינעם א זוניקן אפּרעל-פרימאַרגן, 

אין יענעם אינדערפרי איז די שטאָט געווען באגאָסן מיט פרילינג- 
שטראלן, מיט קלאנגען און רייכעס פון אן אופגעוואכטער וװעלט. איבער 
די גאסן האָבן מענטשן געשטראָמט אין הײַטערער שטימונג, זיך געשפּיגלט 
אין די זויבער געוואשענע וויטרינעס. מיטאמאָל האָב איך דערזען װײַנ- 
שטיינען. ער איז נאָרװאָס באפרײַט געװאָרן פון דער סיגוראנצע-טורמע 
און מיר אנטקעגנגעקומען א צעקנייטשטער, אין זײַן אָפּנעריסענעם הייי 
לעך, מיט א מאטער קרענקלעכער בלײכקײַט אפן באוואקסענעם פּאָנעם, 


215 


און א שפּאָטיש אָנגעװײיטעקטער שמייכל האָט געפיבערט אף די צעשפּאַל- 
טענע ליפּן, 

-- פארכאפּט בא אן אָבלאװע אין ארבעטער-קיך... זיך כאָטש אויסגע- 
שלאָפן װי א מענטש., 


און ער האָט ברייט זיך פאנאנדערגעלאכט, 

פּלוצעם האָט זײַן פּאָנעם באקומען א בייזן אויסדרוק. די אויגן האָבן 
זיך אָנגעגאָסן מיט א בלישטשענדיקער פײַכטקײַט. 

--- ווילדע בריעס!.. געפּײַניקט האָבן זיי מיך וי א בונטאר... געדראָעט 
מיט יאָרנלאנגער טפיסע... נאָר באליידיקט מיך אלעמאָל װי א ייִדן.. 

ס'איז געווען ערעוו נײַנצן הונדערט דרײַ און דרײיסיק, ווען הונדער- 
טער טויטן האָבן מיט מערדערישער קאלטבלוטיקײַט געגרייט זיך צו פאך- 
צוקן די וועלט, ווען אף אלע ראָגן האָט מען גערעװועט װי פון מעשוגאס: 
;אפן שפּיץ מעסער זאָל פליסן ייַדיש בלוט"... האָבן טאקע זײַנע ווערטער 
זיך אָפּגערופן װי א וויי-געשריי.., 

מיר האָבן פארבראכט איניינעם א גאנצן טאָג. ער האָט מיר געלייענט 
לויטן זיקאָרן פראגמענטן פון זײַנע נאָך ניט געדרוקטע דערציילונגען 
געלייענט מיט עפּעס אן אינערלעכער זאפטיקײַט. זײַן שטים איז געווען א 
פעסטע, די שפּראך א ריינע, א געלײַטערטע. און יענער טאָג האָט געהייסן 
ניט פרײַטיק, ניט שאבעס, יענער טאָג האָט בא מיר געהייסן--הערש 
װײַנשטײן, 

אין ארבעטער-קיך האָט מען אין אָװנט אים באגעגנט מיט פרייד. פון 
אלע זײַטן האָבן זיך געהערט אויסרופן: 

-- װײַנשטיין... קאזשבער! 

ער איז שטיין געבליבן אינמיטן זאל, א ביסל א פארלוירענער. זײַן שיי- 
נעם קאָפּ פאריסן צו דער סטעליע, און אין די ברייט געשליצטע אױגן 
האָט געברענט א מאָדנע פּײַער, גלײַך אָט באלד װעלן זיי דורכלעכערן די 
גרויע פײַכטע וענט און דורך זיי אלע זיבן הימלען, 

ער איז שוין דעמלט געוען באקאנט מיט זײַנע ביז גאָר אַריגינעלע 
סקיצן. געהאט א סאך פארערער, און דאָס עלנטע לעבן זײַנס, וועגן וועלכן 
ער אליין פלעגט דערציילן מיט סארקאסטישער איראָניע, האָט נאָך מער 
פארשטארקט זײַן פּאָפּוליאריטעט, 


אפילע דעמלט, ווען ער איז שוין געװאָרן א באװוּסטער שרײַבער, גע- 
הייסן קאזשבער (אזא איז געווען זײַן ליטערארישער פּסעװדאָנים), באקו- 
מען א שטעלע אלס לערער אין א ייִדישער פּראָפּעס;אָנעלער שול און גע" 
נומען אויסזען מיט לײַטן גלײַך, זײַנען נאָך א לאנגע צײַט ארומגעגאנגען 
אויסטערלישע געשיכטעס וועגן זײַן העפקערדיק לעבן, 

זײַן אָנהײיב איז געווען א דערציילונג אין דעם קעשענעווער ,אָנזאָג?, 
פון וועלכן ס'איז דערשינען בלויז איין נומער אונטער זײַן מיטרעדאקציע, 
דערנאָך האָט ער זיך אָפט באוויזן אף די שפּאלטן פון דער װאָכנשריפט 
,טשערנאַװויצער בלעטער", ארום וועלכער איר יאָרנלאנגער רעדאקטאָר 
שמועליאבע סויפער האָט מיט א באזונדער ליבשאפט גרופּירט דעם יונגן 
ליטערארישן אופקום, 


214 


װײַנשטײן-קאזשבער איז גיך געװאָרן איינער פון די אָנגעזעענסטע 
צוישן יונגן דאָר. זײַנע שאפונגען האָבן פארכאפּט ניט נאָר מיט דער 
נײַקײַט פון אינהאלט און פאָרם, אינטערעסאנטן סוזשעט, נאָר אויך מיט 
דער גראָטעסקער שארפקײַט, 

אין בוֹך-פאָרם איז פארבליבן בלויז זײַן ,, קאזיאַנע גימנאזיע?, א זאמ- 
לונג נאַװעלן, געבונדן דורך איין סוזשעט. א שילדערונג פונעם בעסארא- 
בער שטעטל, װאָס האָט פון איין זײַט ברוקירטע גאסן מיט צוויי רייען 
שיינע הײַזער, אין וועלכע עס װווינען רומענישע פּריצעס, אלטע רוסן און 
עטלעכע ,לײַטישע* ייִדישע מישפּאָכעס, און פון דער צוייטער זײַט -- 
הינטערגעסלעך מיט שנײַדערס, סטאָליערס און , שווארצע, פעטע, בלי- 
שטשענדיקע בלאָטע?; מיט כעוורע, װאָס ,ווייסן פון דער וועלט, פון דער 
פּאָליטיק, וועגן צושטאנד פון פעלקער און לענדער". 

די אלטע צארישע גימנאזיע, א פארבליבענע נאָך פון גיקאָלליט צײַטן, 
ווערט אויך א געשטאלט. אָט כאפּט זי ,דעם אָנבליק פון א צעמישטער, 
פון א דערשלאָגענער, פון אן אױיװערבאַטלניצע?, און אָט האָט זי איבער- 
געלעבט די רעװאָליוציע און זי װוערט מיטאמאָל ייִנגער. , פון דרויסן א 
נײַע שילד און אין די שויבן, װוי, לעהאוודל, אין מענטשלעכע אויגן, א 
נײַער לעבנס-פונק, א כלישטש אזא" 

אין אירע קלאסן טרעפן זיך יאָן באדיא, א זונדל פון א רומענישן 
פעלדפעבל, װאָס כאָלעמט פון אנטיסעמיטישע אקציעס, און מאַרדכע 
טראָסט, פרומעלע דער טוקערנס בעניאָכיד פונעם הינטערגעסל, און דאַ 
הייבט זיך אָן דער געראנגל צװוישן זיי, 

קאזשבער האָט אף א ברייטן געזעלשאפטלעכן פאָן געשילדערט די 
יוגנט פון יענער צײַט מיט אירע זוכונגען און בלאַנדזענישן. ער האָט פאר" 
קערפּערט אין זײַז ,גימנאזיע" דאָס שטעטלשע שטייגערילעבן, דעם אָטעם 
פון א פארגאנגענער, אוױיסגעלאַשענער צײַט, און די פארבן פון זײַן פא- 
ליטרע זײַנען זאפטיקע און קאַלירפולע, 


סאָף דעקאבער נײַנצן איין און פערציק, נאָך לאנגע כאדאָשׂים ואנ- 
דערן איבער דראָענדיקע מילכאָמע-װועגן, בין איך פארטראָגן געװאָרן קיין 
טאשקענט, װוּ אָנשטאָט דער געגארטער וװארעמקײַט האָט מיך באגעגנט 
א שניילקיווינטיקער אָװנט און אָנשטאָט א ריינעם דאָרעמדיקן הימל האָב 
איך דערזען א הימל מיט שווארצע װאָלקנס און א קאלטער לעװאַנע--א 
מאראנצןיגעלער סערפּ. מיך האָט באם װאָקזאל באגעגנט אן אומהיימלע- 
כער ראש פון א פארפלייצטער גרױיסשטאָט. א שווארצע, פאַרמלאָזע מא" 
סע האָט זיך געוויגט, באשיט מיט פײַערלעך פון איבערגעגאַסענע ליכטער, 

צי האָב איך געטראכט עמעצן געפינען אין אָט דעם מענטשלעכן טהאָם? 

מיר האָט אלץ אויסגעזען פרעמד און אומעטיק, 

פּלוצעם האָט א קאָל װי פון א וואנזיניקן מיך א רוף געטאַָן איבער 
אלעמענס קעפּ. און א טונקעלע, אײַנגעהויקערטע געשטאלט האָט זיך דער- 
נעענטערט צו מיר. איך האָב דערזען װײַנשטײנען, אן אײַנגעבראַכענעם, 
מיט א געל אָפּנעצױגן פּאָנעם, װי ער װאָלט געװען נאָך א שװערער 


215 


קרענק. די ברייט געשליצטע אויגן האָבן געפינקלט מיט א נערוועזן הונ- 
געריקן בליק און אין דער רעגע מיר אויסגעזען װי קינסטלעכע. ער האָט 
געציטערט פון קעלט, און זײַן צונג האָט זיך קוים װאָס באוועגט, 

-- האָסט עפשער אן איבעריק שטיקל בעגעד? אלץ פארלוירן אונטער- 
וועגס, בעשאס א נאָמביאָזשקע... 

און איך האָב דערזען די נאקעטקײַט פון זײַן אויסגעמאַגערט לײַב, 
װאָס איז געווען אײַנגעהילט אין עפּעס א צעפליקטן וואטניק, 

מיטאמאָל האָט אף זײַנע ליפּן א שפּיל געטאָן אזא גוט באקאנטער 
סארקאסטישער שמייכל, 

-- ס'איז טאקע קאלט צי מיר דאכט זיך נאָר? | 

מיר האָבן אויטגעזוכט א ווארעם שטיקל אָרט. צום גליק, האָב איך 
פארמאַגט א פּאַר ציגעלעך צוקער, א האלב לעבל ברויט, א מאטאַנע פון 
אן אלטער רוסישער פרוי ערגעץ הינטער אקטיובינסק. װײַנשטײן איז 
ביסלעכװײַז געקומען צו-זיך. זײַן פּאָעטישע פאנטאזיע האָט גענומען בו" 
שעווען, גלײַך וי פון זײַן נעשאָמע װאָלטן מיטאמאָל זיך ארויסגעריסן אף 
דער פרײי אלע זײַנע געצוימטע שעפערישע קויכעס. ער האָט דערציילט 
פון א ראָמאן, וועלכן ער האָט פארטראכט נאָך אין טשערנאָװויץ. א ראָמאן, 
א מין פאָרזעצונג פון זײַן , גימנאזיע?. בעשאס ער האָט גערעדט, האָב 
איך זיך דערמאָנט א פאל מיט א רעצענזיע, וועלכע איך האָב, זײַענדיק 
אין ווין, אָנגעשריבן אין א דאָרטיקער דײַטשישער צײַטונג װעגן זײַן 
,קאזיאַנע גימנאזיע". איך האָב זייער ווארעם זיך אָפּגערופן וועגן בוך, װוי 
גרויס איז אָבער געווען מײַן אנטוישונג, ווען איך האָב באקומען א בריוו 
מיט א ברויגעזלעכן פאָרװוּרף; 

,װער דארף עס זייער דײַטש!" 

װײַל ייִדיש האָט ער ליב געהאט מיט עפּעס א לײַדנשאפטלעכער ליב- 
שאפט, 

איצט, זיצנדיק אין װאָקזאל, פארוקט אין א ווארעם ווינקל, און הערג- 
דיק זײַן זאפטיקן נעסאראבער ייִדיש, האָב איך די ליבשאפט ארויסגעפילט 
פון יעדן װאָרט זײַנעם. פּלוצעם האָט ער איבערגעריסן אינמיטן שמועס 
און א פרעג געטאַן: 

-- וי מיינסטו, מירן ניט דארפן בעטן מעכילע באם בעסדן-שעל-מלי- 
לע? 

אָ, איך האָב דעמלט ניט קיין אכט געלייגט אף די װערטער. וװער 
טראכט עס פון זינד, ווען ארום בושעווען פלאמען, 

מיר זײַנען אָפּגעזעסן א פּאַר שאָ. דערנאָך ווארעם זיך געזעגנט, און 
ער האָט, נאָכשלעפּנדיק דעם קראנקן פוס, אוועקגעהונקען אין דער נאכט 
ארלין איניינעם מיט זײַנע דרטסיק יאָר, 

דער ווינט האָט זיך פארשטארקט. דער דאָרעמדיקער הימל אָן שטערן 
איז געווען גרוי און אומעטיק, | | 

א קאלטע נאכט האָט ארומגענומען די וועלט.. 


שקיע 


אָך א גאנצער ריי לויטערע, ווארעמע טעג האָט זיך 
אַנגערוקט דער הארבסט מיט זײַנע קרומע רעגנס, 
דער זומער איז וי אנטרונען געװאָרן ערגעץ אונטער 
די פאָרשטאָטישע בערג, װאָס האָבן זיך גערייכערט, 
ארומגעגארטלטע מיט גרויע פײַכטע נעפּלען 

נאָר איינמאָל פארנאכט-יצו האָט די זון געשפּאָלטן 
דעם פארכמארעטן הימל, א שמייכל געטאָן צו דער 
ערד מיט א בלייכן שמייכל און לאנגזאם, ניט געײַלט זיך אומגעקערט 
צוריק אין די יענוועלטיקע, מײַרעװדיקע הייכן, 

אָבער די זוניקע פרייד איז געבליבן, 


זי איז געבליבן אין דער שטילער דעמערונג, װאָס האָט געדרעמלט אף 
װײַסע שװײַגנדיקע שפּיטאָל-װענט, זי האָט זיך געלאַשן אף דעם געלב- 
לעך-אָפּגעצערטן פּאָנעם פונעם קראנקן, װאָס איז געלעגן אן אָפּגעשניטע- 
נער פון זײַן ביז איצטיק לעבן און מיט כאַלעמדיקיפארטראכטע בליקן, וי 
פארטראָגן אין אנדערע ועלטן, צוגעזען, װי ס'צאנקט און גייט ביסלעכ- 
װײַז אויס א גרויסע פארביקע און שפּילנדיקע שקיע. 

פון זײַנע אויגן האָט ארויסגעקוקט עפּעס א פארבלאַנדזעטער אומרו, 
און א דריבנער ציטער האָט א ריר געטאָן זײַנע פארבאקענע ליפּן, אף 
וועלכע ס'האָט געאָטעמט א הייסער, מאלינע-רויטער פיבער. און אזוי פאר 
זיך אליין האָט ער שטיל געפליסטערט: 


וי ברענענדיקע פּרוטעס, פאלן די שטראלן 
פון גליענדיקער זון אף אונדזער מידער געשטאלט, 


ער האָט געמאכט א קורצע פּױיזע. זיך ארומגעקוקט, וי ער װאָלט מיט 
זײַנע בליקן עמעצן געזוכט, און נאָכאמאָל איבערגעכאזערט די צווייטע 
העלפט פון דער לעצטער שורע: 


...אף אונדזער מידער געשטאלט, 


לו; 


פארן פענצטער האָט א לײַכטער וינט געוויגט די צװײַגן פון נאקעט 
ווערנדיקע אקאציע-ביימער. זיי האָבן נאָך גערוישט מיט עפּעס א ינגן 
פלאטער און מיט א לעהאכעסדיקער שפּילעװדיקײַט געריזלט אין דער 
טרוימעריש-פארקלערטער שטילקײַט, און איינציקע געלע בלעטער זײַנען 
וי פארכאלעשטע געפאלן מיט א שאָרך פון שטילן שטארבן.. 


וויפל איז דאָ, אז ער איז אראָפּגעקומען פון קימפּולונג, א שטעטעלע 
אין דאָרעם-בוקאָװינע,. געקומען מיט א פלאם פון זיסע האָפענונגען און 
א העפטל לידער, געשריבענע אין דײַטש און באהויכטע מיטן אָטעם און 
מיט דער מאניר פון דײַטשישער סאלאָןידיכטונג, 

ער איז אלט געווען צוואנציק יאָר, געװוען הויך אין װוּקס, נאָר מיט 
עטװאָס אן אײַנגעפאלענער ברוסט און א קראנקהײַט, װאָס האָט פון דער 
פריער יוגנט זיך באזעצט אין זײַנע לונגען און וועלכע ער האָט פאר- 
לייקנט, פארשוויגן, אָפּגעװאָרפן פון זיך מיט א מאָדנעם צוריקגעהאלטע- 
נעם צאָרן. ער האָט געװאָלט זײַן שטארקער פון זײַן שווינדזוכט, װאָס האָט 
געריזלט אין אים, און זײַנע לעבעדיקירופנדיקע אויגן האָבן גערעדט די 
שיינע שפּראך פון יוגנט און ראָמאנטיק, 

עמעצער האָט אים געבראכט צו ייִצכאָק פּאנער, דעם ליבן הארציקן 
פּאנער, דעם שפּעטערדיקן סעקרעטאר בא שאָלעם אשן און אװוטאָר פונעם 
באװװוּסטן װערק , שאָלעם אש אין זײַן לעצטער היים". ווער פון די , יונגע" 
האָט אין יענע װײַטע דרײַסיקער יאָרן ניט געזוכט א וועג צו פּאנערס 
גאסטפרײַנטלעכער שטוב, װאָס איז דעמלט געווען א מין ,מעקא" פאר 
דער נײַער, שטראָמיקער, ראָמאנטישיגעשטימטער יונגער ייִדישער ליטע- 
ראטור-באוועגונג, 

ס'איז געווען דער אדרעס, וועגן וועלכן מע האָט געכאָלעמט, װוּהין 
מע איז געגאנגען מיט א קלאפּנדיק הארץ, טראָגנדיק מיט זיך די ערשטע 
עטלעכע באשריבענע זײַטלעך פּאפּיר, מע איז געקומען צו אים דורך פאר- 
שיידענע צופאלן, און פּאנער האָט פארמאָגט יענע גאַטיגעבענטשטע 
קראפט, װאָס האָט באפליגלט מיט האָפענונג און גלויבן. 

איז דעריבער קיין כידעש ניט, װאָס דער הױכװוּקסיקער ברונעט מיטן 
אויסזען פון א סטודענט האָט געפונען דעם װעג צו פּאנערן. און דער 
אייפעריקער זוכער און באשיצער פון יונגע טאלאנטן, ייִצכאָק פּאנער, האָט 
באלד דערפילט אין דעם נײַיגעקומענעם א דינאמישן קויעך, װאָס האָט 
װי א קוואל געשלאָגן פון זײַנע לידער, 

עס האָט לאנג ניט געדויערט און אין די ,טשערנאָװיצער בלעטער" 
האָט זיך באוויזן א נײַער נאָמען; 

קובי װואָהל, 

ער האָט אָנגעהױבן שרײַבן ייַדיש און גלײַך דערזען פאר זיך א נײַעם 
ברייטן וועג, וועלכער האָט זיך נאָך אָנגעהױבן אין זײַן יידיש שטעטעלע 
קימפּולונג אין דער טיף פון די בוקאָװינער קארפּאטן, 


218 


ס'איז עפשער געווען סימבאָליש פאר דעם יונגן, ראדיקאל געשטימטן 
קובי װאָהל, װאָס גראָד פּאנער האָט געוווינט אפן אוסטריא-פּלאץ, װוּ פון 
רעכטס האָט זיך געשפּרײט א ברייטער אומבאוועגלעכער שאָטן פון דעם 
גרויען טורמע-ביניען מיט זײַנע בלינדע פארהאקטע פענצטער, און פון 
לינקס האָבן אריבערגעקוקט צו אים די גאָלדענע צלאָמים פון דעם ארכי- 
טעקטאָניש-באפליגלטן, גריכיש-קאטוילישן קאטעדראל -- די פעסטונג פון 
גלאנץ, מאכט און פאָרכטיקײַט. 

אין די כאָגעס האָט אין די טפיסע-קאמערן שווער און אומהיימלעך זיך 
ארײַנגעריסן א פרומער אָפּקלאנג פון די צעברומטע קופּערנע קלויסטער- 
גלאָקן; 

בום... בים, בום... בים! 

די טורמע האָט אופגעציטערט. און אין דער לופט האָט דורך דער 
שווארצקײַט פון די פארגראטעוועטע פענצטער זיך ארײַנגעװעבט א דיי 
נער, צעברעקלטער קייטןיגעקלאנג: 

דזין... דזין., 

און ס'האָט זיך געדאכט, וי איבערן אוסטריא-פּלאץ גייט אָן א מוירע- 
דיקע שלאכט צװישן מאכט און מאכטלאָזיקליט... 

די ייִדישע יוגנט איז דעמלט ארויס פון דער ענגער, פארקלעמטער 
ייִדישער גאס. האָבן טאקע פיל זין און טעכטער פון ייִדישע היימען, גע" 
קאָװועטע אין קייטן, פארמישפּעטע אף כאדאָשים און יאָרן טפיסע, מיט 
שטאָלץ אויסגעמאָסטן דעם וועג פון דער טורמע צום געריכט-זאל און צו" 
ריק, געמאָסטן די ברייט פונעם אוסטריא-פּלאץ, געשפּאנט באשטראלטע 
מיט דער שײַן פון זייער הייליקער שליכעס, 

די יונגע ראָמאנטישע ארבעטער-באוועגונג האָט פארכאפּט א גאנצן 
דאָר, און די אידיליע פון א נײַער װעלט, װאָס האָט געדרעמלט אין די 
הערצער, האָט מיטאמאָל באקומען א נײַעם פּאָעטישן אויסדרוק און ארליג- 
געטראָגן א פרישן ווינט אינעם ניגן, וועלכער האָט גענומען זיך פאנאן- 
דערוויקלען, װי א פײַער, װאָס צינדט אָן.. 

ס'איז געווען דאָס געזאנג פון דער צײַט, 
און קובי װאָהל, אָנגעלאָדן מיט דיכטערישער פאנטאזיע, מיט א נײַעם 
ווילן צו לעבן און שאפן, האָט אין יענעם פּערלאָד פון רעװאַליצ;אָנערער 
ראָמאנטיק געשפּינט זײַן דיכטעריש געװועב אף דער קאנווע פון סאַציא- 
לער גערעכטיקײט, 

מענטשן פון די דרײַסיקער יאָרן, וועלכע האָבן אופמערקזאם נאָכגע- 
פאָלגט דער אנטוויקלונג פון דער יונגער פּראָלעטארישער פּאַעזיע אין 
רומעניע, געדענקען נאָך אוואדע יענע יאָמטעװדיקע שטימונג, מיט וועלי 
כער מע האָט אין די ארבעטער-קרײַזן באגעגנט די ערשטע ייַדישע לידער 
פון קובי װאָהל, װאָס האָבן צו וויסן געטאָן: 


כ'בין דאָס אורגעשפּענסט פון צײַטן, 
אויסגעוואקסן אינעם לעבנס-זומפּיקן אָקעאן, 


איך בין דאָס שטיל געוויין פון קליינע קינדער 
אין פײַכטע שטיבער אונטער פוילע דעכער, 


219 


דורכגעדרונגען מיטן נײַסט און פּאטאָס פון יענער צײַט, באווירקט פון 
זײַן גרויסן מיטצײַטלער איציק מאנגער, דעם פּרינץ און טרובאדור פון 
דער ייִדישער באלאדע, האָט קובי װאָהל געשריבן אָפנהארציק און לײַדג- 
שאפטלעך. און זײַן מוזע איז געווען אומעטום, 


אין פרעכן לאך פון אָפּגעפארבטע גאסנמיידלעך, 
אין מידן ניגן צוישן ווערקשטעל-וועגט. 


שווער אָנצורופן נאָך א דיכטער פון דער יונגער באגאבטער פּלעיאדע, 
וועלכער האָט אזוי װאָגיק און זיכער פארנומען זײַן אָרט אין דער ארבע- 
טער-דיכטונג און דערגרייכט אזא פּאָפּוליאריטעט, װי קובי ואָהל. זײַן 
קאָל האָט געקלונגען אין אונדזער פּאָעזיע מיט פּרישקײַט און טעמפּערא- 
מענט, וועלכע האָבן איידעס געזאָגט וועגן אן אייגנארטיקן און בוילעטן 
טאלאנט. זײַנע פּאָעטישע מיטלען האָבן אויסגענומען מיט זייער פּראָסט- 
קײַט, קלוגער צוריקגעהאלטנקײַט און אינערלעכן ליריזם, 


נײַנצן הונדערט דרײַ און דרײיסיק, 

פוֹן דײַטשלאנד האָבן זיך גענומען טראָגן פינצטערע בסורעס. ס'האָבן 
אָפּגעהילכט די ערשטע אקאָרדן פון ווילדע מיליטערישע דעפיליאציעס. 
עס האָבן זיך צעפלאקערט די ערשטע שײַטערהויפנס, וועלכע האָבן אין 
יאָרן ארום באדארפט אונטערצינדן די גאנצע וועלט. דאָס פינצטערע מיטל- 
אלטער האָט מיט געפּאנצערטע טריט גענומען שפּאנען איבערן צואני 
ציקסטן יאָרהונדערט, | 

פון אלע עקן וועלט האָבן זיך דערהערט שטימען פון װאָרענונג. און 
אינעם מעכטיקן כאָר האָט אויך קובי װאָהל ארײַנגעוועבט זײַן קאָל, פול 
מיט גרימצאָרן קעגן 


פאלשע נעוװויָיִם, קויהאנים און ריכטער, 
דאיאָנים און הורן, געדונגענע דיכטער, 


קעגן אלע יענע, װאָס ריידן פון שאָלעם און גרייטן מילכאָמעס. 
אין איינער פון זײַנע לעצטע לידער האָט װאָהל געשריבן: 


לאָמיר בייגן די פאָנען טיפער צו דער ערד, 
טויט האָט ווידער צעשטערט 
פליגל, צעשפּרײטע פון גלויבן, 


אוואדע איז ער געווען פול מיט גלויבן. װי קאָן מען עס אנדערש זײַן 
בא פיר און צוואנציק יאָר. אָבער אין זײַן ברוסט האָט געבושעוועט א 
שטילער פלאם פון פארניכטונג, ביסלעכװוײַז פארצערט זײַנע לונגען און 
אומבאמערקט זײַנען טעג געשטאָרבן אָן א טיקן. 

א טאָג נאָך א טאָגי. 


200 


...רויטע פלעקן האָבן געברענט אף זײַן פּאָנעם. די קינביינער האָבן זיך 
נאָך מער פארשפּיצט. אין זײַנע אויגן איז דער גלאנץ געװאָרן נאָך אָנגע" 
גליטער און אף זײַן פארקלעמט מויל האָט ארומגעבלאַנדזעט א קינדעריש 
אָנגעװײטעקט פארטראכט שמייכעלע, ער האָט געזען דעם הימל און די 
אומעטיק זיך לעשנדיקע שקיַע. געהערט דעם קרעפטיקן און רויקן ווינט, 
װאָס האָט געווייעט פון די בערג. ער האָט געפילט, װוי די קויכעס פארלאָזן 
אים. א קלעמיקער ווייטעק האָט געשפּארט צום האלדז. ער האָט געפּרוּװט 
אָפּרײיסן דעם קאָפּ פון קישן, זיך אופזעצן, איז ער דאָך דאָס גאנצע קורצע 
לעבן זײַנס געשװומען קעגן שטראָם, װעט ער אוֹיך איצט זיך ניט אוגי 
טערגעבן דער אָניאָגנדיקער שווארצער כוואליע פון פארלענדונג. נאָר 
עפּעס אן אײַזערנע האנט האָט גענומען אלץ שטארקער, פעסטער ווארגן 
דעם האלדז, שטיקן. ער האָט אן אָטעם געטאָן מיט דער גאנצער טיף פון 
די לונגען, צעעפנט די אויגן ברייט און פארכידעשט, גלײַך ער װאָלט דער- 
זען עפּעס אן אויסערגעוויינלעכע זעונג, א װוונדערלעכע שוישפּיל, פון 
וועלכער ער איז ניט בעקויעך אָפּרײַסן זײַנע בליקן. איבערן פּאָנעם איז 
דורכגעלאָפן א שארפער ציטער און פארגליווערט געװאָרן.. 

אין א ווינקל איז געזעסן די מאמע זײַנע, געבראָכן די הענט פון צאר, 
און איר עלנטע שטים, א באגאַסענע מיט טרערן, האָט געשטורעמט הימ- 
ען; 

-- גאָטעניו, האר פון דער וועלט... צו דיר איז געװענדט מײַן הארץ.. 
דאָס הארץ פון א מאמען... רײַס ניט ארויס אזא יונג ביימעלע.. באװײַז 
א נעס... אלץ איז אין דײַן מאכט,.. 

זי האָט פּאָשעט, װי א קינד, גערעדט מיט גאָט, און מיך האָט געװוג" 
דערט אָט דער נאיווער גלויבן, וועלכן איך אליין האָב שוין לאנג ניט 
געהאט, 

פון הינטער די בערג איזן רוישלאָז אופגעגאנגען די נאכט, זיך גע- 
קלעפּט צום פענצטער, און ס'האָט זיך געדאכט, שווארצע טרערן רינען 
אומרויַקע אראָפּ פון די שויבן, 


סויט האָט ווידער צעשטערט 
פליגל, צעשפּרײטע פון גלויבן.., 


פערציק יאָר זײַנען אוועק פון יענער צײַט, 

גאָט מײַנער, װאָס פאר א יאָרן זײַנען דאָס געווען! 

קובי װאָהל איז ניט צעאשט געװאָרן אין די גאזיקאמערן, ניט אומגע- 
קומען אינעם פלאם פון מוירעדיקע געשעענישן. ער האָט שטיל אויסגע- 
הויכט זײַן נעשאָמע אין א הארבסטיקן פארגאכט, איבערלאָזנדיק דעם 
טרויער און עלנט פון זײַן אוועקגיין, 


דער טאָג פון זײַן קװוּרע איז געװען א קאלטער, א נאסער. רעגן- 
טראָפּנס האָבן געטריפט פון די ביימער, גלײַך דער דרויסן װאָלט אויך 
באוויינט דעם יונגן טויט. די ארבעטנדיקע ייִדישע יוגנט, וועלכע ער האָט 
מיט אזא אומגעהייערער ליבשאפט באזונגען, איז געקומען באגלייטן אים 
צו זײַן לעצטער היים. און בא די זײַטן האָבן זיך געשארט געהיים-אגענטן, 


211 


נאָכגעשפּירט דער לעװײַע און ניט געװוּסט, װוּ אהינצוטאָן די פארשטיי- 
נערטע געזיכטער, 

איבערן בייסאלמען האָבן זיך געטראָגן געבראָכענע ייִדישע געויינען, 
בא איינעם א קייווער האָט אן אלטער שאמעס מיט א קאָל דעמאמע-דאקו- 
שטים אויסגעקרעכצט די אלטע הארצרײַסנדיקע טפילע, װאָס האָט װי 
אראָפּגערונען פון זײַן אש-גרויער באָרד, 

-- אייל מאָלע ראכמים... 

און א יונגער דיכטער האָט געלייענט א סאָנעט, געווידמעט קובי װאָהל 
און געפּרוּװוט מיט זײַן קאָל איבערשרײַען דעם אלטן ייַדישן טרויער-ניגן.. 
װאָס איז עס געווען? אן אקט פון גאָטלעסטערונג צי אן אקט פון אן אני 
דער הייליקן גלויבן? צי עפשער ביידע איניינעם.. 


פערציק יאָר זײַנען אוועק פון יענער צײַט! 

פאר מיר ליגט קובי װאָהלס באשיידן בינטל לידער, געשריבענע אין 
די איינזאמע טעג און נעכט פון זײַן שווינדזוכט. זײַן פּאָעטיש פארמעגן, 
פון וועלכן ס'שרײַט ארויס א באאוולטע ועלט, שרײַט מיט ווייטעק און 
צאר. זײַן שטארבנדיקער געדאנק האָט ביז אין די לעצטע מינוטן געשלאָגן 
מיט א הייסער לײַדנשאפטלעכער ליבע צום לעבן און געזונגען פּראָסט, 
פּאַשעט, װוי ס'זינגען פייגל, 


באם פענצטער 


אר מײַן פענצטער אף מיזרעךזײַט הענגט א שטיק 
פארכמארעטער הימל. אין זײַן טיפקײַט נישטערן 
בליצן, און נעענטער צו מײַרעװו פלאמט א רטע 
אָנגעגליטע זון, 

קעגניבער, אף די װענט פון די שכיינישע בלאָק- 
הײַזער, קומט פאָר א זעלטענע שפּיל פון ליכט און 
שאָטן,. בלייכע פארנאכטיקע זון-שטראלן שמייכלען 
אף די פאסאדן און צינדן אָן פּײַערלעך אין די שויבן פון הונדערטער 
פענצטער, | 

רויטע, 

געלע, 


בלויע. 

און איבער די גאסן ווימלט אן אוילעם אין בונטער קליידונג. די טראָ- 
טוארן לויפן אונטער די טריט פון די מענטשן, און אין רויש און טומל 
פון דער שטאָט זינגט דאָס ליד פון לעבן, 

א נײַע שטאָט! 

הויכע, פילשטאָקיקע הײַזער, באדעקטע מיט א ווארעם-ראָזלעכער שלין, 
הייבן זיך ארויס פון צווישן אלטע, גרויע קווארטאלן, װאָס טוליען זיך 
אין ענגשאפט. די נײַע הײַזער זעען אויס לײַכט, נאָר מיט א מין שטאָלץ 
פון עפּעס א געהיימניספולן קויעך, | 
| = און בא די ראנדן ציִען זיך שמאָלע גאסן, ארומגעגארטלטע מיט גע- 
פלאסטערטע וועגן, װאָס קומען װי לויפנדיקע ספּיראלן פון װײַטע דרעמ- 
לענדיקע פעלדער און ווערן פארפאלן צװוישן די אלטמאָדישע מויערן פון 
װײַטע אמאָליקע צײַטן, 

די אלטע שטאָט --די שטאָט פון מײַן יוגנט... 

וי אן אויסגעלעבט לעבן, פארשווינדט זי ביסלעכװולין, 

געווען -- פארשווונדן! -- באגריפן, ענג געקניפּטע אינעם גאנג פון דער 
צליט,,, 

איך זע דורך מײַן פענצטער, װי גאנצע גאסן װערן אראָפּגעטראָגן 
וי עס קרישלען זיך און פאלן אלטע ווענט, אָנגעשפּיקעװעטע מיט סוידעס 


223 


פון װײַטע פרעמדע לעבנס. איך לעב איבער די לעצטע טעג פון זייער 
קלעם. און כאָטש איך פארנעם די פרייד פון נײַער בויונג--די לוסטיקע 
מעלאָדיע פון ארבעט, -- ווערט מיר אומעטיק פון דער ניט-יאײביקליט פון 
מענטשלעכן שאפן, 

איך שטיי באם אָפענעם פענצטער און ס'שפּרײטן זיך פאר מיר די 
סילועטן פון דער אלטער שטאָט מיט אירע שטילע געסלעך און צעוואק- 
סענע אלטע לינדנניימער, פון וועלכע ס'ײאָגט א רייעך פון פאלנדיקע בלע- 
טער -- דער טרויעריקער רייעך פון הארבסט, 

פונװײַטן שטארצט אפיר א שטיק גרין-געפארבטער דאך, 

אלע לויפנדיקע ייִדישע גאסן האָבן געקענט די פירשטאָקיקע געבלידע, 
װאָס האָט אמאָל געטראָגן דעם ראָמאנטיש-קלינגענדיקן נאָמען; 

,מאָרגנרויט?, 

זי איז געווען װי א שטערן פאר מאסן ייִדישער יוגנט, א שטערן, װאָס 
האָט אין א װילדיצעפּײַניקטער צײַט באשײַנט דעם פאָרויסגאנג צו א 
נײַער וועלט.., 

און איך האָב אויך אף אירע אױסגעטראָטענע שװעלן איבערגעלאָזט 
סימאָנים פון אייגענע טריט, 

אפן ערשטן שטאָק איז געווען די גרויסע ייִדישע ביבליאָטעק מיטן 
העליבאלויכטענעם לייענזאל, און א מיידל, באהויכט פון עפּעס א זײַדע- 
נער אײידלקײַט, האָט, װי א שוואלב, ארומגעפלאטערט צװישן די סטויגן 
ביכער און זיך ארויסגעריסן מיט איר שווארץ כאלאטל, א זייער כיינעוו- 
דיקע, מיט א פּאָר טונקעלע, שײַנענדיקע אויגן; 

-- שיש-ש-ש! 

ארום די טישן האָבן געבליצט יונגע בליקן, פארזונקענע אין לייענען. 
און דער שטילער רויש פון די זײַטלעך האָט געצייכנט זעלטענע בילדער, 
געמאָלט דעם טריומף פון פארשטאנד איבער פינצטערער אָפּגעשטאנעג- 
קײַט און דערציילט א פארקישעפנדיק מײַסעלע פון א גרויסן און ליכטיקן 
מאָרגן,.. א מאָרגן, װאָס דארף אָפּווארפן אין א זײַט דאָס ענגע פארקריפל- 
טע לעבן, 

-- שיש-ש-ש... 

אן אָפּגעהיטע שטילקײַט האָט געענטפערט פון אלע פיר ווינקלען. 

אין די אָװונטן האָט פארנומען זײַן באשטענדיק אָרט א יונגערמאן אין 
א שווארץ העמד, געפּלאצטע שיך און מיט פײַערדיקיבלאַנדזענדיקע 
אויגן. זײַן פארגעלט פּאָנעם איז געווען באוואקסן, און עס האָט געיאָגט 
פון אים מיט ציגלינערשער העפקערדיקײט, 
ער האָט אינדערשטיל געשריבן זײַן ,גאלעכס טעכטערל", א דערציי- 
לונג פול מיט רירנדיקער צארטקײַט. געשריבן מיט די סאמע פּאַָשעטסטע 
ווערטער פון אוגדזער ייִדיש און באשײַנט מיט יענער זאפטיקער, פאָלקס- 
טימלעכער טמימעס, װאָס ער האָט געבראכט פון זײַן בעסאראבער שטע- 
טעלע -- זגוריצע. 

און אלעמאָל, װי נאָר ער האָט זיך באוויזן, פלעגט דאָס מיידל אין 
שווארצן כאלאטל אים צוטראָגן א פרישן נומער ,ליטערארישע בלעטער", 
א נײַ דערשינען בוך, 


14--6 224 


-- פריזמאן, ס'איז אָנגעקומען בערגעלסאַנס ,מידאס האדין", געבן 
דיר?,, 

און עפּעס א באהאלטן פּײַערל האָט א בלישטשע געטאָן אין אירע ווא" 
רעמע אויגן, 

איין טאָג אין דער װאָך האָט די ביבליאָטעק ניט געביטן קיין ביכער, 
ניט ארויסגעגעבן קיין זשורנאלן און צײַטונגען. איין טאָג אין דער װאָך 
איז זי געװאָרן א זאל, װוּ ס'זײַנען פאָרגעקומען באגעגענישן מיט שׂרלל- 
בער, און יונגע פּאַעטן פלעגן לייענען זייערע ערשטע לידער, 

-- שיש-יש-ש! 

סיגוראנצע-אגענטן האָבן אָפּגעשפּארט די גאס. די פּאַליצײי שטייט 
גרייט אף דורכפירן אַבלאװעס, ארעסטן... 

א געוויינלעכער טאָג, װאָס איז ניט אויסגעטיילט אין קאלענדאר מיט 
פעטן שווארצן שריפט. ווען אָבער די ייִנגלעך און מיידלעך פון די יידי- 
שע גאסן װאָלטן געשריבן דעם קאלענדאר, װאָלטן זיי דעם טאָג מיט אן 
אנדער פארב באצייכנט,,, 

אויך יעכיַעל פריזמאן פלעגט צומאָל פאַרלײענען זײַנע קורצע דערצייי 
לונגען. געלייענט האָט ער מיט א פארטראָגענער שטילקײַט, גלײַך ער 
װאָלט געדאוונט. און זײַן ווארעמער אָטעם האָט זיך צונויפגעגאָסן מיטן 
אָטעם פון זײַנע צוהערער אין איין הייסן דאָרשט נאָך א זוניק לעבן א 
טיף מענטשלעכע ליבשאפט האָט געשטראָמט פון די שורעס. זיך מאמעש 
געלאָזט אָנטאפּן מיט די הענט. און אין זײַנע אויגן האָט געפינקלט דער 
פיבער פון הונגער, 

אין א פרײַטיקיצונאכטס האָט פריזמאן מיך באגעגנט אין גאס. א הויכ- 
וווקסיקער, מיט א פאריסענעם קאָפּ צום הימל, גלײַך ער װאָלט געציילט 
די שטערן, 

-- װווּהין איז דאָס אײַלעניש? 

איך האָב געשעמט זיך אים זאָגן, אז דאָס גיי איך אין דער דרוקערלי, 
װוּ ס'דרוקן זיך די ,, טשערנאָװויצער בלעטער" מיט מײַן ערשטער דערציי- 
לונג ,אפן ספּלאוו?, 

-- כ'דארף אָ-דאָ ערגעץ ארלינגיין, 

ער האָט, װײַזט אויס, גוט פארשטאנען װאָס מײַן , אַידאָ" באטליט. און 
קוקנדיק אף מיר מיט אן אָנגעיאָגטן נעפּל פון טרויער, האָט ער גלאט אזוי 
אין דער װועלט ארײיַן, װי צו זיך אליין, אויסגעזונגען מיט אן אקדאָמעס- 
ניגן; 

-- די צײַטונג װעט די װאָך ניט דערשײַנען.. דער זאץ איז אראָפּגע- 
פאלן און זיך אינגאנצן צעשיט., 

מיר האָט מיטאמאָל זיך אויסגעוויזן, אז דעם הימל האָבן פארצויגן 
געדיכטע שווארצע װאָלקנס, אָנגעפילטע מיט בליצן און פײַערן, די הײַזער 
האָבן זיך גענומען וואקלען און די גאסן האָבן געטאנצט פאר די אויגן, 

-- װאָס הייסט צעשיט? 

און טרערן האָבן פארגאָסן מײַן הארץ, 

איך בין אוועק, װי געטריבן פון א העפטיקן װוינט, און מיר האָט נאָכ- 
געיאָגט זײַן אָפּגעהאקט קאָל, פול מיט בעטנדיקער כאראָטע: 


225 


-- שויטע... פארשטייסט ניט א שפּאס.. זײַ מויכלן 

פרײַנט מײַנער פון די סאמע יוגנטײאָרן, איינער פון די ,יונגע", װאָס 
האָבן ניט באוויזן זיך צו עלטערן, איך האָב שוין לאנג דיר מויכל געווען 
די בייזע שפּיל, און דערמאָן מיט ליבשאפט דײַן נאָמען, 


װוי לײַבלעכע שוועסטער, האָבן זיך געטוליעט איינס צום אנדערן די 
ביבליאָטעק און דער טעאטער ,סקאלא". באם ארײַנגאנג אין זאל האָבן 
פארביקע אפישן אראָפּגעשריגן מיט גרויסע ייִדישע אויסיעס: 
,דער געלער שאָטן" מיט סידי טאל אין דער הױיפּט-ראָלן? 
און די יונגע, מיט אלע זיבן כיינען באשאַנקענע סידי, האָט געשפּילט 
די ראָל פון א ייִדיש גאסנמיידל, װאָס האָט געבראכט איבער יאמען אין 
װײַטן לאטײַן-אמעריקע איר יוגנט, איר שײגקײַט, דעם רייץ פון פאר- 
ליבטקליט און שפּילנדיקע אויגן. און אלץ מיטאמאָל אויסגעביטן אף אי 
ליוזאָרישע אויצרעס און אָפּגענארט גליק, | 
נאָר ניט געקוקט אף דער געפאלנקײַט, האָט זי ניט אופגעהערט טרויי 
מען פון עכטער, אופריכטיקער ליבע און עפּעס א פארגעפּלטע פרייך, 
וועלכע ס'האָט געבראכט איר א יונגער נעגער, 
אָבער דאָס לעבן איז גרויזאם, קאלט און פרעמד, 
און װאָס שטארקער ס'איז געוואקסן איר באגער איבערצורײַסן מיט 
דעם העפקערדיקן לעבן, זיך אנטקעגנשטעלן דעם גרויסן אומרעכט, אלץ 
בוילעטער איז1ן איר נאָכגעגאנגען דער געלער שאָטן פון א 
גאסנפרוי. 
סידי האָט געלעבט אף דער בינע דאָס לעבן פון אָט דעם יונגן מיידל. 
געזען מיט אירע אויגן און געפילט מיט איר הארץ. זי האָט אין א מאניר 
פון צארטער אופריכטיקײַט אנטפּלעקט דעם טרױעריק שוידערלעכן 
פרויען-גוירל:; 
באם ברעג פון יאמען װווינען מיר, 
באם ברעג פון יאמען אונדזער טיר, 
די פרוי פון יעדן זײַנען מיר, 
מיר. 
מיט טיפער דערפינדערישקײַט האָט סידי געבראכט אף דער בינע דעם 
צוזאמענשטויס צװוישן ריינער, גלױביקער גוטסקײַט און דעם ליגן פון א 
פארקויפטער ועלט. געבראכט מיט א פּאָעטישער לױטערקײט און ארלג- 
געוועבט אין איר קונסט די איידעלע שפּיל פון בענקשאפט און ליבעי. 
;סקאלא".., ,,מאָרגנרויטץ? 
פון דאָרט האָט זיך אָנגעהױבן דער גרויסער כאָלעם, װאָס האָט אָפט 
זיך איבערגעריסן אונטערוועגס צו די טרויעריק-בארימטע, פּאָליטישע טור- 
מעס פון דאָפּטאנא און וואקארעשט, 


גאסן ווערן אראָפּגעטראָגן, נײַע קומען אוף. אין הונדערטער פענצטער 
בליצן אוף פּײַערלעך, פארשיידענע װי דער מעגטשלעכער גוירל. אין די 


220 


הויפן שפּילן קינדער, און אין זייער פרייד שנײַדן צומאָל זיך ארלין די 
סירענע-סיגנאלן פון ,גיכער הילף", 

אָט ווערט נאָך א הויז אראָפּגעטראָגן, אן אלט אָפּגעלעבט הויז. 

א טייל דערפון שטייט נאָך, וי מיט א האק איבערגעשפּאָלטן, גע- 
פארבטע ווענט פון געוועזענע צימערן שטארצן ארויס, און א טיר הענגט 
פארטשעפּעט אֹף א האקן, 

אין אָט דער טיר האָב איך אָפטמאָל אָנגעקלאפּט, 

מיך האָט שטענדיק באגעגנט א ליכטיקיפארליבטער שמייכל, און 
מיידלשע הענט האָבן מיט ווארעמקײט זיך געװיקלט ארום מײַן האלדז, 

אינמיטן שטוב איז געשטאנען א קלאוויר, און די זעלבע הענט זײַגען 
פלינק געלאָפן איבער די קלאווישן, און ס'האָבן געשוועבט טרויעריק-פאר- 
טראכטע אקאָרדן, װאָס האָבן געזונגען און געוויינט. און ס'האָט אויסגע- 
זען, װי די נעשאָמע פון דער שפּילערן וויינט ארויס פון דעם מעלאָדישן 
שובערט-ראָמאנס, 

איך קוק אף דעם אײַנגעפאלענעם הויז און מיט זיסן ווייטעק זוך איך 
די שוועל, וועלכע איך בין ניט איין מאָל אריבערגעטראָטן. נאָר קיין שוועל 
איז מער ניטאָ. די אָפּגעריסענע טיר פירט מער אין ערגעץ ניט. און מיר 
װײַזט זיך אויס, װוי פון דער סאמע, סאמע טיף דערגייט צו מיר אזא גוט 
| באקאנטע שטים; 

-- איך בין א טייל פון דיר... לעב אין דײַן הארצן... כאָטש האָסט ניט 
איין מאָל געפּרוּװוט מיך פארגעסן... פארװאָס האָסטו זיך אָפּגעזאָגט פון 
מײַן ליבע... איך בין דאָך גרייט געווען גיין מיט דיר,.. טיילן דעם גאנצן 
טרויער פון דײַנע װאָגלענישן, 

אין א לעװאָנע-נאכט, אין סאמע בלי פון פײַערדיקער לײַדנשאפט האָב 
איך זיך געזעגנט מיט דעם הויז, 


-- דו פאָרסט אף לאנג? 

זי האָט געפרעגט קימאט קלאנגלאָז, מיט די הוילע ליפּן, און אראָפּגע- 
לאָזט איבער די אויגן אירע לאנגע וװיִעס. די לעװאָנע-בליקן האָבן געי 
בלאָנדזעט איבער איר בלייך געװאָרענעם פּאָנעם, און קיינמאָל איז זי ניט 
געווען אזוי שיין, וי אין יענער לעװאַנעדיקער זומערינאכט, 


קוק איך לאנג אין די אויסגעהאקטע פענצטער, און אין דער גלעזער" 
נער טונקלקײַט טויכט אוף א פארשװונדענער שימער. עס טוט א קלאפ 
אין הארצן עפּעס א ווארעמער שטראָם, און שאָטנס וויגן זיך אף די קריש- 
לענדיקע ווענט און שפּינען דעם צאר פון לעצטן ,זײַיגעזונט? 

פון צענדליקער פענצטער קוקט מען גלײַכגילטיק ארויס צו דעם איג- 
געפאלענעם הויז. פון מײַן פענצטער אָבער זעט עס אויס װי א פארשטומ- 
טע, ניט אױיסגעשפּילטע ליד -- די פּאָעמע פון מײַן ניט דערליבטער ליבע, 


גאָט מײַנער! װאָס קומט א מענטשן ניט אפן זיקאָרן, ווען ער שטייט 
איינער אליין באם אָפענעם פענצטער מיטן פּאָנעם צו דער אלטער אָפּגע- 
לעבטער שטאַָט.. 


אין דעמערונג 


1 הין 


ין די מיטעלע דרײַסיקער יאָרן האָב איך אין איינעם 
א סאָףזומערדיקן צװישן-טאָגיאון-נאכט פארלאָזט 
דאָס טומלענדיקע בוקארעשט, די שטאָט פון מײַנע 
הונגעריקע טעג און העפקערע נעכט, די שטאָט, װוּ 
עס האָט זיך אנטפּלעקט די זיסע קוועל פון מײַנע ער- 
שטע ליטערארישע פּרוּוון, און מיט דרײַ געבאָרגטע 
דאָלער אין קעשענע און א בריועלע פון שלימע 
ביקל צו דעם דעמלט באװוסטן ייִדישן דיכטער און ניט װייניקער באװוּסטן 
מעדיקער דיר מיילעך כמעלניצקי, -- בין איך מיטן בערלינער ד-צוג אָפּי 
געפאָרן קיין ווין, : 
,.ווין, אַסטבאנהאָף! 


א װוּנדערלעכע גאלאקטיק פון טויזנטער, טױיזנטער פּײַערלעך האַט 
אופגעפלאמט פאר מײַנע אויגן. זיי האָבן זיך געלאָשן, געווונקען און וי 
דער זיך צעברענט, די אומרויקע, הייסע פײַערלעך פונעם אָװנטיקן ווין. 

איך האָב געשפּאנט איבער העליבאלויכטענע געדרייטע וינער גאסן 
און רינג-אלייען, און מיך האָט איבעראשט די געמיטלעכע רוקײַט, גלײַך 
איך װאָלט פארפאָרן אין עפּעס א פארװאָרפענער פּראָװינץ, װוּ מע ווייסט 
ניט פון די מיט א צײַט צוריק אזוי בלוטיקידערשטיקטע ארבעטער-אופ- 
שטאנדן און װו עס פלאקערט ניט אריבער פונעם שכיינישן דריטן רײַך 
דער אָפּשײַן פון ווילדע פאקלצוגן, װי בענגאלישע פײַערן. פליערן, װאָס 
גרייטן זיך אָנצינדן די וועלט.., 

ווין, די אמאָל שטאָלצע עסטרײיכישע קרױבשטאָט, מיט אירע פרעכטי- 
קע פּאלאצן, קונציק גערונצלטע קאַלאָנאדן און קלויסטעריטורעמס, מיט 
איר גאנצער פאנטאסטישער, מיטלאלטערלעכער גאָטיק, װי פארשטיינער- 
טע מוזיק, האָט געלעבט איר געמיטלעך אױסגעמאָסטן לעבן, 

און מיר, א געקומענעם פונעם קאָכעדיקן באלקאן, װוּ אלע וועלט-גע- 
שעענישן האָבן אָפּגעהילכט מיט א באזונדערער שארפקשײט, האָט אויסגע- 
זען פרעמד די אויסטערלישע ווינער געמיטלעכקײיט. 


228 


פּונקט וי מיט יאָרן, יאָרן צוריק זײַנען גאסוימוזיקאנטן, העפקערע 
טרובאדורן, געגאנגען איבער די הויפן און אין טיף-רירנדיקע, ער ווייסט 
פון וועמען פארפאסטע, לירישע קופּלעטן באזונגען ווין ,די בלאוע-דאנאו- 
שטאדט", וועלכער יאָהאן שטראוס האָט געשענקט אומשטערבלעכקײט, 

דונלל און ליד.., 

זיי האָבן זיך צונויפגעגאָסן, פארייניקט. עפשער דערפאר, װאָס דער 
טײַך איז געווען אזוי פּאָעטיש, װי א ליד, און דאָס ליד איז געווען אזוי 
ראכוועסדיק, װוי דער טײַך, 

אינעם אלטן בארימטן פּראטער, דעם פארק פון קרומע שפּיגלען און 
גיגאנטישע קארוסעלן, האָט געװעלטיקט א באשטענדיקע יונגע פרייד, און 
אין גרינציק, דער אידילישער פאָרשטאָט פון צויבערפולער שײינקײַט און 
ראָמאנטישער ליבע, האָט מען אין די פארנאכטן אונטערן פרײַען הימל 
געטרונקען שווארץ ,קײַזער-ביר? פון ערדענע קריגלעך, און שלאנקע 
מיידלעך אין בונטער טיראָלער קליידונג האָבן אין א בריליאנטענער 
לײַכטקײַט, װי א פארביקער וויכער, געשוועבט אינעם פלאטער פון ,וי 
נער וואלצער", און ס'האָט אויסגעזען וי צום טאקט וואלסירן די הימלען. 


ווין, די ראָמאנטישסטע שטאָט אין דער ועלט, ,די שטאָט פון לידער" 
האָט אויסגעזונגען איר פרלי, הײַטער ליבע-ליד... 

דאָס אַװנטיקע ווין האָט געשפּילט און געלויכטן מיט טויזנטער איליו- 
זאָרישע פליערן. גערופן אין די קאפע-הײַזער און פינקלענדיקע קאזינאָס, 
װוּ נאכט-וואנדלער האָבן בא רולעטן-טישלעך זייערע נעכט פארשפּילט 
און יונגע פרויען מיט זשעדנע בליצן אין די רופנדיקע אויגן האָבן דעם 
רייץ און די גראציע פון זייערע שפּילנדיקע גלידער אין זײַדענעם שימער 
געהילט און אין ריטם פון באנאלע טאנגאַישלאגערס זיך קאַקעטיש נאָכ- 
גיביק געלאָזט פירן פון פעסטע מענערשע אָרעמס. און דער קרעפטיקער 
װײַן האָט מיט א זיסער גלוסטונג ארויסגעזונגען; 


אָ, דאָנא קלארא, 
איך האבע דיך טאנצען געזען.. 


ווין האָט געוויגט זיך אין א נאקעט פארשיקערטן לײַכטזין., 

און אף הארטע ליידיקע בענק, אין די פּארקן און סקווערן מיט אויס" 
טערלישע פאָנטאנען און אלטערטימלעכע בארעליעפן, װי דאָס פארשטומ- 
טע געזאנג פון דוירעס, האָבן היימלאָזע אױיסגעשלאָפן זייער מידן שלאָף, 
בעטלער האָבן אינדערשטיל געציילט די , פארדינטע" פּאָר גראָשן, און 
דער אײנטאָניקער קלאנג פון קופּער האָט, װי א פרעמדער עלנטער רעפ- 
רען, זיך ארײַנגעוועבט אינעם קאדריל פון ליכט, מוזיק און טײווע.. 

ווין האָט געפירט א געמיטלעך און א זאָרגלאָז לעבן.. 

פילפארביקע, שרײַענדיקע אפישן האָבן רעקלאמירט דעם פילם ,איך 
באשולדיק" מיטן באװוּסטן אמעריקאניש-יידישן ארטיסט פּאול מוני אין 
דער ראָל פון עמיל זאָליא. און ס'האָט אויסגעזען װי דער דרייפוס-פּראַ- 
צעס, די טראגישע פּרעליודיע צו די דרײַסיקער יאָרן, האָט קיינעם גיט 
געשראָקן, קיינעם ניט געװאָרנט, גלײַך ס'װואָלט קיינעם ניט געארט, װאָס 


229 


דיפּלאָמאטן פירן א געהיימע שפּיל, װאָס די צײַטונגען שוויבלען מיט אומ- 
רויִקע קעפּלעך, וועלכע ייִנגלעך צעטראָגן מיט א געשריי איבער אלע 
גאסן, און שווארצע האקנקרייצן, װי שווארצע שפּינען, באווליזן זיך אלץ 
אָפטער אף די װוענט פון די גרויע אלט-ווינער מויערן. 

ווינער געמיטלעכקליט! 

אין בארימטן אוניווערסיטעט האָבן יונגעלײַט, װי מיט יאָרן צוריק, 
פלײַסיק שטודירט פּלוטארך און קאנט. זיך באגײַסטערט װער פאר הייגע, 
ער פאר ניטשע און שטורמיש אפּלאָדירט דעם געשעצטן פּראָפּעסאַר 
זיגמונד פרויד. גלײַך ס'װואָלט גאָרניט געגרייט זיך דער טרויעריקער פרל- 
לינג. עפשער דער טרויעריקסטער אין דער געשיכטע פון עסטרײַך.. 

פרילינג... פרילינג... 

איך בין צום ערשטן מאָל אף א פײַערלעכן אַװנט אין ייִדישן סטו" 
דענטן-פארבאנד , יודייא", װוּ דאָסראָוו מיטגלידער זײַנען פון דעם עקס- 
טרעם רעכטן נאצ;אָנאליסטישן , בייטאר", 

דער אַװנט װערט געפירט אף דײַטש. 

פּלוצעם שטעלט זיך אוף א הויכער, ברײטפּלײציקער סטודענט. דער- 
נעענטערט זיך צו דער טריבונע מיט שווערע, טעמפּע טריט און נעמט 
ריידן ייִדיש. א , ברײַטן" גאליציאנער ייִדיש. 

אין זאל ברעכט אויס א טומל, עס בליצן אוף אויגן, ציין, אוך פון אלע 
זײַטן טראָגן זיך ווילדע געשרייען: 

-- זשארגאָן... זשארגאָן! 

דער פּוילישער סטודענט אנטשולדיקט זיך פארלוירן; אים איז שוער 
צו ריידן דײַטש, ער איז ניט לאנג אין וין. און אױיסגלײַכנדיק זיך אין 
זײַן גאנצער גרייס, װי ער װאָלט מיטאמאָל דערפילט דעם זין פון דער 
באליידיקונג, נעמט ער פאַרלייענען א ליד פונעם וינער ייִדישן דיכטער 
מענדל נייגרעשל, געווידמעט דאַװיד האָפשטײנען. דאָס ליד הייסט , טפילע 
פאר דער ייִדישער שפּראך?. 

אָ, הייליקער גײַסט, אָ, גײַסט, דערוואך 
אין יעדן אָטעם פון מײַן שפּראך. 


פישטוטטקט,= אטאשואול --- פוישותמים.--;- פיייישיקנט.;--פייזיקייקיף.-: ימלשורי יקינקיני. 5551 סאי יי ייט יניע 4איטיי. 4 


צינד אָן דאָס װאָרט מיט יונגן מוט 
מיט נײַער קראפט, מיט נײַעם בלוס... 
אף א רעגע װערט שטיל. א פארשעמטע און געדריקטע שטילקײַט. 
נאָר ענדיקן לאָזט מען אים ניט, 
עפּעס א פּארשוין שטעכט אין אים ארײַן א פּאָר שפּיציקע אויגן, װאָס 
שפּריצן מיט פײַער, 
-- אָסט-יודע! 
און איבערן גאנצן זאל צעבושעוועט זיך, װי א סרייפע, א וילד צע- 
פלאמטע סינע צו ייִדיש, 
פרילינג.., 
איך האָב אָפּנעגעבן מײַן קאָלאָקװיִום פון , מיטל-האָך-דויטש". דער 
פּראָפּעסאָר, א גרויער מאן פון אלטן עסטרײַכישן אדל, מיט א שטרענגן 
ערנסטן אויסזען, א באװוסטער גערמאניסט, לויבט אין קארגע װערטער 


290 


מײַן דײַטש. עפשער דערפאר, װאָס איך בין אן אויסלענדער. ער פרעגט 
זיך נאָך אף מײַן מוטער-שפּראך, און איך ענטפער קורץ: 

-- ייִדיש, הער פּראָפּעסאָר! 

ער שטעלט אָן אף מיר זײַנע בלויע אָפּנעבליאקעװעטע אויגן. אין זי 
לויכט אוף אן אומדערווארטער, פארכאַלעמטער שמייכל, טוט א פינקל, 
און בלײַבט הענגען אף זײַן שטרענג אָפּגעצױגן פּאָנעם, 

איך כאמערק, אז ער גרייט זיך עפּעס זאָגן. עפשער דאָס אױסגעדראָ- 
שענע ,ייִדיש איז א פארדאָרבן דײַטש". נאָר ער קוקט אף מיר צודרינג- 
לעך. זײַן בליק איז עטװאָס פארצויגן און ווארעם. און ער טוט אומגעריכט 
א זאָג. פּאַשעט, ריין און זאפטיק: 

-- ייִדיש, יונגער פרײַנט, איז א לאָשן בעאצמוי! 

מיר האָט גענומען שווינדלען פאר די אויגן, א דינע שטעכיקע היץ איז 
מיר אדורך איבער דער הויט. און מיר האָט זיך געדאכט, װי דער גאנצער 
ארום האָט זיך צעזונגען אף א קאָל: 

-- ייִדיש איז א לאַשן בעאצמוי.. 

און עפּעס װי א בייז װידערקאָל האָט זיך אָפּגערופן אין מײַן זיקאָרן 
דער אָװגט אין דער , יוייא?, 

אף די מײַרעװ-גרענעצן פון עסטרײַך האָט די וועלט מיט שנעלע טריט 
זיך דערנעענטערט צום גרעסטן קאטאקליזם. און עסטרײַך האָט באדארפט 
ווערן דער ערשטער קאָרבן. 


פרילינג, פרילינג.., 

צוועלפטער מארט טויזנט נײַן הונדערט אכט און דרײיסיק.. 

דער טאָג װעט זײַן א זעלטן שיינער, ווארעמער. די קאשטאנען-ביימער 
וועלן זיך אָנגיסן מיט יונגע זאפטן, און קוים באמערקבאר פארן אויג וועט 
זיך דורכרײַסן דאָס ערשטע פריידיקע גרינס, 

די זון װעט ברענען אף די קפּאָלן פונעם אוראלטן שטעפאנס'דאָם 
און זײַנע צלאָמים, מיט אזא שטאָלצקײט פאריסענע צום הימל, װעלן פלא- 
מען וי פּורפּור-רױטע פליערן, 

און אין מיטן פרילינג-בלי װעלן מאָטאָריזירטע האָרדעס, װי רויבגלי 
ריקע כײַעס, באלאגערן די שטאָט. ס'וועט פארשוועכט וװערן דער אוניי 
ווערסיטעט, דער אלטער װוּנדערבארער טעמפּל פון אײיראָפּעישער קולטור, 
און אין זײַנע פענצטער װעלן בייזוויליק טאנצן די פײיערן פון צעלייגטע 
שײַטערהויפנס. און אין פלאמען װעט אופגיין דער שטאַלץ פון עסטרלך: 
הוגאָ פאָן האָפמאנסטאל, ארטור שניצלער, שטעפאן צװײַג און פראנץ 
קאפקא.., 


-- פערדאמטע יודען! 
סאָלדאפאָנישע מארשן וועלן פארטויבן די גאסן. און פון זייערע גרויע 
פּאָסטאמענטן װעלן פארביטערטע אראָפּקוקן מאָצארט און בעטהאַװען. 
ווין, די אייביק יונגע שטאָט, װעט, װוי א געשענדטע פרוי, ליגן פאר 
די פיס פונעם דײַטשישן פאשׂיזֹם, און א יאם פון מענטשן געכטן נאָך 
גלײַכגילטיקע צום פּאַליטישן לעבן, װעלן װי פון מעשוגאס גערירטע אי- 
בערשרײיען איינער דעם צװוייטן; 


231 


-- אײַן פאָלק... אײַן רליך... אײַן פיורער! 

און אפן שווארצנבערג-פּלאץ װעט דער מעטורעפער , פיורער" היסטע- 
ריש ארלינרעווען אין די צעשטעלטע מיקראָפאָנען: 

-- אָסטמארק... אנשלוס.., 

און װי צערייצטע הינט, װועלן טויזנטער, טויזנטער שטימען אָפּהילכן: 

--- הליל.,. הײַל! 

און שטיל, װוי אױסגעשטאָרבן, װעט זײַן נאָר אין צווייטן באצירק. 
קלאנגען מיטן אָטעם פון געפאר װעלן קריכן װי שלענג, פארצווייפלטע 
זיפצן װעלן זיך דרייען אינעם װינט, פארוויגט פון אייגענעם קלאָגן 
מענטש פאר מענטש װעט זיך אויסבאהאלטן און אונטער פאריגלטע טירן 
ווארטן, ווארטן.., 

שׂרעק װעט לױיערן אין די גאסן און געסלעך פונעם אלטן וינער 
ייִדישן געטאָ.. 

אין די מיטעלע דרײַסיקער יאָרן פון אונדזער יאָרהונדערט האָט דאָס 
טױיזנטיאָריקע ווין, מיטן צויבער פון אלטקײַט און מאָדערנעם אײראָפּע- 
יָשׁן גלאנץ, געלענט א געמיטלעך, ריטמיש אױסגעמאָסטן לעבן.. 


2 קאפע ,צענטראל" 


יעדן אָװנט זײַנען זי געקומען אהער, די שרײַבער און קינסטלער פון 
די ווינער ייִדישע קווארטאלן. געקומען מיט זייערע ניגונים און פארבן. 
געבראכט מיט זיך דעם שטראל פון פרייד און דעם שאַטן פון זאָרג. און 
בא טעפּעלעך שווארצער קאווע האָט מען אין א דערהויבענער שטימונג 
זיך דערציילט פון װערק, װאָס זײַנען שוין געבוירן געװאָרן, און אזעלכע, 
װאָס דארפן ערשט קומען אף דער וועלט. אויך יונגע פרויען פון ייִדישע 
היימען פלעגן קומען אהער , פארברענגען" די אָװנטן אין , פרײַער קינסט- 
לערישער אטמאָספער?, 

מ'האָט דערמאַנט די יאָרן, װען עס האָט דאָ שטאָלץ געקלונגען דער 
נאָמען פונעם בארימטן עסטרײַכישן נאָװועליסט פּעטער אלטענבערג, ווען 
ייִדישע שרײַבער האָבן פארמאָגט אן אייגענעם פארלאג, אן איגענע 
צײַטשריפט, און מיט באדויערן זיך געזשאלעוועט: 

-- עך, ניט יענץ ווין מער! 

דער אלטער קעלנער אינעם שווארצן אָפּנעטראָגענעם סמאָקינג, מיטן 
װײַסן האנטעכל איבערן אָרעם, איז געווען װי א באוועגלעכער טייל פון 
אָט דעם אלטמאָדישן קאפעהויז מיט די אָפּגעניצטע פליושענע שטולן און 
קליינע גרויע טישלעך. ער האָט אלע שטאמגעסט געקענט בא די נעמען, 
געװוסט יעדן, װאָס פאר א צײַטונג צו דערלאנגען, װאָס פאר א קאווע ער 
טרינקט, און פאר נײַע באזוכער זיך שטענדיק וי בארימט: 

-- בײַ דיעזעם טיש האָט דער אלטענבערג זײַנע געדיכטע אין פּראַזא 
פערפאסט... זײַן ראפינירטעס עוואנגעלליום.., 

און ס'האָט זיך געדאכט, אז נאָר דאָ, אין צווייטן באצירק, אף דער טא- 


292 


באָרישטראסע, האָט געקאָנט געבוירן ווערן די קליינע, אייגנארטיקע וי 
נער פּאַעזיע אין פּראָזע, וועלכע דער אלטער קעלנער האָט אזוי טרעפלעך 
באטיטלט , ראפינירטעס עוואנגעללום", 

ווין איז געווען דורכגעוועבט מיט דער גרויסער און וועלטיבארימטער 
ליטעראטור, װאָס אירע שעפער האָבן צומאָל פארקערעוועט אין דעם אלטן 
קאפע. קאַן זײַן, אז שטעפאן צװלג האָט זײַן , מענדל בוקיניסט" אויך 
געטראָפן בא איינעם פון די טישלעך אין קאפע , צענטראל", 

דאָ האָכן אויך אין פארשיידענע צײַטן ייִדישע שרײַבער איבערגעלאָזט 
זייער אװוטאָגראף אינעם זיקאָרן פון דעם אלטן קעלנער, 

-- איך האבע חיר דען בערימטען עראָפּעיִשען עפּיקער שאלאָם אש 
בעדינט,,, 

ווען איך האָב צום ערשטן מאָל נאָך מײַן קומען קיין עסטרליך באזוכט 
דאָס באוווסטע קאפעהויז, האָט דער קעלנער זיך העפלעך אריבערגעבויגן 
צו מיר, און דאָס ערשטע, װאָס ער האָט באדארפט אױסקלאָרן, אין געװוען: 

-- אײַן דיכטער אדער מאלער? 

איך בין וי געפּלעפט געבליבן זיצן פון אזא אומגעריכטער פראגע. 
אלע מײַנע דרײ און צוואנציק יאָר האָבן זיך צעברענט אף מײַן פּאַנעם, 
און איך האָב אין גרויס פארלעגנהײַט קוים װאָס ארויסגעשטאמלט: 

-- אײַן שווארצן, ביטע! 

ער האָט זיך א בייג געטאָן און א װײַלע געבליבן קײַלעכיק. נאָר באלד 
זיך ווידער אױסגעגלײַכט און פארשווונדן מיט אזא לײַכטקײַט, גלײַך ער 
װאָלט פארמאָגט פליגל. אין עטלעכע מינוט ארום זיך אומגעקערט, בא" 
לאנסירנדיק, װוי א קונצנמאכער, מיט דער באשטעלטער קאווע אין האנט, 

-- ביטע, מײַן הער! 

און אף זײַן פּאַנעם, -- טונקל, װי די פארב פון געמאָלענער קאווע, 
האָט אין דער ברייט זיך געפאלדעװועט א דינער, פארטראָגענער שמייכל, 

וויפל קילאָמעטער האָט ער באדארפט דורכמאכן א טאָג, אָט דער אל- 
טער זעכציקיאָריקער קעלנער? 

און ער האָט עס געטאָן מיט אזא רירעװודיקײַט, מיט אזא באשײַמפּער- 
לעכער ליבע צו די, װאָס קומען אהער יעדן אָװנט מיט זייער פרייד און 
זייער אנטוישונג און װערן פארשיקערט פון א , שווארצן", וי פון וויין., 

ווען ער האָט זיך ענדלעך דערװוּסט, פונוואנען איך קום און אז אין 
מײַן אקטיוו זײַנען שוין פאראן עטלעכע אָנפאנגערישע נאַװעלן אין ייִדיש, 
האָבן זײַנע אויגן גענומען גוטמוטיק שטראלן און ער האָט מיט א זינ- 
גענדיקן ווינער אקצענט עמעצן צוגערופן; 
: -- הער דאָקטאָר, דיעזער יונגערמאן איזט אײַן יודישער שריפטשטע- 
ער, 

די לאָמפּן אין קאפע ,צענטראל" האָבן זיך פּלוצעם גענומען וויגן. איך 
האָב דערפילט א מאָדנע ענגשאפט פון אָטעם און א צעטומלטער געקוקט 
צו יענעם טישל, פונוואנען מ'האָט זיך אויסגעדרייט צו מיר מיט א ליב" 
לעכן שמייכל, 

...עס בלענדט מיט טויזנטער פײַערן דאָס אָװנטיקע ווין. און דאָס קללל- 
נע הלַפעלע ייִדישע שרײַבער ציט זיך צום אלטן קאפע ,צענטראל" 


שווערע טעג 


אֹ 


יפל איז פארבלי, זינט מיר האָבן זיך צום ערשטן מאָל 
באגעגנט בא יענעם שטיינערנעם מירמליטישל אין 
קאפע ,, צענטראל"? 

דער קאלענדאר װײַזט דאָס יאָר טויזנט נײַן הוג- 
דערט זיבן און זיבעציק. הייסט עס, איבער פערציק 
קײַלעכדיקע יאָר, 

סארא טײַכן פון טרויער עס פליסן פארבלי! 

און װי א װײַטער װידערקאָל קלינגט אין מײַנע איערן דאָס װינער 
צעזונגענע דײַטש אינעם מויל פונעם אלטן קעלנער, 

-- הער דאָקטאָר, דיעזער יונגערמאן איזט אײַן יודישער שריפטשטע- 
לער! 

צי האָבן טאקע דעמלט די הענגלאָמפּן אין קאפע , צענטראל" זיך פּלו- 
צעם אזוי העל צעברענט, צי דאָס האָט א פלאם אזוי ארױיסגעשלאָגן אף 
מײַן פּאָנעם, 

מיר האָט זיך אויסגעוויזן, װי דער גאנצער מענטשלעכער טומל האָט 
מיטאמאָל זיך אײַנגעשטילט. אלע געסט ארום די טישלעך האָבן זיך נעעג- 
טער צונויפגערוקט. צענדליקער אויגן האָבן געקוקט אף מיר מיט פאר- 
זשמורעטע בליקן, װי זיי װאָלטן מיך געמאָסטן. עמעצער האָט זיך דער- 
נעענטערט. מיר אנטקעגנגעטראָגן א ברייטן, לעבעדיקן שמייכל איניינעם 
מיט אן אויסגעשטרעקטער איידעלער האנט, 

--- מענדל נייגרעשל! 

איך האָב אין פארטראָגנקײַט אָנגערופן מײַן נאָמען, דאָס אָרט, פונ- 
וואנען איך קום. און, דאכט זיך, לאנג געשטאנען אינמיטן זאל, גלייבנדיק 
און ניט גלייבנדיק אין דער באגעגעניש. אָט ויאזוי ער זעט אויס, דער 
דיכטער, װאָס האָט אָנגעשריבן די לידער-זאמלונגען , געצעלטן? און , קלי- 
לעכיקע טעג", דער אװטאָר פון די אינטערעסאנטע איבערזעצונגען , פּוײ 
לישע ליריקער", 


2934 


א מיטלװוקסיקער, אין א שפּאָגלינײַעם גרוייבלויען אָנצוג. א װײַס 
געשטרײַפט העמד און א זייער טײַערער אטלאסענער קראוואט האָבן עפּעס 
יאָמטעװדיקס ארויסגעבלאנקט פון אים. און ער האָט געמאכט דעם אלנ- 
דרוק גיכער פון א רײַכן באנק-אָנגעשטעלטן, איידער פון א דיכטער. נאַר 
זײַנע קלוגע, עטװאָס שמייכלענדיקע אויגן, אין וועלכע ס'האָט זיך געוויגט 
א גרינלעכע אומרויַקע שײַן, דער דינער שטריך פון צארטקײַט ארום דעם 
בייג פון די ליפּן, האָבן אנטפּלעקט יענע טיפע, לירישע ווארעמקײַט, װאָס 
גיט טייקעף אויס דעם קינסטלער. 

וי אלט איז ער דעמלט געווען? מיסטאמע אין די דרײַסיקער. נאָר ער 
האָט אויסגעזען ייַנגער אין זײַן רײַכער קליידונג, מיט זײַן דין, בייגעווי 
דיק געשטאלט, 

ער האָט אָנגעשטרענגט געקוקט אף מיר, װי ער װאָלט געװאָלט אָן 
עפּעס זיך דערמאָנען, און פילדײטיק געשטאמלט: 

--- אזוי, אזוי..,. פון טשערנאַװויץ... 

מיר האָבן אין יענעם ערשטן אַװנט זיך אָפּגעזונדערט אין א װײַטן 
ווינקל פון קאפע, און ער האָט מיט א הייסן נײַגער גענומען מיך אויס" 
פרעגן וועגן דער ייִדישער ליטעראטור אין אונדזערע קאנטן. ער האָט גע- 
האט א פול מויל מיט באגײַסטערונג פאר שטיינבארגן און מאנגערן. זיך 
נאָכגעפרעגט אף נעמען און װוערק פון א סאד יונגע שרײַבער, און איך 
האָב אלץ דערציילט, אלץ געענטפערט, געענטפערט, 

מיטאמאָל האָט זיך אויסגעלאָשן דער גלאנץ אין זײַנע אויגן. אפן פֹּאַ- 
נעם האָט זיך אָפּנעשפּיגלט א ציטער פון עפּעס אן אומבאקוועם געפיל, 
און ער האָט מיט א געפאלן קאָל א זאָג געטאָן 

-- מיר דאָ האָבן זיך ניט מיט װאָס צו רימען... א קליין הײַפעלע שרלי- 
בער... אָן א סוויווע... אָן א ליטערארישער אויסגאבע... אָרעם וי די נאכט... 
מיר זײַנען געצווונגען צו זײַן צעזייט און צעשפּרײיט מיט אונדזערע שא" 
פונגען איבער דער גאָרער ייִדישער ועלט.. דערפאר טאקע קומט מיר, 
אשטייגער, אויס דרוקן אָפט מײַנע לידער אי אײַערע , טשערנאָוויצער 
בלעטער"., 

ער האָט לאנג גערעדט אָפּגעריסן, אופגערעגט, מיט א באהאלטענעם 
געראנגל אין זײַן קאָל, און איך האָב געפילט, װי עס באהערשט מיך א 
מין פארביטערטקײַט, א באדויערן, 

ער, דער ,ווינער", איז גאָר אינגאנצן עלנט בא זיך אין דער היים! 
איך בין געזעסן אנטקעגן אים מיט א קלאפּנדיק הארץ, א צעטומלטער פון 
זײַנע רייד, עפּעס האָט זײַן אומעט זיך שווער געליגט מיר אפן סייכל., 
עפשׂער דערפאר, װאָס איך בין געווען יונג. עס איז געווען דער פּעריאָד 
פון מײַן קאיאָר, ווען אלץ ארום האָט געשפּילט און צוגעזאָגט, דערצו נאָך 
בין איך געקומען פון א לאנד, װוּ ייִדיש האָט געשפּרודלט אף אלע גאסן, 
און מיר האָט זיך אויסגעוויזן, װוי ער זאָל האָבן זײַן גאנצע טיראדע אויס- 
געטראכט, 

שפּעטער אָבער, ווען איך האָב זיך נאָענט באקענט מיט די אנדערע 
עטלעכע ייִדישע שרײַבער פון ווין, האָט די זעלבע עלנטקײַט ארויסגע- 
שריגן בא יעדן פון זיי, 


295 


ב 


מענדל נייגרעשל האָט ליב געהאט וין, 

ער האָט ליב געהאט די ווינער גאסן מיט דעם אייגנארט פון זייער 
ארכיטעקטור, מיט די שווערע אלטע קלויסטער-ווענט און שפּילנדיק-אויס- 
געפּוצטע וויטרינעס. אים האָבן געלאַקט די ברייטע, ברוקירטע קאשטא- 
נען-אלייען ארום דעם , רינג" און די שמאַלע פארדרייטע געסלעך פון 
אמאָליקן מיטלאלטערלעכן ייִדישן געטאָ, װוּ 


הונדערט טויזנט טראָטן, קלינגענדיקע טריט, 
רעדן צו די שטיינער ווערטערדיק צעשיט... 
טרעפן זיך און אלילן, דריקן זיך און קריגן, 
און די שטיינער שװײַגן... שװײַגן.., 

הערן אויס דעם ניגן, 


ווין איז געווען זײַן שטאָט, װוּ ער האָט פארלעבט דעם גרעסטן טייל 
פון זײַן לעבן, אין ווין האָט ער געענדיקט דעם יורידישן פאקולטעט, בא" 
קומען דעם דאַקטאָר-טיטל און געװאָרן.. א ייִדישער דיכטער, 

א יוריסט --א דיכטער! 

ס'האָט געקאַנט זיך דאכטן, אז איינס װעט דערגאנצן דאָס צווייטע.. 
אָבער אין דער װירקלעכקײַט האָט זיך באקומען גאָר אנדערש. נײַגרעשל, 
וועלכער האָט באדארפט אפן פארלאנג פון זײַן מישפּאָכע װערן דער אד" 
װאָקאט פון גרויסע האנדליפירמעס, האָט דערצו ניט ארויסגעוויזן קיין 
שום נייגונג און מיט אדװאַקאטור זיך קימאט קינמאָל ניט פארנומען. 
דערפאר אָבער האָט פּאָעזיע זיך אנטפּלעקט פאר אים אין איר גאנצער 
יללידנשאפט און שטרענגקײַט און געװאָרן דער אינהאלט פון זײַן לעבן. 


ס'איז עמעס, מאמע, כ'האָב געלעבט מיט לידער, 
װוי מ'לעבט מיט שטילע ביימער אין וואלד, 

דער מינדסטער קלאנג פון זייער דינסטן ציטער 
האָט טויזנט זונען אין מײַן ברוסט צעשטראלט, 


ער האָט זיך באצויגן צו דיכטונג מיט יענער פאָרזיכטיקער שפּאָרזאמ- 
קײַט, וועלכע ס'דערציט אין זיך א מענטש, װאָס איז מיט א רירנדיקער 
אופריכטיקײַט פארליבט אין ליטעראטור און אנערקענט, אז צו פארנעמען 
זיך מיט איר, איז װינציק נאָר פײייקליטן.. 

אין איינעם א פארנאכט האָבן מיר מיט נײַגרעשלען שפּאצירט בא די 
ברעגן פון דער לירישער , בלאוער דאָנאו?, 

עס האָבן שוין אַנגעהױבן שפּילן די ראָזע פלאמען פון זונפארגאנג 
איבער דער שיינער שטאָט ווין, אירע פּאלאצן און קלויסטער-טורעמס האָבן 
זיך געשפּיגלט אין דער דונײַיטיפקײַט, דערמאָנט עפּעס א פארקישעפט 
אונטערוואסערדיק קיניגרײַך, און א לײַכט ווינטל האָט מיט א ווארעמען 
אָטעם בארירט די בלויע טײַדירונצלען. 

האפז-ארבעטער זײַנען מידע, נאָכגעלאָזטע, װי ניט אויסגעשלאָפענע, 
געגאנגען שװײַגנדיקע צו דער נאכטיוואכטע. דאָמיניקאנער מאָנאכן מיט 


290 


שטרענגע אסקעטיש-אָפּגעצױיגענע פּענעמער זײַנען די ארבעטער פאר- 
לאָפן דעם ועג, געײַלט צום אָװנט-געבעט, און די עקן פון די גראָבע 
שטריק ארום די לענדן האָבן געפּלאָנטערט זייערע גיכע טריט, און היימ- 
לאָזע בעטלער זײַנען מיד געװאָרן פון זוכן א פרלי אָרט, װוּ די נאכט צו 
פארברענגען, | 

נייגרעשל, וועלכער האָט אָפּט פארפאסט זײַנע לידער, גייענדיק איבער 
די װוינער גאסן, ,אין מיטן פון שטאָטישן פּלאָנטער", האָט געזשמורעט 
זײַנע אויגן, גלײַך ער װאָלט צוגעזען דעם געראנגל פון טאָג און נאכט 
און װי פאר זיך אליין געכאָלעמט אינדערחייך; 


דאָס אין די שטילסטע שטאָט פון אלע שטעט: 
עס אָװונטיקט. די מענטשן ווערן מידער, 

דער בעטלער האָט ארױיסגעשעפּטשעט: שפּעט.. 
און קלײַבט צונויף די פעלנדיקע גלידער; 

א פוס, א שטעקן און צוויי קרומע העגט... 


ער האָט די שורעס ארויסגעבראכט מיט אזא שטילן ציטער, וי זיי 
װאָלטן געקומען פונעם הימל אליין, 

עס האָט אָנגעהױבן טונקל וװוערן, 

א העליבאלויכטענע שׂיף האָט געשניטן די טיפע וואסערן. איר שײַן 
האָט דערגרייכט צו די ברעגן, זיך געשארט איבער די אלייען און קוס- 
טארניקעס און אלעמאָל ארויסגעריסן פון דער פינצטערניש פארליבטע, 
לירישע פּאַרלעך, 

נייגרעשל האָט זיך צוגעבויגן צו מיר און שטיל מיר אײַנגערוימט: 

-- זע, וויפל ליבע און יונגקײַט עס פארמאָגט די שטאָט! 

פונװײַטן, פון דער אלטשטאָט, האָט א טורעם-זייגער אױסגעשלאָגן גײין, 
נײַן אקאָרדן פונעם בארימטן ווינער וואלצער האָבן זיך צעזונגען, גע" 
שוועבט אינעם אָװנטיקן ווין. נייגרעשל האָט זיך אײַנגעהערט אין יעדן 
קלאנג און מיט דעם זעלבן טמימעסדיקן קאָל צוגעגעבן: 

-- א שטאָט, וועמען ט'איז באשערט צו זײַן הוילע מוזיק.. 

מיר האָבן נאָך דעמלט ניט געגלייבט, אז די פריידיקע שטראוסימוזיק 
וועט אין די נאָענטסטע פּאָר יאָר פארטרונקען ווערן אין א בלוטיקן יאם 
פון סינע, װאָס װועט פון די אלטארן אין די קלויסטערס געפּרײידיקט װערן, 


נייגרעשל האָט ליב געהאט ווין, ,די שטילסטע שטאָט פון אלע שטעט" 
אָבער די זאפטן פאר זײַן פּאָעזיע האָט ער געציגן פון זײַן גאליצישן 
שטעטל נײַיסאנדז, די היים פון זײַנע פרלע קינדער-יאָרן, 


בא די קארפּאטן ליגט מײַן שטעטל סאנדן 
און כאָלעמט כסידיש פונעם אלטן רעבן... 
אזויפיל שײיגקײט, ליכטיקײַט און גלאנץ, 
מײַן גאָטעני, האָסטו דער שטאָט געגעבן!, 


237 


פון יונגע מיידלעך א צעבליטער קראנץ 
ציילט טמימעסדיק די יונגע טעג און לעבן -- 
און אין א מאָדנעם, הארצעדיקן טאנץ 
כאלוימעס מיט דער װירקלעכקײַט זיך וועבן, 


היים-מאָטיוון, לאנדשאפט-ניגונים פירן דעם דיכטער צוריק אין זײַן 
שטעטל בא די קארפּאטן, װוּ ער איז געוואקסן אין א רײַכער סאָכרישער 
שטוב פון ייִכעס און געלט. אין א הויז מיט , איװורע-טײַטש און אטלאס- 
גלאנץ", װוּ ,פון טונקילע אלמערס האָט געאָטעמט אן אלטע, טיף פאר- 
טראכטע וועלט? און פארשיידענע מעלאמדים האָבן געזוכט אף אלע אויי 
פאנים אָנפילן זײַן לעבן מיט טוירע און פרומקײַט, 

אָבער דעם יונגן נײַגרעשל, װאָס איז געווען אָנגעלאָדן מיט פּאָעטישע 
עמאַציעס, האָט געצויבערט דער גאליציאנישער פּייזאזש מיט זײַנע ראכ- 
וועסדיקע פעלדער און וועלדער. און ער דערמאָנט מיט יאָרן שפּעטער: 


מיך האָט ניט יאנקעוו געפירט בא דער האנט, 
איך האָב מיט ייִרמעיאָהען צו גאָט ניט געשריגן, 
מיך האָט געלערנט מיעשקאָ דער פּיאסט 

דאָס גרינע ליד פון ווערבעס, װאָס וויגן 

א דערפל א בלאָנדס 

מיט זייער פארכאַלעמט-סלאווישן גיגן, 


און אָט דער ,סלאווישער ניגן", דאָס דערהויבענע געזאנג פון כאווער- 
שאפט און נאטור-ווונדער, האָט זיך געמישט מיט אומעטיקע אײַנדרוקן 
פון אָרעמעלײַט, װאָס פלעגן קומען אין רײַכן הויז מיט עפּעס א שעמעוו- 
דיקער געפאלנקײַט אין זייער האלטן זיך, מיט ניט וואגן צו מאכן א טראָט 
װײַטער וי איבער דער שוועל און מיט עפּעס א שולדיקײַט אין די אויגן, 
אין וועלכע ס'איז געלעגן דער , צאר, װאָס רינט פון לאנגע װיִעס"... און 
אויך צו די הינטערגעסלעך האָט דער זעלבער ניגן אים געפירט, צו דער 
,פיעקלע", װוּ ס'וווינען די שנײַדערי און בעקערייונגען, און װוּ ס'האַט 


געקלונגען און געזונגען 
דעם ערשטן מײַ אפן פּאראד 
, מײַן טײַערער פרלינט" פון עדעלשטאדט, 


שפּעטער מיט יאָרן, אין ווין, ווען ער שטייט נאָענט צו די אופגעוואכטע 
פּראָגרעסיװוע קרײַזן, באקומען אָט די אײַנדרוקן פון זײַן פריִער קינדהײַט 
א טיקן אין זײַנע לידער, באהויכטע פון רעװאָליוצלאָנערער ראָמאנטיק. 


דֹ 


נײַיגרעשל איז געווען רײַך. 

נאָר בא זײַן גאנצער אשירעס האָט ער ניט אויסגעהאלטן די ראָל פון 
א רײַכן זון. מיט געלט זיך באגאנגען לײַכט, פארשווענדעריש, מיט פײַן 
פארטראכטע מאנירן, װאָס האָבן זײַן האנדלונג צוגעגעבן א מין גײַסטיקן 
ווערט, יי 


15* 238 


בער האָראָװויץ, מיט זײַן פארביק שפּילעװדיקן געפיל פאר הומאָר, האָט 
מיר אמאָל געזאָגט וועגן נייגרעשלען: 
-- ער איז רײַך װי א באנקיר און אָרעם וי א בעטלער, 


מיר דאכט, אז דאָס איזן די סאמע טרעפלעכסטע באמערקונג ועגן א 
דערוואקסענעם מענטשן, װאָס האָט באדארפט ארויסקוקן, אז זײַן מוֹטער, 
א שטרענגע אלמאַנע, וועלכע האָט געפירט אליין אלע געשעפטן, זאָל אים 
מיט א קארגער האנט דערלאנגען אלעמאָל א געוויסע סומע געלט, שיקנ- 
דיק פאָרויס א גאנצן פּאק מיט מוסער. זי האָט אים ניט געקאַנט מיכל 
זײַן, געהאט גרויס אגמעסגעפעש דערפון, װאָס ער האָט פארװאָרפן זײַן 
יורידישע טעטיקײַט, פארביטן זי אף ליטעראטור, דערצו נאָך אף ייִדישער, 
צו וועלכער זי האָט געהאט א גאָר קליינע באציונג, 

נייגרעשל אָבער, וועמענס הארץ איז געוען אָנגעלאַדן מיט פּאָעזיע, 
האָט געזונגען מיט דער ווארעמקײיט און װײיכקײַט פון זײַן װאָרט, דערבלי 
האָט ער לײַדנשאפטלעך ליב געהאט דאָס ייַדישע לאָשן און אין טאָן פון 
טורגעניעוון, אָדער פּאוסטאָװסקין, װאָס האָבן מיט שטאָלץ באזונגען די 
שפּראך פונעם רוסישן פאָלק, האָט וירדיק און דערהויבן געקלונגען זײַן 
טפילע צו ייִדיש: 

אָ, הייליקער גײַסט, אָ, גײַסט, דערוואך 
אין יעדן אָסעם פון מײַן שפּראך! 


פארמאָגנדיק אן אייגנארטיקע בילדערישקײַט, אין ער געבענטשט גע- 
ווען מיט יענער דיכטערישער וויזיע, װאָס באשטימט עכטע טאלאנטן, 

אויך אין זײַן באציונג צו פרײַנט איז נייגרעשל געווען אָנגעפילט מיט 
ליבע, ס'דערמאָנען זיך אייגצלהײַטן, שטריכן, 

.קיין ווין איז אראָפּגעקומען פון רומעניע די באוווסטע ‏ זיגלעריטרוי 
פּע? מיט זיגלערס בארימטער טאָכטער סעווילא פּאסטאָר, 

זיי זײַנען אופגעטראָטן מיט גרויס דערפאָלג אין אלטן ווינער ,קארל- 
טעאטער?", װאָס האָט נאָך געשפּילט און געשפּיגלט מיטן רײַכטום פון זײַן 
פריַערדיקן באראַק, 

ערעוו דער אָפּרײַזע פון די זיגלערס האָט מען אין א זײַטיקן קאפע- 
הויז מיט גלאנציקע דריי-טירן און רויטע פּליושענע שטולן אײַנגעאָרדנט 
פאר זיי א ווארעמען געזעגענונגס-באנקעט. נאָר א סאך האָבן זיך גע- 
פרעגט: פארװאָס עפּעס האָט מען פארביטן דאָס היימישע, ייִדישע קאפע 
,צענטראל? אף אן אָרט, װוּ די ווינער ,יאהודישע" סאלאָן-דעמאָקראטישע 
אינטעליגענץ פלעגט קומען אויסלופטערן אירע אסימיליאטאָרישע עמאָ- 
ציעס און פונוואנען עס האָט געשלאָגן מיט עפּעס א פאלשן, אָפּגעבליא- 
קעוועטן שימער פון גרױיסשטאָטישער פאריסנקײט און גײַװע, 

נייגרעשל איז געזעסן אין דער טיף פון זאל א צעשטרייטער, א שװוללגג- 
דיקער, און זײַן פּאָנעם האָט דערציילט פון מאכשאַװעס, מיט וועלכע ער 
האָט זיך געראנגלט. עפשער האָט ער געפילט, אז דאָס זײַנען די לעצטע 
באגעגענישן מיט ייִדישׂ טעאטער אין ווין. און ווען ער האָט באקומען א 
װאָרט, האָט ער מיט א שטילער ווארעמקײַט דערציילט פון דער ראל װאָס 


239 


די צוויי געוועזענע עסטרײַכישע פּראַָװינצן, בוקאָװוינע און גאליציע, האָבן 
אָפּגעשפּילט אין דער ייִדישער קולטור, 

ווען דער באנקעט האָט זיך געענדיקט און אין די גלאנציקע טירן האָט 
זיך געדרייט אן אופגעהײַטערטער אוילעם, האָט נייגרעשל באמערקט, אז 
איינער פון די געסט איז אין איין רעקל, -- און אין דרויסן איז געשטאנען 
א קאלטע, ווינטערדיקע פעווראל-נאכט. ער האָט אָפּנעשטעלט דעם גאסט, 
א גוט באקאנטן שרײַבער, און גענומען אים אײַנרײדן, ער זאָל אָנטאָן זײַן, 
נייגרעשלס, טײַערן פוטער. אליין האָט ער אָנגעקלונגען אהיים און דער- 
קלערט דער איבעראשטער מוטער, אז מע האָט אים באגאנװועט און ער . 
בעט ארויסשיקן אף דער און דער גאס זײַנעם א מאנטל., דערבײַ האָט ער 
געשמייכלט אין טעלעפאָןיטרײַבל, װי א קינד, וועמען ס'איז געלונגען אָפּי 
טאָן עמעצן א שפּיצל, 

און געווען איז עס ניט נאָר אן אויסדרוק פון מיטלײַד, נאָר אן אינוולי- 
ניקסטע ווארעמקײַט, וועלכע האָט שטענדיק באגלייט זײַנע באצלונגען צו 
מענטשן, 


ה 


עס איז זיכער ניט קיין צופאל אין דער שעפערישער גאנצקײַט פון 
מענדל נייגרעשל, װאָס ער האָט די ספעציפישע שװאכקײַט, וועלכע איז 
אזוי אייגנטימלעך געווען פאר א סאך קולטור-מענטשן פון יענער צײַט, 
נעמלעך, די שװואכקײַט פון ארומפאָרן איבער דער ועלט, --ניט געהאט, 
כאָטש די מאטעריעלע מעגלעכקײַטן דערצו זײַנען בא אים געווען איבער- 
גענוג. 
די איינציקע רײַזע, װאָס ער האָט אונטערגענומען, איז געװען אין 
ראטנפארבאנד. אים האָט געצויגן צום לאנד פון אָקטיאבער, גערופן מיטן 
װאָרט פון ליד,. און שלייערן פון לעגענדע האָבן זיך אויסגעמישט מיטן 
פארלאנג צו זען מיט אייגענע אויגן.. 
פיר און דרייסיק טעג האָט נייגרעשל פארבראכט אין ראטנלאנד. ער 
האָט זיך געטראָפן מיט די אָנגעזעענסטע שרײַבער און דיכטער, באזוכט 
קימאט אלע פאָרשטעלונגען פון גאָסעט, 
בא מײַנעם א פרײַנט, א מאַסקװער שרײַבער, האָב איך מיט א צײַט 
צוריק דערזען נייגרעשלס א בוך לידער ,קײַלעכיקע טעג" מיט אזא אופ" 
שריפט; 
מיכאָעלסן --- 
דעם גרויסן ארטיסט -- 


א מאטאָנע, 
מ. נייגרעשל, 


מאָסקװע. 1935--17/5, 


עס האָבן א ווייע געטאָן מיַט װײַטע, װײַטע פיר און דרײַסיק טעג, 
װאָס האָבן נייגרעשלען באגײַסטערט אף װאָכן און כאדאָשׂים. ער איז 
ארומגעגאנגען איבער ווין און געזען מאָסקװע, קלעוויי 


15--6 20 


עס איז געווען פרילינג, 

דער ייִדישער ייִשעוו אין ווין איז מיטאמאָל צעטרייסלט געװאָרן פון 
אומגעהויערע שטורעמס. דאָס לעבן איז געװאָרן א קייט גרויע, ביטערע 
טעג און אומרויקע נעכט, ווען די זיכערקײַט פונעם יידישן לעבן איז גע- 
לעגן אין די הענט פון צעבושעוועטע פּאָגראָם-באנדעס. און עס איז ניט 
געווען קיין מעגלעכקײַט זיך צו װײַזן אין גאס אפילע פאר ייִדן מיט אויס- 
לענדישע פּאספּאַרטן אין קעשענע, 

און דאָך בין איך אוועק צו נייגרעשלען אהיים, 

עס איז געווען פרילינג, און די לײַכטע פארביקע ווינער זון האָט גע" 
רוישט אין די קאשטאנעןיביימער, 

נייגרעשל האָט געװוינט אין ערשטן באצירק, אין א גרויס אייגן הויז, 
איך האָב אים געטראָפן באם פארברענען ביכער פון זײַן רײַכער ביבלואָ- 
טעק, באם פארניכטן קסאוויאדן. זײַן פּאָנעם איז געווען קרענקלעך, פאר- 
צויגן מיט פּינצטערקײַט. דער אונטערשטער קין האָט נערוועז געצוקט, 
וי אָטיאָט, און ער װעט זיך צעוויינען. אין שטוב האָט זיך געטאָן וי נאָך 
א פּאָגראָם. עס האָבן זיך געוואלגערט ליידיקע שופלאָדן און צעװאָרפענע 
בויגנס פּאפּיר. איך האָב דערזען אפן דיל זײַנס א ביכל, אופגעעפנט א 
זײַטל און גענומען לייענען: 


כ'פארהענג מיט א פאָרהאנג די פענצטער, 
איך ווייס, ס'איז שוין אלצדינג פארלוירן; 
ס'וועצט קיינער ניט קומען און קלאפּן 

אין מײַנע פארשלאָסענע טויערן, 


איך דערמאָן זיך הײַנט יענע מינוטן. מיר איז געװען טרויעריק פון 
זײַן טרויער. און איך האָב ניט געפונען קיין ווערטער אים צו טריסטן, 
װײַל ייִֶעש קאָן מען ניט באפּוצן מיט קיין צירונג. איך בין געקומען זיך 
געזעגענען פארן פארלאָזן ווין און ניט געװוּסט, ויאזוי עס צו טאָן. 

נייגרעשל האָט טיף און ווארעם אף מיר א קוק געטאָן, און זײַנע אויגן 
האָבן זיך פארצויגן מיט א נעפּל, 

-- פאָרסטו, הייסט עס... נו זאָל זײַן בעשאָלעם! 

א מינוט איז ער געשטאנען פאר מיר אן אויסגעלאָשענער. פּלוצעם מיך 
ארומגעכאפּט מיט א מאָדנעם קויעך, און דאָס ראָזע ליכט פון זונפארגאנג 
האָט געשפּילט אין זײַנער א פארגאַסענער טרער.. 

אין פּראָג, װוּהין איך בין אָנגעקומען אין א פּאָר װאַכן ארום, האָט אף 
מיר געווארט נייגרעשלס א בריוול פון ווין. א בריוול, פול מיט פאר- 
צווייפלונג. און ער האָט אזוי געגלייבט אין דער העכערער באשטימונג פון 
מענטשן. געגלייבט, אז 


ס'ווצט קומען א טאָג, פול מיט גוטסקײַט, 
וי טונק'לע אויגן פון מאמעס,. 

און שמעקן מיט רויִקער זאטקײַט, 

װי צײַטיקע פעלדער אין טאמעז, 


241 


גרויזאמע יאָרן האָבן צעװאָרפן, צעטיילט מיליאָנען מענטשן. פארשלוג- 
גען צארטע האָפענונגען, אומרויקע דערווארטונגען. מיליאָנען צעשיידטע 
האָבן זיך מער קיינמאָל ניט באגעגנט.. 

פון נייַגרעשלען האָב איך אויך מער גאָרניט געהערט, 

מיט א צײַט צוריק האָב איך פון א קורצער מעלדונג אין א צײַטונג 
זיך צופעליק דערװוּסט, אז מענדל נייגרעשל איז געשטאָרבן אין ניװײיאָרק 
אין עלטער פון צוויי און זעכציק יאָר. דאָס איז געװוען די איינציקע 
יעדיע פאר א היפּשע פּאַר צענדליק יאָר. א יעדיע, װאָס האָט לאנג גע" 
קלעמט באם הארצן., 

9 ס. איך האָב פּלוצעם באקומען א בריוו פון ניװײאָרק! 

צי האָב איך געקאָנט אפילע טראכטן מיט א פּאָר יאָר צוריק, ווען איך 
האָב אָט אזוי פארענדיקט מײַן דערציילונג וועגן מענדל גייגרעשל, אז מיר 
וועט אויסקומען צוצושרײַבן נאָך א בלעטל., 

איך האָב באקומען א בריוו פון ניוײיאָרק, געשריבן אין דײַטש; 


;נאָך אײַער פארלאָזן ווין איז מײַן מאן פארשלעפּט געװאָרן אין די 
קאָנצלאגערן דאכאו און בוכענוואלד, װוּ ער איז אָפּגעװען נײַן כאדאָשים?, 


פארטאָג, ווען מיר שטייען אפן אפּעליפּלאץ 
און פרירן, 
ציען זיך װאָלקנס מיט טויזנט קאָלירן. 


און װײַטער שרײַבט זיך אין דעם בריון: ' 

,מיט גרויסע שװעריקײַטן האָט מײַן מאן זיך צוגעפּאסט צו די נײַע 
באדינגונגען אין אמעריקע. צו דער ארבעט, אָדער ריכטיקער צו דער ארי 
בעטלאָזיקײַט און אין פארבינדונג דערמיט -- נויט?. 


...כ'בין, װוי א מידע קליאטשע, געזעסן 
אין א היגן קאפעהויז, מיד פון שאפּ, 
מיט שווערע הענט און שווערן קאָפּ 
און געגעסן 

דאָס אָרעמע ברויט פון מײַן טרויער, 
דאָס ביטערע ברויט פון מײַן צאר, 


די פריש אופגעסטריגעוועטע נײַע היים האָט נייגרעשלען, דעם אלפ 
נעס ניצל געװאָרענעם פון נאצישן געהענעם, באגעגנט מיט א קאלטער 
גלײַכגילטיקײַט. זײַן ליד איז פארשוויגן געװאָרן אפילע בא די, װאָס האָבן 
זי אופגענומען מיט אנערקענונג, אינדערשטיל געשעצט זײַן טאלאנט. 

און אין בריוו פון זײַן פרוי צו מיר איז דאָ אזויפיל ווייטעק, פארדראָס 
און באדויערן... 

נייגרעשל און נויט---װי אויסטערליש עס קלינגט פאר מיר! 

אָפּגעזונדערט און פארשטויסן, ,, פון אלעמען באמערקט און דאָך פון 


242 


קיינעם ניט באמערקט", האָט ער אין לעבן, וי אין ליד, געפילט זיך אייגי 
זאם אין גרויסן ניײאָרק, 


אף נאַרפאָלקיסטריט, אף הענרי-סטריט... דאָ גיי איך, 
וי צוישן פרעמדע שװאָטים פון האיטי, 


און פּונקט אזוי איינזאם איז ער געווען אין דער סויווע פון ייִדישׂע 
שרײַבער און אֹף דער ייִדישער איסטיסייד און איסט-בראָדװויי. 


איך ווייס: איך בין געווען אײַך פרעמד 
און כ'האָב אלַך שטענדיק אויסגעמיטן, 
כאָטש ס'האָט גענעצט מיט בלוט מײַן העמד 
פון הארץ, װאָס ס'האָט דער צאר געשניטן, 


זײַן אייגענע טיפע איינזאמקײט, װאָס ער שילדערט אזוי קרעפטיק אין 
זײַנע אמעריקאנער לידער, איז ניט נאָר א פּערזענלעכע, נאָר א סאַצ;אלע. 
זי װוערט בא אים דערהויבן צו א סאָציַאלן פּראָטעסט, 

...קימאט צוויי צענדליק יאָר האָט נייגרעשל שטיל אָפּגעלעבט אין 
,לאנד פון צאר" און אין ,מאלכעס פון פארדארבונג" און ער איז אוועק 
פון דער וועלט פּונקט אזוי שטיל, פּונקט אזוי אומבאמערקט.. 


דער באזינגער פון. די קארפּאטן 


יך האָב געוֹװוּסט, אז ער לעבט אין ווין, דער באזינגער 
פון די קארפּאטן,. געקענט א סאך פון זײַנע לידער אף 
אױסװײיניק. געלייענט זײַנע װוּנדערלעכע מײַסעלעך, 
וועלכע ער האָט אויסגעוװועבט פון פּאשטעס און טי- 
פער ליבע צו מענטשלעכער שינקײַט, געװועבט מיט 
געזונטע פעדעם פון עמעסער פאַלקסטימלעכקײַט, מיט 
וועלכער ער איז געווען איבערפולט, 

נאָר קיינמאָל זיך ניט פאָרגעשטעלט, אז איך װעל פּלוצעם דערזען פאר 
זיך אזא ברײטפּלײציקן גוואר, מיט א גרויען געדיכטן קאָפּ האָר און ליכ- 
טיק-ברענענדיקע אויגן, 

זײַן פּאָרטרעט אין די ,ליטערארישע בלעטער", וועלכן איך האָב גע- 
טראָגן אין מײַן זיקאָרן, איז געווען אנדערש. די שטריכן פון זײַן פּאָנעם, 
דער פארטראכטער בליק אין די אויגן, די הענט, צונויפגעלייגט אף דער 
ברוסט, אלץ איז געווען א פארקערפּערונג פון יונגקײַט. איך האָב זיך גע- 
זאָגט, אז אויב מיר װעט אָפּגליקן זיך צו טרעפן מיט האָראָװיצן אין ווין, 
װעל איך אים דערקענען צװישן הונדערטער מענטשן. נאָר דערזעענדיק 
אים, איז מיר מער ניט אײַנגעפאלן צו פארגלײַכן אפילע אין געדאנק דעם 
אָריגינאל מיט דער פאָטאָגראפיע, 

איך האָב אים פּאָשעט ניט דערקענט. 

ער איז געווען אנדערש. געווען קרעפטיק געבויט. געהאט אויסערגע- 
וויינלעך ווארעמע אויגן, 

ווען ער האָט זיך דערװוּסט, אז איך שטאם פון דער בוקאָווינע, האַט 
ער אויסגעשטרעקט צו מיר א ברייטע האנט און ארויסגעבראכט מיט זײַן 
פולער, קנאקנדיקער שטים, וי דער רויש פון א בארג-טײַך: 


-- סערוווס! 
און הייסן האָט עס באדארפט, אז זײַן באגעגעניש מיט מיר האָט אים 
דערמאַנט אין זײַן שטילן, מיזרעך-גאליצישן דאָרף מײַדאן, ניט װײַט פון 
סטאניסלאוו (איצט --איוואנאָ-פראנקאָווסק), דערמאָנט אין די גרינע, מיט 
נעפּלען באהאנגענע בערג און צעוויקלטע, װוער ווייסט װוּהין פירנדיקע, 


244 


סטעזשקעס און ועגן... אויך דעם ברייטן ,סערװוּס" האָט ער געבראכט 
פון זײַן היים, 

זײַנע ברענענדיקע אויגן האָבן א קוק געטאָן אף מיר, און איך האָב 
זיך װי פארלוירן אין זײַן קעגנווארט. מיר האָט פּלוצעם זיך געדאכט, אז 
אָט-אָט, און דער ריז װעט מיך װי א ליליפּוט אוועקזעצן אף זײַן ברייטער 
האנטפלאך און איך װעל פאר מוירע צאפּלען, וי א דערשראַקן קינד, 
אָבער ער האָט אזוי ווארעם און גוטהארציק געשמײיכלט, אז אָנשטאַט 
שרעק האָב איך דערפילט א חיימישע נאָענטקײַט, גלײַך מיר װאָלטן זיך 
געטראָפן דאָרט, אין דער טיף פון אונדזערע קארפּאטן-בערג, וועלכע ער 
האָט באזונגען מיט אזויפיל ליבע, אויסדריקנדיק זײַן צוגעבונדנקײַט צו 
דער ערד פון זײַן געבוירן, 


װאָס רוישט אזוי דער וואלד; 
סארא מעכטיק קלינגען! 

דאָס קאָסען די לוקווער יונגען, 
און לוקווער שניטערס זינגען! 


ס'וואקסט דאָס הארץ אין דער ברוסט, 
ס'קומען אוף שטאָלצע טרערף + 
ס'וועלן זיך אזוינע ייִדן 

וי די לוקווער ייִדן מערן!.. 


בער האָראָויץ האָט פארמאָגט א סאך טאלאנטן. שטודירט מעדיצין, 
באהערשט א האלבן טוץ שפּראכן. נאָר מער פון אלץ איז אים געווען צום 
הארצן דיכטונג און מאָלערלי. שווער צו זאָגן, אין וועלכע פון די צוויי בא" 
גאבונגען האָט איבערגעווויגן זײַן טאלאנט. און אויב ער איז באװווסט גע- 
װאָרן װוי א דיכטער, איז עס נאָר דערפאר, װײַל דער מאַלערײ האַט ער 
צוגעגעבן א צוייטראנגיקע באדײַטונג, כאָטשׂ געמאָלט זייער א 
סאך, | 

בא מיר איז פאראן א פּאָרטרעט פון זישע װײַנפּער, געצייכנט פון בער 
האָראָװיץ. איך קוק זיך אײַן אין די באקאנטע שטריכן פונעם באװוּסטן 
ייִדישן דיכטער אין אמעריקע, וועלכער האָט אין הארבסט 1927, בייס א 
רײַזע קיין ווארשע, פארבראכט א פּאַר טעג אין ווין, 


דער פּאָרטרעט איז דורכגעדרונגען מיט אופריכטיקן ליריזם. יעדער 
שטריך דעקט אוף די לײַכטע באוועגונגען פונעם קינסטלערס האנט. און 
מיר דאכט, אז איך זע דעם אװטאָר פון דער צייכענונג זיצן אין א ווינקל 
אין קאפע , צענטראל" מיט זײַן גרויסער צייכןימאפּע, גרייט אָנצוּווארפן 
אפן דערװײַל נאָך ריינעם בלאט די ערשטע ליניעס. זײַן בליק איז אָנגע" 
שטרענגט, פארטיפט, נישטערט אין יענע אומויסשעפּלעכע אטריבוטן פון 
דער װירקלעכקײַט, װאָס פּאסט זיך אלץ מער ארײיַן מיט אירע קאָמפּלל- 
צירטע פּראָבלעמען אין זײַן מאפּע, 

זײַנע בילדער האָט ער קינמאָל ניט פארביליקט מיט אויסערלעכער 
דעקאָראטיװקײַט, נאָר שטענדיק געזוכט פּסיכאָלאָגישע פארטיפונג, געזוכט 
די הארמאָניע פון טאָן, לאָגיק און פארב, . 


245 


איך ווייס ניט, צי געפינען זיך ערגעץ-וווּ זײַנע בילדער און צייכענוג- 
גען. אוב יאָ, זײַנען עס איינע פון די בעסטע איליוסטראציעס צו דער 
ברויזנדיקער געשיכטע פון יענער צײַט, 


אָבער די לופט, מיט וועלכער האָראָװיץ האָט געאָטעמט, איז געוען 
פּאָעזיע, איז געווען , דאָס פײַפל אין די בערג". ער האָט פארמאָגט אן 
אויצער מיט לידער וועגן די קארפּאטן. דער גרעסטער טייל איז שוין גע- 
ווען פארעפנטלעכט אין ביפער און זשורנאלן, נאָר האָראָװיץ האָט זי 
געלייענט מיט אזא לײַדנשאפטלעכער באגײסטערונג, גלײַך זיי װאָלטן 
ערשט אָנגעהויבן עקזיסטירן אין זײַן פּאָעטישער פאָרשטעלונג. דערבל 
האָט די דראמאטישע קראפט פון זײַן פעסטער, מענערישער שטים אונ- 
טערגעשטראָכן די עמאָציע פונעם אװטאָר, 


איך האָב ניט איין מאָל באמערקט בא אים די אייגנשאפט צו ריידן 
וועגן װערק, אפילע וועגן אזעלכע, װאָס זײַנען שוין געווען באװוּסט דעם 
לייענער, מיט אזא ברען, פּונקט ער װאָלט זיך ערשט געגרייט זיי אָנ- 
שרליבן, 

ער האָט אֹמאָל מיר געזאָגט, אז אלץ װאָס ער האָט אָפּגעטאָן ביז איצט, 
איז ניט מער װי א מער-װוייניקער געלונגענער פּרוּוו, אז סווילט זיך אָנ- 
הייבן פונדאָסנײַ, פון אָט דער שאָ, פון אָט דעם ערשטן נאָך ריינעם בלאט 
פַּאפּיר... 

און געשריבן האָט ער ניט צוליב געלט, כאָטש ער האָט קעסיידער גע- 
ליטן נויט. ניט צוליב רום, נאָר גלאט אזוי געזונגען, װי א פויגל זינגט 
אין די בערג, -- פון אינערלעכער נױטװענדיקײַט, 

מיט בער האַָראַװיצן איז געווען אָנגענעם צו פארברענגען. ער איז 
באשטאנען פון לויטער פרייד. פונקען געלעכטער האָבן געווימלט אין זיַ- 
נע ליכטיקע אויגן און זעלטן פארשווונדן. ער האָט ליב געהאט זיך פרייען 
מיטן לעבן, װאָס זײַן שײינקײַט האָט ער באנומען אומעטום, 


ארום מיר די װוּנדער-וועלט 

און איבער מיר די פלאמען-זון, 

און בא מיר אין הארץ די פרייד, 
װאָס איך בין דאָ, װאָס איך בין דאָ! 


און אלעמען איז געווען פריידיק פון זײַן פרייך, 
האָראָװויץ איז געווען אף אזויפיל אינערלעך רײַך, אז פּאָשעטע מענטש- 
לעכע שוואכקליטן, װי פארצווייפלונג, האָפּענונגסלאָזיקײַט, האָבן אים אויס- 
געזען פרעמד. כאָטש ער האָט געהאט אלע סיבעס צו זײַן אי פארצווייפלט, 
אי אָן האָפענונג, װי א סאך ייִדישע שרײַבער פון יענער צײַט. 
אים האָט שטענדיק געפעלט רוים. געווען ענג אין די געוויינלעכע דא- 
לעדאמעס מיט טיר און פענצטער, 
ווער עס האָט ליב גערעגלטע וואסערן, 
איך האָב ליב ראשנדיקע בארגיוואסערן, 
אומגעבונדן, נישט געקאָװעט, שווים און געזאנג! 


246 


און ער איז טאקע געווען, װי א בארג-טײַך, פול מיט אומגעהאמעוועטן, 
אומגעצוימטן אימפּעט. און געטראָגן אין זײַן בלוט די ללידנשאפט צו וואנ- 
דערן. װוּ איז ער ניט אויסגעווען? אין לעמבערג און ווילנע, ווארשע און 
ווין. און אומעטום זײַנען געבליבן מאמעש לעגענדעס ועגן אים, 

אין קאפע , צענטראל" פלעגט ער ניט ארײַנקומען, נאַר ארײַנפאלן 
שיקנדיק פאַרויס זײַן גרויען קאַפּ, און דער אלטער קעלנער האָט איבערן 
גאנצן זאל אים הילכיק באגריסט: 

-- װוילקאַמען, הער דאַקטאַר! | 

און עס איז מיטאמאָל ליכטיקער געװאָרן ארום די טישלעך, 

-- סערוווס, בערקאַ! 

--- סערוווּס! סערוווס! | 

אין זײַנע אויגן האַט געגליט א פריידיקער שמייכל צו אלע, װאָס האַבן 
אים פרײַנטלעך באגריסט. עס איז געווען האַראַװיצס באקאנטער שמייכל.-- 
זײַן אויסדרוק פון טיפער ליכשאפט צו מענטשן, פון װעלן דערמוטיקן 
אפילע דעמלט, ווען צײַטן זײַנען געווען דערשלאָגענע, 


ברעך די טויטע פארגליווערטע פעלדזן, 
װאָס העמען דײַן שטארקן און פריילעכן גאנג. 


קימאט צוויי מאָל ייִנגער פון אים, האָב איך שטענדיק געפילט זײַן 
ערנסטע באציונג, זײַן ווארעמקלײיַט, 


אונדזער לעצטע באגעגעניש, פּונקט וי די ערשטע, איז פאַרגעקומען 
אין קאפע , צענטראל? 

באלד נאַכן טראגישן , אנשלוס" איז שיטער געװאָרן ארום די טישלעך, 
עטלעכע באזוכער זײַנען געזעסן אוױסגעלאַשענע און אומעטיק געשויגן, 
און עפּעס אן אומרולקע פארשטומטקײַט איז געהאנגען איבערן זאל. אין 
אָט דער טיפער, אומהיימלעכער לײדיקײַט האָט זיך ארומגעדרייט דער 
אלטער קעלנער, געזוכט מיט זײַנע שטילע אויגן און ניט געפונען, פאר 
וועמען צו דערציילן וועגן דעם װוּנדערלעכן שרײַבער, דעם עסטרלכישן 
ייִדן -- פּעטער אלטענבערג, 

איך און האראַװויץ זײַנען געזעסן אינצווייען, דערװײַל נאַך געשיצטע 
דורך די אויסלענדישע פּאספּאַָרטן אין קעשענע. ער איז געווען ניט צום 
דערקענען. פארקלערט, מאַרעשכױרעדיק, מיט עפּעס א פרעמדן פאר- 
בלאנדזעטן בליק אין די אויגן, וועלכע האָבן אלץ נאָך געברענט מיט דעם 
זעלבן יונגן ברעך, 

אף יענער זײַט פענצטער האָבן גרויע אַװנטישאַען ביסלעכװײַז אלינ" 
געהילט ווין, װי אין דעמערונג. ס'האָט אויסגעזען, װי דער הימל אליין 
פּרוּווט פארשטעלן פאר דער װעלט די שאנד פונעם צוואנציקסטן יארחונ- 
דערט. נאַר אפן שטעפאנס-דאָם האָבן נאָך געשפּילט עטלעכע פארשפּעטיק- 
טע שטראלן און צוגעגעבן אים א מין דורכזיכטיקע לײַכטקײַט, גלײַך ער 
װאָלט באשטאנען ניט פון שטיינער, נאָר פון פארשיידענער פילפארביקער 


247 


לופט. זײַנע גלאָקן האָבן פײַערלעך געקלונגען, גערופן צום אַװונט-געבעט, 
און דער קלאנג האָט זיך אויסגעמישט מיטן װוילדן געבריל פון צעבושע- 
ווצטן האמוין, - 

-- הויטע געהערט אונז דויטשלאנד, מאָרגען די גאנצע ועלט., 
| ס'האָט זיך געדאכט, װי דאָס לעבן האַט מיטאמאָל אָנגעװוירן זײַן 
וװוערט, געװאָרן אויסגעהוילט, ליידיק, האָראָװיץ האָט א קוק געטאָן אף 
מיר און שטיל, װי בא זיך אליין, געפרעגט: 

-- צי דען טאקע װעט די וװועלט דערלאַזן? 

און די ווצלט האָט דערלאָזט. די וועלט האָט געגרייט מינכען. געגרייט 
דעם בלוטיקן מארש איבער אונדזער אלטן, גרײַזיגרוען קאָנטינענט.. 

מער האָב איך האָראַװיצן ניט געזען, 

הארבסט נײַנצן פערציק האָט אין קיעווער ,שטערן" זיך אָפּגעדרוקט 
מײַנע א פארצייכענונג וועגן דער נאָרװאָס געשאפענער ייִדישער שול אין 
מײַן שטעטל, װוּ איך בין געווען א לערער, 

דורך אָט דער פארצייכענונג האָט האָראָװיץ זיך דערװוּסט וועגן מיר 
און אין א צײַט ארום אָנגעשריבן א בריוועלע. 

ער האָט געװווינט אין זײַן אלטער ליבער היים, אין סטאניסלאוו, גע- 
ווען פאָרזיצער פונעם געגנטלעכן שרלַבעריפארבאנד, 

ער האָט מיר געשריבן, אז ער האָט זיך ערשט אומגעקערט פון קלעוו, 
װוּ ער האָט געשלאָסן אן אָפּמאך אף ארויסגעבן זײַנע װערק, און אז ער 
פארבעט מיך צו זיך. זײַנע בערג זײַנען ניט ערגער פון מײַנע. ער האָט 
מיר צוגעזאָגט װײַזן זײַן מײַדאן. װײַזן דעם אופגעלעבטן פרילינג, כאָטש 
אפן קאלענדאר איז הארבסט.., 

איך האָב אין מײַן ענטפער אים צוגעזאַגט קומען זומער נײַנצן איין 
און פערציק, צוגעזאָגט, און קיין װאָרט ניט געהאלטן.. 

די וועלט איז געשטאנען אין פלאמען, | 

איך דערמאַן זיר בער האַראָװיצס א ליד , אורלויב". א סוזשעט פון 
דער ערשטער ועלט-מילכאָמע, וועלכעס זײַן יוגנט-פרײַנט מיילעך רא" 
וויטש האָט אין , מײַן לעקסיקאַן" אַנגערופן ,איינס פון די שענסטע אין 
דער ייִדישער פּאָעזיע?, אָט איז דאָס ליד: 


האָסטו נאָך א קיִעם -- מײַן היים? 
אָדער ביסטו שוין אױסגעגלײַכט מיט דער ערד? 
װאַגלען אף דײַנע בריקן מענטשן? 
קוקן דורך דײַנע ליכטיקע פענצטער פערד? . 
אוי, האָט אונדז גאָט צעזייט, מײַן מאמע! 
און ענדלעך האָבן מיר זיך געטראָפן! 
א נאכעס איז צו זײַן צוזאמען. 
א פארשלאָגן ווענטל, אן ענגער קאבינעט, 
א היים אין דער פרעמד. 
ס'איז אַװנט, ס'ברענט א לאָמפּ, 
איך ליג אין בעט, 
און מײַן מאמע זיצט באם טישל 
און נייט באם ליכט, 
אף איר טײַער פּאַנעם שפּילט א שׁלַן.. 
זי פּלױדערט: ,הערסט, מײַן זון?", 


248 


,ווייסט, מײיַן זון?" 

נאכעס... שטילע, געבענטשטע פרייד!.. 
אין דער מיגוט 

פאלן מעלוכעס, 

געשיקן פון קינדער טויכן אין בלוט! 
מײַן מאָרגן איז פרעמד -- 

די הײיליקע הענט מײַן מאמעס 

לאטען מיר מײַן העמד... 


ווער װאָלט געזאָגט, אז דאָס האָט האָראַװיץ אָנגעשריבן ניט אין די 
פערציקער יאָרן, בייס די װועלט איז אָפּגעגאנגען אין בלוט! נאַר ליידער 
זײַנען די פערציקער יאָרן געווען די לעצטע אין זײַן לעבן. די לעצטע 
אויך לויט דער צאָל פארלעבטע יאָרן (זעקס און פערציק). ער איז, לויט 
געוויסע ווערסיעס, אכזאָריעסדיק פארפּײַניקט געװאָרן פון באנדיטן אין 
די ערשטע מילכאָמע-טעג, דערהארגעט געװאָרן בא זיך אין דער היים, 
אף היימישע וועגן, וועלכע ער האָט אזוי ראכוועסדיק באזונגען.. 


פליפנדיק א לוסטיק ליד, 

גיי איך ארויס פון מײַן היים 

אין פרישן, פּראַסטיקן יאנוואר-מאָרגן, 
דער װײַטער שליאך, 

דער װײַטער שליאך, 

ליגט ברייט נאָר פאר מיר אָפן.. 

העי -- הא! 

איך האָב נאָך פיל צו האָפן 


גלויבן און האָפּערדיקײַט איז געווען האַראַװיצס דיכטערישער אני- 
מאמין, שווער זיך פאָרשטעלן אים א פארפּײַניקטן צום טויט. ער איז זי- 
כער געווען ענלעך צו אן אלטן דעמב, װאָס ברעכט זיך אײַן נאָך א העפ- 
טיקן שטורעם, זײַענדיק גרויסארטיק אפילע אין זײַן פאלן, 


11 161061140ש1 


ון אָװנט צו אָװנט האָב איך אים געטראָפן צװישן די 
שטענדיקע זיצערס פון קאפע , צענטראל", כאָטש קיין 
שרײַבער איז ער ניט געווען און מיט קונסט אויך ניט 
געהאט צו טאָן, אויב ניט רעכענען די פאָטאַגראפיעס 
פון שרײַבער, װאָס ער פלעגט מאכן און אויסרעטו- 
שירן מיט אזא ליבשאפט, אז יעדער פּאָרטרעט האָט 
אויסגעזען װי א קונסטווערק. 

זײַן נאָמען געדענק איך ניט מער. נאָר שטריכן פון זײַן געשטאלט, װי 
פארנעפּלטע קאָנטורן, שווימען אוף אין שטראָם פון זיכרוינעס. 

ויָאזוי האָט ער אויסגעזען? | 

איך דערמאָן זיך א מאַגער פּאַנעם --הויט און ביין, א פארשפּיצטע 
נאָז, װי בא א מעס, א קײַלעכיקער קאָפּ מיט געלע שיטערע האָר און 
אויגן, װי ארײַנגעשטעלט אין טיפע גריבער. אף זײַן שמאָלער קינדערי- 
שער פּלײצע האָט ער געטראָגן א שפּיציקן הויקער. דאָך האָט ער זיך 
לײַכט באוועגט אף זײַגע דינע, קורצע פיס, 

אָבער פון אָט דעם פארקריפּלטן אויסזען האָט געשטראַָמט א דערהוי- 
בענע אײדלקײַט, ער האָט געציבערט מיט א געלײַטערטן, ליבלעכן 
שמייכל, און א גוטסקײַט האָט ארויסגעשטראלט פון זײַנע ברוינע אויגן 

און אין א שעפערישער געזעלשאפט האָט ער זיך ארײַנגעלעבט מיט 
עפּעס א נאיווער, אופריכטיקער צוגעלאָזנקײַט, 

קיינער האָט ניט געװוּסט פּינקטלעך, װוּ ער װוינט און פון װאָס ער 
לעבט, װײַל די אָרעמע פּאַר גראַשן, פארדינטע באם פאַטאַגראפירן, האָבן 
ניט געקלעקט אף מעפארנעס זײַן אפילע זײַן אלטיבאָכערישע אלײנקײַט, 

ער האָט דעמלט באדארפט זײַן איבער די דרײַסיק. און עפשער האָט 
זײַן אויסזען אזוי אָפּנענארט? 

א, ייִדישער קוואזימאָדאָ! 

זײַן עסמעראלדא איז ניט געווען קיין ציגײַנער-מיידל, אויך ניט פון 
די פרויען, װאָס האָבן יעדן אָװנט געבראכט אין קאפע ,צענטראל" דעם 


1 געדענק וועגן טויט (לאט.) 


290 


רייצנדיקן בליץ פון זייערע אויגן. זײַן עסמעראלדא איז געװוען א יונגע 
דײַיטשישע דיכטערן פון ייִדישן אָפּשטאם, וועלכע ער האָט אינגאנצן איין 
מאָל געזען, איין מאָל פאָטאָגראפירט און דערנאָך געזוכט אירע טריט 
איבער די גאסן פון ווין, 

מיט מײַן באקאנטשאפט האָט ער זיך מאמעש דערפרייט. עפשער האָט 
די שכיינישע בוקאָווינע אים דערמאַנט זײַן אמאָליקע ייִדישע היים אין 
גאליציע, זײַנע קינדער-יאָרן. און עפשער דערפאר, װאָס איך בין געווען 
נאָך זייער יונג, און ער האָט דערפילט אין מיר א כאווער, 

ער האָט באלד מיר פאָרגעלייגט זיך פאָטאָגראפירן. איך אָבער האָב 
געװוּסט, אז באצאָלן איז ניטאָ בא מיר מיט װאָס, און זיך העפלעך אָפּגע- 
זאָגט, נאָר ער האָט מײַן אָפּזאָג אָנגענומען פאר אן אויסרייד און איבער 
זײַן מאָגער פּאָנעם איז דורכגעלאָפן א שאָטן פון באליידיקונג, 

אין עטלעכע טעג ארום האָט ער מיר געבראכט צוויי פּאַטאָגראפיעס, 
איינע אף אונטערצושרײַבן פאר אים, און א צווייטע פאר מיר, 

-- עפשער ועט איר אמאָל מיך דערמאַנען! 

דערבלײי זײַנען זײַנע אויגן געווען אָנגעגאָסן מיט א צאפּלדיקער פרייך, 
װוי בא א קינסטלער, װאָס האָט אָקאַרשט פארענדיקט א געמעל, 

מיר האָט עמעצער געזאָגט בעסאָד סוידעס, אז ער שרײַבט לידער, נאָר 
האָט זיי קיינמאָל קיינעם ניט געוויזן. 

אין איינעם אן אָװנט האָב איך אים געטראָפן אין קאפע , צענטראל" 
זיצנדיק אין א ווינקל איינער אליין, זײַנע לאנגע בלייכע הענט האָבן זיך 
פיבערהאפט געקלאמערט ארום זײַנע שפּיציקע קניעס, אין די אויגן האָט 
זיך געוויגט עפּעס א שנײַדיקער, טרוקענער גלאנץ. און איך האָב זיך צו" 
געזעצט און אזוי פאָרזיכטיק געפּרוווט אויסנוצן די געלעגנהײַט: 

-- לייענט עפּעס פון אײַערע לידער! 

ער האָט אף מיר געװאָרפן א בליק, גלײַך ער װאָלט מיך געװאָלט 
דורכלעכערן, און זיך צעלאכט מיט א מאָדנע הייזעריק געלעכטער, גע- 
לאכט מיט א ברייט אָפן מויל, שטיל און העפטיק. פּלוצעם אָפּגעהאקט, און 
זײַנע קינביינער האָבן זיך נאָך מער פארשפּיצט: 


רוישט א בוים 

נעשאָמע-שטיל. די צלַט פון טרוים, 

איצט שפּינט די אײביקליט איר ליכט און אירע פארבן. 
נאָר טיף אין מיר צעוויינט זיך אף א קאָל 

דער גאנצער שרעק פאר וויאנען און פאר שטארבן, 


געלייענט האָט ער אין דער מאניר, מיט וועלכער עס לייענען פיל דיכ- 
טער: פארװאָרפן דעם קאָפּ אף צוריק און די אויגן געווענדט ערגעץ אין 
דער װײַט, געשװוּמען אף דער כוואליע פון פּאַעזיע, 

-- ס'איז דאָך איציק מאנגער!-- האָב איך אן אנטוישטער אויסגערופן, 

-- איר האָט דאָך געװאָלט לידער... בא מיר זײַנען קיין לידער גיטאָ... 

איך האָב ארויסגעפילט, אז ער זאָגט ניט דעם עמעס, נאָר גאָרניט 
געענטפערט, 

ווער האָט געקאָנט זיך פאָרשטעלן, אז אין געציילטע כאדאָשׂים װעט 


251 


קאפע , צענטראל", דאָס שטילע ווינער אינדזל פאר שרײַבער און קינסט- 
לער, צעשטערט וערן, עס װעט פארשווינדן די מעגלעכקליט פון צונויפ- 
קומען, פון טרעפן זיך, און די גרויסע פענצטער אף דער טאבאַרישטרא- 
סע װעלן, װי אויסגעלאַשענע אויגן, קוקן אֹף די װילדע, מעשונעדיקע 
מארשן פון א צעבושעוועטן האמוין, 

אין איינעם אזא טאָג האָב איך אים באגעגנט אין גאס. ער איז געווען 
שווארץ װי די ערד. נאָך מער אױסגעמאָגערט געװאָרן, די נאָז שארפער, 
און דער הויקער נאָך. פארשפּיצטער, 

-- נו, װאָס וועט זײַן? 

װאָס האָב איך געקענט ענטפערן אף זײַן פראגע, ווען דער גוירל פון 
די ווינער ייִדן איז געווען א געכאסמעטער, 

ער האָט דערמאָנט קאפע ,צענטראל? און געװאָרן אויסגעלאָשן, טרויע- 
ריק, מיט א פארװאָגלט קאָל געפרעגט, צי געדענק איך אװוראָם רייזענע; 


אָבער, אז מיר ביידע לײַדן, 

סײַ די וועלט, סײַ איך אליין, 
האָט די װועלט ניט װוּ צו קומען, 
און איך האָב ניט װוּ צן גיין.. 


א ציטער איז מיר אדורך איבערן לײַב. זײַענדיק ארומגערינגלט. פון 
עלנט און שרעק, האָט ער גערופן צוהילף פּאָעזיע. און עס האָט זיך גע- 
פילט, אז דאָס איז די לופט, מיט וועלכער ער אָטעמט, ‏ 

דערװײַל האָט די צײַט מיט בלוטיקע טריט גערוקט זיך פאָרויס, 

ערעוו מײַן פארלאָזן ווין האָב איך אים צופעליק דערזען בא דער 
נאָרדיבאן. ער האָט געוװווינט ערגעץ אין יענעם ראיאָן. צי האָט ער זיך 
דערפרייט מיט דער באגעגעניש? מיר האָט זיך אויסגעויזן, אז ער איז 
אפילע אונטערגעשפּרונגען אף זײַנע דינע, קורצע פיס, 

-- גאָט אליין האָט אײַך צוגעשיקט! 

ער האָט מיך אָנגענומען פארן אָרעם, און איך האָב דערפילט דאָס האס- 
טיקע קלאפּן פון זײַן הארץ, 

א שיקער איז פארבײַגעגאנגען, אױסגעגלאַצט אף אונדז א פּאַר פאר- 
גאָסענע קרומע אויגן און אויסגערופן אף א קאָל: 

-- שעביקע אָסט-יודן! 

מיר האָכן פארקערעוועט צום פּראטער, 

עס איז געווען א שטילער װאַכעדיקער פארנאכט. אין דער לײידיקײַט 
פון פארק האָבן איינציקע סילועטן געפּינטלט אין די אלייען. מיר האָבן 
זיך צוגעזעצט. און דעמלט איז געשען דאָס אומדערווארטסטע. 

-- איר האָט געוואַלט מײַנע לידער?.. אָט האָט איר זיי.,. עפשער וועט 
איר זיי קענען אויסנוצן... איך שוין זיכער ניט.. 

ער האָט ארויסגעשלעפּט פון דער קעשענע א געדיכט באשריבן ז העפט. 

ס'איז געווען א שווערע רעגע. 

זײַנע גוטע ברוינע אויגן האָבן זיך אָפּנעשטעלט אף מיר מיט א טרי- 
בער פײַכטקײַט, וי נאָך א געוויין, און אין דער טיפער אויסגעלאַשנקײַט 
זייערער האָט דאָך געגליט א פײַערל, זיך געמינעט צװישן שווארץ און 


252 


גרין, װוי די אויגן זײַנע װאָלטן געשלונגען די פרילינגדיקע גריגקײַט, גע- 
שלונגען, געשלונגען.. 
ער האָט צוגעװאָרפן נאָך עטלעכע צעבראָכענע ווערטער. א טיפן זיפץ 
געטאָן, װי עס װאָלט אים שווער געווען זיך צו שיידן מיט די שלאָפּלאָזע 
נעכט אין זײַן קליין בוידעם-שטיבל, און איך האָב געפילט זײַן ווייטעק.. 

עס האָט אָנגעהויבן דעמערן. 

א קיל ווינטל האָט א צי געטאָן פון דעם דונלַ, װאָס האָט ברייט גע- 
טראָגן זײַנע וואסערן, און איבערן פּראטער האָט זיך אוועקגעשטעלט א 
גרויסע געלע לעװאָנע. 

מע האָט ניט געטאָרט זיך לענגער פארהאלטן, די ווינער דעמערונג איז 
געווען א ניט זיכערע אפילע פאר ייִדן מיט אויסלענדישע פּעסער אין קע- 
שענע. און מיר האָבן זיך געזעגנט., 

א גאנצע נאכט האָב איך דערנאָך געלייענט זײַנע לידער, געשריבענע 
מיט א דריבנעם אױסגעטאָקטן קסאוו. איך האָב דערזען א דיכטער מיט 
עכטן, אופריכטיקן צאר. א דיכטער, װאָס האָט דערפילט דעם אָנהייב פן" 
נעם גרויסן ייִדישן כורבן. ער האָט ניט געיאָמערט, ניט געװויינט, ער האָט 
טיף געטרויערט, 

אין א צײַט ארום האָב איך זיך דערװוּסט פון א יידן אין פּראָג, א בא- 
װוּסטן מעצענאט, וועלכער האָט געװאָלט ארויסגעבן די לידער, אז צו אים 
איז געקומען א יונגע דײַטשישע דיכטערן, װאָס האָט זיך ארויסגעראטע- 
װעט פון געהענעם, און אים דערציילט א הימלישרײענדיקע געשיכטע: 

...ווען עס האָט זיך אָנגעהױבן אין ווין די ערשטע אויסזידלונג פון ייִדן, 
האָט זיך אין א מאָרג, אין א ליידיקן קאסטן, אויסבאהאלטן אירער א 
באקאנטער. מע האָט אים געפונען אין א פארטאָג, פארזונקען אין א טיפן 
שלאָף, און עס-עסאָווצעס האָבן געהייסן אים באגראָבן א לעבעדיקן.. 

באם ייִדן האָבן געציטערט די ליפּן בעשאס ער האָט עס דערציילט. 
בא מיר האָט אויך דאָס הארץ געװויינט. איך האָב ניט געצווייפלט, אז דאָס 
גייט א רייד וועגן מײַן באקאנטן. און מיר האָט זיך אויסגעוויזן, װוי פון 
ערגעץ װײַטיװײַט דערגייט צו מיר זײַן געראנגל מיטן טויט, און מיר איז 
געקומען אפן זינען; | 

| נאָר טיף אין מיר צעוװויינט זיך אף א קאָל 
דער גאנצער שרעק פאר וויאנען און פאר שטארבן.. 

אינגיכן האָט אויך פּראָג געטיילט דעם גוירל פון ווין. און איניינעם 
מיט טויזנטער, טויזנטער קאָרבאָנעס זײַנען אויך פארגאזט געװאָרן דער 
פּראָגער ייִד, און די יונגע דײַטשישע דיכטערן, און אוואדע אויך דאָס 
העפטל לידער... 

,עפשער װעט איר אמאָל מיך דערמאָנען!" 


לייג איך מיט א פארשפּעטיקונג, װי א שטיין, אוועק די ווערטער אף 
דײַן אומבאװוּסטן קייווער, פרײַנט פון מײַנע יוגנטייאָרן. לייג אװעק וי 
א פּאָשעטן שטיין, א פארזונקענעם אין זאמד פון פארגעסנהײַט.. 

| און דער דונײַ טראָגט ברייט זײַנע בלויע וואסערן װי ער האָט זײ 
געטראָגן מיט יאָרן, יאָרן צוריק.. 


א פרעמדער 


ין. 

מארט, נײַנצן אכט און דרײיסיק, 

אין איינעם פון יענע טרױיעריקע אנשלוס-טעג, 
װאָס קיינער דערמאָנט זיך ניט אין זיי, אָן דעם, אז 
דער שטראָם פון בלוט זאָל ניט נעמען האסטיק שלאָגן 
אין די אָדערן, אין א נאָכמיטיק איז אף דער רועפּי 
גאס, א באווינטער פון קימאט לױיטער ייִדן, געוען 
אזוי שטיל, אז א פרעמדן האָט זיך געקאָנט אױיסװײַזן ---אין דער גאס אין 
קיין איין לעבעדיק וועזן ניט פאראן. א טויטע שטילקײַט. און נאָר פון 
דער שכיינישער נאָרדיבאן האָבן זיך ארײַנגעריסן די סיגנאלן פון אָנקו- 
מענדיקע צוגן, 

איך בין געזעסן בא זיך אין צימער, אָפּגעשניטן פון דער וועלט, װײַל 
עס איז ניט מעגלעך געווען צו װײַזן זיך אין גאס. די אידיליע פון קאפע 
,צענטראל", װאָס האָט אזוי געקישעפט אין פארלויף פון צענדליקער 
יאָרן, איז מער ניט געווען, 

איך בין געזעסן, דעם קאָפּ ארײַנגעגראָבן טיף אין די אקסלען, גאָרניט 
געװאָלט מער זען, הערן... די צײַטונג, װאָס איך האָב געהאלטן פאר זיך, 
האָב איך ניט געלייענט, נאָר בלינד געקוקט אף די שפּאלטן, פון וועלכע 
ס'האָט אראָפּגעשריגן ווילדער, אומגעצוימטער מענטשן-האס. פּלוצעם איז 
מײַן בליק, אזוי פון זיך אליין, געפאלן אף א קורצער געריכטס-כראָניק, 
כ'האָב עטלעכע מאָל זי איבערגעלייענט, גלײַך איך װאָלט מײַנע אייגענע 
אויגן ניט געגלייבט. איך האָב גענומען לייענען אף א קאָל, פּונקט וי 
אינעם אָפּקלאנג פון די װערטער האָב איך באדארפט ארויסהערן דעם 
;עמעס" פון די שורעס: 

;דער בערלינער ייד היינריך שניידער איז וועגן ראסנשענדונג פארורי 
טיילט געװאָרן אף פינף יאָר צוכטהויז", 

כ'האָב אים געקענט. און אויך די פרוי, פאר וועלכער ער האָט באי 
דארפט אָפּקומען אזא הויכע שטראָף, האָב איך געקענט. עפשער דערפאר 


טאקע האָבן די װוערטער געקלונגען אזוי אומגעהויער פאלש, פאלש.. 


16* 254 


היינריך שניידער האָט געװווינט אין צוואנציקסטן באצירק, אין אן עק 
גאס, װאָס פירט דורך א שמאָלן וועג צו דעם דונל, 

די גאס -- צוויי רייען אײינשטאָקיקע אלטע הײַזער מיט קרומע ווענט, 
װאָס שפּארן זיך אָן איינס אין אנדערן. בלין גאנצפרי וארפט די 
זון אהין א בליק, דערנאָך באהאלט זי זיך הינטער די דעכער, װי זי װאָלט 
זיך ניט געװאָלט אויסמישן מיטן שמוץ פון דער גאס. די לופט איז דאָרט 
שטענדיק א שווערע און דורכגעפוילטע, װי אין אן אלטן ברונעם, 

עלנטע, פארווילדעוועטע, הונגעריקע קינדער, קינדער װאָס געהערן 
קיינעם ניט, טרײַבן זיך ארום פון זון-אופגאנג ביז שפּעט באנאכט אין אָט 
דער דורכגעפוילטער גאסן-לופט, װאָס ציט פרי ארוף זשאווער אף זייערע 
קעלכלעך און באדעקט זייערע פּענעמלעך מיט שקראָפל.. | 

דורך דער גאס פירט דער וועג צו צויי טעקסטיליפאבריקן און א 
גרויסער בלעך-פאבריק. יעדן פארטאָג, ווען איבער אנדערע שטאָט-טײלן 
ליגט נאָך דער פרימאָרגן, הייבט זיך שוין דאָ אָן דאָס ראשיקע לעבן, אר- 
בעטער שיטן זיך ארויס פון די הײַזער, און אף די ראָגן שטייען אלטע 
הענדלערקעס מיט קוישן בייגל און פריש געבראָטענע קארטאַפל., 

דאָס גרויסע, זייער אלטע הויז נומער 11 האָט צוליב זײַן הייך זיך 
ארויסגעזען פון אלע איבעריקע הײַזער מיט קרומע וענט, וי זיי װאָלטן 
זיך גרייטן הײַנט -- מאָרגן אײַנצופאלן. פון די צוויי רייען פענצטער האָט 
אפילע איינס ניט פארמאָגט קיין גלײַכמעסיקע פאָרם, און די שויבן האָבן 
געהאט די זעלבע גרוי-יפארשטויבטע פארב, װאָס די גאס, 

שניידער האָט געװווינט אפן ערשטן שטאָק. הילצערנע טרעפּ האָבן גע- 
פירט צו זײַן קליינער צווייצימערדיקער ווינונג. ער איז געווען א שלאַ- 
סער אין דער בלעדיפאבריק, געארבעט שווער אף צו דערנערן זיך און 
זײַן װײַב, א זייער יונגע און זייער שיינע פרוי פון מיטעלן װוּקס, מיט א 
פּאָר בלאַנדע צעפּ און גוטע מילדע אויגן, װאָס האָבן שטענדיק ליבלעך 
געשמייבלט, | 

זי האָבן ביידע געלעבט באשיידן, אָפּגעזונדערט פון אנדערע, און 
דאָס האָט אוועקגעשטעלט א וואנט צװישן שניידערן און די שכיינים. אָפט, 
געוויינלעך אין די זונטיקן, ווען שניידער מיט זײַן פרוי זײַנען ניט געווען 
אינדערהיים, פלעגן די שכיינים זיך באגעגענען, און יעדער האָט אף זײַן 
אויפן געפּרוּװוט דערקלערן, װער און פונוואנען די שניידערס זײַנען. דאָס 
שטילע צוריקגעצויגענע לעבן פון די שניידערס האָט גערייצט דעם נײַגער 
פון די מיטבאוווינער, באזונדערס -- פרוי שניידער, וועלכע האָט אויסגעזען 
צו זײַן ניט קיין יידישע, 

איידער מיר האָבן זיך נאָענט באקענט, האָב איך שניידערן געטראַפן 
צוויי מאָל. דאָס ערשטע מאָל אין קאפע , צענטראל", װוּ ער איז געזעסן 
מיט זײַן פרוי אין א ווינקל און געטרונקען זײַן ,שווארצן?. לויטן שארפן 
פּראָפיל און די שווארצע צעשויבערטע האָר, האָט ער געמאכט דעם אליג- 
דרוק פון א דיכטער אָדער א קינסטלער, און איך האָב געטראכט, אז ער 
געהערט זיכער צוֹ דער ,באָהעמישער וועלט", און די יונגע פרוי לעבן 
אים, אן אױסגעשפּראַכענע דײַטשע גרעטכען, איז מיסטאמע איינע פון 
יענע פרויען, וועמען עס איז ענג אין די פינקלענדיקע קאפע, מיט דער 


255 


אײראָפּעיִשער פאריסנקײַט, און זיי קומען דעריבער אהער פארברענגען 
די אָװנטן, קומען מיט זייער גראציע, טעמפּעראמענט און יונגער פאר- 
ליבטקליט, 

דאָס צווייטע מאָל האָב איך אין א הארבסטיקן פארנאכט אים צופעליק 
באגעגנט אין ווינער ,שטאדט-פּארק". ער איז געזעסן אף א באנק און גע" 
קוקט אין דער טיף פונעם גאָרטן. ס'האָט אויסגעזען, װי ער צײלט די 
בלעטער, װאָס פאלן פון די ביימער, | 

מיר האָבן זיך דעמלט באקענט, 

איך דערמאָן זיך, אז ער האָט, דערזעענדיק מיך, זיך ברייט צעשמייבלט, 
װי ער װאָלט דערזען אן אלטן באקאנטן, און מיט א קלינגענדיקן, פײַנעם 
דײַטשישן אקצענט, געפרעגט: . | 

-- וויר האבען זיך געטראָפן אין קאפע ,צענטראל", ניכט וואהר? 

| ער האָט זיך אָפּגערוקט, געמאכט מיר פּלאץ, העפלעך געבעטן זיך זעצן 

לעבן אים און מיט שארפע בליקן מיך א װײַלע באטראכט, 

-- איר זענט עפשער א פרעמדער דאָן 

ער האָט עס אזוי פילדײַטיק און גיך א פרעג געטאָן, אז איך האָב ניט 
באוויזן צו ענטפערן, 

-- די פרעמדקײַט צייכנט זיך אזוי בוילעט אפן אויסזען פון א מענטשן! 

מיר האָט זיך געדאכט, אז זײַן טאָן איז פול מיט טרויער, און אז זײַנע 
אויגן זײַנען פארטונקלט געװאָרן, װי ער װאָלט זיך מיטאמאָל אָן עפּעס 
שווערס דערמאַנט, 

-- איר האָט געטראָפן, איך בין ניט קיין ווינער. 

זײַן פּאָנעם האָט א ריר געטאָן א בלייכער, אופגערענטער שמייכל, 

-- איך בין אויך א פרעמדער, ..ערשט פיר יאָר װוין איך דאָ מיט מײַן 
פרוי.., | 
-- און פריער? -- האָב איך א פרעג געטאָן גלאט אזוי, אָן שום נײַגער. 

--- פרלֶער.., 

זײַן פּאָנעם האָט זיך פארביטן, געװאָרן אש-גרוי, די אויגן האָבן נאָך 
מער אָנגעהויבן טונקלען, 

איבערן פארק איז געהאנגען א פײַכטע שטילקײַט. די ביימער האָבן 
ביסלעכװײַז געװאָרפן פון זיך די זומער-קליידונג. א קיל הארבסטיק ווינטל 
האָט אונטערגעברומט א ניגן. פון א זײַטיקער אליי איז ארויסגעקומען א 
פּאָרל און פארבויגן אין א צווייטער אליי, אזוי לײַכט און שטיל, אז ס'האָט 
אויסגעזען, װי א שאָטן װאָלט זיך אריבערגעפירט פון איין אָרט אפן אנ" 
דערן. א הונט איז פארבײַגעלאָפן, פּלוצעם זיך אומגעקערט און ארויס- 
געשטעלט אף אונדז א פּאָר גרויסע דערשראָקענע אויגן, דערנאָך װײַטער 
געלאָפן, 

מלנדיך שניידער האָט פארייכערט א ציגארעט און נאָכגעקוקט די 
קנוילן רויך, װאָס זײַנען זיך צעגאנגען אין דער לופט. ער איז געװען 
פארזונקען אין טראכטן. ס'האָט אויסגעזען, װי ער לייגט צונויף זײַנע גע" 
דאנקען., א פּאָר מינוט זײַנען פארגאנגען אין טיפן שטילשװײַגן. ענדלעך 
האָט ער אָנגעהױבן. קוידעם שטיל, דערנאָך איז זײַן קאָל געװאָרן פעסטער, 
דײַטלעכער: 


16-6 296 


-- איך בין נאָך קיין גאנצע דרײַסיק ניט אלט געוען, וען איך בין 
אף זומעריוואקאנסן געפאָרן קיין שװעדן. ס'איז געווען א שטילער פרי- 
מאָרגן. דער יאם איז געווען רויַק, נאָר פון מאָל צו מאָל האָט דער ווינט 
דורכגעװאָרפן א כוואליע. איך בין געזעסן אפן דעק פונעם שיף און ארליג- 
געקוקט אין א צײַטונג. פּלוצעם, מיט לײַכטע טריט, וי דער יאםווינט 
װאָלט זי נאָרװאָס פארטראָגן אהער, איז זי פארבײַגעגאנגען. איך האָב 
דערפילט אירע לײַכטע טריט, דעם פלאטער פון איר קלייד. ס'איז געווען 
א זייער יונגע שײינהײַט, אזוי פון א יאָר צוואנציק, מיט לאנגע בלאַנדע 
האָר, צעלאָזט איבער די אקסל. װי מיט גאָלד פארוועבט האָבן זיי אויס- 
געזען אנטקעגן דער זון. פון אירע אויגן, בלויע, װוי די פארב פונעם יאם, 
האָט ארויסגעשטראלט א צארטע ליכטיקײַט. קיינמאָל נאָך האָב איך ניט 
געזען, אויגן זאָלן אזוי שטראלן. װי בלומען האָבן זיי אויסגעזען... ס'האָט 
זיך מיר געדוכט, זי איז נאָרװאָס ארויסגעשפּרונגען פון עפּעס א נאָרדיש 
מײַסעלע. 

יעדער זשעסט אירער, יעדע באוועגונג האָט זיך אָפּגערופן אין מײַן 
געמיט מיט א לעבעדיקן אײַנדרוק. און די פּלוצעמדיקע באגעגעניש האָט 
געזוכט א טיקן, א נאָמען.. 

זי האָט, אפּאָנעם, באמערקט מײַן צעמישונג, ארויסגעלייענט מײַנע בא- 
האלטנסטע געדאנקען --און מיר האָבן זיך לײַכט באקענט. געפאָרן א 
פּאָר טעג צוזאמען, און אין א קליינעם האפן איז זי ארויסגעשטיגן. עס 
איז געבליבן, אז מיר טרעפן זיך אפן אנדערן טאָג אין שטאָקהאָלם, 

דעם גאנצן שװעדישן צאָפן זײַנען מיר אויסגעפאָרן. די שענסטע ער- 
טער באזוכט און דערנאָך איניינעם זיך אומגעקערט קיין בערלין, 

איך האָב דעמלט שטודירט גערמאניסטיק אין בערלינער אוניווערסיי 
טעט, און זי האָט דורכגעמאכט א קורס פון צושנײַדן. צווישן פרייד און 
האָפענונג איז געווען ארבעט, איך האָב ניט בלויז שטודירט, נאָר אויך 
געארבעט אין אן אײַזן-גיסערײַ. איך בין געווען פון אן אָרעמער ייִדישער 
היים אין פּוילן און אליין באדארפט זיך אויסהאלטן, 

עס זײַנען אוועק װאָכן און כאדאָשים. די יונגע שטורמישע פרייד איז 
פארביטן געװאָרן אף אומעט. אין הארצן האָט זיך באזעצט א צווייפל און 
א מוירע, װײַל איר פאָטער, א דײַטש מיט א פארסאמטער נעשאָמע, װאָלט 
ניט דערלאָזט, אז זײַן רייןדראסיקע טאָכטער זאָל נעמען עפּעס א פאר- 
שאָלטענעם ייִדן. ס'איז געבליבן, מיר זאָלן אָפּווארטן א בעסערע צײַט. 

און די צײַט איז געקומען! 

עס איז געווען דאָס יאָר דרײַ און דרײַסיק.. 

איך בין אלס פרעמדער באלד פארנומען געװאָרן אין א קאַנצלאגער, 
און די צײַט האָט גענומען זיך ציֶען אָן א כעזשבן. ס'האָט אויסגעזען, אז 
שוין דאָ װעט זיך ענדיקן מײַן לעבן... פון קיינעם האָב איך גאָרניט גע- 
הערט, אויך ניט פון איר. פארװאָס שװײַגט זי? צי האָט זי עפשער אויך 
געטרונקען פון יענעם סאם, װאָס האָט זיך צעגאָסן איבער דײַטשלאנד?. 
אזוי פלעג איך אָפטמאָל טראכטן און אין אזעלכע מינוטן פארשילטן אלץ 
אין דער וועלט, רופן דעם טויט אף זיך. נאָר צומאָל, ווען א בלוילעכער 
אָוונט האָט ארײַנגעקוקט דורכן פארגראטעװועטן פענצטער, פלעגט זי װי 


257 


אף א בריק פון לעװאָנעישטראלן קומען צו מיר מיט א ליכטיקן שמייכל, 
עס איז געווען מײַן כאָלעם, דער ניגן פון מײַן נעשאָמע... 

ביז אין איינעם אן אָװנט האָט דער כאָלעם מיט װאָר זיך צונויפגע- 
גאָסן! איך בין געווען אין הויף פון לאגער, פּלוצעם האָט עמעצער דורך א 
שפּאלט פון פּארקן ארײַנגעשושקעט: 

-- היינריך! 

כ'האָב דערזען א טייל פון א בלייך פּאָנעם און אויגן. 

זי איז עס געוען! 

-- גיך, -- האָט זי שטיל אויסגערופן,---גיך!.. כ'האָב אלץ צוגעגרייט, 
קום! 

דעמלט האָט מען נאָך געקענט זיך אויסקויפן... און נאָך איידער ס'איז טאָג 
געװאָרן, זײַנען מיר שוין געזעסן אין צוג, װאָס האָט געפירט קיין ווין. 

ער האָט אף א רעגע איבערגעריסן זײַן דערציילונג, זיך פארטראכט 
און די אויגן האָבן געבלאַנדזעט צווישן די ביימער, 

-- פון דעמלט אָן זײַנען פיר יאָר פארבײ. פיר יאָר, אז מיר וויגען 
אין ווין און קיינער קען אונדז ניט... מיר װוינען מיט שכיינים אין איין 
הויז, און קיינער ווייסט ניט, װער מיר זײַנען.. פרעמדע, און אלץ.. 

ער איז אנשוויגן געװאָרן, אָפּשטעלנדיק זײַנע בליקן אף מיר, 

א ווינטל איז דורכגעלאָפן צװישן די ביימער, צארט א גלעט געטאָן 
די געלע בלעטער און זיך צוריק אומגעקערט אין זײַן רויִק באהעלטעניש. 

מיר זײַנען ארויסגעגאנגען פון פּארק, 


ווין האָט געבלענדט מיט טויזנטער אויגן, אװוטאָמאָבילן און טראמװײַען 
זײַנען געלאָפן אין מעשונעדיקער אײַלעניש, אָנגעפילט די גאסן מיט גע- 
רודער, ערגעץ װײַט האָבן געשריִען סירענעס פון פאבריקן און פון אָפּי 
גייענדיקע שיפן אפן דוגײַ-טײַך, 

נאָענט לעבן אונדז איז פארבײַגעפאָרן א לאסטװאָגן, געפאקט מיט אלט 
מעבל, א קינד איז געזעסן פון אויבן און מיט פריילעכע בליקן געכאפּט 
די גאס, װאָס האָט אים אויסגעזען נײַ. א בעטלערקע איז צוגעקומען. זי 
האָט אויסגעשטרעקט א דארע מיט בלויע אָדערן איבערגעפּלאָכטענע האנט 
און מיט א געזשאװוערט קאָל געבעטן: 

-- שענקט עפּעס, גוטע הערן!. 


פּלוצעם האָט זי זיך צעלאכט: 

-- כי, ס'איז קאלט געװאָרן, און איך האָב ניט קיין נאכטלעגער.. 
נעכטן געשלאָפן אונטער דער נאָרד-באן-בריק, האָט מיך די פּאָליצײ פון 
דאָרט פארטריבן, 

מיר האָבן איר דערלאנגט צו גראָשן. זי האָט זיי צוגעטראָגן צו אירע 
אלטע אויגן, באטראכט פון ביידע זײַטן און, דאנקענדיק, אוועקגעגאנגען. 

פּאמעלעך, שריט בא שריט, האָבן מיר זיך אראַפּגעלאָזט דורך דעם 
,שטובן-רינג", באם דונײייקאנאל זיך אָפּגעשטעלט, און היינריך שניידער 
האָט מיר דערלאנגט זײַן האנט, זיך געזעגנט מיט מיר. איך בין נאָך גע- 
שטאנען א װײַלע און נאָכגעקוקט, װי ער װערט פארשװוּנדן צווישן . די 
מענטשן, צווישן וועלכע ער האָט געלעבט װי א פרעמדער.. 


ראסע 


איז געווען אין א פארטאָג, 

אין איינעם פון יענע אומרויקע ווינער פארטאָגן. 
| = די נאכט האָט זיך נאָך געטוליעט צו די וענט פון 
אן אלט פילשטאָקיק הויז, װאָס האָט זיך אויסגעטיילט 
מיט זײַן גאָטישער פארפּוצטקײַט, זי איז געװאָרן אלץ 
שיטערער, דורכזיכטיקער און, װי דאָס הארץ פונעם 
פרימאָרגן, האָט אינעם לײידיקן דרויסן זיך ארומגע- 
טראָגן אן עכאַ פון א ריטמיש גלײַכמעסיק קלאפּערלי, 

אין א פענצטער פון דריטן שטאָק האָבן א ציטער געטאַן די שויבן 
דער אָפּקלאנג, װאָס איז דערגאנגען פון דער גאס, האָט ארײנגעדרונגען 
אין דעם שטילן, מיט נאכט נאָך אָנגעפילטן צימער, און דער מענטש, װאָס 
איז געלעגן אין בעט, האָט פאָרזיכטיק, וי ער װאָלט מוירע געהאט פאר 
זיך אליין, אופגעהויבן דעם קאָפּ און מיט אן אײַנגעהאלטענעם אָטעם זיך 
צוגעהערט צו דעם איײנטאָניקן קלאפּערײַ אף יענער זײַט פענצטער. בא 
יעדן קלאפּ האָט ער פארצויגן די ברעמען, א פּינטל געטאָן מיט די ברייט 
צעעפנטע אויגן און א פארשלאָפן מיד קאָל האָט עטלעכע מאָל איבערגע- 
כאזערט: 

-- מײַן באפעל ווערט אויסגעפירט! 

דערנאָך איז שטיל געװאָרן, 

אין דרויסן נאָר האָט דער ווינט געשטיפט מיט א לאמטערן, אים, קענ- 
טיק, געװאָלט אויסלעשן פאר דער צײַט, און די בלייכע שײַן האָט, װי א 
רייף, זיך געוויגט, פארטשעפּעט א װײַס שילדל און באלויכטן די שוואר" 
צע עמאל-בוכשטאבן; 

,ס. ס.-גרופּנפיורער דיר אָטמאר פאָן ווערנער", 

שוין לאנג װוי ער שלאָפט ניט, דאָקטאָר פאָן ווערנער, קימאט די גאג- 
צע נאכט קיין אויג ניט צוגעטאָן. און די נאכט האָט אויסגעזען אזוי לאנג, 
די פינצטערניש אזוי געדיכט... פונדעסטוועגן איז אים געוען גוט אין 
דער פינצטערניש, װאָס האלט איצט אין צעפאלן ער די זיכערקײט, 
אז באנאכט גיט מען קיין שום באפעלן ניט ארויס, אז באנאכט זײַנען אלע 
קאָנטראָל-ביראָס פארמאכט און אלע ארכיוון פארויגלט, בארויקט אים, 


259 


נאָר אָט ברעכט וידער אײַן א פרישער טאָג.. 

די פּאסן ליכט, װאָס דרינגען ארײַן דורך די שפּאלטן פון דעם ראָלאַ- 
פאָרהאנג, ווארפן אף אים אָן א טרױיעריקײַט. אים דאכט זיך, װי יעדער 
שטראל װאָלט געווען א שטריק, װאָס ווארפט זיך אליין אף זײַן האלדז, 
ווארגט אים, אָט נאָך א װײַלע און דער אָטעם װעט אינגאנצן פארצויגן 
ווערן... 

פאר די אויגן שטעלן זיך אויס די באאמטע פון א געסטאפּאַאָפּטײל 
אין ברוינע אוניפאָרמעס מיט שווארצע האקנקרייצן אף די אַרעמס, זי 
גריבלען זיך אין די ארכיוון, נישטערן אין די געלע, פון מויל און שימל 
צעפרעסענע בלעטער, קוקן צומאָל פארװוונדערט זיך איבער, שמייכלען 
מיט עפּעס א קאלטבלוטיקער איראָניע און שטעלן א פּינטל מיט א רױטן 
בכלײַער; 

,יודנשטעמלינג?, 

ד'ר ווערנער האָט שווער אָפּגעאָטעמט,. וי אן אסטמע-קראנקער, פא- 
רייכערט א ציגארעט, זיך פארצויגן א פּאָר מאָל און אװעקגעװאָרפן מיט 
קאס: 


אין א ווינקל פון צימער האָט די נאכט זיך פארקליבן נאָך גאנץ גע- 
דיכט, װוי זי װאָלט בעדייע געהאט דאָרט א לענגערע צײַט צו פארבלײַבן, 
ווערנער האָט אֹהין געװענדט זײַן בליק. דאָרט אין פינצטער. אלץ איז 
פארטאָן אין שלאָף, און דאָ --נאָך א שאָ, נאַך צוויי.. 

די אויגן קוקן קאלטע, וי זיי װאָלטן איבערגעצויגן געווען מיט גלאַז, 
נאָר די געדאנקען רודערן אָן אופהער. ער װאָלט זיי גערן פארטריבן פון 
זיך, לאָזן זיי זיך אָבער ניט, פארגראָבן זיך אלץ טיפער אין מויעך: 

-- צי דען טאקע מיינען זיי מיך אויך? און מײַנע פארדינסטן? 

אף זײַן פּאָנעם שנײַדט זיך א גרימאסע, װאָס דארף זײַן ענלעך צו א 
סארקאסטישן שמייכל: 

-- כע, פארדינסטן... װי לעכערלעך דאָס איז! 

ווער נעמט אין אכט פארדינסטן, ווען עס פאלט אף עמעצן א מינדס- 
טער כשאד... זײַנען דאָך פאר דעם לעצטן כוידעש אועק אין דער אייבי- 
קײַט א סאך זײַנע געוועזענע פרײַנט, װאָס האָבן ערלעך צוגעהאָלפן דעם 
אנשלוט., װאָס איז געווען דער לוין פאר זייערע פארדינסטן? טויט!.. אלע 
זײַנען אײינציקװײַז אױסגעשטאָרבן.. מיסטערלעז געשטאָרבן.. איבער 
נאכט... און װי אין א גרויען נעפּל גייען זיי פארביי אין זײַן זיקאָרן, די 
פרײַנט זײַנע, יונגע לעבנסלוסטיקע סטודענטן, איבערצײַגטע נאציס, וועל- 
כע האָבן זיך ארויסגעוויזן פאר ניט קיין , פאָל-אריער?... 

-- אזא אומזין! 

בא דער זײַט אף א בענקל הענגט זײַן אוניפאָרם, א שווארצע מיט זיל- 
כערנע עפּאַלעטן און צוויי געקרייצטע טױטן-קעפּ.. 

ווערנער בייגט זיך אריבער. באטראכט די אוניפאָרם, װי דאָס ערשטע 
מאָל, ווען ער האָט באדארפט זי אָנטאָן. אָט דאָס איז דאָך געווען זײַן כאָ-. 
לעם... צוליב דעם האָט ער אָפּגעגעבן דאָס לעצטע צענדליק יאָר, א דריטל 
פון זײַן לעבן... און איצט קומען די פּרײַסן און װוילן אלץ צונעמען.. 


200 


דאָס ערשטע מאָל רופט ער אָן די דײַטשן , פּרײַסן" און ער דערפילט 
מיטאמאָל א פרעמדקײַט צו זיי... צוויי פארשיידענע פעלקער מיט איין און 
דער זעלבער שפּראך... אים באפאלט א שרעק פון די אייגענע געדאנקען- 
ער הייבט אָן פון אופרעגונג צו ציטערן און אפן פּאָנעם באװײַזן זיך 
שווארץ-רויטע פלעקן, װי בא א פיבעריקראנקן. 

-- ניין, איך גלייב ניט!--רופט ער מיטאמאָל אויס, װי ער װאָלט זיך 
צו עמעצן געווענדט. -- ניין, זיי װעלן עס ניט טאָן... ס'וועט זײַן א שאנד 
פאר זיי אליין... איז װאָס, אז מײַן זיידע איז געווען.. 

ער דערפירט ניט דעם געדאנק ביזן סאָף, גלײַך װי עמעצער װאָלט 
בא אים אויסגעכאפּט די לעצטע װערטער, נעמט זיך צום גלעקל און 
קלינגט אָן. 

אנטקעגן אף דער ואנט הענגט א פּאַרטרעט. אן אלטמאָדישׂ בראָנז" 
געפארבטע ראם, ערטערװײַז שוין דורכגעפרעסן פון מויל, אזוי אומגע- 
לומפּערט גרויס, אז דאָס טונקל-גרויע בילד זעט זיך קוים ארויס. דאָס 
לענגלעכע פּאָנעם מיט צוויי גרויע באקנבערד, װאָס מאכן עס ענלעך אפן 
קײַזער פראנץ יאָזעף, קוקט אראָפּ מיט שטרענגקײַט. 

אויך דער, װאָס אפן בילד, איז אין אן אוניפאָרם. אין אן אלטער 
עסטרײַכישער אוניפאָרם, א העל-בלויער, מיט א גאָלדענעם קאָלנער, װאָס 
שפּארט אונטער דעם קין, אף דער לינקער זײַט ברוסט שימערן מעדאלן, 
וי זיי װאָלטן געגעבן אָנצוהערן: , געווען אמאָל אן אימפּעריע!" 


א גענעראל איז ער געוען, דער אלטער פאָן ווערנער. מארשירט מיט 
זײַן רעגימענט קעגן די פּרײַסן... און אָטמאר פאָן ווערנער, ס.ס.-גרופּנפי- 
רער, נישטערט אין די אָפּגעלעבטע שטריכן פון זײַן זיידן, זוכט דאָרט צו 
געפינען אן ענלעכקײַט מיט ייִדן 

-- דו, אלטער אָפיצער, -- הייבט ער פּלוצעם אָן, װי ער װאָלט זיך 
ענדלעך איבערצײַגט, אז דער גענעראל אין װײַט ניט ענלעך אף קין 
ייִדן, -- דו אלטער אָפּיצער, בא דיר האָט מען אויך געפּרוּווט אויסצוגעפי- 
נען, װער דו ביסט? און אז דו ביסט געװאָרן ,פּרײַהער פאָן ווערנער" 
האָט דיר עמעצער אױסגעװאָרפן דײַן ייִדישן אָפּשטאם? איז װאָס, אז דו 
ביסט אלט געווען זעקס יאָר, ווען דײַן פאָטער איז געװאָרן א קאטאָלי- 
קער... א פארשאָלטענער יִד געווען דער פאָטער דײַנער! פארװאָס האָט 
ער זיך ניט געשמאדט פריִער, איידער דו ביסט געבוירן געװאָרן? װער 
װאָלט זיך עס הײַנט געוואגט דײַן אייניקל.. 

-- צוֹ באפּעל! 

וי אײַנגעראמט אין טיר, איזן שטיין געבליבן א ברײטביינערדיקער 
הויכגעוואקסענער יונג אין א ברוינער אוניפאָרם פון אן ס.א.-מאן. אפן 
בייזן פּאָנעם -- קורצע אונטערגעשוירענע װאָנצעלעך. די העליבלאַנדע 
האָר זאָרגעװדיק פארקעמט אף א זײַט, 

ווערנערן האָט זיך אויסגעוויזן, אז די קליינע, מיט רוגזע פארגאַסענע 
אייגעלעך פון דעם ארלנקומענדיקן קוקן צודרינגלעך אף אים, שמייכלען, 
דאכט זיך. עס איז דער זעלבער איראָנישער שמייכל, װאָס בא די געס- 
טאפּאָ-לײַט, | 


201 


-- קום נעענטער! --באפעלט ווערנער מיטן אָנשטעל פון א מיליטער- 
מאן. -- זעץ דיך! 

עס איז דאָס ערשטע מאָל, ווען ווערנער הייסט זיצן זײַן אונטערגע- 
אָרדנטן, 

אין צימער האָט דער טאָג שוין פעסט ארײַנגעבראַכן. מע האָט שוין 
דײַטלעך געקאַנט אונטערשיידן די פארבן פון דער מאָלערײ אף די וענט, 
פון דרויסן האָבן זיך דערטראָגן עטלעכע אָפּגעהאקטע קלאנגען פון א 
שטאָט-זייגער, ד'יר ווערנער האָט אינדערשטיל זיי נאַכגעצײלט און אין 
א װײַלע ארום זיך געווענדט צום סיא.-מאן, װאָס איז געזעסן קימאט אָן 
באוועגונג: 

-- זאָג נאָר, פאראן עפּעס ענלעכקײַט צװישן מיר און דעם אלטן אפן 
בילד? 

דער יונג האָט זיך צעלאכט מיט א כאניפע-געלעכטערל. ער איז געווען 
זיכער, אז זײַן ,, פיורער" זוכט צו זײַן ענלעך אף דעם אלטן אָפיצער, בא" 
האנגען מיט מעדאלן, 

-- כע, ענלעך... אוואדע ענלעך... זייער ענלעך, וי איין שטיק! 

ווערנערן איז מיטאמאָל אומהיימלעך געװאָרן. זײַן פּאָנעם האָט זיך 
פארקרימט, װי ער װאָלט דערפילט עפּעס א וייטעק. ער האָט אף קין 
רעגע ניט אראָפּגענומען זײַנע בליקן פון דעם יונג, גלײַך ער װאָלט גע- 
זוכט אן ענלעכקײַט ניט צװוישן זיך מיט דעם אלטן בילד, נאָר צװוישן זיך 
און דעם ,פּרײַסישן יונקער", װאָס דארף ניט מוירע האָבן פאר קיין שום 
קאָנטראָל... 

-- װאָלסט געגלייבט, -- האָט ווערנער װידער אָנגעהויבן, -- װאָלסט 
געגלייבט, ווֹען מע זאָגט דיר, אז דער אלטער אָפיצער איז געווען א ייד? 

דער ס.א.-מאן האָט זיך ווידער צעלאכט, 

-- הער גרופּנפיורער מאכט שפּאס! 

אים האָט קענטיק האנאָע געטאָן, װאָס זײַן עלטסטער רעדט צו אים 
אין אזא היימישן טאָן, ער האָט גיך זיך צוגעוווינט צו אים און אף א ביסל 
א צעצויגענעם בערלינער דײַטש אָנגעהױבן: 

-- זיכער װאָלט איך געגלייבט. הײַנט איז אלץ צו גלייבן.. אָט האָט 
מען מיט עטלעכע טעג צוריק אויסגעפונען אין די ביכער, אז פיל זײַנען 
גאָר קיין אריער ניט... ייִדן זײַנען דאָס! כאיכא"כא.. 

עמעצער האָט אָנגעקלונגען. דער יונג האָט איבערגעריסן זײַנע רייד 
און געגאנגען עפענען, 

ווערנער האָט אים נאָכגעקוקט. אין די אויגן, אין פּאָנעם, אין זײַן גאנץ 
וועזן איז געווען קינע צו דעם פּרײַס, װאָס איז זיכער מיט זײַן ארישער 
ראסע, וי מיט דער אוניפאָרם, װאָס ער טראָגט, 

-- א פארשאַלטענער ייד געווען דער אלטער! 

און ווערנער שטעלט זיך פאָר זײַן עלטערזיידן, א ייִדישן אדװאָקאט 
אין אן אונגארישער פּראָװינץישטאָט, וועלכער האָט זיך געשׂמאדט, קעדיי 
צו װערן ריכטער אין ,לאנדעס-געריכט צו ווין". און כאָטש צענדליקער 
יאָרן זײַנען אריבער פון יענער צײַט, די אונגארישע שטאָט געהער שוין 
לאנג צו אן אנדער מעלוכע, קלערט פונדעסטוועגן ד'ר פאָן וװוערנער פון 


202 


דאָרט ארויסצובאקומען א דאָקומענט, װאָס זאָל נאַכװײַזן, אז זײַן עלטער- 
זיידע איז געװאָרן א קאטאָליקער נאָך איידער זײַן זיידע, דער אלטער 
עסטרײַכישער גענעראל פרײַהער פאָן װוערנער איז געבוירן געװאָרן.. 

-- נאָר צו וועמען זיך ווענדן? 

זײַנע בליקן האָבן א װײַלע ארומגעשארט איבערן צימער, וי ערגעץ 
אין א ווינקל װאָלט געלעגן באהאלטן דער, װאָס קאַן קומען צו הילף, 

יאָ, ער װעט אראָפּגײן צו דעם ייַדן, װאָס װוינט אפן ערשטן שטאָק 
און װאָס איז א בירגער פון יענעם לאנד. ער װעט אים דערקלערן דעם 
גאנצן איניען, פאָרלייגן א גרויסע סומע געלט... ער דארף א דאָקומענט, 
א פאלשן דאָקומענט... זײַן זיידע האָט ניט געטאָרט געבוירן ווערן א ייָד, 
דרײַ דוירעס פאָליאריער, און ער איז געראטעוועט.. פּלוצעם כאפּט אים 
אָן א צווייפל: צי װעט דער ייִד אים װעלן העלפן? 

-- אָט די פארשאָלטענע מאָזעס און איזאקס! 

און ער האָט אפגיך זיך גענומען אַנטאַן, 

ווערנער האָט שוֹין געהאלטן באם אויסבינדן דעם קראוואט, ווען דער 
ס. א.-מאן האָט אָנגעקלאפּט אין טיר און נאָך איידער ער האָט באוויזן צו 
ענטפערן, איז יענער שוין געשטאנען אויסגעצויגן פאר אים און דערלאנגט 
א װײַסן, פארזיגלטן קאַנװערט, 


ווערנער האָט רויִק אָפּגענומען דעם בריוו, איבערגעלייענט אפגיך דעם 
אדרעס און דעם דינער געהייסן גיין. ער האָט געזען לויטן קאַנװערט, אז 
דער בריוו איז פון געסטאפּאָ. אים איז אופגעפאלן דער אדרעס אָן דעם 
נאצישן טיטל, פּאַשעט: 

,הערן דאָקטאָר אָטמאר פאָן ווערנער", 

און ער האָט לאנג דעם בריוו ניט געעפנט, נאָר גלאט געקוקט אף אים 
מיט פארגלאָצטע בליקן. זײַנע אויגן זײַנען געווען באװועגלאָז און מוטנע, 
וי א שאָל פון טונקל גלאָז, אין וועלכן ס'איז שווער צו דערגיין, װאָס פאר 
א קאָליר עס האָט די אָנגעגאָסענע פליסיקײַט. 

אין שטוב איז געווען װײַסער טאָג, 

דער טאָג האָט זיך געוויזן א שיינער, א לויטערער. דער הימל אין גע- 
ווען װי א בלויער אוסגוס, גלײַך ער װאָלט זיך נאָרװאָס אױסגעטאָן פון 
די שווערע ווינטערדיקע כמארעס. פון מײַרעו האָט דורכגעצויגן א סטײַע 
שוואלבן, אראָפּגעלאָזט א צויטשערל אֹף דער ערד, װי צו וויסן געטאָן 
דער וועלט, אז דער פרילינג איז געקומען.. 


נאָר ווערנערס הארץ איז געװוען קאלט און פארגליווערט. אין זײַנע 
הענט האָט געציטערט דער אופגעריסענער קאָנװערט. מיט די אויגן האָט 
ער זיך אײַנגעגראָבן אין די עטלעכע שורעס. זײַן פּאָנעם האָט אלעמאָל 
געביטן די פארב. אָט איז עס געווען רויט, װי אין פיבער, אָט געװאָרן 
שווארץ, װוי איבערגעברענט, 

פון דרויסן האָט זיך דערהערט א געשריי. עמעצער האָט געויינט, 
עמעצן האָט מען שטרענג באפילן זיך לײגן אף דעם טראָטואר און 
וואשן די טרעפּ דאָרט, װוּ גרופּנפיורער פאָן ווערנער דארף באלד אראָפּ- 
גיין., 


2059 


נעכטן נאָך האָט ווערנער מיט א שמייכל אפן פּאָנעם געדאנקט זײַנע 
ס. ס.-לײַט, װאָס האָבן פאר זײַן הויז קאָמאנדעװעט מיט עטלעכע ייִדן. 

איצט אָבער קנייטשט ער דאָס בריוול אין זײַנע אויסגעיידלטע פינגער, 
הערט ניט מער, װאָס עס קומט פאָר פון יענער זײַט פענצטער, און זײַנע 
ליפּן, װי זיי װאָלטן געווען די ערשטע, װאָס האָבן אופגעהערט פאָלגן 
זײַנע באפעלן, מורמלען שטיל, װוי פאר זיך אליין; 

-- וועגן אונטערזוכונג פאָם דינסט בעאורלאובט! 

וועגן אונטערזוכונג.., 

אין צימער איז ענג געװאָרן. אזוי ענג, װי די װוענט װאָלטן זיך פּלו- 
צעם צונויפגערוקט. א שטיק צײַט איז ווערנער געשטאנען דעם קאָפּ אראָפּ- 
געבויגן. דערנאָך האָט ער זיך אויסגעגלײַכט און איז מיט פּאמעלעכע טריט 
צוגעגאנגען צום בילד אף דער וואנט, זיך אוועקגעשטעלט פאר דעם אין 
א מיליטערישער פּאָזע, גלײַך ער װאָלט געשטאנען פאר א לעבעדיקן אָפי- 
צער. עטלעכע מינוט האָט ער געשויגן, קיין װאָרט ניט ארויסגערעדט. 
זײַנע אויגן האָבן זיך באגעגנט מיט די אויגן פונעם גענעראל. וי מאָדנע 
זיי האָבן זיך אָנגעקוקט. דוירעס האָבן זיך באגעגנט, זיך געקוקט אין די 
אויגן און געשוויגן... 

-- נו, װאָס זאָגסטו, אלטער אָפּיצער?-- הייבט װערנער פּלוצעם אָן 
שטיל, װי ער װאָלט אָפּגעריכט א טפילע. --ביסט געבוירן געװאָרן א ייָד, 
און קיינער האָט בא דיר גאָרניט געפאָרשט... װאָס װאָלסטו געטאָן, וען 
מע נעמט בא דיר אלץ אװעק, דײַן ,פרײַהער"יטיטל, די גענעראל-יעפּאָי 
לעטן... און נאָר דערפאר, װאָס דו ביסט ניט געבוירן געװאָרן קיין קא" 
טאָליקער?.. הע, דו שװײַגסט?.. װאָס קוקסטו אזוי אף מיר??.. צי עפשער 
האָסטו א פארדרוס, װאָס דײַן אייניקל האָט זיך געכאווערט מיט די פּרײַסן, 
מיט וועלכע דו האָסט געקעמפט פאר עסטרײַכס פרליהײיט?,. דו שװײַגסט?.. 

ער איז צוגעגאנגען צום פענצטער, עס בריט געעפנט. די פרישע 
מאָרגן-לופט האָט א זעץ געטאָן אין פּאָנעם ארײַן. פון אנטקעגן האָט ארי- 
בערגעווונקען צו אים א װײַסער פּלאקאט מיט דער אופשריפט: 

;יודישעס געשעפט". 

יאָ, דאָס האָט ער ארויסגעגעבן דעם באפעל אופשלאָגן פּלאקאטן אף 
אלע ייִדישע קלייטן, און הײַנט פארטאָג האָט מען אויסגעפירט זײַן באפעל. 

-- מײַן לעצטער באפעל! 

ער האָט געװוענדט זײַן בליק צו דער בראָנזענער ראם. אין זײַנע אויגן 
האָבן א בלישטשע געטאָן טרערן. 

-- ניין, מײַן גענעראל, גרופּנפירער ד'ר אָטמאר פאָן װערנער דארף 
ניט מער קיין אונטערזוכונג... דארף אויך ניט קיין הילף פון ייִדֹן.. ניין.. 

אין א ווינער אמטלעכער צײַטונג איז געווען אָפּנעדרוקט א נאָטיץ, 
װאָס האָט זיך געלייענט בעערעך אזוי: 

,נעכטן באנאכט האָט גרופּנפירער דאָקטאָר אָטמאר פאָן װוערנער בא" 
גאנגען זעלבסטמאָרד. אינדערפרי האָבן פארבײַגייער געפונען זײַן קערפּער 
אפן טראָטואר פאר זײַן פּריוואט-וווינונג אינגאנצן א צעשמעטערטן, מאָי 
טיוון אומבאקאנט...? 


איבערוף פון צײַטן 


1 אין צ21 


יך בין אָפּגעפאָרן פון מאָסקװע, 

דער אָװנט האָט זיך אראָפּגעלאָזט א לינדער, די 
לופט האָט געאָטעמט מיט פרילינג, מיט ווינטלעך, אָנ- 
געלאָפענע פון די ארומיקע בעריאָזעװוע וועלדער, און 
עס האָט זיך געדאכט, אז פון אָט דער לינדקײַט איז 
דאָס שטאָטישע גערודער אפן קאזאנער װאָקזאל 
ווייכער געװאָרן, די ראשיקע קלאנגען שטילער, 
גלײַך דער אָװנט װאָלט אײַנגעזאפּט דעם רױיש פון באנען און 
מענטשן, 


דער זייגער האָט געוויזן זיבן-דרײַסיק, און דער פירמע-צוג ,יזשני 
אוראל? מיט איינס-אין-איינס רויטיגעפארבטע ואגאָנען האָט לאנגזאם 
גערירט פון פּעראָן, איבערלאָזנדיק רייד ניט דערזאָגטע, קושן ניט דער- 
קושטע. עמעצער האָט עפּעס נאָכגעשריגן, אויגן האָבן נאָכגעקוקט, און א 
יאם פון אויסגעשטרעקטע הענט האָבן באגלייט, באגלייט,,, 


די באן האָט מיט א פארשטיקטן אָטעם גענומען שנײַדן איר וועג פון 
װײַט צו װײַט, דורך נאכט און פינצטערניש, וי עפּעס א ריזיקע פײַער- 
דיקע שלאנג. די רעדער האָבן פארצויגן זייער אײַזערן ליד. אף גאנצע 
אָנדערהאלבן מעסלעס פארצויגן, 


באהערשט פון א מידקײַט נאָך א גאנצן טאָג ארומלויפן איבער מאָסק- 
װוער גאסן, האָב איך זיך פארקליבן אפן אייבערשטן אָרט פון קופּע, 

א לאנגער געדיכטער וואלד האָט זיך געצויגן לענגויס דעם וועג, און 
די לעװאָנעישטראלן האָבן זיך געוויקלט אף די ביימער. די צײַט איז גע- 
לאָפן אונטער די רעדער, זיך צונויפגעגאָסן אין א פארנעפּלטן שטראָם, 
געוויגט זיך אין עפּעס א לײדיקײַט און פון שאָ צו שאָ געװאָרן פארגאג" 
גענהײַט, געװאָרן נעכטן, 

נעכסן אָפּגעפאָרן פון מאָסקוװוע. 


205 


פארשיידענע מענטשן באגעגנט מען אין צוג, און עס וואכט אוף דער 
פארלאנג צו דערוויסן זיך, ווער זיי זײַנען, װאָס זיי טראכטן, 

אָט זיצט אנטקעגן מיר א יונג מיידל, נאָך זייער, זייער א יונגע, אין 
א געבלימלט קאָפטעלע, אין דזשינסי-הויזן. זי איז גוט געשטימט, עפשער 
זיסע כאלוימעס געזען א גאנצע נאכט, און א ליכטיקײַט פון געמיט שײַנט 
אף איר פּאָנעם. אין דער ראם פון גאַלדיקע קורץ-געשוירענע האָר זײַנען 
אירע אויגן ענלעך אף צוויי טונקעלע קאשטאנעןן. 

ווער איז זי! א יונגע שישפּילערן? 
איך האָב ניט געטראָפן. 

זי איז אן אגראָנאָם אין א ראטווירט, געווען אין מאָסקװע אף א לאנד- 
ווירטשאפטלעכער באראטונג, איצט פאָרט זי אהיים, 

אירע געדאנקען שפּאלטן זיך. אָט איז זי נאָך אין דער הױפּטשטאָט. 
בלאַנדזעט ארום איבער די אלייען פון אלטן קרעמל, נוצט אויס די אָװנטן 
פאר טעאטער און מוזייען. זי איז געווען אף אן אויסשטעלונג פון פראנ- 
צויזישער מאָלערײַ און איז אנציקט פון דעם קאָלאָריט, פון דער לײַכטקײַט, 
אייניקע קאָמפּאָזיציעס האָבן איר אָבער אויסגעזען אומנאטירלעך, פרעמד, 
און אויך געוויסע פּייזאזשן -- צופיל סטיליזירט. און אָט איז זי שוין צוריק 
בא זיך אין ראטווירט און קאָן זיך ניט גענוג אָנדערציילן.. 

-- און איך האָב אײַך געהאלטן פאר א שישפּילערן. 

װײַזט זיך ארויס, אז אינגאנצן קיין טאָעס האָב איך ניט געהאט. זי 
איז ווירקלעך פארבונדן מיט דער בינעיקונסט. א שיינע פּאָר יאָר, װי זי 
טרעט אוף מיט פאָרלעזונגען אין אן אמאטאָרזיאנסאמבל, און אין איר קאָנ- 
צערט-פּראָגראם גייען אויך ארײַן לידער פון דעם ייִדישן דיכטער מאָטל 
גרוביאן, 

איך מאך א פארכידעשטע מינע, און זי גיט א שטיפערישן קוק אף מיר: 

-- װאָס װוונדערט איר זיך? 

אין שול האָט זי געהאט א ייִדישע מיטשילערן, װאָס בא אירע עלטערן 
איז דער דיכטער געווען צוגאסט, ווען ער האָט אָנהײיב זעכציקער יאָרן 
געװײַלט אף אוראל. זי האָט דעמלט אים געזען בא דער כאװוערטע אין 
שטוב. ער האָט געלייענט זײַנע לידער אין ייִדיש און אין רוסישער אי" 
בערזעצונג. זי האָט צום ערשטן מאָל אין לעבן געהערט ייִדיש, און עס 
זײַנען איר פארבליבן אין זיקאָרן פיר שורעס: 


אויך אין כאָלעם עפּל הענגען, 

און דער בוים איז פול מיט שײַן. 
וויל איך דאָך, אז אָט דער כאָלעם 
זאָל א ביסל לענגער זײַן.. 


מיט א באזונדערן כיין איז באשטראלט איר רוסישער ייִדיש, װי נאָר- 
װאָס באקומען פאר איר דעם ריכטיקן זין. | 

באם ראנד פון װײַטע ראכוועסדיקע סטעפּעס גייט אוף די זון, און דער 
גאנצער מיזרעך ברענט מיט א גאָלדענעם פלאקער. ס'לויפן פארבײַ פעל- 
דער, גרינע פלאמען וויגן דאָס אופגייענדיקע ברויט. באם פענצטער שטייט 
א יונגערמאן אין א כאקי-פאָרמע פון א סטודענטישן בוי-אָטריאד. מיט א 


5100 


יאָר צוריק האָט ער פארענדיקט א פּאַליטעכנישן אינסטיטוט, מע האָט אים 
איבערגעלאָזט אין דער אספּיראנטור, לעצטנס האָט ער אין די מאָסקװער 
ביבליאָטעקן געזאמלט מאטעריאל פאר זײַן דיסערטאציע. זײַן ספּעצלאלי- 
טעט איז שווארצע מעטאלורגיע. איצט פארט ער אף א פּאַר װאַכן אהיים 
פארן ארבעטיסעמעסטער אף דער בײַקאל-אמורער מאגיסטראל. אויך זײַן 
פאָטער איז א מעטאלורג, א זייער באוווסטער שטאָלגיסער, 

-- מישפּאַכעיטראדיציע? 

ניין, ער האָט נאָך ניט באשלאַסן, צי ער װעט נאָכן פארענדיקן די אס" 
פּיראנטור אוועק אפן מעטאלורגישן קאָמבינאט צו זײַן פאָטער. קאַן זײַן, 
ער זאָל בלײַבן אין אינסטיטוט אף פּעדאגאָגישיוויסנשאפטלעכער ארבעט. 

דערװוײַל ווארפט ער אלעמאָל א זײַטיקן בליק אף דעם מיידל. קוקט 
אף איר מיט א שטרענגער ערנסטקײַט. ערגעץ האָט ער זי געזען, נאַר ער 
קאָן זיך ניט דערמאַנען װוּ. ער װאָלט מיסטאם גערן פארבראכט מיט איר 
דעם גאנצן וועג, וואגט ער עפּעס ניט. אף א סעקונדע באגעגענען זיך 
זיײיערע בליקן. זי גיט א שמייכל, און איבער זײַן פּאָנעם לויפט דורך א 
ציטער, גלײַך זי װאָלט מיט א רענטגען-שטראל ארײַנגעקוקט אין זײַן 
מויעך און געזען זײַנע באהאלטענע געדאנקען. 

איבעריקנס, איז נאָך פאראן צײַט אף זיך צו באקאנען. א סאך צײַט, 

עס גייט אוף א פרילינג-טאָג. די זון וואשט ארום די ערד מיט ליכט, 
און אלץ אין דער נאטור הייבט אָן אויסזען נײַ, פול מיט יונגקלַט און 
האַפענונג, 

באם טישל, פארטאַן אין א זשורנאל, זיצט אן עלטערע פרוי. איר פּאַ- 
נעם איז באדעקט מיט דינע פעלדלעך, װי מיט פעדעם איבערגעצויגן, די 
גרויע האָר גלאט פארקעמט, די הענט --טרוקענע, מיט פארשפּיצטע גע- 
לענקן, ארבעטער-הענט, װאָס האָבן מיסטאמע א סאך צו דערציילן.. עס 
דאכט זיך, אז זי לייענט, אינדערעמעסן פארשטעלט זי אזוי אירע בליקן, 
געװוענדט צום מיידל, װאָס האָט זיך אויסגעצויגן אף דער פּאָלקע אין דער 
גאנצער לענג, פארלייגט די הענט אונטערן קאָפּ, און דאָס מאָרגנליכט 
פאלט און שפּילט אף איר פּאַנעם, 

קאָן זײַן, אז די פרוי האָט זיך דערמאַנט איר אייגענע יוגנט. 

.א שטעטעלע אין מײַרעוו-אוקראינע. א שנײַדערשע מישפּאַכע מיט א 
פולער שׂטוב קינדער. די עלטערע קינדער, וי נאָר זיי זײַנען אונטערגע- 
וואקסן, האָבן אײינציקװײַז פארלאָזט די היים, אוועק אין די גרויסע שטעט 
זוכן ארבעט, גליק. זי, די מיזינקע, איז געבליבן מיט טאטע-מאמע. 

שוין אין די ערשטע מילכאָמעיטעג האָט דאָס לעבן ארום איר זיך 
אײַנגעבראַכן, 

וויאזוי זי האָט זיך געראטעוועט? 

-- עס איז קעדלל צו דערציילן, 

אין א נאכט, ווען קיין ייִדן זײַנען שוין אין שטעטל ניט געווען, האָט 
מען זי געפונען א באהאלטענע אף א בוידעם. מע האָט זי געשלעפּט איבער 
די גאסן צום וואלד פון אומקום. פּלוצעם האָבן זיך באוויזן צוויי פּאָלי- 
ציאנטן, און איינער פון זיי האָט מיט א וילדער רעציכע אויסגערופן 

-- אָט די זשידאָווקע זוכן מיר שוין לאנג! 


207 


און ער איז מיט א האסטיקן זעץ איר פארפאָרן צווישן די אויגן אזוי, 
אז טרערן האָבן גענומען רינען. 

מע האָט זי גערן אָפּגעגעבן די צוויי פּאָליציאנטן, װאָס האָבן צוגעזאָגט 
זיך אָפּרעכענען מיט איר, וי ס'דארף צו זײַן. זי האָט דערפילט א שטארקן 
שטויס אין דער פּלייצע, מיט קלאָלעס אף א קאָל האָט מען זי געטריבן 
צום וואלד, פּלוצעם האָט די זעלבע הארטע האנט פאָטערלעך א גלעט גע- 
טאָן זי איבערן קאָפּ: 

-- לויף מיידעלע!,. מיט אָט דעם װעג װעסטוֹ ביז פארטאָג זײַן אף 
יענער זײַט... אונדז זײַ מויכל! 

און ווען זי איז שוין געווען װײַט, האָבן אין דער שווערער שטילקײַט 
אָפּגעהילכט עטלעכע שאָס.. 

פון יענער נאכט, פון איר זעכצעטן פרילינג, איז איר אפן גאנצן לעבן 
פארבליבן די גרױקײַט אפן קאָפּ, 

לויפט דער צוג. לויפן די ערשטע פעלד-בלומען, װאָס וועקן אין דער 
נעשאַמע טיפן פרידן. 

-- איר פרעגט, װאָס כ'האָב געטאָן אין מאַסקװע? 

איך האָב דאָרט א זון, זייער א געראָטענעם. ער איז א מעכאניקער אף 
א זאװואָד. די שנור, אויך זייער א וווילע, איז א לערערן. און צוויי אייי 
ניקלעך, טײַערע צוויי קינדער. כ'וואָלט אריבערגעפאָרן צום זון, האָב איך 
אָבער א ניי-פאבריק, װוּ כיארבעט שוין פינף און דרײיסיק יאָר! 

זי איז א בריגאדיר, מע שעצט זי, און כוץ אלעמען האָט מען איר דאָ 
ניט לאנג געגעבן א ווינונג אין איינעם פון די נײַסטע בלאָקן, 


טראָגט זיך דער צוג פון שטאָט צו שטאָט, פון װײַט צו װײַט, 

נאָך א נאכט איז פארבלל, 

עס קייטלען זיך די אוראלער בערג. גרויע, שטיינעריקע בערג מיט 
שיטערע צעשויבערטע וועלדלעך. װאָס װײַטער, אלץ טיפער די שטילקליט. 
די זון זעט מען נאָך ניט, אָבער זי ווארפט שוין פון אונטער די בארגי 
ראנדן גאנצע בונטן מיט שטראלן, 

דאָס מיידל פארפּאקט איר באגאזש. פארציט די דינע ברעמעןיבויגנס 
איבער אירע גרויסע, בליציקע אויגן. עפשער זוכט זי עמעצנס הילף.. 

דער יונגערמאן שטייט שוין װוידער באם פענצטער. פון זײַנע האלב- 
אָפענע ליפּן װעלן אָט-אָט זיך אָפּרײַסן װערטער, געווענדטע צום מיידל, 
נאָר ער וואגט נאָך אלץ ניט. סליווי, איז די צײַט שוין דורכגעלאָזט. באלד 
ענדיקט זיך דער וועג, 

מיר דערנעענטערן זיך צו דער לעצטער סטאנציע. זי איז נאָך װײַט. 
נאָר אלץ אָפטער טויכן אוף הליזער, שנײַדן זיך גאסן. 

אָט איז זי, די שטאַט. 

מיטאמאָל ווערט אלץ פארשוװונדן, און ווידער לויפן אנטקעגן פעלדער, 
בעוג, דערפער. נאָר שטאָטישע הײַזער באװײַזן זיך אלץ מער, זאװאָדן 
אלץ אָפטער, אװוטאָמאָבילן אף די וועגן אלץ געדיכטער. פּלוצעם רײַסט 
זיך די ראדלאָ-מוזיק איבער, און א לויטער קאָל גיט צו װיסן: 


208 


-- מיר זײַנען אַנגעקומען אין דער הױפּטשטאָט פון דאָרעם-אוראל! 

און דער צוג פאָרט ארײַן אין א שפּאַנלינײַעם װאָקזאל, װי אין א 
גלעזערנעם פאלאץ, . 

-- טשעליאבינסק! 


2 גאסן דערציילן 


די שטאָט מיט איבער א מיליאָן אײַנװױנער שפּרײט זיך אף ביידע 
זײַטן פונעם טײַך מיאס, 

א העכסט מאָדערנע שטאָט מיט ארכיטעקטוריאנסאמבלען פון גלאָז און 
בעטאָן, מיט װוּנדערלעכע פּלעצער און פּראָספּעקטן, פּארקן און סקווערן, 
מיט ריזיקע זאװאָדן, פאבריקן און לערןדאנשטאלטן. 

א מעסיק שטילע און רויקע שטאָט. אזא איז דער ערשטער אײַנדרוק 
פון טשעליאבינסק, דעם אינדוסטריעלן גיגאנט פון דאָרעם-אוראל, װאָס 
לעבט פאקטיש אן אָנגעשטרענגט שעפעריש לעבן און אלץ דאָ איז אוני 
טערטעניק אָט דעם לעבן. דער הײַנט און דער מאָרגן, דער אינדערװאַכן 
און דער יאָמטעו, 

ברייטע גאסן און שמאָלע געסלעך קרייצן זיך, לויפן אין אלע ריכ- 
טונגען. יעדער גאס מיט איר נאָמען, מיט איר געשיכטע, אָפט א פארשׂטיי- 
נערטע אין דענקמעלער, א פארקריצטע אף וענט פון הײַזער, | 

גאסן דערציילן... 


ער איז אָקאָרשט ארויס פונעם שפּיטאָל און געגאנגען א מידער, מיט 
א קרענקלעך אױסגעמאָגערט פּאָנעם. ער איז געווען יונג. קוים פינף און 
צוואנציק יאָר אלט, און דאָס גאנצע לעבן זײַנס איז געווען אין דער צו" 
קונפט, 

דער טאָג, א שפּעט-הארבסטיקער, האָט זיך אויסגעגעבן א כמורנער, 
א גרויער. פונעם טײַך האָט געצויגן א פּײַכטער װינט, זיך פארקליבן אין 
זײַן אלטן שינעל. נאָר ער האָט ניט געפילט די קעלט, באהערשט פון אילן 
געפיל, איין פארלאנג, איין געדאנק -- װאָס גיכער זיך ווידער נעמען פאר 
דער ארבעט, װאָס אים האָט פארטרויט די רעװאַליוציע. 

באם ברעג פון מיאס האָט ער דערזען א גרויסע מאכנע מענטשן. עמע- 
צער איז געשטאנען אף אן איבערגעקערטער פאס און, פאָכנדיק מיט די 
הענט איבער די קעפּ, געפּרוּװוט מיט אלע קויכעס עפּעס ארײַנשרײַען אי" 
נעם אופגעברויזטן מענטשלעכן גערודער. ער האָט זיך דערנעענטערט. 
גענומען זיך אײַנהערן אין די רייד, און װאָס מער ער האָט ארײַנגעדרונ" 
גען אין זייער אינהאלט, אלץ שטארקער האָט זיך צעברענט דער פארלאנג 
אליין אופצוטרעטן, דערװײַזן, װוּ עמעס און װוּ פאלש, און ניט געקוקט 
אף דער מידקײַט און שוואכקײַט, איז ער ארוף אף דער אימפּראָװיזירטער 
טריבונע. װי א כוואליע, איז זײַן שטים דורכגעלאָפן איבער דער מענטשן-. 
מאכנע און געװעקט אין די הערצער זיכערקײַט און גלויבן. | 


969 


אזא איז ער געווען, דער יונגער שמועל צווילינג, דער קעמפער און 
טריבון, וועלכער איז בא דער צארישער מאכט געהאט פארמישפּעט גע" 
װאָרן צום טוט און בא דער סאָוועטנמאכט געװאָרן דער ערשטער פאָר- 
זיצער פון טשעליאבינסקער ארבעטער- און סאָלדאטןיראט, 

װאָס שטארקער זײַן פּאָפּוליאריטעט איז געוואקסן, אלץ העפטיקער 
האָבן די סאָנים געלויערט נאָך אים. און אין איינעם א פארטאָג פונעם 
יאָר 1918 האָבן קאָלטשאקס קאזאקן אים אומגעריכט באפאלן, אכזאָריעס- 
דיק דערמאָרדעט, 


שטייט ער איצט, סאמולל מאָיסייעװויטש צוילינג, אױסגעגאָסן פון 
טונקלען מעטאל, אף זײַן שטיינערנעם פּאָסטאמענט און קוקט אראָפּ צו 
דער גאס, װאָס טראָגט זײַן נאָמען, צו דער שטאָט, װאָס שפּרײט זיך פאר 
אים און איז געװאָרן ניט צו פארגלײַכן מיט דער פריערדיקער, אזוי גרויס 
איז זי, זויבער, הײַנטצײַטיק, 

עס בויט זיך די שטאָט. דער גאנצער אוראל בויט זיך. און זײַן סיביר, 
װוּ ער איז אופגעוואקסן, בויט זיך אויך. און אין די ערטער, װוּ מע האָט 
אים ארומגעטריבן פון עטאפּ צו עטאפּ אָן א שטעג און אָן א וועג, לייגט 
מען אויס נײַע באןישטרעקעס און מע בויט זאװאָדן, שטעט.. 

מיטאמאָל פארשווינדט די גרענעץ צווישן צײַטן און אף א רעגע זעט 
מיר אויס, װי פון די פילצאָליקע פאָטאָגראפיעס, װאָס זײַנען אויסגע- 
שטעלט אפן שטאָטישן ערן-טאַול ניט װײַט פונעם דענקמאָל, שמייכלען 
אריבער צו אים די מענטשן, װאָס שאפן און בויען, 

און עס גיסן זיך אזוי צונויף דער געכטן מיטן הײַנט.. 

מיר ווארפט זיך אין די אויגן אפן ערןיטאָװל א פאָטאָ מיט דער אונ- 
טערשריפט: 

לויטערשטיין צאָדעק גערשקאָװיטש, 

איך קוק זיך אײַן אין בילד. הארטע שטריכן. שארפע קארבן ארום דעם 
מויל, א הויכער שטערן, 

וועגן דעם מענטשן האָב איך געהערט. ס'האָט מיר דערציילט ועגן 
אים דער יונגער וויסנשאפטלעכער מיטארבעטער פונעם פאָרשערישן אינ- 
סטיטוט פאר טראקטאָר-בויונג מאָרדכע לעוויטאנוס. אים טאקע האָב איך 
געבעטן, ער זאָל מיך באקענען מיט לויטערשטיינען, 

--- מיר זאָלן אים נאָר טרעפן אין דער היים.., די פרײַיע צײַט פאר- 
ברענגט ער געויינלעך אף זײַן דאטשע, ער האָט זייער ליב פּאָרען זיך 
בא ערד, 

א קלונג אין טעלעפאָן, און לעוויטאנוס זאָגט מיר אָן, אז צאָדעק לול- 
טערשטיין ווארט אף אונדז, 


ראַװונע איז װײַט פון טשעליאבינסק, 

אין הארבסט 1942, ווען גאנץ אוראל האָט טאָג-וויינאכט געקאַװעט 
דעם ניצאָכן איבערן היטלער-דײַטשלאנד, און טויזנטער, טויזנטער יידן 
פון פּױלן, אוקראינע, װײַסרוסלאנד האָבן אין די אוראלער שטעט געפונען 


175 270 


א צײַטװלײַליקע היים, האָט אין ראָװונער געגנט זיך אָנגעהויבן די ליקוי 
דאציע פון דער טרויעריקיבאוווסטער ווארקאָוויטשער געטאָ. 

צאָדעק איז אלט געווען זיבעצן יאָר, און ער האָט ניט געװאָלט אומי 
קומען. 

בייס איינער פון די לעצטע אקציעס אין ער פלינק, װי א קאץ, פאר- 
שװוּנדן צװוישן די ליידיקע, כאָרעװע הײַזער, דערנאָך זיך ארויסגעדרא- 
פּעט פון אונטער די שטעכלדראָט-פארצוימונגען. עס האָט געקלאפּט דאָס 
הארץ, געשלאָגן הילכיק, אָפט. אין דער ברוסט, אין די שלייפן. עס האָט 
זיך געדאכט, אז די פיס פאָלגן ניט, אז זיי זײַנען צוגעשטעלטע, פרעמדע, 
נאָר ער איז געלאָפן.. 

און ווען עס האָט קוים-קוים אָנגעהויבן שפּראָצן אף טאָג, איז ער שוין 
געווען אין וואלד, װוּ א גרופע פון א מענטשן זיבעצן, אנטלאַפעגע פון 
געטאָ, אויסגעהונגערטע, אויסגעמאטערטע, האָבן קימאט מיט ליײידיקע 
הענט געפירט א פארטיזאנישן קאמף קעגן אַקופּאנט, 

-- אין א צײַט ארום זײַנען מיר געבליבן עלף מענטשן, --דערציילט 
לויטערשטיין, -- מיר האָבן שוין געהאט א ביסל געווער.. דער ווינטער 
אָבער איז אויסגעפאלן א שװערער, א גיפטיק קאלטער, מיט שטארקע 
ווינטן און שנייען, און מיר זײַנען געווען אָן שפּײַן, אָן געהעריקער קללי- 
דונג... נאָר מיר האָבן ניט אופגעהערט באפאלן די דײַטשישע פּאַסטנס, 
צינדן די װוינונגען, װוּ דײַטשן זײַנען אײַנגעשטאנען, אופרײַסן בריקן.. 
אין איינער פון די שלאכטן האָט מען מיר פארװוּנדעט א פוס. אן אָרטיקער 
אײַנװוינער, אן אוקראלנער, האָט מיך אויסבאהאלטן אין א בונקער, 

דער פוס האָט געווייטעקט, געיאטערט. עס האָט זיך געװאָלט שרײַען, 
גאר שרײַען האָט מען ניט געטאָרט, װײַל ס'האָט געקאַנט קאַסטן דאָס 
עבן... 


פרילינג 1944 האָט די סאָוועטישע ארמיי באפרײַט די געגנט. לויטער- 
שטיינס כאוויירים, די געוועזענע פּארטיזאנער, זײַנען באלד אװועק אפן 
פראָנט. אים האָט מען ניט גענומען איבערן פוס. ס'איז אפילע ניט באק- 
וועם צו דערציילן, ער האָט זיך דאן צעוויינט פאר דער קאָמיסיע װי א 
קינד, 

די מילכאָמע איז אוועק אף מײַרעוו, און ער איז געבליבן אליין. װוּהין 
זיך קערן, ווענדן? 

אין טשעליאבינסק האָט זיך אָפּגעזוכט זײַנער א קאָרעוו.. 

אזוי זעט אויס צאָדעק לויטערשטיינס נעכטן 


איצט איז ער אן אָנגעזעענער מענטש אין שטאָט. שוין איבער דרליסיק 
יאָר ארבעט ער אף א זאװאָד אלס טעסליער. אין א צעך, װוּ זײַן עלטערער 
זון, גרישע לויטערשטיין, איז נאטשאלניק, און זײַן שנור, מילא ---אינ- 
זשעניער-טעכנאָלאָג. דער צווייטער זון, ארן, איז א מאָנטאזשניק, און זײַן 
פרוי --- אויך אן אינזשעניער, 


21 


אָט אזוי האָט די מישפּאָכע לויטערשטיין פארבונדן איר לעבן און גוירל 
מיטן לעבן און גוירל פון אוראל, 
גאסן דערציילן, 


סאָניע איז אריבערגעפאָרן פון וויטעבסק קיין טשעליאבינסק. געמיינט, 
אז אפן אוראל װעט דאָס לעבן איר אָנקומען גרינגער. זי האָט אָבער באלד 
דערפילט אויך דאָ די ייַדישע רעכטלאַזיקײַט. דערפאר אָבער האָט זי אָנ- 
געטראָפן אף א ברייט פעלד פאר רעװאַליװצ;אָנערער טעטיקײַט. און ניט 
געקוקט אף איר יונגן עלטער, איז זי גיך געװאָרן ,די מאמע? פון דער 
אונטערערדישער פּארטיי-אָרגאניזאציע. און עס האָט זיך אנטפּלעקט און 
צעבליט איר טאלאנט פון א פּראַפעסיאָנעלן אומדערמידלעכן רעװאָליןו- 
צַיְאָנער, | 

ווען די װײַסגווארדייישע טיילן האָבן זיך ארײַנגעריסן קיין טשעליאי 
בינסק, איז זי ארעסטירט געװאָרן. עס הייבט זיך אָן דער וועג פון װאָכג- 
לאנגע גרויזאמע פּײַניקונגען, מע האָט זי געשלאָגן מיט נאהײַקעס און 
שאָמפּאָלן, אויסגעברענט שטערנס אפן נאקעטן לײַב. אין דער נאכט אפן 
8 מײַ 1919 האָבן שיקערע קאזאקן פון דער קאַנטר-אױסשפּירונג איר אָפּי 
געגעבן ,קאַװועד? און זי די ערשטע דערשאָסן אין הויף פון טפֿיסע. 

פון סאַניעס א בריוו: 

,בא אונדז האָט מען צוגערויבט די פרײַהײַט. גרויזאם אונדז געפּלי 
ניקט, נאָר. ניט געקאַנט צונעמען דאָס געזאנג, אין וועלכן יעדערער פון 
אונדז האָט אין דער לעצטער מינוט פון זײַן לעבן ארײַנגעוועבט זײַן 
גלויבן אין א ליכטיקער צוקונפט.,? 

איך בלעטער פארגעלטע פון יאָרן זײַטלעך, געדרוקטע אף גראָב פּאק- 
פַּאפּיר, און לייען פּראָסטע, אופריכטיקע און רירנדיקע שורעס, געווידמעט 
דעם הייליקן אָנדענק פון סאָניע קריוואיא: 


2 ג044 03201086 ח ,מטבּעאג גע 
.022מ2 0ת26036ט 2600 34 

2מעסמת מ108001 ע סחמוסקת 0180ז26 26 
4 ש8ס08060 384 600566 8084סטץס 3 


א יונג שווארצכיינעוודיק מיידל שטעלט מיך אָפּ אפן טראָטואר און 
טוט א שײַן אף מיר מיט א קאָרן-בלימלדיקן שמייכל: 

-- װוּ איז דאַ די גאס אפן נאָמען פון סאָניע קריוואיא? 

און מיר דאכט, אז דאָס פרעגט זיך נאָך סאָניע אליין אף דער גאס, 
װאָס טראָגט איר נאָמען, א גאס ארומגערינגלט פון אינסטיטוטן, וויסנ- 
שאפטלעכע אנשטאלטן, ריזיקע קאָרפּוסן פון סטודענטישע צוזאמענוווינוג- 
גען, װוּ עס װוערט קײנמאָל ניט אנטשטומט פריידיקער רויש און געזאנגי. 


1 אי דאָס לעבן, אי דאָס גליק האָט זי אָפּגעגעבן פאר דער זאך טונעם ארבעט-". 
פאָלק, איר קינדהײַט איזן אװעק און די יוגנט איז אװעק אין הארבן קאמף פאר 
פרײַהײַט. (רוס.) 


דל 6--17 


הערץ קלעבאנאָוו איז אויך געקומען פון װײַסרוסלאנד. געקומען אין 
אן אנדער צײַט און אין אנדערע באדינגונגען. אים האָט אלס קינד פאר- 
טראָגן אפן אוראל דער שטראָם פון דער צווייטער װעלטימילכאָמע, און 
זײַן וועג איז געווען טיפּיש פאר דעם דאָר, װאָס איז ארײין אין לעבן באלד 
נאָכן גרויסן ניצאָכן איבער היטלער-דײַטשלאנד, 

-- מײַן דאָר איז געוואקסן און זיך פאָרמירט אין די ערשטע מילכאַמע- 
און נאָכמילכאָמעײיאָרן, ווען קיינער האָט נאָך קלאָר ניט געקאָנט זיך פאָר- 
שטעלן, װאָס ווארט אף אים מאָרגן. מ'קאָן זאָגן, אז מײַן דאָר איז גע" 
שטאנען אפן שיידוועג פון דער הײַנטצײַטיקער געשיכטע.. 

ער האָט מיט א גאָלדענער מעדאל פארענדיקט די מיטלשול, דערנאָך 
אָנגעקומען זיך לערנען אין טשעליאבינסקער פּאַליטעכנישן אינסטיטוט און 
מיט דערפאָלג אים פארענדיקט, 

פון יענער זײַט פענצטער, געטריבן פון ווינט, דרייען זיך װײַסע שׁניי- 
עלעך, האווענדיק אין עפּעס אן אײַלעניש, גלײַך זיי װאָלטן זיך געשעמט 
פארן ארלײַנרײַסן זיך אין סאמע פרילינג. אינעם פענצטער--א לויטערע 
הימלשע װײַסקײַט, א פארשנייטע פירקאנטיקײַט פון א ניטיגרויסן שטאַ- 
טישן פאָרמאט, און אין דער קאָנסטרוקטאָריביוראָ --א לױטערקײַט פון 
געדאנק. פלײַסיקע הענט פירן פאָרזיכטיק איבער װײַסע וואטמאן"בויגנס, 
און עס לייגן זיך אויס דײַטלעכע ליניעס פון צייכענונגען און שורעס פון 
פאָרמולעס, 

אריבערגעבויגן איבער א צייכענונג זיצט הערץ קלעבאנאָוו, דער ללל- 
טער פון א גרופּע קאָנסטרוקטאָרן אפן טשעליאבינסקער טראקטאָר-זאװאָד, 
זײַן פאך איז דער מאָטאָר, דאָס הארץ, אזוי צו זאָגן, פונעם טראקטאָר. 
פאר די דרי און צוואנציק יאָר ארבעט אלס אינזשעניער-קאַנסטרוקטאָר 
האָט ער געשאפן פינף נײַע מאָדעלן פון טראקטאָרימאָטאָרן. ער איז דער 
אווטאָר פון צוויי און דרײַסיק וויסנשאפטלעכע ארבעטן, דערונטער אזעל- 
כע וויכטיקע דערפינדונגען, װי א נײַער מין פילטער פארן מאָטאָר, װי 
אויסנוצן אין געוויסע טיילן פון מאָטאָר פלאסטמאסע אָנשטאָט מעטאל, 
און אנד, 

אין 1977 איז אף דער אלפארבאנדישער אויסשטעלונג פון דערגרל- 
כונגען אין דער פאַלקסווירטשאפט עקספּאַנירט געװאָרן א דערפינדונג, 
וועלכע ער האָט געמאכט צוזאמען מיט זײַן יונגן פרײַנט און מיט. 
ארבעטער -- וואלענטין פּאָוואלאָוו. קלעבאנאַוו איז באלוינט געװאָרן מיט 
א מעדאל פון דער אויסשטעלונג און וואלענטינען איז צוגעטיילט געװאָרן 
דער ערנטיטל -- לאורעאט פון דער פּרעמיע פון לענינישן קאָמסאַמאָל. 

-- אין איצטיקן מאָמענט באשעפטיקט מיך די פּראָבלעם פון גאזיאויס- 
טויש אין מאָטאָר, -- קלעבאנאָוו פארשטייט, אז איך בין װײַט פון זײַן 
טעכנישער וועלט, אז מיר דארף מען אלץ דערקלערן מיט פּאַשעטע ווער- 
טער, דערפאר באמיט ער זיך װאָס װינציקער צו באנוצן סכעמעס, מאטע- 
מאטישע גלײַכונגען. לײַכט, פּראָסט און צוגענגלעך איז זײַן שפּראך,--- 
פאָרויסזען אין טעכניק איז א שװערער איניען, עס הענגט אָפּ פון אינ- 
טויִציע, אסאַצלאציעס, פון קאָלעקטיון. צומאָל זײַנען דערפינדונגען ריין 
,צופעליקע?. אָבער די ליבע צו דעם אָביעקט, װאָס דו פאַרשסט, איז 


275 


יענער פאקטאָר,,. וועלכער פארשנעלערט דאָס דערשײַנען פון גליקלעכע 
צופאלן.. | 

בעשאס קלעבאנאָוו אנטוויקלט פאר מיר זײַן טעאָריע, פּרווו איך אָנ" 
ווארפן אין מײַן בלאָקנאָט די הױיפּט-שטריכן פון זײַן פּאַָרטרעט. א מיטל- 
װוּקסיקער, פעסט געבויט, מיט אָוואלע פּאָנעםישטריכן און ברייט צעעפג- 
טע אויגן הינטער ברילן פון א קורצזיכטיקן. א פּאָנעם א לעבעדיקס, פון 
וועלכן ס'ווייעט מיט הארציקײַט. אלץ אין אים איז בוילעט, נאטירלעך; 
ער זעט אויס א סאך יינגער פון זײַנע פיר און פערציק יאָר. און איך 
טראכט, װאָס פאר א װוּנדער ס'טוט אוף אָט דער מענטש אין בָלִי פון 
זײַנע יאָרן, א פארליבטער אין זײַן ארבעט, א באגײַסטערטער פון וויסג- 
שאפטלעך-טעכנישן פּראָגרעס. | - | 

גערעדט האָבן מיר אף מאמעלאָשן און איך בין פארכאפּט געווען פון 
זײַן װײַסרוסישן יידיש, | 

--- פונוואנען קומט צו אײַך אזא שפּרודלדיקע שפּראך? איר זענט מיס- 
טאמע דער איינציקער אין שטאָט? 

א צופרידענער שמייכל האָט א פינקל געטאָן אין זײַנע אויגן און זיך 
צעשטראלט איבערן גאנצן פּאָנעם, 

-- איינער-ניט-איינער, נאָר עכאָד מין עלעף, איינער פון טויזנט, 

-- וויפל זשע האָט איר עס אלאָפים אין טשעליאבינסק? + 

-- איך ווייס ניט גענוי די ציפער, נאָר איך מיין, אז בא א צואנציק 
טויזנט. און פארשטייט זיך, אז א סאך ריידן ייִדיש. מיט א װאָך צוריק 
האָט גאסטראָלירט בא אונדז דער מאָסקװער ייִדישער דראמאטישער אנ" 
סאמבל., דרײי ייִדישע אָװנטן, דרײַ אנשלאגן! 

הערץ קלעבאנאָוו האָט ליב אלץ גרינטלעך צו וויסן. און די אינטע- 
רעסן זײַנע זײַנען ברייט, װי דאָס וויסן אליין. ער איז אויך ניט גלײכ- 
גילטיק צו קינסטלערישער ליטעראטור, באזונדערס צו ייִדישער, װאָס איז 
אין א געוויסער מאָס זײַן צווייטע וועלט. ער פירט א ברייטע קאָרעספּאָנ- 
דענץ מיט אָנגעזעענע ייִדישע שרײַבער, רופט זיך אָפּ אף זײערע ווערק. 
אין זײַן ביבללאָטעק זײַנען אויסגעשטעלט אלע דערשינענע ייִדישע ביכער, 
שוין אָפּגערעדט פונעם זשורנאל , סאָװעטיש היימלאנד". 

-- איך האָב זייער ליב אונדזער ליטעראטור... זי פארדינט מער אופ- 
מערקזאמקליט... נאָר ליידער פאָדערט מײַן ארבעט א סאך צײַט. און זי, 
די צײַט, שטעמפּלט איר גאנג מיט דער מאָנאָטאַנקײַט פון אן אװוטאָמאט.. 

אין זײַן קאָל האָט עפּעס א ציטער געטאָן, װי ער װאָלט זיך פארענט- 
פערט פאר מיר, הערצל באָריסאָװויטש קלעבאנאָוו! 

גאסן, נעמען, מענטשן. | יי 

װײַסע נעמען אײַנגעפאסט אין בלויען עמאל, נעמען פון העלדן, מאר- 
טירער: זאלמען לעבקאָוו, סאָלאָמאָן יעלקין, ריטע קאָטיאנאָווסקאיא... יע" 
דערער מיט זײַן פרילינג, מיט זײַן כאָלעם, מיט זײַנע פינף און צוואנציק 
לאָר.., : 
פּונקט וי סאָניע קריוואיא, איז אויך ריטע געקומען אפן אוראל פון 
װײַסרוסלאנד פאר דער רעװאָליוציע און געטיילט דעם זעלבן גוירל. 

פון ריטעס לעצטע װערטער: בס א ערע א אע 


274 


,,..אין עטלעכע שאָ ארום װעט מען מיך שיסן. וויינט גיט... איך האָב 
נאָך גאָר װייניק באוויזן אין מײַן לעבן. דאכט זיך, נישטאָ פארװאָס מיך 
צו שיסן. נאָר אזוי װוילן די הענקער... פארגעסט מיך גיט,." 

װאָס קאָן זײַן מער פארברעכעריש פון אויסלעשן אומשולדיקע לעבנס? 
וויפל לידער זײַנען געבליבן ניט דערזונגענע, כאסענעס ניט געשפּילטע, 
קינדער ניט געבוירענע?. 


מיר גייען איבער די גאסן פון טשעליאבינסק מיט אבראם דאװידאַ- 
וויטש קאצמאנען, דעם לייטער פון דער קאטעדרע פאר מאטעמאטיק אין 
פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, 

קאצמאן האלט זיך פאר א טוישעוו, א ,קאָרענו", כאָטש אליין שטאמט 
ער פון א שטעטל אין דער אוקראינע, װוּ אין ייִדישע שטיבער זײַנען גע- 
וואקסן קינדער א סאך און האָפענונגען זײַנען געווען װײיגיק, 

ידי קינדהײַט האָט אװראָמען ניט געשאנעוועט. ער איז אלט געווען דרלי 
יאָר, ווען מאכנאָיבאנדעס האָבן דערהארגעט זײַן פאָטער און עס איז געײ 
בליבן א שטוב מיט זעקס יעסוימים. אויך די יוגנט האָט אים ניט גע- 
צערטלט. פרי געמוזט ווערן א פארדינער. געארבעט אין א קאָנטאָר און 
געכאָלעמט פון בילדונג. ער האלט אויס עקסטערן די עקזאמענעס פאר 
דער מיטלשול און קומט אָן אין אָדעסער אוניווערסיטעט. און אין איינעם 
א זומער-טאָג האָט ער באקומען צוויי זאכן מיט איין מאָל: דעם דיפּלאָם 
און א טאנק... 

א געניטער טאנקיסט, האָט דער עלטערער לייטענאנט קאצמאן געװוּסט 
אין שלאכט די פּרײַן פון א סעקונדע, אלעמאָל באוויזן אויסצונוצן זי, 
ארױיסרײַסן באם גוירל די דעצידירנדיקע רעגעס. ער האָט העלדיש גע- 
קעמפט. הינטער קורסק איז ער שװער פארװוונדעט געװאָרן. זײַן טאנק 
האָט געברענט, און דער טויט האָט שוין געשריבן איבער אים זײַן אורטייל, 

ער איז אָפּגעשיקט געװאָרן אין טיפן הינטערלאנד, כאדאָשים-לאנג 
האָט זיך געצויגן דער געראנגל צװישן טויט און לעבן. אזוי איז ער גע- 
װאָרן א טשעליאבינסקער, | | | 
| איבער דרלי צענדליק יאָר איז א לאנגע צײַט אין א מענטשנס לעבן, 
און ווען עס גייט א רייד וועגן רײַפע יאָרן, איז עס קימאט א גאנץ לעבן, 
אבראם דאװידאָװיטש האָט די אלע יאָרן אָפּנעלעבט אפן אוראל. דאָ האָט 
ער געמאכט זײַנע ערשטע זעלבשטענדיקע טריט אלס לעקטאָר פון מאטע- 
מאטיק אין א נאָרװאָס געגרינדעטן לערנאנשטאלט פאר מאשינבויונג (דער 
הײַנטיקער פּאָליטעכנישער אינסטיטוט), וועלכער האָט זיך געפונען אין 
א קליינער, ענגער צװײישטאָקיקער געבלידע, | 

מיר גייען לענגויס דעם שיינעם, ראכוועסדיקן לענין-פּראָספּעקט, װאָס 
ציט זיך מײַלן די װײַט און אָטעמט מיט דער לופט פון הײַנטצײטיקײַט, 
און איך פיל קאצמאנס גרויסן באגער צו באװײַזן מיר די אולטרא-מאָ- 


דערנע קאָרפּוסן פונעם פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, װאָס פארנעמט גאנצע 
קווארטאלן, יי 


275 


-- מיר האָבן הערלעכע לאבאַראטאָריעס מיט דער נײַסטער אויסשטא- 
טונג... און דעריקער א יוגנט האָבן מיר, װאָס איז װוערט דאָס אלץ! 

א ווארעם רעגנדל האָט לײַכט א שפּריץ געטאָן און אָנגעפילט מיט 
פרישקײַט די פּארקן און סקווערן, פונוואנען עס האָבן זיך א טראָג געטאָן 
די ערשטע זיסע רייכעס פון אופגעוואכטע גרעזער און בלומען. דער הימל 
איז געלעגן איבער די דעכער אן אָנגערױיטלטער. אין די פילצאַליקע 
פענצטער האָט אופגעפלאמט דער זונפארגאנג, און די שטאָט האָט אויס- 
געזען װי געפּאנצערט אין בראָנזע. א בילד פון הארמאָניע, באוועגונג און 
לעבן. א ליכט-געמיש פון א נײַגעבױרענעם פארנאכט. 

עס איז געווען גראָד די שאָ פּיק. די גאסן,. דער טראנספּאָרט, אלץ איז 
געווען איבערפולט פון מענטשן, און די שטאָט, װאָס האָט מיט א פּאַר שאַ 
צוריק מיר אויסגעזען אזא רויקע, איז ניט געווען צוֹ דערקענען, 

-- דאָס לעבן האָט איבערגעאנדערשט דאָס פּאָנעם און דעם אינהאלט 
פון פיל זאכן און באגריפן.., 

און איך האָב פארשטאנען, אז קאצמאן וויל, איך זאָל אלץ זֶען מיט 
זײַנע אויגן, מיט זײַן אופגעפלאמטער באגײַסטערונג פאר זײַן שטאָט, פאר 
זײַן טשעליאבינסק, 


א ווארעמע שטילע נאכט איבער טשעליאבינסק, 

די שטאָט רוט נאָך אן אָנגעשטרענגטן ארבעטסטאָג. איבער די גאסן 
זעלטענע אװטאָמאָבילן, זעלטענע שײיַן אין די פענצטער. די שטאָט רוט, 
קעדיי מיט נײַע קויכעס באגעגענען דעם מאַרגעדיקן טאָג. אִיך ווייס, עס 
װעט זײַן א טאָג פון לערנען, פון שאפן און פון בויען, 


3 וידער אין צוג. 


א צופאל?.. 

ער האָט געוווינט אין דעם זעלבן הויז, װוּ איך האָב זיך אָפּגנעשטעלט, 
מיר האָבן אפילע א פּאָר מאָל זיך באגעגנט אף די טרעפּ, און מיר איז 
אופגעפאלן זײַן אויסזען, װאָס איז באשטאנען פון לויטער קאָנטראסטן. א 
מענטש איבער די זעכציק, איז ער געווען שלאנק, די באוועגונגען -- לײַכ- 
טע, קימאט ייִנגלשע און אף זײַן פּאָנעם, א שטארק געעלטערטס, האָבן די 
אויגן געלויכטן יונג און מיט פלאם. איך האָב זיך נאָכגעפרעגט אף אים בא 
מײַנע באקאנטע און זיך דערװוּסט, אז ער שטאמט פון דער אוקראינע, 
האָט זיך באזעצט אין טשעליאבינסק נאָך דער מילכאָמע, געארבעט אלס 
לערער און דאָ ניט לאנג ארויס אף פענסיע, 

איצט האָט געטראָפן, אז מיר פאָרן צוזאמען אין א קופּע פאר צווייען. 

דערװײַל שטייט ער נאָך אפן פּעראָן, װאָס איז באגאָסן מיט א ראָזלעך 
ליכט פון א לויטערן בייז-האשמאָשעס, געזעגנט זיך מיט א פרוֹי. װאָס 
זעט אויס א סאך ייִנגער פון אים. א פרוי מיט שטרענג פארקעמטע שוואר- 
צע האָר, איבערגעפלאַכטן מיט דינעם זילבער, און שיינע צונויפגערוקטע 
ברעמען איבער עטװאָס געשליצטע אויגן, : 


276 


זי פאריכט מיט א זשעסט פון געטרײַשאפט דאָס שארפעלע ארום זײַן 
האלדז, און איבער איר מאָנגאַלישיסלאװיש פּאַנעם שנײַדט זיך אין דער 
גאנצער ברייט עפּעס א פארליבטע, פריידיקע ליכטיקײַט, 

דער צוג רירט. | 

איר פּאַנעם װערט פּלוצעם פארענדערט. װערט ערנסט, ערנסט. די 
מאנדלפאָרמיקע אויגן פארציען זיך מיט פײַכטקײַט. זי שרײַט עפּעס נאַך, 
בלײַבט הינטערשטעליק, און ער ענטפערט מיט א קינדישן, א ביסל שולי 
דיקן שמייכל, 

די באן הייבט אָן גיין שנעלער. פּלאַנטערט זיך ארויס פון דער טשע- 
ליאבינסקער רעלסױינעץ. די רעדער קלאפּן איײנטאַניק אויס א פאנטאס- 
טישן ריטם, און ער קוקט דורכן פענצטער צו דעם לויפנדיקן דרויסן, װאָס 
האָט, דאכט זיך, אינגאנצן באהערשט זײַן אופמערקזאמקליט, 

איך פרעג, צי ער פאָרט קיין מאָסקװע, 

ער ענטפערט; 

-- נאָך װײַטער -- קיין לענינגראד, 

-- איר האָט דאָרט עמעצן? 

-- איך פאָר צו מײַנער אן אלט-יבאקאנטער, וועלכע איך האָב פאראיאָרן 
צופעליק אָפּגעזוכט, 


ער ווערט אנשוויגן. כאפּט שווער אָפּ דעם אָטעם. די ווינקלען פון זײַנע 
ליפּן לאָזן זיך טרויעריק אראַפּ, און די פינגער, זוכנדיק עפּעס אין דער 
לופט, קרייצן זיך אומבאהאָלפן איבער דער ברוסט, 

-- דעם עמעס געזאַגט, פאָר איך ניט זייער גערן, --נעמט ער אַן א 
פארטרוילעך-היימישן טאָן, -- מער וי איין מאָל קאַן די װײַטע יוגנט זיך 
ניט איבערכאזערן. מײַן באקאנטע אָבער בעט, איך זאָל קומען... און מײַן 
פרוי האָט אויך מיך צוגערעדט.. 

ער הייבט אוף צו מיר דאָס פּאַנעם, און מיר דוכט, אז איך זע, װי עס 
שפּיגלען זיך אָפּ אף דעם סימאָנים פון שווערן יישעוויהאדאס, 

עס פארגייען נאָך עטלעכע מינוט אין טיפן שטילשװײגן, דערנאָך 
הייבט ער אָן דערציילן, און עס פליסטערט ווייך זײַן ווארעמע שטים, 


...דרײַסיק יאָר האָב איך פון איר גאַרנישט ניט געװוסט, ביסלעכװײַן 
אָנגעהױבן זי פארגעסן. כאָטש אין מײַנע כאלוימעס האָט אַפט, װי א פונק, 
אופגעפלאמט איר געשטאלט, א שטראל געטאָן און פארלאָשן געװאָרן, 

און אָט שטיי איך הינטער איר טיר, 

איך ווארט, מיר זאָל עפענען א יונג, שווארצכיינעוודיק מיידל מיט א 
ליכטיקן שמייכל אפן פּאַנעם, 

-- אזוי אומגעריכט? 

נאַָר וויפל האָב איך עס געווארט.. א מינוט, צוויי א גאנצע אייביי 
קליט? 

א שארפער אומרו האָט פארפלייצט מײַן געמיט, און פאר די אויגן האָט 
א בלענד געטאָן מיט יונגע זוניקע טעג, 


277 


ייונגע, זוניקע טעג.. | | | | 

כאָטש א צײַט איז דעמלט געוען אן אומרולקע. דער מילכאָמעיקאָשײ 
מאר האָט דערגרייכט צו די ברעגעס פון דער װאָלגע, 

מיר האָבן זיך באגעגנט אין טשעליאבינסק, װוּהין דער גוירל האָט 
אונדז ביידן פארטראָגן -- מיך פון דאָרעם, זי פון צאָפן, 

איך האָב זי דערזען אף אן אויסשטעלונג פון קינסטלער--רויטאר" 
מייער, זי איז לאנג געשטאנען פאר א געמעל און אופמערקזאם עס בא- 
טראכט, | 
ס'איז געווען אן ארבעט פון א װײיניק באקאנטן מאָלער, | 

א פּייזאזש, געמאָלט אין טונקעלע אומרויקע פארבן. אפן פאָדערשטן 
פּלאן --א פארגליווערטער סטעפּ, באדעקט מיט טרוקענעם בוריאן, אלי 
בערן סטעפּ זײַנען געהאנגען שווערע װאָלקנס, און אין דער סאמע טיף א 
בערגל, װי א פארלאָזטער קייווער. דער סטעפּ האָט געשוויגן שטרענג און 
טרויעריק, און ס'האָט זיך געדאכט, אז נאָר דער וינט לעבט און יאָגט 
איבערן סטעפּ א פארשטיקטן געוויין, | י 

זי איז אָפּגעטראָטן עטלעכע טריט אף צוריק און געבליבן שטיין א 
װײַלע מיט פארזשמורעטע אויגן, 

איך האָב געקוקט אף איר פּאָנעם. ס'איז געווען ייִדיש און ניט-יידיש, 
שווארצע, לײַכט-צעפלאָסענע האָר זײַנען אראָפּגעפאלן ‏ אף אירע 
אקסל. מיר האָט זיך געדאכט, אז איך האָב זי שוין ערגעץ-ווו געזען, און 
פּלוצעם זיך דערמאַנט אינעם ייִדישן מיידל -- מיריאם פון נאציירעס. 

כ'האָב ניט געקענט אָפּרײַסן דעם בליק פון איר. זי האָט געקוקט אֹף 
דעם בילד, און אן ערנסטע פארטראכטקײַט האָט עטװאָס פארצויגן אירע 
פולבלעכע ליפּן, 
|| -- אײַך געפעלט אזא מאָלערלי? 

זי האָט גערעדט וועגן סימעטריע און פּראָפּאָרץ, וועגן הארמאָניע פון 
פארבן, און איך האָב מיט א באהאלטענער אומזיכערקײַט, סטאם אין דער 
וועלט ארלין אָפּגעענטפערט: 

= ניין! 

און געענטפערט פּאַשעט דערפאר, װײַל מיר זײַנען געװען יונג און 
דאָס פארװאָגלטע לעבן, װי אן איבערגעריסענער כאָלעם, האָט ניט גע- 
װאָלט זען קיין װאָלקנס איבער זיך.. | 

דערצו נאָך איז געשטאנען א שטילער, זומערדיקער פארנאכט, אזא 
רויַקער, װי אלץ אױום װאָלט פארזונקען געווען אין א פרידלעכן דרעמל., 
די זון האָט געהאלטן באם אוֹנטערגיין, און שטיקלעך צעריסענע בלוט- 
רויטע כמארעלעך האָבן געברענט איבערן הימל. דער מײַרעו האָט לאנג" 
זאם זיך געלאָשן. ‏ . + | | יי 

זי האָט געשטאמט פון לענינגראד, לײַדנשאפטלעך געבענקט נאָך איר 
היים, װאָס האָט, א פארשמאכטע און אויסגעהונגערטע, נאָר העלדיש זיך 
פארטיידיקט, געבענקט נאָך דער קונסטיאקאדעמיע, ועלכע זי האָט גע- 
מוזט פארלאָזן, זײַענדיק אפן לעצטן קורס. איר אויסזען--צארט און טונקל- 
הויטיק, װוי אױסגעגאָסן פון קופּער. אירע באװועגונגען--לײַכט און 
עלאסטיש. | יי 


278 


דאָס שווערע מילכאָמעילעבן האָט מיט גאָרנישט ניט אָנגערירט איר 
נעשאַמע. פארקערט, זי האָט אײַנגעשפּארט פאַרגעזעצט שטודירן קונסט 
און מאָלערײ. געווען װי א קינד פארליבט אין וואן גאָגן און קימאט מיט 
א הייליקער באגײַסטערונג גערעדט וועגן שאגאלן. דערבײַ האָט א ליכטיק 
פײַערל געברענט אין אירע גרויסע שווארצע אויגן. 

מיר האָבן אָפּט פארבראכט די אַװנטן, שפּאצירנדיק איבער שטילע, 
ליידיק געװאָרענע גאסן. צומאָל אזוי לאנג, ביז די פענצטער אין די איי- 
בערשטע עטאזשן האָבן אָנגעהױיבן בלוי װערן. 

זי האָט אנטפּלעקט פאר מיר א װעלט, וועלכע איז געווען פארשלאַסן 
אף זיבן שלעסער. איך האָב אָנגעהויבן באנעמען די הארמאַניע פון ליניעס 
און דעם צויבער פון פארבן. בילדער האָבן גענומען רעדן צו מיר אף א 
שפּראך, וועלכע איך האָב ביז דעמלט ניט פארשטאנען. 

אויך אין פּאַעזיע איז זי געווען לײַדנשאפטלעך פארליבט און מיט אן 
אינערלעכער ווארעמקײַט געלייענט פיל לידער אף אויסװייניק. דערבי 
איז איר שטים געפלאָסן לײַכט און פרײ, מיט יענער באשיידענער צוריק- 
געהאלטנקײט, וועלכע וויל היימיש מאכן די טיפקײַט פון אייגענע געפילן, 

ס'האָט געטראָפן, אז מיר האָבן זיך געביטן מיט די ראָלן און איך האָב 
איר געלייענט אף ייִדיש, א שפּראך, וועלכע זי האָט מער געפילט וי פאר- 
שטאנען. זי האָט געהערט מיט א זעלטענער אופמערקזאמקײַט, און מיר 
האָט זיך געדאכט, אז מײַנע ווערטער דרינגען ארײַן טיף אין איר נעשאָמע, 

אונדז האָבן באגלייט דערינערונגען פון א קורצער פארגאנגענהײַט, 
װאָס איז געבליבן אין װײַטע, פארוויסטע היימען, 

דערװײַל זײַנען טעג פארוואנדלט געװאָרן אין כאדאָשים. און אין אלי- 
נעם אזא טאָג האָב איך געמוזט פארלאַזן טשעליאבינסק, 

באם געזעגענען זיך האָט זי מיר געשענקט א קליין בילדל, א רעפּראַ- 
דוקציע פון יענעם אייליבילד אֹף דער אויסשטעלונג. אף דער אנדערער 
זײַט אָנגעשריבן: , ס'איז אזוי שװוער צו געפינען איצט עפעס בעסערס.. 
עפשער װעל איך נאָך האָבן א געלעגנהײַט שפּעטער, אויב מיר וועלן זיך 
טרעפן,.." 

איך האָב געקוקט אף דעם טונקעלן בילדל -- דעם אָנהײיב פון אונדזערע 
ליכטיקע טעג -- און נאָך שטארקער איבערגעלעבט די ביטערקײַט פון צע- 
שיידונג. מיר האָט זיך געװאַלט איר זאָגן א פּאַר הארציקע ווערטער, וועל- 
כע זײַנען ניט איין מאָל געווען גרייט זיך אָפּרײַסן פון מײַנע ליפּן, און 
וועלכע איך האָב קיינמאָל ניט ארויסגעבראכט און אויך איצט פארשויגן, 
מיט א געמאכטער רויִקײַט געדריקט איר האנט און געפילט די פולסירן" 
דיקע ווארעמקײיַט פון אירע בלוטן, 

און װאָס האָבן מיר געקענט זאָגן איינער דעם אנדערן? 

אונדזערע וועגן זײַנען זיך צעגאנגען און װוער ווייסט אף וי לאנג. 

ס'האָט מיטאמאָל זיך איבערגעריסן מײַן יונגער, ריינער טרוים, װאָס 
האָט אזוי װייניק געדויערט. איך בין געבליבן מיט מײַן כאָלעם און מיט 
מלַן װאָר און ניט געװוסט, אז דאָס איז קימאט אף א גאנץ לעבן. 

און אָט האָב איך איבערגעשפּאנט די שװעל פון איר וווינונג. 

מיך האָט באגעגנט א פרוי, װאָס האָט מיט גאָרנישט ניט דערמאָנט דאָס 


29 


געשטאלט, װאָס האָט געלעבט אין מײַן זיקאָרן, פאר מיר אין געשטא- 
נען א שטילע אלטיטשקע מיט טריעריקיקלוגע אויגן. איר פּאַנעם האָט 
געהאט דעם קאָליר פון מאטן העלפאנדביין. די האָר, שיטער און שטרענג 
פארקעמט, האָבן זיך געזילבערט מיט א בלוילעכן אָפּגלאנץ. עפשער נאָר 
די אויגן האָבן אין זייער טיף אָפּגעהיט די אמאָליקע ליכטיקײט. 

איך האָב זיך װוי פארלוירן, 

איז עס א מוז פון דער נאטור צו זײַן אזוי גרויזאם צו עלטערע 
מענטשן? 

זי האָט אויסגעשטרעקט צו מיר אירע הענט, בלייכע, מיט דינינקע 
אָדערלעך איבערגעפלאַכטענע. א קוק געטאָן מיט א טרויעריקן בליק און 
געפרעגט אזוי, גלײַך װי מיר װאָלטן ערשט נעכטן זיך צעשיידט: 

--- פונוואנען? 

און א בלייכער שמייכל האָט א ריר געטאַן איר פּאַנעם, : 

דאָס קאָל האָט געקלונגען צארט --ס'איז געווען איר קאָל. און די 
אויגן, עטװאָס פארװואָלקנט, האָבן אויסגעדריקט פארווונדערונג. 

מיך האָט ניט געכידעשט, װאָס זי װוינט איינע אליין, גלײַך איך װאַלט 
זיכער געווען, אז זי װעט שטענדיק ווארטן אף מײַן קומען, מיך האָט 
אויך ניט געכידעשט דאָס, װאָס זי איז א פּראָפעסאָר פון קונסט-געשיכטע, 
וי דען אנדערש האָט געקאַנט זײַן! 

איך האָב געקוקט אף איר און װי אין א שפּיגל געזען די לעצטע 
פרייד פון מלין װײַטער יוגנט. א דינער שטאָך האָט זיך אָפּגערופן ערגעץ 
אין דער טיף, װי עפּעס א דערמאַנונג אין א ווייטעקלעכער אוולע, פאר 
וועלכער ס'איז נישטאָ בא וועמען צו מאָנען.. 

און אף יענער זײַט פענצטער האָט א הארבסטיקער אָװנט צעגאָסן אף 
די שויבן שווארצע טרערן, א קאלטער וינט האָט געוויגט אָפּנעלעבטע, 
נאקעטע צװוײיגן, און די ביימער האָבן אומעטיק געקרעכצט.. 

ווען איך האָב אף מאָרגן זיך אופגעכאפּט, איז זײַן אָרט אין קופּע גע- 
ווען ליײידיק. דער קאַנדוקטאָר האָט מיר געזאַגט, אז פארטאָג האָט ער מיט 
אן אנדער צוג זיך אומגעקערט קיין טשעליאבינסק. 


בארג-ארוף 


יט געקוקט אף זײַן טיפן עלטער, גייט ער יעדן איג- 
דערפרי, אזוי ארום עלף, ארויס אף זײַן געוויינלעכן 
שפּאציר, און יעדן אינדערפרי זעט מען אים באם קא- 
טעדראלן קלויסטער א פריש-ראזירטן, אין ציכטיק 
אויסגעבערשטלטע קליידער. ער גײט שטראם, גע" 
שטיצט אף זײַן באװוּסטן באמבוק-שטעקן, װאָס איז 
אויך שוין אין די יאָרן. באוועגט זיך לײַכט, גלײַך א 
ייִנגל װאָלט אין א זאַקן זיך פארשטעלט, און ס'קריכן די זונענשטראלן 
אראָפּ פון די גאָלדענע צלאָמים און פּלאָנטערן זיך אין זײַנע דריבנע, אויס- 
געמאָסטענע טריט, 

ער מאכט עטלעכע קרײַזן און זעצט זיך צו אף זײַן באשטענדיקער 
באנק מיטן פּאַנעם צו דער פוליבאלעבטער, לויפנדיקער גאס, קוקט איר 
נאָך מיט יונגן ברען פון זײַנע װײַט ניט יונגע אויגן, און עפּעס א רירנדי- 
קע בעשוטפּעסדיקײַט איז פאראן צווישן אים און אָט דעם פארלאָזטן סלא" 
װישן קלויסטער, | 

עמעצער גייט פארבײַ און גריסט זיך צו אים, העפלעך פארנייגנדיק 
זיך; 

-- א גוט-מאָרגן, כאווער אלטמאן! 

עמעצער זעצט זיך גאָר צו כאפּן א שטיקל שמועס, װײַל ער באגלס- 
טערט שטענדיק מיט זײַן טיפער כאַכמע, ערודיציע, קלוגע, שארפזיניקע 
רייד. הײַנט איז ער פארקאַכט אין , דאָן קיכאָט", וועלכן ער האָט נאָרװאָס 
געענדיקט לייענען אין שפּאניש, מאָרגן װעט ער האָבן א גאנץ מויל מיט 
שװאָכים פאר ,יויסעף און זײַנע ברידער? פון טאָמאס מאן, געלייענט, פאר- 
שטייט זיך, אין אַריגינאל. פראנצויזיש קומט אים אויך אָן פּונקט אזי 
גרינג. ער פארמאָגט א זעלטענעם זיקאָרן, געדענקט אף אױסװײיניק זאכן, 
אָנגעשריבענע מיט פופציק, זעכציק יאָר צוריק, און שטעלט אוף אין זײַן 
שארפן מויעך קסאוויאדן, וועלכע זײַנען קעגן זײַן װילן פארלוירן גע- 
גאנגען... 

מוישע אלטמאן! | 

יון, טויזנט נײַן הונדערט פערציק, 


281 


אין איינעם א טאָג פון יענעם װײַטן זומער, ווען איבער נאכט איז גע- 
װאָרן אויס מיט דער רומעניש-באָיארישער הערשאפט, און די גאסן, פאר" 
פלייצטע מיט יובלדיקער פרייד, האָבן אף רויטע טראנספאראנטן אנטי 
קעגנגעטראָגן א לויב דער ראטנמאכט, האָבן מיר, עטלעכע יונגע שרלי 
בער, אויך באהערשטע פונעם גרויסן יאָמטעװ, זיך געטראַפן אין טשערנאַ- 
וויצער ייִדישן שול-פאריין, וועלכער איז אין מעשעך פון גאנצע דרי 
צענדליק יאָר געווען דער ,אוניווערסיטעט" פאר א גאנצן דאָר פּראָגרעסי- 
ווער שעפערישער יוגנט, װאָס איז געקומען פון די בעסאראבער און בו" 
קאַװוינער שטעט און שטעטלעך מיט איר גליַענדיקער שטרעבונג נאַך וויסן, 

נאָר צװוישן אונדז האַבן געפעלט די שרײַבער פונעם עלטערן דאַר, 
וועלכע האָבן שטענדיק מאשפּיִַע געווען אונדזערע שעפערישע וועגן. עליע- 
זער שטיינבארג האָט שוין עטלעכע יאָר גערוט אין דער אײביקײַט, איציק 
מאנגער האָט נאָכן כורבן ווארשע ארומגעבלאָנקעט ערגעץ אין מערכאָי 
קים. | | 

און די איבעריקע? 

עפּעס א געפיל פון פּארלאַזנקײַט האָט אף אלעמען געדריקט, גלײַך מיר 
װאָלטן שאָף געווען, װאָס האָבן מיטאמאָל דערזען, אז זיי זײַנען געבליבן 
אָן א פּאסטעך, 
|| פּלוצעם האָט אופגעפּראלט די טיר, און עמעצער האָט, װי א וינט, 
ארײַנגעטראָגן די נײַס; | 

-- אלטמאן און שטערנבערג זײַנען געקומען פון בוקארעשט און האָבן 
זיך באזעצט אין קעשענעוו., 
| און אלע האָבן פארשטאנען, אז אנדערש האָט ניט געקאָנט זײַן, װלַל 
ס'איז שווער געווען זיך פאָרשטעלן דעם נײַעם ,אָנהייב? אָן די, וועלכע 
האָבן אופגעמישט א נײַ בלאט אין דער פּראָגרעסיווער יידישער ליטערא- 
טור פון רומעניע, 

האָט דאָך מוישע אלטמאן, וועמען עס האַט ,פון דער פריסטער קינד" 
הײַט דאָס בלוט געצויגן צום פּראָסטן האָרעפּאשניק?, זיך מיסוואדע גע- 
ווען אין זײַנער א ליד: 


יעס מאָנט מײַן כויוו די מאָזאָלינע האנט, : 
דעם כויוו, װאָס איך האָב, צו מײַן ביטערער שאנד, 
ביז הײַנט ניט באצאָלט, 


אין יענעם זומער איז מוישע אלטמאן געקומען אָפּצאָלן דעם כויוו. ער 
האָט וי געבראכט מיט זיך דעם אָטעם פון א גאנצער ליטערארישער עפּאַי 
כע און װי א גאָלדענעם פאָדעם גענומען אים ארײַנװעבן אין דעם נײַעם 
געוועב.. | | | | 


װאָס מיינט פאר מיר, איינעם פון די געציילטע, װאָס זײַנען געבליבן 
פון יענעם זומער-טאָג, מוישע אלטמאן? | | 
װאָס פאר אן אָרט פארנעמט ער אין לעבן פון מײַן דאָר? 


282 


איך האָב אים געקענט נאָך פון מײַן פריסטער יוגנט. געקענט, וי הונ" 
דערטער אנדערע, װאָס זײַנען געקומען אין שול-פאריין הערן זײַנע פארב- 
רײַכע לעקציעס, זײַן װוּנדערלעכע טוירע שעבאלפּע. ער האָט פארכאפּט 
די מויכעס און די הערצער פון זײַנע צוהערער. וי א געטרײַער שאַליעך 
פארשפּרייט און געפלאנצט ליבשאפט צו דער ייִדישער שפּראך און לי- 
טעראטור. | 

און עס קומען אפן זינען די קליינע טריביבאלויכטענע צימערלעך. און 
אויגן, פארגאפטע אויגן. 

אָבער דעם עמעסן מוישע אלטמאן האָב איך ערשט דערקענט אין יאָרן 
ארום, ווען ער האָט זיך אנטפּלעקט פאר מיר ניט נאָר װי א זעלטענער 
שרײַבער, א מעכאבער פון באװוּסטע ראַמאנען און דערציילונגען נאַר 
אויך וי אן עסעיסט, װי א פּובליציסט און א רעדאקטאָר, וועלכער איז מיר 
אָפּט צוהילף געקומען מיט זײַנע קלוגע אייצעס און טיפן וויסן, 

אוואדע באשטימען ביכער די שעפּערישע ב;אָגראפיע פון יעדן שׂרל- 
בער. אָבער די שעפערישע ביאָגראפיע באשטימט ניט װינציקער די פּערי 
זענלעכקײַט פונעם שרײַבער. אין דעם פאל איז מוישע אלטמאן געװוען 
אין יענע יאָרן די פּערזענלעכקײַט, וועלכע האָט אָנגעשטעקט מיט איר 
באגײַסטערטן גלויבן אין קיִעם און קויעך פון שאפן, אָנגעשטעקט א גאנצן 
דאָר שעפערישן נאָכװוּקס, וועלכער האָט קימאט מיט א האלבן יאַרהונ- 
דערט צוריק געמאכט די ערשטע פּרוּוון אין דער ייִדישער ליטעראטור, 

אָט ליגט פאר מיר א צופעליקער נומער פונעם כוידעשיבלאט ,אויפי 
גאנג", װאָס איז דערשינען מיט איבער פערציק יאָר צוריק אין מארמאָ- 
רעש-סיגעט אונטער דער רעדאקציע פון י. ד. איזראעל, איך מיש די פאר- 
געלטע בלעטער, װאָס קרישלען זיך פון אלטקײַט. עס בלאָנדזען די בליקן 
איבער די נעמען פון שרײַבער, װאָס אייניקע זײַנען, צום גרויסן באדויערן, 
שוין פארגעסן. עס קלינגען אראָפּ פון די זײַטלעך די שטימונגען פון 
יענער צײַט, דער אָנזאָג פון שטורעם און דער גרויסער גלויבן אין א בע- 
סערער וועלט,,, 

איז װאָס, אז די טפיסעס די גרויע, זיי זײַנען, 
די גיריקע מײַלער, צעעפנט, צעפראלט, 


עס שפּראָצן די מאכנעס פון קעמפער און וואקסן, 
וי גראָזן אף פעלדער, װוי ביימער אין וואלד, 


הערץ ריװקין 


און אזוי בלעטערנדיק, קומט פון זיך אליין אפן זיקאָרן א בוקארעשטער 
פארנאכט, ווען איך האָב אין ייַדישן טעאטער ,באראשעוס" געטראָפן מוי- 
שע אלטמאנען און אים געבעטן איבערלייענען מײַנעם א קסאוויאד, וועלכן 
איך האָב שפּעטער אָפּגעדרוקט אין דעם זעלבן נומער , אויפגאנג". ער אין 
באלד אוועק אין א װוינקל, אופמערקזאם דורכגעלייענט די פּאַר פארשרי- 
בענע זײַטלעך און א שמייכל געטאָן מער מיט די אויגן, װי מיטן פּאָנעם; 
--- מעגסט שיקן! 
| און אליין. מיט דער אייגענער האנט אפן לעצטן זײַטל צוגעשריבן דעם 
רעדאקטאָר י. ד. איזראעלן עטלעכע שורעס, י 


285 


בלעטער איך דעם אלטן נומער, און אזוי בלעטערנדיק, לעב איך נאַ-י 
כאמאָל איבער מײַן בעריישיס און דעם פארביקן פאנאנדערבלי פון א 
גאנצער פּלעיאדע יונגן ליטערארישן אופגאנג, 

אויך איצט, נאַך אזויפיל יאָרן, ווען איך זיץ צומאָל איניינעם מיט אלט- 
מאנען בא זײַן טיש און ער דרייט דעם בלײַער אין זײַנע הענט, קאָן איך 
ניט אָפּרײַסן מײַנע בליקן פון זײַנע פינגער. מיר דאכט זיך, אז דאָס זיצט 
ער אזוי בא פעלערן, דעם אייגנטימער פון דער בוקארעשטער דרוקערל, 
און לייענט די קאָרעקטורן פון ,די װאָך". איך רוק אים פאַרזיכטיק אונ- 
טער מײַנע א דערציילונג, ער האלט זי א װײַלע אין דער האנט, וי איי- 
נער, װאָס דארף אָפּשאצן די װאָג פונעם פּאפּיר, דערנאָך לויפט איבער די 
זײַטלעך א ווארעמער בליק פון זײַנע אויגן, א באקאנטער שמייכל לויכט 
אוף אין זיי און איך ווארט מיט ציטערניש אף זײַן מישפּעט, 

-- גוט, עס וועט גיין אין קומענדיקן נומער, 

עס ווערן פארשטומט מיטאמאָל די מאשינען אין דער דרוקערײ, און 
דער גרױיסשטאָטישער רויש אף יענער זײַט פענצטער װוערט אויך פאר- 
שטומט. איך הער נאָר איין און איינציק װאָרט ,גוט". 

שרײַבנדיק איצט אָט די שורעס, טראכט איך וועגן אלטמאנס מענטשן" 
ליבע, װאָס זינגט ארויס פון אלע זײַנע װערק. מיר קומט אפן געדאנק 
זײַן נאָװועלע ,רוזשאנקע", וועלכע ער האָט אָנגעשריבן מיט יאָרן פריער, 
איידער דער בלוטיקער מאבל האָט פארטרונקען די וועלט. א מײַסע מיט 
א קעלבעלע, װאָס מע האָט בא דעם אוועקגעקוילעט די מוטער. א לירישׂ 
געוועב פון פּאָעזיע און פּראָזע, װאָס ענדיקט זיך מיט די רירנדיקע ווער- 
טער: 

,..זײַ געטרייסט, װײַל עס װעט ניט פארגעבן װערן דאָס אומשולדיק 
פארגאַסענע בלוט". 

און מיר דאכט, אז אין קיין שום אנדער װערק איז ניט געקומען צום 
אויסדרוק מיט אזא קראפט די טראגיק פון אומקום, װי אין דער נאָװעלע 
,רוזשאנקע", וועלכע איז דורכגעוועבט מיט א ליכטיק געמיט פון ביטאָכן 
און גלויבן, און גלײַכצײַטיק לעבט דאָ מיט אזויפיל ווייטעק אױסגעגאָסן 
אזא שטילע, מענטשלעכע גוטסקײַט. 

ס'איז אלטמאנס דיכטערישער צויבער. ס'איז אלטמאן דער מײַסטעריי 
שער דערציילער, אלטמאן דער דיכטער --- דערציילער, 


א זעלטן שיינעם כוידעש האָט אלטמאן זיך אויסגעקליבן צו קומען אף 
דער וועלט --דעם כוידעש מײַ. אויך אן אָרט אף געבוירן צו װוערן האָט 
ער זיך אויסגעקליבן א ביז גאָר כאָשעװוס --דעם ,ליפּקאנער אֶלימפ. 
דאָס הייסט, יענץ כעסאראבער שטעטעלע ליפּקאן, ידי שפּעטערדיקע ,, טע- 
ריטאָריע פון זײַנע בענקשאפטן און פארדראָסן", דאָס שטעטעלע באם 
ברעג פונעם פּרוט, דעם ,נידעריקן פלאכלאנד מיט די קליינע בערגלעך 
אפן האָריזאָנט?, אין וועמענס שײינקײַט ער קאַן זיך ניט גענוג אָנזעטיקן 
און װאָס האָט ארויסגעגעבן א ריי בארימטע ייִדישע און העברעישע 
שרײַבער, 


284 


באשטייט טאקע זײַן קינסטלערישע גװוּרע אין שילדערן, מאָלן שטיי- 
גערילעבן פונעם בעסאראבער ייִדישן שטעטל. און גרויס איז זײַן ליבי 
שאפט צו דער בעסאראבער ערד, װוּ 


גוט איז צו פאָרן א טאָג און א נאכט, 

פארהילט אין א בורקע, די אויגן פארמאכט, 

א טאָג און א נאכט זאָל גלאנצן דער שליאך 
און בלאָנדזען אין קאָפּ זאָל א זילבערנער טײַך, 


מוישע אלטמאן דער דערציילער איז ברייט באװוּסט. וייניק ווער 
אָבער ווייסט וועגן אלטמאנען דעם דיכטער מיט צענדליקער און צענדלי- 
קער לידער, צעזייטע און צעשפּרײטע איבער צײַטונגען און צײַטשריפטן 

איך האָב אָפּגעשריבן אייניקע פון זײַנע לידער. ער האָט זיי מיר דיק- 
טירט לױיטן זיקאָרן, וועלכער האָט זיי אָפּגעהיט צענדליקער יאָרן. דער- 
נאָך האָב איך זיי געלייענט בעלאכאש און פארלייענט זיך אזוי, אז כ'האָב 
זיי אויך אָנגעהיבן געדענקען אף אױיסװוײיגיק.. 


פון זײַן דירע אף דער צענטראלער גאס ביז צום סקווער מיטן סלא- 
ווישן קלויסטער איז מיט דער האנט צו דערלאנגען. ער לאָזט זיך אראָפּ 
פון די אלייען שריט בא שריט, נאָר זיך אומקערן צוריק איז אים שוין 
שווערלעך, 

-- עס ווירקט דאָס געזעץ פון אינערציע, -- האָט ער מיר געזאָגט, ווען 
איך האָב געהאָלפן אים זיך אופהייבן אף די טרעפּ, -- מ'דארף נאָר זען, אז 
דאָס געזעץ פון אינערציע זאָל ניט ווירקן אין שעפערישן לעבן. װײַל 
אראָפּלאָזן זיך אין דער ליטעראטור איז לײַכט, נאָר פּרוּוו זיך אופהייבן... 

אָפּט, פארבײַגייענדיק זײַן פענצטער, דערמאָן איך זיך זײַן געבאַט: 
דער וועג פון א שרײַבער דארף שטענדיק זײַן בארג-ארוף.., 
: פאר מוישע אלטמאנען איז עס ניט קיין מעטאפאָר, נאָר א ליניע אין 
עבן, 


286 


איגנהאלט 


אונטער אלטע הימלען 


א נײַער מאָרגן*" + + + . + + . .א , 
אָלעקסע* . . . + . .א 6 ג א .א 6 
ניט געקומען* . . + + + + + א .06 . 
די קארד;אָגראמע פון א װארעם הארץ . . 
דאָס קדושןירינגל . . .+ + + + א . . 
נעקאָמע ‏ . + . + + + 6 6 ג א א א , 
אונטערװעגס . . + + א ג ג 6 6 א , 
געשטאלטן + . + + + + + א א 6 א ) 
א דױױנצ . . + . ג א א א .א ג .6 , 
פארטאָג*  .‏ . . + + + .א א 6 א א . 
באם יאם ‏ + 6 6 6 6 א א א 6 6 8 , 


קארשנביימער בליען . + + + + + + = 


6 6 6 +  +  + / 6 6 +  + א אלטע ווערבע‎ . 


אפן ספּלאװן* . + + + + + ג ג 6 6 , 
באט ברעג* . . . + . .א א א 6 .0 , 
פעדאָכע* . . + + + + + א א א א א 6 
ארום דער זעג* ‏ . . . . + א ג . . , 
כאיִם סאָסניאק* . + + + + + + א 6 . 
דער װײַסער מױיער* . . + + + . . . 
אין דער קאָליבע?* .+ + + + + + + 6 . 


שבֿיל* 1 1 2 : 9 1 2 : 2 9 : 9 9 9 


אף שריט און טריט 


פרילינג* 3 2 4 ֿ 5 2 9 2 9 , יט + 
סינע* ט 2 3 ט 4 ט 3 ט 9 9 3 6 ט 5 
נעכטיקע טעג* ט ט ט 9 3 3 1 ט 9 9 


89 
1 
44 
98 
102 
106 
108 
10 
113 


117 
124 
109 


שפּליטערס * 4 :: :: 9 6 : 


1 מײַן פעטער בערקע 
2. מוידל דער שנײַדער 
3 כיידעריגעכט ‏ . . . 


דאָס לעבן גייט װײטעף , / 


צווישן קאָסעוװו און קיטעו , 
א וואלדיבלום . . . . , 
א באגעגעניש* . . . . 
צום ערשטן מאָל* . . . , 
גײַנטער מל ‏ + . . . , 
ערשטע ליבצ . + . . , 
געווען אמאָל א שטעטעלע 
פארנאכט . . . . . . , 
מײַן פארגעסן לידעלעצ . . 


דורך 


א זעלטענער מענטש* . . 
א גאסט . + + . . ., 
ווארשע. . + + . . . , 
א טאָג, װאָס האָט געהייסן 
שקיצ . + + + + . . , 
באם פענצטער . . . . , 
אין דעמערונג . . . . , 
4 װין . . . . . . 
2. קאפע ,צענטראל" 
שװערע טעג . . . . , 


װײַנשטײן , , 


: :: 9 ֿ 3 : 


6 9 :: 1 9 + 


: 3 ֿ 9 3 9 


4 : 4 :: 3 1 


דער באזינגער פון די קארפאטן . . , . 


1 10 6116 11 = יי 
א פרעמדעלר . . . . . , 


מג '  '‏ ר 


איבערוף פון צײטן . . , 
41 אין צוג . . . . , 
2 גאסן דערציילן ‏ . , 
3 ווידער אין צוג . , 


בארגיארוף + + + . . 


+ :: 1 9 3 6 
* ג: 9 4 + * 


3 ג 9 ג : : 


139 
140 
142 
140 
148 
154 
157 
103 
172 
14 
17 
184 
187 
192 


199 
204 
208 
212 
211 
223 
228 
228 
232 
234 
244 
250 
254 
259 
265 
265 
269 
216 
281 


יויסעף בורג 
דאָס לעבן גייט װײַטער 


מ., ,סאָװעטסקי פּיסאטעל", 1980 י. 288 זײַטן 
ארויסלאָזיפּלאן פון 1980 י. נומ. 241 


קינסטלער ה. קראװצאָון 
רעדאקטאָר מ. שולמאן 
| קינסטלערישער רעדאקטאָר יע. קאפּוסטין 
טעכנישער רעדאקטאָר אי. מינסקאיא 
קאָרעקטאָר ד. גראַזאָווסקע 


אינפאָרמאציע-ביולעטען נומ. 2296, 


אפּגעגעבן אין זאץ 05.0680. אונטערגעשריבן צום דרוק 15.0980. פאָרמאט 
84261081/2, טיפּאָגראפיש פּאפּיר נומ. 1. הויכדרוק. באדינגלעכע דרוקבויגן 15,12, 
פארלעגערישע דיסקאָנטיבויגן 15,600. טיראזש 1900 עקז. באשטעלונג נומ. 2326 
פּרײַז 1 ר, 20 קאָפּ. פארלאג ,סאָװועטסקי פּיסאטעל?", 121069, מאָסקווע, װאָראָװ- 
סקי גאס, הויז נומ. 11. באלוינטע מיטן אָרדען פון דער רויטער ארבעטסי-פאָן מאָ- 
סקווער טיפּאָגראפיע נומ. 7 , איסקרא רעװאָליוצ?" פון ,, סאָיזפּאָליגראפּפּראָט* פוגעם 
מעלוכעיקאָמיטעט פון פססר איבער די איניאָנים פון פארלאגן, פּאָליגראפיע און 
בוךיהאנדל, 121019, מאָסקווע, אקסאקאָוויגעסל, הויז נומ. 13, 


1100660 24/80644 2 


4 2420 1100 מםמעא2 


)66 68064080024 836146( 


.ץדס 288 ,1980 , עמהסדגסעח 4008610844 .24 
7 טאז 1980 גאסצחונם 11888 


6 ?1 .}{ אחאגאנסתעץג2 
8 2 2048 4/00א628ת 
4 .6 .2 מסדאגתסק .אנסתץצג2 
28 5 2 110 0סז8א88סק .טאס1 
2 66 .2 00זאס00ס4ת 


6 טפת מץ 


./8461081 7פאקס?ף 18.09.806 חתבטסת א 280סעח2ס1ן .08.06.80 184600 8 0מ8תס 

1560 יחה יתב טע 128.126 יח -שסת .08 .טדגמסת ת2אססננם .{ פא גתחעז 208אעם 

= אװאס7סמ660 780סטתסז2ת13ץ .א 20 .םס !1 11642 .2320 טא 328423 .בא 1900 אנגקעך 

010 0סמס2עט1 0024648 .11 ,20ת80אס80008 .הע ,2100482 ,121009 עמחסזגסתאת 

- 240טיזעח.0ת4)20103 פװעוסוהסמסק 4110802 7 סא. װעשגקתסתעד ההאסמסאסס)1 גא8סאג38 

-גקזעהסת ,018טת322?6ע אההסת סםת 6660 120,416 0ת32800186680ע100 לבאסקת 
3 ,24024088 .קסח ,121019 ,24008482 .אחפּסתזקסד /2484028640 תע געש 


87 
6 יי